וועלכע "צדיקים" האט איר נאך זוכה געווען צו קענען?

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מיטוואך יולי 03, 2013 8:08 am

הרב קיקיון שליט"א
אשריך!
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21826
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך יולי 03, 2013 8:32 am

msp האט געשריבן:הרב קיקיון שליט"א
אשריך!
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5327
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » מיטוואך יולי 03, 2013 9:00 am

ישר כח הרב הישיש מוה"ר קיקיון, און איר האט א זכיה גדולה איבערצוגעבן פאר אונז כלי ראשון, אך, ס'צוגעיסט זיך אין אלע ביינער. שרייבט נאך און נאך ביטע.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13213
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מיטוואך יולי 03, 2013 10:55 am

שמעלקא טויב האט געשריבן:ישר כח הרב הישיש מוה"ר קיקיון, און איר האט א זכיה גדולה איבערצוגעבן פאר אונז כלי ראשון, אך, ס'צוגעיסט זיך אין אלע ביינער. שרייבט נאך און נאך ביטע.

הישיש ? ע"פ הלכה דארף מען זיך נאך ניט אויפשטעלען פאר מיר ש"ע יו"ד רמ"ד א וכן מצוה לקום מפני שיבה, דהיינו בן שבעים שנה (אפילו הוא עם הארץ, ובלבד שלא יהיה רשע)
נאך און נאך
מיר האבען געוואנט אין קראון הייטס און געווען א כמו בן זקונים בין א סך ניט ארימגעלאפען
איך האב זיך דערמאנט נאך 3
מאטעסדארפער רב זי"ע שוין בעירוב ימיו אין ב"פ

הרה"גה"צ ר נפתלי האראוויץ ריגליצער רב זי"ע זיידע פון יבלח"א הרה"ג ר אלטער אליעזר שליט"א רב בב"פ
ניט געקענט פון די נאנט איך געדענק נאר אז די אלטע געלע אידען אין עמפייר שטיבעל האבען שטארק מכבד געווען
און דאס איז זיכער אז פריערדיגע האט ער געזעהן

הרה"גה"צ סאמבאטבעלי רב זצ"ל ביי עטליכע ברית'ן
---
2 אידען נישט קיין רבנים אדער רבי"ס אבער צדיקים זיכער
דער "איש ההצלה ר' יעקב גריפעל זצ"ל , איך בין געווען בידידות להבחל"ח מיט א איד וואס איז געווען בקשרי מסחר מיט ר' יעקב ז"ל
ווען דער ביאגראפי פון ר' יעקב איז ארויסגעקומען האב איך געפרעגט ידידי צי ער האט אמאל געהערט עפעס פרטים וועגען ר יעקב'ס
פעולות בענין הצלת קינדער וואס זענען געבליבען ביי פוילישע גוים און וועלכע ער האט עוסק געווען ממש עד זיבולא בתרייתא
האט ער ניט געהאט קיין השגה וואס איך רעד, פרעג איך אים וועגען די מלחמה יארען האט איר יא געהערט? , אינאנצען ניט
האב איך דערציילט אז עס איז ארויס א בוך
ר אהרון מיללער שו"ב ומוהל
אלס בחור האט אים רבו דער קדושת ציון געהייסען לערנען מילה, פארווואס איז ער געוואר געווארען אחרי המגיפה אין פערנוואלד
איך בין בידידות מיט עטליכע ממשפ' נבהל ונתשתומם צו ווערן פון זיין מס"נ פאר די מצוה

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5327
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » מיטוואך יולי 03, 2013 10:57 am

קיקיון, אויפשטעלן דארף מען זיך פאר אייער גאלדענע מדות אונז מיטצוטיילן אייערע זכרונות, און אינדערהיים וואלט איר שוין זיכער געווען א זקן מופלג!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13213
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

אינדערהיים א זקן מופלג

תגובהדורך קיקיון » מיטוואך יולי 03, 2013 11:25 am

שמעלקא טויב האט געשריבן:קיקיון, אויפשטעלן דארף מען זיך פאר אייער גאלדענע מדות אונז מיטצוטיילן אייערע זכרונות, און אינדערהיים וואלט איר שוין זיכער געווען א זקן מופלג!

אבי מורי ז"ל האט זיך אמאל אפגערעדט פאר זיין בעיבי ברידער
אינדערהיים זענען אלטע אידען געקומען און שול יעדע תפלה און מיר גייט עס שוין נישט אזוי פשוט
וואלקער WHEEL CHAIR
זאגט אים דודי זז"ג בשיבה טובה
ווען די ביסט געווען אזוי אלט ווי יענע זקנים ביט נאך געלאפען מיט דעם לאנטש בעג
----
הגה נאך שמעלקא"ס קומענעדע ענטפער
דאס אויבערשטע האט באמת געדארפט זיין אן אישי
יי"כ פאר אזוי קינסטערליש צוריק ברענגען אוויף די רעלסען
לעצט פאראכטן דורך קיקיון אום מיטוואך יולי 03, 2013 11:37 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5327
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » מיטוואך יולי 03, 2013 11:28 am

בענין זה:
מ'זאגט אז אין די שפעטערע יארן האט דער רבי דער ברך משה זי"ע געוואלט טאנצן מיטל נאכט די הקפות הערשט חצות, און דער משב"ק ר' עזריא' האט געטענהט אז דער רבי האט נישט קיין כח און זאל שוין גיין צו די הקפות פאר חצות. האט דער רבי געטענה'ט "מיינע זיידעס זענען אלע געטאנצן נאך חצות", האט דער משב"ק געענטפערט "קיינער פון רבינ'ס זיידעס זענען נישט געטאנצן אין די יארן..."
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

גיוואלדיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 293
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 09, 2011 6:52 pm

תגובהדורך גיוואלדיג » מיטוואך יולי 03, 2013 12:46 pm

ברוך השם זוכה געווען צו זעהן דעם ריבניצער צדיק איין מאל ביי א שלש סעודות, איך בין ארויסגעפארן נאכן זמן און אנגעקומען אינמיטן ברוך ה' יום יום, און זיך געוואשן מיינע הענט פארן געבן די הענט, און די צווייטע מאל חול המועד סוכות תשנ"ו ביי א ברית (ער איז נפטר געווארן אסרו חג)

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך יולי 03, 2013 1:45 pm

קיקיון האט געשריבן:
הישיש ? ע"פ הלכה דארף מען זיך נאך ניט אויפשטעלען פאר מיר ש"ע יו"ד רמ"ד א וכן מצוה לקום מפני שיבה, דהיינו בן שבעים שנה (אפילו הוא עם הארץ, ובלבד שלא יהיה רשע)

אין אדם עושה עצמו רשע!!!

אה, איר האט גערעדט פון די יארן? סארי.....
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13213
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מיטוואך יולי 03, 2013 2:02 pm

הוספה צו אידען נישט קיין רבנים אדער רבי"ס אבער צדיקים זיכער
הרה"ח ר' נחום מאיער ז"ל (אביו של יבל"חט הרב ר וואלף אלי' שליט"א) געווען ציזאם מיט טשעבינער רב זי"ע אין סיביר
א ש"ק האט אים טשעבינער רב זי"ע געהייסען גייען נאך געלט נאך פדיון שבוים
דאהי איז ער געווען א PEDDLER ג'גאנגען פון הויז פארקויפען וועש עס איז דא אין דובב מישרים א בריעף צו אים הוראות
בהלכות יחוד
כ'גדענק ווי איינמאל בזקנתו איז ער געגאנגען מיט זיין תשות כוח נאך געלט ציזאמען מיט בנו
פרעג איך ר' וואלף אלי' וואס איז דער צורך אז דער גייט איבער די כוחות?
זיי האבען זיך ג'חתמט אלס ערבים אויף א גמ"ח און דער לוה נעביך...
לעצט פאראכטן דורך קיקיון אום מיטוואך יולי 03, 2013 2:41 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
חיים ושלום
שר חמש מאות
תגובות: 544
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 14, 2012 3:40 pm
לאקאציע: אויף די שפיץ

תגובהדורך חיים ושלום » מיטוואך יולי 03, 2013 2:31 pm

זכיתי לראות קלסתר פני הצדיק הרה"ק מבעטלאהן זי"ע ועכ"י
העמיר זיך זען אויף שמחות

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5327
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » מיטוואך יולי 03, 2013 2:45 pm

נאך צדיקים וואס כ'האב זוכה געווען צו זעהן אבער כ'האב נישט יעצט די צייט צו שרייבן באריכות:

גאב"ד וויען בעל עזר מיהודה זצ"ל
מהרנ"ץ מבאבוב זצ"ל
מהרי"מ דושינסקי זצ"ל
מהרש"ץ מספינקא זצ"ל
מהרצ"מ מדעעש זצ"ל
מהרנ"ץ מבערגסאס זצ"ל
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5327
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » מיטוואך יולי 03, 2013 9:30 pm

הגאב"ד וויען זצ"ל דענק איך נישט קיין סאך, דער טאטע פלעגט אונז צומאל נעמען קיין וויען, אחרון של פסח אויפדערנאכט פלעגן מיר דאווענען אין וויען, דאכט זיך ער האט געהאלטן א דרשה דענמאלט פאר מעריב.

כ'דענק אויך אמאל א שבועות ביים וויענער רב, דער טאטע איז נישט געפארן קיין קרית יואל און מ'האמיר געפראוועט ביים וויענער רב, ער האט געהאט א קרוין פון רויט סאמעט העכערן שטוהל, ארומגעדרייט צום עולם כמנהג אין וויען.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13213
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דאנארשטאג יולי 04, 2013 9:30 am

זיך דערמאנט אז איך האב זוכה געווען צו זיין א חפץ של מצוה פון איינעם פון די גדולי ההוראה הרהג"הצ רבי ר ' אלכסנדר אשר באב״ד, אב״ד טארטיקאוו זצ"ל
גופא דעובדא

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13213
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דאנארשטאג יולי 04, 2013 10:25 am

ג'האט די זכי' צו זייך במחיצתו פון ר' אברהם מאיר פערלמאן זצ"ל אנדערהאלבען יאר אין מתיבתא נחלת יעקב ווען איך בין
געזעסען ביים פארלערנען פון בעל עזר מיהודה זי"ע ער איז אנגעקימען קיין ארה"ב אן די משפחה זיכען/ אננעמען א שטעלע
מחמת הדחק אין ירושלים ווי ער איז געווען א סופר געווען א צייט משגיח און סענדס סטריט א משך זמן (וואכען/חדשים ?) האט
ער ג'געסען ש"ק הערינג ווייל ער האט נישט געוואלט נהנה זיין אבער ווי לאנג קען א איד באווייזען דעם קונץ אין סאטמער
נאך סאטמער איז ער געווען אין מתיבתא נחלת יעקב
זיין בקיאות התורה איז דאך געווען להפליא. ש"ס איז געווען רגיל על לשונו. זיך ארומגעדרייט מיטן ציגארעטל אין האנט,
און די מח איז איהם געווען פארטוען אין מקצועות הש"ס אויף א מורא'דיגן אופן. סולם מוצב ארצה וראשו מגיע השמימה
א דוגמא פון זיין געהויבענקייו
געווען 2 שעות נ"מ ווען דער בה"מ און מנ"י איז געווען כמעט ליידיג (מען מעג היינט זאגען פארוואס ? עס היייבט זין אן מיט א H)
האט א בחור געוואלט מאכען א קביעות מיט ר' אברהם מאיר אבער האט אפגעזאגט מפני כבודו של הגרעי"ל

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5327
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דאנארשטאג יולי 04, 2013 10:51 am

קיקיון האט געשריבן:ג'האט די זכי' צו זייך במחיצתו פון ר' אברהם מאיר פערלמאן זצ"ל אנדערהאלבען יאר אין מתיבתא נחלת יעקב ווען איך בין
געזעסען ביים פארלערנען פון בעל עזר מיהודה זי"ע ער איז אנגעקימען קיין ארה"ב אן די משפחה זיכען/ אננעמען א שטעלע
מחמת הדחק אין ירושלים ווי ער איז געווען א סופר געווען א צייט משגיח און סענדס סטריט א משך זמן (וואכען/חדשים ?) האט
ער ג'געסען ש"ק הערינג ווייל ער האט נישט געוואלט נהנה זיין אבער ווי לאנג קען א איד באווייזען דעם קונץ אין סאטמער
נאך סאטמער איז ער געווען אין מתיבתא נחלת יעקב
זיין בקיאות התורה איז דאך געווען להפליא. ש"ס איז געווען רגיל על לשונו. זיך ארומגעדרייט מיטן ציגארעטל אין האנט,
און די מח איז איהם געווען פארטוען אין מקצועות הש"ס אויף א מורא'דיגן אופן. סולם מוצב ארצה וראשו מגיע השמימה
א דוגמא פון זיין געהויבענקייו
געווען 2 שעות נ"מ ווען דער בה"מ און מנ"י איז געווען כמעט ליידיג (מען מעג היינט זאגען פארוואס ? עס היייבט זין אן מיט א H)
האט א בחור געוואלט מאכען א קביעות מיט ר' אברהם מאיר אבער האט אפגעזאגט מפני כבודו של הגרעי"ל


לכאו' בעסער אז מ'זאגט נישט פארוואס, ווער ס'פארשטייט נישט דעם רמז וועט נישט פארשטיין אנדערע זאכן אויך...

-

אין לאנדאן וואוינט א פערלמאן, האט דאס עפעס מיט דעם ר' אברהם מאיר?
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » דאנארשטאג יולי 04, 2013 1:34 pm

די פערלמאן'ס אין לאנדאן זענען אלעקסאנדער חסידים
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

רבבה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 20, 2010 11:06 am

תגובהדורך רבבה » דאנארשטאג יולי 04, 2013 2:22 pm

msp האט געשריבן:די פערלמאן'ס אין לאנדאן זענען אלעקסאנדער חסידים

ס'איז דא אין לאנדאן עיר הבירה פרלמן'ס פין קראקא עהר איז נאך דיא מלחמה געווארען איידעם ביים באבאווער רב הי''ד

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13213
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דאנארשטאג יולי 04, 2013 2:31 pm

איך האב געוואלט שרייבען וועגען מו"ר הגאון ר' יעקב הארענשטיין זצ"ל און נאר נישט געוויסט ווי אנהייבען
האב איך געזיכט דא אין IVELT און געטראפען אבער עס פעלט וועגען זיינע 3 יאר און באבוב

דורך יוסלמאן » דינסטאג מרץ 16, 2010 8:47 am
איבער הגאון ר' יעקב הארענשטיין ז"ל מגי"ש בישיבת נייטרא, האב איך לעצטנס גערעדט מיט א קרוב זיינער און געהערט אביסל וועגן אים.

ר' יעקב האט געשטאמט פון חסידי טשארטקוב וואס האבן געוואוינט אין פוילן. נאכן ערשטן וועלט קריג האט ער געפליכטעט קיין וויען ווי עס געוואוינט זיין רבי הרה"ק רבי ישראל זצוק"ל בנו ומ"מ פון הרה"ק רבי דוד משה זצוק"ל דער פיפטער זון פון מרן קדוש ישראל מרוזין זצוק"ל.

ר' יעקב ז"ל איז געווען א חסיד מובהק פון רבו הקדוש, און ער פלעגט גיין יעדן פארטאגס ביז די אנדערע עק שטאט צו הערן ברכות התורה פון זיין רבין. מחמת סיבת שונות, והעיקר וועגן די גרויסע ירידה אין אידשקייט וואס האט ליידער נישט אויסגעמיטן רבישע שטיבער כידוע, *האט ער שפעטער נישט געהאט קיין גרויסע שייכות מיט חסידות, ואכמ"ל.

פון וויען האט זיך ר' יעקב געראטעוועט קיין לאנדאן און פון דארט איז ער געקומען קיין אמעריקא ווי ער האט מרביץ תורה געווען אין נייטרא ישיבה.

אין די שפעטערע יארן האט מרן רבינו הקדוש מסאטמער זי"ע אים געוואלט ממנה זיין אלץ ראש ישיבה אין סאטמער, ער האט געטענהט מיטן רבין: איך בין דאך נישט קיין חסיד?! האט אים דער רבי געזאגט, כ'דארף נישט מ'זאל לערנען מיט בחורים חסידות, לערן מיט זיי גמרא תוספת. אבער צום סוף איז גארנישט געווארן דערפון.

ר' יעקב ז"ל האט אויך פארגעלערנט א שיעור יעדן טאג אין נייטרא ביהמ"ד אויף דעוויזשאן עוועניו אום האלב זעקס פארטאגס. ער פלעגט קומען צו פארן פון בארא פארק יעדן טאג אן אויסנאם, רעגן שניי, היצן קעלט, פלעגט ר' יעקב נישט צוריקהאלטן פון ארויפגיין אויפ'ן באן און גיין פארלערענען דעם שיעור. ער פלעגט קומען אין זונטאגס ווען קיינער איז נישט אנגעקומען אין אזא פריע שעה, אבער כדי שלא יבטל התמיד איז ר' יעקב געקומען קיין וויליאמסבורג אנע אויסנאם.

קודם וואס איך האב געהערט פון זיינס א תלמיד אין נייטרא
ווען ער איז אנגעימען קיין נייטרא האט ער אויסגעטוען די בעקישע משום כבודו פון הגה"צ ר' חמ"ד זי"ע
ער איז שוין געווען א מלמד אין וויען אלס חתן, דעם ערשטען טאג פון די ימי משתה איז ער געווען על משמרתו ,
איינער פון די כלה'ס ברידער איז געווען אין זיין כתה און האט געפעלט דעם נעקסטען טאג זאגט ער אים און אז א שוועסטער האט חתונה ...
תש"כ אדער כ"א האט ער זיך אוועק געצויגען פון נייטרא קיין ב"פ (די שוואגערס האחים פישער האבען דארט געוואנט)
ווייל די טעכטער זענען עלטער געווארען, דעמאלט האבען די מגידי שיעור ומשפחותיהם געוואנט אין איין בנין מיט די ישיבה
ער איז אנגעקימען קיין באבוב אלס מגיד שיעור פון די ערשטע כיתה (די מיסדים) פון וואס הייסט היינט ישיבה קטנה (דעמאלט מתיבתא כלשון המדינה)
איין יאר האט ער געהאט נאר כיתה און פארגעלערננט פארמיטאג גפ"ת אין נ"מ שו"ע
דאס צוויטע יאר ווען אינזער כתה איז אינטערגעוואקסען האט ער געזאגט נאר גפ"ת פ"מ פאר איין כתה נ"מ פאר די אנדערע
ש"ע האבען געלערנט זיינע תלמידים פון נייטרע ר' יעקב יוסעלע און ר נחום מאיר (דאמאלט האט מען זיי אזוי געקענט)
דאס דריטע יאר האט די הנהלה געברענגט הרה"ג רמ"ד שטיינווארצעל זצ"ל אלס ראש ישיבה האט ער געלערנט מיט אינז ביידע שיעורים
*האט ער שפעטער נישט געהאט קיין גרויסע שייכות מיט חסידות,
נאר פאר זיך פערזענליך, פאר אינז האט ער געהאלטען אין איין איבערחזר'ן אז מען זיך קלעבען צי גרויסע אידען
זיין יאסעל שליט"א האט ער געשעקט צו מרן מהריט"ב זי"ע
איינמאך האט ער געזאגט אז אלס אינגער בחור איז ער געשטאענען אינטער זיין רבי'ס פענסטער הערען ברכת התורה
געווען איין אויסגעשפראכענער קנאי ואיש אמת
זיך נישט צירוק געהאלטען זאגען דעתו אפילו עס האט ניט געשמעקט פאר די וואס האבען געצאלט זיין געהאלט
ער האט זיך געבעטען ביי אינז לערנט זיך אויס לערנען גפ"ת עץ וועט אהיים קומען פון די ארבייט וועט עץ ניט האבען
קיין קאפ צו קצות, עס האט אים ג'קרענקט אז נאך 2 יאר האראוואניע זענען די ערשטע כתה געווארען לאמדעם
ער האט טאקע יענעם יאר רעטיירט און זיך אריינגעזעט און סטאלינער בהמ"ד

א דוגמא פון זיין מדת האמת
ער האט אויסגערעכענט אז אויב ער פערמאכט די גמרא 2:25 (ער האט ניט געהאט ריין זייגער ! און אויף די וואנט אויך ניט)
קומט ער פונקט צום נעקכטען טרעין
איין מאל 2:20 האב איך אריינגעפרעגט און ער האט מיר ג'ענטפערט , דעם נעקסטען טאג הייסט ער
מיר איבערפרעגען ווייל ער האט זיך שוין געאיילט און קען זיין אז ער האט ניט פארשטאנען

ר' שמחה scy4851 ואחיו האבען געהאט מיט אים א קשר אין די רעטיירמענט יארען אפשר ער האבען חשק דערציילען
לעצט פאראכטן דורך קיקיון אום דאנארשטאג יולי 04, 2013 5:01 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » פרייטאג יולי 05, 2013 3:32 am

רבבה האט געשריבן:
msp האט געשריבן:די פערלמאן'ס אין לאנדאן זענען אלעקסאנדער חסידים

ס'איז דא אין לאנדאן עיר הבירה פרלמן'ס פין קראקא עהר איז נאך דיא מלחמה געווארען איידעם ביים באבאווער רב הי''ד


אין לאנדאן ווייס איך זענען געווען איידעמעס ביים קדו"צ ווייטץ פרישוואסער און יאקאבע, אבער פערלמאן האב איך נישט געהערט
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

ראש הקהל
שר חמש מאות
תגובות: 864
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 1:36 pm

תגובהדורך ראש הקהל » פרייטאג יולי 05, 2013 10:08 am

יא, הקדו"צ היה לו איידעם בשם רבי חיים פערלמאן ז"ל, ומנו"כ בניו דזשוערסי
בעצם איז רוב משפחת פערלמאן באבוב'ער חסידים געוועהן אונדערהיים

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13213
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » זונטאג יולי 07, 2013 10:42 am

געדענק איך גיט?
הרה"ק ר' איציקעל זי"ע איז געווען א ימים נוראים ביי מרן מהריט"ב זי"ע און דאמאלט געווען א פאר טעג אין מאנסי
און אז איך האב שלו' גענימען אין א כאטקע אויף MAPLE AVENUE?

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13213
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » זונטאג יולי 07, 2013 10:44 am

געדענק איך גיט?
הרה"ק תולדות אהרון רבי זי"ע איז געווען א ש"ק אין מאנסי

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » זונטאג יולי 07, 2013 12:23 pm

דער תולדות אהרן רבי זי"ע איז זיכער געווען אין אמעריקא
אין זכור לאברהם ברענגט ער אז ווען אין גרויסע סאטמארע ביהמ"ד האט מען אים געגעבען א פלאץ פארנט
האט ער געזעהן אז ער וועט נישט קענען מאכען ג' פסיעות כראוי
איז ער אריבער געשפרינגען דעם טיש און זיך געשטעלט דאווענען ווי ער האט יא געקענט מאכען די דריי פסיעות
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5327
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » זונטאג יולי 07, 2013 2:55 pm

קיקיון האט געשריבן:געדענק איך גיט?
הרה"ק ר' איציקעל זי"ע איז געווען א ימים נוראים ביי מרן מהריט"ב זי"ע און דאמאלט געווען א פאר טעג אין מאנסי
און אז איך האב שלו' גענימען אין א כאטקע אויף MAPLE AVENUE?


איך געדענק נישט צו איר געדענקט, אבער פון טאטן האב איך געהערט אז ר' איציקל איז געווען אויף ראש השנה איין יאר ביים רבי'ן, ער איז שוין געווען אלט און שוואך, אויפ'ן וועג אהיים פון ביהמ"ד האט מען מיטגענומען א בענקל אז ער זאל זיך קענען אראפזעצן.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט