רבי יוסף אלתר האגער מראדיוויץ-צפת ז"ל - ח' תמוז תרל"ט

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1430
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 27, 2011 11:26 pm

תגובהדורך ווילוויסן » דינסטאג מארטש 20, 2012 12:55 am

ר' משה האגער ב"ר יוסף אלטיר מראדיוויץ. בעמח"ס ויקח משה.
האט ער א שייכות צו סעריטה/סעריד?

א זיגל משה בהרב הצדיק מסעריד תרכ"ה.
צוגעלייגטע
משה האגיר מסעריטה.jpg

ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1430
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 27, 2011 11:26 pm

תגובהדורך ווילוויסן » דינסטאג מארטש 20, 2012 1:07 am

זה הספר שייך לכבוד אדומ"ר הרב הצדיק המפורסים לו חלק בבינה פאר מקדושים נזר ישראל ותפארתו בוצינא קדישא חו"פ נ"י ע"ה פ"ה שלשלת היוחסין קש"ת מ' יוסף אלטיר נ"י ולנצח יעמוד שמו ויתרומם כסאו לו ולזרעו אחריו אמן.
הק' אהרן ראסטינר? מראדיוויץ.
צוגעלייגטע
יוסף אלטר ראדיוויץ.jpg

ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1430
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 27, 2011 11:26 pm

תגובהדורך ווילוויסן » דינסטאג מארטש 20, 2012 1:29 am

אויפן זעלבן ספר חתמ'ט איציק שטיין מקיטוב.
ער קאטשקעט itzig stein isaac stein kutty kosow
איי... צווישן קאסוב און קיטוב איז א בריקעלע פארהאן...
צוגעלייגטע
איציק שטיין קיטוב_1600x389.jpg

ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1430
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 27, 2011 11:26 pm

תגובהדורך ווילוויסן » דינסטאג מארטש 20, 2012 1:41 am

נאך חתימות פון ראדיוויצע אידן, חסידים פון ראדיוויצער.
יוסל ראדיך
משה ראדיך
דוד הערער
יוסף משה שו"ב ...
ונאום לוי יצחק ..
הרב ר' משה האגיר מראדיוויץ בהרב הצדיק מפה
צוגעלייגטע
משה האגיר_1600x1138.jpg

ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1430
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 27, 2011 11:26 pm

תגובהדורך ווילוויסן » דינסטאג מארטש 20, 2012 1:56 am

נאך
rabinner alter yosel hager radauitz
כבוד אהובי אבי ה"ה הרבני הנגיד המפורסם כבוד קדושת שם תפארתו מו"ה משה מרדכי העריר מפה ראדיוויטץ.
yosel win.rach
צוגעלייגטע
משה מרדכי_1600x734.jpg

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17468
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דינסטאג מארטש 20, 2012 11:20 am

farshlufen האט געשריבן:רב יוראפ, אין בית דוד עלמאנט ניו יארק.

אדאנק

שישא
שר מאה
תגובות: 214
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 20, 2009 11:41 am

תגובהדורך שישא » דינסטאג מארטש 20, 2012 12:38 pm

און ווי איז ר' משה ראדאוויצער געווען אן איידעם?, זוכענדיג האב איך דערווייל נישט געפינען
אפשר דער זיגל אויבן: ר' משה מסעריט, קען שטעלן עפעס א בילד

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » דינסטאג מארטש 20, 2012 2:16 pm

רב שישא, דער סיבה פארוואס מען דערמאנט ‬נישט הרבנית חיה איז וייל עס האט זיך געענדיגט און א ווייטוגליכע גט נאך 25 יאר, זי האט דעמאלס געדרוקט אין ראדוביץ בשנת תרנ"א אירע טענות און א קונטרס בשם:העתקת מכתבי הרבנים הגדולים .. אשר אסרו את הגט שמסר הרב ר’ משה האגער לאשתו הרבנית בעל כרחה למען לא יזיד עוד למעול מעל בחרם דר"ג ולא ישא אשה על אשתו .... ‬

בדבר גט שמסר ר’ משה האגר לאשתו חיה. מסדר הגט היה ר’ מרדכי יוליש אב"ד פיסטין. לטענת האשה נמסר לה הגט בעל כרחה, ורבנים שונים הצדיקו את דבריה.

כולל מכתבים מרבני ראדאויטץ, פרעמישלא, רימלוב, סטאניסלאב וסטריא, המבטלים את הגט. ‬

‫זי ענדיגט צו:"עוד נמצאי’ בידי מכתבים משאר גאוני ... הארץ ... ואביאם בדפוס בהמשך מיוחד ... ואת האיש יאליש אשר מן עיר פיסטין ... השליך שקוצים עלי במכתבו ... אשר במשפט צדק יכנהו ... אציג לפני הערכאות ... דברי המל"ד חיה האגער"

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25699
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג מארטש 20, 2012 3:06 pm

פון א אר"י צייטונג 'השקפה' בשנת תרס"ז (די ווערטער תתל"ח איז עפעס א טעות)

[ווער איז חתנו מהרי"ם?]
צוגעלייגטע
getimage.png

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22087
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג מארטש 20, 2012 3:21 pm

מיללער האט געשריבן:
[ווער איז חתנו מהרי"ם?]

נישט ר' ישראל יונתן ירושלמסקי?
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » דינסטאג מארטש 20, 2012 3:24 pm

מיללער האט געשריבן:פון א אר"י צייטונג 'השקפה' בשנת תרס"ז (די ווערטער תתל"ח איז עפעס א טעות)

תתל"ח איז נישט א טעות, די וואס האבען געוואלט זיין פענסי פלעגען אזוי שרייבען (די מיסיאנערען ימ"ש פלעגען אויך אזוי שרייבען). עפעס א חשבון האט עס.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25699
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג מארטש 20, 2012 3:35 pm

farshlufen האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:
[ווער איז חתנו מהרי"ם?]

נישט ר' ישראל יונתן ירושלמסקי?


וויאזוי שטימט די ר"ת מיט מהרי"מ?

אגב, דער ר' ישראל יונתן חתן הרידב"ז איז געווען דער שווער פון ר' יחזקאל אברמסקי

שישא
שר מאה
תגובות: 214
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 20, 2009 11:41 am

תגובהדורך שישא » דינסטאג מארטש 20, 2012 3:41 pm

יוסף שרייבער האט געשריבן:רב שישא, דער סיבה פארוואס מען דערמאנט ‬נישט הרבנית חיה איז .....


דו קומסט פון מאורי גאליציע, קאטעלאג פון ספרי' הלאומית? אדער דו האסט דעם גאנצען קונטרס.
ווייל דא זעע איך נאכנישט ווער די חי' איז געווען, ווער איז געווען איר פאטער, אפשר קען מען דאס זעהן אינעם קונטרס הנ"ל

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » דינסטאג מארטש 20, 2012 3:45 pm

פון ביידע, דער קונטרס איז זייער זעלטען, מעגליך אז דער עותק באוסף ג. שלום איז דער איינציגסטער וואס איז געבליבען, לכאורה שטייט נישט דארט ווייל אויב יא וואלט מאיר וונדר געשריבען.

עס איז אבער מסביר פארוואס קיינער שרייבט נישט פון זיין שווער.

שישא
שר מאה
תגובות: 214
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 20, 2009 11:41 am

תגובהדורך שישא » דינסטאג מארטש 20, 2012 4:34 pm

ישר כחכם, אבער דאך איז אינטערסאנט אז אזא באקאנטער פיגור בעולם האדמורו"ת זאל מען נישט וויסן את שם חמיו

ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1430
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 27, 2011 11:26 pm

תגובהדורך ווילוויסן » דינסטאג מארטש 20, 2012 7:45 pm

ווילוויסן האט געשריבן:ר' משה האגער ב"ר יוסף אלטיר מראדיוויץ. בעמח"ס ויקח משה.
האט ער א שייכות צו סעריטה/סעריד?

א זיגל משה בהרב הצדיק מסעריד תרכ"ה.


למעשה וואס איז געבליבן, איז ר' משה בהרב הצדיק מסעריד-סעריט א זון פון ר' יוסף אלטר. אויב יא וואס זוכט ער אין סעריט, האט אמאל זיין פאטער געוואוינט דארט? און אפשר איז ער געווען אן איידעם דארט מיט די רבנית חי' הנזכרת? בכלל איז אינטערעסאנט צו זען א יאר אין א זיגל. ווי גלייך מ'וויל נאר נוצן דעם זיגל אין דעם יאר..

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25699
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך מארטש 21, 2012 11:04 am

ביקסאד האט געשריבן:
דער ויקח משה האט איבער געלאזט צוויי זוהן:

א) זיין זוהן ר' זיידא חיים נפטר בחיי אביו ערב יום הקדוש תרס"א זוגתו שיינדל רחל (כשם אמה) בת הרה"ק בעל אור למאיר מ'בוקאווסק [בן הצמח דויד מ'דינוב בן הבני יששכר] וחתן בזו"ר הרה"ק ר' אלטיר יוסף פון ראדאוויץ, בתם הרבנית לאה נישאה להרה"צ ר' אלעזר שפירא מ'קיוויאשד ונפטרה בדמ"י כ"ו אדר תרע"א בהותירה אחריה בתם היחידה רחל אסתר שלא נישאת לאיש ונפטרה ג אדר תש"ן.

ב) זיין זוהן הרה"צ ר' ישראל איז ארויס געקומען קיין אמעריקא תרע"ג, זעהט אויס אז פון אים איז דער שמועס דא, ווייל ער האט אסאך פרובירט צו טוהן אין יענע יאהרן.



רעדנדיג פון די ראדיוויצער האגער משפחה, עס איז געווען א בארימטער פראפעסאר און חוקר ד"ר יוסף הגר-האגר, אן אייניקל פון ר' משה בעל ויקח משה. דער יוסף הגר איז אויפגעוואקסען אין צפת, שפעטער איז ער געגאנגען קיין וויען ווי ערהאט שטודירט אין די ארטיגע אונווערזיטעט און ער איז געווארן א ד"ר אויף אידישע היסטאריע.

זיין ווערק איז געדרוקט געווארן אונטער'ן נאמען 'בחינות היסטוריות' צוויי חדשים נאך זיין שטארבן בשנת תשי"א אין ארץ ישראל, זייון זון איז געגאנגען און זיינע דרכים און אויך געווארן א פראפעסאר אויף היסטאריע, זיין פענ-נאמען איז געווען משה בן-יוסף זיין בוך הייסט 'אחרי ישו ומארכס' שטייציך אז מ'רעדט דא פון א פרייער איד (דער זון).

לויט ווי מ'האט אויבן געשמועסט האט ר' משה געהאט צוויי זוהן; דער היזיגער ראדיוויצער רבי ר' ישראל האגער און א זון ר' זיידא חיים האגער, ר' ישראל האט געהאט א זון ר' יוסף שמואל וואס איז נפטר געווארן דאהי ממילא איז דער ד"ר יוסף נישט דער זעלבער, לויט דעם מוז בע"כ דער יוסף זיין א זון פון ר' זיידא חיים.

האב איך רעכט?
צוגעלייגטע
getimage2.png
getimage2.png (15.18 KiB) געזעהן 2156 מאל

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25699
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג מארטש 22, 2012 4:49 pm

וידבר אל העצים ואל האבנים ויאמר אליהם, שמעו נא המורים..... אז איך רעדט צו זיך אלייינס וואס שטערט מיך מוסיף צו זיין, דער ווילנער גאון פון וויסענבורג איז נישטא, אדון שישא איז אויך אהינגעקומען, בלייב איך אליינס אין סקרענטאן עלנד ווי א שטיין, העמיר פפרוביען מחי' צו זיין די עצמות היבשות מיט א גוט בריוו וואס מ'האמיר אפירגעקראצט (יגעתי מצאתי תאמין - קלער איך אז דער תאמין גייט אויף די יגעתי אנאנדערער העט דאך זאגן אז עס איז אנגעקומען אן יגיעה, ניין זאג איך ענק ודו"ק).

פאלגענד איז א בריוו וואס דער דערמאנטער ד"ר יוסף הגר (נכד הויקח משה) ווי ער שרייבט פון אר"י צו חיים בלוך, דער בריוו דערציילט אסאך פרטים ביוגרפיים וואס קען זיין אינטערעסאנט פאר אייך עצים און אבנים, איך ציטיר אייניגע שטיקלעך, אבער עס איז ראטזאם אז איר זאלט אליינס לעזן דעם בריוו, נאט אייך א לינק:
http://www.archive.org/stream/chaimbloc ... 5/mode/1up

"שלשה ילדים היינו להורני, שני אחים ואחות, אחי ואחותי כצל איננו ואוותר לבדי לבדי, אמי הזקנה בת שמנים וחמש (עד מאה ועשרים) מתלבטת ומתלבטת"

"באתי לארץ לפני ארבע עשרה שנה"

"שני בני עבדו בצבא במלחמת השחרור, הצעיר, משה, נפצע קשה, הוא הבריא אבל עצביו... איני מתייאש, הוא צעיר מדי"

"שמחתי לקרוא שאתה מכיר את בני משפחתי בניו יורק, לש"ב ר' יוסף שיחי' (ככל הנראה מדובר בר' יוסף שמואל בנו של הרבי מראדיוויץ בניו יורק, ר' ישראל בן הויקח משה שנזכר לעיל) כתבתי, אבל הוא לא ענני"

"עד היום איני יודע מתי מת אחי ז"ל, פשוט, רוצה אני לומר קדיש ביום המיתה, כי אחי ז"ל לא השאיר אחריו ילדים"

"כיצד אני מבלה את זמני בבדידות? אני עוסק בתורה, פשוטו כמשמעו"


בקיצור, דער ר' יוסף איז יא געווען א איד א שומתומ"צ, געזיצען און געלערנט, זיין מוטער האט נאך געלעבט אין עלטער פון די טיפע אכציגער יארן אין אר"י, נאכדעם וואס צוויי פון אירע דריי קינדער זענען אוועק בחייה, איין זון אין ניו יארק.

אויסער דעם דערמאנטן משה, האט דער יוסף הגר געהאט נאך א זון.

צום ווידערזעהן.

אייער פריינט, בערל

שישא
שר מאה
תגובות: 214
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 20, 2009 11:41 am

תגובהדורך שישא » דאנארשטאג מארטש 22, 2012 9:22 pm

איצט דארף איך שוין ענפערן מחמת כבודו של רב מיללער
דער ר' יוסף האגר הנ"ל נישט געווען קיין ריכטיגער האגר בא"ב, ער געווען א זוהן פון מרת צירל, א טאכטער פונם ויקח משה מראדאוויץ, שדרה בזקנותה בצפת. שם בעלה ר' אברהם צבי שנפטר בצעירתו, נכד הרה"ק מבארדיטשוב זי"ע - כ"ה במאורי גאליצי' ח"ב וח"ו.
א גרויסן יש"כ רב מיללער פארן גאר אינטערסאנטער בריוו, כה לחי
למעשה ווייסן מיר נאך אלץ נישט פשט פון ר' משה "מסירעטה"

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17468
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דאנארשטאג מארטש 22, 2012 9:35 pm

מיללער האט געשריבן:וידבר אל העצים ואל האבנים ויאמר אליהם, שמעו נא המורים..... אז איך רעדט צו זיך אלייינס וואס שטערט מיך מוסיף צו זיין

אדרבה ואדרבה רעד ווי מער צו זיך אליינס (ווען ס'איז נישטא מיט וועם) יעדעס ווארט איז ממש זיך צו באלעקן

אוועטאר
משה פאלאפל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 470
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 21, 2010 12:59 pm

תגובהדורך משה פאלאפל » דאנארשטאג מארטש 22, 2012 9:48 pm

ווי לאנג נאך וועט נאך נעמען ביז מ'וועט טוישן די קעפל פון דעם אשכול פון אלטר יוסף צו יוסף אלטר?

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22087
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג מארטש 22, 2012 9:59 pm

יא הער מיללער, די יגעתי איז געוועזן אויף גאר אן אנדערער ענין און די מציאה איז געוועזן א ריכטיגע מציאה
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » דאנארשטאג מארטש 22, 2012 10:01 pm

משה פאלאפל האט געשריבן:ווי לאנג נאך וועט נאך נעמען ביז מ'וועט טוישן די קעפל פון דעם אשכול פון אלטר יוסף צו יוסף אלטר?

ר' משה מען האט עם געריפען ביידע יוסף אלטר און אלטר יוסף אלזא וואס זאל די קעפל זיין יוסף אלטר- אלטר יוסף?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25699
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג מארטש 23, 2012 9:43 am

שישא האט געשריבן:איצט דארף איך שוין ענפערן מחמת כבודו של רב מיללער
דער ר' יוסף האגר הנ"ל נישט געווען קיין ריכטיגער האגר בא"ב, ער געווען א זוהן פון מרת צירל, א טאכטער פונם ויקח משה מראדאוויץ, שדרה בזקנותה בצפת. שם בעלה ר' אברהם צבי שנפטר בצעירתו, נכד הרה"ק מבארדיטשוב זי"ע - כ"ה במאורי גאליצי' ח"ב וח"ו.
א גרויסן יש"כ רב מיללער פארן גאר אינטערסאנטער בריוו, כה לחי
למעשה ווייסן מיר נאך אלץ נישט פשט פון ר' משה "מסירעטה"


אה מ'הערט שוין עפעס, הייסט דאס אז די 'אמי הזקנה' איז געווען די טאכטער פונעם ויקח משה, און זי איז געווען יארן אן אלמנה, פונעם שיגרא דלישנא פונעם בריוו איז משמע אז איר מאן איז נאך אוועק אין אייראפא, ברויך מען דערגיין ווער דער ר' אברהם צבי חתנו של הויקח משה היה.

און כמובן, בלייבט שווער די קשיא ווער איז ר' משה מסירעטה, און ביי וועם דער ויקח משה איז געווען איידעם? ולית נגר ובר נגר דיפרקיניה.

איין בוקאווינער
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 26, 2012 10:52 pm

סערעטה וראדאוויץ

תגובהדורך איין בוקאווינער » מאנטאג מארטש 26, 2012 11:16 pm

די סיבה פארוואס דער סטאַמפּס אין די ספרים שטייען די שטאָט סערעטה איז ווייַל ר יוסף אַלטר האט געוואוינט אין סערעטה פֿאַר אַ טייל צייט. איך האב געזען אַ הסכמה זיינער און ער חתמעט "מסעריד
פֿאַר די וואס זענען באַקאַנט מיט דער געשיכטע פון יידנטום אין בוקאָווינאַ, זיי ווייסן אַז רובֿ פון די ראַדאָוויטזער חסידים האבן נאך דעם וואס ר' יוסף אלטר איז אוועק אין א"י געזעהן זיין איידים ר 'שמעלקע סערעטער אלז זיין ממשיך פון די שלשלת הקדושה
ר' שמעלקא (בן אחר בן מר' אשר'ל וג"כ בן בתו של השר שלום) היה נחשב לאחד מגדולי אדמורי בוקאווינא
מייַן זיידע דער קימפּעלינגער רב איז געווען בן בנו פון ר 'שמעלקע


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: שופר און 15 געסט