רבי אהרן רוקח מבעלזא זצ"ל - כ"א אב תשי"ז

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1292
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

תגובהדורך פרעגער » דינסטאג פאברואר 09, 2010 2:35 pm

farshlufen האט געשריבן:ערשטנס איר האט נישט געזאגט ווער, און צוויטענס, און איר האט זיי געגלויבט?


איהר פרעגט ווער? זענט איהר אפשר פארשלאפן??? די סייט וואס מען האט אונז געשאנקען.
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19743
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג פאברואר 09, 2010 2:47 pm

ווייס איך, אבער אין דעם אשכול האט מען נאר גערעדט פון אן אנדערע סייט.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1292
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

תגובהדורך פרעגער » דינסטאג פאברואר 09, 2010 3:18 pm

farshlufen האט געשריבן:ווייס איך, אבער אין דעם אשכול האט מען נאר גערעדט פון אן אנדערע סייט.


כאפ א בליק וועסטו זעהן אז מען ברענגט אפיהר עטליכע אשכולות, א דאנק יענעם סייט.
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט

נחמן נתן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3948
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » דינסטאג פאברואר 09, 2010 6:02 pm

איך בין נתעורר געווארן ע"י אחד החברים להעמיד הדברים על דיוקן.
דער בילד וואס פרעגער האט געשטעלט איז שוין דיסקוטירט געווארן אין 'מאגרים', און דארט איז מפוענח געווארן אז דאס איז טאקע דער פראוויזנער רב זצ"ל
לחיים ולברכה!

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4594
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דינסטאג פאברואר 09, 2010 8:33 pm

אין תל תלפיות איז דא אן אנדער בילד פונעם פראבינזער רב און עס ענדעלט זייער שטארק צו יענס. דער פראבינזער רב פלעגט אלע יאהרן פארן אויף בעלז פון שבת סליחות ביז נאך די הייליגע טעג, ביז ווען ער איז געווארן רב האט ער שוין מער נישט געקענט פארן אהין. אבער אז ער איז נישט געפארן אויף בעלז האט ער נישט געקענט שלאפן די אלע נעכט זיך דערמאנענדיג זיינע גוטע יאהרן ווען ער האט יא געקענט פארן. ער איז געווען א שטארקער מקורב ביי מרן מהר"י און ספעציעל ביי מרן מהר"ד וועלכע האט זיך משתדל געווען פאר איהם אויף א רבנות אין סאסוב.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

נחמן נתן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3948
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » דאנארשטאג פאברואר 11, 2010 10:04 pm

אין בית מדרש בלא חידוש, כל שכן אונזער נייער אוצר וואס אינהאלט גאר אסאך חידושים.
א פרישען בילד פונעם הייליגן רב זכרונו לברכה!
צוגעלייגטע
PIC_1-P-2371-0.jpg
pic_1-p-2371 (2).jpg
לחיים ולברכה!

אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1292
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

תגובהדורך פרעגער » פרייטאג פאברואר 12, 2010 8:46 am

עס זעהט אויס ווי דער הייליגער רב זצ"ל פארשטאפט זיך די אויערן.
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4594
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » זונטאג פאברואר 14, 2010 3:37 pm

דאס בילד איז אין דרוהוביטש
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

נחמן נתן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3948
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » מיטוואך אפריל 07, 2010 5:17 pm

נאך א בילד פונעם רב ז"ל אונטערוועגענס, אנגעטוהן מיטן ספאָדיק
צוגעלייגטע
Belz Ztl.jpg
לחיים ולברכה!

אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1292
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

תגובהדורך פרעגער » דאנארשטאג אפריל 08, 2010 8:18 am

מעניין לציין, ידוע שמרן מהר"א זצ"ל ברח מבעלזא בליל שמיני עצרת שנת ת"ש אחר ההקפות. לפני הבריחה הי' נידון באיזה מלבושים לברוח, ומרן הי' דן בהנושא - עם השטריימל אי אפשר, הספאדיק והקאלפיק הלא המה מלבושי חול שאין לובשים ביום טוב, ע"כ לבש את הכובע (שכמעט לא הי' לובשו) ואמר: לאמיר זיך אנטוהן די גלות קליידער (נמצא שכובעו הי' פחות לבוש חול מאשר הספאדיק והקאלפיק).
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

תגובהדורך יוסלמאן » דאנארשטאג אפריל 08, 2010 8:54 am

וכמדומה שבתל תלפיות מובא שעל העגלה חזר ללבש השריימעל
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4594
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דאנארשטאג אפריל 08, 2010 10:13 am

מענין לענין איז אינטערעסאנט צו באמערקן אז עס זענען דא וואס האבן געוואלט זאגן אז ביים אנטלויפן האט הרה"ח ר' יודל דובעצקער באגראבן פארשידענע כתבים און אנדערע דברים יקרים און פאר כמה יאהרן האט מען אפגעפונען אייזענע קאסטענעס און ס'געווען פרייליך אז מ'האט געפונען אן אוצר, למעשה דברים ככתבם אין תל תלפיות ווייזט אויס אז גופא דעובדא איז געווען אז ר' יודל האט איינגעפאקט די זאכן מיטצונעמען און ס'קיינמאל נישט באגראבן געווארן. ממילא איז שוין קיין חידוש נישט פארוואס מ'האט געפונען די אייזענע קאסטענעס ליידיג......
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1292
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

תגובהדורך פרעגער » דאנארשטאג אפריל 08, 2010 10:18 am

יוסלמאן האט געשריבן:וכמדומה שבתל תלפיות מובא שעל העגלה חזר ללבש השריימעל


לא על העגלה רק על הבַּאן.
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט

אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1292
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

תגובהדורך פרעגער » דאנארשטאג אפריל 08, 2010 10:20 am

בן בוזי האט געשריבן:מענין לענין איז אינטערעסאנט צו באמערקן אז עס זענען דא וואס האבן געוואלט זאגן אז ביים אנטלויפן האט הרה"ח ר' יודל דובעצקער באגראבן פארשידענע כתבים און אנדערע דברים יקרים און פאר כמה יאהרן האט מען אפגעפונען אייזענע קאסטענעס און ס'געווען פרייליך אז מ'האט געפונען אן אוצר, למעשה דברים ככתבם אין תל תלפיות ווייזט אויס אז גופא דעובדא איז געווען אז ר' יודל האט איינגעפאקט די זאכן מיטצונעמען און ס'קיינמאל נישט באגראבן געווארן. ממילא איז שוין קיין חידוש נישט פארוואס מ'האט געפונען די אייזענע קאסטענעס ליידיג......


מאן יימר אז ס'געווען ליידיג, אולי זענען דארט פארהאן חפצים אדער כתבים אדער גאר אנדערע ספרים, וואס מ'האט מורא שיקפצו עליו מערערים..... לפי השמועה האט מען דאך עפעס אימפארטירט קיין אנטווערפן.....
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט

אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1292
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

תגובהדורך פרעגער » דאנארשטאג אפריל 08, 2010 10:26 am

בן בוזי האט געשריבן:מענין לענין איז אינטערעסאנט צו באמערקן אז עס זענען דא וואס האבן געוואלט זאגן אז ביים אנטלויפן האט הרה"ח ר' יודל דובעצקער באגראבן פארשידענע כתבים און אנדערע דברים יקרים און פאר כמה יאהרן האט מען אפגעפונען אייזענע קאסטענעס און ס'געווען פרייליך אז מ'האט געפונען אן אוצר, למעשה דברים ככתבם אין תל תלפיות ווייזט אויס אז גופא דעובדא איז געווען אז ר' יודל האט איינגעפאקט די זאכן מיטצונעמען און ס'קיינמאל נישט באגראבן געווארן. ממילא איז שוין קיין חידוש נישט פארוואס מ'האט געפונען די אייזענע קאסטענעס ליידיג......


העיקר חידוש בנושא זה, הוא: שהרה"ח יודל דובעצקער (מעלבער) אף פעם לא דיבר מארונות אלו ולא סיפר מאומה לבניו, רק הרה"ח ר' שמואל פארגעס סיפר הדברים לפני כעשר שנים לכמה אברכים, והם הלכו לחפור - ויחפשו ומצאו???? ואני שמעתי מא' מאברכים האלו שהי' שם שבעצם הם לא ראו את הארונות רק ר' אלימלך שוחט מלעמבערג עזר להם בכל הענין, והם היו מוכרחים לעזוב את האזור מפני האיומים של השכנים, ור' אלימלך גמר את הענין, ושלח את הארונות ל??????
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלף
תגובות: 1859
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: ווי יא

תגובהדורך מומחה יוחס » דאנארשטאג אפריל 15, 2010 11:11 pm

די ברידער פין מנשה אייכלער ר' יוסל אייכלער איז געוועהן פין די ערשטע משמשים אין ארץ ישראל .

אזוי אויך איז געוועהן א באקאנטע משמש ר' שמואל פורגעס וואס האט משמש געוועהן אין פעסט בשעת מלחמה.

אין אויפן וועג קיין ארץ ישראל פין פעסט אויפן באן האט זוכה געוועהן משמש זיין ר' משה זילבער וואס איז געוועהן א וויזניצע חסיד .
参考专家

נחמן נתן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3948
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » פרייטאג אפריל 16, 2010 10:13 am

האט איינער געהערט אמאל די מעשה אז איידער דער רב זכרונו לברכה איז געגאנגען אמאל אויף א באזוך צו הרב א"י אונטערמאן (רב העיר ת"א), האט ער געהייסן אין שטוב פארן משמש ר' הלל ווינד מיטצונעמען מיט זיך דעם ספה"ק "נועם אלימלך" און עס האלטן מיט זיך, און ביים אנקומען צום שטוב פון הרב אונטערמאן האט דער רב געהייסן ר' הלל צו גיין פאר פאראויס, זאגענדיג אז ער גייט דאך נישט אריין אין א שטוב וואו ס'איז נישט דא קיין נועם אלימלך.
געהערט אמאל פון די מעשה?
לחיים ולברכה!

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

תגובהדורך יוסלמאן » פרייטאג אפריל 16, 2010 10:14 am

דאכט זיך געזעהן היי יאר אינעם בעלזער גליון ערב כ"א אדר.
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלף
תגובות: 1859
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: ווי יא

תגובהדורך מומחה יוחס » מוצ"ש אפריל 17, 2010 11:11 pm

די משמשים זאגן אז די מעשה האט נישט קיין הענט אין פיס אין אזוי אויך די קינדער פין די משמש ר' הלל זאגן אז איז נישט אמת [אבער די מעשה איז שוין געדריקט אין אסאך פלעצער]
参考专家

נחמן נתן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3948
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » מאנטאג אפריל 19, 2010 1:56 pm

מיר האבן געהערט די מעשה פון טאלנער רבי'ן פון ירושלים, נאכזאגענדיג אז ער האט דאס אליין געהערט פון ר' הלל (אדער אפשר בשם איינער וואס האט דאס געהערט פון ר' הלל, איך דענק נישט גענוי). נאר לעצטענס האבן מיר געהערט אז מאנכע לייקענען דעם מעשה, וואלט איך געוואלט וויסן צו ס'איז דא נאך א מקור צו די מעשה.
לחיים ולברכה!

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4594
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מאנטאג אפריל 19, 2010 2:21 pm

דו האסט עס בלויז געהערט מפי השמועה, אבער איך האב עס געזעהן שווארץ אויף ווייס, אויף אייוועלט....
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

נחמן נתן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3948
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » מאנטאג אפריל 19, 2010 2:22 pm

בן בוזי האט געשריבן:דו האסט עס בלויז געהערט מפי השמועה, אבער איך האב עס געזעהן שווארץ אויף ווייס, אויף אייוועלט....

נו, אינו דומה שמועה לראי'...
לחיים ולברכה!

אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1292
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

תגובהדורך פרעגער » מאנטאג אפריל 19, 2010 2:51 pm

בן בוזי האט געשריבן:דו האסט עס בלויז געהערט מפי השמועה, אבער איך האב עס געזעהן שווארץ אויף ווייס, אויף אייוועלט....


איי א וועלט!
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט

א גוט ווארט
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 3:36 pm

תגובהדורך א גוט ווארט » מאנטאג אפריל 19, 2010 3:26 pm

איז געווען די מעשה ביי רב אונטערמאן צי ביי אן אנדערע ליטווישער גדול? ווען איךבין קליין געווען האב איך געהרט דערפון נאך אין לאנצהוט. (יא לאנצהוט פון פאר די קריג - און פאר די קהלות נפרדות)
האט דער רב געשיקט רבי שמעלקא זצ"ל אלס בחור צום בריסקער רב רעדן אין לערנען?
תכלית הידיעה אשר לא נדע

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלף
תגובות: 1859
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: ווי יא

תגובהדורך מומחה יוחס » מאנטאג אפריל 19, 2010 5:22 pm

איך וועל מער מסביר זיין וואס עס מאכט אויך נישט קיין סענס ווייל די הייליגע בעלזער רב האט מורא'דיג מקפיד אויף יעדע ספר וואס ליגט אויף טיש אין אויב האט מען ארויסגענומען א ספר פין שאפע האט מען געדארפט אריין קוקען אין צירוק לייגען בקיצור ס'איז געוועהן א גאנצע געשעפט אין פינקט דאס צו שלעפן א ספר וועגן אפשר ליגט נישט ביי יענעם לייגט זיך נישט אויך שכל אין אזוי אויך האב איך געהערט פין די משמשמים די הסבר .......פוינט [נישט שייך זיך צו קריגן אויף דעם עס איז נישט אמת]
参考专家


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 15 געסט