תפיסת המחשבה אצל צדיקים

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 987
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

תפיסת המחשבה אצל צדיקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

תפיסת המחשבה איז זייער אן אינטערעסאנטע זאך, און מ'האט דאס געזעהן ביי געוויסע צדיקים, באווייזן מופתים און פועלן ישועת מיט תפיסת המחשבה איז צוויי באזונדער זאכען, געווען צדיקים וואס האבען געהאט נאר דאס, און געוויסע נאר דאס, און געוויסע האבן געהאט ביידע, און אפילו די וואס האבן ביידע נישט באוויזן האבן אויך געקענט זיין גרויסע צדיקים

אזוי איך האב מיך לעצטנס אסאך אנגעהערט פון צדיקים פונעם דור הקדום, וואס האבן געהאט אט דעם גרויסן כח פוןן תפיסת המחשבה, ווי למשל הרה"ק מריבניץ זצ"ל און הרה"ק מקרעטשניף זצ"ל, האב איך געטראכט אז עס איז גאנץ א פאסיגע פלאץ, דא אונעם חסידישען פארברענג ארט, די היימישע קרעטשמע, עס צי פארשרייבען אז עס בלייבן לזכרון עולם פאר די דורות הבאים און אויך פאר זיך אליין.

איך וואלט זייער געבעטען אלע גיטע פריינט נאר שרייבן וואס מ'האט געהערט נאר פונעם בעל המעשה אדער כאטשיק פון איינער וואס האט עס געהערט פונעם בעל המעשה, ווייל ווייטער פון דעם פארלירט עס די פינקטליכקייט און אויך איז דא לאלפים ורבבות ואין לדבר סוף
און איך וועל בל"נ אויך אזוי טאן
לעצט פארראכטן דורך יעקעלע פוקס אום מאנטאג אוגוסט 25, 2008 1:49 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
טעמו וראו כי טוב השם
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 987
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

פון הרה"ק מריבניץ זצ"ל
געהערט פון א איד וואס האט געווארט אונעם שטוב פון הרה"ק מריבניץ זצ"ל שטייענדיג הינטער אים האט ער באמערקט ווי די רבי האט גרויסע האר, האט ער געטראכט ביי זיך אז עס איז אים אינטערעסאנט ווייל כידוע איז גרויסע האר קליפות און וואו פאסט דאס פאר אזא קדוש וטהור (נישט מהרהר געווען, נאר געווען אינטערעסאנט)? דרייט זיך אויס די רבי צינעם (געווען נאך מענטשען דארט, אבער זיך אויסגעדרייט און גערט צי אום) איך האב א ענין פארוואס איך מיך לעצטענס נישט געשוירען
טעמו וראו כי טוב השם
חיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים »

איך האב א חבר א קרעטשניפער, ער האט מיר פארציילט ממש צענדליגע מעשיות פון תפיסת מחשבה וואס מענטשן און אויך ער האט געהאט מיט הרה"ק מקרעטשניף זצ"ל, ער זאגט אז יעדער וואס האט זיך נאר געדרייט דארט אביסל ווייסט צו זאגן פון אזעלכע מעשיות וואס זיי האבן בייגעוואוינט, אויב איך וועל האבן צייט וועל איך מיטטיילן מיטן עולם וואס ער האט מיר פארציילט וואס ער אליין האט געהאט פלא'דיגע תפיסת מחשבה מעשיות פון אים
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

פונעם הייליגען חוזה פון לובלין איז באקאנט די תפיסת המחשבה פונעם ישמח משה ביי זיין ערשטער באזוך אין לובלין.

א דאנק הרב פוקס פאר די נוצליכע און ווערטפולע אשכול מיט די תגובות, ממך ילמדו וכן יעשו.
חיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים »

פון סאטמאר רבי זי"ע זאגט מען נאך אז תפיסת מחשבה איז ביי די צדיקים פון די קליינע זאכן
אוועטאר
זעליג
שר חמש מאות
תגובות: 693
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 26, 2008 4:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעליג »

יעצט קומט דאך די יאהרצייט פון הרה"ק מבעלז זי"ע האב איך געהערט די וואך ביי מלוה מלכה א שיינע מעשה. ס'איז דא א יוד אין ירושלים הייסט ער ר' אהרן הויזמאן איז ער אמאל געגאנגען מיט א חבר זיינס צום בעלזער רב'ס טיש וואס ס'איז געוועזן אין קאטאמון געגנט אין ירושלים וואס דאס איז א מהלך (פון מאה שערים ווי ר' אהרן וואוינט) פון לערך א שעה צייט, אין כידוע בעלזער רב פלעגט זיצען מיטן קאפ אראפגעבויגען אזוי אז מען האט נישט געקענט זעען זיין הייליגע צורה, רופט זיך אן דער חבר צו ר' אהרן מען גייט אזא מהלך און מען קען גארנישט זען די הייליגע צורה איז אויף די מינוט האט ער אויפגעהויבען זיין קאפ אויף א רעגע אזוי מען האט איהם געקענט זעען. זיע"א
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איך האב געהערט פון א חשוב'ע רב, א צאנזער אייניקל, וואס האט אמאל אריינשפאצירט צום קוויטל שטוב פון הרה"ק ר' יאנקעלע מ'פשעווארסק זצ"ל, דער רבי איז געזיצן מיטן קאפ אראפ, און האט זיך געגעבן א הייב אונטער פון שטוהל זאגענדיג "א צאנזער אייניקל".
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 987
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

הרה"ק מקרעטשניף זצ"ל
האט מיר פארציילט א נודבערנער אייניקעל, אז ער האט העהערט אסאך פון קרעטשניפער רבינ'ס תפיסת מחשבה האט ער געקלערט נו ער איז דאך אויך.... אז ער אליין וועט עפעס בייוואינען דעמאלטץ, דעמאלטס וועט ער גלייבן,
איז ער געגאנגען דאווענען פרייטאג צינאכץ אויף קרעטשניף, נאך שטילע שמו"ע ווען די רבי האט אויסגעטרעטן נאך פאר ער האט אנגעפאנגען הויכע שמו"ע, וואקט ער צי צי דעם קאזין און זאגט אום אזוי " ביי אונז איז תפיסת המחשבה נישט קיין קונץ ווייל אונז ווער מער געבוירן דערמיט, די קינץ איז נאר עס נישט קליא מאכען"
טעמו וראו כי טוב השם
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

יאך האב געהערט פון מיין'ס א פארוואנדעטער [קרוב] פון ארץ ישראל, אז מיט צוויי אידן האט ער געפירט א געשפרעך אויף דעם פאלגענדען פארנעם, ער האט געטראכט א פראגע און יענער האט אים גענטפערט בשפה ברורה, הרה"ק ר' יוחנן טווערסקי מ'טאלנא - ירושלם, און הרה"ק ר' חיים משה מאנדעל פון בני ברק.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 987
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

פשט פון תפיסת המחשבה
געהערט פון א געוועזענער הויז בחור ביי הרה"ק מטאהש שליט"א איבער דעם ענין, וזלה"ק:
"א מחשבה איז א קומה שלימא און אז מ'האט ריינע אויגען קען מען דאס זעהן"
פארציילט ער, אז ס'איז געווען איימאל א נאכמיטאג ווען די טאהשע רבי שליט"א האט זיך געוואלט שטעלן דאווענען, און האט זיך ארומגעדרייט אין זיין ביהמד"ר מיט די טלית אויף די פלייצע הין און צירוק, און ער איז געשטאנען אויף שפילקעס, ווייל ער האט שוין געווארט די רבי זאל זיך שוין שטעלן דאווענען, ווייל א חבר זיינע א אינגערמאן האט אים אנגעבאט זיין קאר פאר א שעה, און די צייט לויפט אויס, איז די רבי ציגעגאנגען צי אים און געזאגט די פשט פון תפיסת המחשבה און ציגעענדיגט "די ווייסט דאך אז איך לאז נישט דרייוען פאר די חתונה"
טעמו וראו כי טוב השם
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

יישר כח פאר'ן פותח האשכול און פאר אלע כותבים.
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 987
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

ברוכים תהיה ראש הקהל עס גיט אפעטיט אויף ווייטער
טעמו וראו כי טוב השם
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

לידיעה בעלמא, עריז נאר מ. (מלפנים) ראש הקהל.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

לידיעה בעלמא די ברא כרסי', דער אשכול איז נישט געמאכט צו טשעפען...
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 987
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

מהרה"ק מקרעטשניף זצ"ל
עס האט מיר פארציילט א חבר, אז ער איז געווען אין ירושלים מיט זיינס א חבר מיט די משפחות, שבת נאכמיטאג צי די סעודה איז זייער טשאלענט געווען פארברענט, (זעט אויס אז די אמעריקאנע יודען קענען זיך נישט אויס מיט די ירושלימער סטויווס) האבן זיי געטראכט נו סאיז דאך שבת ווי נעמט מען עפעס ווארימס לכבוד שבת, האבן זיי זיך באקלערט אז אין קרעטשניף איז דאך דא אלץ קיגעל טשאלענט מיט אלעם גיטס, נו העמער גיין קיין קרעטשניף, אויפן וועג האבן זיי געשמיסט וועגן וואס די וועלט רעד פונעם קרעטשניפערס תפיסת המחשבה, האבען זיי זיך געטאנעט אויב עס הייסט חסרון האמונה אז מ'גלייבט נישט און דעם, האט זיך איינער אנגערופען נו העמער זעהן צי ער וועט וויסען אז אונז האמער נאכנישט געגסען קיין טשאלענט היינט,
אנקוענדיג דארט האט מען טאקע געהאלטען אינמיטען די סעודה סהאט געטוהן קיגלען וכד', די צוויי חבירים האבען זיך געזעצט ביים עק טיש אין גענימען שיריים וואס מהאט ארויפקעשיקט, נאך וואס די רבי האט געגעסען טשאלענט האט ער אנגעהויבען רעדען פון די גרויסקייט פון טשאלענט, אז טשאלענט איז מרומז אויף אמונה, יעדע באנדעל וואס מ'עסט ווערט שטערקער ביי זיך די אמונה,
שוין איינער ווינקט פארן צווייטען, אהא מרעד פון אמונה (זייער שמועס) די חבר ווינקט אים צירוק עה ווי איינער זאגט דאס מיינט נאך גארנישט, אזוי ווינקענדיג איינער צום צווייטען רופט זיך אן די רבי "שיקטס ארויף דארט טשאלענט דא איז דא יודען וואס האבען נאך היינט נישט געגעסן קיין טשאלענט,
מעיר האבען זיי זיך נישט געווינקען זיי האבען זיך געישטויסען אונטערן טיש
יא אמונה מיט טשאלעט ס'איז געגאנגען ביידע
זי"ע
טעמו וראו כי טוב השם
אוועטאר
זעליג
שר חמש מאות
תגובות: 693
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 26, 2008 4:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעליג »

ווי פלעגט ער זאגן: "אז מע'גלייבט זעהט מען".
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 987
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

מהרה"ק מריבניץ זצ"ל
עס האט מיר פארציילט א יונגערמאן א משפחה מיטן רבי'ן (מזו"ש) אז ער איז אמאל געווען ווען די ריבניצער זי"ע האט געפירט א טיש ביי די יארצייט פון זיין רבי'ן די שטעפענישטער זצ"ל אין וועם ער איז געווען זייער דבוק, דער יונגערמאן איז געזעצן צווישען אנדערע ביים טיש, דער רבי האט געהאלטען פאר זיך וואשען און האט זיך ארוםגעדרייט זייער פארקאכט, און ער גיט זיך א רוף אן "אוי די רבי איז דא" די יונגערמאן טראכט ביי זוך, נו עס איז דאך א ענין צי מצייר זיין צורת רבו פאר זיך, גיט זיך די רבי א דריי אוס צי אים אן רופט זיך אן קוקענדיג אים אין פנים " יא יא דאס איז אייביג (עיביג) אבער היצט איז ער ממש דא"
זי"ע
טעמו וראו כי טוב השם
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

ר' יעקל, מיר האבן הנאה פון איטליכע מעשה דא, יישר כח.
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 987
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

ברוכים תהיה ר' יאנאש
טעמו וראו כי טוב השם
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 987
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

כבוד ר' חיים ני"ו
איך ווארט נאף אויף דיין פארשפרעכונג צי ברענגן תפיסת מחשבה מעשיות, און פון די אנדערע ידידים דא, אבער ביז דער ווייל וועל איך פארזעצן אי"ה, וויזוי זאגט דער וועלט ביזן קרעטשמע דארף מען אויך א טרינק ברוינפען, כש"כ אינעם קרעטשמע זעלבסט, פון איין באטעל צום צווייטען,

מהה"ק מקרעטשניף זצ"ל
א גור'ער יונגערמאן האט פארציילט, אז נישט לאנג פאר זיין פטירה איז די קרעטשניפע רבי זצ"ל געווען פראווען א שבת ערגען אין א שטעטל אין אר"י, ווי דער יונגערמאן וואינט, דארט איז אויך קאנצעטרירט נאך אפאר גערע יונגעלייט,
איז שבת באנאכט ביים טיש שוין געווען שפעט די יונגערמאן האט מיטגעהאלטען מיט א קעשמאק (ער איז דאך נישט געווען געוואנט צי אזעלכע געשעפטן), אזוי אינמיטען טאנצען טראכט דע יונגערמאן צי זיך, ס'איז דאך שוין זייער שפעט בערך דריי פארטאגס, און פאנג אן מאכן דעם חשבון אז אזוי ווי אין גור ביי זיי אין שטיבעל דאווענט מען דאך פרי מארגן, זיבען אזייגער, און זיין דירה איז בערך א האלבע שעה וואק נאך פון דאנעט, שוין געניגעווען, אלעס האט א שיעור, ער ענדיגט דעם רינג און ריקט זיך ארויס,
לויפענדיג זיין (האפענטליכע) לעצטוע רינג שטעלט אים די רבי אפ פינקט אים, און זאגט אים "די וועסט טאקע שלאפען ווייניג די נאכט אבער א טעם אין שבת וועסטע כאטש שפירען,"
ענדיגט צי דע יונגעמאן פארשטייט זיך ער שוין געבליבען דארט ביזן סוף,
טעמו וראו כי טוב השם
אוועטאר
חייקל
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חייקל »

דער אהבת ישראל זי"ע האט גזעאגט ווי איינער האט געברענגט פון רבי'ן זי"ע כנ"ל "תפיסת המחשבה איז פון די קלענסטע זאכן"
און ער האט מוסיף געווען "ווער עס קען דאס אויך נישט.... איז בכלל קיין רבי נישט".
קוקט אויס אז עס איז לייכטער פון רוח הקודש
כ'פארשטיי צו ביידען, ווי א קיה צו הייווען, אבער כ'טו גלייבן
נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 987
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

ווען דער הייליגער ישמח משה איז געוועהן רב אין די שטאט שינאווא האט א גביר א חסיד מיטן נאמען ר' יעקב חסיד געשיקט א שאכטל טאבאק צום הייליגן חוזה מלובלין, ער האט דאס געשיקט מיטן ישמח משה וואס איז דאן געפארן קיין לובלין, אויפן וועג האט זיך דער יש"מ געטראכט, אז חז"ל זאגן המביא דורן לת"ח כאילו הקריב ביכורים, שטייט נישט נותן ס'שטייט המביא, נו אויב אזוי איז ער דאך א מביא וואס ברענגט ביכורים, אנקומענדיג צום הייליגן חוזה דער חוזה האט איבער גענומען די מתנה און א שמעק געטאהן דעם טאבאק האט זיך דער חוזה אנגערופן, אה א ריח פון ביכורים,
(יטב לב תולדות)
(קרעדיט: שאץ מאץ)
טעמו וראו כי טוב השם
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 987
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

געהערט פון שאצע רבי הרה"צ ר' יודל מאסקאוויטש פון אנטווערפן שליט"א
ווען די קרעטשניפע רבי זצ"ל פלעגט קומען קיין אנטווערפן איז ער אלץ געקומען פאר איין שחרית און די שאצע ישיבה, נאכן דאווענען פלעגט ער רעדן אפאר ווערטער פאר די בחורים און טיילען לקח.
פאר צוויי יאר צירוק די לעצטע מאל ווען ער איז דארט געווען - פארציילט די שאצע רבי - איז ביי שטילע שמו"ע ווארטענדיג אויף קרעטשניפע רבי זאל אויסטרעטן, עס האט געדויערט אפאר מינוט, האט דערווייל די שאצע רבי ארויס גענומען א דברי יחזקאל החדש און געגעבן א מיש אויף אריינבליקענדיג, שטייט דארט אזוי, "יום קדוש הוא מבואו ועד צאתו" עפעס א גאנצע תורה, תמצית: אז צי קענען רעדן מוסר פאר א עולם דארף מען זיין א קדוש פון אנפאנג ביזן סוף, טראכט די שאצע רבי ביי זיך, געוואלד, נא ווי קען ער רעדן שטענדיג פאר די בחורים וכו', האט ער געטראכט ביי זיך אה א גיטע געלענגענהייט, ער וועט דאס פרעגן שפעטער ביי די שמועס פון קרעטשניפע רבי, וואס טיט מען מיט דעם דברי יחזקאל, אזוי ביני לביני האט קרעטשניפע רבי שוין אויסגעטרעטן און די בעל תפלה האט אנגעהויבן הויכע שמו"ע.

נאכען דאווענען האט זיך דער עולם געזעצט די צוויי רבי'ס און די בחורים צום טיש, און קרעטשניפע רבי פאנגט אן אזוי "איך האב אמאל געהערט פון ר' איציק'ל זצ"ל אז ער האט געהערט פון שיניאווע רב זצ"ל א פשט אזוי, יום קדוש הוא מבואו ועד צאתו, אז צי קען קענען זאגן מוסר דארף מען זיין א קדוש פון אייביג אן, נא אויב אזוי -גיט ער א קיק אויפן שאצע רבי- ווי קענען מיר מוסר זאגען?!, נאר האב איך געטראכט קען זיין די גמרא זאגט דאך אז ישראל קדושים הם ווייל.... (ער האט נישט אוטיסגעפירט די גמרא דארט אין ישיבה) נא, די קדושה האט מען דאך קען מען זאגען" און אזוי האט ער ממשיך געווען א מוסר שמועס פאר די בחורים דארט...
זי"ע
טעמו וראו כי טוב השם
אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך cano »

ר' יעקעלע: די ווארט גייט הוא אשר דיבור לעם סגולתו, דער שיניאווער רב דאכט זיך זאגט נישט דיבור א לשון פין א רעדנער, ער זאגט דיבור פין די לשון דבר אחד לדור, רש"י פר' פנחס, פין די לשון פין פירען, ווער קען פירען נאר דער וואס איז שמור לקדשו מבואו ועד צאתו.

(מיר זאגען עס יעדע שבת ביי די זמירות פין כל מקדש שביעי)
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 987
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

כבוד ר' קענוי הי"ו
איך האב נישט אזוי מדייק געווען אינעם ווארט פונען שיניאווער רב זי"ע, פשוט די אינטערעסאנטקייט פון די עפיזאד האט מיך געכאפט, און דאס האב איך מדייק געווען די פינקטליכקייט דערפון, אבער נאך דיין הערה דערמאן איך מיך אז בערך טאקע אזוי איז די ווארט פון הרה"ק משיניאווא,
טעמו וראו כי טוב השם
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”