משיח האט געשריבן:כבוד הרב בד"ץ שליט"א, נכון כי נפלו טעיות בדבריי, די רבנים אינדעהריים וואלטן צוגעשריבן צו אזא תגובה "אין לי כל הספרים הנצרך", אזויווי מ'זעט אין אסאך פון די תשובות וואס זענען געשריבן אינטערוועגענס אדער אין די קור ערטער. די זעלבע זאך זאג איך, איך געפין מיר אין אפיס ווי איך האב נישט אלע מיינע דאקומענטען, קונטרסים, חיבורים וועלכע זענען עוסק אין אט די ענינים. זיי ליגען ביי מיר אינדערהיים אינעם פייער קאסע. אבער עכ"ז האט איר רעכט, איך וועל פרובירען מער מדייק צו זיין און אכטונג געבען אז אלעס זאל זיין 101% אויסגעהאלטן און קראנט.
יעצט צום ענין: וואס, אויב אזוי, איז געווען די נושא איבער די ירושה חפצים? לויט מיינע זכרונות קומט אריין די בית דין, בין איך מיר טועה כלל וכלל?
ב''ה כנראה שחטפת שינת צהריים ----וחלמת-- ואגיד לך בנוסח הידוע חלמא טבא חזיתא .......בוקר טוב איזה דאקעמענטין....קונטרסים....חיבורים העוסקים בפרשה זו יש לך .......מעולם לא היו דברים כאלו עד היום .....ולא הי' כאן מעשה בית דין כשהרבנית הצדיקת מסקווירא ע''ה נסעה ליראות את המיועד להיות חתנה ,,ביחד,, עם ביתה הרבנית הצדיקת מראחמאסטריווקא אז קיבצה את שארית הפליטה מירושת בית אבי' והחזיקה אותם בבית דודה הרה''ק מבעלז נבג''מ כידוע עד שבאה בחזרה לארה''ב . ואח''כ כשבאה בת דודה בת ר' משה הנ''ל . חתנה הרה''צ מרחמסט''ר שליט''א נסע פעם לבקר את אביו ז''ל וסידרו איתה בממון...זה הוא בקיצור שכחתי ...שבתוך הירושה הי' גם שיויתי טאוועל שעשה הרה''ק ר' מאטעלע ונתנה את זה לדודה והוא נדב את זה לשטיבל בחיי עולם ותמיד כשבא לבקר את השטיבל הלך ליראות את השיויתי .ובשרפה שהי' שם עוד בחיי מרן נ''ע כידוע הסיפור מהס''ת נשרף גם זה .
בן בוזי האט געשריבן:ר' נחמן יוסף טווערסקי שליט"א פון די געהויבענע חבד'סקער חסידים אין 770 איז א זוהן פון ר' מרדכי ישראל מראחמסטריווקא זצ"ל, ער איז א ברודער מיט הה"צ ר' דוד שליט"א ראחמסטריווקא רבי אין ירושלים,
א עלטערער ברודער.
ניין! ניין! ניין! האדמו"ר רבי דוד איז דער עלטערע ברודער, רבי נחמן יוסף לעבט, דו קענסט עם פרעגן ווער עס איז עלטער!!!
יאסל האט געשריבן:דער ר' מרדכי האט דאכט זיך געכאפט שלעק פון א פארשאלטענער אראבער גייענדיג צום כותל וואס פון דעם איז ער אוועקץ
איז עפעס איבערגעבליבן דורות פון ר' מרדכי א חוץ די סקווירא רעביצין?
א) די שלעק האט ער געכאפט חוה"מ פסח. ב) איני יודע, ער האט געהאט נאך צוויי זוהן חוץ הרה"ק ר' פיניעלע הי"ד.
בנו רבי צבי אריה נפטר בלא בנים ונטמו בצפת מקום מנוחתו אינו ידוע ובנו רבי משה מאודסה נשאר ברוסיא וממילא אין שום ידיעה מה נישה עם משפחתו, בתו נחמה נישאת לרבי שלום יוסף משדה לבן מגזע ר"א מטשערנאביל
די רבי'ס פון טאלנא-ים און טאלנא-אשדוד זענען אויך ראחמיסטריווקא אייניקלעך. זייער זיידע דער לעצטע טאלנא רבי האט געהייסן רבי יוחנן, נאכ'ן זיידן רבי יוחנן מראחמיסטריווקא זצוק"ל
הרה"ק רבי מרדכי ב"ר יוחנן מראחמיסטריווקא זי"ע נפצע ביום ט"ז ניסן, במאורעות תר"פ, בדרכו חזרה מהכותל המערבי יחד עם שנים מחסידיו. חסידיו גוננו עליו וקיבלו את רוב המכות, אך למעשה הם החלימו מפצעיהם והוא נפטר מפצעיו כעבור חודש בי"ז אייר. הוא חפץ להיקבר באוהל כמנהג טשערנאביל, וביקש שיהפכו את חדר הטהרה בהר הזיתים, לאוהל.
די רבי'ס פון טאלנא-ים און טאלנא-אשדוד זענען אויך ראחמיסטריווקא אייניקלעך. זייער זיידע דער לעצטע טאלנא רבי האט געהייסן רבי יוחנן, נאכ'ן זיידן רבי יוחנן מראחמיסטריווקא זצוק"ל
הרה"ק רבי מנחם נחום מטאלנא היה חתנו של הרה"ק רבי משה מטשעטשעלניק חתנו הגדול של רבי יוחנן גם אדמורי קארלין וויזניץ הם נכדי ראחמיסטריווקא
יאסל האט געשריבן:איז עפעס איבערגעבליבן דורות פון ר' מרדכי א חוץ די סקווירא רעביצין?
איני יודע, ער האט געהאט נאך צוויי זוהן חוץ הרה"ק ר' פיניעלע הי"ד.
די "נאך צוויי זוהן" פון הרה"ק ר' מרדכי בהרה"ק ר' יוחנן מראחמסטריבקא זצ"ל שהזכיר הרב מביקסאד זענען ב. הר"ר צבי ארי' זצ"ל, וועלכע איז געווען אן איידעם ביי זיין פעטער הרה"ק ר' וועלוועלע מראחמסטריבקא זצ"ל, און ער איז ארויף קיין ארץ ישראל צוזאמען מיט'ן פאטער ר' מאטעלע, און ליגט ערגיץ ווי אין צפת עיה"ק, צוזאמן מיט זיין מומע א טאכטער פון הרה"ק ר' יוחנן מראחמסטריבקא זצ"ל. (ר' צבי ארי' האט זיך למעשה גע'גט פון זיין רעביצין, ושמעתי פעם בשם האדמו"ר מראחמסטריבקא שליט"א, כי זאת היתה הסיבה האמיתית של עלייתו של ר' מרדכי'לע לארה"ק, כי הי' גר ביחד עם אחיו/מחותנו באותה חצר, ואח"כ כשנתגרשו הי' קשה עליהם הדבר לגור ביחד).
זאת ועוד כי הרה"ק ר' יוחנן מראחמסטריווקא נתן את כל זכותי מעמדותיו מכל העיירות לבנו הרה"ק ר' וועלוועל זצוק"ל (דברי הפולמוס במשפחת ראמסטריווקא (כמדומה לי) שאף פעם לא נתפרסם) כדברי הרה"ק ר' יוחנן "ואין שום חלק ונחלה בהמעמד לשאר בניי רק להרב ר' זאב נ"י במתנה גמורה..................
אין לנו להאמין דבריו בענין המעמדות וחלוקת העיירות בלי ראיות ומקורות מוסמכים ובפרט שלמעשה לא היה כן
מהאט דא דערמאנט דעם שווער פון הרה"ק ר' מרדכי מרחמס"ט זצוק"ל וואס איס געווען הרה"ק ר' חנינא ליפא מזיטאמיר זצוק"ל. ווייסט אפשר איינער צו זאגן ווער איז געווען זיין שווער?? שמעתי בשם מכון ''שפתי צדיקים'' אז זיין שווער איז געווען שאר בשרו הרה"ק ר' פינחס (ב"ר יעקב שמעון) מזאסלוב - וואס ער איז געווען אן איידעם ביי הרה"ק ר' ישראל חיים מלאדמיר לויט דעם קומט אויס א געוואלדיגער חידוש אז צאצאי הרה"ק ר' יעקב יוסף מסקווירא זענען אייניקלעך פונעם גרויסען מגיד און פון ר' שלמה קארלינער זי"ע אין סקווירא ווייסט מען נישט פון דעם אבער אדמו"ר מרחמס"ט ארה"ב שליט"א זאגט אז יש אומרים...
האט איינער עפעס צו זאגן אויף דעם? אדער מיר אדרעסירן צו אן אשכול וואו מהאט גערעדט איבער דעם? ייש"כ
רבי מאטילע (בן הרה"ק רבי יוחנן מראחמיסטריווקא) האט חתונה געהאט בזוו"ר מיט הרבנית מרים בת דודו רבי דוד'ל מטאלנא. בזוו"ש מיט הרבנית טראני בת רבי חנינא ליפא מזיטאמיר בן רבי שמואל אבא מסלאוויטא בן רבי משה מסלאוויטא בן הרה"ק רבי פנחס מקאריץ. בזיווג שלישי מיט הרבנית ציזיא חנה בת רבי דוד'ל מטאלנא (וואס איז געוועהן פארהייראט בזוו"ר מיט רבי חיים יהודה מאיר חאדאראוו)
רבי ישראל חיים מלודמיר האט געהאט בלויז צוויי זוהן: א. רבי דוב בער מחוואסטוב איידעם פון רבי משה זאב בן רבי אברהם דוב אורבאך איידעם פון דער תולדות זי"ע, (רבי משה זאב איז געוועהן א איידעם פון רבי צבי בן הבעש"ט). ב. רבי אברהם שלמה חתן ר' שמואל בן רבי ליבער הגדול מבארדיטשוב.
סוואליעווער אייניקל האט געשריבן:מהאט דא דערמאנט דעם שווער פון הרה"ק ר' מרדכי מרחמס"ט זצוק"ל וואס איס געווען הרה"ק ר' חנינא ליפא מזיטאמיר זצוק"ל. ווייסט אפשר איינער צו זאגן ווער איז געווען זיין שווער?? שמעתי בשם מכון ''שפתי צדיקים'' אז זיין שווער איז געווען שאר בשרו הרה"ק ר' פינחס (ב"ר יעקב שמעון) מזאסלוב - וואס ער איז געווען אן איידעם ביי הרה"ק ר' ישראל חיים מלאדמיר לויט דעם קומט אויס א געוואלדיגער חידוש אז צאצאי הרה"ק ר' יעקב יוסף מסקווירא זענען אייניקלעך פונעם גרויסען מגיד און פון ר' שלמה קארלינער זי"ע אין סקווירא ווייסט מען נישט פון דעם אבער אדמו"ר מרחמס"ט ארה"ב שליט"א זאגט אז יש אומרים... האט איינער עפעס צו זאגן אויף דעם? אדער מיר אדרעסירן צו אן אשכול וואו מהאט גערעדט איבער דעם? ייש"כ
אדמו"ר מראחמסיסטריווקא שליט"א האט געהערט דערפון איידער עס איז געווען געדרוקט די קובץ שפתי צדיקים? אדער ער זאגט נאך די יש אומרים פונעם קובץ שפתי צדיקים.