ר' מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש ג' תמוז תשנ"ד

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

ר' מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש ג' תמוז תשנ"ד

הודעהדורך לעווי » זונטאג יולי 06, 2008 11:12 am

היינט ג' תמוז איז די פערצענטע יארצייט פון די לעצטע ליובאביטשע רבי זצ"ל, ער האט איבער גענומען דאס אדמו"רות פון זיין שווער די ריי"ץ זצ"ל איין יאר נאך זיין פטירה י' שבט תשי"א. ווען זיין שווער איז אוועק האט ער איבערגעלאזט צוויי איידעמער, די רש"ג - רבי שמרי' גורארי' ז"ל און די רמ"ש - רבי מנחם מענדל שנייאורסאהן, די חסידים (ווי אויך די רש"ג) האבן אויסדערוועלט די רמ"ש אז ער זאל זיין די ממשיך השושלת.

ער האט ליידער נישט איבערגעלאזט קיין קינדער, וי אויך איז נישט איבערגעבליבן קיין דורות פון זיין שווער אדער אפילו זיין זיידע די רש"ב זצ"ל.

היינט אין די טאג פון זיין יארצייט גייען צענדליגע טויזענעטע חסידים ארויף צו זיין ציון ווי ער ליגט לעבן זיין שווער.
עטעטשמענטס
orig_41DCF63F60304BF7B4C6BF3972820940.jpg.jpg
לעצט פאראכטן דורך לעווי אום דאנערשטאג פבואר 12, 2009 12:30 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
לעווי
שר האלף
 
הודעות: 1914
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 22, 2008 11:04 am

Advertisement

הודעהדורך לעווי » זונטאג יולי 06, 2008 11:16 am

די רבי שטייט ביי זיין עמוד אין ביהמ"ד.
עטעטשמענטס
orig_3D6F36A3D15E40FB8608617B879A4AF7.jpg.jpg
lbvtch3.jpg
lbvtch3.jpg (12.36 KiB) געזעהן געווארן 2620 מאל
לעצט פאראכטן דורך לעווי אום דאנערשטאג פבואר 12, 2009 12:31 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
לעווי
שר האלף
 
הודעות: 1914
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 22, 2008 11:04 am

הודעהדורך לעווי » זונטאג יולי 06, 2008 11:27 am

די רבי ביי זיין שווער'ס ציון ליינט קוויטלעך. לעבן אים שטייט הרב חדרקוב.
עטעטשמענטס
lubab.jpg.jpg
לעצט פאראכטן דורך לעווי אום דאנערשטאג פבואר 12, 2009 12:32 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
לעווי
שר האלף
 
הודעות: 1914
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 22, 2008 11:04 am

הודעהדורך לעווי » זונטאג יולי 06, 2008 1:27 pm

ער איז געבוירן אום י"א ניסן תרס"ב צו זיין פארטער רבי לוי יצחק און זיין מוטער הרבנית חנה שניאורסון. ער הייסט נאך זיין עלטער עלטער זיידע די צמח צדק פון ליובאביטש. ער האט חתונה געהאט אין תרפ"ח אדער תרפ"ט (איך בין נישט זיכער) צו הרבנית חי' מושקע די טאכטער פון אדמו"ר הריי"ץ מליובאביטש.

אין תשנ"ב האט ער געכאפט זיין צווייטע סטראוק בשעת ער איז געווען ביים ציון פון זיין שווער, פון וואס ער האט זיך קיינמאל נישט ערהוילט ביז די טאג פון זיין פטירה ג' תמוז תשנ"ד.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!
לעווי
שר האלף
 
הודעות: 1914
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 22, 2008 11:04 am

הודעהדורך ערנסטער » מאנטאג יולי 07, 2008 5:17 am

לעווי האט געשריבן: ער האט חתונה געהאט אין תרפ"ח אדער תרפ"ט (איך בין נישט זיכער) צו הרבנית חי' מושקע די טאכטער פון אדמו"ר הריי"ץ מליובאביטש.

אין תרפ"ח ער איז ארויס פון רוסלאנד מיט דעם פריערדיקען ליובאוויטשער רבי, אדמו"ר הריי"ץ. און אין תרפ"ט ער האט חתונה געהאט מיט זיין טאכטער אין ווארשע.
די וואָר הענגט אויף א האָר
אוועטער
ערנסטער
שר חמש מאות
 
הודעות: 581
זיך איינגעשריבן: דינסטאג ינואר 30, 2007 11:23 am
געפינט זיך: פון יעהופעץ

הודעהדורך ערנסטער » מאנטאג יולי 07, 2008 5:36 am

אלס א קינד פארן אפשערניש:
בילד



דער רבי מיט זיין שווער אדמו"ר הריי"ץ:

בילד

בילד



אין די ערשטע יארן פון נשיאות:

בילד

בילד
די וואָר הענגט אויף א האָר
אוועטער
ערנסטער
שר חמש מאות
 
הודעות: 581
זיך איינגעשריבן: דינסטאג ינואר 30, 2007 11:23 am
געפינט זיך: פון יעהופעץ

הודעהדורך scy4851 » מאנטאג יולי 07, 2008 10:57 am

לעווי האט געשריבן:אין תשנ"ב האט ער געכאפט זיין צווייטע סטראוק בשעת ער איז געווען ביים ציון פון זיין שווער, פון וואס ער האט זיך קיינמאל נישט ערהוילט ביז די טאג פון זיין פטירה ג' תמוז תשנ"ד.
וואס הייסט צווייטע?
ווען האט ער געהאט דאס ערשטע?
the SCY is the limit
אוועטער
scy4851
שר ששת אלפים
 
הודעות: 6350
זיך איינגעשריבן: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
געפינט זיך: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

הודעהדורך שאץ מאץ » מאנטאג יולי 07, 2008 12:04 pm

איך פארשטיי ניטש, ביי מערכת מונקאטש האט איר געהאט א פראבלעם צו באשרייבן ר' ברוך'ל ס'זאל נישט אנקומען לידי גנותו, און דא האט איר ניטש קיין פראבלעם?.....
אוועטער
שאץ מאץ
שר האלפיים
 
הודעות: 2673
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מאי 15, 2008 4:01 pm
געפינט זיך: איבעראל

הודעהדורך מיללער » מאנטאג יולי 07, 2008 12:12 pm

שאץ מאץ האט געשריבן:איך פארשטיי ניטש, ביי מערכת מונקאטש האט איר געהאט א פראבלעם צו באשרייבן ר' ברוך'ל ס'זאל נישט אנקומען לידי גנותו, און דא האט איר ניטש קיין פראבלעם?.....


אויב קען מען זיך האלטן אין די ראמען איז נישט פארהאן קיין פראבלעם, אויב וועלן זיין אומפאראנטפארליכע מגיבים וועט מען מוזן נעמען שריט.
אוועטער
מיללער
שר עשרת אלפים
 
הודעות: 18349
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 14, 2007 8:48 am

הודעהדורך scy4851 » מאנטאג יולי 07, 2008 1:15 pm

לעצטענס געזעהן אן אינטערעסאנטע אינטערוויו מיט ר' יחזקאל בעסער וויא ער דערציילט פון דעם לובאבוטשער רבין'ס באגעגעניש מיטען בעלזער רבי ר' אהרן זצוק"ל און בערלין

דער לינק צי דעם אינטערוויו
http://www.chabad.org/multimedia/living ... Change.htm

עס איז כדי צי זעהן!
the SCY is the limit
אוועטער
scy4851
שר ששת אלפים
 
הודעות: 6350
זיך איינגעשריבן: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
געפינט זיך: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

הודעהדורך לעווי » מאנטאג יולי 07, 2008 1:21 pm

scy4851 האט געשריבן:
לעווי האט געשריבן:אין תשנ"ב האט ער געכאפט זיין צווייטע סטראוק בשעת ער איז געווען ביים ציון פון זיין שווער, פון וואס ער האט זיך קיינמאל נישט ערהוילט ביז די טאג פון זיין פטירה ג' תמוז תשנ"ד.
וואס הייסט צווייטע?
ווען האט ער געהאט דאס ערשטע?


מיר ליגט אין קאפ אז אין די אכציגע יארן האט ער געהאט א שוואכע סטראוק.
לעווי
שר האלף
 
הודעות: 1914
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 22, 2008 11:04 am

הודעהדורך לעווי » מאנטאג יולי 07, 2008 1:23 pm

נאך א בילד פון די יונגערע יארן (עס זעהט מיר אויס אין פראנט פון 770).
עטעטשמענטס
1.jpg
1.jpg (19.33 KiB) געזעהן געווארן 2501 מאל
לעווי
שר האלף
 
הודעות: 1914
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 22, 2008 11:04 am

הודעהדורך לעווי » מאנטאג יולי 07, 2008 1:25 pm

איך קען נישט קיין סאך ווערטער אדער עובדות פון די ליובאביטשער רבי. אבער אלץ קינד בין איך געווען אין ליובאביטש אפאר מאל, איך געדענק נישט קיין סאך אבער איין זאך איז מיר איינגעקריצט, ווי ער האט געדאווענט הויכע שמונה עשרה (אפשר איז געווען א יארצייט? איך ווייס נישט)און ביי וילירושלים עירך האט ער זיך צעוויינט הויך אויפ'ן קול ממש ווי א קליין קינד וואס בעט זיך ביים טאטע'ן.
לעווי
שר האלף
 
הודעות: 1914
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 22, 2008 11:04 am

הודעהדורך לעווי » מאנטאג יולי 07, 2008 1:27 pm

scy4851 האט געשריבן:לעצטענס געזעהן אן אינטערעסאנטע אינטערוויו מיט ר' יחזקאל בעסער וויא ער דערציילט פון דעם לובאבוטשער רבין'ס באגעגעניש מיטען בעלזער רבי ר' אהרן זצוק"ל און בערלין

דער לינק צי דעם אינטערוויו
http://www.chabad.org/multimedia/living ... Change.htm

עס איז כדי צי זעהן!


א גרויסע שכח ר' משחה, איך האב שוין געליינט דער שמועס אין אן אינטערוויו (דאכצעך אין 'די אידישע אבזערווירער') אבער עס איז געווען אינטרעסאנט צו הערן.
לעווי
שר האלף
 
הודעות: 1914
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 22, 2008 11:04 am

הודעהדורך scy4851 » מאנטאג יולי 07, 2008 2:00 pm

לעווי האט געשריבן: איך געדענק נישט קיין סאך אבער איין זאך איז מיר איינגעקריצט, ווי ער האט געדאווענט הויכע שמונה עשרה (אפשר איז געווען א יארצייט? איך ווייס נישט)און ביי וילירושלים עירך האט ער זיך צעוויינט הויך אויפ'ן קול ממש ווי א קליין קינד וואס בעט זיך ביים טאטע'ן.

דאס איז טאקע א חידוש ווייל ער בטבע האט נישט געוויזען זיינע הרגשים און ווען די רעבעטצין איז נפטר געווארען איז געווען באשריבען א חידוש
אז ביי זיין קדיש זאגען אויפען בית החיים האט מען געזעהן טרערען און זיינע אויגען

אגב, איך בין נאך אלטץ בחור איינמאל געווען ביי א י"ט כסלו פארברענג
the SCY is the limit
אוועטער
scy4851
שר ששת אלפים
 
הודעות: 6350
זיך איינגעשריבן: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
געפינט זיך: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

הודעהדורך ערנסטער » דינסטאג יולי 08, 2008 3:50 am

לעווי האט געשריבן:
scy4851 האט געשריבן:
לעווי האט געשריבן:אין תשנ"ב האט ער געכאפט זיין צווייטע סטראוק בשעת ער איז געווען ביים ציון פון זיין שווער, פון וואס ער האט זיך קיינמאל נישט ערהוילט ביז די טאג פון זיין פטירה ג' תמוז תשנ"ד.
וואס הייסט צווייטע?
ווען האט ער געהאט דאס ערשטע?


מיר ליגט אין קאפ אז אין די אכציגע יארן האט ער געהאט א שוואכע סטראוק.

דאכט זיך מיר, אז דעמולט ס'איז געווען א הארץ-אטאק.
און דער צווייטער סטראק איז געווען אין כ"ז אדר תשנ"ד (אין דעם זעלביקן טאג ווען איז געווען דער ערשטער סטראק אין תשנ"ב) - א האלב יאר פאר דעם רבי'נס הסתלקות.
די וואָר הענגט אויף א האָר
אוועטער
ערנסטער
שר חמש מאות
 
הודעות: 581
זיך איינגעשריבן: דינסטאג ינואר 30, 2007 11:23 am
געפינט זיך: פון יעהופעץ

הודעהדורך ערנסטער » דינסטאג יולי 08, 2008 4:10 am

איין מאל איך האב באגעגענט א ספרדישן בחור פון פראנקרייך (דרך-אגב, נישט קיין חב"דניק) וואס מיר דערציילט אז ווען זיין מוטער איז געווען שוואנגער מיט עם, דאקטוירים האבן געהייסן איר מאכט אבארט (הפלה), אז נישט - וועט עס זיין א גרויסע סכנה פאר איר לעבן.
זיין פאטער איז געווען (דארט אין פראנקרייך) מקורב צו חב"ד איז ער האט געפרעגט ביים ליובאוויטשער רבי'ן וואס זאל מען טוען. און דער רבי האט עם געענטפערט - נישט מאכן קיין אבארט.
בסוף אלץ ב"ה איז פארגאנגען כשורה אין זיין מוטער האט עם געבוירן בהצלחה.
ווען ער האט געדארפט ווערן א בר-מצוה, זיין טאטע האט עם גענומען צום רבי'ן אויף די 'דאלארס'. און ער האט מיר דערציילט אז גלייך ווען דער רבי האט עם געזען ער האט געזאגט: אל הנער הזה התפללתי...
די וואָר הענגט אויף א האָר
אוועטער
ערנסטער
שר חמש מאות
 
הודעות: 581
זיך איינגעשריבן: דינסטאג ינואר 30, 2007 11:23 am
געפינט זיך: פון יעהופעץ

הודעהדורך זעליג » דינסטאג יולי 08, 2008 5:06 am

די ערשטע מאהל איז געווען שמחת תורה ל"ז אדער ל"ח
אוועטער
זעליג
שר חמש מאות
 
הודעות: 594
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 26, 2008 3:35 am

הודעהדורך לעווי » דינסטאג יולי 08, 2008 9:23 am

זעליג האט געשריבן:די ערשטע מאהל איז געווען שמחת תורה ל"ז אדער ל"ח


יא, גערעכט, און די רבי האט זיך איינגע'עקשנ'ט נישט צו גיין אין שפיטאל אום שבת.
לעווי
שר האלף
 
הודעות: 1914
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 22, 2008 11:04 am

הודעהדורך לעווי » דינסטאג יולי 22, 2008 10:13 am

ב"ה

איך האב געליינט א מעשה פלא די וואך אין איינע פון די אידישע אויסגאבעס. עס קען זיין אז מאנכע דא וועלן נישט וועלן גלייבן די מעשה, און מען צווינגט טאקע נישט קיינעם צו גלייבן אדער אננעמען די מעשה. איך פערזענליך האב געטון ריסערטש (איך טו נאך אלץ ווייטער) און איך האב מברר געווען אז עס איז אמת. איך וועל אראפ שרייבן די מעשה אזוי ווי איך האב עס געליינט, אן צולייגן קיין אייגענע דיעות אדער געפילן.

פאר אפאר יאר צוריק האט איין טאג הרב אהרן שפירא שליט"א רב פון פרדס כ"ץ, באקומען א טעלעפאון רוף פון רבי בנימין קליין די סעקרעטאר פון די ליובאביטשער רבי זצ"ל. רבי אהרן איז געווען געוואוינט אז זיי ידיד ר' בנימין פלעגט אים רופן כסדר ווען די רבי האט נאך געלעבט, אבער זייט די רבי'ס פטירה האט אים רבי בנימין נישט גערופן. רבי בנימין לאזט אים אבער נישט וואונדערן צו לאנג און ער זאגט אים באלד אז ער מוז וויכטיג שוין רעדן מיט זיינס א ידיד רבי שבתי העניג (נאמען איז פיקטיוו), אויב ער (הרב שפירא) ווייסט ווי מען קען יעצט טרעפען רבי שבתי.

לאמיר צוריק דרייען די זייגער צו יאר תשכ"ט. רבי שבתי איז נאך געווען א יונגערמאן, געזעצן און געלערנט יומם ולילה, און ער איז געווען אן איידעם ביי איינע פון די גרויסע רביס אין א"י. רבי שבתי האט געדארפט דאן פארן קיין אמעריקא, האט אים זיין שווער אריין גערופן און אים געפרעגט אויב ער קען אים געטרויען מיט א שליחות. פארשטייט זיך אז רבי שבתי האט מסכים געווען. האט אים זיין שווער געבעטן אז ווען ער איז אין אמעריקא זאל ער זיך אריבער כאפן קיין קראון הייטס און איבערגעבן א וויכטיגע בריוו צום ליובאביטשער רבי. רבי שבתי האט נישט געקענט גלייבן וואס ער הערט. זיין שווער וועלעכע איז געווען באוואוסט אלץ א גרויסע קנאי, ער און אויך זיינע מוסדות האבן נישט נהנה געווען קיין כי הוא זה פון די מדינה, ער איז געשטאנען בראש כל מערכות לקדשי ארץ ישראל, און ער שיקט א בריוו זיך אדורך צו רעדן מיט די ליובאביטשער רבי? זיין שווער האט אים אבער געזאגט אז יא, די ליובאביטשער רבי איז א גרויסע צדיק און ער רעדט זיך אסאך אדורך מיט אים.

פון דאן איז רבי שבתי געווארן די אפיציעלע (סודות'דיגע) שליח פון כל מיני שליחותן צווישן זיין שווער און די ליובאביטשער רבי ביז די רבי איז נישט געזונט געווארן. אין יענע ערשטע באזוך (תשכ"ט) האט רבי שבתי איבערגעגעבן די בריוו פון זיין שווער, ווי אויך האט ער שוין אין דער זעלבע צייט אויך איבערגעגעבן א בריוו וואו ער האט געשריבן זיינע פריוואטע בקשות. די ליובאביטשער רבי האט צוריק געשריבן א בריוו צו די רבי אין א"י, אבער אויף רבי שבתי'ס בקשות איז נישט געקומן קיין אנטווארט.

זייט דאן איז די ליובאבטשער רבי נסתלק געווארן, ווי אויך די רבי פון ארץ ישראל. רבי שבתי אליינס זייענדיג אן אדם גדול איז אויף גענומען געווארן אלץ רב אין א גרויסע שיינע קהלה אין אמעריקא.

פאר א שטיק צייט צוריק האט דער רבי שבתי געהאט א מיינער הארץ אטאקע, און דערנאך אפאר יאר צוריק ווען רבי שבתי איז געווען אין א"י האט ער געליטן פון א שווערע הארץ אטאקע, און די דאקטוירים האבן אים געגעבן געציילטע טעג צו לעבן היות ער איז געווען אין אזא שווערע מצב. רבי שבתי האט זיך אנגעהויבן צו צוגרייטן און ער האט זיך שוין געזעגנט אפילו פון די בני משפחה.

און פונקט דאן האט רבי בנימין קליין די רבי'ס סעקרעטאר אנגערופן הרב שפירא צו פרעגן אז היות ער האט פרובירט צו רופן רבי שבתי אין דער היים אין אמעריקא און קיינער האט נישט געענטפערט, אפשר ווייסט ער ווי רבי שבתי געפינט זיך. פרעגט אים הרב שפירא פארוואס ער זוכט רבי שבתי אזוי שטארק. האט רב קליין געענטפערט אז ער האט פונקט היינט געמאכט אביסל סדר אין זיינע שענק און ער האט געטראפן פארשטעקט א בריוו וואס די ליובאביטשער רבי האט געשריבן צו רבי שבתי אין יאר תשכ"ט, און ער האט עס קיינמאל געשיקט צו אים. ער האט זיך געפילט אזוי שלעכט דערוועגן און ער וויל שוין איבערגעבן די בריוו צו אים ווי אמשנעלסטן. הרב שפירא, נישט וויסענדיג איבער די שווערע מצב וואס זיין ידיד רבי שבתי געפינט זיך אין האט געענטפערט אז ער ווייסט אז רבי שבתי איז אין א"י יעצט אויף א משפחה שמחה און ער גייט אים שוין אפירזוכן.

ווען הרב שפירא האט אויסגעפונען אז רבי שבתי געפינט זיך אין הדסה שפיטאל אין אזא שווערע מצב האט ער צוריק גערופן הרב בנימין קליין און ער האט אים פארציילט. רבי בנימין האט אים געזאגט אז ער גייט אים אריין פאקסן די בריוו און ער גייט די נעקסטע טאג אריבע שוקן די ארגינעלע בריוו און ווי אויך די דאללארן וואס די רבי האט מיטגעשיקט די בריוו.

הרב שפירא איז ספעציעל אריבער געפארן צו זיין ידיד רבי שבתי אין שפיטאל און ער האט אים איבערגעבן די בריוו און אויך פארציילט די גאנצע מעשה. אין די בריוו שרייבט די רבי צו רבי שבתי אין ארץ ישראל און ער וואונטשט אים א רפואה שלימה, כאטש רבי שבתי האט אין יענע יארן נישט געהאט קיין שום געזונטהייט פראבלעמען, און ער האט אין זיין בריוו דאן (תשכ"ט) ניטאמאל אריין געשריבן א בקשה פאר א רפואה. די נעקסטע טאג איז אנגעקומען די ארגינעלע בריוו מיט זיבן דאללארן אין דעם. רבי שבתי האט דאן געהאט פונקט זיבן קינדער, און די רבי פלעגט כסדר געבן דאללארן פאר צדקה לויט וויפיל קינדער מען האט געהאט. עס איז איבעריג צו זאגן אז דער רבי שבתי האט זיך אויסגעהיילט און איז געזונט און שטארק, און ער פירט ווייטער זיין קהלה עד ביאת גואל צדק בב"א.


זי"ע.
לעווי
שר האלף
 
הודעות: 1914
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 22, 2008 11:04 am

הודעהדורך קרעמער » דינסטאג יולי 22, 2008 2:40 pm

שיינע מעשה.
אוועטער
קרעמער
שר עשרת אלפים
 
הודעות: 28243
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 25, 2006 11:34 am

הודעהדורך אלץ-ווייסער » דינסטאג יולי 22, 2008 8:59 pm

לעווי, דאס איז נישט סתם א מעשה פלא, דאס איז א בעל-שמס'קער מעשה. אן קיין שום גוזמא.
איך האב נאך אזא סארט מופת נישט געהערט פון קיין שום רבי'ן פונעם צאנזער רב זי"ע און ווייטער.
זאג מיר ביטע, אין וועלכע אויסגאבע האט איר דאס געלעזן?
בל' ס"ג - ניקס ווייסער וד"ל
אוועטער
אלץ-ווייסער
שר חמש מאות
 
הודעות: 861
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אפריל 27, 2007 10:35 am
געפינט זיך: נע ונד

הודעהדורך scy4851 » מיטוואך יולי 23, 2008 3:37 pm

אלץ-ווייסער האט געשריבן:אין וועלכע אויסגאבע האט איר דאס געלעזן?
איך האב עס אויך לעצטענס געזעהן.

עס מיז זיין אדער און דעם וועכענטליכער ענגלישען 'משפחה', אדער אונעם מאגאזין ביילאגע וואס
קימט מיטען ענגלישען המודיע.
די צוויי האב איך כסדר און שטוב
the SCY is the limit
אוועטער
scy4851
שר ששת אלפים
 
הודעות: 6350
זיך איינגעשריבן: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
געפינט זיך: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

הודעהדורך מיללער » פרייטאג מרץ 13, 2009 9:55 am

דער אידישער מעלער פון אמסטרדאם קארל ברוידא האט לעצטענס געמאלן א שיינע ליובאוויטשער בילד, ווי דער רמ"ש שטייט ארומגעונען מיט די פריערדיגע אדמור"י בית חב"ד און זיין פאטער און זיידע, ווען פון הונטן שטייען עטליכע בקאנטע ליובאוויטשער חסידים.

לייענט דא איבער מער פרטים פונעם בילד.
עטעטשמענטס
New.jpg
אוועטער
מיללער
שר עשרת אלפים
 
הודעות: 18349
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 14, 2007 8:48 am

הודעהדורך חידוש נפלא » פרייטאג מרץ 13, 2009 10:32 am

די מעשה וואס איז אויבן געברענגט געווארן איז שטארק מסתבר אז עס איז .... גייענדיג צו די חזקה וואס די ליבאביטשע מעשיות האבן, ווער עס ווייסט האט מען לכתחילה שבלכתחילה געהאלטן אין ליבאביטש (אין דעם לעצטן דור, אבער עס ציט שוין פעדעמער פון פריער וד"ל) אז מען מעג און מען דארף מאכן מעשיות כדי אזוי ארום מקרב צו זיין מענטשן צום דרך החסידות וכו', אזוי ארום ווערן כסדר באשאפען פרישע מעשיות ניסים ונפלאות אשר לא הי' דברים מעולם פשוטו כמשמעו, דרוש וחקור
חידוש נפלא
שר חמישים ומאתים
 
הודעות: 342
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג ינואר 22, 2009 10:03 pm

קומענדיגע

צוריק צו על הצדיקים ועל החסידים

ווער איז אריינגעסיינט

באנוצערס וואס זענען איצט אין די פארום: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצער. און 4 געסט

  • Advertisement