הרה"ק ר' משולם פייש סג"ל לעווי זצ"ל "השרף" אב"ד טאהש - כ"ח סיון

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

הרה"ק ר' משולם פייש סג"ל לעווי זצ"ל "השרף" אב"ד טאהש - כ"ח סיון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

רבי משולם פייש סג"ל לעווי ב"ר מרדכי זצ"ל אב"ד טאהש - תלמידו של המהר"ם א"ש
כ"ח סיון -

מען דערציילט, איינמאל האט זיך רבי משולם פייש זיך געטראפן ביי אסיפת הרבנים, מיטן "ייטב לב" זצ"ל, נאך די אסיפה האט רבי משולם פייש געבעטן דעם "ייטב לב" אז ער זאל צוזאמען מיט אים פאהרן דורך טאהש, האט אים דער "ייטב לב" געזאגט, אז ער וואלט גערן געפאהרן מיט אים, נאר אזוי ווי ער האט עפעס וויכטיג צו ארלעדיגן קען ער מיט אים נישט פאהרן.
רבי משולם פייש האט אים גארנישט געזאגט, און איז אליין אהיים געפאהרן. ווען ער איז אנגעקומען אהיים, האט ער געזאגט פאר זיין רעביצין, גרייט אן א ברייטע נאכטמאל, ווייל די נאכט גייען מיר באקומען זייער א חשובן גאסט.
שפעט ביינאכט איז דער "ייטב לב" פלוצלינג אנגעקומען צום טאהשער רב'ס הויז, דער "ייטב לב" האט אים דערציילט אז זיין בעל עגלה האט זיך טועה געווען, און ער איז געפארן דורך טאהש, במילא בין אייך געקומען באזוכן, ער האט אים געזאגט "טאהשער רב איר האט מיך אפגע'מופת'ט.
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

ביי דעם זעלבער געלעגנהייט איז דער גבאי נישט געווען דארט, האט הרה"ק ר' משולם פייש געהייסן זיין טאכטער - וועלכע איז נאך געווען א מיידל - אריינברענגען כיבוד, ווען די טאכטער איז אריינגעקומען, האט דער ייטב לב געטראכט צו זיך, פון ווי קומט טאקע צום טאש'ער רב אזא גרויסקייט בשעת ווען ער קומט פון א פשוט'ער שטוב פון בעהמען וואס איז זיינערצייט געשטאנען זייער שוואך ברוחניות, אבער דער טאש'ער רב האט מרגיש געווען די מחשבה און זיך אנגערופן צום ייטב לב: סיגוט'ער רב דאס איז כוחי וראשית אוני, צייגנדיג מיט די פינגער אויף זיין טאכטער.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

ענליך איז אמאל געווען מיט'ן הייליגן צאנז'ער רב, אז דער טאששער רב איז ביי עם געווען, האט דער דברי חיים זיך אנגערופן. בעמען איז דאך א אב הטומאה, און .... (כ'געדענק נישט די נאמען פון די שטאט, א גרויסע שטאט לעבן דעם דארף פון ווי דער טאששער רב קומט אריגינעל) איז דאך אבי אבות הטומאה, אויב אזוי פון ווי נעמט זיך אזוי א טאשער רב אהער?

און דער טאשער רב האט גע'ענפערט: די מאמע וואהר אן ערליכע אידענע. האט צאנזער רב געזאגט, אויב אזוי פארשטיי איך שוין
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

היינט איז דער יאהרצייט.
א דאנק פאר ר' לעווי פאר דערמאנען
the SCY is the limit
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

אין שטעטל טאש ווייזט מען אן אויפן שרף'ס הויף, וואו ער פלעגט מאכן גלגול שלג, און דער טאשער זיידע, האט אויף דעם מקום אויסגע'פועל'ט ישועות ורפואות, וואס מ'קען נוצן היינט לרחצה. זי"ע.
אוועטאר
חייקל
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חייקל »

דעם שב"ק כ"ח סיון איז די יארצייט פון הרה"ק רבי משולם פייש השרף מטאהש זי"ע.

אויב מען קען מוסיף זיין אין נאמען פון אשכול די יארצייט כ"ח סיון

כ'בין מעתיק אן אינטערעסאנטע באשרייבונג איבער די שושלת פון צדיקי בית טאהש - קאסאן - און איבער נגינה אין די הויפן

הונגריה – טוש (טאהש)-קוסון (קאסאני)

א. תולדות השושלות והאדמו"רים

שתי השושלות ההונגריות, טוש וקוסון (טאהש וקאסאן, בכתיב החסידי) הנן שושלות צעירות יחסית, בנות המחצית השנייה של המאה הי"ט, אשר שורשיהן הרוחניים והגנאלוגיים נעוצים בחסידות זידיצ'וב, שנוסדה בראשית אותה מאה.

מייסד השושלת של טוש, ר' משולם פייש הלוי (1821–1873), התוודע לתנועה החסידית רק בבגרותו. משנתפרסם כעושה נפלאות, נהרו אליו רבים. אחרי מותו מילא את מקומו בטוש חתנו, ר' יהוסף רוטנברג (1853-1911), שכן בנו, ר' אלימלך (1867-1942), היה אז רק נער. רוטנברג היה נין מצד אמו לר' צבי הירש מזידיצ'וב (נפ' 1831), שיצק מים על ידיהם של גדולי תלמידיו של המגיד ממזריץ' - ר' אלימלך מליז'נסק והחוזה מלובלין, והיה תלמידם של ר' יצחק איזיק מזידיצ'וב, אחיינו ויורשו הרוחני של ר' צבי הירש, של ר' חיים, מייסד שושלת צאנז, ושל ר' אליעזר צבי מקומרנה, נכדו של אבי חסידות קומרנה, שהיה אחיו של ר' צבי הירש הנ"ל. ישיבתו של רוטנברג בטוש היתה קצרה. משם נדד לערים אחרות, עד שנשתקע במעזא-קוסוני (קוסון, בפי החסידים) ונקרא על שמה – הרבי מקוסון. גיסו, הנער אלימלך, גדל והתחנך בביתו והיה עמו בנדודיו. ואולם, אחרי נישואיו עבר לבית חותנו במונקאטש, ורק בשנת 1898 הוסמך על ידי רבו, ר' אליעזר מקומרנא, לשבת על כסא אביו בטוש. שני בניו של ר' אלימלך הספיקו להנהיג קהילות אחרי מותו, אך נספו בשואה. נכדו, ר' משולם פייש הלוי, נין לרבי המייסד, הקים אחרי מלחמת העולם את המרכז של חסידי טוש במונטריאול, קנדה, והוא עומד היום בראשו. ואילו בקוסון כיהנו בזה אחר זה שני בניו של ר' יהוסף. השני, ר' ישראל צבי, נספה בשואה. אחרי המלחמה הנהיג את העדה בארצות הברית, נכדו של ר' יהוסף, ר' פנחס שלום בן בנו השלישי, ר' משה שמואל, שלפני המלחמה עמד בראש קהילה חסידית בקליינווארדיין שברומניה ונפטר בלוס -אנג'לס. המרכז של חסידי קוסון הוא היום בבורו-פארק, ניו יורק, בראשות ר' מאיר יהוסף הלוי רוטנברג, נכדו של ר' פנחס שלום, אך פועלים שם אדמו"רים נוספים המתייחסים לחסידות זו. אחד מהם הוא ר' משולם פייש רוטנברג, אשר לקראת חג השבועות תשס"ז החליט לבוא ארצה בגלל זקנותו ומצב בריאותו, ומינה את בנו, ר' יעקב בבורו-פארק. היום הוא מתגורר בבני ברק, ולו בית כנסת קטן בדירתו. פלג קטן נוסף של חסידות קוסון יושב בבני ברק, ובראשו ר' אשר ישעיה הלוי רוטנברג, נין של ראש השושלת. אביו, ששמו כשם דודו, ר' משה שמואל, היגר לארצות הברית לפני המלחמה, נודע שם בשם האדמו"ר מקוזיווא, בהיותו היורש של חותנו האדמו"ר, אשר היה בן דוד שני של ר' יהוסף רוטנברג מקוסון. בסוף ימיו עלה ר' משה שמואל הנ"ל ארצה וגר בבני ברק. בנו, ר' אשר ישעיה, כבר עבר את שנתו ה-90, וקשה לראות בו מנהיג עדה.

מנהיגי שתי השושלות, טוש וקוסון, רואים עצמם היום כממשיכי המסורת המפוארת של זידיצ'וב, שכללה מנהגים ייחודיים ואף נוסחאות תפילה משלה. על ממשיכי מסורת זו נמנים גם שושלות קומרנה, שושלת-אחות של זידיצ'וב, שכן, כאמור, מייסד שושלת קומרנה, ר' אלכסנדר סנדר, היה אחיו של מייסד שושלת זידיצ'וב, ושושלת ספינקה, שמייסדה, ר' יוסף מאיר וייס, היה תלמידו של ר' יצחק אייזיק מזידיצ'וב.

ב. המוסיקה בחצרות האדמו"רים והזמרה בתפילה

מקום חשוב התבצר לה למוסיקה אצל השושלות השומרות על מסורת זידיצ'וב. רבים מאדמו"רי זידיצ'וב טוש, וקוסון היו בעלי תפילה. ברם, מבין כל האדמו"רים של טוש וקוסון ובני משפחותיהם, רק שניים היו בעלי נגינה ומלחינים: ר' יהוסף, הרבי הראשון מקוסון, ובנו של ר' ישראל צבי (האדמו"ר השלישי) מקוסון, ור' אלתר חיים שלמה שנספה בשואה עם אביו. עוד ניגונים חיברו מלחינים שפעלו בחצרותיהם. המפורסם שבהם אברהם יצחק (איציק) מהורינץ', מלחין החצר של מייסד השושלת. מספר הניגונים המזוהים היום אצל חסידי טוש וקוסון כפרי רוחם של אדמו"רי השושלות ושל ה'מנגנים' הוא מועט. הרפרטואר שלהם כולל גם ניגונים לא רבים מחצר דינוב (אולי בגלל ביקוריו המרובים של מייסד חסידות טוש אצל הרבי מדינוב) ומעט מניגוניו של אחד מספקי הניגונים של ויז'ניץ – בעריש ווישוווער, המלחין של ר' יואל טייטלבוים מסאטמר, שאת ניגוניו שרו גם בחצרות של אדמו"רים נוספים כגון אלה משושלות קוסון.[48] כמו כן כולל הרפרטואר שלהם ניגונים שמוצאם עלום, וכאלה המזוהים היום כניגונים פאן-חסידיים.

מיקומן הגיאוגרפי של קהילות טוש וקוסון הוא בהונגריה באיזור הסמוך לגבול צ'כיה. ברם, כפי שראינו, זיקתם הרוחנית והגנאלוגית של אדמו"רי השושלות היא אל שושלת הצדיק מזידיצ'וב, אך גם אל צדיקי צאנז ודינוב. אין להתפלא אפוא על הקִּרבה המתגלית בתחומי התרבות, המנהג והמוסיקה בינן לבין תרבותן ומנהגיהן של קהילות גליציה הגדולה. השוואת הזמרה בתפילת חסידי קוסון לזו של חסידי צאנז חושפת את הדמיון שבין שתי הקהילות הן ברשימת הטקסטים המושרים והן באופיים של הניגונים שהותאמו להם.[49] כך, למשל, בשחרית של יום השבת בברכת יוצר אור יש בעלי תפילה שנוהגים כחסידי צאנז, אומרים את שני המשפטים 'הכל יודוך' ו'הכל ירוממוך' פסוק בפסוק ומתחילים לשיר רק מ'האל הפותח', ואת שני הפסוקים האחרונים ('אין ערוך לך' וכו') שוב אומרים, אך חוזרים ומזמרים את 'אל אדון' מתחילה ועד סוף. וזאת, חשוב לציין, בניגוד למה שידוע על מנהגי התפילה של זידיצ'וב. בזידיצ'וב בדרך כלל לא שרו בתפילת שחרית של שבת. שרו רק כאשר בא לזידיצ'וב אורח 'בעל מנגן', שכיבדוהו לעבור לפני התיבה, והרשות ניתנה בידו לשיר לפי מנהגי המקום שממנו בא.[50]

לחסידי קוסון יש נוהגי זמרה ייחודיים נוספים. נזכיר כמה מהם: בשבת של חג ובשבת חול המועד שרים רק חלק מ'לכה דודי'. כמקובל אצל חסידי צאנז, שרים את שני הבתים הראשונים,. אולם בניגוד להם, אין שרים את שני הבתים האחרונים – 'ימין ושמאל' ו'בואי בשלום' - אלא רק את הבית האחרון לבדו. בשלושת הרגלים הם שרים את 'האל בתעצומות עזך' בנעימה הידועה לכול, אשר מיוחסת לנוסח התפילה הקדום הידוע בשם 'נוסח ווהלין'.[51] ואולם, לקראת סוף הקטע המושר מוסיפים חסידי קוסון פראזה מוסיקלית שאינה כלולה בגרסה המצויה. כמו כן, שרים אצלם בשבתות המיוחדות, בחג השבועות ובימים הנוראים, טקסטים שלא שמענו אצל שושלות אחרות; בתפילות המוסף של פרשת שקלים ופרשת החודש הם שרים מתוך ה'יוצרות' את הפיוט 'אור פניך'; בערבית של שבועות את 'אהבת עולם'; ובהוצאת ספר התורה למחרת היום הם שרים בניגונים איטיים שני פרקי תהלים (יט, כד) ואת ניגון השמחה 'ברוך אלהינו', כמנהג זידיצ'וב לרגל חג מתן תורה.


מקור
נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!
אוועטאר
חייקל
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חייקל »

אין אשכול פון זיין זוהן רבי אלימלך מטאהש, כ"ג כסלו איז אריינגעפלאכטן ענינים און עובודות אויך פונעם פאטער דער צדיק רבי משולם פייש מטאהש

אשכול רבי אלימלך מטאהש, כ"ג כסלו

אין בילד: דער בית החיים אין טאהש, אונגארן

אין ערשטן אוהל ליגט רבי משולם פייש מטאהש, און אין צווייטן אוהל ליגט רבי אלימלך
אטעטשמענטס
beis chaim tosh.JPG
beis chaim tosh.JPG (27.07 KiB) געזען 9594 מאל
נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!
אוועטאר
חייקל
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חייקל »

דער אוהל פון רבי משולם פייש אויפ'ן ביה"ח אין טאהש
אטעטשמענטס
OHAL TOSH DSC01083.JPG
OHAL TOSH DSC01083.JPG (19.91 KiB) געזען 9568 מאל
נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!
אוועטאר
חייקל
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חייקל »

מציבת קדשו
אטעטשמענטס
DSC01079.JPG
DSC01079.JPG (32.21 KiB) געזען 9567 מאל
נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!
אוועטאר
חייקל
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חייקל »

הזכרה אין אוהל פאר'ן ממשיך דרכו בקודש ונושא שם קדשו זיין איר אייניקל הרה"ק מטאהש שליט"א
אטעטשמענטס
DSC00492.JPG
DSC00492.JPG (29.06 KiB) געזען 9561 מאל
נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!
אוועטאר
חייקל
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חייקל »

הנצחות פאר די אייניקלעך וואס זענען אומגעקומען עקה"ש הי"ד
אטעטשמענטס
DSC00491.JPG
DSC00491.JPG (29.6 KiB) געזען 9556 מאל
נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!
אוועטאר
חייקל
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חייקל »

הנצחות פאר די אייניקליך משפחת נכדו הרה"ק רבי מרדכי מדמעטשער, אבי יבלח"ט כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א
אטעטשמענטס
DSC00490.JPG
DSC00490.JPG (38.92 KiB) געזען 9551 מאל
נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!
אוועטאר
חייקל
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חייקל »

כ'האב באקומען אביסל סחורה אויף דעם צדיק, וואס כ'טייל מיט לכבוד די הילולא קדישא, כאטש וואס ס'זעהט מיר אויס אז ס'איז נישט קיין דבר השלם.
עפעס איז אויף לשון קודש, און עפעס אויף אידיש.


"טאהש", עיירה שנתרפסמה לא בגלל היותה מטרפולין וכרך גדול בכמות, אלא כמו כמה וכמה עיירות בארצות ההם הנקראו בלשונינו "דער אלטער היים" שנתפרסמו בזכות הצדיק הקדוש שהשכין שמו עליה, וניהג חצרו שם ברמה, ומאות או אלפי ישראל ניהרו לשם מכל קצוי הארץ, ובפרט מהעיירות והמדינות הסמוכות.
טאהש נמצאת במדינת אונגארן בקרבות עיירות של שכונת "ניר", ונקראת בשמה ניר-טאהש, והיא סמוכה לקליינווארדיין.
הרה"ק מטאהש שליט"א הוא בנו של הרה"ק רבי מרדכי מדעמעטשער זי"ע בן הרה"ק רבי אלימלך מטאהש זיעכועכ"י - הכמונה בטאהש הסבא קדישא, בן הרה"ק רבי משולם פייש מטאהש זיעועכ"י - השרף מטאהש.
הרה"ק הרבי מטאהש שליט"א קיבל הרבה מזקינו, שנתגדל בביתו בימי נעוריו, ושתה הרבה מבאר קדשו, וזקינו הראה לו אותו חיבה יתירה, וחיבבו עד מאוד, וגם העיד עליו כמה פעמים שלגדולות נוצר, ושיהי' מנהיג ישראל.

תולדות הרה"ק רבי משולם פייש סג"ל לאוי זי"ע
אבדק"ק טאהש – כ"ח סיון תרל"ג


* ואלה תולדות
הרה"ק רבי משולם פייש סג"ל לאווי זצוק"ל זיעועכ"י אבדקק טאהש יצ"ו, נולד לערף בשנת תקע"ו לפ"ק לאביו הרה"ק רבי מרדכי זצ"ל, כתב יחוס שלהם היה עולה ומשגשג עד רש"י הק' ולמעלה בקודש עד דוד המלך ע"ה, עד שפקד את נכדו הראשון ה"ה הרה"ק ר' חיים שלמהה בעל שמועה טובה מסקאסאני זצ"ל, לקראו על שמו של רש"י הק'.
בנעוריו נתיתם מאת אביו, הלך לנדוד למקום תורה בישיבות הגדולות באונגארין, ומעשה נורא מסופר שבעת הפרדו מאמו הלכה ללותו על מחות לעיר, ובעת הדברי פרידה אמרה לו תילך להתגדל בתורה ועבודה וכשאסתלק מן העולם ותשמע מהסתלקותו תאמר קדיש.

*רבותיו
בחלה למד בישיבתו של הגאון הקדוש בעל הפני יצק אב"ד קליינוואריין, שם הקשיע כל עצמותו בתורת ה' והפליא כל רואיו בגודל התמדתו בתוה"ק, בהיותו דבוק בה בדביקות עצומה בלב אש ביגיעה ובעמקות.
משם נסע לקבל לקח מפי הגאון הקדוש אב"ד טאקאיף בעל אמרי דוד שהיה מתלמידי מרן החתם סופר שלמד אצלו משך כמה שנים, רבו זה חיבבו עד למאוד והעיד עליו גדולות ונצורות, ובספר אמרי דוד על התורה נדפס ההספד שאמר על רבי משולם פייש (כי נפטר בצעירותו ורבו היה עוד בחיים חיותו) וז"ל שם: "נפטר בחולי זה הרב הגול אבד"ק טאהש, אשר הרביץ יראה בישראל, כמה מאות שהכניס תחת כניפ השכינה
כמה מאות זהחיזק בעבודת ה, ואני יכול הלעיד עליו, כי היה תלמידי שלמד אצלי ארבעה שנים, ומעולם לא ראיתי אצל בחור בשנים התהלבות יראה כמו שראיתי אצלו, ועתה אבדנו אותו".
בסופה"ק שמעוה טובה להרה"ק ר' חיים שלמה מקאסאני זצ"ל הקדמה מספר בן המחבר כי אחר אשר רבינו ר' משולם פייש נעשה לרבי ומנהיג הדור היה רבו הגאון בעל אמרי דוד רגיל לומר לתלמידיו בזה"ל: "ראו נא איך אפשר על ידי לימוד תורה לשמה להגיע למדריגת רוח הקדוש, כאשר זכה תלמידי הגאון צהדיק מטאהש", ע"כ.
שוב הלך למקום תורה ביני עומדי דגירסא אצל הגאון הרקדוש רבי אברם שאג זצ"ל, בעל ברכת אברהם, שהיה מתלמידי מרן החתם סופר זי"ע, שוב נסע לעיר אונגוואר תחת חסותו של הגאן הקוש בעל מהר"םפ א"ש, ז"ל, ונתגדל לאילנא רברבי ויצא שמו לתהילה כעילוי גדול בנגלה ובנסתר.

* בצל צדיקי הדור
בימי נעוריו הלך לבקש רבי, שיורהו איזה דרך ישכון אור, וינהם הגיע אל הרה"Eב על ישמח משה זי"ע, בעת שעמד ודרש לפני העם, והרה"ק מטאהש זי"ע הרגיש ששם מצא את אשר ביקש, על על השלחן וצעק בקול רם "דאס איז דאס, דאס האב איך געזוכט", כה עמד וחזר עכל דברך משך עשרה מינוטין, וכשרצו להפסיקו מצעקתו הזהיר הישמח משה שלא יפריעו אותו, גם אחרי פטירתו נהג ליסע בכל שנה לאוהעל להשתטח על צינו הק' של הישמח משה ביומא דהילולא שלו.
גם נסע אל הרה"ק מצאנז זי"ע, ומסופר שכאשר הגיע להרה"ק בעל דברי חיים מצאנז זי"ע, ונתן שלום להדברי חיים אחז הדברי חיים בידיו הקדושים וצעק: אוי דאס אי הייליגע הענטלעך, זאגט מיר פון ווי איר זענט, השיב שעיר מולדתו הוא ביאזעפס דארף בדמינת בעהמען, אמר הדברי חייפ בעהמען איסט איין אב הטומאה, יאזעפס דאר, איז איין אבי אבות הטומאה, פון ווי נעמט זיך דארט אזעלכע הייליכע הענטלעך אהער, ענה הרה"ק "די מאמע וואר איין ערליכע יודענע", וכל מה שזכה היא בזכות אמו הצדיקת.
גם נסע אל הרה"ק מהרי"א מזידיטשוב זי"ע, הרה"ק מליסקא זי"ע, ואל הרה"ק רבי דוד מדינוב זי" ושם נתקרב ביותר ונשאר אצל הרה"ק מדינוב קשור בלב ונפש וקיבלו כרבו מובהק, ומסופר שהיה נוסע בקביעות להסתופף בצמל רבו הרה"ק מדינוב זי"ע על חג הסוכות, ורבו הק' סיכך סוכתו עמון ביחד, באומר, "מיין נוי סוכה איז שוין, קענען מיר שוין גיין דעקן די סוכה", פעם נתאחר לבוא ולא סיכך הרה"ק ר' דוד סוכתו עדיין, כי המתין על הרה"ק מטאהש, אך כשהתחילו צללי ערב לנטות ועדיין לא הגיע, בקשו אנשי ביתו את הרה"ק רבי דוד שיסכך סוכתו כי הזמן גרמא, השיב בזה"ל: "האיך אוכל לסכך סוכתי, מיין נוי סוכה איז דאך נאך נישט דא". (עבודת עבודה)
ומסופר שכשהיה הרה"ק ר' דוד מדינוב זי"ע, אצל הרה"ק בעלך דברי חיים בצאנז זי"ע, שאלו הרה"ק מצאנז אם הרבה חסידים נוסעים אליו, השיב לו הרה"ק מדינוב זי"ע, יש לי חסיד אחד הרה"ק ר' משולם פייש מטאהש השקול כנגד הרבה חסידים". (פאר משולם)

* האיש מקדש
אחר זמן מה נתקרב להחסידים של חבורת אשוואר הידוע, עד שאחד מבני החבורה הרה"ק ר' ישעי' דוד זצ"ל לקחו לחתן לבתו, ומוספר שלפני השידוך הלך אל הרה"ק מהרי"א מקאמרנא להתייעץ בענןי השידוף והרהון"ק מאקמארנא זי"ע, הפליא מאוד את הבחור וביקש שבעת החתונה יודיעהו ורוצה להשתתף אישית בסעודת החתונה, ואכן קיים הבטחתו והשתתף בסעודות החתונה של הרה"ק מטאהש, וכאשר החתן אמר הדרשה כנהוג, התחילו בחורים אחרים לפלפל עמו, וכאשר רצו הכונה סתור אתד בריו, עמד הרה"ק מקארנא ואמר: "החתן הזה לומד תורה לשמה, וחילהל להרהר אחר דברי תורתו". (פאר משולם)
חותנו היה איש אמוד ועישר והבטיח לו קעסט כמה שנים, אבל באחד היהמים ירד מנכסיו ונשאר בערום ובחסור כל, ומני אז היה חי בדחקות הנוראה ועבד את בוראו מתוך חיי צער ועוני, בזמן קצר אח"ז מנתקבל ברוב אהבה וחיבה למלא משראת הרבנות בעיר טאהש והגלילות, ושם המשיך דרכו בלימוד התורה בהתמדה עצומה ובעבודת הקודש ונהרו אלפי החסידים לקראתו, וכל מיות החול לא דיבר עם איש ולא ראו את עבודתו כל כך, כי היה סוגר ומסוגר מחמת גודך דביקותו בתורה, רק בשבת קודש היתה עבודתו וקדשוו באתגליא, כאשר זכו לחזות בנועם התפליו ועריכת השלחנות, ושמעו אמרותיו הטהורים כי נעמו.

* עבודתו הק'
עבודתו הק' היתה בלב אש ובמסירות נפש ממש, והיה מתענה משבת לשבת ומנהג זה היתה לו כבר בימי בחרותו בעת שלמד אצל רבו הפני יצחק.

* * *


הרה"ק רבי משולם פייש השרף מטאהש זי"ע
הרה"ק רבי משולם פייש השרף מטאהש זי"ע, איז געבוירן געווארן אין יאהר תקע"ו, ער האט אלץ יונגער בחור געלערנט תורה פון די גדולי תלמידי החתם סופר, וועלכע האבן אלע עדות געזאגט אז ער האט דורך זיין תורה לשמה לערנען זוכה געווען צו מדריגות גבוהות עד להפליא. דערנאך האט ער געלערנט דעם דרך החסידות פון די צדיקי הדור וועלכע האבן אלע מעיד געווען בגדלותו וקדושתו עד להפליא ווי הגה"ק בעל זוהר חי מקאמארנא און הגה"ק רבי דוד מדינוב זי"ע, ווי אויך האט ער זיך מסתופף געווען בצילם פון די קדושים דער ישמח משה, דער דברי חיים, און נאך מגדולי צדיקי דורו.

רבי משולם פייש האט געהאט א הערליכן יחוס בריוו ביז רש"י הקדוש ולמעלה בקודש ביז דוד המלך ע"ה, און איז אויך געווען מגזע התוספות יו"ט ז"ל.

זייענדיג אלץ אב"ד ור"מ דק"ק טאהש והגלילות איז ער נתפרסם געווארן אלץ א רב רבנן מגדולי צדיקי דורו. זיין עבודה איז געווען מיט א פלאם פייער און מורא'דיגע התלהבות, ער האט געפלאקערט פארן אויבערשטן, פיל פון צדיקי דורו פלעגן פארן צו איהם זיך מסתופף זיין בצילו, און זיי פלעגן מפליג זיין בשבחו אז זיין עבודה איז געווען אש שלהבת ובפרט אין שב"ק.

צוישן די וואס זענען געפארן צו רבי משולם פייש ציילן זיך אזעלכע לייבן ווי ווי דער אמרי יוסף מספינקא, אך פרי תבואה מליסקא, רבי הירצקא מראצפערט, דאראגער רב, קאפאשער רב, קאלבאסובער רב בשליחות אביו הייטב לב מסיגוט, גארליצער רב בשליחות אביו הדברי חיים מצאנז, ראסלאוויצער רב, קראסנא רב, וכו'.

זיין אש להבה'דיגע עבודה אום שב"ק
רבי משולם פייש האט גע'שמ'ט מיט זיין פלאם פייערדיגע עבודה וואס איז געווען מיט מסירות נפש למעלה משכל אנושי, און צדיקים פון זיין דור האבן זיך אויף איהם אויסגעדריקט ער איז ווי א קעסל וואס שטייט אויפן פייער און עס זידט שטענדיג!

עס האט פארציילט הרה"ח ר' יחזקאל פריעדמאן ע"ה, ער איז אלץ בחור נאך געפארן איין טאהש צום שרף הרה"ק רבי משולם פייש זי"ע.
אמאל ווען ער איז געווען א יו"ט "שבועות" בצילא דמהימנותא אין טאהש ביים שרף, איז ער שבועות אינדערפרי געשטאנען אין פאליש פון ביהמ"ד ווען דער שרף זי"ע איז געקומן פון די מקוה, מהרמ"פ האט זיך געוואשן די הענט, נאכן וואשן די הענט האט ער גענומען וואסער זיך אפצוואשן דעם הייליג פנים, דאס פנים האט איהם געפלאמט פון זיין הייליגע עבודה, און די וואסער האט זיך איינגעזאפט אויפן פנים ווי ווען מען גיסט דאס אויס אויף א הייסע בלעך, אזוי האט ער געטוהן עטליכע מאהל, און דער ר' יחזקאל מיט א חבר זענען געשטאנען אין די זייט מיט א פחד, נאכדעם האט ער זיך אויסגעדרייט צו זיי זאגענדיג "קינדערלעך זיסע, וואס ווייסט איר וואס עס טוט זיך יעצט אין הימעל", און ער איז אריין צו זיך אין שטוב.

כאטש רבי משולם פייש האט געזיכט צו באהאלטן זיין גרויסקייט דאך איז געווען תורתו מכרזת עליו, זיין צדקות און קדושה איז גאר שנעל נתפרסם געווארן, און דאס שטעטל טאהש איז געווארן א תל תלפיות שהכל פונין אליה, פון גאנצן לאנד איז מען געקומען צו פארן זיך מסתופף זיין בצל קדשו, נאך ברכות און ישועות.

אויב א גאנצע וואך איז זיין פייערדיגע עבודה געווען מורא'דיג, איז דאס נאך פיל פאכיג געווען ווען עס איז געקומען דער הייליגער שבת, ווען ער איז ממש געווען איין שטיק פייער פון קדושת השבת, און ער איז געווען מיט א קאפ העכער ווי א גאנצע וואך.

צווישן די גדולים און צדיקים וואס זענען אסאך געפארן קיין טאהש צום שרף זי"ע, איז געווען הרה"ק ר' הירצקא'לע מ'ראצפערט זי"ע וועלכער פלעגט צו פארן קיין טאהש אויף יעדן שבת מברכים. רבי הירצקא'לע זי"ע פלעגט זאגן: "שבת האב איך דעם רבי'ן נישט דערקענט, ער איז געווען א פלאם פייער". דאס זעלבע האבן אויך דערציילט נאך גאונים וצדיקים וואס זענען געפארן קיין טאהש.

די חסידים פלעגן דערציילן: דאנערשטאג נאכמיטאג פלעגט רבי משולם פייש פלוצים צומאכן די גמרא, ארויסגיין אין הויף דארט שפאצירן, און זאגן: "איך פיל שוין די קדושה פון די שבת'דיגע לופט וואס האלט ביים אראפקומען אויף די וועלט! זי האט גאר א גוטן הייליגן געפיל, האב איך געמוזט צומאכן די גמרא ארויסגיין אין הויף אנשעפן פון די פרישע הייליגע שבת'דיגע לופט כדי צו קענען לערנען ווייטער מיט די קדושה פון שבת. און אזוי ארום קענען מקבל שבת זיין מיט קדושה וטהרה.

אויף יעדן שבת זענען גקומען צו פארן צום רבי'ן רבי משולם פייש א גרויסער עולם צו וויילן במחיצתו אנווארימען ביי די הייליגע תפלות און ליכטיגע טישן, און זיך אנזאפן מיט חיות והשפעות דקדושה, אמווייניגסטענס זענען געווען זעכציג פערשוין (געסט) אויף יעדן שבת.

זיין זוהן דער הרה"ק רבי אלימלך מטאהש זי"ע האט דערציילט פון די פלאם פייער און קדושת השבת פון זיין הייליגן טאטן דער שרף אין שבת קודש, אז א אמאל האט א איד אנגערירט שב"ק זיין פאטשיילע, האט ער זיך אפגעבריהט דערפון, און עס האט איהם געבריט כל ימיו.

רבי משולם פייש פלעגט זאגן בלש"ק: "פרייטאג צו נאכטס טו איך א טובה פאר א איד".

אין טאהש האט געוואוינט א איד, ער האט געהייסן הר"ר אברהם, וואס ער האט דאס אליין בייגעוואוינט, אמאל אין די וואכענטעג ווען ער איז געגאנגן אין מקוה זיך טובל'ן, איז פלוצים אנגעקומען דער שרף אין מקוה, האט ר' אברהם געווארט אינדרויסן ווארטענדיג ביז דער רבי וועט ארויס קומען דאן וועט ער אריין גיין.
אזוי שטייענדיג אינדרויסן הערט ער דעם רבינ'ס טריט ווי ער גייט אריין אין וואסער און טובל'ט זיך, פלוצים הערט ער ווי דער רבי - רבי משולם פייש רופט אויס הויך: —ר' בעריש!! ר' בעריש!! פארוואס קומסטו יעצט, כ'האב דיר דאך שוין געזאגט אז די ווילסט איך זאל די א טובה טוהן, קום צו מיר שבת, נישט אין די וואכנטעג".
ווען דער ר' אברהם האט געהערט דעם רבי'נס ווערטער ווי ער רעדט צו א נשמה פון עולם העליון, האט איהם געכאפט א פחד און א ציטערניש, און ער האט זיך געכאפט די וועש און אהיים געלאפן..

עס איז געווען דעם אנדערן שבת, פרייטאג צו נאכטס ביים טיש, פלעגט רבי משולם פייש זינגען און טאנצן לכבוד שבת מיט א מורא'דיגע התלהבות, דאן פלעגט ער זיך צוריק זעצן צום טיש און מען פלעגט שטעלן וויין און וואונטשן לחיים, יענע וואָך נאך די אויבנדערמאנטע מעשה ווען דער רבי האט זיך צוריק געזעצט צום טיש, האט ער אויסגערופן צום משב"ק ר' דוד "שטעל וויין צום טיש פאר ר' בעריש קאריסער", דער משב"ק איז געבליבן שטיין פארווינדערט, דער ר' בעריש איז דאך שוין א שטיק צייט בעולם העליון, ער האט נישט געוויסט וואס צו טוהן, דאן האט רבי משולם פייש נאכמאל זיך געווענעדט צו איהם " איך הייס דיר שטעלן וויין פאר ר' בעריש קאריסער", ווען ר' דוד האט געהערט די קלארע רייד האט ער שוין פארשטאנען אז יש דברים בגו, און ער האט באלד געשטעלט וויין פאר ר' בעריש, דאן האט רבי משולם פייש זיך גענומען רעדן פון ר' בעריש'ן זאגענדיג "ער איז געווען אן עהרליכער און א לב טוב, ער האט שטענדיג געטוהן חסד מיט יעדן, איי ער איז נישט געקומען צו אונז ביים לעבן, נו ער איז דאך געווען אזוי פארנומען מיט זיינע געשעפטן, איז איהם שווער געווען דאס קומען, און איך האב איהם דאך שוין צגעזאגט אינמיטן די וואך א טובה צו טוהן, וועל איך דאס איינהאלטן".

ר' אברהם וועלכער איז אנוועזענד געווען בשעת רבי משולם פייש איז געווען אין די מקוה האט באלד גע'חלש'ט, ווען די חסידים האבן איהם דערמונטערט, האט ער דערציילט פארן עולם וואס ער האט געהערט פון רבי'ן אין די מקוה, דאן האט רבי משולם פייש ממשיך געווען דעם טיש און ווייטער געטאנצן מיט התלהבות און שמחה פון קדושת שבת.

גודר גדר ועומד בפרץ בראש הלוחמים קעגן די משכילים
צווישן די פולע טעטיגקייטן לחיזוק הדת פון שרף רבי משולם פייש זי"ע איז געווען אויך וואס ער האט אויפגעטוהן בשעת די היסטארישע טיילונג אין אונגארן. ווען עס איז מקויים געווארן ביי איהם "וראו כל עמי הארץ כי שם ה' נקרא עליך" אז אפילו נישט אידן האבן אייך איינגעזעהן די גרויסקייט פון דעם צדיק.

ווי באוויסט איז אין שנת תרכ"ט פארגעקומען אין אונגארן א גרויסע מחלוקת לשם שמים צווישן די יראי ה' די צדיקים און עהרליכע אידן און להבדיל די משכילים די פארגעשריטענע און רעפארמירטע אידן וואס האבן ל"ע געוואלט אויסרייסן דאס אידישקייט אין לאנד, מיט זייער שיטה אז אידן דארפן זיין גלייך מיט די גויים, און זיי האבן זיך אלץ מער און מער אריינגעריסן אין די אידישע קהלות.
דאן האבן ביידע סיי די עהרליכע אידן און סיי להבדיל די משכילים אריינגעלייגט פיל מיה און השתדלות צו איבערצייגן די רעגירונג זאל זיך שטעלן אויף זייער זייט, האט די רעגירונג דאן באשטימט אז מען זאל מאכן אזא "אידישע דעלעגאציע" פונעם אידנטוהם פון גאנצן לאנד, און די זאלן ערשיינען פאר די רעגירונג - קאנגרעס וועלכע וועלן אויסהערן ביידע צדדים און באשטימען ווער עס זאל האבן א כח און א ווארט איבער דאס אידישקייט אינם לאנד.
די דעפוטאטן צו די דעלעגאציע האט מען באשטימט דורך וואלן, אין וועלכע דער אידן פון יעדע גובערניע-געגענט האבן אויסגעוועהלט דעפוטאטן.
אין די וואלן זענען געלאפן —ווי פארשטענדליך — די מאדערנע משכילים און פרייע אידן, קעגן די עהרליכע יראי ה', און דער רבי האט דאן איינגעלייגט וועלטן און געטוהן פיל השתדלות אז עס זאלן אויסגעוועלט ווערן צו די דעלעגאציע דוקא די עהרליכע דעלגאטן, כדי זיי זאלן ערשיינען פארן קאנגרעס און קענען אויספירן די שטרעבונג פון עהרליכע אידן צו קענען ווייטער גיין בדרך ישראל סבא אומגעשטערט פון די בייזע פרייהייט ווינטן וואס האבן דאן געבלאזן אין גאנצן לאנד.
קעגן דעם איז געווען אסאך גבירים גרויסע עשירים משכילים, וועלכע האבן געוואוינט אין קליינווארדיין וואס איז אין געגענט פון טאהש, און זיי האבן פרובירט מיט אלע מיטלען צו שתדל'ן אז עס זאלן אריינגיין די פרייע דעלעגאטן.
דער פריץ פון די נירעדהאז'ער געגענט איז געווען א אנגעזעהענער פריץ וועלכער איז אויך געווען א מיטגליד פון דעם פארלאמענט אין בודאפעסט, וואס מיט דעם וואלט געווען א גרויסער אויפטוה פאר די עהרליכע אידן ווען מען זאל קענען איהם איבערצייגן אויף זייער זייט.
איז דאן דער רבי זי"ע אליין אראפגעפארן צו דעם פריץ אויף א וויזיט איהם צו איבערצייגן אין די וויכטיגקייט אז די ארטאדאקסישע אידן וואס ווילן נישט מער ווי מען זאל זיי לאזן במנוחה גיין ווייטער אויף דעם עהרליכן אויסגעטרעטענעם וועג פון אונזערע זיידעס און פריערדיגע צדיקים זאלן אויסגעוועלט ווערן צו די דעלעגאציע.
ווען דער רבי איז אריינגעקומען צום פריץ אין זיין סאלאן, איז ער געזיצן דאן צוזאמען מיט נאך אנדערע אנגעזעהנע רעגירונגס-מענער און פריצים, וועלכע זענען אלע טיף באאיינדרוקט געווארן פונם רבינ'ס הייליגע צורה, און איהם מכבד געווען זיצן אויף א שטוהל און פאָרלייגן וואס ער האט צו זאגן.
דער רבי האט זיי דאן מסביר געווען דעם גאנצן ענין, און אז דער ציל פון די משכילים איז אינטערצוברעכן דעם אריגינאלן אידישקייט פון טויזענטער יאהרן, און ער האט ארום גערעדט מיט א קלארקייט און ברייטקייט אינם גאנצן ענין פון די יסודות אין אידישקייט בכלל און די יעצטיגע מחלוקת בפרט, אז וואס אנבאלאנגט דאס אידישע גלויבן איז דרינגענד מען זאל אויסוועהלן צו די דעלעגאציע אויסשליסליך נאר די ארטאדקאסישע ערליכע דעפוטאטן און נישט פון די פארגעשריטענע משכילים.
די פריצים זענען אלע געזיצן מיט אפענע מיילער אינגאנצן באגייסטערט פונם רבינ'ס רייד. דער שמועס איז אריבער פון איין ענין צו אנדערן, און זיי האבן זיך נישט געקענט גענונג אפוואונדערן פון די הייליגע חכמה און ג-טליכקייט וואס האט ארויסגעשיינט פון יעדן ווארט פון דעם צדיק.

ווען רבי משולם פייש איז ארויס האט זיך דער פריץ אנגערופן צו די חברים פול מיט באגייסטערונג:
—דער ראבינער איז דאך עפעס א וואונדערליכער קלוגער מאן, ער איז טיף באהאווענט אויך אין פאליטישע אנגעלעגנהייטן, און האט א זעלטענעם פארשטאנד, איך האב שוין גערעדט און פארברענגט מיט אסאך גרויסע פאליטישע הערן, אבער אזא חכם ווי דער אידישער ראבינער האב איך נאך נישט באגעגנט! מיין מיינונג איז —האט ער אויסגעפירט — אז ער וואלט געווען דער פאסיגטסער קאנדידאט פאר איינער פון די דעלעגאטן פון אונזער געגענט זיך צו שטעלן פארן קאנגרעס —אלע אנוועזענדע האבן איהם געגעבן גערעכט.

דער פריץ האט באלד ארויסגעגעבן א באפעל אז אלע אידן פון זיין געגענט זאלן אויסוועהלן דעם רבי'ן אלץ זייער דעלעגאט צום קאנגרעס.

רבי משולם פייש איז טאקע אריינגעוועלט געווארן, און ער האט דאס אויסגעניצט —צוזאמען מיט די אנדערע צדיקים און עהרליכע רבנים פון גאנצן לאנד —צו לוחם זיין מלחמת ה' ברמה קעגן די משכילים, און אזוי האבן זיי צוריק געשטעלט דאס אידישקייט אין אונגארן אויף איר שטאנד מיטן מאכן דעם היסטארישן טיילונג, אין וועלכן די ארטאדאקסישע קהלות האבן זיך עמטליך אָפגעטיילט פון די רעפארמער און משכילים, און אזוי האט דאס אידישקייט ווייטער געבליט לשם ולתפארת. אינ'ם זכות פון רבי'ן צוזאמען מיט די אנדערע צדיקים זי"ע ועכ"י.

אויף די קול קורא'ס פון די רבנים אין יענע צייט, געפינט מען אויך די חתימת יד קדשו פון רבי משולם פייש צווישן די אנדערע גדולי התורה און צדיקי הדור שטייט דארט אינטער געשריבן "הק' פייש סג"ל, אב"ד טאָש, יצ"ו".

רבי משולם פייש האט אויף זיך מקבל געווען נסתלק צו ווערן יונגערהייט, וויבאלד ער האט מיט דעם אפגעשטעלט א מגיפה פון כלל ישראל וואס האט דאן געבויזשעוועט, און איז טאקע דאן נסתלק געווארן כ"ח סיון תרל"ג, במסירות נפשו הטהורה פארן כלל ישראל.

זכתו יגן עלינו
נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!
צדיק מושל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדיק מושל »

חייקל האט געשריבן:הנצחות פאר די אייניקלעך וואס זענען אומגעקומען עקה"ש הי"ד

דעם צדיק וממשיך ההנהגה במקום הקודש ר' אליעזרל הי"ד באטיטלט מען נאר דומ"ץ, וכדי בזיון וקצף.
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3027
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

איין פראגע
זינט ווען האט מען אים געגעבן דעם צו נאמען "שרף" דאכט זיך אין זיינע תולדות וואס איז געשריבן געווארן בשעתו דורך רמ"י פרילענדאר ווערט ער נישט באטיטלט שרף,

אויב הייסט ער יא שרף, צוליב וואס?, דער שרף פון סטרעליסק האט באקומען דעם נאמען שרף צוליב א הנהגה, היות ערב יו"כ פלעגט ער עסן גוזמאות ממש ביזן זמן, און פונעם זמן איז ער אריין צו כל נדרי און געשטאנען אויף די פיס 24 שעה ביז מוצאי יו"כ און נישט געדארפט ארויסגיין, אויף דעם ארויף האט מען געזאגט אז ער איז א שרף, ווי א מלאך וואס פארברענט דאס עסן,

מיין פראגע איז צו דער טיטל שרף איז א אלטע, אדער ס'איז לעצנטס געבורין געווארן,
זאת ועוד, זייענדיג לעצטנס אין טאהש בצלא דמהמנותא של כ"ק מרן רבה"ק שליט"א, האט איך געזעהן דעם נייעם ארון קודש, שטייט דארט לזכרון בהיכל ד' רבינו השרף אלקי ר' משולם פייש וכו' וכו'....
השרף אלקי?????, קוים אויף תנאים ואמוראים שרייבט מען דאס, דאס נעמט נישט אוועק פון זיין גדלות, קדושה, צדקות, ופרישות, ועבודת ד' עפ"י סוד, ס'איז מיר נאר א פראגע וואס ווען איינער קען עס קלאר שטעלן וואלט איך הנאה געהאט,
.
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3027
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

צדיק מושל האט געשריבן:
חייקל האט געשריבן:הנצחות פאר די אייניקלעך וואס זענען אומגעקומען עקה"ש הי"ד

דעם צדיק וממשיך ההנהגה במקום הקודש ר' אליעזרל הי"ד באטיטלט מען נאר דומ"ץ, וכדי בזיון וקצף.


אפשר איז ער טאקע נאר געוועהן דומ"ץ, סוף כל סוף האט דאך זיין טאטע געלעבט ביז די מלחמה, אפי' דער זיידע ר' אלימלך טאהש'ער איז אויך נאר אוועק אין די ערשטע יארן פון די מלחמה
.
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
צדיק מושל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדיק מושל »

אנטשולדיגט מיר,
אבער ער איז געווען דער ממלא מקום אביו הרבי אלימלך אין די איין און האלב יאר ביז צו דעם דעפארטירן.
אוועטאר
חייקל
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חייקל »

"צדיק מושל" האט לכאורה רעכט, ר' לייזער'ל איז געווען דער ממלא מקום אין טאהש.

ערשטענס, איז דאס א פלעק אויף די וואנט -נישט קיין מציבה - און גאנץ מעגליך אז דער וואס האט דאס אוסיגעשטעלט האט נישט אזוי מדייק געווען, כ'שטעל זיך פאר אז נישט דער טאהשער רבי שליט"א האט דאס פארגעשריבן.

צווייטענס, ווי עס שיינט מיר, און פון וויפיל כ'האב געהערט און געזעהן אין די ספרים פון טאהש, ענדיגט זיך די תקופה אין טאהש מיט די פטירה פונעם זיידן רבי אלימלך זי"ע.
מ'דארף געדענקן אז ס'שוין געווען דאן קריגס צייטן, דער רבי איז נישט געווען מער אין טאהש שפעטער, און ווען דער טאהשער רבי רעדט פונם פעטער מיט א געוואלדיגע הערצה, רעדט ער אלץ פון די תקופה אונטערן זיידן, ער איז געווען יד ימינו, ער איז געווען דומ"ץ, א.א.וו. ער דערמאנט נישט די שפעטערדיגע תקופה, ווען ער איז ליידער צוליב די צרות שוין נישט געווען דארט.

אגב, איז זיך דאס רבנות באמת טאקע געקומען פאר'ן דעמעטשער רב, דעם טאהשער רבינ'ס טאטע, ער איז געווען דער עלטסטער זוהן, נאר ער האט דאס אוועק געגעבן פאר'ן ברודער ר' לייזערל, צוליב וואס ער איז געווען מאדנע אין אויסזעהן, - טראץ וואס ער איז געווען א זעלטענע געלונגענער בעל כשרון בנוסף צו זיין גאונות און צדקות, איז דעריבער געווען שווער איהם צו גיבן א רבנות אין דער פרעמד.

דער דעמעטשער רב האט דעריבער גענומען דאס גלילות רבנות אין דעמעטשער און איבערגעגעבן דאס רבנות אין טאהש פאר'ן ברודער, אבער זיי האבן זיך אויסגענומען א תנאי, אז דאס רבנות וועט צוריק געגעבן ווערן פאר'ן דעמעטשער רב'ס זוהן, דער רבי שליט"א, און זיי האבן זיך משדך געווען, דער טאהשער רבי איז געווען א חתן ביים פעטער ר' לייזער'ל, די כלה איז נעבעך אומגעקומען אין אוישוויץ.


שאץ מאץ דער טיטל השרף האבן איהם געגיבן צדיקי דורו, צוליב וואס זיין עבודה איז געווען מיט אן אש להבה, אויף מציבת קדשו שטייט אויך דאס לשון "מתלהב.. כאש בוערה" זעה פריער אונטערן קעפל זיין אש להבה'דיגע עבודה אום שב"ק "רבי משולם פייש האט גע'שמ'ט מיט זיין פלאם פייערדיגע עבודה וואס איז געווען מיט מסירות נפש למעלה משכל אנושי, און צדיקים פון זיין דור (כ'מיין דער טל חיים פון ליסקא האט דאס געזאגט) האבן זיך אויף איהם אויסגעדריקט ער איז ווי א קעסל וואס שטייט אויפן פייער און עס זידט שטענדיג!"
ר' הירצקאלע ראצפערטער האט געזאגט ער האט איהם נישט דערעקנט שבת, ווייל ער איז געווען א פלאם פייער... אזוי זענען דא מערערע מימרות, איבער זיין פלאם פייערדיגע עבודה וואס צוליב דעם האט מען איהם באטיטלט השרף.

"השרף האלקי", כ'ווייס נישט פון ווי דער האלקי איז צוגעקומען, אבער אז דו קוקסט אין פריערדיגע ספרים, שטייט אויף כמעט אלע שער בלעטער פון חסידישע ספרים, דער טיטל האלקי אויף די צדיקים, הפנים ס'איז נישט אזא זעלטענע טיטל געווען ביי די שרפי מעלה רבותינו הק' תלמידי הבעשטה"ק.

אגב, ווען כ'בין געווען אין טאהש און כ'האב געזעהן דעם נייעם ארון קודש דאס ערשטע מאל, האב איך זיך געווינדערט אז ס'שטייט האלקי ארויסגעשריבן מיט א ה', נישט קיין ק', דאס האט מיר זייער פארוואונדערט.
אויף דעם האב איך געענטפערט דעם זעלבן תירוץ ווי אויף די הנצחה....
נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!
צדיק מושל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדיק מושל »

חייקל האט געשריבן:דער טיטל השרף האבן איהם געגיבן צדיקי דורו,

אפשר רעכנט איר מיר ביטע אויס אפילו נאר איינעם.
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

[quote="חייקל"]"צדיק מושל" האט לכאורה רעכט, ר' לייזער'ל איז געווען דער ממלא מקום אין טאהש.

און צדיקים פון זיין דור (כ'מיין דער טל חיים פון ליסקא האט דאס געזאגט) האבן זיך אויף איהם אויסגעדריקט ער איז ווי א קעסל וואס שטייט אויפן פייער און עס זידט שטענדיג!"[/i]
ב''ה
"אין צדיקים פון זיין דור "כ'מיין דער טל חיים מליסקא ---להוי ידוע שדו''ז הבעל טל חיים לא הי' מצדיקים שבדורו רק דור אחריו ---להבקי קצת
בסדר הדורות .[[אגב הוא הי' גיסו של בנו ר' מרדכי שנשא בזיוו''ש את אחותו מרת חנה ע''ה שג''כ קבורה בניר טאהש ]]
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

שוין דא צו באקומען אויף היברו בוקס דעם פאר משולם, תולדות זקה"ק מטאהש זי"ע
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
חברה מאן
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2009 8:01 pm

יחוס פון טהאש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חברה מאן »

דא האט איר א לינק ווי ער קענט אביסל מער ליינען איבער דעם יחוס פון הרה"ק ר' משולם פייש מטהאש, די שאלה איז ווי קראנט עס איז דארט, ווער עס האט הערות קען שרייבן דערוועגן
viewtopic.php?f=31&t=11842
אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1834
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שויתי'ניק »

יא"צ שבוע הבא
שויתי השם לנגדי תמיד
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

אין סעליש;
מרת מינדל ב"ר דוד מנשה נכדת הה"צ מטאש זי"ע אשת ר' שמואל ראטטענשטיין
אטעטשמענטס
9998.jpg
לייברערין
שר חמש מאות
תגובות: 526
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 16, 2015 11:47 pm
לאקאציע: און לייברערי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייברערין »

אוך זיך דעם ספר'ל פאר משולם דפו"ר געדרוקט און מישקאלץ נא להודיע לי באישי
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”