רבי אהרן רוקח מבעלזא זצ"ל - כ"א אב תשי"ז

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

החריף
שר חמישים ומאתים
תגובות: 466
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 20, 2009 4:31 am

תגובהדורך החריף » זונטאג מארטש 01, 2009 6:48 pm

איר מאכט א טעות עס איז דא אויף טעיפ ווי ר' יענקעלע רעדט וועגען זיין נסיעה קיין ארץ ישראל, ער איז געפארען תשט"ז אין ער איז דארט געוועהן אויף חנוכה.
אגב ר' יוסל איז איז אויך געוועהן א שטארקע קאלעשיצער חסיד. (מקורו איז ער געוועהן בעלזא אבער ער האט זיך געהאלטען פאר א שטארקע חסיד פון קאלעשיצער רב זי"ע)

badatz
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 17, 2008 5:28 pm

תגובהדורך badatz » זונטאג מארטש 01, 2009 7:07 pm

החריף האט געשריבן:איר מאכט א טעות עס איז דא אויף טעיפ ווי ר' יענקעלע רעדט וועגען זיין נסיעה קיין ארץ ישראל, ער איז געפארען תשט"ז אין ער איז דארט געוועהן אויף חנוכה.
אגב ר' יוסל איז איז אויך געוועהן א שטארקע קאלעשיצער חסיד. (מקורו איז ער געוועהן בעלזא אבער ער האט זיך געהאלטען פאר א שטארקע חסיד פון קאלעשיצער רב זי"ע)

ב''ה ר' יענקעלע יע אבער נישט ר' איציקל .
אין יאסל גאלדמינצער איז געווען נאר דיא הייליגע טעג נישט חנוכה אין נשט שבועות .אויף שבועות זענען ר' איצקל מיט ר' יענקעלע געווען נאר בשנת תשי''ז .
דעמאלסט איז גאויך געווען דער פאפער רוב אין ר' ישראלטשע קאסאניער אין נאך
אין יאסעל איז נישט געווען א קאלעשיצער חסיד זיין שוואגער ר' חיים דוד גרינבערג מתולדה יא .אבער עהר איז נאך אינדערהיים פין לאהנצעט געפארען
קיין בעלז .דינגסטעך בחינם .

החריף
שר חמישים ומאתים
תגובות: 466
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 20, 2009 4:31 am

תגובהדורך החריף » זונטאג מארטש 01, 2009 7:24 pm

קודם כל איך האב דא קיינמאל נישט געשריבען וועגען ר' איציקל'ס נסיעה קיין בעלזא אין א"י,
איר קריגט אייך מיט א פאקט הערט צו דער טעיפ פין ר' יענקעלע וואס קרן שמואל ישעי' פערקויפט "טיולים" אין דארט זאגט ער אז ער איז געפארען שנת תשט"ז צום בעלזא רב צוזאמען מיט הרה"ח ר' יוסל גאלדמינצער אין ער איז דארט געוועהן אויף חנוכה.
ביטע הערט איבער דעם קאסעט אין נאכדעם וועט איר קענען שרייבען אז איך דינג זיך בחנים.
(איך האב קיינמאל נישט געשריבנן אז ר' יוסל איז נישט געפארען קיין בעלזא, איך האב געשריבן אז ער פלעגט אסאך פארען צום קאלעשיצער רב)

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4592
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מאנטאג מארטש 02, 2009 11:51 am

החריף האט געשריבן:כ"ק אדמו"ר משפשעווארסק שליט"א, דערציילט אלץ ווען זיין זיידע הרה"ק ר' איציקעל זי"ע האט זיך געוואלט אריבער ציען קיין אנטווערפען האט ער געגאנגען פרעגען רבו הק' הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע, אויב וואלט כ"א אדר געוועהן א גוטע דאטום, ווייל ער איז געוועהן א אייניקל פון דער ר"ר אלימלך זי"ע, האט אים דער רב ז"ל גענטפערט ניין ער זאל זיך אריינציען א טאג פריער אזוי זאל ער קענען מאכין דער סיים אין קענען פראווענען דער יומא דהילולא קדישא מיט א קלארע קאפ.

ער האט געפרעגט דעם רב ז"ל צו ער זאל זיך אריבער ציען כ"א אדר האט דער רב געזאגט אז ניין ווייל ס'איז א דבר פשוט אז אין די יארצייט דארף מען דאך לערנען נועם אלימלך,
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

badatz
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 17, 2008 5:28 pm

תגובהדורך badatz » מאנטאג מארטש 02, 2009 12:10 pm

ב''ה
בכלל האט דער רוב נישט געהאלטען אז אין א טאג פין איין יאהרצייט זאל איין אייניקעל טיהן א דבר חדש .
אספר לכם שתי סיפורים
א] שמעתי מהמשב''ק ת''ח ואיש חסיד מופלג ה''ה הרה''ח ר' שלום זצ''ל פויגעל שזכיתי לשמוע ולקבל ממנו
במלוא חפניים .שרבי אחד שאל את הרוב מתי לעשות הנחת אבן הפינה או חנוכת הבית ואמר לרוב שיום הייאהרצייט של אביו הוא בחמשה עשר באב ע''כ רצונו לעשותו ביום הזה והרב אמר לו שלא לעשותו .
ואחר זמן שאל הרוב בחדרו- אם הלה שמע בקולו .
ב] כ''ק אדמו''ר מראחמסטריווקא - ארה''ב שליט''א סיפר לי שהרה''ג בנש''ק ר' משה ז''ל הלברשטאם כתב לו
שלפני חתונתו נכנס להרוב ואמר לו שקבעו זמן החתונה לט' אלול אמר לו הרוב הלא אז הוא יום הייאהרצייט
של זקינותך הרבנית מלכה אשת האדמו''ר הראשון מבעלז שר' משה הנ''ל הי' דור שביעי ממנה ע''כ לא
יעשה אז החתונה ----רק יקדים ---ולא לאחר .כידוע הקפידה ע''ז .

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג מארטש 02, 2009 4:49 pm

א נייע נוסח? "רוב"? האם יש קפידה שלא לכתוב "רב"?

נחמן נתן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3948
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » מאנטאג מארטש 02, 2009 5:45 pm

ולא עוד, רב איז ר"ת: ב'עלזער ר'ב, ולשיטתו פונעם בד"ץ וואס טוט מען מיטן איבריגען וא"ו?
לחיים ולברכה!

badatz
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 17, 2008 5:28 pm

תגובהדורך badatz » מאנטאג מארטש 02, 2009 6:30 pm

נחמן נתן האט געשריבן:ולא עוד, רב איז ר"ת: ב'עלזער ר'ב, ולשיטתו פונעם בד"ץ וואס טוט מען מיטן איבריגען וא"ו?

c
ב''ה
וא''ו איז כידוע ע''פ קבלה המשך . דאס איז ציווייזען אז ס'איז בחסדי השם דא א המשך .דאס איז ע''פ סו''ד .
אבער ע''פ פשטות ---אזוי האבען חסידישע יודען געשריבען --פאר דיקדוק איז געווארען איין ארטיקעל ---קיק אריין אין דיא מכתבים פין דיא
צדיקים האבען זייא געשריבן בדווקא , "המפורסים " מיט איין יוד כדאי ס'זאל נישט זיין בדקדוק .
היינט איז שוין פארגעסען געווארען דיא מלחמה-מערכה- וואס דער ר' ר' הערש מיילעך [יא אזוי האט מען איהם גריפען נישט וויא היינט דער בני יששכר ]האט
געפירט אקייגען דיא פארשאלטענע משכילים וואס האבען געמאכט איין חרבן פין דעם כלל ישראל - .קיק אריין אין דעם ספר פין ידידי הרב ר' נתן שליט''א
ארטנער צווייא בענדער אויף דער ר'ר' הערש מיילעך וואס באשרייבט עס גאנץ פיין מיט מקורות .
איך האף נ''נ האסט דיך בארואיגט.איך האב געווארט אויף דיא שאלה .

פייש קרויז
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 05, 2009 2:17 pm

תגובהדורך פייש קרויז » מאנטאג מארטש 02, 2009 6:38 pm

המפורסים איז צופעליג א ווארט וואס דער יו"ד איז אריינגעפאלן פאר עפעס א סיבה דארט, אבער דאס גייט אן א גוטע פאר הונדערט יאר שוין ולאו דוקא ביי חסידים, אבער אנדערע ווערטער וועסטו נישט טרעפן מ'זאל עס יעדער שרייבן גרייזיג.
אמת די משכילים פלעגן חוזק מאכן פון די חסידים און זייערע ספרים אויף זייער לשון קודש, אבער די חוזק איז געווען דער וועג וויאזוי מ'האט געשריבן, אזוי ווי מ'רעדט געמישט אידיש מיט לשון קודש, אבער א ווארט אויף לשון קודש צוצולייגן איבריגע ווי"ן ווען ס'קומט נישט קיין חולם, זעט מען נישט.

badatz
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 17, 2008 5:28 pm

תגובהדורך badatz » מאנטאג מארטש 02, 2009 7:01 pm

פייש קרויז האט געשריבן:המפורסים איז צופעליג א ווארט וואס דער יו"ד איז אריינגעפאלן פאר עפעס א סיבה דארט, אבער דאס גייט אן א גוטע פאר הונדערט יאר שוין ולאו דוקא ביי חסידים, אבער אנדערע ווערטער וועסטו נישט טרעפן מ'זאל עס יעדער שרייבן גרייזיג.
אמת די משכילים פלעגן חוזק מאכן פון די חסידים און זייערע ספרים אויף זייער לשון קודש, אבער די חוזק איז געווען דער וועג וויאזוי מ'האט געשריבן, אזוי ווי מ'רעדט געמישט אידיש מיט לשון קודש, אבער א ווארט אויף לשון קודש צוצולייגן איבריגע ווי"ן ווען ס'קומט נישט קיין חולם, זעט מען נישט.

ב''ה
אני שמח ליראות שמדקדקים על קוצו של יוד .
וא''ו קטיעא ---הנני נותן לו את בריתי שלום .

החריף
שר חמישים ומאתים
תגובות: 466
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 20, 2009 4:31 am

תגובהדורך החריף » דינסטאג מארטש 03, 2009 3:27 am

באקאנט האט דער רב זי"ע געהאט א גרויסע עבודה צו זאגען גוטס אויף כלל ישראל סניגרון של ישראל
אויב איינער קען צוברענגען אפאר זאכען וואס ער ווייסט.

החריף
שר חמישים ומאתים
תגובות: 466
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 20, 2009 4:31 am

תגובהדורך החריף » דינסטאג מארטש 03, 2009 3:34 am

אין ספר איש אלוקים ווערט געברענגט אז הרה"ק ר' משה מרדכי מלעלוב זי"ע האט געזאגט אז דער איינציגסטער אין דעם דור וואס קען ברענגען משיח איז דער בעלזא רב, ווייל עס שטייט אז משיח וועט קומען וואס איז כולו זכאי (או כולו חייב) אין דער בעלזא רב זעט דאך נישט קיין שלעכט אויף קיין שום איד.
אין דער קובץ אור הצפון ווערט געברענגט ענדליך צו די מעשה, כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א זאגט נאך בשם זיין שווער הרה"ק מסקווירא זצ"ל.

החריף
שר חמישים ומאתים
תגובות: 466
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 20, 2009 4:31 am

תגובהדורך החריף » דינסטאג מארטש 03, 2009 3:35 am

ביטע אויב איינער ווייסט נאך זאל צו שרייבען
יישר כח

badatz
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 17, 2008 5:28 pm

תגובהדורך badatz » דינסטאג מארטש 03, 2009 8:15 am

החריף האט געשריבן:באקאנט האט דער רב זי"ע געהאט א גרויסע עבודה צו זאגען גוטס אויף כלל ישראל סניגרון של ישראל
אויב איינער קען צוברענגען אפאר זאכען וואס ער ווייסט.

ב''ה
דער רב האט נישט געהאט איין עבודה----עהר האט פשוט נישט געזעהן קיין שלעכטס --ע''פ פשטות איז פשט ווייל ס'איז דא איין עולם וואס דארט רירט נישט
אהן קיין שום חטא-או מחשבה רעה -ממילא ווייל דער רב ז''ל איז געווען מקושר ציא דעם עולם האט עהר פשוט נישט געזעהן קיין שלעכטס ---
והדברים עתיקם ולא כאן המקום להאריך בזה -----

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4592
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דינסטאג מארטש 03, 2009 11:57 am

עס איז דא א ווארט וואס דער אלטער סאדיגערער זי"ע האט געזאגט דער חילוק פונעם גרויסער רבי שלום און דער סניגורן של ישראל דער בארדיטשובער רב,
דער בארדיטשובער רב איז געווען א סניגור אזוי ווי אן אדוואקאט ער ווייסט אז זיין קליענט איז באגאנגען אן עוולה אבער ער בעט דעם שופט זאל פארקוקן דערויף, און דאס זענען טאקע די פילע סיפורים וואס מען פארציילט פונעם הייליגער בארדיטשובער רב ווי ער האט מעורר רחמים געווען אויף כלל ישראל,
אבער דער גרויסער רבי שלום ער האט ממתיק געווען די דינים בשרשם, דהיינו אז ער האט בכלל נישט געזעהן קיין חטא.

דאס זעלבע ממש קען מען זאגן אויפן רב ז"ל, זיין סניגוריא איז באשטאנען פון דעם וואס ער האט בכלל נישט געזעהן קיין חטא ווי ס'איז ידועה אז דער רב האט שטענדיג ממתיק געווען דעם דין בשרשם און געזאגט אז ס'נישט געווען קיין חטא בכלל.

כנלע"ד
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

החריף
שר חמישים ומאתים
תגובות: 466
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 20, 2009 4:31 am

תגובהדורך החריף » דינסטאג מארטש 03, 2009 1:15 pm

איז אויב איר קענט ביטע שרייבט אפאר סיפורים ווי מ' האט געזעהן דער עבודה.
יישר כח

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דינסטאג מארטש 03, 2009 6:05 pm

אמאל איז דער בעלזא'ר רב ז"ל געפארן קיין נעמרוב כדי זיך אויסצורוען דארט, און ער איז איינגעשטאנען ביים שוחט פון שטאט, וועלכער האט אים אויפגענומען מיט א געוואלדיגע ליבשאפט, און צוגעשטעלט אלעס וואס ער האט געבעטן אויפ'ן בעסטן אופן.
יארן שפעטער איז דער טאכטער פונעם שוחט ר"ל קראנק געווארן, און די דאקטוירים האבן אויפגעגעבן האפענונג אויף איר לעבן. דער איד האט געשיקט א קוויטל קיין בעלזא צו הרה"ק ר' ישכר דוב און געבעטן מ'זאל אויך מזכיר זיין פאר הרה"ק ר' אהרן זצוק"ל.
אנקומענדיג קיין בעלזא איז גראד געווען ערב יו"ט, און דער שוחט האט אנגעטראפן אַן ערב-יו"ט טומל אין הויף, און פארשטייט זיך אז די טיר פון רבי'ן איז געווען באלאגערט פון טויזנטער אידן, דעריבער האט דער שליח באשלאסן אז אזויווי עס איז א דרינגענדער הזכרה וועט ער קודם אריינגיין צו הרה"ק ר' אהרן זצוק"ל.
ווען הרה"ק ר' אהרן האט געהערט איבער דעם חולנית האט ער פונקט געהאלטן אינמיטן טרינקען א טיי, און אין האנט האט ער געהאלטן א שטיקל צוקער. ער איז געווארן שטארק צוקאכט און אנגעהויבן שפאצירן אין צימער ארום דעם טיש, מורמלנדיג צו זיך עטליכע מאל די ווערטער "יא! ביי זיי האב איך זיך אויפגעהאלטן אין נעמרוב, זיי האבן מיר אזוי ערליך באדינט און מקיים געווען די מצוה פון הכנסת אורחים בשלימות!" צום סוף האט ער זיך אוועקגעזעצט און אנגעוואונטשן א רפואה שלימה.
ווען דער שליח איז אהיימגעקומען איז די חולנית שוין געווען אסאך בעסער, און זי האט פארציילט אז זי איז שוין געווען אין גאר א שמאלן מצב, ווען פלוצלינג האט זי געזען פאר זיך די צורה פון הרה"ק ר' אהרן זצוק"ל, און ער האט איר געגעבן אין מויל א שטיקל צוקער, באלד נאכדעם איז די מצב בעסער געווארן, און אין עטליכע טעג איז זי אינגאנצן צוריק געזונט געווארן.

החריף
שר חמישים ומאתים
תגובות: 466
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 20, 2009 4:31 am

תגובהדורך החריף » דינסטאג מארטש 03, 2009 6:17 pm

יישר כח

החריף
שר חמישים ומאתים
תגובות: 466
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 20, 2009 4:31 am

תגובהדורך החריף » דינסטאג מארטש 03, 2009 6:35 pm

דער רב ז"ל פלעגט זאגען אז מיט אזאך וואס מ' ווערט געבוירען מיט דעם מעג מען זיך גרויס האלטען,
האט ער געזאגט אז ער איז געבוירען מיט דער מדה פון "רחמנות".

badatz
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 17, 2008 5:28 pm

תגובהדורך badatz » דינסטאג מארטש 03, 2009 6:42 pm

החריף האט געשריבן:דער רב ז"ל פלעגט זאגען אז מיט אזאך וואס מ' ווערט געבוירען מיט דעם מעג מען זיך גרויס האלטען,
האט ער געזאגט אז ער איז געבוירען מיט דער מדה פון "רחמנות".

ב''ה
-----נישט גרויס האלטען נאר בארימען --

החריף
שר חמישים ומאתים
תגובות: 466
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 20, 2009 4:31 am

תגובהדורך החריף » דינסטאג מארטש 03, 2009 7:46 pm

איך מיין אז דער שינאווא רב זי"ע האט אמאל געזאגט אויפ'ן רב ז"ל אז דער יצר הרע האט פון אים פארגעסען, אין דער סקווירא רבי הרה"ק ר' יעקב יוסף האט געזאגט אז דער יצר הרע פארגעסט נישט פין קיינעם נאר ער האט געמאכט אז דער יצה"ר זאל פין אים פארגעסען.

badatz
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 17, 2008 5:28 pm

תגובהדורך badatz » מיטוואך מארטש 04, 2009 10:40 am

החריף האט געשריבן:איך מיין אז דער שינאווא רב זי"ע האט אמאל געזאגט אויפ'ן רב ז"ל אז דער יצר הרע האט פון אים פארגעסען, אין דער סקווירא רבי הרה"ק ר' יעקב יוסף האט געזאגט אז דער יצר הרע פארגעסט נישט פין קיינעם נאר ער האט געמאכט אז דער יצה"ר זאל פין אים פארגעסען.

ב''ה
חידושים נפלאים .
אויף דעם זאגט מעהן יעדען טאג המחדש בטובו בכל יום תמיד .

החריף
שר חמישים ומאתים
תגובות: 466
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 20, 2009 4:31 am

תגובהדורך החריף » מיטוואך מארטש 04, 2009 11:47 am

וואס הייסט "חידושים נפלאים"?

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » פרייטאג מארטש 06, 2009 8:21 am

ביי בד"צ איז עס דען א חידוש, אתמהה ?
ועמך כולם צדיקים

badatz
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 17, 2008 5:28 pm

תגובהדורך badatz » פרייטאג מארטש 06, 2009 8:30 am

ביקסאד האט געשריבן:ביי בד"צ איז עס דען א חידוש, אתמהה ?

cwwv
ב''ה
יא


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: מזל מידיע און 10 געסט