שושלת ליניץ-מאנאסטריטש

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25572
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג אפריל 21, 2009 6:22 pm

הערט אויס טייערע פריינט, לכבודכם (ולכבודי) האב איך געשפענדט 3.95 פאר די ארטיקל אינעם 'ניו יארק טיימס' אויפצומארגנס פון די פטירה פונעם מאנאסטריטשער רבי 0זעה בייגעלייגט) עטליכע נקודות וואס איך זעה דארט;

א. זיי שרייבן אז ער איז געבוירן אין זינקוב, הייסט דאס אז זיין פאטער האט קודם געוואונט על שלחן חותנו
ב. ער איז געווען דער נשיא פון ? האדמורי"ם דארה"ב וקאנאדא
ג. ער איז געווען אנערקענט אלס דער 'דיען' (מנהל/ראש) פון די אדמורים
ד. עס איז נישט פארגעקומען קיין הספדים ביי די לוי' וועלכע איז פארקעומען ביי זיין הויז אין בראנזוויל 89 לעגיאן סט.
ה. טויזענטער האבן באגלייט און געטרויערט
ו. ער האט געהאט א שטיקל ביהמ"ד ביי זיך אין שטוב
ז. א געוויסער ר' ? (JULIUS) הורוויץ נשיא אגודת נכדי רש"י דאמעריקע האט אנגעפירט מיט די לוי' (ווער איז דאס?)
ח. אכט גרויסע רבנים האבן געטראגן דעם ארון אויף די פלייצעס, א זאך וואס איז באטראכט אלס א גרויס כבוד
ט. די לוי' האט זיך אפגעשטעלט אויף עטליכע מינוט פארנט פון מתיבתא ר' חיים בערלין אויף פרעזידענט סט. פון וועם דער רבי איז געווען א גרויסער שטיצער
י. ער איז געקומען קיין אמעריקא תרפ"ד, ער איז געווען אקטיוו אין מפעלי צדקה און אין ישיבה תורה ודעת
י"א. האחרון והוא העיקר, ער האט איבערגעלאזט איין זוהן און דריי טעכטער
1. בנו ר' יעקב פון פילעדעלפיא
2. מרת סימא ברכה טווערסקי פון שיקאגו
3. מרת אלישבע ראבינאוויטש
4. מרת ? (FANNY) וואלקינסאן


היצט ברויך מען דערגיין ווער זענען געווען די מענער פון די לעצטע צוויי טעכטער
צוגעלייגטע
98128148.jpg

badatz
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 17, 2008 5:28 pm

תגובהדורך badatz » דינסטאג אפריל 21, 2009 10:56 pm

מיילעך האט געשריבן:הרב בד"ץ!! במחילת כבודך, רש"י מפראסקרוב הי' חתנו של המאניסטריטשער. ובזיוו"ש הי' חתנו של ר' יוסף דוד אשכנזי מבאזיליא.

ב''ה
ר' מיילעכעל יקירי חביבי שיחי' !!!!!!!!!!!אתה צודק הוא הי' שלושים יום חתנו והיא נפטרה ל''ע .
ובנידן ההסכמות הוא לקח משני מחותניו א]הרה''ק מהארנסטייפעל כי אחותו היתה אשת ר' לייבעלע בן ההראנסטייפלער .ב]הרה''ק מבאהאש כי בנו ר' גדלי'
אהרן הי''ד הי' אז בעת ההיא חתנו .
בספריו בכלל הוא כותב קורותיו ומשפחתו וגם דברים בלתי נעימים .

badatz
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 17, 2008 5:28 pm

תגובהדורך badatz » דינסטאג אפריל 21, 2009 11:06 pm

ב''ה
ביתו אלישבע התחתנה עם ר' יחיאל גערטנער מלענטשנע והתגרשו ל''ע
את פאני הוא לא מזכיר בספר היובל .

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25572
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך אפריל 22, 2009 10:19 am

אין 'מלכות בית טשערנאבל' ביים ערך פון רש"י מרופסקרוב, ברענגט ער אז ער האט געהאט דריי זיווגים, דאס ערשטע איז געווען הרבנית פיגא בת רי"ה ממאנאסטריטש.

די טכטער אלישבע ליגט לעבן איר פאטערס אוהל.

איך האב מורא אז די טאכטער פאני וואלקינסאן איז נישט געווען צו ערליך, סיי פונעם נאמען און סיי די פאקט אז ער דערמאנט איר נישט אינעם ספר היובל.

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4665
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מיטוואך אפריל 22, 2009 11:13 am

מיללער האט געשריבן:ז. א געוויסער ר' ? (JULIUS) הורוויץ נשיא אגודת נכדי רש"י דאמעריקע האט אנגעפירט מיט די לוי' (ווער איז דאס?)


סקרענטאנער רב פרעגט דאך א הארבע קשיא: ווער איז דאס?
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25572
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך אפריל 22, 2009 12:47 pm

מיללער האט געשריבן:איך האב מורא אז די טאכטער פאני וואלקינסאן איז נישט געווען צו ערליך, סיי פונעם נאמען און סיי די פאקט אז ער דערמאנט איר נישט אינעם ספר היובל.


בשורה טובה ומרנינה!!!!

איך האב יעצט אראפגעלייגט די טעלעפאון מיט א איד ר' בנימין וואלקינסאן הי"ו פון מישיגען, ער איז א זוהן פון די דערמאנטע מרס. וואלקינסאן!

דער אמת איז, זי איז געווען אן אייניקל פונעם מאנאסטריטשער רבי ר' יהושע העשיל, א טאכעטער פון ר' גדלי' אהרן הי"ד, זי איז געקומען קיין אמעריקא מיטן זיידען און אויפגעוואקסן ביי אים אין שטוב, דערפאר דערמאנט איר די טיימס בטעות אלס א טאכטער.

ער זאגט אז דער זיידע דערמאנט איר יא אינעם ספר היובל, און אז זי ווערט אויך דערמאנט אינעם פאפולערען ענגלישען בוך אויף יחוס פון דר. ניעל ראזענטאהל 'די אנבראקען טשעין'.

זי איז געווען אן ערליכע פרוי, זי האט חתונה געהאט מיט ר' חיים וואלקינסאן דאהי אין ניו-יארק, ר' חיים איז געווען א מאנאסטריטשער חסיד, זיי האבן שפעטער געוואונט אין וואשינגטאן, ר' חיים מיט זיין פרוי ליגען באהאלטן אינעם מאנטיפיורי סעמעטערי ביי די מאנאסטרישער חלקה.

דער ר' בנימין האט געארבעט מיט ש"ב ר' גדלי' אהרן ממאנאסטריטש אויפן זיידענס לעצטע ספר, ער האט א זוהן דוד נתנאל וועלכער איז א לויער אין מישיגען און ער געלאפן פאר סטעיט-סענאט דארט (זוכט דורך גוגל פאר מער אינפא.) עס זענען אויך פארהאן קינדער פון ר' חיים וואלקינסאן אין ארף ישראל.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך אפריל 22, 2009 2:15 pm

פשיהא, דער סקרענטאנער רב רוהט נישט! דא צאלט ער געלט פאר די נ.י. טיימס (וואס האלט אט ביים באנקראטירן ווען נישט די תמיכות פון סקרענטאן) פאר אן ארטיקל, און דא געט ער אוועק פון זיין צייט צו רופן מענטשן און איבערפרעגן יחוס.

אפריון נמטייה, דין בר נש!

ליפשיץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 289
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 11, 2009 2:51 pm

תגובהדורך ליפשיץ » מיטוואך אפריל 22, 2009 2:45 pm

סתם פאר אינטערסאנטקייט, לידיעה בעלמא. דער "אנבראקן טשעין" פון דר. ניעל ראזענסטין, איז אזוי אומקאמפאטענט אז ס'לאזט זיך גארנישט גלייבן. ער שרייבט טייל מאל אזוינע שטו... און אזוי אומקארעקט אזש איך איך וויל נישט זאגן וואס.

(איר זענט דאך סאטמארע, איא? איז וועל איך אייך גיבן א קליינע ביישפיל פון דעם סאטמארער רבינ'ס ביאגראפיע אין זיין בוך. ער האט באשלאסן, אז דעם רבינ'ס טאכטער (דענק איך נישט יעצט וועלכע) איז פארברענט געווארן אין אוישוויצער קאלעך אויווען...).

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » מיטוואך אפריל 22, 2009 4:46 pm

וועלכע מהדורה פון דעם unbroken chain רעדט איר ?
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6664
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מיטוואך אפריל 22, 2009 7:10 pm

ליפשיץ האט געשריבן:סתם פאר אינטערסאנטקייט, לידיעה בעלמא. דער "אנבראקן טשעין" פון דר. ניעל ראזענסטין, איז אזוי אומקאמפאטענט אז ס'לאזט זיך גארנישט גלייבן. ער שרייבט טייל מאל אזוינע שטו... און אזוי אומקארעקט אזש איך איך וויל נישט זאגן וואס.

ליפשיץ איז גערעכט,
ווען דער ביכעל איז ערשט ארויסגעקומען האב איך עס געקויפט און דורך געליינט פון דעקעל צי דעקעל.
עס איז א שאד געווען דאס געלט און צייט.

איך האב עס נאך א שטיקעל צייט אוועק געגעבען.
the SCY is the limit

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25572
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג יוני 28, 2009 7:54 pm

כתר ישועה האט געשריבן:ס'איז געווען אויכט א מאניסטרישטער רבי און פילדלפיה וואס האט אויכט געהייסן ר' יושע ... ראבינאוויטש, ס'איז ארויס פון עם גאר א שיינעם ספר, א ספר מקיף ס'הייסט 'ערכי יהושע'. היינט איז בן אחיו הרה"צ ר' גדלי' אהרן ראבינאוויטש שליט"א פון רמת שלמה און עיה"ק ירושת"ו זיין ממלא מקום און דער מחזיק בשלשלת הקודש 'מאניסטרישטא'. א גרויסער איד, טוט אסאך און קבלה, א מרביץ תורה און די ישיבה הקדושה 'שער השמים'.


ער האט געהייסן ר' יעקב ב"ר יהושע העשיל ממאנאסטריטש ניו יארק, ער האט מתחילה געוואונט אין פילעדעלפיא ווי ער האט מכהן געווען באדמורות, ער איז שפעטער ארויף קיין אר"י, ער האט זיך באזעצט אין תל-אביב.

(בילד קרעדיט בחד"ח)
צוגעלייגטע
Rabinowitz-Philadelphia.jpg
Rabinowitz-Philadelphia.jpg (11.44 KiB) געזעהן 2172 מאל

Prouducer
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 21, 2009 12:34 am

תגובהדורך Prouducer » זונטאג יוני 28, 2009 11:22 pm

ווער איז דער מאניסטריטשער רבי אין ב"פ ביי צוועלף עוו און ניין און פופציגסטע גאס דאכצעכמיך ער הייסט משפחה נאמען "קטן"

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25572
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג יוני 28, 2009 11:27 pm

יא, דאס איז פון א אנדערע משפחה, אייניקלעך פון ר' ליבער הגדול מבארדיטשוב, אינעם אשכול איבער ר' ליבער האבן מיר גערעדט וועגן די שושלת.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25572
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג יולי 05, 2009 5:06 pm

[quote="badatz"]בעזהשי''ת
בשנת תר''צ במלאת שבעים שנה לכבוד הרה''צ מהרי''ה זצ''ל ממאנסטרישטא עשו סעודה והוציאו לאור ספר היובל מפעולותיו וקורות חייו .
הספר מכיל 103 עמודים בשני חלקים אידיש ולשה''ק .
[quote]


דער ספר היובל איז עוועיליבל אויף היברו-בוקס, יעצט אין די נייע שוואונג פון הוספות, קליקט דא

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25572
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך יולי 22, 2009 11:00 am

שמואל'יק'יל האט געשריבן:א. רבי יצחק הדיין מפאלנאה. בנו
ב. רבי גדליה מליניץ. נלב"ע כ"ט כסלו תקס"ד. חתן (בזיוו"ש) רבי משה טשארטאריער אחיו של רבי צבי מקאמנקא. בשנות נעוריו היה כה פעמים אצל אור שבעת המים מרן הבעש"ט הק' זיע"א שחיבבו מאוד. תלמידו של רבי אריה לייב "המוכיח" מפאלנאה. רב באוסטרופול, מירופול, ליניץ. מחבר: "תשואות חן". בנו
ג. רבי יצחק יואל מליניץ. נולד בשנת תקנ"ג. נלב"ע כ"ה חשון תקפ"ח. חתן רבי יעקבקא מלובערטאב. מילא את מקום אחיו רבי שמואל יהודה לייב (ג1) כרב בליניץ, אולם גם הוא נפטר בצעירותו. (מבניו: רבי אלטר יוסף אליהו מליפאוויץ. נולד בשנת תקפ"א. נלב"ע י' אייר תר"י. חתן רבי אפרים זלמן אב"ד ביאלא-פולין, חתנו של רבי אריה לייב מבענדער. "היה מפורסם בערי אוקראיינא לירא ודחיל ומופלג מאוד"). בנו
ד. רבי גדליה אהרן מליניץ. נולד בשנת תקע"ה. נלב"ע ט"ו בשבט תרל"ח. חתן רבי שמואל אברהם אבא מסלאווטא (קאריץ). משנת תקצ"ט אדמו"ר בליניץ, ממנה עבר בשנת תרי"ב לסוקוליבקא. בשנת תרכ"ח הוכר לברוח לפודול-אילואי שברומניא ובה נסתלק. ספרו: "חן אהרן".


איך לייג דא איבער די קינדער פון ר' גדלי' אהרן מליניץ בעל חן אהרן, מיט די הוספות שלמדתי מספר 'תורת אבות' לנכדו הרה"צ ראי"ה ממונוסטריטש-ארה"ב, כולל סדר תולדותם בהלינק המצורף

ה-א. רבי יצחק יואל מקנטיקוזיבא. נולד ט"ז שבט ת"ר. נלב"ע כ"ד תמוז תרמ"ה. חתן רבי משולם זושא מזינקוב (אפטא). מעטים ורעים היו שנות חייו. סבל ממחלות ורדיפות. משנת תרכ"ג רב בליניץ. בתרכ"ט נאסר ע"י השלטון הרוסי והוגלה לכמה ערים ברוסיא. בתרל"א רב בייקטרינוסלב והיה תחת פיקוח המשטרה. בתרל"ד שוחרר.
ה-ב. רבי פנחס מסוקוליבקא הי"ד. נולד בשנת תר"ב. נרצח ע"י האוקראיינים בז' אב תרע"ט. חתן רבי יעקב יוסף הארנשטיין. כיהן כ-40 שנה ברבנות של סוקוליבקא, והיה ידוע בגדלותו בתורה)
ה-ג. רבי יוסף אב"ד באפאלאו, ניו יארק, חתן רבי יעקב ישראל מטשערקאס (טשערנאביל)
ה-ד. ר' יעקב יעקבקא מטשערקאס
ה-ה. חתנו ר' יעקב שמשון חודרוב מבוגופוליה
ה-ו. חתנו ר' פנחס ב"ר שלמה מעיר אוסזריסטשוב
ה-ח. חתנו ר' דוד ראסילאוויטש בן הגביר ר' סענדר מניקוליעב
ה-ט. חתנו ר' דוד חודרוב מבארדיטשוב נכד ר' חיים מקוסוב, עפ"י פקודת דודו הצמח צדיק מוויזניצא קיבל עליו את הרבנות בעיר אחת בעסטרייך-אונגארן
ה-י. חתנו ר' שאול אב"ד כאטין בבסארביע
ה-י"א. חתנו ר' יעקב לייב ב"ר יצחק מליבושיעב
ה-י"ב. חתנו בנו של ר' געציל מאוסטראה

ווער עס קען מוסיף זיין פרטים איבער דעם זוהן ר' יעקב יעקבקא מטשערקאס אדער איבער די 7 איידימער איז מכובד צו נעמען די מייק.

א גוט ווארט
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 3:36 pm

תגובהדורך א גוט ווארט » מיטוואך יולי 22, 2009 11:31 am

מיללער האט געשריבן: ה-ה. חתנו ר' יעקב שמשון חודרוב מבוגופוליה


רבי יעקב שמשון מבאהאפאלי, דאס איז געווען דער שווער פון רבי וועלוועלע ראכמיסטריפקער מנו"כ בהאוהל שבהר הזיתים ירשת"ו. פון זיינע קינדער חתנו האמרי חיים מוויזניצא.
תכלית הידיעה אשר לא נדע

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25572
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך יולי 22, 2009 11:42 am

אהא, דאס בין איך נשיט געווען זיכער, ווייל ער שרייבט 'באגאפאלע' מיט א ג', האב איך נישט געוואוסט צו היינו הך.

א דאנק אייך דבר טוב.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20991
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך יולי 22, 2009 11:48 am

מיללער, דאס איז דאך דער רוסישער ג' אנשטאט א ה', אזוי ווי אנשטאט הירשל זאגן זיי גירשל כידוע.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

א גוט ווארט
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 3:36 pm

תגובהדורך א גוט ווארט » מיטוואך יולי 22, 2009 4:33 pm

שמואל'יק'יל האט געשריבן:היינט באנאכט איז יו"ד פון כ"ק הרה"ק ר' גדליהו אהרן ראבינאוויטש פון מאנאסטריטש אומאן הי"ד זיע"א - ג' אב תרע"ט.

עס קומט אויס קומענדיגע פרייטאג
תכלית הידיעה אשר לא נדע

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25572
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך אוגוסט 05, 2009 1:03 pm

שמואל'יק'יל האט געשריבן:ז6. רבי בן ציון יוסף מארעל. נלב"ע ט"ו כסליו תשכ"ח. חתן דודו רבי פנחס מקנטיקוזיבא (לעיל ו2). משנת תר"צ אדמו"ר. התגורר שנים רבות בארה"ב. משנת תשכ"ז אדמו"ר בגבעתיים.


היינט האט ידידינו הרב בן בוזי אונז מזכה געווען מיט א בילד פון הנ"ל, איך שטעל עס דא אהער אינאיינעם מיט א בילד פון א הכנסת ס"ט בבית מדרשו בדיטרויט בנוחכות שאר בשרו רחמ"י שניאורסוהן-טווערסקי מטאמאשפיל-קוידינוב ז"ל.
צוגעלייגטע
brezna5.jpg
brezna5.jpg (32.05 KiB) געזעהן 1983 מאל
bra.jpg
bra.jpg (53.46 KiB) געזעהן 1984 מאל

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

תגובהדורך יוסלמאן » מיטוואך אוגוסט 05, 2009 1:37 pm

דער ספר היובל איז עפעס גאר אינטערסאנט. ס'דארף זיין א בילד פון רבי יהושע העשיל אויב איינער האט עס ביטע ארויפלייגן. כ'מיין ס'דארף זיין אין "חסידות מבוארת" אויב כ'גדענק גוט דעם נאמען, א ספר מיט אלע רבישע הויפן און קרייזן מיט בילדער אויב מעגליך. כ'דענק נישט פונקטליך דעם נאמען, ס'לעצטע מאל האב איך געזעהן אלץ קינד, אבער ווער ס'האט עס שוין געזעהן - זיכער איינע פון אונזערע תושבים - וועט לכאו' וויסן פון וואס כ'רעד. ער האט געהאט א שיינע צורה אבער מ'זעהט אז ער האט אסאך מיטגעמאכט, כ'האב דאס שוין געהערט אלץ קינד.
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4665
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מיטוואך אוגוסט 05, 2009 3:25 pm

ר' בן ציון יוסף מארעל בן ר' משולם זוסיא מארעל חתן ר' אברהם שמואל פטשעניק מברעזנא
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4665
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מיטוואך אוגוסט 05, 2009 3:32 pm

ספר תולדות אנשי שם איבער די אדמורי ליניץ/מאנוסטריטש/ארעל
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25572
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך אוגוסט 05, 2009 4:34 pm

ישר-כח בן בוזי,
איך זעה אז ר' יוסף בנציון מארעל איז געקומען שוין בתרפ"ו (נישט תר"צ ווי שמואל'יק).
צוגעלייגטע
hebrewbooks_org_2714_131.jpg

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4665
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מיטוואך אוגוסט 05, 2009 4:36 pm

געב א קוק אין דער ברעזנער יזכור בוך
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 18 געסט