רבי מרדכי בנעט זצ"ל אבד"ק ניקלשבורג - י"ג אב תקפ"ט

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
המחפש
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 19, 2016 5:40 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך המחפש » זונטאג אוגוסט 12, 2018 9:30 am

יום זה מכובד האט געשריבן:
דער אייזעל האט געשריבן:ווייסט איינער אויב עס איז דא וואס זענען עוסק איבערדריקען די ספרים פין ר"מ בנעט? אינז זעמער אייניקלעך דורך ר ישעי בנעט. איך האב געקויפט דעם מגן אבות וואס האט באלאנגט פאר ר ישעי בנעט אין עס איז פיל מיט הגהות געשריבען פין ר ישעי בנעט אויפען טאטענס ספר. אןיב מדריקט איבער דעם מגן אבות וואלט געווען א חשובה זאך צוצולייגען די הגהות.

פארוואס זאלסטו זיך נישט נעמען אליינס צו די ארבעט?



מלפנים הי' אב"ד טאלטשווא ב"פ שליט"א עסק בספרי מהר"ם בנעט זצ"ל, וכמדומה שבנו דומ"ץ טאהש מאנסי שליט"א ג"כ הו"ל מחשבת מרדכי עוה"פ, ולכאורה יכולים לשאלם אם א' עוסק בזה.
מכון לכל עניני ליקוטים ומראי מקומות hamchapes@gmail.com

גלאזער
שר האלף
תגובות: 1843
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

תגובהדורך גלאזער » זונטאג אוגוסט 12, 2018 11:41 pm

דער אייזעל
שיק מיר א פריוואטע מעסעדזש

יענקל פאטאש
שר האלף
תגובות: 1118
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2012 6:59 pm

תגובהדורך יענקל פאטאש » דינסטאג אוגוסט 13, 2019 3:54 pm

איר קאנט אפשר ר' מענדל'ן? א געשעפטסמאן א טויגליכער, א סוחר ערשט קלאסיק! אלעס מיט א פונקטליכע חשבון צום פרוטה. אין קיין פאל וועט ער לאזן זיינס א מוכר ווארטן צו לאנג אויפן אפגעמאכטן סכום, ממש א מחי'. זיין בוכהאלטער ר' גרשן ברענגט אים די חשבונות א יעדען יאר. פארשטייט זיך קודם שרייבט ער די סכום וואס ער איז שילדיג פאר אנדערע וואס דאס איז גאר ווייניג און דערנאך די סכום וואס אנדערע זענען אים שילדיג וואס דאס איז שוין א סכום הגון, און סוועט אים בלייבן א גוטן טעם און מויל.

זיין פעטער ר' בערל איז געמאכט פון גאר א צווייטער מאטריאל. חובות האט ער איבער'ן קאפ, גאנצע בלעטער. און וואס זענען אנדערע אים שילדיג? נע, בכלל נישט ווערט צו מאכן א צימיס. זיין בוכהאלטער גייט מיט גאר אן אנדערען מהלך. קודם ווייזט ער אים די ביסל וואס אנדערע זענען אים שילדיג, זאל ער זיך קודם קלאפן דאס באכל - "אה עפעס געלט איז מער מיר שילדיג", און דערנאך וועט ער זיך דערזעהן מיט זיינע חובות, אבער עכ"פ האט ער זיך געקענט פרייען פון אנפאנג.

זאגט דער הייליגער ר' מרדכי בנעט זי"ע כל ישראל יש לו חלק לעולם הבא, דאס איז דער חוב וואס אונז האבן ביים אדון העולם, אבער וויפיל איז דאס שוין? פון דער אנדערע זייט אונזערע חובות פון עונות ופשעים איז דאך ריזיג גרויס, דאס בעהט מען אין תהלים אל תזכור לנו עונות – ראשונים דערמאן נישט אונזער עונות ערשט דאס וועט דאך אונז איבערלאזן א ביטערן טעם אין מויל, אלא מהר יקדמוני רחמיך, זיי מקדים דיין רחמנות וואס די גיבסט אונז, פארוואס? כי דלונו מאד. ודפח"ח

געשריבן לכבוד די יאהרצייט היינט נאכט י"ג אב.

http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... =&pgnum=75

שואל ומשיב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 468
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 15, 2015 1:49 pm

תגובהדורך שואל ומשיב » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 9:08 am

דפוס ראשון של ספרו באור מרדכי ווין תקעג. עס קוקט אויס צו זיין אין גאר א שיינע מצב.

https://www.ebay.co.uk/itm/113851690656

יענקל פאטאש
שר האלף
תגובות: 1118
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2012 6:59 pm

תגובהדורך יענקל פאטאש » דינסטאג דעצמבער 17, 2019 11:24 am

איז דא עפעס ספרים פון ר' ישעי' בנעט? (יאהצ"ט היינט)

genazym
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 7:07 pm

תגובהדורך genazym » דינסטאג ינואר 14, 2020 6:15 pm

כתב סמיכה מאת הגאון הקדוש רבי מרדכי בנעט אב"ד ניקלשבורג. ערב יום כפור תקפ"ו [1826]

כתב סמיכה מאת הגאון הקדוש רבי מרדכי בנעט לרבי מאיר מיענקויא אשר 'עסקתי עמו בכמה ענינים הנוגעים לאו"ח ויו"ד וידיו רב לו בגמ' ופוסקים לעלות להר המורים וכבר עדותו בידו ומוסמך מבי דינא דק' פראג'.
כתיבת סופר נאה בחתימת יד קדשו: נאו' המדבר לכבוד התורה ולומדי' הק' מרדכי בנעט פה ק"ק נ"ש והמדינה יע"א.
" הגאון מהר"ם בנעט (תקי"ג-תקפ"ט) צדיק, גדול הדור, רבן של ישראל, שהנהיג מדינתו ארבעים שנה, ופרנס כל ישראל בתורה ויראת ה', מארי דכולא תלמודא ובן יחיד לשכינתא קדישא" (מהספד החתם סופר עליו) מגדולי גדולי האחרונים, צדיק, פוסק, ומקובל, רבה הנודע של ניקלשבורג וכל מדינת מעהרין, תלמידם של בעל הנודע ביהודה ורבי שמעלקא מניקלשבורג, שמינהו לדיין בבית דינו ולימים מילא את מקומו ברבנות. מגיל צעיר נהג בתעניות וסיגופים עד שהרבי זושא מהאניפולי נזף בו.
בשולי כתב הסמיכה נוסף בכתב ידו וחתימתו של רבי ליב הלוי מגלוגא בעמח"ס אבל אבי (בן הגאון רבי יחזקאל סג"ל אב"ד בומסלא שהיה 'חברותא' של החת"ס בעמח"ס תורת יחזקאל).
דף בגודל: 16*17 ס"מ. סימני קיפול וכתמי זמן.
בילד

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5583
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » זונטאג פאברואר 16, 2020 8:05 pm

איינער ווייסט אפשר די מקור וואו דער חת״ס שרייבט אויף הרה״ק ר״מ בנעט בן יחיד לשכינה?
און אזוי אויך איז אפגעשריבן ערגעץ די מעשה מיטן מפנה זיין די קבר פון הרה״ק ?
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25780
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג פאברואר 16, 2020 10:49 pm

שנאפס האט געשריבן:א בילד פון מהר"ם בנעט זצ"ל

(הענגט אין ווייבער שוהל אין העלישוי)

IMG_3565.jpg

נאך א בילד פון מהרם בנעט


http://notrikon.blogspot.com/2019/11/al ... g.html?m=1

בילד

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5583
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » זונטאג פאברואר 16, 2020 11:12 pm

שאינו יודע האט געשריבן:איינער ווייסט אפשר די מקור וואו דער חת״ס שרייבט אויף הרה״ק ר״מ בנעט בן יחיד לשכינה?
און אזוי אויך איז אפגעשריבן ערגעץ די מעשה מיטן מפנה זיין די קבר פון הרה״ק ?



די בן יחיד לשכינה האב איך געטראפן שוין.

עני העלפ מיט #2 ? יישר כח למפרע
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

קארלין
שר מאה
תגובות: 130
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 2:06 pm

תגובהדורך קארלין » מיטוואך פאברואר 19, 2020 3:20 pm

חתימת הרבנית הצדיקת מטאלטשווא, בת הגאון הקדוש ר' ישעי' בנעט מקאלוב, על ספר חסידות מהבני יששכר!!!

https://il.bidspirit.com/ui/lotPage/sou ... 9D?lang=he


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 18 געסט