בלאט 2 פון 3
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 23, 2008 1:16 pm
דורך יאנאש
ביטע האלטן די שארפערע לשונות ביי זיך אין מויל, דא איז נישט קיין פלאץ פאר פערזעהנליכע אטאקעס, מיר האבן געמוזט מעקן א תגובה דא.
יאנאש
בשם הנהלת היימישע קרעטשמע
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 24, 2008 8:22 pm
דורך שאץ מאץ
ראי' לדברי אז דער חקל יצחק איז געוועהן א רבי וואס האט זיך נישט אזוי אפגעגעבן, האב איך געפינעם אינעם פאפילערן ביכל "א יתומה צווישן צוויי מאמעס", דארטן שרייבט זי אז דער אהבת ישראל האט זיך אפגעגעבן מיט די חסידים אויסצופרעגן יעדן דעטאל, אבער דער ספינקא רבי פלעגט נישט אזוי טון, עיי"ש
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 25, 2008 1:50 pm
דורך יאסל
שאץ מאץ האט געשריבן:ראי' לדברי אז דער חקל יצחק איז געוועהן א רבי וואס האט זיך נישט אזוי אפגעגעבן, האב איך געפינעם אינעם פאפילערן ביכל "א יתומה צווישן צוויי מאמעס", דארטן שרייבט זי אז דער אהבת ישראל האט זיך אפגעגעבן מיט די חסידים אויסצופרעגן יעדן דעטאל, אבער דער ספינקא רבי פלעגט נישט אזוי טון, עיי"ש
פארשטייט זיך אז סאיז נישט ממש א ראי אויף די צאל חסידים געב נאר א קוק אויף גור היינט צי טאג
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 25, 2008 1:56 pm
דורך שאץ מאץ
אמת, כ'האב אסאך אריין געטראכט דערון, מ'קען זאגן א סברא מעצמי, כידוע האט דער חקל יצחק געהאט א מאומדיגע צורה, וואס האט געווארפן א פחד נאר א בר הכי האט פארשטאנען, פון איין זייט האט ער געהאט א בארד, פון די אנדערע זייט האט ער געהאט א פיאה, לויט מיין ארימע שאצונג, האבן די אונגארישע אידן ליב געהאט א רבי מיט א הדרת פנים, מיט א שיין געשטאלט, א בעל בית'שע איד וואס איז געפארן צו א רבי'ן אמאל אמאל, האט ליב געהאט צו זעהן א שיינע רבי..., לכן, האט דער סאטמאר רב געהאט אסאך סתם שטאטישע מענטשן וואס האבן ליב געהאט זיין צורה, ווען ער איז געקומען אין א שטאט, און אלעס רעדט פון יענע יארן מ'האט געזעהן דעם רבינ'ס הדרת פנים אלץ אינגערמאן וכו',
אזוי אויך דער אמרי חיים האט געהאט א צורה וכן הרבה, משא"כ דער חקל יצחק
קען זיין ס'ליגט דערון עפעס, ס'מוז נישט זיין, ס'איז אפשר סברות כרסות...
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 25, 2008 1:59 pm
דורך יאסל
ווי ווארפסטי אריין אלע אונגערישע אידען אין איין פעקל לאו ראי זה כראי זה
מקען נישט פארגלייכען דעם מארמראשער איד צי דעם טראנסלאוואנישער איד אדער צי דעם אויבעלענדישער יעקע סאיז אלעס געווען דפרענט טייפ'ס
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 25, 2008 2:11 pm
דורך לעווי
שאץ מאץ האט געשריבן:ראי' לדברי אז דער חקל יצחק איז געוועהן א רבי וואס האט זיך נישט אזוי אפגעגעבן, האב איך געפינעם אינעם פאפילערן ביכל "א יתומה צווישן צוויי מאמעס", דארטן שרייבט זי אז דער אהבת ישראל האט זיך אפגעגעבן מיט די חסידים אויסצופרעגן יעדן דעטאל, אבער דער ספינקא רבי פלעגט נישט אזוי טון, עיי"ש
איך האב אויך געליינט יענע בוך (איך רעקאמענדיר עס שטארק) און איך האב מיך געוואונדערט ווען האט זיך די ספינקא רבי געצויגן קיין סעליש און פארוואס?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 26, 2008 12:51 am
דורך ביקסאד
לעווי האט געשריבן:איך האב מיך געוואונדערט ווען האט זיך די ספינקא רבי געצויגן קיין סעליש און פארוואס?
כבר כתבתי
ביקסאד האט געשריבן:א' וישלח תר"ץ נאך די פטירה פון זיין רביצין, אויפן פארלאנג פון מנחת אלעזר, האט דער חקל יצחק זיך אוועק געצויגן פון מונקאטש און זיך באזעצט אין סעליש, ווי ער האט געוואוינט ביז די צווייטע וועלט מלחמה און מ'האט אים געפירט פון דעם דארטיגן געטא קיין אוישוויץ וואו ער איז אומגעקומען עקד"ה זונטאג בהעלותך י"ג סיון תש"ד.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 26, 2008 1:00 am
דורך ביקסאד
שאץ מאץ האט געשריבן:מ'קען זאגן א סברא מעצמי, לויט מיין ארימע שאצונג, ס'איז אפשר סברות כרסות...
בנוגע צו די ענינים פון ר' יאסל און הרב מ'שאץ האלט יאך נישט ביי זיך אריין לאזען אין א פאלעמיק אויף דעם פארום, און נאך דערצו פון סברות כרסיות כי אין קץ לדברי הבל ורוח.
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 10, 2008 3:57 pm
דורך געוואלד
איך האב לעצטנס גערעדט מיט א איד פון דערהיים, זאל זיין געזונט, ער האט געוואוינט אין טעטש, געווען א בחור ביי די קריג, ער פארציילט אז ער געדענקט דער חקל יצחק איז אמאל געקומען אויף א שבת פראווען אין טעטש, ער איז אריבער מיט זיין טאטע זאגן גיט שבת פארן חקל יצחק אין געקישט זיין האנט, ער געדענקט אז ער האט געזעהן דעם חקל יצחק ביים דאווענען האט ער זיך אזוי געווארפן און מיט אויסערגעווענליכע קולות, אז ער האט נישט משיג געווען פארוואס ער באקומט נישט קיין קאפ וויי,
דער חקל יצחק האט געהאט א קליין שולעכל אין סעליש, אבער אויף ימים טובים פלעגט מען אויפשטעלן א שאטער,
אויך ווען אידן פלעגן זיך שואל עצה זיין אין עניני מסחר ודרך ארץ, פלעגט ער שיקן צוםן זוהן ר' ישראל חיים
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 10, 2008 4:51 pm
דורך ביקסאד
דעם קליין שולעכל איז נאר געווען די ערשטע פאר יאהר, דערנאך האט מען אויף געבויט א שיין גרויס לעכטיג בית המדרש,
אויף דעם דרום וואנט איז געווען א טאוול זאת נדבת ספינקא סאסייעטי מקליוולאנד.
דער חקל יצחק האט געוואוינט אין סעליש איבער פערצן יאר,
פון אנהייב תר"ץ ביז צום דעפארטירן סיון תש"ד, הי"ד.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 12, 2009 8:59 am
דורך מיללער
עטראפן אביסל א אינגערע בילד פונעם חקל יצחק זצ"ל
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 05, 2009 11:45 am
דורך נחמן נתן
ארויף געברענגט לכבוד יומא דהילולא קדישא.
הרנינו גוים עמו כי דם עבדיו יקום ונקם ישיב לצריו וכפר אדמתו עמו.
זכר צדיק וקדוש לברכה!
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 16, 2009 12:45 pm
דורך הירשל ציג
וואו? וואס הייסט וואו?
אסאך האט היטלער גענומען און די וואס האבען איבערגעלעבט זענען רוב מסתמא נישט געווען זייער "עקסייטעד" וועגן חסידות און אידישקייט
וד"ל
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 18, 2009 3:39 pm
דורך נחמן נתן
צורת קדשו פון הגה"ק בעל חקל יצחק מסאפינקא זצ"ל הי"ד
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 18, 2009 4:16 pm
דורך farshlufen
ר' נחמן נתן, ווער זענען די באגלייטער זיינע?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 18, 2009 4:18 pm
דורך שמיציגער
מן הסתם זיינע גבאים.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 18, 2009 4:49 pm
דורך badatz
שמיציגער האט געשריבן:מן הסתם זיינע גבאים.
ב''ה
מצד שמאל נכדו
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 18, 2009 4:54 pm
דורך מיללער
הייסט דאס אז דאס איז ר' הערשעלע ספינקער בילדותו? עס קוקט אביסל אויס
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 02, 2010 12:05 pm
דורך מיללער
א הערליך בילד פונעם חקל יצחק, איך געדענט נישט צו האבן געזעהן דעם בילד, ווער זענען די ארומיגע?
מקור:
http://www.flickr.com/photos/9679871@N04/1239095075/
פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 03, 2010 1:46 am
דורך ביקסאד
מצד ימין, לשמאל החק"י המשב"ק הזקן רבי חיים בלעך.
הקיצוני משמאל התמונה, [כמדומני] הוא אותו משב"ק כמו בתמונה הקודמת, את שמו שכחתי כעת.
פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 03, 2010 9:15 am
דורך מיללער
יישר-כח הרב מביקסאד
פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 25, 2011 3:06 pm
דורך נחמן נתן
המשמש בקודש הרה"ח ר' אלטר צבי קליינמאן ע"ה מאשר ל'הנגיד החסיד כש"ת מו"ה ר' יעקב בן יענטא נר"י' שמכתבו ופ"נ לנכון הגיעו אל הרה"ק מספינקא זי"ע - בעל חקל יצחק הי"ד.
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 27, 2011 11:22 am
דורך נחמן נתן
הרב מביקסאד, איר זענט מאשר מיללער'ס השערה אז דער בחור'ל אינעם ערשטן בילד אויף דעם בלאט נעבן דעם חקל יצחק, איז הה"ק ר' הערשעלע?
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 27, 2011 1:58 pm
דורך איש האמת
ס'איז ידוע אז ס'איז טאקע רבי הערשעלע, והוא דבר ברור ונכון
כ'האב עטליכי בילדער פון רבי הערשעלע מיטן זיידן החקל יצחק,
כ'ווייס נאר נישט ווי אזוי צו סקענען ממילא קען איך נישט עטעשען
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 27, 2011 2:10 pm
דורך איש האמת
נאך פון זיינע באקאנטע תלמידים זענען
הגאון רבי אהרן וויעדער זצ"ל אב"ד לינז דומ"ץ קלויזענבורג
הגאון רבי פישל הערשקאוויטש אב"ד האליין דומ"צ קלויזענבורג
אגב עיין ארז בלבנון דף שס"ו וז"ל, הרבי מספינקא הרגיש של נותן הקוויטל בעת שנתנו לו הקוויטל, אף שבקוויטל נכתבו עוד כמה שמות,
ועיין שם בהערה, דבדידיה הוה עובדא כשלמד (רבי רפאל זילבער אב"ד פריימאן) בסאטמאר והחקל יצחק שבת שם, ונתן לו רבינו (הנ"ל)
קוויטל, וכתב בו כל בני משפחתו והוא היה הרביעי ברשימה, ותיכף כשנתן לו הקוויטל שאל אם הוא רפאל, וכן היה עם עוד הרבה בחורים אז.
מיטן ר' נח גראסס ע"ה האב שעות לאנג פארברענגט אינאיינעם, און דערציילט אוצרות מיט מעשיות פון זיין רבי החקל יצחק, און פון זיין אייניקעל
רבי הערשעלע (זייענדיג זיין חברותא דעמאלס), דברים נפלאים, ב"ה געהאט שכל אראפ צוכאפן אלס אויף א טעיפ,
דאכציך אויף היברו בוקס איז דא צובאקומען דעם קונטרס ברוך מתיר אסורים וד"ל .......