ר' מאיר אשכנזי אב"ד אייזענשטאט "הפנים מאירות" - כ"ז סיון תק:ד

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

ר' מאיר אשכנזי אב"ד אייזענשטאט "הפנים מאירות" - כ"ז סיון תק:ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

רבי מאיר אשכנזי ב"ר יצחק זצ"ל אב"ד אייזנשטאם - בעמח"ס "פנים מאירות" ו"כתנות אור" עה"ת
- כ"ו סיון -
רבי מאיר איז געווען א גאון עצום ווי מ'זעהט פון זיינע ספרים, רבי מאיר האט א צייט געמוזט אנטלויפן פון שטאט צוליב א מסירה, ווי מיר געפינן אין זיין ספר "כתנות אור" אין פרשת שמיני, ווי ער שרייבט "דרוש דרשתי בתוכחת מוסר לעם, בקהל המון חוגג, בחודש מנחם שנת תפ"ג, כי יצאתי "באלו הן הגולין" למדינת פולין מחמת מלשינים.

ווען ער איז צוריק געקומען אויף אייזענשטאט האט ער מתקן געווען א תפלה, וואס מ'זאל זאגן מאנטאג און דאנערשטאג נאך קריאת התורה, ווי פאלגענד:

יהי רצון מלפני אבינו שבשמים שתעקר ותשבר את כל שורש פורה ראש ולענה בישראל, ולא יהיה פורץ ברחובותינו, הם המוסרים והמזיקים את ישראל בלשונם, והמהרסים מעמדי ומצבי הקהילות ומצירים את אחיהם להתגולל עליהם ולהפילם. הקב"ה יציל את ישראל מידם, והחטאים והפושעים האלה יכרית הארץ זכרם, ויבדילם ה' לרעה מכל שבטי ישראל, ולא יהיה להם חלק באלקי ישראל, ולא יהיה להם לא נין ונכד ושאר בישראל, רק ימחה שמם מתחת השמים.

ועמך ישראל הנקיים מחטא זה, ושומרים את פיהם ולשונם, ופורשים את עצמם מן הרשעים האלה ומרחיקים אותם: מעונה אל-הי קדם ישמרם שלא יצא מהם פורץ וחוטא עד סוף כל הדורות, ויזכו לראות בנחמות ישראל ובתשועתם ונאמר אמן.

די תפלה האט מען אין אייזענשטאט געזאגט ביזן לעצטן חורבן.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

אין ספר דורות אחרונים, ברענגט דאס פאלגענדע:
איינמאל איז רבי מאיר געפארן בשליחות פון א דבר מצוה, עס איז געווען ווינטער, און א פארנאכט, האט ער געבעטן דעם בעל עגלה, ער זאל זיך אפשטעלן, ווייל ער וויל דאווענען מנחה.
רבי מאיר איז אראפ פונעם וואגן, און איז געגאנגען זוכן אין וואלד אביסל וואסער, כדי זיך צו וואשן פארן דאווענען, אזוי גייענדיג, איז ער אפגעגאנגען צוויי מייל, און ער האט זיך געפרייד, וואס ער האט געטראפן דארט וואסער, ער האט נישט געוואוסט און נישט געפילט אז ער איז אריין אין א זומפ, ווי ער האט זיך מיטאמאל געטראפן, ווי ער שטייט אין וואסער ביז'ן האלדז.
דער בעל עגלה ווען ער האט געזעהן אז רבי מאיר קומט נישט צוריק, איז אים געגאנגען זוכן. ער האט אים געזוכט ביז אינמיטן נאכט, ווען ער האט אים נישט געפונען איז ער צוריק געפארן אויף קלעצק, און ער האט געלאזט וויסן פארן עולם, אז דער צדיק רבי מאיר איז פארלוירן געגאנגען, און מ'זאל אים קומען זוכן.
דער עולם האט זיך ארויס געלאזט אין וואלד אים צו זוכן, אבער קיינער האט אים נישט געטראפן, דער עולם האט געוויינט און געשריגן, אבער מ'האט אים נישט געפונען, ווייל ער האט זיך געפינען ווייט פון זיי.
נאך זיבן טעג איז א מענטש אדורך יענעם וואסער, און ער האט געהערט ווי איינער קרעכצט, אבער ער האט אים נישט געזען, ער האט נאר געהערט ווי איינער ברומט פונעם וואסער, מיטאמאהל האט ער באמערקט, ווי א מענטש איז אין זומפ, ער האט שנעל גערופן נאך מענטשן, וואס האבן אים געהאלפן ארויס שלעפן דעם רב פונעם זומפ.
מיט'ן אויבערשטנס הילף, איז זיי געלונגען ארויס צו שלעפן דעם רב פונעם זומפ, דער רב איז געווען האלב טויט און האלב לעבעדיג, און עס איז געווען א וואונדער און א גרויסער נס, וואס ער איז געבליבן לעבן, ווייל זיבען טעג האט ער גארנישט געגעסן, און איז געווען אין וואסער פון וואס ער האט זיך די גאנצע צייט געהאלטן דאס לעבן.
צוביסליך איז דער רב געקומען צו זיך , דער רב האט געמאכט א "סעודת הודאה" דאנקענדיג דעם אייבערשטער פאר זיינע גרויסע חסדים וואס האט אים דערהאלטן ביים לעבן.
דער רב האט נאך די סעודת הודאה געלעבט נאך 9 יאר, ווי ער האט פארשפרייט תורה ויראת שמים.
אין יערות דבש (ח"א דרוש ד') ברענגט רבי יונתן אייבשיץ זצ"ל, מיט דער לשון - הגאון המפורסם בעולם, בתורה ויראה, אלף נעורי אשר למדתי אצלו.... רבי מאיר אשכנזי זי"ע /
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

מצבת הפנים מאירות בביה"ח באייזענשטאט

ספריו בהיברו-בוקס
שו"ת פנים מאירות ג"ח (במהדורא זו יש קצת תולדות בתחילתו), פנים מאירות עמ"ס בבא קמא
אטעטשמענטס
הפנים מאירות.jpg
הפנים מאירות.jpg (45.04 KiB) געזען 6918 מאל
שבתי משורר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 286
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 15, 2011 2:43 pm

רבי מאיר אייזענשטאט זי"ע בעל שו"ת פנים מאירות וכתנות אור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שבתי משורר »

הגה"ק ר' מאיר אשכנזי אבד"ק אייזענשטאט בעל שו"ת וחידושי פנים מאירות וכותנות אור נולד בשנת ת"ל בקירוב לאביו ר' יצחק אשכנזי ולאמו בת רבי שמעון בנימין זאב וואלף טייבר זצ"ל.

בימי נעוריו עלה ונתעלה בתורה וביראה, וקיבל תורה מפי הגאון רבי משה אב"ד סאכטשוב וברבות הימים הזכיר רבינו בספרו ד"ת משמו של רבו זה, רבינו עמל בתורה וחידש בה חידושים כבר משנות ילדותו ובספרו כתב מזאת ברבות הימים.

בהגיעו לפרקו נשא את מרת פינקל בת הקצין המפורסם רבי משה סוכוטשוב פרנס ומנהיג המדינה דגליל פוזנא, בבית חותנו ישב רבינו כעשר שנים בכבוד ובאהבה והתמיד בתורה ועבודה, כשלרשותו עומדת ספריה ענקית שהעמיד חותנו לצרכיו, דבר שהיה יקר המציאות באותם ימים.

בהקדמתו לספרו פנים מאירות ח"א מספר רבינו ומאריך בשבח חותנו אשר זן ופרנס אותו בכבוד גדול בעשור שנים אלו וכל מחסורו וצרכי אשתו ובניו סיפק לו למען ישקוד על דלתות התורה במנוחה כדלהלן, וז"ל, וטוב עין הוא יבורך זה משה אשר ביתו היתה פתוחה לרוחה בהכנסת אורחים והרבה צדקות עשה עם ישראל וצדקתו עומדת לעד שהציל כ"ד נפשות מישראל אשר בברזל בא נפשם במשפט הגדול טריבנאל בלובלין מחמת עלילת שוא בעו"ה, וזה ידוע ומפורסם אשר כל באיה לא ישובון ולא ישיגו ארחות חיים וכו', וחמי הקצין שם נפשו בכפו בחמלת ה' ברוב עוז השתדלותו נתן לו ה' חן בעיני המלך והשרים היושבים ראשונה במלכות פולין והציל את כולם נכנסו בשלום ויצאו בשלום ושביב דנור לא שליט באחד מהם ולא זו אף זו שהשיג קנסות גדולות על המעלילים לאלפים ולרבבות אשר אין זכרון לראשונים וגם לאחרונים מהשתדלות הגדול שלא חס על נפשו ומאודו כאשר ידוע ומפורסם למנהיגי קציני גליל פוזנא ולמנהיגי קציני ק"ק לובלין וע"פ גלגולי דברים אלו יצא נקי מכל נכסיו ונכסי בניו, עכל"ק.
שבתי משורר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 286
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 15, 2011 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שבתי משורר »

נולדו להם ילדים, ואלו הם;

א) הגה"ק ר' בנימין
ב) הגה"ק ר' משה יהודה
ג) הגה"ק ר' מיכאל
ד) הגה"ק ר' יצחק
ה) הגה"ק ר' יעקב
ו) הגה"ק ר' צבי הירש
ז) הגה"ק ר' יוסף
ח) הגה"ק ר' אליעזר
ט) הגה"ק ר' שבתי
י) הגה"ק ר' אלימלך
יא) מרת חוה
יב) מרת בריינדיל
יג) זו' רבי זלמן כהן
אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1834
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שויתי'ניק »

זיידעניו האט געשריבן:רבי מאיר אשכנזי ב"ר יצחק זצ"ל אב"ד אייזנשטאם - בעמח"ס "פנים מאירות" ו"כתנות אור" עה"ת
- כ"ו סיון -
די תפלה האט מען אין אייזענשטאט געזאגט ביזן לעצטן חורבן.

פאסיג צו זאגן די תפילה ויהיו שפתותיו דובבות...
שויתי השם לנגדי תמיד
שבתי משורר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 286
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 15, 2011 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שבתי משורר »

שויתי'ניק האט געשריבן:
זיידעניו האט געשריבן:רבי מאיר אשכנזי ב"ר יצחק זצ"ל אב"ד אייזנשטאם - בעמח"ס "פנים מאירות" ו"כתנות אור" עה"ת
- כ"ו סיון -
די תפלה האט מען אין אייזענשטאט געזאגט ביזן לעצטן חורבן.

פאסיג צו זאגן די תפילה ויהיו שפתותיו דובבות...

עוד קט ויוצא לאור שו"ת פנים מאירות ע"י הוצאת ספרים עוז והדר
יו"ל אלול תשע"ב אי"ה
ואז יהיו שפתותיו דובבות "נאך ווי"
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6747
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

לעצטנס געזען אז הרה"ק ר' יודא מגניוועשאב (גניוויש) זצ"ל איז געווען א איידעם ביי אים.
ר' יודא איז געווען די פאטער פון הרה"ק ר' פנחם מגניוועשאב זצ"ל

און הרה"ק ר' ישראל יעקב בהה"ק מרימנאב איז געווען א איידעם ביי ר' פנחס זצ"ל
לעצט פארראכטן דורך שאינו יודע אום זונטאג אקטאבער 14, 2012 12:26 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6747
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

ווייסט איינער וועלכע טאכטער איז געווען די רבי'צין פון הרה"ק ר' יודא?
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
שבתי משורר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 286
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 15, 2011 2:43 pm

דע לך, ונקוט כלל בידך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שבתי משורר »

טעות ביד הכותב יהיה מי שיהיה - לא היה שמו ר' יודא!!!, רק הרה"ק ר' ברוך מקראשניק זי"ע שמו
כמבואר אצלנו בארוכה, ר' ברוך היה בנו יחידו של ר' יצחק אייזנשטט בן הפנים מאירות וחתן החכם צבי (בתו רחל נשואה לו)
אורח לרגע
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 20, 2008 7:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח לרגע »

איפה זה מבואר בארוכה?
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

זה מחלוקת עתיק ימין אם ר' יצחק היה חתן החכם צבי או היעב"ץ, אולי אחיו ר' בנימין היה חתנם, או אף אחד משניהם.
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3327
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

יוסף שרייבער האט געשריבן:זה מחלוקת עתיק ימין אם ר' יצחק היה חתן החכם צבי או היעב"ץ, אולי אחיו ר' בנימין היה חתנם, או אף אחד משניהם.

מחלוקת, דער יעב"ץ דערמאנט עם, דער פנים מאירות דערמאנט דער שנור, עס איז קיין מחלוקת דערין.

לעצטענס האט איינער באשלאסן אז די אייזנטאהל'ס זענען אייניקלעך פון דעם רבי יצחק להגדיל יחוסו כהנה וכהנה, און דא פויקט מען עס שוין אויס אלס א "מסורת", איבערמארגען גייט מען עס דרוקן.

רבותי, אין כאן שום מסורת. אויסער פון דעם וואס די אייזנטאהלס זענען אייניקלעך פון דער פנים מאירות.
שבתי משורר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 286
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 15, 2011 2:43 pm

אבל אשמים אנחנו!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שבתי משורר »

איטשע האט געשריבן:

איש תמים היה בירושלים ושמו ר' פינחס אייזנטל ז"ל בן אחר בן להגה"ק ר' פינחס מגניוויש זי"ע ובידו היתה מגילת יוחסין, המדוברת.
ולמען לא תפקפק בו ר' איטשעל'ע היקר!!! העלהו בכאן אי"ה.
אוועטאר
shmaltz painter
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 27, 2013 10:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shmaltz painter »

משפחת געשטעטנער הכבודה זענען אײניקלאך אין זײ האבען
.אדאפטירט דעם פנים מאירות אלץ זײערס
.איך װײס אז משפחת גרינװאלד ערוה'ב זענען אויך אײניקלאך
אנטערעסאנט איז אז ר' שניאור קוטלער זצ"ל איז אױך גיװען א אײניקעל
איך מײן מצד אמו בת ר' איסר זלמן זצוק"ל
- װי איך גידענק, אז אײנע פין די קינדער פינם פני"מ איז גיװען רב אין קלעצק
.קען אײנער פעסטשטעלען װאס איר שרײב איז ריכטיג
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

משפחת ערוגה"ב איז די זעלבע וועג א אייניקעל ווי משפחת געשטעטנער.
אוועטאר
shmaltz painter
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 27, 2013 10:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shmaltz painter »

יוסף שרייבער האט געשריבן:משפחת ערוגה"ב איז די זעלבע וועג א אייניקעל ווי משפחת געשטעטנער.

גערעכט
די מאמע אין אױך די רעביצין פינם ערוה"ב זענען גיװען געשטעטנער

?האט אײנער שױן גיהערט װעגען די קאטלער משפחה זאלען זײן אײניקלאך

אגב...
?װײסט אײנער װאס דער נאמען געשטעטנער מײנט
נעם טאדום
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

"פון געשטאטן", ניין?
אוועטאר
shmaltz painter
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 27, 2013 10:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shmaltz painter »

הסרפד האט געשריבן:"פון געשטאטן", ניין?

Not bad.
Maybe.
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

ר' נתן געשטעטנער היה משער שמוצאם מהעיר געטענדארף.
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

הסרפד האט געשריבן:"פון געשטאטן", ניין?

איך שאץ נישט אזוי פון זיך; מיר ליגט אין קאפ אז איך האב אזוי געזעהן געדרוקט אין עפעס א ייחוס בריעף.
שבתי משורר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 286
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 15, 2011 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שבתי משורר »

יוסף שרייבער האט געשריבן:ר' נתן געשטעטנער היה משער שמוצאם מהעיר געטענדארף.

כן שמעתי מפה קדשו ז"ל
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

שבתי משורר האט געשריבן:
יוסף שרייבער האט געשריבן:ר' נתן געשטעטנער היה משער שמוצאם מהעיר געטענדארף.

כן שמעתי מפה קדשו ז"ל
jlp93
אנשי שלומינו
תגובות: 1
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 29, 2014 8:54 pm

פנים מאירות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך jlp93 »

אני מחפש את הקשר בין הפנים מאירות לנכדה שלו מרים אנגלאנדר הודה לכם אם תוכלו לעזור לי חסרה לי רק חוליה אחת
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

איך האב געטראפן אויף א ספר פון א גרויסן איד זצ"ל ער האט זיך פארצייכנט בקיצור נמרץ פארשידענע עובדות וואס ער האט געהערט/געדענקט, צווישן די זאכן שרייבט ער בזה"ל:
שמעתי מנכד של הגה"ק מוהר"ם אש זצ"ל איך העניש לאחד שעסק בחכמת חיצונית, ואיך ששלח לאדם א' ג' מאות
איינער ווייסט וואס די מעשה איז געווען?
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”