רבי אהרן רוקח מבעלזא זצ"ל - כ"א אב תשי"ז

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

החריף
שר חמישים ומאתים
תגובות: 466
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 20, 2009 4:31 am

תגובהדורך החריף » מאנטאג מארטש 23, 2009 12:42 am

וואס הייסט א חידוש, ער קען דאס נישט גלייבען?

נחמן נתן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3944
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » מאנטאג אוגוסט 10, 2009 10:30 am

ארויפגעברענגט לכבוד יומא דהילולא קדישא [נ"ב] הממשמש ובא.
לחיים ולברכה!

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4550
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מאנטאג אוגוסט 10, 2009 10:54 am

ב"ה
הנה בהתקרב יום הילולת מרן הקדוש זי"ע אשר שמו בקרבי, נעם איך דאס מאל מיין פעדער אין האנט ארויס צו ברענגען מיין מחשבה וואס איך האב געטראכט לרגל ההילולא קדישא וואס מיר האפן אז בו ביום וועט נשפע ווערן השפעות חסדים ורחמים בכו"פ.

ס'דא זייער א שטארקע הגדרה פונעם חזון איש, ס'איז געדרוקט אין אור הצפון חודש אב תשס"ח געברענגט פון עטליכע מקורות מוסמכים, אז מען האט אמאל געשמועסט ביים חזון איש אין שטוב בנוגע דער זמן הדלקת נר חנוכה, האט זיך א מאן דהוא אנגערופן אז דער בעלזער רב צינדט זייער שפעט, דער חזון איש האט געהערט און געבליבן שטיל און גארנישט געזאגט, נאך עטליכע מינוט שווייגן האט ער זיך געגעבן א רוף אהן: במופלא ממך אל תדרוש, ובמכוסה ממך אל תחקור.

מען הערט אויפן רב ז"ל פילע הגדרות, דאס איז חוץ פון די סיפורים ועובדות וועלכע רעדן פון זיך אליין, וואס אלע פון זיי הצד השוה שבהם ברענגען ארויס דעם איינעם חידוש אז אזא זאך זאל האבן תופס מקום געווען אויף דער וועלט אין א גוף, (ס'איז אפשר בבחינת וואס דער טריסקער מגיד זאגט אויף זיין טאטע דער טשערנאבילער מגיד, אז ער האט זוכה געווען מזכך צו זיין זיין גוף און עס ארויף הייבן צו א בחינה פון נשמה לנשמה עי' גם בבאר מים חיים בפרשת בראשית המדבר מענין זה).

אבער דער הגדרה פונעם חזון איש, נעמט מיר ארויס פון גלייך געוויכט, דאס איז א בחינה פון ראוים הדברים למי שאומרם, פארוואס? ווייל דער חזון איש איז נישט קיין חסיד וועלכע האבן מיט זיך דער חלק ההפלגה אויף רבי'ס, דאס האט געזאגט דער חזון איש, וואס זיין אפטייטש אויף א חז"ל איז מיט אן אמת, און ער וואלט מיט דעם מתיר געווען אן עגונה.

נאך א זאך, איז דאס וואס איך האב געזעהן אינעם יעצטיגער אור הצפון שרייבט דארט אריין איינער א מכתב, אז זיין שווער ר' דוד זינגער (יערעסלאווער) האט געהאט א חזקה צו שיקן צום רב א געוואוסע 'סירופ' וואס מען האט זיך געפירט אין בעלזא דאס צו טרינקען ביי שלש סעודות, איינמאל האט דער רב געפרעגט פון די משמשים צו מען האט דאס איבער געזייעט 3 מאל, אזוי איז געווען דער מנהג אז מען האט דאס איבער געזייט 3 מאל, האט מען געזאגט אז לכאורה יא, ר' דוד איז דאך א בעלזער חסיד און ער ווייסט פון דער מנהג, אבער דער רב האט אזוי איבער געפרעגט עטליכע מאל, האבן זיי שפעטער איבער געפרעגט ר' דוד, האט זיי ר' דוד געזאגט אז יא ער האט עס איבער געזייעט 3 מאל כנהוג, האבן די משמשים פארציילט אז דער רב האט אזוי איבער געפרעגט עטליכע מאל, האט זיך ר' דוד געכאפט אז דאס מאל האט ער עס געגעבן פאר א צווייטן אויך א בעלזער חסיד אז יענער זאל דאס איבער זייען, און יענער איז אויף געקומען אויף א פאטענט, אז אנשטאט עס עקסטער איבער צו זייען 3 מאל, האט ער גענומען 3 שמאטעס איינס אונטער די אנדערע און עס אזוי איבער געזייעט.

ס'איז א חידוש נפלא הפלא ופלא, מ'רעדט דאך דא פון א מנהג, און מען האט מקיים געווען דער מנהג, אבער פונדעסטוועגן וויבאלד ס'איז ס'איז נישט געטוהן געווארן ווי מ'פעלגט עס טוהן האט עס דער רב מרגיש געווען.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1292
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

תגובהדורך פרעגער » דינסטאג אוגוסט 11, 2009 9:43 am

שאץ מאץ האט געשריבן:מען זאגט אז דער בעלזא רב מהר"א, האט געהאט א טשערבנאבילער צורה,
אויסער דעם וואס ער האט געטראגן א טשערנאבליער נאמען "אהרן" אלץ אייניקל,
האט ער געהאט אסאך שטריכן פון טשערנאביל

דער הייליגער בעלזא רב זצ"ל פלעגט זאגן אז ער הייסט נאך זיין זיידן דער גרויסער ר' אהרן פון קארלין זצ"ל (וואס אויך ר' אהרן טשערנאבילער זצ"ל האט געהייסן נאך איהם)
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט

badatz
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 17, 2008 5:28 pm

תגובהדורך badatz » דינסטאג אוגוסט 11, 2009 9:50 am

פרעגער האט געשריבן:
שאץ מאץ האט געשריבן:מען זאגט אז דער בעלזא רב מהר"א, האט געהאט א טשערבנאבילער צורה,
אויסער דעם וואס ער האט געטראגן א טשערנאבליער נאמען "אהרן" אלץ אייניקל,
האט ער געהאט אסאך שטריכן פון טשערנאביל

דער הייליגער בעלזא רב זצ"ל פלעגט זאגן אז ער הייסט נאך זיין זיידן דער גרויסער ר' אהרן פון קארלין זצ"ל (וואס אויך ר' אהרן טשערנאבילער זצ"ל האט געהייסן נאך איהם)

ב''ה
זה לא אמר המהר''א רק המהרי''ד שהעולם חושבים שנתתי את השם אחר הרה''ק ר' אהרן טשערנאבלער[
[שהמהרי''ד הי' חסיד שלו באופן מופלא שממ''ש כל יום דיבר ממנו כעדות מהר''א] רק נתתי אחר הרה''ק ר'
אהרן קארלינער כיון שהוא מסר נפשו בעד כלל ישראל .

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2865
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » דינסטאג אוגוסט 11, 2009 10:24 am

אין שיח זקינים ברענגט ער א מורא'דיגר סיפור וואס דער טעפליקער רב זצ"ל פלעגט צי פארציילען,
ווען דער רב ז"ל איז ארויף געקומען קיין א"י בשנת תש"ד איז ער כידוע געפארן דורעך די יבשה בעת ער איז אנגעקימען קיין לבנון דאכט זיך האט אים דארט מקבל פנים געווען א מקורב פון אינדערהיים אבער יענער איז געווען אן אדוואקאט אין נישט געהאט דעם חסידישען רעספעקט, איז פרעגט ער דעם רב וואס מאכט דער משפחה (וואס ליידער אלע זענען אימגעקימען אין קיינער איז נישט געבליבן ל"ע)
האט דער הייליגער בעלזער רב גענטפערט פון דעם וויל איך נישט רעדן כדי עס זאל נישט אויסזעהן ווי כבין מהרהר אחר מידותיו ב"ה
דער טעפליקער רב ווען ער פלעגט דערציילען דעם סיפור פלעגט עס וויינען אין זאגען א מענטש זאל זיך אזוי דערהייבן ווי די מלאכי השרת אן קיין שום מענטשליכע נגיעות!!

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9192
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דינסטאג אוגוסט 11, 2009 12:04 pm

שמעתי סיפור אתמול שזיזע קצת אותי
הה"ק מבעלזא שדרכו היה להתפלל במאוחר כידוע, ובמהירות, פעם חיפשו עבורו מנין לתפלת ערבית, פגשו ומצאו אחד בשוק שלא התפלל עדיין, כשקראו אותו אזי התחיל הה"ק בנעימה קדושה בקול שיר המעלות הנה ברכו את ה' כל עבדי ה' העומדים בבית ה' בלילות (בתנועה הידועה של נוסח בעלזא), [אם כי דרכו היה להתפלל במהירות למעלה מהשגת אנוש אמנם פסוק הראשון אמר בקול], האיש ההוא פרץ בבכי, ונימק 'מעולם עד עתה לא ידעתי שבפסוק הזה ישנם שלש שמות הקדושים'............

אגב, לכו נא וראו הדיבורים הקדושים מה שכותב רביה"ק מסאטמאר על הה"ק מבעלזא זיעועכי"א בספרו הקדוש ויואל משה מאמר שלש שבועות אות קנא ד"ה וכבר אמרתי, וברור שכיוןן אליו למי שעיניו בראשו, והדברים שם מדהימים

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25138
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג אוגוסט 11, 2009 12:10 pm

יהי',
ווער האט געזאגט 'מעולם עד עתה לא ידעתי שבפסוק הזה ישנם שלש שמות הקדושים'? דער איד המצרף, הייסט דאס אז די ווערטער פונעם רב האבן יורד געווען לחדרי בטנו? איך וויל פשוט זיכער מאכען אז איך פארשטיי דעם תוכן הסיפור.

אגב, דער הייליגער צאנזער רב פלעגט דאווענען מעריב מיט א גרויס התעוררות, דער אריינפיר דערצו איז געווען דער קול אדיר וחזק אויף די ווערטער 'יומם יצוה ה' חסדו ובלילה שירה עמו תפלה לק-ל חיי' וואס האט נוקב געווען א יעדן רעכטדענקענדער פארשוינ'ס חדרי הלב.

אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1292
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

תגובהדורך פרעגער » דינסטאג אוגוסט 11, 2009 12:43 pm

פעם התפלל האדמו"ר מהר"א זצ"ל תפילת ערבית ביום כ"ז אלול בבנין בית היתומים דיסקין בירושלים, לכאורה זה הי' לפני עריכת השולחן לרגל יו"ד קדישא של השר שלום זי"ע, ואחר שיר המעלות התחיל כ"ק ז"ל קדיש, באמרו: יתגדל ויתקדש שמי' רבא, ושתק לכמה רגעים, ואחר כך התחיל לצעוק: אוי וויי וואו בין איך דא?!
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9192
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דינסטאג אוגוסט 11, 2009 12:57 pm

מיללער האט געשריבן:יהי',
ווער האט געזאגט 'מעולם עד עתה לא ידעתי שבפסוק הזה ישנם שלש שמות הקדושים'? דער איד המצרף, הייסט דאס אז די ווערטער פונעם רב האבן יורד געווען לחדרי בטנו? איך וויל פשוט זיכער מאכען אז איך פארשטיי דעם תוכן הסיפור.

יא, האסט גיט פארשטאנען, דער איד המצרף האט דאס געזאגט

badatz
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 17, 2008 5:28 pm

תגובהדורך badatz » דינסטאג אוגוסט 11, 2009 1:02 pm

פרעגער האט געשריבן:פעם התפלל האדמו"ר מהר"א זצ"ל תפילת ערבית ביום כ"ז אלול בבנין בית היתומים דיסקין בירושלים, לכאורה זה הי' לפני עריכת השולחן לרגל יו"ד קדישא של השר שלום זי"ע, ואחר שיר המעלות התחיל כ"ק ז"ל קדיש, באמרו: יתגדל ויתקדש שמי' רבא, ושתק לכמה רגעים, ואחר כך התחיל לצעוק: אוי וויי וואו בין איך דא?!

ב''ה
הרב לא התפלל מעולם מעריב בדיסקין.
הרב לא ערך טיש ביוד''ה של האדמו''ר הראשון
הרב לא התפלל לפני העמוד ולא אמר קדיש בכ''ז אלו''ל רק נתן לקח אין ברוינפען אחר מעריב .
הרב ערך טיש של יאהרצייט רק בכ''ג שב''ט וכ''ב חשוון .
לקח אין ברוינפען נתן הרבה פעמים וגם ביאהרצייט של זקינותיו הרעבעצין'ס .וכמובן בכ''א אד''ר יאהרצייט
של אימו הצדיקת
..................................נקודה.......................................
לעצט פאראכטן דורך badatz אום דינסטאג אוגוסט 11, 2009 1:12 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

badatz
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 17, 2008 5:28 pm

תגובהדורך badatz » דינסטאג אוגוסט 11, 2009 1:02 pm

..................................נקודה.......................................
לעצט פאראכטן דורך badatz אום דינסטאג אוגוסט 11, 2009 1:14 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9192
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דינסטאג אוגוסט 11, 2009 1:14 pm

בכלל פארשטיי איך נישט די מעשה, כהאב שוין געזעהן אסאך מענטשן שרייען 'ווי בינעך דא' ואני בער ולא מבין.
הרב ביד"ץ, א יוד וואס האט געלעבט בדורו פון דעם צדיק, אפשר טיילט איר מיט אונז מיט משהו

אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1292
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

תגובהדורך פרעגער » דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:44 pm

ווי עס זעהט מיר אויס איז אז עס זענען שוין אריבער 50 יאהר זינט די הסתלקות פון כ"ק האדמו"ר מהר"א מבעלזא זי"ע, און די חסידי בעלזא קוקן שוין נישט אזוי ארויף אויף זייער הייליגן רב זכרונו לברכה אלץ א הימל איד, נאר מען הייבט אהן פרובירן צו פארענטפערן זיינע מנהגים והליכות קודש אז עס זאל שטימען על פי הלכה, און זוכן צו טרעפן כאטש עפעס א מקור אויף זיינע התנהגות.
די חסידי בעלזא/מחנובקה האבן שוין אויף דעם ארויס געגעבן די שולחן רבותינו.
און יעצט קומען די חסידי בעלזא אין זייער אויסגאבע אור הצפון פון דעם חודש מיט א נייעם פרק:
"יסודתו בהררי קודש" יסודו ומקורו של מנהג, ביאורים ובירורים - אסופה ראשונה על אורחות כ"ק מרן אדמו"ר מהר"א זי"ע בעניני ברכות.
ער פיהרט אויס אינעם הקדמה 'מי יעמוד בעומק סודו', אבער פארט זאגט ער 'הבה נעיין קצת באורחותיו'
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9192
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:50 pm

פראגער
איך האב דאס געוואלט ארויס ברענגען אלס א רעקאציע צום חזו"א'נס הגדרה הנ"ל 'במופלא ממך אל תדרוש וכו'', דאס התנהגות פון בעלזא רב זי"ע איז נישט שייך נאכצימאכן אדער נאכקריכן דערויף.
דאס האבעך יא געהערט אז בעלזער רב זי"ע האט זיך אויסגעדרוקט פאר איינעם (כהאב שוין פארגעסן פאר וועם), 'איך בין נישט קיין פרומער, דער טאטע האט מיר געזאגט איך זאל נישט זיין קיין פרומער, אלעס וואס איך טו האט א מקור, און [דאס געדענק איך שוין נישט פינקטליך, צו בעלזער רב האט דאס אליינס געזאגט אדער יענער שומע האט דאס געזאגט] וואס איך טו שטייט אין מעבור יבק'.
עניוועי, אז פראגער האט דאס שוין געזאגט, כבר הקדימני.

badatz
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 17, 2008 5:28 pm

תגובהדורך badatz » דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:52 pm

ב''ה
טייערער הרב פרעגער
געלויבט השי''ת אז דוא אדער דיינס גלייכע זענען נישט געווען מיינע רבי'ס .
ווייל דו האסט נישט צו א גלייכן קאפ.

אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1292
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

תגובהדורך פרעגער » דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:56 pm

סיפר לי הרה"צ מראדוויל מאנסי שליט"א, ששמע זאת מפי בעל העובדא בעצמו.
הי' פעדלער בתל אביב שהי' מוכר ביצים וכדומה, והי' סוחר ורוכל עם אופניים (בייק בלע"ז), במשך הימים הצליח לרכוש קא"ר, ונכנס להאדמו"ר מבעלזא לבקש ברכתו.
אמר לו האדמו"ר, ראשית תיזהר לציית לחוקי המשטרה במהירות הנסיעה וכדומה, זאת ועוד תעשה הכנסת אורחים עם הרכב להסיע אנשים ולתתם טרעמפי"ס והיטשע"ס וזהו סגולה לשמירה על הדרכים.

שמעתי מהרה"ח ר' משה טובי' גרינצווייג ע"ה (שטריימל מאכער), פעם הציע להאדמו"ר מבעלזא לעזותו שטריימל חדש, השיב האדמו"ר: ווי קען מען אנטוהן א נייע שרטיימעל, ס'איז דאך נישט שלום אויף דער וועלט!!!
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט

אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1292
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

תגובהדורך פרעגער » דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:59 pm

יהיה כן האט געשריבן:פראגער
איך האב דאס געוואלט ארויס ברענגען אלס א רעקאציע צום חזו"א'נס הגדרה הנ"ל 'במופלא ממך אל תדרוש וכו'', דאס התנהגות פון בעלזא רב זי"ע איז נישט שייך נאכצימאכן אדער נאכקריכן דערויף.
דאס האבעך יא געהערט אז בעלזער רב זי"ע האט זיך אויסגעדרוקט פאר איינעם (כהאב שוין פארגעסן פאר וועם), 'איך בין נישט קיין פרומער, דער טאטע האט מיר געזאגט איך זאל נישט זיין קיין פרומער, אלעס וואס איך טו האט א מקור, און [דאס געדענק איך שוין נישט פינקטליך, צו בעלזער רב האט דאס אליינס געזאגט אדער יענער שומע האט דאס געזאגט] וואס איך טו שטייט אין מעבור יבק'.
עניוועי, אז פראגער האט דאס שוין געזאגט, כבר הקדימני.


דער בעלזא רב האט געזאגט: אז מ'וועט לערנען וועט מען זעהן אז אלעס שטייט!!

אבער מ'דארף וויסן ווי אזוי אפצולערנען, ווער האט דען פארשטאנען וואס דער בעלזא רב האט געטוהן? פון זיינע אלע משמשים - וואס זיי האבן צוגעזעהן זיין עבודת הקודש פון די נאהנט 24 שעה א מעת לעת בלי הפסק, וויפיל האבן פארשטאנען וואס ער טוהט? צוויי אדער אפשר דריי....
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9192
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דינסטאג אוגוסט 11, 2009 3:16 pm

badatz האט געשריבן:ב''ה
טייערער הרב פרעגער
געלויבט השי''ת אז דוא אדער דיינס גלייכע זענען נישט געווען מיינע רבי'ס .
ווייל דו האסט נישט צו א גלייכן קאפ.


הרב ביד"ץ
ווי אזוי שרייבט איר נאר דא ערגעץ אין שכינות.
אבער נאר פאזיטיוו..........

אוועטאר
זעליג
שר חמש מאות
תגובות: 640
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 26, 2008 4:35 am

תגובהדורך זעליג » דינסטאג אוגוסט 11, 2009 3:20 pm

דארט איז סאטמאר דא איז בעלז...

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9192
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דינסטאג אוגוסט 11, 2009 3:26 pm

אין דעם קרעטשניפער אשכול איז געווען א מדובר וועגן א טיש אויף וואס הה"ק מבעלזא האט עוסק געווען עבודתו בקודש דערויף, גאנץ אינטרעסאנטע ענינים, וואלט כדאי געווען עס הערציברענגען, נו גבאים.

אוועטאר
שטיקל גבאי
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 06, 2008 11:16 am
לאקאציע: אין גבאי שטיבל

תגובהדורך שטיקל גבאי » דינסטאג אוגוסט 11, 2009 3:30 pm

סוואלט געווען כדאי אויס צורעכענען די משמשים וגבאים פון רב ז"ל, און אויך וועלכע יאר זיי זענען געווען.
ובזה החלי:
הרב אהרן מרדכי רוטנער
שלום פויגעל
משה טובי' גרינצווייג
די איבעריגע לאז איך איבער פאר ווער עס קען.
משב"ק קהילתינו הקדושה והגלילות יצ"ו

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2865
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » דינסטאג אוגוסט 11, 2009 3:37 pm

,,,
לעצט פאראכטן דורך יאסל אום דינסטאג אוגוסט 11, 2009 3:39 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

badatz
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 17, 2008 5:28 pm

תגובהדורך badatz » דינסטאג אוגוסט 11, 2009 3:38 pm

שטיקל גבאי האט געשריבן:סוואלט געווען כדאי אויס צורעכענען די משמשים וגבאים פון רב ז"ל, און אויך וועלכע יאר זיי זענען געווען.
ובזה החלי:
הרב אהרן מרדכי רוטנער
שלום פויגעל
משה טובי' גרינצווייג
די איבעריגע לאז איך איבער פאר ווער עס קען.

ב''ה
דוא מישט..מיש נישט
הרה''ח המופלג ר' שלום זצ''ל פויגעל הי' גבאי ולא משמש
ולפניו הי' ר' הילל ווינד שהי' בארה''ק עוד לפני המלחמה וכשמרן
בא ממילא נעשה גבאי .
השאר היו משמשים
ר' ישראל קלאפהאלץ
ר' משה טובי'
ר' ישראל מנהיים
ר' הערש וואלף פרידמן
ר' יוסף לעווי
ר' יחיאל הירש
ר' יצחק לנדא
ר' בנימין גרוסמן
ר' אהרן דייטש
ועוד
ועוד

badatz
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 17, 2008 5:28 pm

תגובהדורך badatz » דינסטאג אוגוסט 11, 2009 3:41 pm

יאסל האט געשריבן:
שטיקל גבאי האט געשריבן:סוואלט געווען כדאי אויס צורעכענען די משמשים וגבאים פון רב ז"ל, און אויך וועלכע יאר זיי זענען געווען.
ובזה החלי:
הרב אהרן מרדכי רוטנער
שלום פויגעל
משה טובי' גרינצווייג
די איבעריגע לאז איך איבער פאר ווער עס קען.

הילל ווינד
אורטנער
יצחק לונדאו

אורטנער לא הי' גבאי
ר' בעריש השתדל הרבה בההצלה כמבואר בדבר חן פעולותיו
ובנו ר' משה הי' שר האוצר של מרן משנת תש''ח עיין בפאר משה
והילל הי' גבאי עד שנת תש''ח-ט שאז החליפו הרה''ח ר' שלום פויגל


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט