רבי מרדכי בנעט זצ"ל אבד"ק ניקלשבורג - י"ג אב תקפ"ט

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » מיטוואך אוגוסט 13, 2014 5:49 pm

אם היה כותב הייתי כותבו פה. דארף מען אנפרעגען ר' אברהם בענעדיקט מב''ב.

שמע מינה
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 1:59 pm

תגובהדורך שמע מינה » מיטוואך אוגוסט 20, 2014 8:00 pm

הייסט עס אז ר' יוסף אלי' זעעלפריינד ז"ל איז אוועקגעפארן פון קאליב און אנגענומען דאס רבנות אין האלאש, דאן איז ער געפארן קיין שאמשאן און דארט נסתלק געווארן.
זיין טאכטער גיטל און זיין איידעם רבי אליעזר ראטה ז"ל, זענען ווייזט אויס פארבליבן אין קאלוב. זייער זון רבי אלכסנדר יעקב ראטה ז"ל וואס איז אוועק ביים קריג הי"ד איז דאכט זיך געווארן אן איידעם אין טעגלאש. אין ספר באר מנחם ווערט ער געברענגט ביי די פרומענומעראנטען פון די שטאט טעגלאש.

שמע מינה
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 1:59 pm

תגובהדורך שמע מינה » מיטוואך אוגוסט 20, 2014 8:24 pm

אגב, אז כ'האב שוין דערמאנט רבי אלכסנדר יעקב הי"ד איז כדאי צו דערמאנען אז ער ליגט אין לינז וואס געפינט זיך אין עסטרייך, צוזאמען מיט זיין פרוי חי' שרה ע"ה הי"ד, מיט די וואס זענען דארט באערדיגט געווארן אום י"ד חשון תש"ט. זיי זענען אנטלאפן ביים קריג פון אונגארן און זענען דארט גע'הרג'ט געווארן דורך די רשעים אום ז' אדר תש"ה. לויט ווי עס שטייט אויפן מציבה איז ער געווען א תלמיד פונעם הייליגן קדושת יו"ט זי"ע און פונעם הייליגן ערוגת הבשם זי"ע.
אויפן מצבה שטייט אז ער האט עוסק געווען בצרכי ציבור באמונה.
אויך שטייט דארט אז זיי האבן מגדל געווען זייערע עלעף קינדער.
מיר וויסן נישט פון קיין עלעף, אבער וועלכע מיר ווייסן יא פון צווישן זיי זענען:
ר' אליעזר ע"ה,
ר' יצחק ע"ה,
ר' לייבוש הי"ד,
ר' ישעי' הי"ד,
ר' יושע ארי' הי"ד,
אשת ר' געציל גרינוואלד ע"ה,
אשת ר' אברהם גראס ע"ה.
ווער נאך?

יענקל פאטאש
שר חמש מאות
תגובות: 962
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2012 6:59 pm

תגובהדורך יענקל פאטאש » מיטוואך יולי 29, 2015 10:37 am

ארויף געברענגט לכבוד די יאהרצייט

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2295
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובהדורך נחוניא » דינסטאג יולי 26, 2016 10:25 pm

בןהרחמן האט געשריבן:ווייסט איינער ווער איז געווען הגאון הצדיק ר' משה מרדכי בנעט זצ"ל?

איך האב געזעהן א מציבה פון א זוהן זיינעם ר' אלי' בנעט אין די שטאט ביטשקע.

איז מעגליך צו באקומען א בילד פון די מציבה פון דעם ר' אלי' בנעט?

יענקל פאטאש
שר חמש מאות
תגובות: 962
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2012 6:59 pm

תגובהדורך יענקל פאטאש » מיטוואך אוגוסט 17, 2016 10:12 am

יענקל פאטאש האט געשריבן:ארויף געברענגט לכבוד די יאהרצייט

אוועטאר
חמרא טבא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4002
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » מיטוואך אוגוסט 17, 2016 10:31 am

זי"ע ועכי"א
דער ברעזשאנער רב שרייבט אין זיין הסכמה צו רבי מרדכי באנעט'ס תשובות אז ער'ז געווען כרבינו תם בדורו!!!
דביה תחדי נפשא

זהר
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 08, 2016 10:50 pm

יןסף אלי' זעללפריינד

תגובהדורך זהר » דאנארשטאג סעפטעמבער 08, 2016 11:47 pm

הי' דר בעיר נ. האללעס ולא הי' רב אביו הרב אלכסנדר יעקב הי' מלפנים רב בשמשן ועזב את הרבנות ובסוף ימיו הי' ג''כ דר בנ. האללעס ושם מנוחתם

נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1303
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 06, 2007 2:40 pm

תגובהדורך נאטרוליסט » פרייטאג סעפטעמבער 09, 2016 1:06 am

חמרא טבא האט געשריבן:זי"ע ועכי"א
דער ברעזשאנער רב שרייבט אין זיין הסכמה צו רבי מרדכי באנעט'ס תשובות אז ער'ז געווען כרבינו תם בדורו!!!


החת״ס זצ״ל אמר עליו שחריפותו של רבי מרדכי בנעט היתה גדולה מכל בני דורו, שהיה דור דעה של גאונים ולומדים מובהקים כידוע.

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5339
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » פרייטאג סעפטעמבער 09, 2016 1:00 pm

איז פארהאנען א בילד פון די ערשטע ארגינעלע מצבה ווען ס'איז נאך געשטאנען אויפן ציון פון מהר"ם בנעט זי"ע?

[די מצבה ליגט היינט צוטאגס אינטער די יעצטיגע מצבה]
IMG_3499.jpg

זהר
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 08, 2016 10:50 pm

תגובהדורך זהר » פרייטאג פאברואר 03, 2017 1:31 pm

זהר האט געשריבן:הי' דר בעיר נ. האללעס ולא הי' רב אביו הרב אלכסנדר יעקב הי' מלפנים רב בשמשן ועזב את הרבנות ובסוף ימיו הי' ג''כ דר בנ. האללעס ושם מנוחתם

[
האללעס.jpg

זהר
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 08, 2016 10:50 pm

מצבת הג''ר אלכסנדר יעקב זצ''ל ובנו ר'יוסף אלי' ז''ל

תגובהדורך זהר » פרייטאג פאברואר 03, 2017 1:36 pm

האללעס.jpg

זהר
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 08, 2016 10:50 pm

תגובהדורך זהר » פרייטאג פאברואר 03, 2017 1:38 pm

נראה רק מקצת מן מצבת ר' יוסף אלי'

יענקל פאטאש
שר חמש מאות
תגובות: 962
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2012 6:59 pm

תגובהדורך יענקל פאטאש » דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 9:55 am

די קומענדיגע שב"ק וועט זיין די יאהצ"ט. אפשר עפעס א מלוה מלכה ליוצ"ח?

א חסיד
שר האלף
תגובות: 1367
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 26, 2014 3:45 pm

תגובהדורך א חסיד » מוצ"ש אוגוסט 05, 2017 11:12 pm

וויא אזוי איז רבי מרדכי געוועו אן אייניקעל בא"ב פון חכם צבי??

אוועטאר
פייערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 05, 2016 10:57 pm

תגובהדורך פייערמאן » זונטאג אוגוסט 06, 2017 12:56 am

א חסיד האט געשריבן:וויא אזוי איז רבי מרדכי געוועו אן אייניקעל בא"ב פון חכם צבי??

ראה כאן נומ' 5.

אוועטאר
פייערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 05, 2016 10:57 pm

תגובהדורך פייערמאן » זונטאג אוגוסט 06, 2017 1:49 am

ווייסט איינער ווער דאס איז? (אין ניקלשבורג).
צוגעלייגטע
Screenshot_2017-08-06-01-54-19.png
Screenshot_2017-08-06-01-54-19.png (442.05 KiB) געזעהן 1659 מאל

זהר
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 08, 2016 10:50 pm

מצבת הג''ר אלכסנדר יעקב ובנו ר' יוסף אלי' ומשפ' בעיר Nagyhalász

תגובהדורך זהר » דאנארשטאג ינואר 25, 2018 10:47 pm

מצבת הג''ר אלכסנדר יעקב ובנו ר' יוסף אלי' ומשפ' בעיר Nagyhalász

ארום די זייגער
שר חמש מאות
תגובות: 676
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 28, 2016 1:23 pm
לאקאציע: אין קאך

תגובהדורך ארום די זייגער » פרייטאג ינואר 26, 2018 12:35 am

scy4851 האט געשריבן:יא! מיללער
איך בין אן אייניקעל דורך זיין זוהן ר' ישעיה בנעט אבדק"ק קאלוב, און זיין
איידעם ר' יוסף אליהו זעלפריינד..

ר' יוסף חיים גרינוואלד זז"ג, איז אויך אן אייניקעל דער זעלבער וועג.
ר' יוסף חיים'ס מאמע ע"ה מיט מיין מאמע ע"ה זענען געווען ערשטע קאזינס.זייער זיידע איז געווען אן איידעם ביי ר' יוסף אליהו זעלנפריינד.



האמער יעצט אסאך הכל פון 5 אייניקעך פון מהר"ם בנעט.
איך
מאשקע
יצמחפורקניה
יעקעלע
און נאך איינער [יענער האט נעכטען נאכט געשיקט אן אישית צי משקע. אויב ער וויל מגלה זיין, עט מען אוהם לאזען אליינס טוהן]

נו...ווער נאך?
מאשקע שיקט מיר און אישית..מעגייט באלד האבען מנין פאר א יארצייט סעודה...

זעמער אויך אן אייניקל...
ביי וויפיל האלט מען שוין?

זהר
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 08, 2016 10:50 pm

מצבת הג''ר אלכסנדר יעקב ובנו ר' יוסף אלי' ומשפ' בעיר Nagyhalász

תגובהדורך זהר » זונטאג ינואר 28, 2018 8:46 pm

הג''ר אלכסנדר יעקב ובנו ר' יוסף אלי' ומשפ' בעיר Nagyhalász
צוגעלייגטע
ר' אלכסנדר.jpg
ר' אלכסנדר.jpg (711.75 KiB) געזעהן 1021 מאל

זהר
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 08, 2016 10:50 pm

מצבת הג''ר אלכסנדר יעקב ובנו ר' יוסף אלי' ומשפ' בעיר Nagyhalász

תגובהדורך זהר » זונטאג ינואר 28, 2018 8:49 pm

מצבת מרת לאה בת ר' ישעי' בנעט אשת ר' יוסף אלי' ז''ל
צוגעלייגטע
לאה.jpg
לאה.jpg (92.79 KiB) געזעהן 1020 מאל

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מיטוואך מאי 23, 2018 11:04 am

שמע מינה האט געשריבן:אגב, אז כ'האב שוין דערמאנט רבי אלכסנדר יעקב הי"ד איז כדאי צו דערמאנען אז ער ליגט אין לינז וואס געפינט זיך אין עסטרייך, צוזאמען מיט זיין פרוי חי' שרה ע"ה הי"ד, מיט די וואס זענען דארט באערדיגט געווארן אום י"ד חשון תש"ט. זיי זענען אנטלאפן ביים קריג פון אונגארן און זענען דארט גע'הרג'ט געווארן דורך די רשעים אום ז' אדר תש"ה. לויט ווי עס שטייט אויפן מציבה איז ער געווען א תלמיד פונעם הייליגן קדושת יו"ט זי"ע און פונעם הייליגן ערוגת הבשם זי"ע.
אויפן מצבה שטייט אז ער האט עוסק געווען בצרכי ציבור באמונה.
אויך שטייט דארט אז זיי האבן מגדל געווען זייערע עלעף קינדער.
מיר וויסן נישט פון קיין עלעף, אבער וועלכע מיר ווייסן יא פון צווישן זיי זענען:
ר' אליעזר ע"ה,
ר' יצחק ע"ה,
ר' לייבוש הי"ד,
ר' ישעי' הי"ד,
ר' יושע ארי' הי"ד,
אשת ר' געציל גרינוואלד ע"ה,
אשת ר' אברהם גראס ע"ה.
ווער נאך?


וועל איך מיך ערלויבן צו זאגן אביסל הערות און הוספות.
אליעזר ע"ה כפי ידיעתי איז געווען א בחור, ער איז אוועק צוזאמען מיט די עלטערן, אין עלטער פון 22 יאר.
ר' יושע ארי' איז נישט הי"ד. ער איז נפטר געווארן בשיבה טובה י"ט סיון תשס"א ומנו"כ אין בני ברק. ער האט איבערגעלאזט צוויי קינדער (וואס איך ווייס).
מרת גיטל, אשת ר' געציל גרינוואלד "בזיווג ראשון" הי"ד (אויסער די שוועסטער וואס האט חתונה געהאט מיט ר' געציל בזיווג שני נאכן קריג).
מרת ריקל אשת ר' אשר ראזענטאהל, נפטרה י"א אדר תשס"ו
שמעון אדער שמחה, נפטר תש"ג אין עלטער פון 26 יאר
א זון ליפא הי"ד, נפטר געווארן אין עלטער פון 41 יאר
א טאכטער וואס איז געווען חתונה געהאט מיט (אליעזר?) מאנדל, געבוירן תרס"ה, איר מאן איז געבוירן תרס"ב, כ'ווייס נישט וואס ס'איז געווארן מיט זיי. זיי האבן (געהאט) 9 קינדער.

און נאך קינדער וואס איך ווייס נישט זייערע אידישע נעמען.
An article a day keeps the babies away

מארגען שטערן
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 27, 2015 7:50 am

תגובהדורך מארגען שטערן » דאנארשטאג יוני 21, 2018 4:33 pm

ללמוד וללמד האט געשריבן:
בןהרחמן האט געשריבן:ווייסט איינער ווער איז געווען הגאון הצדיק ר' משה מרדכי בנעט זצ"ל?


הגאון ר' משה מרדכי בנעט אב"ד ק"ק שטאמפען איז געוועהן א ברודער מיט הגאון המפורסם ר' יחזקאל בנעט אב"ד נייטרא. נאך א ברודער האט ער געהאט הגאון ר' יוסף יוחנן בנעט דיין בקאלוב מחברא אשוואר אצל הגה"ק מקאלוב. (נישט האבן קיין טעות מיר הגאון ר' ישעי' בנעט וואס איז געוועהן אב"ד קאלוב אין א שפעטערע תקופה). די ברודער זענען געוועהן בני הגאון ר' יעקב בנעט דיין באויבן ישן וואס איז געוועהן משפחה מיט הגאון ר' מרדכי בנעט, אבער איך ווייס נישט פונקט ווי אזוי.


אני מנכדי הג"ר משה מרדכי בנעט, הוא היה בן אחיו של הגאון ר' מרדכי בנעט
הנה סדר היחס חלקי עד ר' מרדכי בנעט הראשון
מרדכי בנט.xls
(35.5 KiB) דאונלאודעד 20 מאל

דער אייזעל
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 10:33 am

תגובהדורך דער אייזעל » זונטאג אוגוסט 12, 2018 2:15 am

ווייסט איינער אויב עס איז דא וואס זענען עוסק איבערדריקען די ספרים פין ר"מ בנעט? אינז זעמער אייניקלעך דורך ר ישעי בנעט. איך האב געקויפט דעם מגן אבות וואס האט באלאנגט פאר ר ישעי בנעט אין עס איז פיל מיט הגהות געשריבען פין ר ישעי בנעט אויפען טאטענס ספר. אןיב מדריקט איבער דעם מגן אבות וואלט געווען א חשובה זאך צוצולייגען די הגהות.

יום זה מכובד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 257
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2017 11:03 am

תגובהדורך יום זה מכובד » זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:32 am

דער אייזעל האט געשריבן:ווייסט איינער אויב עס איז דא וואס זענען עוסק איבערדריקען די ספרים פין ר"מ בנעט? אינז זעמער אייניקלעך דורך ר ישעי בנעט. איך האב געקויפט דעם מגן אבות וואס האט באלאנגט פאר ר ישעי בנעט אין עס איז פיל מיט הגהות געשריבען פין ר ישעי בנעט אויפען טאטענס ספר. אןיב מדריקט איבער דעם מגן אבות וואלט געווען א חשובה זאך צוצולייגען די הגהות.

פארוואס זאלסטו זיך נישט נעמען אליינס צו די ארבעט?


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 14 געסט