וועלכע "צדיקים" האט איר נאך זוכה געווען צו קענען?

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13213
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » זונטאג יולי 07, 2013 3:06 pm

ר' איציקל איז געווען אויף ראש השנה איין יאר ביים רבי'ן,
אויף דעם האב איך געווארט!!
גדענק איך יא גוט !!
דערמאן זיך טאקע אז ביים כוח"ט זאגען האט מען מיר געוויזען אויף אים

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5327
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » זונטאג יולי 07, 2013 3:10 pm

ס'דא א עובדא אז ער איז געקומען צום רבי'ן סוף ימיו, ס'איז אים זייער שווער געווען צו פארן, האט ער געזאגט פארן רבי'ן: ס'איז שווער צו קומען צום צדיק הדור.
האט דער רבי אים געזאגט: מ'דארף דאך וויסן ווער ס'איז דער צדיק הדור.
האט ר' איציקל געענטפערט: יאך ווייס!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10231
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

תגובהדורך טייבעלע » זונטאג יולי 07, 2013 3:14 pm

קיקיון האט געשריבן:געדענק איך גיט?
הרה"ק תולדות אהרון רבי זי"ע איז געווען א ש"ק אין מאנסי

ער איז געקומען קיין אמעריקא עטליכע מאל, זיין זוהן דער היינטיגער תו"א האט דאך געוואוינט אין מאנסי.

תשמ"ז איז ער דא געוועהן אויף א חתונה פון אן אייניקעל, דאכט יך עס איז געוועהן א קינד פון ר' דוד קאהן שליט"א דער היינטיגער תו"א רבי.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
1teibele@birdlover.com

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5327
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » זונטאג יולי 07, 2013 3:16 pm

ער איז געווען אסאך מאל אין אמעריקא.

ער איז געווען דא ביים הכתרה פון מרן הברך משה זי"ע, און נאך שפעטער איז ער געקומען נאך געלט אסאך.

כ'ווייס נישט צו ער איז געווען דא יעדע יאר צום מלוה מלכה, אבער עפעס יארן איז ער דא געווען.

ביים רבי'ן ז"ל איז ער זיכער געווען, ער איז דאך געווען א תלמוד מובהק.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13213
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » זונטאג יולי 07, 2013 3:26 pm

תו"א מאנסי תשכ"ה - ל מאנסי ?

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13213
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » פרייטאג יולי 12, 2013 1:01 pm

קיקיון האט געשריבן:דער "איש ההצלה ר' יעקב גריפעל זצ"ל , איך בין געווען בידידות להבחל"ח מיט א איד וואס איז געווען בקשרי מסחר מיט ר' יעקב ז"ל
ווען דער ביאגראפי פון ר' יעקב איז ארויסגעקומען האב איך געפרעגט ידידי צי ער האט אמאל געהערט עפעס פרטים וועגען ר יעקב'ס
פעולות בענין הצלת קינדער וואס זענען געבליבען ביי פוילישע גוים און וועלכע ער האט עוסק געווען ממש עד זיבולא בתרייתא
האט ער ניט געהאט קיין השגה וואס איך רעד, פרעג איך אים וועגען די מלחמה יארען האט איר יא געהערט? , אינאנצען ניט
האב איך דערציילט אז עס איז ארויס א בוך

יי"כ יוראפ
בילד

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5645
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » מיטוואך אוגוסט 20, 2014 8:23 pm

קיקיון האט געשריבן:
שמעלקא טויב האט געשריבן:ישר כח הרב הישיש מוה"ר קיקיון, און איר האט א זכיה גדולה איבערצוגעבן פאר אונז כלי ראשון, אך, ס'צוגעיסט זיך אין אלע ביינער. שרייבט נאך און נאך ביטע.

הישיש ? ע"פ הלכה דארף מען זיך נאך ניט אויפשטעלען פאר מיר ש"ע יו"ד רמ"ד א וכן מצוה לקום מפני שיבה, דהיינו בן שבעים שנה (אפילו הוא עם הארץ, ובלבד שלא יהיה רשע)
נאך און נאך
מיר האבען געוואנט אין קראון הייטס און געווען א כמו בן זקונים בין א סך ניט ארימגעלאפען
איך האב זיך דערמאנט נאך 3
מאטעסדארפער רב זי"ע שוין בעירוב ימיו אין ב"פ

הרה"גה"צ ר נפתלי האראוויץ ריגליצער רב זי"ע זיידע פון יבלח"א הרה"ג ר אלטער אליעזר שליט"א רב בב"פ
ניט געקענט פון די נאנט איך געדענק נאר אז די אלטע געלע אידען אין עמפייר שטיבעל האבען שטארק מכבד געווען
און דאס איז זיכער אז פריערדיגע האט ער געזעהן

צ''ל רבי ישראל יוסף הורוויץ מריגליץ אבי ר' נפתלי ז''ל אבי יבלחט''א הה''ג ר' אלטר אליעזר שליט''א אב''ד אגו''י זכרון משה בב''פ
דביה תחדי נפשא

עבד השם
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 11:20 am

תגובהדורך עבד השם » זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:07 pm

איך האב נאך גוט געקענט הגה''ק ר' הערשעלע ספינקער זצוק''ל יאצ''ט אתמול כ''ז אב
איך פלעג אסאך דאווענען דארט שבת ביינאכט איך געדענק איך בין געווען א יונגל דעמאלס און מיר זענען אריבער געגאנגן זאגן גוט שבת נאכן דאווענען גענק איך זיין פנים האט געשטאלט ווי די זין אזא מין הייליגע צורה ממש די שכינה האט גערוט אויף אים.
זיינע של''ס תורה אום שובבי''ם אהה ס'ליגט מיר נאך מיר נאך אין די ביינער עד היום הזה אזא טיפע אינערליכע געוויין צום טאטן אין הימל. שובו בבנים שובבים אוי עס בענקט זיך דאך אזוי צוריק .

dovidal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4545
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

תגובהדורך dovidal » מאנטאג אוגוסט 25, 2014 12:18 am

עבד השם האט געשריבן:איך האב נאך גוט געקענט הגה''ק ר' הערשעלע ספינקער זצוק''ל יאצ''ט אתמול כ''ז אב
איך פלעג אסאך דאווענען דארט שבת ביינאכט איך געדענק איך בין געווען א יונגל דעמאלס און מיר זענען אריבער געגאנגן זאגן גוט שבת נאכן דאווענען גענק איך זיין פנים האט געשטאלט ווי די זין אזא מין הייליגע צורה ממש די שכינה האט גערוט אויף אים.
זיינע של''ס תורה אום שובבי''ם אהה ס'ליגט מיר נאך מיר נאך אין די ביינער עד היום הזה אזא טיפע אינערליכע געוויין צום טאטן אין הימל. שובו בבנים שובבים אוי עס בענקט זיך דאך אזוי צוריק .

יא יא גוט געשריבן

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2480
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

צדיקים שזכיתי בעז"ה לראותם.

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 10:15 am

געלויבט השם יתברך געהאט די זכיה צו קענען אסאך צדיקים בדורי.

ראשית כל האט מיר אבי מורי שליט"א געברענגט צום היילגן סאטמאר רב זיע"א און מאנארא אלס קליין קינד און די רבי האט על פי בקשת אבי מורי שליט"א ארויף געלייגט זיין הייליגע הענט אויף מיין קאפ און מיך געבענשט.

געזען אסאך מאל הרה"ק רבי משה מרדכי מ'לעלולב זיע"א אסאך געווען ביי זיינע טישן לערנענדיג און ארץ ישראל .
די הייליגע צורה זיינע האט געשיינט אזא ליכטיגע צורה איך וועל עס קיינמאל נישט פארגעסן,און ער האט מיר אנגעוונטשן ברכות לרוב.
געהאט די זכיה און געווען בשעת יציאת נשמתו בביתו במוצש"ק כ"ד טבת תשמ"ז און אים באגאלייט גייענדיג צו פיס פון מאה שערים ביז הר הזיתים למנחת עולמים ביז נאך זיבולא בתרייתא.

געזען אסאך מאל הרה"ק מ'זוטשקע זצוק"ל (בן הרה"ק רבי איתמר'ל מ'נאדווערנא זצוק"ל). זיך משתתף געווען ביי עריכת שלחנו הטהור און ביי תפילותיו הקדושים א'היבש פאר מאל .
געווען א'מתמיד נפלא לא פסייק פומיה מגירסא א'תלמיד חכם מובהק, מחבר ספרים ,א'עובד ה' בקדושה וטהרה די דאווענען זיינע איז געווען בהשתפכות הנפש מיט א'ברען פייער כנוסח אבותיו הקדושים לבית נאדווערנא.

געזען הרה"ק רבי הערש'לע מ'ספינקא זיע"א קיינמאל נישט פארגעסן ס'ליגט מיר טיף טיף און די ביינער די אהבת ישראל זיינער ,ווי אזוי ער האט מיר אויפגענומען מיט אזא ליבלעכקייט אזא פריינטשאפט די ווארעמקייט דער מענטש האט נישט מיר און מיינע עלטערן געקענט, געזען ביי אים אפענע רוח הקודש, זיע"א.

געזען די צדיק פועל ישועות בקרב הארץ המקובל הרב הקדוש רבי אברהם פיש זצוק"ל (תלמיד מובהק פון דעם צדיק נסתר די שיסטער פון יפו) געהאט די זכיה אז ער איז געקומען א'מוצש"ק לבית אבי מורי שליט"א און אפגעראכטן דארטן א'מלוה מלכה.

אפאר מאל געזען הרה"ק מ'רימניץ זיע"א,געהאט די זכיה אלס קינד האט מיך מיין טאטע מיט גענומען קיין לאס אנזשלעס ווי הרה"ק מ'רימניץ זיע"א האט געוויילט א'קורצע תקופה און מיך אפאר מאל געקישט אויף מיין שטערן. מיין מאמע תחי' האט געזען אפענע רוח הקודש ביי אים .

הרה"ק מ'סקאליא זצוק"ל אסאך געזען אלס קליין קינד געווען ביי עריכת שולחנו הטהור און ביי זיין דאווענען אסאך מאל, געווען מיין ברודער'ס סנדק.

ועוד הרבה צדיקים שלא פירטתי.

זכותם יגן עלינו ועל כל ישראל אמן.

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5327
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 11:31 am

ייש"כ

הרבי מחב"ד לא ראית?
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 3:03 pm

אשריך רימנובער
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2480
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 3:20 pm

msp האט געשריבן:אשריך רימנובער

יישר כוחכם.

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2480
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

במחיצת הרה"ק מ'לויבאוויטש זצוק"ל.

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 4:13 pm

שמעלקא טויב האט געשריבן:ייש"כ

הרבי מחב"ד לא ראית?

א'שאלה צו איך האב אים געזען ער איז א'מסכתא בפני עצמו.

איך האב מיך אסאך געווייקט און געדאווענט דארטן (הנקרא סעווען סעווענטי) די הייליגע טעג ר"ה יום כיפור און שמחת תורה און ביי שיחות זיינע אינמיטן וואך, איך וועל קיינמאל נישט פארגעסען א'איד ארום די ניינציג יאר נאכן פאסטען א'מעת לעת יום כיפור נאך נעילה ווען מ'האט געזינגען נאפאליאן'ס מארש ,איך וואס האב נישט געהאט א'טראפקעלע כח און שיעור נישט צאם געפאלן, האט ער מיט אומענטשליכע כוחות געפאטשט זיינע הענט מיט אזעלכע כוחות פאר לאנגע מינוט'ן לא יאומן כי יסופר.

און אויך די דאללער'ס טיילן א'יעדען זונטאג און די עלטער פאר שעות ארוכות און געהאט די קאפ אויפן פלאץ ס'איז בלי שום גוזמא דורך א'פאר טויזענט מענטשן א'זונטאג און יעדען איינעם געגעבן א'ענטפער מיט אזא ציללות וישוב הדעת, די צורה זיינע האט אים ממש געלויכטן און געשיינט.

די הסתפקות במיעוט זיינע איז געווען עד אין לשער, איך געדענק ווען ראש השנה ביינאכט איז ער אריין געקומען און שוהל מיט לעכער און די שיך איך בין געווען ערשטוינט און פארווינדערט איך האב נישט געגליבן וואס איך זע מיט מיינע אייגענע אויגן.

און לויבאוויטש איז געווען א'ענין וואס מ'האט גערופן החזרת הפנים ,דאס מיינט אז על פי קבלה און אזוי האבן זיך געפירט אדמור"י לובאוויטש ,איז נאך תקיעות ד'מעומד איז די בעל תוקע די רבי צוריק געגאנגען צו זיייערע פלאץ פארדעקט די פנים זיך מיט די טלית און זיך אויסגעדרייט מיט די פנים צום עולם און געגבן א'הייב אויף די טלית און אויפגעדעקט די פנים און געגעבן ' א'שענעלע בליק אויפן עולם , מ'האט געזאגט אז די קוק צוברעעכט אלע מסכים און פארשטאפט פיות מקטריגים ומשטינים, געדענק איך נאך ווי מ'האט זיך געשיטפט און געהארגעט אים צו זען.

איך פלעג אריינשפאצירן שבת נאכמיטאג פון בארא פארק קיין קראון הייטס הערן דברי אלוקים חיים מפה קודשו ביי די פארברנגענס.

רעד צו די זאך
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 05, 2014 12:33 pm

תגובהדורך רעד צו די זאך » דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 12:02 am

איך האב געקענט הרה''ק ר' הערשעלע מספינקע זצ''ל עס ליגט מיר נאך אין די ביינער זיין לעכטיגע צירה זיינע בכיות נוראות.
אויך האב איך געהאט די זכיה צו זען אסאך הר''הק ר' משה אריה פריינד ז''צל גאב''ד ירושלים ווי קען מען פארגעסן זיין הייליגע צירה, זיין פייערדיגע עבודה, זיין שפלות רוח, איך האב אים געהאט די זכיה צו זען אין פלארידא ווער געדענקט נאך די ריקודין ביי בואו בשלום?
בשלטון הכופרים אין אנו מאמינים, ובחיקותיהם אין אנו מתחשבים ,בדרך התורה נלך באש ובמים ,לקדש שם שמים.

אוועטאר
ר' יענקי
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 28, 2016 8:13 am
לאקאציע: צו דיין רעכטע האנט

תגובהדורך ר' יענקי » זונטאג יולי 31, 2016 6:32 am

רימנובער אייניקעל האט געשריבן:געלויבט השם יתברך געהאט די זכיה צו קענען אסאך צדיקים בדורי.

געזען הרה"ק רבי הערש'לע מ'ספינקא זיע"א קיינמאל נישט פארגעסן ס'ליגט מיר טיף טיף און די ביינער די אהבת ישראל זיינער, געזען ביי אים אפענע רוח הקודש, זיע"א.

המתחיל במעשה אומרים לו גמור!

געזען הרה"ק מ'רימניץ זיע"א,געהאט די זכיה אלס קינד האט מיך מיין טאטע מיט גענומען קיין לאס אנזשלעס ווי הרה"ק מ'רימניץ זיע"א האט געוויילט א'קורצע תקופה און מיך אפאר מאל געקישט אויף מיין שטערן. מיין מאמע תחי' האט געזען אפענע רוח הקודש ביי אים .


כנ"ל.
ייש"כ וכל טוב
אויב דאכט זיך דיר אז דו ביזט דערווייטערט פונעם רבש"ע, עפן בלויז דיינע אויגן וועסטו זען אז דו האסט געלעבט און א טעות!!

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » זונטאג יולי 31, 2016 11:08 am

די צדיקים וואס איך האב זוכה געווען צו קענען, ועוד חזון למועד צו שרייבן אביסל מער

הרה"ק רבי הערשעלע מספינקא
הרה"ק מטאהש
הרה"ק מהרצ"ה מקרעטשניף
הרה"ק מבאבוב מהר"ש ומהרנ"צ
הרה"ק הברך משה מסאטמאר
הרה"ק רבי מיכלי מנתניא
הרה"ק רבי משה ארי' פריינד
הרה"ק מזידיטשויב (לאבין)
הרה"ק אב"ד קאשוי
הרה"ק אדמו"ר מסאניסלאוו מאנסי
הרה"ק אדמו"ר מזוטשקא

ביי עטליכע האב איך געהאט פערזענליכע גיטע מעשיות ואולי יתפרסם כאן במשך הזמן ועוד חזון למועד
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

נכד רבינו הקדוש
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 15, 2015 1:05 pm

תגובהדורך נכד רבינו הקדוש » מיטוואך אוגוסט 03, 2016 7:40 am

צדיקים וואס כ'האב זוכה געוועהן צו קענען און זיי זענען נישט דא מיט אונז אויף דעם עולם:
בעל ישועות משה מויזניץ
בעל ברך משה מסאקמער - געזעהן איינמאהל
בעל נחלת דן ממאדזיץ
האדמו"ר מלובלין
גאב"ד נאראל
האדמו"ר מראדאשיץ
האדמו"ר רבי שמעון לעלובער
האדמו"ר מזוטשקא
בעל באר יעקב מנאדבורנא
האדמו"ר מסערעט ויזניץ
האדמו"ר מבנימינה
האדמו"ר משומרי אמונים
האדמו"ר מספינקא ירושלים
האדמו"ר מנאדבורנא חדרה - דאכט זיך מיר געזעהן איינמאהל
האדמו"ר מפינסק קארלין
האדמו"ר מסטריקוב - דאכט זיך מיר געזעהן איינמאהל
האדמו"ר מביאלה בני ברק
האדמו"ר מביאלה רמת אהרן
האדמו"ר מסטאניסלב - בן האדמו"ר מזוטשקא

דאס איז וואס כ'געדענק יעצט, מן הסתם איז דא נאך כהנה וכהנה

נכד רבינו הקדוש
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 15, 2015 1:05 pm

תגובהדורך נכד רבינו הקדוש » מיטוואך אוגוסט 03, 2016 5:50 pm

נאך צדיקים ז"ל וואס כ'האב זוכה געוועהן צו זעהן להבחל"ח
האדמו"ר מראחמיסטריווקע י-ם
האדמו"ר מבערגסאז פ"ת
האדמו"ר מסאדיגורא
האדמו"ר מבוסטון - דאכט זיך מיר
גאב"ד ערלוי
הגר"ש וואזנער
הגרי"ש אלישיב
הגר"ע יוסף
הגרמ"י ליפקוביץ
מהר"י שנעעבאלג
מהרי"י ניימאן פאפא'ער רב

טוב ה' לכל
שר מאה
תגובות: 120
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

תגובהדורך טוב ה' לכל » דינסטאג יולי 09, 2019 8:40 pm

אן אלטן אינטערעסאנטן אשכול.
איך האב נאך זוכה געווען צו קענען ר' מאטעלע וויזניצער, סקולענער רבי, טאהשער רבי, הרב וואזנער, ברך משה, ר' אלחנן יוסף הערצמאן ממיר ועוד כמה שכולם כאן זכו להכיר....
איך בין ממש מקנא די אלע אידן וואס האבן נאך געקענט גרויסע פריעדיגע צדיקים.
קוקט אויס דער אייבערשטער דארף דוקא מיין עבודה דא יעצט, אן קענען די אלע גרויסע צדיקים, יעדע דור מיט זיין עבודה.

כשרע טעלעפאן
שר חמש מאות
תגובות: 503
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2018 1:35 pm

תגובהדורך כשרע טעלעפאן » דינסטאג יולי 09, 2019 11:07 pm

יעדע דור מיט זיינע צדיקים, יעדע דור האט צדיקים
דער צמח צדק האט אמאל געזאגט: טראכט גוט, וועט זיין גוט.

נישטאמת
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm

תגובהדורך נישטאמת » מיטוואך יולי 10, 2019 9:57 am

אן אונטרעסאנטן אשכול דאס. אריינקוקענדיג דא טראכט זיך ווי קום איך אריין דא אין וואס האב איך צו צלייגן. איין זאך יא וואס איך האב מיט געלעבט אין זוכה געווען אריין צו כאפן, כהאב זוכה געווען צו זיין ביים לעצטן טיש ביי הרה"צ מהרש"צ מ'ספינקא, כבין נישט געווען ביי יציאת נשמה נאר ביי עסן די פיש אין נאך די פיש זעמער אהיים געגאנגן. אלט זייענדיג א קינד פין 5 יאר פיל איך א זכיה אז כהאב זוכה געווען אריין צו כאפן. כגעדענק נישט זיין צורה, כגעדענק נאר אז מיין טאטע האט מיר געגעבן שריים אין איך האב נישט געוואלט עסן מעשה ילדות...

קען זיין דעס באלאנגט נישט אין דעם אשכול, די קעפל ליינט זיך "צו קענען", דאך פיל איך א זכיה אז איך האב אריין געכאפט.

אוועטאר
סארקאזי
שר חמש מאות
תגובות: 973
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » מיטוואך יולי 10, 2019 11:50 am

טרעסאנטער אשכול דאס.
איך האב געהאט די זכי' נימול צו ווערן על ברכי רבינו יואל מסאקמער.
געזען האבעך אסאך צדיקים. וביניהם הרה''ק ר' הערשעלע ספינקער אסאך יארען מיטגעהאלטען די הקפות.וואס סאיז מיר בעיקר א זכי'. איז ר' יעקעלע מפשעווארסק זי''ע געווען ביי אים אין אנטווערפען אויף א שבת.
געווייקט האב איך זיך ביי הרה''ק ר צה''ר מקרעטשניף. זיין עבודה בהשתפכות הנפש בשבירת החומר צהלת פנים. דברי פי חכם חן. איז וואס מקען נישט אראפשרייבען ווער סהאט דאס נישט בייגעווינט. ער האט געהאט כל מיני חן שבעולם. דאס ערשטע מאל וואס כ'האב אים געזען איז ווען ער איז אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת. די ערשטע מחשבה מיינע איז געווען אז איך זעה דא ר' מרדכילע מנאדווערנע. א צדיק פון אמאל נאכדעם הערענדיג דעם מנחה ערב שבת איז מיין הארץ צוגאנגען זי''ע.
אויך ביי הרה''ק מטאש בין אין איך עטליכע מאל געווען. געהאט א שטיקל סייעתא דשמיא ביי אים. ער פרעגט מיך ווי אלט איך בין. זאג איך 18. וואונטשט ער מיר ''א גיטע שידוך בקרוב'' ביז א וואך בין איך געווען א חתן.
ביי הרה''ק מסקולען האב איך זיך אויך גאר אסאך געווייקט (ווער נישט)


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט