שושלת אפטא זינקוב וקאפישניץ

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

שושלת אפטא זינקוב וקאפישניץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

שמואל'יק'יל האט געשריבן:וועגן דעם בילד

דער דריטער רבי איז כ"ק אדמו"ר הרה"ק ר' יצחק מאיר העשיל פון מעז'יבוז' חיפה זיע"א


שמואל'יק,
דער מעזיבוז-חיפה רבי האט א שייכות געהאט מיט קאפיטשניץ?
אטעטשמענטס
2_177_119.jpg
2_177_119.jpg (14.35 KiB) געזען 7988 מאל
לעצט פארראכטן דורך מיללער אום מיטוואך יוני 04, 2008 9:25 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שמואל'יק'יל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 25, 2008 8:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל'יק'יל »

יו, זאן טאטע איז געווען א ברידער פון דער הערשטע קאפיטשיניצ'ער רבי
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ביקסאדער רב,
דער פון אויבן זאל מיר אוודאי געבן גענוג צייט נאך יו"ט צו קענען לייענען אלע אייערע באשרייבונגען, מיר ווארטן מיט שפאנונג.

שמואל'יק,
קענט איר אפשר אויסרעכענען די קאפישניצער גזע במילואם? דא אין אמעריקע איז געווען א קאפישניצער רבי, זענען זיי זינקוב'ער אייניקלעך צום אוהב ישראל?
שמואל'יק'יל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 25, 2008 8:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל'יק'יל »

דער אפטא רב הרה"ק ר' אברהם יהושע העשיל בעל ה"אוהב ישראל" זיע"א
בנו הרה"ק ר' יצחק מאיר מז'ינקוב זיע"א
בנו הרה"ק ר' משולם זוסיא מז'ינקוב זיע"א
בנו הרה"ק ר' אברהם יהושע העשיל ממעז'יבוז' בעל ה"אור יהושע" זיע"א
בנו הרה"ק ר' יצחק מאיר מקאפיטשיניץ זיע"א
בנו הרה"ק ר' אברהם יהושע העשיל מקאפיטשיניץ זיע"א (הער געקומען קאן אמעריקא. הער האט געהאט א אידעם מורינו הרב ר' אהרן דוד פלינטנשטיין זצ"ל, און זיין זין איז כ"ק אדמו"ר מקאפיטשיניץ-ירושלים שליט"א)
בנו הרה"ק ר' משה מרדכי מקאפיטשיניץ זיע"א. הער האט 4 קינדער אין אמעריקא.

אמנם חוץ פון הרה"ק ר' אברהם יהושע העשיל ממעז'יבוז' בעל ה"אור יהושע" זיע"א דלעיל, זיין טאטע האט געהאט נאך קינדער וואס האם ממשיך געווען דער אדמורו"ת ז'ינקוב ביז פאר בערך 23 יאר, און פאשטעיצעך אז ס'דו נאך ז'ינקוב'ער אייניקלעך.
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

אפשר זאגסטו ווי קומט קאפישניץ צו רוזין?
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
שמואל'יק'יל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 25, 2008 8:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל'יק'יל »

דער ערשטע זאך הרה"ק ר' אברהם יהושע העשיל ממעז'יבוז' בעל ה"אור יהושע" זיע"א איז געווען איידעם פון הרה"ק ר' שלום יוסף זיע"א דער בכור פון דער הייליגער רוזשינער זיע"א.
דער צוועיטע זאך הרה"ק ר' יצחק מאיר מקאפיטשיניץ זיע"א איז געווען איידעם פון הרה"ק ר' מרדכי שרגא פייביש פון האסיאטין זיע"א דער ערשטער האסיאטינ'ער.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

שמואליק,

דער ר' יצחק מאיר מחיפה הנ"ל איז געווען א זוהן פון וועם? ער איז געווען א רבי?
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

שמואל'יק'יל האט געשריבן:א זון פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק ר' ישראל שלום יוסף העשיל פון מעז'יבוז' זיע"א

און יא א ודאי דער מעז'ביז'ער פון חיפה געווען א רבי.
שמואל'יק'יל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 25, 2008 8:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל'יק'יל »

א בילד פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק ר' ישראל שלום יוסף העשיל פון מעז'יבוז' זיע"א
אטעטשמענטס
cci05551_279.jpg
cci05551_279.jpg (24.57 KiB) געזען 7948 מאל
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

איינע פון די פילע בילדער פון דעם אהבת ישראל מוויזניץ און ר' יצחק מאיר העשיל מקאפישניץ (אבי ר' אברהם יהושע הנ"ל) גענומען פון דא
אטעטשמענטס
YM+Kopy.jpg
YM+Kopy.jpg (26.31 KiB) געזען 7814 מאל
שמואל'יק'יל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 25, 2008 8:29 pm

רבי יצחק מאיר ממעזשיבוזש חיפה - י"ט אב תשמ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל'יק'יל »

היינט באנאכט איז יו"ד פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק ר' יצחק מאיר העשיל פון מעזשיבוזש חיפה זיע"א - י"ט אב תשמ"ה
אטעטשמענטס
1.JPG
1.JPG (27.03 KiB) געזען 7585 מאל
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

שמואל'יק'יל
עפעס מער פרטים וועגען דעם צדיק?
the SCY is the limit
שמואל'יק'יל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 25, 2008 8:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל'יק'יל »

בן רבי ישראל שלום יוסף העשיל ממעזשיבוזש. נולד י"א אב תרס"א. חתן רבי נחום מקאנטיקאזבא מצאצאי הרה"ק מליניץ. משנת תרפ"ט אדמו"ר במעזשיבוזש. בשנת תרצ"א עב לאדעסס. קידש את ה' בתקופה הסוביטית. באדעסס ניהל את אדמו"רותו במחתרת במסירות רבה, כשאחד הפקידים סידר לו אישור עבודה. בשנת תרצ"ו עלה לארה"ק. בשנת תש"א יצא לארה"ב ועלה שנית בשנת תשכ"ח והקים את בית מדרשו המפואר "אוהב ישראל" בחיפה. מנו"כ בהר הזיתים.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

משום דלא אמרי רבנן בכפילא, האב איך צאמגעשטעל די נושאים, ומכאן הקריאה יוצאת לכל יושבי בית מדרשינו איידער איר עפנט אן אשכול גיט א קוק צו דאס קען נישט ווערן צאמגעשטעלט מיט אן עקזעסטירענדע אשכול און דאן האבן די געוועזענע אשכולות א תקומה.

מיט דאנק,
יעקב דוב מיללער מסקרענטאן פא.
שמואל'יק'יל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 25, 2008 8:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל'יק'יל »

שבת וועט זיין דער יוד פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק ר' ישראל שלום יוסף העשיל פון מעזשיבוזש זיע"א - כ"ט אב תרע"א, א זון פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק ר' אברהם יהושע העשיל בעל ה"אור יהושע" פון מעזשיבוזש זיע"א.

צאצאיו:
אשת כ"ק אדמו"ר הרה"ק ר' מרדכי שלמה פרידמן פון באיאן ניו-יארק זיע"א
כ"ק אדמו"ר הרה"ק ר' אבהם יהושע העשיל פון מעזשיבוזש טארנאפאל הי"ד זיע"א
כ"ק אדמו"ר הרה"ק ר' יצחק מאיר העשיל פון מעזשיבוזש חיפה זיע"א
אשת כ"ק אדמו"ר הרה"ק ר' מרדכי שלום יוסף פרידמן בעל ה"כנסת מרדכי" פון סאדיגורא זיע"א
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

שמואליק,
דאהי אין אמעריקא איז געוועזן א קאנסערוואטיווער ראביי און פראפעסאר דר. אברהם יהושע העשיל ער איז געווען פון די גרויסע סיוויל-רייטס (ציווילע רעכטן) אקטיוויסטען (עס איז דא א באקאנטע בילד ווי ער מארשירט מיט דעם שווארצען דר. מארטין לוטער קינג) ער האט געשריבען ביכער אויף אידיש און ענגליש.

לויט ווי איך ווייס איז ער געווען אויך געווען פון די מעזעביזשער גזע (ליידער), איך האב געלייענט פון אים א בוך איבער קאצק, ווייסט איר אפשר זיין פונקטליכע יחוס, און וויאזוי ער איז אוועקגעפארען אזוי ווייט?
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

שמואל'יק'יל,

איר קאנט אפשר בעטן פון ר' נפתלי הירץ די שלשלת היוחסין וואס איז געווארן איבער געדריקט צו זיין חתונה, מיר האבן עס, אבער מיר זענען נישט דערביי עס צו איבער טייפן [להקליד] און ווי אויך קאנען מיר נישט איצטער עס סקענען [לסרוק אותו], פון די הקדמה דארט וואלטן מיר דא געקאנט האבן מטעמים בפרט פאר דער ציבור דא וואס על פי רוב קאנען זיי זיך נישט אויס אין די גזע קודש.
ועמך כולם צדיקים
שמואל'יק'יל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 25, 2008 8:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל'יק'יל »

מיללער,
איך דארף מברר זיין.

ביקסאד,
איך האב דער שלשלת היוחסין
שמואל'יק'יל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 25, 2008 8:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל'יק'יל »

הייט באנאכט איז יו"ד פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק ר' משולם זוסיא העשיל פון זינקוב זיע"א - ג' אלול תרכ"ד. א זון פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק ר' יצחק מאיר העשיל פון זינקוב זיע"א און א איידעם פון כ"ק הרה"ק ר' ישראל זיע"א - בן אחותו פון דער קאזשניצער מגיד זיע"א - א איידעם פון דער סאווראנער רב זייע"א.
הער האט געדרוקט זיין זעידענס דער אפטא רב זיע"א ספר "אוהב ישראל" און הער האט געשריבין דארט זעהר א חשובער הקדמה.
השאיר אחריו אסאך כת"י מיט זיינע תורות, אבער הער האט אוסר געווען באזהרה חמורה מזאל דוס נישט דריקן.
שמואל'יק'יל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 25, 2008 8:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל'יק'יל »

מיללער:

פראפ' אברהם יהושע העשיל

נולד בווארשא בשנת תרס"ז. סופר פורה ויוצר. פרסם ספרים רבים ועשרות מאמרים ומחקרים בתולדות המחשבה היהודית, קבלה, חסידות ובעיות ימינו בעברית, אידיש, גרמנית ואנגלית. השפעתה היתה עצומה. נפטר ח"י טבת תשל"ג. אשתו צביה לבית שטראום ובתם חוה שושנה.

א זון פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק ר' משה מרדכי העשיל פון מעזשיבוזש ווארשא זיע"א
א זון פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק ר' אברהם יהושע העשיל בעל ה"אור יהושע" פון מעזשיבוזש זיע"א
א זון פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק ר' משולם זוסיא העשיל פון זינקוב זיע"א
א זון פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק ר' יצחק מאיר העשיל פון זינקוב זיע"א
א זון פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק ר' אברהם יהושע העשיל בעל ה"אוהב ישראל" פון אפטא זיע"א
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יישר-כח שמואליק.
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

ער איז געבליבן א יתום פון זיין טאטע אלס יונג בחור'ל, ער איז געווען א קאנסערוואטיווע ראביי אין די JTS (שעכטערס) סעמינאר, אבער געוויסע פרייהייטן האט ער נישט צוגעלאזט אין זיינע צייטן ווי צב"ש א פרוי זאל דאווענען פארן עמוד, בנוגע דעם בילד וואס עס איז דא פון איהם מיט די שווארצע פירער, האב איך געהערט פון א איד א מקורב ביים קאפישניטץ'ער רבי'ן אז עס האט זייער געשטערט פארן קאפישניטצער וויבאלד מען האט געמיינט אז ער איז דאס, האט ער איהם געגעבן 10 צענט ער זאל קויפן א 'מארגען דזשורנאל' ווי עס איז ערשינען דעם בילד, דאס קומענדיגע מאל וואס עס האבן זיך צוזאמען געטראפן דער רבי מיטן פראפעסער העשיל האט איהם דער רבי דערויף פארגעהאלטן און איהם געבעטן דאס מער נישט צו טוהן.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

דער בילד פון פראפ. העשיל ביים מארש (דער צווייטער פון רעכטס) מיט דעם שווארצן מארטין לוטער קינג (פערטער פון רעכטס) 1965
אטעטשמענטס
300px-SelmaHeschelMarch.jpg
300px-SelmaHeschelMarch.jpg (21.64 KiB) געזען 7388 מאל
שמואל'יק'יל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 25, 2008 8:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל'יק'יל »

זינטיג איז געווען די יו"ד פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק ר' פנחס העשיל פון זינקוב זיע"א - ז' שבט תרע"ד.
מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 759
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 01, 2009 12:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיילעך »

דער טריסקער רבי פין לאנדאן ר' חיים מוניא שליט"א, דער עלטסטער רבי בדורינו לאוי"ט, זיין מוטער איז א טאכטער פין ר' פנחס מזינקוב.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”