שושלת סטאלין

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

ר' יוחנן מסטאלין זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

און דעם אשכול 'בילער פון גדולי ישראל ווער ווייסט?' האט אנדי געלייגט בילדער פונעם קארלינער .
איך געדענק ווען ער איז געווארען רבי אלטץ א יונג יונגעל.
עס איז געווען חידוש און א גרויסער עולם פלעגט כסדר קומען צום סטאלינער בית מדרש און באראפארק אלטס נייגעריקייט.
דער קליינער רבי פלעגט טיילען שריים און זיין טאטע [וועליכער איז געווען אן איידם ביי ר' יוחנן סטאלינער זצ"ל] האט אויך גענומען שריים פון זיין יונגען זיהן.

ער איז געשטאנען ביי א שטענדער לעבען בעל תפילה און זיין טאטענס שטענדער איז געווען לעבען איהם אביסעל אפגעריט.
פאר אונז איז דאס גאנצע געווען זייער מאדען

איך האב דעם פארגאנגענעם זינטאג [פורים און ירושלים] אריינגעטרעטען און קארלין. דער מוזיק האט געשפילט און דער גאנצער עולם האט געטאנצט און געשוכרט און גרויסען.
דער רבי איז געשטאהען לעבען דעם עמוד אין געטיילט בראנפען. אנגעגאסען האט ער נארמאלע גלעזער, נישט קליינע בראנפען גלעזער, און לחיים האט ער געגעבען נאר אויב מען האט עס אויסגעטרונקען אונגאנצען.
the SCY is the limit
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

דאס לעצטע עפיזאד האב איך אויך מיטגעהאלטען אפאר יאר צוריק אין ירושלים.

ער טיילט פולע (בערך 7 אונס) גלעזער פון די 777 ברוינפען.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

איך פארשטיי נישט, ער איז געווארן רבי נאך בחיו פון זיין טאטע ?
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

דארפסמאן האט געשריבן:איך פארשטיי נישט, ער איז געווארן רבי נאך בחיו פון זיין טאטע ?

זיין טאטע איז טאקע געווען אן איידעם ביים פריערדיגע קאלינער רבי אבער ער איז נישט געווען קיין חסיד.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

עס האט געמיזט זיין זייער איטערנסאנט, אויב איינער ווייסט מער זאל ער ביטע שרייבען, איך האב קיינמאל נישט געוויסט פון דעם

"אין קרעטשמע בלא חידיש ובפרט בעל הצדיקים"
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

זיין טאטע איז קיינמאל נישט געוון רבי.
דער יונגעל איז געווארען רבי אלטס אייניקעל פון ר' יוחנן ז"ל.
די סטארי גאוס דעט..
ווען ר' יוחנן איז נפטר געווארען האט ער געזאגט אז אן אייניקעל זייןס וואס עס וועט איהם פעלען פינגערס אויף א האנט זאל זיין רבי. עס איז דא פארשידענע נוסחאות איבער די מעשה. איך האב געשריבען איינס פון זיי.
פאר דעם היינטיגער רבי טאקע פעלט פינגער אויף זיין לינקע האנט.

ער איז געווארען רבי גאר גאר יונג. ביי די סטאלינערס איז עס נישט געווען קיין חידוש ווייל ביי זיי איז דאס שוין געווען אמאל.
ר' יוחנן איז געווען א זיהן פונעם ינוקא ,

ווען ער איז געווארען רבי האט מען איהם ציגעשטעלט א מלמד ר' דוד אקערמאן.
ער וואוינט היינט און א"י. היינט איז ער שוין אינגאנצען ווייס, אבער ווען ער האט נאך דא געוואוינט האט ער געהאט א רויטע בארד און ער איז געווען באוויסט אלטס דער רויטער אקערמאן. ער איז געווען זייער א לעבעדיג יודעל אין ער איז געווען באוויסט מיט זיין געוואלדיגע כח און משמח זיין חתן וכלה.
ער פלעגט לויפען פון חתונה צי חתונה און אמתדיג ברענגען שמחה צו חתנים וכלות מיט זיין אייגענארטיקע טאנצען
דער עולם האט שוין אויסגעווארט אויף דעם.

דער ר' דוד איז געווען דעם סטאלינערס רבי און ער האט געהאט א געוואלדיגע יראת הכבוד פאר זיין תלמוד, וויא יונג ער איז געווען, אלטס זיין זיין רבי. עס איז געווען זייער קאמיקעל און עס פלעגט טאקע ארום גיין פארשידענע קאמיקעל מעשות פון דעם שידוך פון רבי מיט תלמוד.
דער סטאלינער, קיין נער איז ער נישט געווען, א יונג יונגעל איז ער געווען,און נאך געגליכען זיך צי שפילען מיט חברים, און האט גאנץ גיט אפגעשאטצט וויא ער האלט מיט דעם רילעשענשיף פון ר' דוד צי איהם, האט גענומען עדווענטעש פון דעם ר' דוד.
the SCY is the limit
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

איך האב לעצטענס געזעהן ר' דוד אויף אפאר חתונה'ס דא אין אמעריקא איך האב נישט געוואוסט אז ער וואוינט אין א"י.

איז נישט ר' יוחנן געווען א זוהן פון ר' אשר מסטאלין?
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

אנדי פעטיט האט געשריבן:איך האב לעצטענס געזעהן ר' דוד אויף אפאר חתונה'ס דא אין אמעריקא איך האב נישט געוואוסט אז ער וואוינט אין א"י.

ער וואוינט אין א"י, ער קומט פון צייט צו צייט קיין אמעריקא פאר געלט פאר צדקה צוועקען.
און מיין שכנות ווען איך האב געוואוינט און מאנסי, האט געוואוינט ר' שמואל ברוך טרעס, א זוהן פון דער באוויסטער 'מייק טרעס'. דער ר' דוד איז זיינעס א פעטער, און ווען ער קומט קיין אמעריקא, קומט ער א סאך צי זיין פלימעניק אויף שבת. איך פלעג איהם דארט זעהן אפט.
איז נישט ר' יוחנן געווען א זוהן פון ר' אשר מסטאלין?

ר' יוחנן איז געווען א זיהן פונעם ינוקא פון סטאלין.
דער ר' שמואל ברוך טרעס האט מיר אמאל דערציילט וואס ער האט געהערט פון זיין טאטען.
ר' יוחנן האט פארלוירען זיין גאנצע משפחה און איז ניצל געווארען פון די רשעים ציזאמען מיט נאר איין יונג מיידעל, די מאמע פונעם היינטיגען רבין.
נאך די מלחמה, איז מייק טרעס גיפארען קיין אייראפע צי די פארשידענע לאגערען און איידער ער איז געפארען האבען א סאך יודען מיטגעשיקט בריף און אויך איהם סתם געגעבען נעמען פון משפחה מיטגלידער ער זאלל זעהן וואס ער קען אויסגעפינען ווער עס איז געבליבען לעבען אין ווער נישט.
ר' יוחנן האט געהאט א ברודער וואס האט שוין דא געוואוינט אין באסטען אין ער האט געזאג פאר מייק טרעס אז ער האט א ברודער וועלכער איז יעצט סטאלינער רבי אלטס דער יורש פון זייער טאטע דער ינוקא, און ער האט איהם געזאגט און וועלכע לאגער ער איז און פרובירען ערלעדיגען איהם ארויסברענגען קיין אמעריקא.
ער האט איהם אויך געזאגט אז זיין ברידער ר' יוחנן באהאלט זיך און זאגט נישט אויס פאר קיינעם ווער ער איז.
מייק טרעס האט געבעטען אז ער זאל איהם געבען סימנים וויא אזוי ער וועט איהם דערקענען, האט איהם ר' יוחנןס ברודער געזאגט אז ער זעהט אונגאנצען ענדליך צי זיין ברידער נאר זיין בודערס בארד איז אביסעל מער ווייס.

ר' שמואל ברוך האט מיר ווייטער דערציילט, אז ווען זיין טאטע איז אנגעקומען און דעם לאגער ווי ר' יוחנן איז געווען איז פארשטייט זיך דער גאנצער עולם ציזאם געקומען, און צווישען דעם עולם הא ער גלייך דערקענט ר' יוחנן.
ער איז ציגעגאנגען צו איהם און הויך אויפען קול אזוי אז יעדער זאל הערען אין וויסען ווער עס איז דא באאלטען צווישען זיי, איהם געזאגט
'שלום עליכם סטולינער רבי' .
דענמאלטס איז ער נתגלה געווארען.

מייק טרעס האט אסאך געארבעט און דעם געביט אריבער צי ברענגען ר' יוחנן קיין אמעריקא.
ר' שמואל ברוך האט מיר דערצייל נאך א אינטערעסאנטע זאך.
און איינע פון די שמוסען וואס זיין טאטע האט געהאט מיט ר' יוחנן, האט ער איהם געפרעגט וויא אזוי האט ער זיך געקענט באהאלטען? ווען מען האט איהם אויפגעריפען צום ספר תורה, מילא זיין נאמען קען ער מוחל זיין דעם טיטל פון מורינו, אבער אויף זיין טאטענס נאמען,? וויא אזוי האט ער געקענט לאזען זאגען אהן א טיטל?
סיי אלטס כיבוד אב און אפילו אלטס כבוד התורה, וויא אזוי האט ער עס געטוהן?

ר' יוחנן האט איהם גענטפערט, אז ער האט זיך כסדר אויפגעריפען נישט מיט זיין און זיין טאטעס ריכטיגע נעמען, מען זאל נישט וויסען ווער ער איז און טאקע וועגען די טעמים.

דא און אמעריקא האט ער גיוואוינט און וויליאמסבורג

איך האב געהאט א פעטער וואס האט געוואוינט און וויליאמסבורג און האט איהם גיט געקענט. דער פעטער האט מיט דערציילט אז ר' יוחנן איז געווען א זייער א באהאלטענער עובד אבער מאנכע מאל האט עס איבערגעפליסט און מעהאט געקענט זעהן וויא ער קאכט.

דער פעטער מיינער האט געקענט א יוד א גרויסע עושר, וואס זיין עשירות איז גקומען דארך א מאדענע ברכה פון ר' יוחנן.
ר' יוחנן איז ערגעטץ געווען און גייענדיג אויף דער גאס מיט זיינע גבאים, קומט צי דער יוד וואס דענמאלטס האט ער זיך זייער געפלאגט פאר פרנסה און רעדט זיך אף צום רבין וועגען זיין מצב.
ר' יוחנן זאגט פאר דעם יוד, ווער הייסט דיר אזוי זיך צו מיטשענען? גיי קויף אף דעם בנין און וועסט האבען פרנסה בניקל. און ווייסט איהם אהן אויף א ריזיגען בנין נישט ווייט פון וויא זיי זענען געשטאנען.
דער יוד האט דערציילט פאר מיין פעטער, אז קודם האט ער געמיינט אז דער רבי האט בכלל נישט קיין ידועות און מסחר און ער האט אהנגעפאנגען מסבר זיין פאר ר' יוחנן אז עס איז בכלל נישט שייך דער עצה, אבער ר ' יוחנן האט נישט געוואלט הערען און זאגט איהם נאכאמאל ער זאל אפקויפען דעם בנין.
ער האט זיך אנגעפאנגען נאך פרעגען און פלוטצלינג איז דער בנין ארויפגעגאנגען אויפען מארק צו פארקויפט ווערען. דער יוד האט עס אפגעקופט און דאס רעדעל האט זיך איהם איבער געדרייט און ער איז געווארען א גרויסער עושר.

ער ליגט און טבריא אונעם אלטען בית החיים ממש לעבען ר' מענדעל מוויטעבסק
זי"ע
the SCY is the limit
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

עס איז דא א באקאנטע מעשה אז זיין ארון האט זיך נישט געלאזט ארויפפירן אויף אן אל-על פליגער. מער פרטים?
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ר' שמחה,

קודם א שיינעם דאנק פאר די זכרונות, איך וואלט אים גערופן "ר' אלימלך (מייק) טרעס", אויך דער ברך משה איז דאכציך מיר געקומען קיין אמעריקא דורך די השתדלות פון ר' אלימלך.
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

און מיין שכנות ווען איך האב געוואוינט און מאנסי, האט געוואוינט ר' שמואל ברוך טרעס, א זוהן פון דער באוויסטער 'מייק טרעס'. דער ר' דוד איז זיינעס א פעטער, און ווען ער קומט קיין אמעריקא, קומט ער א סאך צי זיין פלימעניק אויף שבת. איך פלעג איהם דארט זעהן אפט.

כ'האב אים טאקע געזעהן ביי זיין זון (י.ד.) חתונה פאריאר.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

אין די ציטונג איז געווען א צייט צירוק א שיינע מעשה פון ר' מייק'ס זון וועגן רבי'ן ז"ל
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

מיללער האט געשריבן:...איך וואלט אים גערופן "ר' אלימלך (מייק) טרעס"...

גדול מרבן שמו! :lol:
the SCY is the limit
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

scy4851 האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:...איך וואלט אים גערופן "ר' אלימלך (מייק) טרעס"...

גדול מרבן שמו! :lol:

הונדערט פראצענט.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

יאסל האט געשריבן:אין די ציטונג איז געווען א צייט צירוק א שיינע מעשה פון ר' מייק'ס זון וועגן רבי'ן ז"ל

יאסעל,
עס איז געווען א זייער שטארקע נאנטקייט צווישען איהם מיטען רבין ז"ל.
געהערט האב איך פון זיין זיהן ר' שמואל ברוך אז זיין טאטע האט געדאווענט און די אגודה און וויליאמסבורג, און נאכען דאווענען, פלעגט ער זייער אסאך מאל גיין צום רבין, דער רבי האט נאך געהאלטען פארען דאווענען, און זיי פלעגען זיך דורך רעדען וועגען פלענער און השדתלות צו העלפען די פליטים און אייראפע זאלען קענען אריבער קומען קיין אמעריקא
the SCY is the limit
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

איך געדענק נישט עקזעקט די מעשה סגייט אזוי בערך אז אין יאר תש"ח האט מען זיי(דער טאטע מיטן זון) איינמאל אריינגערופן משלים צי זיין מנין ביים רבין אין ביהמ"ד מוצאי שבת דער רבי האט נאך געהאטן אינמיטן דע תורה אין האט שטארק פארפירט (פאר 7 מענטשען) קעגן די נייע מדינה אין עפעס פארגעזאגט (דאס געדענק איך נישט) דער זון האט אנגעקוקט דעם טאטען דא זיצט א רבי מיט זיבן מענטשען אין פארפירט אין זאגט נבואות וואס ס'האט דאן אויסגעקוקט ווי פון די לבנה
מיט א צוויי דריי יאר צירוק האט אריאל שרון און א רעדע עגנאלישט דאס וואס דער רבי האט געזאגט פאר 60 יאר, דער ר' שמואל ברוך האט יענע וואך חתונה געמאכט אן אייניקעל אין אינמיטן די חתונה האט ער גענומען די מייק אין פארציילט דעם סיפור
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

קרעמער האט געשריבן:עס איז דא א באקאנטע מעשה אז זיין ארון האט זיך נישט געלאזט ארויפפירן אויף אן אל-על פליגער. מער פרטים?

איך האב געהערט עפעס וועגען חילול שבת.
איך געדענק נישט קיין פינטלעכע פרטים

יאסל האט געשריבן:איך געדענק נישט עקזעקט די מעשה סגייט אזוי בערך אז אין יאר תש"ח האט מען זיי(דער טאטע מיטן זון) איינמאל אריינגערופן משלים צי זיין מנין ביים רבין אין ביהמ"ד מוצאי שבת

לויטען מיין חשבון איז ר' שמואל ברוך און תש"ח געווען אדער 13 אדער 14 יאר אלט.
the SCY is the limit
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

scy4851 האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:עס איז דא א באקאנטע מעשה אז זיין ארון האט זיך נישט געלאזט ארויפפירן אויף אן אל-על פליגער. מער פרטים?

איך האב געהערט עפעס וועגען חילול שבת.
איך געדענק נישט קיין פינטלעכע פרטים

אין קארלין לאכט מען פון די מעשה, (איך האב געהערט הרב פילטשיק פפון ב"פ לאכען פון די מעשה און ער זאגט לא הי' ולא נברא)
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

יאסל האט געשריבן:
מיט א צוויי דריי יאר צירוק האט אריאל שרון און א רעדע עגנאלישט דאס וואס דער רבי האט געזאגט פאר 60 יאר, דער ר' שמואל ברוך האט יענע וואך חתונה געמאכט אן אייניקעל אין אינמיטן די חתונה האט ער גענומען די מייק אין פארציילט דעם סיפור

ר' שמואל ברוך מאכט נאך נישט חתונה קיין אייניקלעך און ווער עס קען אים ווייסט אז ער איז נישט די טייפ דאס צו טון.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

ארלעדעגט איז עס א צווייטע זון
חוץ מזה א איד וואס איז שוין געווען 13 14 יאר תש"ח מאכט שוין באלד חתונה אור אייניקלעך
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

אנדי פעטיט האט געשריבן:דאס לעצטע עפיזאד האב איך אויך מיטגעהאלטען אפאר יאר צוריק אין ירושלים.

ער טיילט פולע (בערך 7 אונס) גלעזער פון די 777 ברוינפען.

איך בין געווען זייער אימפרעסט פון דעם גאנצען מעמד.

מיין בני בית איז שפעטער ביינאכט געווען און ברעסלאו אויף רחוב מאה שערים און זי האט דארט געזעהן דאס זעלבע, די מוזיק שפילט, מען האלט און איין טאנצען, נאר א רבי האט געפעלט.

מוצאי שבת בין איך געווען ביים שומר אמונים רבי אויף רחוב מאה שערים.
דארט האט געהערש א געוואלדיגע פחד און שטילקייט.
the SCY is the limit
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

פחד אום פורים? וגילו ברעדה.

עני פיקטשערס? ר' שמחה.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

אנדי פעטיט האט געשריבן:
יאסל האט געשריבן:...דער ר' שמואל ברוך האט יענע וואך חתונה געמאכט אן אייניקעל...

ר' שמואל ברוך מאכט נאך נישט חתונה קיין אייניקלעך...

אנדי, פאר וואס נישט?
איך ווייס וויא אלט איך בין, און איך ווייס וויא אלט ער איז.
און איך האלט שוין זייער נאנט חתונה מאכען אייניקלעך
the SCY is the limit
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

מיללער האט געשריבן:פחד אום פורים? וגילו ברעדה.

עני פיקטשערס? ר' שמחה.

רב מיללער,
שטעל דיך פאר אז די גייסט אריין צי א טיש פון א רבין, עס זענען דא דארט ניט מער ווי בערך 35 מענטשען, די ווייסט נישט וויא אזוי זיינע חסידים וואלטען גענומען אזוי זאך,
יעצט פרעג איך דיך, וואלסט דו דיך דערוואגט צי נעמען פיקטשערס?
the SCY is the limit
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”