רבי מרדכי בנעט זצ"ל אבד"ק ניקלשבורג - י"ג אב תקפ"ט

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

יחי אדוננו
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2011 12:47 am

תגובהדורך יחי אדוננו » דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2011 12:19 am

עס איז דא א תשובה בכתי"ק פון הגה"ק מהר"ם בנעט זי"ע צו פארקויפן אויב איינער וויל עס אפקויפן ביטע מודיע זיין

ראש הקהל
שר חמש מאות
תגובות: 859
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 1:36 pm

תגובהדורך ראש הקהל » דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2011 1:28 pm

יחי אדוננו האט געשריבן:עס איז דא א תשובה בכתי"ק פון הגה"ק מהר"ם בנעט זי"ע צו פארקויפן אויב איינער וויל עס אפקויפן ביטע מודיע זיין


וואס איז די תוכן?? א מכתב?? געלט?? תשובה?? חידו"ת?? צו וועם??

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15201
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » דאנארשטאג אוקטובער 06, 2011 1:06 pm

א בילד פון מהר"ם בנעט זצ"ל

(הענגט אין ווייבער שוהל אין העלישוי)

IMG_3565.jpg
kraitchmah עט גימעיל

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג אוקטובער 06, 2011 1:16 pm

עס איז א באוויסט בילד, עס איז דאך א געדריקטע זאך. ו

פון חתם סופר, רבי עקיבא איגר, און פון מהרש"א, איז אויך עפעס דא אזוינס. אויך, דער חתם סופר'ס בילד וואס דאכט זיך מיר אז רבי בער פרענק פון פרעשבורג האט עס געדריקט און ארום געפארען עס פארקויפען כדי צו קענען חתונה מאכען א קינד, איז ווען ער איז געקומען צום חתם סופר פרעגען רשות אויב מען קען אראפ מאלען א בילד פון אים כדי ער זאל קענען חתונה מאכען א קינד בדרך כבוד, זאגט מען אז דער חתם סופר האט אים גע'ענטפערט: "אז די ווילסט זיך נישט פארשווארצען דיין פנים, פארשווארצט די מיר מיין פנים?" אבער דער חתם סופר האט רחמנות געהאט אויף אים און אים געגעבען רשות. בכלל איז באקאנט אז ביים כתב סופר און שטוב האט געהאנגען א בילד פון זיין טאטע דער חתם סופר און פון זיין זיידע רבי עקיבא איגר. ו
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » זונטאג נובעמבער 13, 2011 1:33 pm

מצבת הצדקת הרבנית מרת פינקל ע"ה אשת הרב מדינה מהר"ם בנעט נ"י, נפטרה כ"ז אייר תקפ"ח לפ"ק
(עי' בדף הקודם שהי' שקלא וטריא האם שמה היתה שרה פינקל או פינקל לחוד, וכאן במצבה נכתב רק פינקל)

אויף לינקס ליגט איר טאכטער הצדקת מ' רבקה אשת ר' חיים טעלטש ז"ל, נפטרה י"ז אדר שני תר"ג לפ"ק

און צו רעכטס זעהט מען די מצבה פון הרבנית שינדל בונה בת הרב מ' יהושע, אשת הגה"ק ר"ר שמעלקא זצ"ל, נפטרה י"ח טבת תק"ס?
צוגעלייגטע
Nikulsburg Rebetzins.jpg
לעצט פאראכטן דורך בןהרחמן אום זונטאג נובעמבער 13, 2011 3:42 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21602
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג נובעמבער 13, 2011 1:59 pm

בן, איר האט פארגעסן צו אטעטשירן.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » זונטאג נובעמבער 13, 2011 3:46 pm

ייש"כ פארן אויפמערקן
באמת האב איך עס יא געהאט אטעטשירט, נאר משום איזה סיבה האב איך עס געהאט אויסגעמעקט און פארגעסן דערנאך צוריקצולייגן.

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » זונטאג נובעמבער 13, 2011 4:56 pm

יעצט טרעף איך א מצבה אין ניקלשבורג פון הרבני הותיק מוהר"ר יעקב אברל בנעט ז"ל
זרע קודש מצבתו בן הרב הגאון מופת הדור מ' מרדכי בנעט זצוק"ל
צוגעלייגטע
R' Yakov Banet.jpg

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מאנטאג נובעמבער 14, 2011 4:53 pm

ער האט געשריבען זיין טאטע'ס תולדות און עס געדריקט
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » דינסטאג נובעמבער 15, 2011 11:59 am

SPUSMN האט געשריבן:ער האט געשריבען זיין טאטע'ס תולדות און עס געדריקט

http://hebrewbooks.org/46887

גם הו"ל הספר מגן אבות למר אביו
http://hebrewbooks.org/24116

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג נובעמבער 15, 2011 1:11 pm

אז ער האט ארויס געגעבען דער מגן אבות האב איך נישט געוויסט. ווייסט מען פון אייניקלעך פון אים? ו
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25644
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג נובעמבער 29, 2011 12:22 pm

ללמוד וללמד האט געשריבן:
בןהרחמן האט געשריבן:ווייסט איינער ווער איז געווען הגאון הצדיק ר' משה מרדכי בנעט זצ"ל?

איך האב געזעהן א מציבה פון א זוהן זיינעם ר' אלי' בנעט אין די שטאט ביטשקע.


הגאון ר' משה מרדכי בנעט אב"ד ק"ק שטאמפען איז געוועהן א ברודער מיט הגאון המפורסם ר' יחזקאל בנעט אב"ד נייטרא. נאך א ברודער האט ער געהאט הגאון ר' יוסף יוחנן בנעט דיין בקאלוב מחברא אשוואר אצל הגה"ק מקאלוב. (נישט האבן קיין טעות מיר הגאון ר' ישעי' בנעט וואס איז געוועהן אב"ד קאלוב אין א שפעטערע תקופה). די ברודער זענען געוועהן בני הגאון ר' יעקב בנעט דיין באויבן ישן וואס איז געוועהן משפחה מיט הגאון ר' מרדכי בנעט, אבער איך ווייס נישט פונקט ווי אזוי.


לתולדות ר' משה מרדכי בנעט אב"ד שטאמפי וקשר המשפחה להגר"מ בנעט אב"ד נ"ש, בספר 'קורות בתינו' לתולדות ק"ק שטאמפי
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=102

(אינטערעסאנטע זאך מערק איך דארט אז זיין אריגינעלע נאמען איז געווען בלויז מרדכי כשם ש"ב הגר"מ בנעט מנ"ש נאר ווען ער איז נישט געזונט געווען האט מען מוסיף געווען דעם נאמען 'משה' לסגולה, די פלא איז אז ערהאט געהאט א זוהן בשם 'משה' שהיה דומ"ת בק"ק מאלאצקא כמבואר שם וכבד דברנו מזה באשכול מיוחד על שמות ואכמ"ל)

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25644
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג יוני 26, 2012 2:31 pm

מיללער האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:
דא אין וויקיפידיה איז דא א געמאלן בילד פונעם מהר"ם בנעט, ער רעכנט דארט אויס די זוהנען פון אים; ר' ישעי' אב"ד קאלוב, ר' נפתלי אב"ד שאפע און ר' יעקב פון ניקלשבורג דער מו"ל פונעם ספר תולדות ר' מרדכי בנט.


דער זון פון ר' מרדכי בנעט ז"ל, הרה"ג ר' נפתלי איז ווי דערמאנט געווען רב אין שטאט שאפע, וועלכע איז אין מעהרין (טשעכיי) אין די פראגער געגנט, ער האט מחבר געווען א ספר ברית מלח על הל' דם ומליחה און אויך א הספד אויפן חת"ס בשם אמרי שפר.


העתק נוסחת מציבתו של ר' אברהם שמואל ב"ר נפתלי בנעט אב"ד שאפפע בן המהר"ם בנעט בעיר ניקלשבורג:
http://www.chewra.com/keshetnew/kweb/to ... 3025&kid=0

יענקל פאטאש
שר האלף
תגובות: 1091
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2012 6:59 pm

תגובהדורך יענקל פאטאש » מאנטאג יולי 30, 2012 3:47 pm

אזוי ווי דע וואך מיטוואך געפאלט די יאהרצייט פון רבי מרדכי בנעט זצ"ל אפשר קענען זיך די אייניקליך (און נישט אייניקליך) צוזאם קומען דא פאר א יאהרצייט סעודה.

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6667
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מיטוואך אוגוסט 01, 2012 12:04 am

היינט נאכט איז די יאהרצייט!

א ווארט וואס איך האב געזעהן בשמו...כדי שתהא שפתותיו דובבות בקבר

עס איז דא א מחלוקות און די מפרשים וואס דער חטא פון מי מרובה איז געווען. דער או"ח הקדוש האט א לאנגע אריכות און דעם ענין.

שיטת רש"י הקדוש איז ווייל משה רבינו האט געשלאגען דעם שטיין במקום רעדען אוויא דער רבוש"ע האט אוהם געהייסען.
דער רמב"ם האלט אז זיין חטא איז ווייל ער איז געווארען און כעת און האט אהנגעריפען די אידען בשם 'מורים'..."שמעו נא המורים"

האט דער זיידע זצוק"ל געזאגט אז די צוויי טעמים זענען באמת איינס.

די גמרא זאגט אז אלעס וואס אברהם האט אליינס געטוהן פאר די מלאכים האט דער רבוש"ע צוריק באצאלט פאר זיינע קינדער אליינס כביכול.
און אלעס וואס אברהם האט געטוהן ע"י שליח האט דער רבוש"ע אויך געגעבען ע"י שליח.

אברהם האט אליינס געברענגט ברויט פאר די מלאכים אוויא עס שטייט "ואקחה פת לחם",
האט דער רבוש"ע צוריק געצאלט מיט 'הנני ממטיר לכם לחם מן השמים"
אברהם האט געגעבען וואסער ע"י שליח אוויא עס שטייט "יקח נא מעט מים"
האט דער רבוש"ע אויך געגעבען וואסער ע"י שליח, משה רבינו.

דער רבוש"ע הייסט משה רבינו, גיי רעדט צום שטיין און ער זאל ארויס געבען זיין וואסער פאר די אידען.
אבער משה רבינו געהאט א פראבלעם. ער האט געווויסט אז וואסער דארף גיין ע"י שליח, און ביי אוהם איז דאך געווען שכינה מדברת מתוך גרונו,
איז אויב ער וועט רעדען צום שטיין וועט נישט זיין ע"י שליח,
האט ער פארשטאנען אז אפילו דער רבוש"ע האט געהייסען "ודברתם" געמיינט האט דאס אז ער מוז שלאגען מיט א שטעקען.
אבער אזויא וויא משה רבינו איז געווארען און כעס, און געזאגט "שמעו נא המורים", איז די שכינה נסתלק געווארען פון אוהם.
אויב אזוי האט ער שוין יעצט יא געדארפט רעדען ווייל יעצט איז שוין נישט געווען שכינה מדברת מתוך גרונו.

ממילא דער חטא פון שלאגען און נישט רעדען איז דווקא ווייל ער איז געווארען און כעס און געזאגט "שמעו נא המורים"
און די צוויי טעמים זענען אהנהענגיק איינס אונעם אנדערען.
the SCY is the limit

כתר ישועה
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 7:36 pm

תגובהדורך כתר ישועה » מיטוואך אוגוסט 01, 2012 3:17 am

SPUSMN האט געשריבן:. בכלל איז באקאנט אז ביים כתב סופר און שטוב האט געהאנגען א בילד פון זיין טאטע דער חתם סופר און פון זיין זיידע רבי עקיבא איגר. ו

ווי איז באקאנט ? מקור ביטע ? ? (עכ"פ בנמוקי או"ח שהתנגד לתמונות וכתב שזה נגד רצון קדשו של החת"ס וכו' וכו', כנראה שלא היה ידוע לו "ידיעה כזאת").
כתרו ישועה - לבושו צדקה
הישועות בו מקיפות

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מיטוואך אוגוסט 01, 2012 6:52 am

scy4851 האט געשריבן:היינט נאכט איז די יאהרצייט!

א ווארט וואס איך האב געזעהן בשמו...כדי שתהא שפתותיו דובבות בקבר

עס איז דא א מחלוקות און די מפרשים וואס דער חטא פון מי מרובה איז געווען. דער או"ח הקדוש האט א לאנגע אריכות און דעם ענין.

שיטת רש"י הקדוש איז ווייל משה רבינו האט געשלאגען דעם שטיין במקום רעדען אוויא דער רבוש"ע האט אוהם געהייסען.
דער רמב"ם האלט אז זיין חטא איז ווייל ער איז געווארען און כעת און האט אהנגעריפען די אידען בשם 'מורים'..."שמעו נא המורים"

האט דער זיידע זצוק"ל געזאגט אז די צוויי טעמים זענען באמת איינס.

די גמרא זאגט אז אלעס וואס אברהם האט אליינס געטוהן פאר די מלאכים האט דער רבוש"ע צוריק באצאלט פאר זיינע קינדער אליינס כביכול.
און אלעס וואס אברהם האט געטוהן ע"י שליח האט דער רבוש"ע אויך געגעבען ע"י שליח.

אברהם האט אליינס געברענגט ברויט פאר די מלאכים אוויא עס שטייט "ואקחה פת לחם",
האט דער רבוש"ע צוריק געצאלט מיט 'הנני ממטיר לכם לחם מן השמים"
אברהם האט געגעבען וואסער ע"י שליח אוויא עס שטייט "יקח נא מעט מים"
האט דער רבוש"ע אויך געגעבען וואסער ע"י שליח, משה רבינו.

דער רבוש"ע הייסט משה רבינו, גיי רעדט צום שטיין און ער זאל ארויס געבען זיין וואסער פאר די אידען.
אבער משה רבינו געהאט א פראבלעם. ער האט געווויסט אז וואסער דארף גיין ע"י שליח, און ביי אוהם איז דאך געווען שכינה מדברת מתוך גרונו,
איז אויב ער וועט רעדען צום שטיין וועט נישט זיין ע"י שליח,
האט ער פארשטאנען אז אפילו דער רבוש"ע האט געהייסען "ודברתם" געמיינט האט דאס אז ער מוז שלאגען מיט א שטעקען.
אבער אזויא וויא משה רבינו איז געווארען און כעס, און געזאגט "שמעו נא המורים", איז די שכינה נסתלק געווארען פון אוהם.
אויב אזוי האט ער שוין יעצט יא געדארפט רעדען ווייל יעצט איז שוין נישט געווען שכינה מדברת מתוך גרונו.

ממילא דער חטא פון שלאגען און נישט רעדען איז דווקא ווייל ער איז געווארען און כעס און געזאגט "שמעו נא המורים"
און די צוויי טעמים זענען אהנהענגיק איינס אונעם אנדערען.


גאר גאר שיין
זי"ע
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25644
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך אוגוסט 13, 2014 4:19 pm

געווען אן אייניקל פון רבי מרדכי בנעט, מיטן נאמען ר' דוד אלי' בנעט, ער איז אנגעקומען קיין פוילן (אפשר אין א שטעטל וויסקיט) וואו ער איז געווארן א ווארקא חסיד.

ר' דוד אליהו האט חתונה געהאט מיט א לעלובער און פרשיסחא אייניקל. איין זון ר' מנחם אליעזר ליגט אויפן ווארשא בית עולם, די מצבה איז פארשטעקט אבער לויט די העתק וואס דער ווארשא סייט האט שטייט דארט אז ער איז געווען א זון פון ר' דוד אלי' און אן אייניקל פון רבי דוד'ל לעלובער און דער יוד הקדוש פון פרשיסחא (עס ווערט נישט דערמאנט לויט זיי זיין יחוס צום מהר"ם בנעט):
http://cemetery.jewish.org.pl/id_99825/ ... Bonet.html
ער איז אוועק אום שנת תר"פ

אויך זיין ווייב מרת חיה בת ר' נטע מנחם בלאהשטיין ליגט דארט, זי איז נפטר געווארן תר"ץ:
http://cemetery.jewish.org.pl/id_123084 ... Bonet.html

איין טאכטער פון ר' דוד אליהו בנעט הרבנית 'חוה' האט חתונה געהאט מיט א ווארקא אייניקל האדמו"ר רבי שמעון מסקרענעוויץ, די מאמע פון רבי יוסף צבי קאליש מסקרענעוויץ בני ברק, און א אנדערע טאכטער 'לאה' האט גחתונה געהאט מיט די אייבשיץ משפחה.

ווייסט איינער וויאזוי דער יחוס קיין לעלוב און פרשיסחא גייט, און וויאזוי פונקטליך גייט זיין יחוס צום מהר"ם בנעט?
צוגעלייגטע
2014-08-13.jpg

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » מיטוואך אוגוסט 13, 2014 5:00 pm

ר' דוד אליהו בנעט התגורר בזאלושין והיה מחותן עם האדמו''ר ר' מנחם מענדל מווארקא. ראה עליו בספר כערער בערבה ובספר לאורך ימים, שניהם מאת נכדו ר' יהושע אייבשיץ לאיוש''ט. נזכר גם בס' פאר מרדכי.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25644
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך אוגוסט 13, 2014 5:08 pm

יוסף שרייבער האט געשריבן:ר' דוד אליהו בנעט התגורר בזאלושין והיה מחותן עם האדמו''ר ר' מנחם מענדל מווארקא. ראה עליו בספר כערער בערבה ובספר לאורך ימים, שניהם מאת נכדו ר' יהושע אייבשיץ לאיוש''ט. נזכר גם בס' פאר מרדכי.


כל זאת כתבתי והעתקתי, אבל שם אביו וחותנו לא נמצא בכל אלה וגם בנו ר' מנחם אליעזר אינו נזכר שם.

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » מיטוואך אוגוסט 13, 2014 5:10 pm

רייט אבער פון ווי נעמט איר וויסקיט?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25644
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך אוגוסט 13, 2014 5:13 pm

יוסף שרייבער האט געשריבן:רייט אבער פון ווי נעמט איר וויסקיט?

אויף די מצבה פון בנו ר' מנחם אליעזר שטייט 'מוויסקיט', האב איך געקלערט אז אפשר מיינט דאס שהיה יליד וויסקיט
צוגעלייגטע
photo.jpg

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » מיטוואך אוגוסט 13, 2014 5:28 pm

קוקט אויס איר האט נישט געליינט וואס ער שרייבט אינעם ספר לאורך ימים ווייל דארט שרייבט ער באריכות פון זאלושין. וראה עוד שם שר' דוד אליהו נשא את מרת שרה בת הצדיק ר' דוד הערש ונכדת ר' דוד מלעלוב.
לכאורה אין ספרי בית לעלוב וועט שטיין עפעס מער.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25644
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך אוגוסט 13, 2014 5:45 pm

יוסף שרייבער האט געשריבן:קוקט אויס איר האט נישט געליינט וואס ער שרייבט אינעם ספר לאורך ימים ווייל דארט שרייבט ער באריכות פון זאלושין. וראה עוד שם שר' דוד אליהו נשא את מרת שרה בת הצדיק ר' דוד הערש ונכדת ר' דוד מלעלוב.
לכאורה אין ספרי בית לעלוב וועט שטיין עפעס מער.

אהא, איך האב נאר באקומען "ערער בערבה", נישט געהערט פון "לאורך ימים"

צעיר באלפי ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 316
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 07, 2010 12:54 pm

תגובהדורך צעיר באלפי ישראל » מיטוואך אוגוסט 13, 2014 5:47 pm

בלאורך ימים נכתב בנו של מי היה ר' דוד אלי' הנ"ל?


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 11 געסט