רבי אהרן רוקח מבעלזא זצ"ל - כ"א אב תשי"ז

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אור הצפון
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 04, 2014 9:05 am

תגובהדורך אור הצפון » מיטוואך אוגוסט 08, 2018 1:50 am

אץ קוצץ האט געשריבן:
קלאר מאכן האט געשריבן:
געדיך אוואש האט געשריבן:
מומחה יוחס האט געשריבן:איך האב געהערט פין איינעם אז אין ענקערע קובץ אור הצפון איז דא א געוואלדיגע באשרייבונג אין סיפורים פין א בעלזער חסיד פין וויליאמסבורג, א גרויסן תלמיד חכם, מיטן נאמן ר' יוסף שטייכל.
[איך האב איהם גראדע איינמאל געזעהן, גייעדיג אין די גאסן פין וויליאמסבורג שוין פאר אסאך יארן צוריק, אויסגעזעהן האט ער ווי א גאר א איידעלע איד.]

וואלט איך געקענט באשטיין אז איינער פין ענק זאלן דא ארויף לייגן אויב איז שייך צו מהנה זיין דער גאנצע עולם...

אור הצפון?? כאניש געוואוסט אז ס'קומט נאך ארויס.

יא, ר' יוסל שטייכל האט געהאט אסאך צו פארציילן, דענק איך נאך ווען ער איז געקומען געבן א שמועס פאר די בחורים ביי אונז אין ישיבה גדולה אין בני ברק.
בעיקר האט ער געהאט אסאך צו דערציילן פון פריערדיגן רב ז"ל, ער האט דעמאלטס געלערנט בחברותא אין בעלזא מיט ר' איציקל רוקח זצ"ל און צוליב דעם זוכה געווען צו עפעס א געוויסע התקרבות ביים פריערדיגן רב. ביי דעם רב ז"ל דאכט זיך איז ער שוין נישט געווען צופיל, געלערנט האט ער אין טארניפאל, און נאכן קריג איז אים אויך נישט אויסגעקומען צו פארן, אויב האב איך נישט קיין טעות. אבער געווען גאר א חשוב'ע איד, א מתמיד און תלמיד חכם מופלג, און א מספר נפלא.

האסט נישט געוויסט אז קומט נאך ארויס... זאל איך דיר גלייבן..

אגב ר' יאשע איז יא געוועהן ביי בעלזער רב ז''ל אין ארץ ישראל איינמאל געוועהן דארט פאר א אפאר וואכן אינצווישן אויף די חנוכה טעג אויכט..

ער האט אסאך צו פארציילן אויך פין די בעלזער רב ז''ל....

טאקע א חידוש, ר' יאשע איז נישט געפארען אויף קיין יום טוב צים בעלזא רב ז"ל נאכען קריג.

ער איז יא געפארן צום בעלזער רב אויף חנוכה בערך בשנת תשי"ב, מער האט ער נישט געקענט ווייל ער האט נישט געהאט געלט

יום זה מכובד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 288
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2017 11:03 am

תגובהדורך יום זה מכובד » מיטוואך אוגוסט 08, 2018 5:01 am

אץ קוצץ האט געשריבן:
יום זה מכובד האט געשריבן:
יום זה מכובד האט געשריבן:אין גליון פון רבי משה שטרנבוך שליט"א איז דא אביסל זכרונות פון הרה"ק מבעלזא, בין הדברים ברענגט ער דארטן אז מ'האט געפרעגט בעלזער רב פארוואס האט ער זיך באזעצט אין תל אביב. איך האס עס יעצט נישט פאר די אויגן, אפשר וועט איינער פון די חברים עס אהער ברענגן לתועלת הרבים.

זעה אות ג':
2018-08-07 114058.JPG

איר האט אהערגיברענגט די גאנצע, אדער ס'דא נאך סחורה דארט פין בעלזא ?

דאס איז די גאנצע וואס זיי האבן געדרוקט דארט.

אהרן הלוי
שר חמש מאות
תגובות: 544
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 18, 2018 1:42 pm

תגובהדורך אהרן הלוי » מיטוואך אוגוסט 08, 2018 10:48 am

אץ קוצץ האט געשריבן:
אהרן הלוי האט געשריבן:בספר בקודש פנימה (מתנצל על שזה לא מחסיד מחנובקא) מביא סיפור רוה''ק שהיה עם הגר''מ כאשר נכנס עם הקוויטל הנ''ל שיזכה לחדש חידושי תורה, הכותב שמעו בעצמו מהגר''מ בשעת יציאתו,
וזה הסיפור:
הרב שאל אותו אם סיים ש''ס, ענה שכן, שאלו הרב ''גם תוספות?'', ענה שכן, "גם מסכת זבחים?", אז תפס ר' משה את עצמו שאכן מס' זבחים לא סיים עם התוס'.

ביטע האלטען דעם אשכול ריין פין שטותים/פאליטיק

ר' משה האט געזאגט דעם רב אז ער האט מסיים געווען ש"ס, נישט די רב האט אים גיפרעגט.

זייט מיר מוחל אז איך איך האב אייך, זעט זיך אויס, מצער געווען, איך האב נישט קיין אהנונג וואס אין די וועלט דאס קען האבן מיט פאליטיק, אבער ריכטיג איך וואלט געדארפט מדייק זיין און שרייבן אז דעי פרט האב איך נישט געדענקט צו דער רב האט אים געפרעגט אדער ער האט אליינס געזאגט, בכל אופן קטונתי מלהבין גודל המשמעות שבנקודה זו, כפי שהוא לדעתך.

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2158
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » מיטוואך אוגוסט 08, 2018 4:20 pm

אהרן הלוי האט געשריבן:

ער שרייבט און ענטפערט על הראשון ראשון ועל האחרון אחרון, וד"ל.

אוועטאר
געדיך אוואש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2015 1:33 pm

ווארשא'ווער אויפשטאנד

תגובהדורך געדיך אוואש » מיטוואך אוגוסט 08, 2018 5:59 pm

אינטרעסאנטע אומדערעקטן אויסדרוק פון רב ז"ל איבער די ווארשא'ווער אויפשטאנד, וואס ר' משה שיינפעלד ז"ל ברענגט אין זיין ספר "ואמונתך בלילות".

דאס איז באקאנט אז דער רב ז"ל האט זיך אויסגעדריקט פארן אמרי אמת איבער די "מאטיסאווצעס" וואס ער האט געזען אין קראקא און אין באכניא בל"ק: "אייערע בחורים האבן מקדש געווען שם שמים". ער ברענגט עס מיט א הוספה, אז דער רב ז"ל האט געזאגט "זיי זאגן 'ווארשאווער גבורים'... איך זאג אייך, אייערע בחורים זענען די אמת'ע גבורים... איך האב זיי געזען אין באכניא און אין קראקא, זיי האבן מקדש השם געווען, זיי זענען די אמת'ע גבורים..."

בראשית ברא
שר חמש מאות
תגובות: 932
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 3:16 pm

תגובהדורך בראשית ברא » מיטוואך אוגוסט 08, 2018 9:29 pm

געדיך אוואש האט געשריבן: "מאטיסאווצעס"

סליחה על הבורות, תוכל להאריך עליהם ?

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלף
תגובות: 1909
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » מיטוואך אוגוסט 08, 2018 10:45 pm

איך לייג דא צו א לינק צו דער בלעטל טיב הקהילה
כדי צו ליינען אין עמוד ג' אין ד', דארט זעהט מען פונקטליך וואס די מאטיסאווצעס מיינט, א חבורה פין חשובע גערע בחורים מיט זייערע ראש וואס האבן מקדש שם שמים געוועהן, אין דער בלעטל ברענגט ער אראפ א געוואלד מיט פרטים אין דיטעיל'ס..... אין וועסט קלוגער ווערן.

אגב ברענגט ער אראפ פין בעלזער רב אין דער ברידער דער בילגורייער.... איבער דעם.

http://haredimnet.co.il/user_images/568 ... 7_02am.pdf
参考专家

אוועטאר
געדיך אוואש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2015 1:33 pm

תגובהדורך געדיך אוואש » מיטוואך אוגוסט 08, 2018 11:21 pm

לאזט דאך מיין פילטער נישט אדורך...

וואס ברענגט ער דארט פון בעלזער רב?

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלף
תגובות: 1909
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » מיטוואך אוגוסט 08, 2018 11:33 pm

דא האסטו - האב הנאה
צוגעלייגטע
טיב הקהילה עמ' ג'.PNG
טיב הקהילה עמ' ג'.PNG (211.96 KiB) געזעהן 1070 מאל
טיב הקהילה עמ' ד'.PNG
טיב הקהילה עמ' ד'.PNG (233.78 KiB) געזעהן 1070 מאל
参考专家

אוועטאר
געדיך אוואש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2015 1:33 pm

תגובהדורך געדיך אוואש » מיטוואך אוגוסט 08, 2018 11:35 pm

א שיינעם דאנק!

וואלט אפשר געווען שייך מיט עטוואס א העכערע רעזולאציע?

דעפרעסט
שר חמש מאות
תגובות: 837
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2011 2:51 pm

תגובהדורך דעפרעסט » דאנארשטאג אוגוסט 09, 2018 12:07 am

געדיך אוואש האט געשריבן:אינטרעסאנטע אומדערעקטן אויסדרוק פון רב ז"ל איבער די ווארשא'ווער אויפשטאנד, וואס ר' משה שיינפעלד ז"ל ברענגט אין זיין ספר "ואמונתך בלילות".

דאס איז באקאנט אז דער רב ז"ל האט זיך אויסגעדריקט פארן אמרי אמת איבער די "מאטיסאווצעס" וואס ער האט געזען אין קראקא און אין באכניא בל"ק: "אייערע בחורים האבן מקדש געווען שם שמים". ער ברענגט עס מיט א הוספה, אז דער רב ז"ל האט געזאגט "זיי זאגן 'ווארשאווער גבורים'... איך זאג אייך, אייערע בחורים זענען די אמת'ע גבורים... איך האב זיי געזען אין באכניא און אין קראקא, זיי האבן מקדש השם געווען, זיי זענען די אמת'ע גבורים..."

שיין שיין.

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2158
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » דאנארשטאג אוגוסט 09, 2018 4:06 am

געדיך אוואש האט געשריבן:אינטרעסאנטע אומדערעקטן אויסדרוק פון רב ז"ל איבער די ווארשא'ווער אויפשטאנד, וואס ר' משה שיינפעלד ז"ל ברענגט אין זיין ספר "ואמונתך בלילות".

דאס איז באקאנט אז דער רב ז"ל האט זיך אויסגעדריקט פארן אמרי אמת איבער די "מאטיסאווצעס" וואס ער האט געזען אין קראקא און אין באכניא בל"ק: "אייערע בחורים האבן מקדש געווען שם שמים". ער ברענגט עס מיט א הוספה, אז דער רב ז"ל האט געזאגט "זיי זאגן 'ווארשאווער גבורים'... איך זאג אייך, אייערע בחורים זענען די אמת'ע גבורים... איך האב זיי געזען אין באכניא און אין קראקא, זיי האבן מקדש השם געווען, זיי זענען די אמת'ע גבורים..."

וואס האבן די מאטיסאווצעס מיט די ווארשע אויפשטאנד?

די מאטיסאווצעס זענען געווען א גרופע בחורים וואס זייער ראש, הקדוש הבחור מתתיהו גלמן האבן מקדש ש"ש געווען מיט שטיין שטארק אין די ביטערע טעג, נישט זיך געלאזט רורן א זיז כ"ש, נישט ציגערירט די צלם אלקים, געדאווענט און געפירט אידישקייט ווי אין די גוטע צייטען.

בראשית ברא
שר חמש מאות
תגובות: 932
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 3:16 pm

תגובהדורך בראשית ברא » דאנארשטאג אוגוסט 09, 2018 5:41 am

מומחה יוחס האט געשריבן:דא האסטו - האב הנאה

וועלכע ניגון פון יענקל תלמוד האבן זיי געזינגען , איז באקאנט פאר איינעם?

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2038
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » דאנארשטאג אוגוסט 09, 2018 7:48 am

בראשית ברא האט געשריבן:
מומחה יוחס האט געשריבן:דא האסטו - האב הנאה

וועלכע ניגון פון יענקל תלמוד האבן זיי געזינגען , איז באקאנט פאר איינעם?

כ'ווייס נישט ספעציעל פון יענקל תלמוד'ס ניגונים, אבער סי'ז פארהאן א באקאנטער ניגון פון זיי:

וזהו:

א פייער זאל ברענען
און א רויך זאל נישט גיין
דאס פארשטייט נאר א חסיד אליינס
בלויז פאר דעם אליינס
לוינט זיך א חסיד צו זיין....

אלעס איז דיינס
און גארנישט איז נישט מיינס
צו דעם פארשטייט נאר א חסיד אליינס
בלויז פאר דעם אליינס
לוינט זיך א חסיד צו זיין....

דער ראש פון די חבורה איז געווען א גערער בחור מיטן נאמען 'מתתי' געלמאן', און אויף זיין נאמען האט מען זיי גערופן מאטיציוויסטן

בראשית ברא
שר חמש מאות
תגובות: 932
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 3:16 pm

תגובהדורך בראשית ברא » דאנארשטאג אוגוסט 09, 2018 7:52 am

דאס איז דאך אן אלט ניגון,
איר האט נישט געלייענט די באשרייבונג דא, זיי רעדן פון א ניגון וואס מ'האט געזינגען און געטאנצן פארן געשאסן ווערן עקה"ש, זיי שרייבן דאס איז באקאנט און ס'איז איינע פון יענקל תלמוד'ס ניגונים.

אוועטאר
געדיך אוואש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2015 1:33 pm

תגובהדורך געדיך אוואש » דאנארשטאג אוגוסט 09, 2018 1:58 pm

לחם לשובע האט געשריבן:
געדיך אוואש האט געשריבן:אינטרעסאנטע אומדערעקטן אויסדרוק פון רב ז"ל איבער די ווארשא'ווער אויפשטאנד, וואס ר' משה שיינפעלד ז"ל ברענגט אין זיין ספר "ואמונתך בלילות".

דאס איז באקאנט אז דער רב ז"ל האט זיך אויסגעדריקט פארן אמרי אמת איבער די "מאטיסאווצעס" וואס ער האט געזען אין קראקא און אין באכניא בל"ק: "אייערע בחורים האבן מקדש געווען שם שמים". ער ברענגט עס מיט א הוספה, אז דער רב ז"ל האט געזאגט "זיי זאגן 'ווארשאווער גבורים'... איך זאג אייך, אייערע בחורים זענען די אמת'ע גבורים... איך האב זיי געזען אין באכניא און אין קראקא, זיי האבן מקדש השם געווען, זיי זענען די אמת'ע גבורים..."

וואס האבן די מאטיסאווצעס מיט די ווארשע אויפשטאנד?

לאמיר עס פראבירן מסביר זיין:
"זיי זאגן" - די פרייער און די גרופעס וואס האבן געוויזן סאמפאטיע און שטיצע פארן ווארשאווער אויפשטאנד, דרוקן זיך אויס אויף די יונגען וואס האבן אונטערגענומען די אויפשטאנד מיטן טיטל "ווארשאווער גבורים"... (ווי כאילו עס קומט זיך זיי די טיטל 'גבורים'....) "איך זאג אייך" אז נישט זיי זענען די גבורים, נאר "אייערע בחורים זענען די אמת'ע גבורים..."

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2158
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » פרייטאג אוגוסט 10, 2018 8:52 am

ש'כח פארן מסביר זיין.

עס מיינט נישט אז ער האט געהאלטן קעגן דער ווארשעווער אויפשטאנד, נאר ער האט געזאגט אז זיי זענען נישט די ריכטיגע גבורים, נאר די וואס קעמפן פאר אידישקייט זענען אמת גבור, אזוי ווי די משנה זאגט איזהו גבור וכו', איך מיין נישט אז איינער איז געווען מחולק מיט דעם.

חוץ פון דעם
שר מאה
תגובות: 169
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 10:23 pm

תגובהדורך חוץ פון דעם » פרייטאג אוגוסט 10, 2018 10:01 am

אץ קוצץ האט געשריבן:
געדיך אוואש האט געשריבן:האט אפשר איינער עפעס א ידיעה בנוגע א באזוך פון רב ז"ל אויף קבר רחל?

בעלזא רב איז געווען אין קבר רחל ??

ווערט געברענגט דער חודש אין אור הצפון א בריוו דאכצעך פון ר' הלל ווינד, אדער די פון די בילגריא'ער רב ז"ל ווי ער דערמאנט אז די רב ז"ל איז גוועהען אין קבר רחל.

נ.ב. פאר ווער עס האט נאך די בעלזא פלאם אין זיך, זאל קויפען דער אור הצפון דעם חודש ווי עס איז דא בריוו'ן פלא'דיגע פון בילגריא'ער רב ז"ל, פון גלייך נאך די מלחמה, ווי מען האט נאך געמיינט אז דער רעבעצין פון די רב ז"ל לעבט נאך אין אזוי אויך ר' פניע אוסטילער, אין ער מאכט השתדלות זיי ארויס צו ראטעווען. עיין שם ותמצא נחת.

ישראל אברהם
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 11, 2016 5:31 am

א פייער זאל ברענען

תגובהדורך ישראל אברהם » פרייטאג אוגוסט 10, 2018 10:59 am

scan0001.png
scan0001.png (25.44 KiB) געזעהן 827 מאל

יום זה מכובד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 288
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2017 11:03 am

תגובהדורך יום זה מכובד » מוצ"ש אוגוסט 11, 2018 5:36 pm

כדאי צו עפענען א עקסטערע אשכול איבער די "מאטיסאווצעס".

ישראל אברהם
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 11, 2016 5:31 am

תגובהדורך ישראל אברהם » מוצ"ש אוגוסט 11, 2018 5:54 pm

"מכובד" מכובד מיט פתיחה

משהלע
שר חמש מאות
תגובות: 522
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » מוצ"ש אוגוסט 11, 2018 10:32 pm

די אור הצפון די חודש איז מורא'דיג שיין און תוכן'דיג. געליינט היינט א היבש ביסל.

יום זה מכובד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 288
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2017 11:03 am

תגובהדורך יום זה מכובד » זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:23 am

ישראל אברהם האט געשריבן:"מכובד" מכובד מיט פתיחה

מעולם לא עברתי על דברי חבריי, שאם אומרים לי עלה לדוכן....

אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 473
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

תגובהדורך יוסף פריעדמאן » מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:04 am

חוץ פון דעם האט געשריבן:נ.ב. פאר ווער עס האט נאך די בעלזא פלאם אין זיך, זאל קויפען דער אור הצפון דעם חודש ווי עס איז דא בריוו'ן פלא'דיגע פון בילגריא'ער רב ז"ל, פון גלייך נאך די מלחמה, ווי מען האט נאך געמיינט אז דער רעבעצין פון די רב ז"ל לעבט נאך אין אזוי אויך ר' פניע אוסטילער, אין ער מאכט השתדלות זיי ארויס צו ראטעווען. עיין שם ותמצא נחת.

עס איז גענומען פון קונטרס פרשת גדולת מרדכי, אזוי אויך האט מען געמיינט אויף איינע פון די חתונה גהאטע טעכטער פון הרה"ק ר' משה'לי הי"ד זי"ע מיטן נאמען ראטנבערג, און דערנאך איז מען גיוואר גיווארן אז עס איז א קאזין אירע מיטן זעלזע נאמען.
איינער וואס איז גיראטוועט גיווארן מיטן נאמען יהושע רוקח, און עס האט גהערשט א ספק צו ס'איס הרה"ק מיערוסלב הי"ד זי"ע, אדער איינער פון די רב זכרונו לברכה'ס אייניקלעך.
אזוי אויך האט מען געמיינט אויף נאך צוויי אייניקלעך בחורים אז זיי האבן דורך געלעבט.

אהרן הלוי
שר חמש מאות
תגובות: 544
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 18, 2018 1:42 pm

תגובהדורך אהרן הלוי » מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:15 am

יוסף פריעדמאן האט געשריבן:הרה"ק מיערוסלב זי"ע

ער האט געהייסן ר' שמעון מרילוס, נפטר עוד בחיי מהר"ש מבעלז

צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: א חסיד און 13 געסט