בחצרות החסידים/חסידים?

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

בחצרות החסידים/חסידים?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

ראה אשכול ונזכר...
זעענדיג אינעם דערנעבנדיגער נארוואס פריש געגרינדערטער אשכול פון 'מאלין', וואו עס ווערט דערמאנט דער הייד פארק פורום "בחצרות החסידים", האב איך זיך דערמאנט אין א פראגע וואס כ'וויל שוין לאנג פרעגן.

עס איז מיר שוין פיל מאל אויסגעקומען צו ליינען ציטאטן פון דעם פורום דא און דארט, אבער קיין מעמבער דארט בין איך נישט. איך זע אז טייל חברים דא זענען מעמבער'ס אין יענעם פורום, איז דאס אן אינטערסאנטער פורום? אויב יא, קען איך דארט שרייבן אין אידיש אויך אדער מוז דאס זיין דוקא בעיברית? (עס איז מיר שווער צו שרייבן לענגערע ארטיקלען אין א שפראך וואס איך בין נישט געוואוינט).

נאך אזאך, מוז מען דארט שרייבן אנצוהאלטן מעמעבערשיפ אדער קען מען זיין בלויז אן אבזערווירער און ליינער? (אויב מוז מען שרייבן דאן האב איך דעם אויבנדערמאנטן פראבלעם).

איך זע אז ס'דא צוויי פורמים; "בחצרות החסידים" און "בחצרות חסידים". וואס איז דער חילוק צווישן די צוויי? ווערן דארט אויסגעקענעטן באזונדערע סארט נושאים וכדומה אדער? און האבן ביידע די זעלבע פארלאנגען בנוגע שרייבן אין העברעאיש און בנוגע אז מ'מוז זיך לאזן הערן.
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

די וואס האבן זיך אפגעטיילט פאר א דריי יאהר צוריק האבן זיך צו געלייגט דעם אות ה.
ועמך כולם צדיקים
לעווי
שר האלף
תגובות: 1925
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעווי »

פארוואס האט מען זיך אפגעטיילט און וואס איז עס בכלל?
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ר' זארעך,

מיין אבזערוואציע פון די צוויי איז ווי פאלגענד;
1) דער אריגינעלער פורום איז מער דיסקאשענס איבער היינטיגע חסידיות, די צווייטע (מתפעל'ס) אטנהאלט מער היסטארישע ענינים פון חסידות מיט די באטייליגונג פון גוטע ידענים והיסטאריקער.

2) אין די צווייטע מוז מען נישט זיין קיין אקטיווע מעמבער אנצוהאלטן מעמבערשיפ, אבער פטור בלא כלום אי אפשר.

3) אידיש איז נישט קיין ארטיקל דארט, אבער עברית מוז מען נישט קענען ווער-ווייסט-וואס.
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

אויב וועט די פארום איינשלאפען אביסעל וועלן ביידע סטראשען ארויסציווארפען מעמבערס אויב משרייבט נישט.
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

יישר כח ר' מיללער פאר די ענטפערס, איך בין אביסל צעמישט וועלעכס רופסטו די ערשטע און וועלכעס די צווייטע?

מתפעל'ס פורום איז דאכט זיך דער אן די ה', 'בחצרות חסידים', האב איך רעכט? זאגסט אז דארט איז אינטערסאנטער פלאס מ'מוז נישט זיין אקטיוו, נו איז דאך דאס ווי געוואונטשן.
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

אמאל איז בחצרות החסידים זיכער געווען אינטערסאנטער ספעציעל ווייל עס איז אויך עוסק אין היינטיגע פאליטיק,
אבער היינט צי טאג האט עס היבש אראפגעסלאוט אין מקען שוין זאגען אז דאס אנדערע אנעם 'ה' איז מער
פארשטייט זיך אז ממיז האבען א געפיל צי די ענינים וואס ווערט דארט אויסגעשמיסט.
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

אהא, הער איך. א יישר כח ר' יאסל.
איך וויל פרעגן א שאלה. למשל, אזא סארט שטיקל וואס כ'אב געשטעלט אין דעם אשכול, אין וועלכען פורום פון די צוויי האט דאס מער פלאץ? און אין וועלכען פורום זיצן גרעסערע ידענים וועלכע וואלטן געגליכן זיך אפצוגעבן מיט א שטיקל חסידות וכדומה?
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

דאס באלאנגט ענדערש אין 'ספרים וסופרים'.
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

דאס האט alterzeide געשריבן ב-11/7/2008 10:02

מסתבר שיש כאן כמה ניקים מהיימישע קרעטשמע, אך אנחנו לא מכירים כאן אחד את השני לפי הניקים שם.


דאס האט מתפעל געשריבן ב-13/7/2008 07:34

לגבי היימישע קרעטשמע, יש שם אחד שלוקח כל תמונה שאני מכניס באשכול הגדול של גדולי ישראל בבחדרי חרדים, ומפרסם את זה שם באופן קבוע. בלי כמובן להזכיר מאיפה לקח את זה.
ועמך כולם צדיקים
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

בכלל באדארף מען צו וויסן אז דער מנהל מאדניאסא מיט דעם מנהל משנה מתפעל איז דער זעלבער איינער נאר מיט צוויי נעמען, ווי ער האט אליין געשריבן אין דעם שושילתא קדישא סטרעטין:

ב-10/7/2008 07:39

זה אני מתפעל הכנסתי את התגובה לעיל, פשוט שכחתי להחליף מניק ניהול.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

ער איז כשר גערעכט, אויב נעמט מען א בילד וואס קומט פון א סייט ברויך מען עס קרעדיטירן.
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

מיללער האט געשריבן:דאס באלאנגט ענדערש אין 'ספרים וסופרים'.

כבין נישט אזוי זיכער אז דאס באלאנגט דארט,
איך טראכט אז אין בחצרות החסידים קען דיר געלונגען צי באקומען א הסבר
ספעציעל פון ר' שעפסל וואס שיינט צי זיין אגרויסער בקי אין ספרי חסידים.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

איך האב נאכדעם געקלערט אויך ווי יאסלען וועגן דעם מאור ושמש שאלה, דער אמת איז אז אלע ידענים גייען איבעראל, עס איז א מזל זאך, עס לוינט צו פרובירען ווי יאסל רעקאמענדט.

וועגן מתפעל/מדאיניסא, מוז נישט זיין, עס קען זיין אז ער האט די פעסווארד בשותפות מיט נאכאיינעם, אגב דער מתפעל האט כמדומה די מערסטע צאל תגובות ברחבי הייד-פארק ער איז זייער א רעספעקטירטע מענטש און פארדינט אסאך קרעדיט לגבי דעם ניווא פון זיין און אנדערע פארום'ס, און ווי יאנאש איז מעורר אויב נעמט איינער א בילד ברויך מען קרעדיטירען.

איך האב לעצטענס גערעדט מיט די בעל-הבית פון די 'קברים' סייט, ער האט מיר פארגעהאלטן פארוואס מ'לייגט דא אסאך בילדער עס איז קאפירייט, למעשה האט ער מיר געזאגט אז אויב לייגט מען א לינק האט ער דערפון א טובת הנאה, דאס דארף מען רעספעקטירען און ערפילען זיין באגער אז נישט איז עס א שאלה פון גניבה.

וועגן די שמועס וואס ביקסאד האט אראפגעברענגט איבער ניקס פון דא און דארט, איך מיין אז דאס פאלט אונטער די 'גילוי אלערט' איך וועל דאס איבערלאזן פאר די פוסקי דורנו שליט"א מה יעשו בדינם, אבער איך זעה בכלל נישט קיין נוצן פון קאכן א קאשע פון דא ביז דארט יעדעס פלאץ האט זיך זיינע אייגנשאפטן צוואס ברויך מען ציען פאראלעלן?

ובזה יצאתי ידי חובתי.
אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעגער »

יאסל האט געשריבן:אמאל איז בחצרות החסידים זיכער געווען אינטערסאנטער ספעציעל ווייל עס איז אויך עוסק אין היינטיגע פאליטיק,
אבער היינט צי טאג האט עס היבש אראפגעסלאוט אין מקען שוין זאגען אז דאס אנדערע אנעם 'ה' איז מער
פארשטייט זיך אז ממיז האבען א געפיל צי די ענינים וואס ווערט דארט אויסגעשמיסט.


אין מיינע פליישיגע אויגן זעהט מיר אויס אז מיר פארקריכן אויכעט היפש אביסל און פארכט זיך אז מיר וועלן געהערן צו יענעם וועב זייטל, צב"ש:
מיר נעמען געוויסע דעות חלוקות פון די פריערדיגע גדולים, און מיר מאכן דאס פאר א היינטיגע פאליטיק.
קאן זיין אז די פאליטיק ווערט טאקע נישט אויסגעשמועסט אין אלע מקוואות, אבער ביי אונז אין בייסמעדרעש ווערט צומאל א קאכעניש ווי א בייזער קעסל (נאך גוט אז מיר זענען פון דערווייטענס אזוי קאן מען נישט גיסן אויף יענעם די הייס וואסער ווען עס ווערט היציג)
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט
קהלת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 27, 2009 11:18 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהלת »

מיללער האט געשריבן:
וועגן מתפעל/מדאיניסא, מוז נישט זיין, עס קען זיין אז ער האט די פעסווארד בשותפות מיט נאכאיינעם, אגב דער מתפעל האט כמדומה די מערסטע צאל תגובות ברחבי הייד-פארק ער איז זייער א רעספעקטירטע מענטש און פארדינט אסאך קרעדיט לגבי דעם ניווא פון זיין און אנדערע פארום'ס, און ווי יאנאש איז מעורר אויב נעמט איינער א בילד ברויך מען קרעדיטירען.



די צוויי זענען בפירוש נישט דע זעלבע פארשוין, אזוי ווי מדאניסא געפינט זיך גאנץ ווייניד אין זיין שטיבל וואס ער האט אויף געשטעלט באנוצט זיך מתפעל מיט זיין ניק
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”