רבי מרדכי בנעט זצ"ל אבד"ק ניקלשבורג - י"ג אב תקפ"ט

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
המחפש
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 19, 2016 5:40 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך המחפש » זונטאג אוגוסט 12, 2018 9:30 am

יום זה מכובד האט געשריבן:
דער אייזעל האט געשריבן:ווייסט איינער אויב עס איז דא וואס זענען עוסק איבערדריקען די ספרים פין ר"מ בנעט? אינז זעמער אייניקלעך דורך ר ישעי בנעט. איך האב געקויפט דעם מגן אבות וואס האט באלאנגט פאר ר ישעי בנעט אין עס איז פיל מיט הגהות געשריבען פין ר ישעי בנעט אויפען טאטענס ספר. אןיב מדריקט איבער דעם מגן אבות וואלט געווען א חשובה זאך צוצולייגען די הגהות.

פארוואס זאלסטו זיך נישט נעמען אליינס צו די ארבעט?



מלפנים הי' אב"ד טאלטשווא ב"פ שליט"א עסק בספרי מהר"ם בנעט זצ"ל, וכמדומה שבנו דומ"ץ טאהש מאנסי שליט"א ג"כ הו"ל מחשבת מרדכי עוה"פ, ולכאורה יכולים לשאלם אם א' עוסק בזה.
מכון לכל עניני ליקוטים ומראי מקומות hamchapes@gmail.com

גלאזער
שר האלף
תגובות: 1656
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

תגובהדורך גלאזער » זונטאג אוגוסט 12, 2018 11:41 pm

דער אייזעל
שיק מיר א פריוואטע מעסעדזש

יענקל פאטאש
שר האלף
תגובות: 1090
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2012 6:59 pm

תגובהדורך יענקל פאטאש » דינסטאג אוגוסט 13, 2019 3:54 pm

איר קאנט אפשר ר' מענדל'ן? א געשעפטסמאן א טויגליכער, א סוחר ערשט קלאסיק! אלעס מיט א פונקטליכע חשבון צום פרוטה. אין קיין פאל וועט ער לאזן זיינס א מוכר ווארטן צו לאנג אויפן אפגעמאכטן סכום, ממש א מחי'. זיין בוכהאלטער ר' גרשן ברענגט אים די חשבונות א יעדען יאר. פארשטייט זיך קודם שרייבט ער די סכום וואס ער איז שילדיג פאר אנדערע וואס דאס איז גאר ווייניג און דערנאך די סכום וואס אנדערע זענען אים שילדיג וואס דאס איז שוין א סכום הגון, און סוועט אים בלייבן א גוטן טעם און מויל.

זיין פעטער ר' בערל איז געמאכט פון גאר א צווייטער מאטריאל. חובות האט ער איבער'ן קאפ, גאנצע בלעטער. און וואס זענען אנדערע אים שילדיג? נע, בכלל נישט ווערט צו מאכן א צימיס. זיין בוכהאלטער גייט מיט גאר אן אנדערען מהלך. קודם ווייזט ער אים די ביסל וואס אנדערע זענען אים שילדיג, זאל ער זיך קודם קלאפן דאס באכל - "אה עפעס געלט איז מער מיר שילדיג", און דערנאך וועט ער זיך דערזעהן מיט זיינע חובות, אבער עכ"פ האט ער זיך געקענט פרייען פון אנפאנג.

זאגט דער הייליגער ר' מרדכי בנעט זי"ע כל ישראל יש לו חלק לעולם הבא, דאס איז דער חוב וואס אונז האבן ביים אדון העולם, אבער וויפיל איז דאס שוין? פון דער אנדערע זייט אונזערע חובות פון עונות ופשעים איז דאך ריזיג גרויס, דאס בעהט מען אין תהלים אל תזכור לנו עונות – ראשונים דערמאן נישט אונזער עונות ערשט דאס וועט דאך אונז איבערלאזן א ביטערן טעם אין מויל, אלא מהר יקדמוני רחמיך, זיי מקדים דיין רחמנות וואס די גיבסט אונז, פארוואס? כי דלונו מאד. ודפח"ח

געשריבן לכבוד די יאהרצייט היינט נאכט י"ג אב.

http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... =&pgnum=75

שואל ומשיב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 334
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 15, 2015 1:49 pm

תגובהדורך שואל ומשיב » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 9:08 am

דפוס ראשון של ספרו באור מרדכי ווין תקעג. עס קוקט אויס צו זיין אין גאר א שיינע מצב.

https://www.ebay.co.uk/itm/113851690656


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אנא עבדא און 13 געסט