בלאט 1 פון 13
שושלת ראחמיסטריווקא
געשריבן: דאנערשטאג יוני 12, 2008 5:25 pm
דורך יאסל
ביקסאד האט געשריבן:די ראחמיסטריווקא ברידער
ביידעוועי אפשר ווייסטי וועלעכע ברודער איז ווער אויפן בילד?
געשריבן: מאנטאג יוני 16, 2008 12:15 pm
דורך יאסל
כמדומני אז סהאבן געוואינט דריי קינדער פון ר' יוחנן אין א"י.
געשריבן: מאנטאג יוני 16, 2008 1:35 pm
דורך ביקסאד
יאסל האט געשריבן:וואס טיט זיך מיט מיין פראגע די האסט אן איינוג אין די צוויי רחמסטריווקער ברודער וועלעכע סאיז ווער?
כמדומני אז סהאבן געוואינט דריי קינדער פון ר' יוחנן אין א"י.
לאמיר סדר מאכן מראש צורים אראנו הרה"ק רבי יוחנן מ'ראחמיסטריווקא (נפטר ד ניסן תרנ"ה) בן הרה"ק המגיד מ'טשערנאביל האט געהאט פיהר זוהן און פיהר טעכטער ווי פאלגענד די זוהן:
א) הרה"ק ר' דוד מ'זלאטיפאלי (נפטר י"א טב"ת העת"ר).
ב) הרה"ק ר' מרדכי מ'ראחמיסטריווקא (נפטר י"ז אייר תר"פ מנו"כ בהאוהל במרומי הר הזיתים) דער ערשטער פון די ברידער וואס איז ארויף געפארן אויף ארץ ישראל בשנת ותס"ר בגדי אלמנותה סתר"ו ישועה, פון צווישן אנדערע קינדער איז געווען זיין באוואוסטער זוהן הרה"ק רבי פינחס מ'אויסטילא הי"ד.
ג) הרה"ק ר' מנחם נחום מ'ראחמיסטריווקא (נפטר כ"ח שבט תרצ"ו מנו"כ בהאוהל במרומי הר הזיתים) ארויף געפארן אויף ארץ ישראל בשנת פור"ת, ער האט געהאט צוויי זוהן וואס האבן צוזאמען געפירט הרה"צ ר' אברהם דוב (נפטר קיץ תש"ה מנו"כ בהאוהל במרומי הר הזיתים) און זיין ברידער הרה"צ ר' דוד (נפטר י"ג תמוז תש"י מנו"כ בסנהדריה, די סיבה דערצו איז דער דמשק ודי) דער ממשיך איז געווען הרה"צ ר' יוחנן (נפטר כ כסליו תשמ"ב מנו"כ בהאוהל במרומי הר הזיתים)ב"ר דוד.
ד) הרה"ק ר' זאב מ'ראחמיסטריווקא (נפטר כ סיון תרצ"ז מנו"כ בהאוהל במרומי הר הזיתים) ארויף געפארן אויף ארץ ישראל בשנת תרצ"ד, פון צווישן אנדערע קינדער איז געווען זיין טאכטער די בארימטע וויזשניצ'ע רביצין פון דעם אמרי חיים הרבנית מרגלי' ז"ל.
איצטער צום בילד [וואס איז געכאפט פון דער זייט] ווער זיי זענען און ווער אויף וועלכע זייט, וויפיל יאך געדענק מפי ספרים והשמועה, פון רעכטס הרה"צ ר' דוד, טעפליק'ער רב [שטייט דער דריטער] און הרה"צ ר' אברהם דוב [שטייט אייגנטליך אינדערמיט], וואס ווען מ'שטייט ווען פון אנטקייגן איבער פנים לפנים וואלט די סדר געווען אזוי פון רעכטס טעפליק'ער רב, הרה"צ ר' אברהם דוב, הרה"צ ר' דוד.
געשריבן: מאנטאג יוני 16, 2008 6:29 pm
דורך מיללער
דער סקווירא רבי איז א שוואגער/מחותן מיט ר' חי יצחק טווערסקי מראכמיסטריווקא ב"פ, ווי קומט דאס צו די אויבנדערמאנטע משפחה?
אגב, א גרויסן יישר כח הרב מביקסאד פאר די פרטי הדברים, ראוים הדברים למי שאמרן.
געשריבן: מאנטאג יוני 16, 2008 6:30 pm
דורך יאסל
מיללער וואס איז דיין שאלה ווי ר' חי יצחק קימט אריין דא?
געשריבן: מאנטאג יוני 16, 2008 6:32 pm
דורך מיללער
יאסל האט געשריבן:מיללער וואס איז דיין שאלה ווי ר' חי יצחק קימט אריין דא?
וועמענס זוהן/אייניקל איז ער?
געשריבן: מאנטאג יוני 16, 2008 6:37 pm
דורך יאסל
ער איז א זון פון ר' יוחנן בן ר' דוד (וואס מזעט אויפן בילד)בן ר' נחום בן ר' יוחנן ראש השושלת
ר' יוחנן האט געהאט נאך צוויי זון ר' ישראל מרדכי זצ"ל דער פאטער פון הצדיק ר' דוד'ל פון א"י
אין ר' אברהם דוב דאכט זיך ער וואינט אין מאנסי
געשריבן: מאנטאג יוני 16, 2008 6:40 pm
דורך מיללער
יישר כח, יאסל.
געשריבן: מאנטאג יוני 16, 2008 8:04 pm
דורך שמואל'יק'יל
מ'האט דא דערמאנט דער הערשטער זון פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק ר' יוחנן טווערסקי פון ראחמאסטריווקע זיע"א
ה"ה כ"ק אדמו"ר הרה"ק ר' דוד טווערסקי פון זלאטיפאל זיע"א
זיין זין איז כ"ק אדמו"ר הרה"ק ר' מרדכי יוסף טווערסקי פון זלאטיפאל זיע"א
זיין זון איז כ"ק אדמו"ר הרה"ק ר' צבי אריה טווערסקי פון זלאטיפאל טשארטקוב זיע"א (הער איז געווען איידעם פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק ר' ישראל פרידמן פון טשארטקוב זיע"א)
דא איז זיין בילד מיט נאך א בילד ווי הער איז מיט זיין בני משפחתו דער רוזשינער רבי'ס
געשריבן: מאנטאג יוני 16, 2008 8:27 pm
דורך מיללער
אויף דעם בילד דערקען איך דעם כנסת מרדכי פון סאדיגורא, דער דריטער פון לינקס (יא?)
איז דער זלאטיפאליער רבי דער צווייטער פון לינקס?
ווער זענען די איבריגע?
געשריבן: מאנטאג יוני 16, 2008 8:43 pm
דורך יאסל
א בילד פונעם ראש השושלת
לכאורה א געמאלענע בילד
געשריבן: מאנטאג יוני 16, 2008 8:44 pm
דורך שמואל'יק'יל
פון רעכטס:
כ"ק אדמו"ר הרה"ק ר' יעקב דוד פרידמן פון פאשקאן זיע"א
כ"ק אדמו"ר הרה"ק ר' אברהם יעקב שפירא פון דראהביטש זיע"א
כ"ק אדמו"ר הרה"ק ר' שלמה פרידמן בעל ה"דברי שלמה" פון טשארטקוב זיע"א
כ"ק אדמו"ר הרה"ק ר' יעקב פרידמן בעל ה"אהלי יעקב" פון האסיאטין זיע"א
כ"ק אדמו"ר הרה"ק ר' מרדכי שלום יוסף פרידמן בעל ה"כנסת מרדכי" פון סאדיגורא זיע"א
כ"ק אדמו"ר הרה"ק ר' צבי אריה טווערסקי פון זלאטיפאל טשארטקוב זיע"א
כ"ק אדמו"ר הרה"ק ר' יצחק פרידמן פון באהוש זיע"א
געשריבן: דינסטאג יוני 17, 2008 1:23 am
דורך ביקסאד
יאסל האט געשריבן:ער איז א זון פון ר' יוחנן בן ר' דוד (וואס מזעט אויפן בילד)בן ר' נחום בן ר' יוחנן ראש השושלת
ר' יוחנן האט געהאט נאך צוויי זון ר' ישראל מרדכי זצ"ל דער פאטער פון הצדיק ר' דוד'ל פון א"י
אין ר' אברהם דוב דאכט זיך ער וואינט אין מאנסי
ר' ישראל מרדכי זצ"ל איז געווען דער עלטסטער און ר' אברהם דוב וואס איז דער עלטסטער איידעם אין וויזשניץ-מאנסי איז דער אינגסטער אינצווישען זענען דא מערערע ברידער און שוועסטער וואס א גרעסערע טייל לעבן נאך.
געשריבן: דינסטאג יוני 17, 2008 2:25 pm
דורך יאסל
ביקסאד האט געשריבן:יאסל האט געשריבן:וואס טיט זיך מיט מיין פראגע די האסט אן איינוג אין די צוויי רחמסטריווקער ברודער וועלעכע סאיז ווער?
כמדומני אז סהאבן געוואינט דריי קינדער פון ר' יוחנן אין א"י.
לאמיר סדר מאכן מראש צורים אראנו הרה"ק רבי יוחנן מ'ראחמיסטריווקא (נפטר ד ניסן תרנ"ה) בן הרה"ק המגיד מ'טשערנאביל האט געהאט פיהר זוהן און פיהר טעכטער ווי פאלגענד די זוהן:
ב) הרה"ק ר' מרדכי מ'ראחמיסטריווקא (נפטר י"ז אייר תר"פ מנו"כ בהאוהל במרומי הר הזיתים) דער ערשטער פון די ברידער וואס איז ארויף געפארן אויף ארץ ישראל בשנת ותס"ר בגדי אלמנותה סתר"ו ישועה, פון צווישן אנדערע קינדער איז געווען זיין באוואוסטער זוהן הרה"ק רבי פינחס מ'אויסטילא הי"ד.
.
דער ר' מרדכי האט דאכט זיך געכאפט שלעק פון א פארשאלטענער אראבער גייענדיג צום כותל וואס פון דעם איז ער אוועקץ
איז עפעס איבערגעבליבן דורות פון ר' מרדכי א חוץ די סקווירא רעביצין?
געשריבן: זונטאג יוני 22, 2008 9:23 pm
דורך יאסל
ביקסאד האט געשריבן:יאסל האט געשריבן:וואס טיט זיך מיט מיין פראגע די האסט אן איינוג אין די צוויי רחמסטריווקער ברודער וועלעכע סאיז ווער?
כמדומני אז סהאבן געוואינט דריי קינדער פון ר' יוחנן אין א"י.
איצטער צום בילד [וואס איז געכאפט פון דער זייט] ווער זיי זענען און ווער אויף וועלכע זייט, וויפיל יאך געדענק מפי ספרים והשמועה, פון רעכטס הרה"צ ר' דוד, טעפליק'ער רב [שטייט דער דריטער] און הרה"צ ר' אברהם דוב [שטייט אייגנטליך אינדערמיט], וואס ווען מ'שטייט ווען פון אנטקייגן איבער פנים לפנים וואלט די סדר געווען אזוי פון רעכטס טעפליק'ער רב, הרה"צ ר' אברהם דוב, הרה"צ ר' דוד.
לויט ווי איך האב געטראפן איז דאס נישט ר' אברהם דוב, נאר ר' מנחם נחום דער פאטער פון ר' דוד וואס שטייט אויף די אנדערע זייט אין דריטער זוין פון ר' יוחנן.
געשריבן: זונטאג יוני 22, 2008 10:12 pm
דורך ביקסאד
יאסל האט געשריבן:לויט ווי איך האב געטראפן איז דאס נישט ר' אברהם דוב, נאר ר' מנחם נחום דער פאטער פון ר' דוד וואס שטייט אויף די אנדערע זייט אין דריטער זוין פון ר' יוחנן.
קאן זיין, אבער דענסמאל ווער איז דער אנדערע ברידער?
געשריבן: זונטאג יוני 22, 2008 10:18 pm
דורך ביקסאד
יאסל האט געשריבן:דער ר' מרדכי האט דאכט זיך געכאפט שלעק פון א פארשאלטענער אראבער גייענדיג צום כותל וואס פון דעם איז ער אוועקץ
איז עפעס איבערגעבליבן דורות פון ר' מרדכי א חוץ די סקווירא רעביצין?
א) די שלעק האט ער געכאפט חוה"מ פסח.
ב) איני יודע, ער האט געהאט נאך צוויי זוהן חוץ הרה"ק ר' פיניעלע הי"ד.
געשריבן: דינסטאג יוני 24, 2008 11:57 am
דורך יאסל
ביקסאד האט געשריבן:יאסל האט געשריבן:לויט ווי איך האב געטראפן איז דאס נישט ר' אברהם דוב, נאר ר' מנחם נחום דער פאטער פון ר' דוד וואס שטייט אויף די אנדערע זייט אין דריטער זוין פון ר' יוחנן.
קאן זיין, אבער דענסמאל ווער איז דער אנדערע ברידער?
סאיז ר' נחום מיט זיין זון ר' דוד
געשריבן: דינסטאג יוני 24, 2008 12:36 pm
דורך ביקסאד
יאסל האט געשריבן:פון די צוויי זייטען זענען ברודער, און דער אינדערמיט איז געווען א חשובער רב.
האיך יתקיימו דברי שניהם?
יאסל האט געשריבן:סאיז ר' נחום מיט זיין זון ר' דוד
געשריבן: דינסטאג יוני 24, 2008 12:39 pm
דורך יאסל
ביקסאד האט געשריבן:יאסל האט געשריבן:פון די צוויי זייטען זענען ברודער, און דער אינדערמיט איז געווען א חשובער רב.
האיך יתקיימו דברי שניהם?
יאסל האט געשריבן:סאיז ר' נחום מיט זיין זון ר' דוד
סאיז נישט אזוי קשה כהאב געטראפן א נייע סארס פאר די טשערנאבלער בילדער וואס דארט זאגט ער אזוי ער האט נאך בילדער צי פראווען זיין טואריע
געשריבן: דינסטאג יוני 24, 2008 4:46 pm
דורך יאסל
יאסל האט געשריבן:א בילד פונעם ראש השושלת
לכאורה א געמאלענע בילד
ווי די חברה זאגען איז דאס יא אן ארגינעלע בילד
אין ר' יוחנן איז די איינציגע פון ר' מאטעלעס קינדער וואס סאיז דא אן ארגינעלע בילד
געשריבן: זונטאג יולי 06, 2008 9:49 pm
דורך שמואל'יק'יל
דער היינטיגע רבי'ס וואס זיי זענען ראחמאסטריווקער אייניקלעך , וואס כ'האב געטראפן ביז יעצט
כ"ק אדמו"ר מראחמאסטריווקע י-ם שליט"א
כ"ק אדמו"ר מראחמאסטריווקע ב"פ שליט"א
כ"ק אדמו"ר מויזשניץ ב"ב שליט"א
כ"ק אדמו"ר מויזשניץ מאנסי שליט"א
כ"ק אדמו"ר מבאהוש שליט"א
כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א
כ"ק אדמו"ר מקאז'ניץ שליט"א
כ"ק אדמו"ר מקארלין שליט"א
כ"ק אדמו"ר מלוצק שליט"א
כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א
כ"ק אדמו"ר מטריסק י-ם שליט"א
ווער ס'האט וואס מוסיף זיין תבוא עליו הברכה
געשריבן: מאנטאג יולי 07, 2008 1:09 pm
דורך יאסל
וויאזוי איז דער סקווירא רבי א רחמסטריווקער אייניקעל?
געשריבן: מאנטאג יולי 07, 2008 1:39 pm
דורך ביקסאד
צוויי מאל:
איינס,
זיין מוטער הרבנית טריינא בת
הרה"ק ר' פינחס [פיניעלע] מ'אוסטילא בן
הרה"ק ר' מרדכי מ'ראחמיסטריווקא בן
הרה"ק ר' יוחנן זי"ע.
צוויי,
זיין שווער וויזשניצער רבי הרה"צ ר' משה יהושע האגער שליט"א בן
הרבנית מרגלי' בת
הרה"ק ר' זאב מ'ראחמיסטריווקא בן
הרה"ק ר' יוחנן זי"ע.
געשריבן: מאנטאג יולי 07, 2008 2:10 pm
דורך יאסל
ביקסאד האט געשריבן:צוויי מאל:
איינס,
זיין מוטער הרבנית טריינא בת
הרה"ק ר' פינחס [פיניעלע] מ'אוסטילא בן
הרה"ק ר' מרדכי מ'ראחמיסטריווקא בן
הרה"ק ר' יוחנן זי"ע.
צוויי,
זיין שווער וויזשניצער רבי הרה"צ ר' משה יהושע האגער שליט"א בן
הרבנית מרגלי' בת
הרה"ק ר' זאב מ'ראחמיסטריווקא בן
הרה"ק ר' יוחנן זי"ע.
א שטימט, ווייל דארעכן צווייטען וועג וואלט ער געקענט רעכענען נאך א היבשע פאר רבי'ס,