בלאט 14 פון 14

געשריבן: דאנארשטאג יולי 04, 2019 1:57 pm
דורך zugurnish
אין ארץ ישראל איז פארגעקומען א גרויסער עצרת לרגל יום הילולא 25
http://www.col.org.il/show_news.rtx?fro ... tID=119331

געשריבן: דאנארשטאג יולי 04, 2019 2:00 pm
דורך zugurnish
https://anash.org/thousands-gather-in-p ... el-tammuz/

אין קראן הייטס איז פארגעקומען א גרויסער עצרת לרגל יום ההילולא ה25 אין פראנט פון 770

געשריבן: דאנארשטאג יולי 04, 2019 3:27 pm
דורך מומחה יוחס
זי"ע ועכי''א
זאל ער זיין א גוטע בעטער פאר גאנץ כלל ישראל

געשריבן: דאנארשטאג יולי 04, 2019 4:36 pm
דורך veltsman
from CH10

געשריבן: דאנארשטאג יולי 04, 2019 5:25 pm
דורך געשיקטער

Untitled       .jpg
Untitled .jpg (107.39 KiB) געזעהן 1318 מאל

געשריבן: דאנארשטאג יולי 04, 2019 6:25 pm
דורך zugurnish
אין פריערדיקע בלאט פון דעם אשכול האב איך געברענגט כמה שערים פון צייטונגען לציון יום ההילולא ה25

דא איז פון המודיע

געשריבן: דאנארשטאג יולי 04, 2019 6:26 pm
דורך zugurnish
המבשר

געשריבן: דאנארשטאג יולי 04, 2019 9:11 pm
דורך יישר כח באשעפער
זכותו יגן עלינו

געשריבן: זונטאג יולי 14, 2019 4:33 pm
דורך חקרן
לעווי האט געשריבן:ב"ה

איך האב געליינט א מעשה פלא די וואך אין איינע פון די אידישע אויסגאבעס. עס קען זיין אז מאנכע דא וועלן נישט וועלן גלייבן די מעשה, און מען צווינגט טאקע נישט קיינעם צו גלייבן אדער אננעמען די מעשה. איך פערזענליך האב געטון ריסערטש (איך טו נאך אלץ ווייטער) און איך האב מברר געווען אז עס איז אמת. איך וועל אראפ שרייבן די מעשה אזוי ווי איך האב עס געליינט, אן צולייגן קיין אייגענע דיעות אדער געפילן.

פאר אפאר יאר צוריק האט איין טאג הרב אהרן שפירא שליט"א רב פון פרדס כ"ץ, באקומען א טעלעפאון רוף פון רבי בנימין קליין די סעקרעטאר פון די ליובאביטשער רבי זצ"ל. רבי אהרן איז געווען געוואוינט אז זיי ידיד ר' בנימין פלעגט אים רופן כסדר ווען די רבי האט נאך געלעבט, אבער זייט די רבי'ס פטירה האט אים רבי בנימין נישט גערופן. רבי בנימין לאזט אים אבער נישט וואונדערן צו לאנג און ער זאגט אים באלד אז ער מוז וויכטיג שוין רעדן מיט זיינס א ידיד רבי שבתי העניג (נאמען איז פיקטיוו), אויב ער (הרב שפירא) ווייסט ווי מען קען יעצט טרעפען רבי שבתי.

לאמיר צוריק דרייען די זייגער צו יאר תשכ"ט. רבי שבתי איז נאך געווען א יונגערמאן, געזעצן און געלערנט יומם ולילה, און ער איז געווען אן איידעם ביי איינע פון די גרויסע רביס אין א"י. רבי שבתי האט געדארפט דאן פארן קיין אמעריקא, האט אים זיין שווער אריין גערופן און אים געפרעגט אויב ער קען אים געטרויען מיט א שליחות. פארשטייט זיך אז רבי שבתי האט מסכים געווען. האט אים זיין שווער געבעטן אז ווען ער איז אין אמעריקא זאל ער זיך אריבער כאפן קיין קראון הייטס און איבערגעבן א וויכטיגע בריוו צום ליובאביטשער רבי. רבי שבתי האט נישט געקענט גלייבן וואס ער הערט. זיין שווער וועלעכע איז געווען באוואוסט אלץ א גרויסע קנאי, ער און אויך זיינע מוסדות האבן נישט נהנה געווען קיין כי הוא זה פון די מדינה, ער איז געשטאנען בראש כל מערכות לקדשי ארץ ישראל, און ער שיקט א בריוו זיך אדורך צו רעדן מיט די ליובאביטשער רבי? זיין שווער האט אים אבער געזאגט אז יא, די ליובאביטשער רבי איז א גרויסע צדיק און ער רעדט זיך אסאך אדורך מיט אים.

פון דאן איז רבי שבתי געווארן די אפיציעלע (סודות'דיגע) שליח פון כל מיני שליחותן צווישן זיין שווער און די ליובאביטשער רבי ביז די רבי איז נישט געזונט געווארן. אין יענע ערשטע באזוך (תשכ"ט) האט רבי שבתי איבערגעגעבן די בריוו פון זיין שווער, ווי אויך האט ער שוין אין דער זעלבע צייט אויך איבערגעגעבן א בריוו וואו ער האט געשריבן זיינע פריוואטע בקשות. די ליובאביטשער רבי האט צוריק געשריבן א בריוו צו די רבי אין א"י, אבער אויף רבי שבתי'ס בקשות איז נישט געקומן קיין אנטווארט.

זייט דאן איז די ליובאבטשער רבי נסתלק געווארן, ווי אויך די רבי פון ארץ ישראל. רבי שבתי אליינס זייענדיג אן אדם גדול איז אויף גענומען געווארן אלץ רב אין א גרויסע שיינע קהלה אין אמעריקא.

פאר א שטיק צייט צוריק האט דער רבי שבתי געהאט א מיינער הארץ אטאקע, און דערנאך אפאר יאר צוריק ווען רבי שבתי איז געווען אין א"י האט ער געליטן פון א שווערע הארץ אטאקע, און די דאקטוירים האבן אים געגעבן געציילטע טעג צו לעבן היות ער איז געווען אין אזא שווערע מצב. רבי שבתי האט זיך אנגעהויבן צו צוגרייטן און ער האט זיך שוין געזעגנט אפילו פון די בני משפחה.

און פונקט דאן האט רבי בנימין קליין די רבי'ס סעקרעטאר אנגערופן הרב שפירא צו פרעגן אז היות ער האט פרובירט צו רופן רבי שבתי אין דער היים אין אמעריקא און קיינער האט נישט געענטפערט, אפשר ווייסט ער ווי רבי שבתי געפינט זיך. פרעגט אים הרב שפירא פארוואס ער זוכט רבי שבתי אזוי שטארק. האט רב קליין געענטפערט אז ער האט פונקט היינט געמאכט אביסל סדר אין זיינע שענק און ער האט געטראפן פארשטעקט א בריוו וואס די ליובאביטשער רבי האט געשריבן צו רבי שבתי אין יאר תשכ"ט, און ער האט עס קיינמאל געשיקט צו אים. ער האט זיך געפילט אזוי שלעכט דערוועגן און ער וויל שוין איבערגעבן די בריוו צו אים ווי אמשנעלסטן. הרב שפירא, נישט וויסענדיג איבער די שווערע מצב וואס זיין ידיד רבי שבתי געפינט זיך אין האט געענטפערט אז ער ווייסט אז רבי שבתי איז אין א"י יעצט אויף א משפחה שמחה און ער גייט אים שוין אפירזוכן.

ווען הרב שפירא האט אויסגעפונען אז רבי שבתי געפינט זיך אין הדסה שפיטאל אין אזא שווערע מצב האט ער צוריק גערופן הרב בנימין קליין און ער האט אים פארציילט. רבי בנימין האט אים געזאגט אז ער גייט אים אריין פאקסן די בריוו און ער גייט די נעקסטע טאג אריבע שוקן די ארגינעלע בריוו און ווי אויך די דאללארן וואס די רבי האט מיטגעשיקט די בריוו.

הרב שפירא איז ספעציעל אריבער געפארן צו זיין ידיד רבי שבתי אין שפיטאל און ער האט אים איבערגעבן די בריוו און אויך פארציילט די גאנצע מעשה. אין די בריוו שרייבט די רבי צו רבי שבתי אין ארץ ישראל און ער וואונטשט אים א רפואה שלימה, כאטש רבי שבתי האט אין יענע יארן נישט געהאט קיין שום געזונטהייט פראבלעמען, און ער האט אין זיין בריוו דאן (תשכ"ט) ניטאמאל אריין געשריבן א בקשה פאר א רפואה. די נעקסטע טאג איז אנגעקומען די ארגינעלע בריוו מיט זיבן דאללארן אין דעם. רבי שבתי האט דאן געהאט פונקט זיבן קינדער, און די רבי פלעגט כסדר געבן דאללארן פאר צדקה לויט וויפיל קינדער מען האט געהאט. עס איז איבעריג צו זאגן אז דער רבי שבתי האט זיך אויסגעהיילט און איז געזונט און שטארק, און ער פירט ווייטער זיין קהלה עד ביאת גואל צדק בב"א.


זי"ע.

איבערקוקענדיג די אשכול און די תגובות אויף די מעשה איז אינערסאנט צו פארציילן די נאמען
די מעשה איז געווען מיט הרה''צ ר' שלמה זלמן כ''ץ זצ''ל אב'''ד תולדות אהרן ווילאמסבורג
איך האב עס געהערט פון זיינע קינדער

געשריבן: מאנטאג יולי 15, 2019 7:27 pm
דורך ידיעות שונות
געשיקטער האט געשריבן:
Untitled .jpg

הרה"ח ר' יהושע מונדשיין ז"ל לו נאה ויאה החיבור הזה - אנדערש ווי אנדערע איז ער געווען מעהר אויפגעמאכט צום עולם החסידות חוץ לחדרו
אגב, די תולדות פון שארית ישראל ווילעדניק האט ער געשריבן, זייער א רייכע ארבעט

געשריבן: דינסטאג יולי 16, 2019 4:00 pm
דורך עפל קאמפאוט
ר' יהושע ז"ל איז א פארלוסט. אזעלכע ארגינעלע היסטאריקער'ס איז דא ווייניג בדורינו, אלעס געבויעט מיט מראי מקומות, ווערט נישט איבערגענומען פון געפילן פון זיין חסידות וכדומה.