וועלכע "צדיקים" האט איר נאך זוכה געווען צו קענען?

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דינסטאג ינואר 06, 2009 12:19 pm

פארשלאפן כתב:
ר' בערל, ר' יעקב חיים'ס זכרונות זענען געווארן געדרוקט אין צוויי בענדער, איך פארמאג זיי אינדערהיים.

דער יחוס מיט ר' יעקב חיים איז אז ער איז נישט נאר אין די בענדער, ער איז ב"ה לעבעדיג מיט אונז, און כ'וויל איבערשרייבן לע"ד, איז א זכי' אים צו קענען

קאנוי כתב:
בערל דער נאנאשער רב קען אפשר זיין אינטערעסאנט פאר אייך.

דער נאנאשער רב שליט"א דערציילט זאכן וואס ער האט געהערט, געזען האט ער נאר ביי הרה"ק מסאטמאר, וואס נאך אסאך אידן האבן געזען, אפשר איז ער טאקע פון די מערסטע געוועזן ביים רבי'ן בשנים קדמוניות אין אמעריקע, אבער מיין טאטע/שווער וואס זענען אסאך אינגער פון אים האבן אויך געזען זאכן ביים רבי'ן.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5327
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דאנארשטאג דעצמבער 23, 2010 1:41 pm

מ'זעמיר מעלה אן אשכול וואס פארמאגט אין זוך א אוצר נפלא, קודם זענען מיר אים מעלה, און מ'האף מיר מגיב צו זיין ווי אמשנעלסטן.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
משה פאלאפל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 470
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 21, 2010 12:59 pm

תגובהדורך משה פאלאפל » דאנארשטאג דעצמבער 23, 2010 1:58 pm

פשי... טאקע א תוכנ'דיגע אשכול

לאמיר טראכטן וועם איך האב אלס געזעהן

הגרמ"א פריינד
האדמו"ר מזוטשקא זצ"ל
האדמו"ר בעל פני מנחם מגור זצ"ל
האדמו"ר מסקווער ב"פ זצ"ל
האדמו"ר ר' הירשעלע מספינקא זצ"ל
האדמו"ר בעל ברך משה זצ"ל
האדמורי"ם מבאבוב זצ"ל
האדמו"ר מרחמסטריבקה ירושלים זצ"ל
האדמו"ר מקרעטשניף ירושלים זצ"ל

דאס געדענק איך ביז דערווייל

אוועטאר
משה פאלאפל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 470
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 21, 2010 12:59 pm

תגובהדורך משה פאלאפל » דאנארשטאג דעצמבער 23, 2010 2:02 pm

נאך

האדמו"ר מזמיגראד זצ"ל
האדמו"ר מנאראל זצ"ל
האדמו"ר מביאלא פשיסחא זצ"ל
גאב"ד שטראסבורג זצ"ל
אב"ד דעברעצין זצ"ל
הגר"מ הלברשטאם זצ"ל
הגר"מ בראנדסדורפער זצ"ל

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5327
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דאנארשטאג דעצמבער 23, 2010 2:13 pm

דעם אשכול האבן מיר אדורכגעלייענט מיט דורשט, איי ווי נעמט מען די אמאליגע אידן? חבל על דאבדין ולא משתכחין!

איך פערזענליך האב גראדע נישט זוכה געווען צו קענען אסאך ערליכע אידן, איך בין שוין א דור שפעטער, אבער ברם זכר לטוב אבי מורי ורבי שליט"א וואס האט מעודו מכבד געווען און אנערקענט יעדן ערליכן איד, נישט קיין חילוק פון וועליכע קרייז, און אונז קינדער כסדר גענומען לחזות בנועם ה' ולבקר בהיכלם של גדולי ישראל זכותם יגן עלינו ויבלחט"א אשר אתנו חיים לאויט"א. דערפאר האבעך אביסל אריינגעכאפט און איך האב טאקע אביסל זכרונות, און כ'ועל פורבירן זיי מעלה צו זיין, העמיר זעהן וויפיל ס'וועט גיין.

-

בראש וראשון האבעך געהאט די זכיה זיך מסתופף צו זיין בצל קדשו פון רביה"ק בעל ברך משה מסאטמאר זי"ע. ס'איז אפשר נישט קיין נייעס, אלע חברי הקרעשטמע האבן נאך געקענט קענען דעם רבי'ן, אבער אזוי ווי מיר זענען געווען סאטמארע חסידים, און געדאווענט ביים רבין'ס ביהמ"ד אויף ראדני, און ס'ליגט מיר נאך אין די ביינער די מתיקות וואס מ'האט געשפירט זייענדיג בד' אמותיו של אותו צדיק וקדוש זי"ע, וועלעך אביסל מעלה זיין כפי משאת הפנאי.

ווען כ'בין געווען א קליין אינגעל האבעך קנאפ פארשטאנען וואס ס'מיינט זעהן און געבן די האנט פאר א רבי'ן. ווען דער רבי זי"ע איז געווען ביים טאט'ן אין שטוב צוליב א שמחה האבעך גאר ווייניג פארשטאנען, אבער ווערנדיג אביסל עלטער און גייענדיג כסדר צום פרייטאג צונאכט'ס טיש, איז שוין געווען א אנדערע מעשה.

א שיינע שטיק צייט האבעך זיך געשטעלט לעבן רבינ'ס בענקעל, און היבש מאל די זכיה געהאט צו טראגן די מוצא און קידוש וויין פאר די רעבעצין ע"ה אינעם שטיבל אויף מזרח וואנט. ווי אויך פלעג איך אמאל אמאל העלפן טראגן דעם רבינ'ס כלים, ס'איז נישט געווען קיין מיוחסישער זאך, וועליכע אינגעל ס'האט געוואלט האט עס געקענט טוען, און מיר איז עס גראדע געפאלן.

ווען כ'בין געווארן א בחור איז שוין געווען גאר אנדערש. כ'רעדט שוין נישט דאס קוויטל און בענטשן פארן בר מצוה; זיינע הייליגע ברכות; די הלבשת תפילין און זיין זיך בעטן נישט צו רעדן מיט די תפילין, זאגענדיג דערביי "אז די וועסט נישט רעדן מיט די תפילין וועסטו זיין אן ערליכער איד" ליידער האבעך פארדעם נישט געהאט קיין שכל און נישט פארשטאנען אז די ברכה פון זיין א ערליכער איד איז ווערט מער ווי כל הון דעלמא.

דאס אלעס איז געווען למעשה, אבער דער עיקר איז געווען במחשבה. ווען כ'בין געווארן א בחור האבעך אנגעהויבן פארשטיין אז איך בין אין איין מחיצה מיט א צדיק גדול וקדוש. וואס טראץ וואס מיין טאטע זז"ג איז געווען א תלמיד וחסיד פון הייליגן רבי'ן זי"ע און ביי אונז אין שטוב האט דער רבי געמיינט דער רבי ז"ל, און דער ברך משה האט מען גערופן מיט "דער רב" האט ער אין אונז, וואס האבן נישט די זכיה געהאט צו קענען דעם רבי'ן ז"ל, אריינגעברענגט א געוואלדיגע הערצה צום ברך משה אלץ "סאטמאר רבי" וואס איז ממשיך דעם הייליגן שלשלת און ס'איז מיר גוט אריין אין די ביינער.

כ'געדענק איין יאר ווען דער רבי ז"ל איז אהיימגעקומען אויף שבת שקלים פון מיאמי. ס'איז געווען פרייטאג צונאכט'ס ביי קבלת שבת. און ווי אסאך אנדערע בחורים האבעך אויך גענומען מיין סידור און געגאנגען שטיין לעבן געיט צו זעהן פון די נאנט די עבודת הקדוש פון רבי'ן ביים דאווענען, בפרט ביי בואי בשלום ווען ער האט זיך אויסגעדרייעט ותואר זיו פני קדשו האט געשיינט מיט קדושת שבת. ביי יענע תפילה שטייענדיג נאנט צום רבי'ן האט אין מיר ממש געשטורעמט פון התרגשות, כ'האב נישט געקענט קומען צוזיך אז כ'האב די זכיה צו זיין לעבן רבי'ן.

דער רבי איז געווען מיין סנדק (גראדע דאס געדענק איך נישט...) און אזוי אויך שפעטער ביי אסאך משפחה מיטגלידער. כ'געדענק ביי א געלעגנהייט ווען מיין קרוב האט געמאכט א ברית און דער רבי האט ביים לחיים, וואס פלעגט פארקומען אדער אין בית שני, אדער אין רבינ'ס שטוב, זיך צושמועסט אביסל וועגן הייליגן עצי חיים זי"ע, און ער האט פארציילט א מעשה פון די גבעת שאול רבעצין ע"ה, א"ח פון הגאון הצדיק רבי מנחם זאב שטערן זצ"ל.

די רעבעצין שטערן איז געווען א בת בית ביים הייליגן עצי חיים אין די צייטן וואס ס'איז נפרץ געווארן די מאדע אז פרויען גייען מיט היטלעך (וואס כידוע האט דער רבי אסאך מעורער געווען וועגן די "ווייסע היטלעך") און זי האט אויך געוואלט אנטוען אזא היט. האט איר דער עצי חיים געבעטן אז זי זאל עס נישט טוען, ובזכות זה האט ער איר צוגעזאגט דריי זאכן: אריכות ימים ושנים, א פיינע שידוך, און דאכט זיך די דריטע איז געווען גוטע קינדער. זי האט טאקע זוכה געווען צו א אריכות ימים קרוב צו די הונדערט; זי האט געהאט א מאן א גאון וצדיק מפורסם; און אירע קינדער זענען אויסגערופענע בני תורה, און אויך אירע איידעמער הגה"ח רבי עזריאל מארקאוויטש ז"ל פון ירושלים און להבחל"ח משרידי צדיקי דורינו הרה"צ כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א. די מעשה האבעך דאן געהערט פון ברך משה זי"ע.

דערווייל קומט ארויף נאך און נאך, אבער מ'דארף צוריקגיין ארבייטן.. אפליינען דעם אשכול מיט אלע זייטיגע ------ האט גענומען אביסל/אסאך צייט.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלפיים
תגובות: 2128
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » פרייטאג דעצמבער 24, 2010 1:03 am

גם אני מצרף לאשכול נפלא זו

יאך האבער זוכה געוועהן צו קענען כמעט רוב צדיקי הדור מדור האחרון אין נהנה זיין מזיו השכינה אין קען אפשטעלען ביי יעדעם אין דערמאנען א ענין אבער אזוי ווי דער צייט איז ענג וועלעך נאר דערמאנען דער נעמען

כ"ק אדמו"ר ר' משה מרדכי מלעלוב זי"ע
כ"ק אדמו"ר ממאכנובקא זי"ע
כ"ק אדמו"ר מטשענאביל זי"ע
כ"ק אדמו"ר ר' יענקעלע פשערווארסקער זי"ע ביי איהם האב איך געהאט א מופת אין אויף דעם אין א צווייטן געלעגנהייט
הרה"ק ר' יודעלע מדזיקוב זי"ע
כ"ק אדמו"ר ר' ישראל מרדכי מראכמיסטריבקא זי"ע
הגאון הק' דער סטייפלער גאון
כ"ק אדמו"ר ר' שלמהלע באבובער זצ"ל
כ"ק אדמו"ר ר' נפתלשטע מבאבוב זצ"ל
אין נאך אסאך אין מוועט ממשיך זיין א צווייטן געלעגנהייט
参考专家

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » פרייטאג דעצמבער 24, 2010 1:33 am

רביה"ק מהר"י ט"ב זי"ע בעל הויואל משה, אשר סמך את שתי ידיו הקדושות עלי וברכני בהיותי בן ג' שנים
מ"מ הברך משה זצ"ל
כ"ק אדמו"ר ר' שלמהלע באבובער זצ"ל
כ"ק אדמו"ר ר' ישראל מרדכי מראכמיסטריבקא זצ"ל
רבי יענקלע מפשעווארסק זצ"ל
רבי ארי' לייביש מזמיגראד זצ"ל
רבי משולם ישכר אשכנזי מסטאניסלאוו לאנדאן זצ"ל
הגרח"ה פאדווא בעל חשב האפוד
הגאון בעל מנחת יצחק זצ"ל
רבי מ"א פריינד זצ"ל
רבי הערשעלע קרעטשניפער זצ"ל
און ווער נאך.....






ר' יענקלע מפשעווארסק

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5327
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » פרייטאג דעצמבער 24, 2010 9:39 am

אדמו"ר רבי הערשעלע מקרעטשניף זצ"ל

צווישן אנדערע האבעך אויך זוכה געווען צו זיין פאר מיין חתונה מיט א קוויטל ביי כ"ק אדמו"ר מהר"צ מקרעטשניף זי"ע, און כ'בין געווען אסאך ביי זיינע טישן ווען ער האט געפראוועט שבת דאהי. (ס'האט זיך אמאל געמאכט אז דער ראש ישיבה האט מיר אהיימגעשיקט אויף שבת, אוי די גוטע צייטן..., און ער האט נישט געוויסט אז ער האט מיך געטוען א געוואלדיגע טובה, ווייל דער קרעטשניפער רבי איז געווען אויף שבת אין שטאט, און אזוי האבעך מיטגעהאלטן דעם גאנצן שבת מהיכל ועד גמר! צו טאטע מאמע זענען געווען באזונדער פרייליך אז זייער מוזיניקעל איז שוין ווידער דא ווייסעך נישט... אבער ביים רבין'ס טיש בינעך געווען.)

בשעת'ן געזעגענען ביים קרעטשניפער רבי'ן זצ"ל האט ער געהאט א "שויתי" איינגעפרעימט וואס איז געליגן קעגן אים און ער פלעגט זיצו מיט "אזא קאך" און ער האט אויך ווארעם אנגעוואונטשן.

א געפיל צו קרעטשניף האבעך באקומען זייענדיג אסאך ביים פרייטיג צונאכט'ס באטע פון בנו הרה"צ ר' זיידל שליט"א, כהיום כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף ארה"ב.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » פרייטאג דעצמבער 24, 2010 10:08 am

שמעלקא טויב האט געשריבן:אדמו"ר רבי הערשעלע מקרעטשניף זצ"לבשעת'ן געזעגענען ביים קרעטשניפער רבי'ן זצ"ל האט ער געהאט א "שויתי" איינגעפרעימט וואס איז געליגן קעגן אים .


א שויתי מיטן שם הוי"ה אין גרויס, אויף קלף האט ער געהאט תמיד אויפן טיש

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5327
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » פרייטאג דעצמבער 24, 2010 10:17 am

ווען ער איז געווען בבית אכסניא ביי הרבני הנגיד ??? אבערלענדער איז עס געווען איינגעפרעימט.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
אבני שיש
שר מאה
תגובות: 114
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 30, 2010 2:23 pm
לאקאציע: אין די כלים

תגובהדורך אבני שיש » פרייטאג דעצמבער 24, 2010 11:42 am

איז אזוי, בראש וראשון מורי ורבי מרן הגה"ק בעל ברך משה זי"ע.
איר וואונדערט זיך פארוואס איך רוף אים 'מורי ורבי'? ערשטנס האב איך געלערנט אין די מוסדות תחת הדרכתו, צווייטנס האב איך געהאט א פערזענליכע עובדא ווען איך בין איינמאל אריין אל הקודש, נאך אלס בחור, און דער רבי זי"ע האט זיך אויפגעשטעלט, צוגעגאנגען צום ספרים שאפע, ארויסגענומען א שולחן ערוך און געלערנט מיט מיר פון אינעווייניג א שטיקל מחבר ונו"כ.

אויך האב איך געהאט די זכי' צו זען הרב משארמאש זצ"ל לכאורה דעם לעצטן ראש השנה עלי אדמות.

ביי הרה"ק רבי יענקעלע מפשעווארסק זי"ע האב איך זיך מסתופף געווען בשנת תשנ"ה, זייענדיג אין אנטווערפן אויף 2 שבתים, עס איז שוין געווען ליידער והוא מחולל מפשענו. ער האט זיך דאן אויפגעהאלטן אין שטוב פון נכדו הרב יצחק אהרן פילאף. איך פלעג אהינגיין דאווענען יענע טעג, און אלס אמעריקאנער גאסט בין איך געווען א שטיקל מיוחס. (עס זענען געווען נאך מיוחסים...)

הגרמ"א פריינד זצ"ל, דענק איך ווען ער איז געווען אין קרית יואל עטליכע מאל אויף שבת, געפראוועט איינמאל אין זאל אונטער'ן ביהמ"ד הגדול, און איינמאל אינ'ם פאליש. אויך איז ער געווען אין הוניאדער ביהמ"ד לרגל הנחת אבן הפנה אויסצוברייטערן דעם ביהמ"ד מיט א מקוה, וואס איז קיינמאל נישט געקומען מכח אל הפועל. דאכט זיך אז צו די קינדער אין ת"ת איז ער אויך אמאל געקומען.

מהרצ"ה מקרעטשניף זצ"ל, אויך געווען אמאל אויף א שבת אין קרית יואל און געפראוועט אין בנין הת"ת אויף געציל בערגער בלווד.

האדמו"ר מספינקא זצ"ל פלעג איך זען ביי די הקפות. אויך בין איך געווען עטליכע מאל ביי א שובבי"ם תורה, וואס איז געווען מלא בכיות והתעוררות. אויך געדענק איך א הכנסת ס"ת וואס ער האט אריינגעגעבן איין שבת, כ'געדענק נישט וועלכע יאר, די ס"ת איז ארויס פון זיין הויז נעבן ביהמ"ד און מען האט געטאנצן אין ביהמ"ד. נאכ'ן דאווענען איז געווען א קידוש.

הרבנים חברי הביד"ץ עדה החרדית וועלכע זענען געקומען בשנת תשנ"ח צום מעמד העשרים פון מוסד קרן הצלה.

דאס וואס איך געדענק יעצט אויפ'ן מאמענט.

עכ"פ כאפט אריין, טראגט אייערע קינדער זאלן אנקוקן ערליכע אידן, וועלן זיי האבן לעכטיגע אויגן און הייליגע זכרונות.

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5327
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » פרייטאג דעצמבער 24, 2010 11:52 am

שלום עליכם הרב מארבעלשטיין, יהא בואך לברכה. מיר האפן אסאך הנאה צו האבן פון אייער אנוועזנהייט.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
אבני שיש
שר מאה
תגובות: 114
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 30, 2010 2:23 pm
לאקאציע: אין די כלים

תגובהדורך אבני שיש » פרייטאג דעצמבער 24, 2010 12:02 pm

עליכם השלום, און ישר כח פאר די אויפנאמע.
אגב, איך האב אסאך געליינט דיינע תגובות דא, איך בין זייער נתפעל דערפון, מלא תוכן זיך צו באלעקן די פינגערס...

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6341
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » פרייטאג דעצמבער 24, 2010 12:28 pm

שלום עליכם הרב אבני שיש, אייער לעכטיגע צורה איז מיר קענטליך פון ערגעץ....
*
צוריק צום נושא
וועלכע "צדיקים" האט איר נאך זוכה געווען צו קענען?
די שאלה איז וואס הייסט קענען א צדיק? איז מען דען משיג א צדיק?
איך וועל אראפשרייבן די צדיקים וואס איך האב זוכה געווען צו זען און זיי געבן די הענט

בראש וראשון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע וואס איך האב זוכה געווען רבות בשנים להסתופף בצלו, און אויך פילע מאל צוהערן פון אים דברי תורה בשנים כתיקונם.
הרה"ק ר' הערשעלע ספינקער זי"ע וואס איך געדענק נאך זיינע טישן ווי ער פלעגט זאגן די שלש סעודות תורה'ס מיט געוואלדיגע בכיות אזש דאס גאנצע ביהמ"ד האט געוויינט.
גאב"ד ירושלים ר' משה ארי' פריינד זי"ע וואס איך בין אויך כאטש איין מאל זיכער געווען ביי זיין טיש אין וויליאמסבורג.
דעם בי"ד הגדול שבירושלים ווען זיי זענען דא געווען אין יאר תשנ"ח

וועם נאך?
איך געדענק שוין נישט
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
אבני שיש
שר מאה
תגובות: 114
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 30, 2010 2:23 pm
לאקאציע: אין די כלים

תגובהדורך אבני שיש » פרייטאג דעצמבער 24, 2010 12:36 pm

קאן זיין אז מיר זענען געשטאנען איינער נעבן צווייטן ביים קבלת פנים פאר די חברי הביד"צ אויף בעדפארד עוועניו...
מי יודע?...

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג דעצמבער 24, 2010 1:33 pm

מי יודע האט געשריבן:שלום עליכם הרב אבני שיש, אייער לעכטיגע צורה איז מיר קענטליך פון ערגעץ....
*
צוריק צום נושא
וועלכע "צדיקים" האט איר נאך זוכה געווען צו קענען?
די שאלה איז וואס הייסט קענען א צדיק? איז מען דען משיג א צדיק?
איך וועל אראפשרייבן די צדיקים וואס איך האב זוכה געווען צו זען און זיי געבן די הענט

בראש וראשון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע וואס איך האב זוכה געווען רבות בשנים להסתופף בצלו, און אויך פילע מאל צוהערן פון אים דברי תורה בשנים כתיקונם.
הרה"ק ר' הערשעלע ספינקער זי"ע וואס איך געדענק נאך זיינע טישן ווי ער פלעגט זאגן די שלש סעודות תורה'ס מיט געוואלדיגע בכיות אזש דאס גאנצע ביהמ"ד האט געוויינט.
גאב"ד ירושלים ר' משה ארי' פריינד זי"ע וואס איך בין אויך כאטש איין מאל זיכער געווען ביי זיין טיש אין וויליאמסבורג.
דעם בי"ד הגדול שבירושלים ווען זיי זענען דא געווען אין יאר תשנ"ח

וועם נאך?
איך געדענק שוין נישט

איך געדענק פון תשמ"ח

אוועטאר
אבני שיש
שר מאה
תגובות: 114
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 30, 2010 2:23 pm
לאקאציע: אין די כלים

תגובהדורך אבני שיש » פרייטאג דעצמבער 24, 2010 2:30 pm

איך געדענק אויך די לוי' (אדער ככלות השבעה) פון הגאון הגדול בעל מנחת יצחק זצ"ל, עס איז געווען א הוקאפ אין ביהמ"ד הגדול אין קרית יואל, מען האט געהערט מרן האדמו"ר בעל ברך משה זי"ע מספיד זיין.

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6341
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מוצ"ש דעצמבער 25, 2010 8:26 pm

לאמיתו של דבר געדענק אין גאר גוט די קבלת פנים פאר די בי"ד תשמ"ח, סיי אין וומסב"ג און סיי אין קרית יואל, ווי אלע קינדער זענען געשטאנען אויסגעשורה'ט אויף סאטמאר דר., אבער ס'איז מיר שווער צו זאגן אויב איך געדענק דעם מנחת יצחק פון דעמאלטס, היות איך קען גוט די צורה פון בילדער, און איך געדענק נישט פון אזויפיל יאר צוריק צו איך האב אים טאקע געזען דאן צו נישט
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

חבר_1
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 26, 2009 3:43 pm

תגובהדורך חבר_1 » מאנטאג ינואר 17, 2011 1:03 am

איך וועל פראבירען זיך צו דערמאנען ווי ווייט מעגליך, אוי ווי עס בענקט זיך צוריק

איך וועל שרייבען נאר איבער וועלכע מען קען היינט שוין נישט זען (א חוץ אין כל העלום כלו)

ברך משה מסאטמאר
ויחי יוסף מפאפע
ר' משה ארי' פריינד
ר' הערשעלע ספינקער
רבי הערשעלע מקרעטשניף, געווען אמאל ביים טיש און געזען ווי א מאדערן איד קומט נעמען שריים מיט א טעלער פרעגט די רבי וואס איז מיט די טעלער זאגט דער איד אז די קוגעל וועט אים מאכען שמוציג זאגט דער רבי אז קוגל איז אזוי ווי זייף עס מאכט שמוציג אויף א מינוט אבער צים סוף ווערט מען ריין.
ר' שלמהלע באבובער
ר' נפתלשטע מבאבוב
ר' יענקעלע מפשערווארסק
אב"ד דעברעצין, זייענדיג א שטיקל קרוב משפחה
האדמו"ר מזוטשקא ווי אויך זיין זין מסטאנעסלאוו מאנסי
סקולענער רבי ז"ל
ר' ממ"ש מחב"ד, געווען ביי א פארברענג אלץ קינד און שווער פארשטאנען א ער רעדט גאר אויף אידיש אבער דאס מאכען מיט די הענט ביים זינגען ליגט נאך אין די ביינער
כ"ק אדמו"ר מריביניץ
כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן
רבי ישראל משה דושינסקיא
כ"ק אדמו"ר מקאשוי
הרב שך, געהערט פארלערנען אין פאנעוויטש און זייענדיג א יונג בחור האב איך געקוקט אויפן גאלדענעם ארון קודש
אדמו"ר מבהוש בני ברק, ער איז שוין יאמאלט געווען אין א גאר א הויכען עלטער אין נישט געהאט א קנייטש אויפן שטערן
אדמו"ר מזידיטשוב, דאכצעך אז ער האט געוואוינט בארא פארק, ער איז געווען באקאנט מיט זיין שטעקן ווי ער פלעגט אפשטעלען קאר'ס פאר א היטש, איך אלץ קינד פלעג ציטערן פון זיין שטרענגן פנים.
אדמו"ר מ'נדבורנא ( דער רויטער רבי), געהאט האב איך א פעטער מיט א פאר דאלער און פלעגט ריפען דעם רבין אויף א מלוה מלכה צו וואס עס זאל נאר זיין , מיר קינדער פלעגן זיך אינטער האלטען מיטן רבין, און רעקארדען טעפיס ווי די רבי בייזערט זיך אויף אינז.

אקעי געניג אויף איצט

יוםטובערליך
שר חמש מאות
תגובות: 672
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 31, 2007 12:32 pm

תגובהדורך יוםטובערליך » זונטאג ינואר 23, 2011 12:27 pm

בס"ד,

אונז זוכה געווען צו זעהן (אין מוקדם ומאוחר):

כ"ק מרן בעל ברך משה מסאטמאר זי"ע,
כ"ק מרן הגאב"ד בעל מנחת יצחק זי"ע און אלע חברי הבד"ץ וואס זענען געקומען תשמ"ח, און דער גאב"ד זי"ע און אלע חברי הבד"ץ וואס זענען געקומען תשנ"ח, ווען הרה"ח רבי סענדער דייטש ז"ל האט געזינגען (שוין אזוי אלט און שוואך) "ובכן צדיקים, ובכן צדיקים!"
כ"ק מרן מתולדות אהרן זי"ע (ווען ער האט אמאל געפירט טיש אין קליימער און-אדער אין תהלות יואל)
כ"ק מרן מריבניץ זי"ע (בסוף ימיו, געווען מיט א קרוב ביי אים, איך אלס קינד, יענער אריין און מיר געלאזט אריינקוקן אויף א מינוט אין א שפאלט פון די טיר, זוכה געווען צו כאפן איין בליק אויפ'ן צדיק בסוף ימיו).
כ"ק מרן מספינקא זי"ע, געווען ביי אים תפילות און טישן, אומשאצבאר.
כ"ק מרן מקרעטשניף זי"ע - אסאך געזען אין וויליאמסבורג.
כ"ק מרן מוהר"ש ומוהנ"צ מבאבוב זי"ע (ליגט מיר אין די ביינער ווי מהר"ש האט געזינגען מיט'ן גאנצן חיות און פראכט, פורים ביינאכט, "אספרה שמך לאחי, איי איי, איי-איי-איי")
הגאון בעל באר משה מ'דעברעצין - ער האט להבחל"ח מיך אמאל פארהערט
אראדער רב זי"ע - אה, אמן יהא שמי' רבא מיט אלע כוחות, ווי זעהט מען דאס היינט, ווי ווייזט מען דאס פאר די יונגווארג!
זידיטשויבער רבי זי"ע (רבי שלום) - דער שיעור אין מס' יומא שבת צופרי מיט אראדער רב, אין ראדני פאליש נעבן די סידורים שטיבל, ווער געדענקט נאך
זידיטשויבער רבי זי"ע פון וומ"ס (ראס סטר.) - אלץ געווען אין ראדני סטריט, און געוואונטשן מזל טוב ביים תפלין לייגן די ערשטע מאל דארט אין ביהמ"ד הגדול.
ווינער רב זי"ע - געזען ביי כ"א כסלו און נאך מסיבות, קרן הצלה.
סטאשובער רבי זי"ע (דור חמישי לנוע"א זי"ע) - געווען ביי אים אמאל שבת נאכמיטאג ביי אכסניא משפחת באנדא (?).
לאנדסבערגער רב זי"ע - אין בחורים קעמפ.
קולישער רב זי"ע - אין ראדני.
אמשינאווער רבי זי"ע - "איינמאל" געווען אין וויליאמסבורג אין מיינע צייטן, איך געדענק דער עולם איז געלאפן אין די מאסן צו כאפן א בליק.
קאשויער רב זי"ע - ביי א פורים טיש, להבחל"ח רבי שמואל קרויס (שער התלמוד) האט געזאגט תורה בגילופין עפ"י חסידות.
זוטשקער רבי זי"ע (נישט זיכער, אבער ער איז אזויפיל געווען אין וומ"ס אז כ'האב אים לכאורה זיכער געזען)
טענקער רב זי"ע - אים געזען אסאך.
העלמעצער רב זי"ע - אים געזען גאר אסאך.
פאפער רב זי"ע - איי ליגט נאך אין די ביינער ווי ער פלעגט יעדע נאכט לערנען משניות צווישן מנחה מעריב מיט די בעלי בתים, ווי א רב אין דער אלטער היים! ער איז געווען אזא פשטן וענון אז ס'איז נישט געווען א גבאי וואס זאל מיך אוועקטרייבן, א קליין יונגל וואס קומט צו נאנט צום רב יעדע צווייטע נאכט. א הויז-בחור איז יא געווען, שוין היינט א זיידע ב"ה... גראדע געדענק איך אפאר פון די הויז בחורים אין פאפא.

דאס געדענק איך יעצט, ועוד חזון למועד אי"ה.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג ינואר 23, 2011 12:31 pm

ר' יום טוב;

איר רעדט פון ר' אהרן קרויס שליט"א ר"מ שער התלמוד, אדער פון זיין פאטער ר' שמואל ז"ל?

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » זונטאג ינואר 23, 2011 12:57 pm

אה, דעם אראדער רב זצ"ל, געדענק מיר גוט, דעם לשם יחוד פארן פשוט'ן שהכל, אדער דאס זיין קישן די מזוזה!!, וואו זעהט מען היינט אזוינס?

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » זונטאג ינואר 23, 2011 2:18 pm

איינער געדענקט נאך אפשר דעם פראגער רב הרב ראפאפארט זצ"ל.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6441
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » זונטאג ינואר 23, 2011 2:30 pm

קרעמער האט געשריבן:ר' יום טוב;

איר רעדט פון ר' אהרן קרויס שליט"א ר"מ שער התלמוד, אדער פון זיין פאטער ר' שמואל ז"ל?


ער מיינט מסתם ר' אהרן קרויס ר"מ שער התלמוד , ר' אהרן פלעגט זיין פורים רב א שיינע פאר יאר און זאגען תורות ביים טיש
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
זאמלער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 459
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 12, 2010 4:26 pm

תגובהדורך זאמלער » זונטאג ינואר 23, 2011 2:33 pm

אין שנת תר"ח איז שוין געווען IVLT? דוכט זיך אז נישט
אבער דא האט איר א רשימה פון א ייד וואס האט אין שנת תר"ח זיך פארשריבן די אלע צדיקים וקדושים וואס ער האט זוכה געווען צו קענען. עס כאפט א מבהיל'דיגע הרגשה צו הערן פשוט די נעמען פון די קדושי עליון, און דער ייד האט זיי פארכאפט און זוכה געווען זיי צו זען.
פון אלע קרייזן און שיכטן, צ.ב.ש. דער הייליגער טשערנאבילער'ס אכט קינדער, דער הייליגער צאנזער רב, דער הייליגער ראפשיצער רב, דער הייליגער זידיטשויבער, דער הייליגער בעלזער רב און נאך און נאך און נאך זצוקללה"ה וזי"ע

איך האב מעתיק געווען פון דעם אורגינעלען כתב. כ'מיין אז דאס איז שוין ערגעץ וואו (אפשר אין א 'צפונות'?) געווען געדרוקט, אדרבא ווער ס'ווייסט וואו ברענגט ארויף אהער
צוגעלייגטע
IMG_2946.JPG
IMG_2945.JPG
IMG_2947.JPG


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: א חסיד און 8 געסט