רבי אהרן רוקח מבעלזא זצ"ל - כ"א אב תשי"ז
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
רבי אהרן רוקח מבעלזא זצ"ל - כ"א אב תשי"ז
כ"ק מהר"א מבעלזא אדער ווי מ'האט אים גערופען 'ר' אהר'לע בעלזער' איז געווען דער עלטסטער זוהן וומלא מקום פון דעם גרויסן בעלזער רב הרה"ק ר' ישכר דוב זצ"ל, ער איז געווארן אן איידעם ביי זיין פעטער ר' שמואל רוקח מסקוהל ב"ר יהושע מבעלזא זצ"ל, ער האט אויפגעשטעלט א שטוב מיט אכט קינדער ווי פאלגענד: (קרעדיט; וויקיפידיה)
1) רבי משה - חתן רבי פנחס שלום מוולברום נכד רבי שלום רוקח והחוזה מלובלין,
2) רבי ישראל - חתן רבי אליהו חיים מסקאהל נכד רבי שלום רוקח.
3) בתו הרבנית איידעלע אשת חתנו ר' משולם ישעיה זושא טברסקי בן רבי פנחס מאוסטילא חתן רבי ישכר דב רוקח.
4) הרבנית רבקה מרים אשת רבי שמואל פרנקל בן ר' אברהם יושע העשיל פרנקל מהובניב נכד רבי שלום רוקח
5) הרבנית מירל אשת חתנו רבי יודא ווגשל מלבוב נכד רבי שלום רוקח ורבי אלימלך מליז'נסק, בעלה השני היה ר' משה אליקים בריעה ז"ק.
6) הרבנית שרה ברכה אשת רבי ישראל רוזנפלד בן רבי נפתלי שמואל צבי מקאמינקא .
7) אברהם יושע העשיל - נפטר בצעירותו.
8) אלעזר מנחם נחום - נפטר בצעירותו
ביי די קריג האט פארלוירן די גאנצע משפחה ל"ע און ער איז ניצל געווארן בחסדי השם אינאיינעם מיט זיין ברודער ר' מרדכי מבילגורייא, קודם קיין בודאפעסט און פון דארט קיין אר"י, ער איז נסתלק געווארן מוצש"ק כ"א אב בשנת תשי"ז און ער איז נטמן געווארן אויפן הר המנוחות אין ירושלים.
בייגעלייגט איז צוויי בילדער מיט זיין שוואגער ר' יוחנן טווערסקי פון הורבישוב חתן מהרי"ד מבעלזא, ווי אויך א בילד פון די מצבה.
זכותו יגן עלינו ועכי"א

- שאץ מאץ
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3031
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
- לאקאציע: איבעראל
- פארבינד זיך:
מען זאגט אז דער בעלזא רב מהר"א, האט געהאט א טשערבנאבילער צורה,
אויסער דעם וואס ער האט געטראגן א טשערנאבליער נאמען "אהרן" אלץ אייניקל,
האט ער געהאט אסאך שטריכן פון טשערנאביל
אויסער דעם וואס ער האט געטראגן א טשערנאבליער נאמען "אהרן" אלץ אייניקל,
האט ער געהאט אסאך שטריכן פון טשערנאביל
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
- יצמחפורקניה
- שר מאה
- תגובות: 243
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 15, 2008 4:04 pm
ר' זושא'לע טשערנאבעלר פון ב"ב זצ"ל, האט געהאט זייער א ענדליכע צורה, אזוי אויך זיין זוהן דער טשענאבלער רבי פון ב"ב שליט"א.
איך האב גהערט פון אן אלטען בעלזער חסיד, זייער א חשוב איד, אז ער פלעגט זיך עקסטער זיכען צו טרעפען מיטן טשערנאבלער רבי זצ"ל, ווייל ער דערמאנט אים דעם "רוב זכרוינא ליווראכא" (אין בעלזא זאגט מען נישט זיכרוינע ליווראכע, נאר אזוי אינטער די נאז זיכרוינא ליווראכא, דער ר' איז אויך מער ענדליכער צו א ח')

אז מע'רעדט שוין פון די שייכות פון בעלז אין טשערנאביל איז כדאי צו דערמאנען די בעלזא מעשה איבער די הסכמה פון רעבין ר' זושא אויפן "מאור עיניים" דא האט עצט'ס.
אין די צייטשריפט די פארגאנגענע וואך ברענגען זיי אראפ פון א אידישע צייטונג פאר די קריג, אן אינטערוויו פון א צייטונגס-מאן פאר וועמען עס איז געלונגען אריינצוגיין אל הקודש פנימה צום הייליגען בעלזער רב ר' ישכר דוב זצ"ל, נאכדעם וואס ער האט שוין געהאט באזוכט ביים טשארטקובער רבי ר' ישראל ז"ל, עס איז זייער אריגינעל און היסטאריש.
ווייסט איינער וועלכע צייטונג האט אריגינעל געהאט דעם באשרייבונג?
ווייסט איינער וועלכע צייטונג האט אריגינעל געהאט דעם באשרייבונג?
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4124
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
- לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז
איבער דעם וואס מיללער האט ערווענט אין אנהויב פונעם אשכול אז דער בעלזער רב זי"ע איז אוועק מוצאי שבת, האב איך געהערט אין נאמען פון א חשובן עלטערן איד וואס האט בשעת די לוי' פונעם בעלזער רב געהערט ווי איינער זאגט פארן צווייטן אזוי פרעגענדיג אויפן מאמר חז"ל "מת במוצאי שבת סימן רע לו", וויאזוי איז שייך צו זאגן אזאנס אויפן הייליגן בעלזער רב. דער חבר האט איהם באלד געענפערט: אז אין דעם צייט (אויפן זייגער) וואס דער בעלזער רב איז אוועק פלעגט ביי איהם נאך נישט זיין מוצאי שבת, ממילא הייסט עס נישט מת במוצאי שבת... דער עלטערער איד האט אויסגעפירט אז פון התפעלות פונעם תשובה האט ער א קוש געגעבן אין שטערן פאר דעם איד.
לחיים ולברכה!
נחמן נתן האט געשריבן:איבער דעם וואס מיללער האט ערווענט אין אנהויב פונעם אשכול אז דער בעלזער רב זי"ע איז אוועק מוצאי שבת, האב איך געהערט אין נאמען פון א חשובן עלטערן איד וואס האט בשעת די לוי' פונעם בעלזער רב געהערט ווי איינער זאגט פארן צווייטן אזוי פרעגענדיג אויפן מאמר חז"ל "מת במוצאי שבת סימן רע לו", וויאזוי איז שייך צו זאגן אזאנס אויפן הייליגן בעלזער רב. דער חבר האט איהם באלד געענפערט: אז אין דעם צייט (אויפן זייגער) וואס דער בעלזער רב איז אוועק פלעגט ביי איהם נאך נישט זיין מוצאי שבת, ממילא הייסט עס נישט מת במוצאי שבת... דער עלטערער איד האט אויסגעפירט אז פון התפעלות פונעם תשובה האט ער א קוש געגעבן אין שטערן פאר דעם איד.
c
ב''ה
הוא לא נפטרבמוצש''ק רק בשעה 4.45 ביום ראשון בבוקר .
מיללער האט געשריבן:זעליג,
וועם מיינסטו אונטערן בעלזער רב? דער איד מיט די ווייסע בארד לינקס פונעם בעלזער רב (ווערט אויך געזעהן אין די פריערדיגע בילדער) איז איינע פון די מקורבים אין בעלזא, ר' יוסל יאריטשובער.
דער אינגערמאן גאנץ צו רעכטס איז ר' יצחק מרדכי משפיקוב חתן המהרי"ד מבעלזא.
דער איד מיט דיא ווייסע בארד איז דער גבאי ר' אהרן יושע ז''ל דער ממליך מלכים אין בעלז 46 יאהר .
דער "אינגערמאן " איז דער שוואגער הרה''צ ר' יצחק נחום זצ''ל בן הרה''צ ר' מרדכי בן הרה''צ ר' מנחם נחום זצ''ל משפיקוב בן הרה''ק ר' יצחק מסקווירא
שהי' אב''ד ראווא-רוסקא משנת תרפ''ז עד המלחמה ויזכר כאן בנו הרה''ג ר' יואל הי''ד שהי 'ת''ח ולמדן גדול ובעל פילפול. והי' חביב אצל זקינו המהרי''ד והי' חתן
הרה''ק בעל כנסת יחזקאל מראדאמסק
איך האב געהערט פין הרה"ק רבי יעקב מפשעווארסק זי"ע, אז ער איז געפארען צו בעלזא רב( כידוע איז ער געוועהן א גרויסע בעלזא חסיד, אזוי אויך זיין שווער הרה"ק ר' איציקעל מפשעווארסק זי"ע) אין א"י שנת תשט"ז, אין ער האט געווארט אריין צו גיין מיט א קוויטעל, בשעת מעשה איז דארט אנגעקומען דער קאליבער רבי פין אמערקיא א בעלזא אייניקעל, אין ער איז אריין מיט א קוויטעל, אין ער האט געוואלט אזדער בעלזא רב זאל בענטען זיין מטבע, כידוע האט דער בעלזא רב געהאט מורידיגער קפדה מיט אנרורען געלט אין ווען ער האט געבענט האט ער מקפיד געוועהן אז ס' זאל נישט זיין קיין שווייצער געלט ווייל עס האט א בילד פין א שתי וערב, בקיצור ער האט אראפ געלייגט דער געלט אין דער בעלז רב האט געפרעגט "ס' גוט" ער האט גענפערט יא, אין בעלז רב פלעגט נישט קוקען האט ער ארויף געלייגט זיין האנט אינ ער געט א שריי "אוי אוי". ר' יענקעלע פלעגט דאס דערציילען אלץ א מופת וואס ער האט ביי געוואוינט,
כ"ק אדמו"ר משפשעווארסק שליט"א, דערציילט אלץ ווען זיין זיידע הרה"ק ר' איציקעל זי"ע האט זיך געוואלט אריבער ציען קיין אנטווערפען האט ער געגאנגען פרעגען רבו הק' הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע, אויב וואלט כ"א אדר געוועהן א גוטע דאטום, ווייל ער איז געוועהן א אייניקל פון דער ר"ר אלימלך זי"ע, האט אים דער רב ז"ל גענטפערט ניין ער זאל זיך אריינציען א טאג פריער אזוי זאל ער קענען מאכין דער סיים אין קענען פראווענען דער יומא דהילולא קדישא מיט א קלארע קאפ.
החריף האט געשריבן:איך מיין אז איר האט א טעות, ער איז געפארען תשט"ז צוזאמען מיט הרה"ח ר' יוסל גאלדמינצער ז"ל, פון דער אלטע קאלישיצער חסידים. ער איז דארט געוועהן אפאר חדשים, אין אויך חנוכה.
ב''ה
ידידי הרה''ח בנש''ק החריף ובקי שזכה עוד לראות את אדמו''ר מהרי''ד זצ''ל שמאות שעות השתעשנו והי' נכד הרה''ק ר' יוסעלע ור' יושעלע טאמאשאווער
הי' אצל מרו רק על הימים הנוראים תשט''ז ואז לא הי' ר' איצקל שם .
ר' יאסעל לא הי' קאלאשיצער חסיד בכלל רק חותנו ר' חיים יושע ז''ל פשעמיש .
לפני שכותבים צריך לבדוק קצת לא סתם ליכתוב .
הוא הי' בבעלז בשמיני עצרת הארון בשנת ת''ש ונסע ביחד עם הרוב לסקאהל וכן הי' על חג השבועות ת''ש בסקאהל .
מהיחידים שנשארו אחר החורבן .
השאיר אחריו דורות ישרים מפוארים שנים מבניו דיינים ואחד ראש הכולל בסקווער