וועלכע "צדיקים" האט איר נאך זוכה געווען צו קענען?

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25697
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג אפריל 01, 2008 9:31 am

איך האב גראדע געמיינט דאס אריינרוקען אלס א לצה'לע, אבער השתא דאתית להכי אז עס איז שוין דא, לאמיר דאס מעלה זיין.

היינט ווען מ'האט זכרונות פון צדיקים רוקט מען דאס אריין ביי ר' שמחה'ען, יעצט קען מען נוצען דעם אשכול פאר פערזענליכע איבערלעבענישען בחצרות צדיקים נשמתם עדן.

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2866
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » דינסטאג אפריל 01, 2008 10:56 am

קרעמער האט געשריבן:אינטערסאנט, איך פערזענליך האב געהאט אזא סארט מעשה מיט א רבי וואס לעבט נאך היינט ב"ה, ער האט מיר אנגעוואונטשן ביום פלוני, און 40 טאג דערויף בין איך שוין געווען א חתן.

אויב מען מעג שרייבן נעמען פון היינטיגע רבי'ס, וועל איך אי"ה שרייבן ביי וועמען די מעשה האט פאסירט.

אזוי ביי די זיבעצען ביסטי שוין געלאפן נאך ברכות, וואס איז געווען די ראש?

אוועטאר
יצמחפורקניה
שר מאה
תגובות: 201
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 15, 2008 4:04 pm

תגובהדורך יצמחפורקניה » דינסטאג אפריל 01, 2008 5:56 pm

מיין טאטע פלעגט מיר נעמען אסך מאל צום קאליבער רבי'ן ר' מנחם שלמה זצ"ל

ווער גדענקט אים דא ?

לויט וויפיל איך האב גהערט איז ער גוועהן א איש קדוש

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג אפריל 01, 2008 10:54 pm

יאסל האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:אינטערסאנט, איך פערזענליך האב געהאט אזא סארט מעשה מיט א רבי וואס לעבט נאך היינט ב"ה, ער האט מיר אנגעוואונטשן ביום פלוני, און 40 טאג דערויף בין איך שוין געווען א חתן.

אויב מען מעג שרייבן נעמען פון היינטיגע רבי'ס, וועל איך אי"ה שרייבן ביי וועמען די מעשה האט פאסירט.

אזוי ביי די זיבעצען ביסטי שוין געלאפן נאך ברכות, וואס איז געווען די ראש?


דו לץ איינער. גראדע בין איך שוין געווען 18. אבער ביי די משנה פון בן י"ח לחופה זאגן די מפרשים "ריש י"ח".

אויך געדענק איך נישט אז איך זאל האבן געבעטן די ברכה, נאר געגעבן א קוויטל און די ברכה איז אליינס געקומען (דו ביסט מיטגעווען אויף די נסיעה? דאכט זיך אז נישט. עס איז געווען פרשת פרה, אוי די הויכע שניי אויפן וועג צוריק, מיט די גרעניץ וועכטער... איך דערמאן מיך די סיין וואס דו האסט אויפגעמאלעוועט אין מיין שטוב נאך די שידוך... אלטע זכרונות)

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג אפריל 01, 2008 10:55 pm

יצמחפורקניה האט געשריבן:מיין טאטע פלעגט מיר נעמען אסך מאל צום קאליבער רבי'ן ר' מנחם שלמה זצ"ל

ווער גדענקט אים דא ?

לויט וויפיל איך האב גהערט איז ער גוועהן א איש קדוש


מיין טאטע דערציילט אז מען פלעגט שמועסן אויפן אלטן קאלובער זצ"ל אז ער דאווענט שמונה עשרה מיט אפענע אויגן, און די קינדער פלעגן זיך שטעלן פארענט פונעם עמוד צו כאפן א בליק דערויף. מיין טאטע האט אמאל פרובירט דאס פארטל, און ער האט געזען די פייערדיגע אויגן, ער איז ממש אנטלאפן פאר פחד.

אוועטאר
יצמחפורקניה
שר מאה
תגובות: 201
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 15, 2008 4:04 pm

תגובהדורך יצמחפורקניה » מיטוואך אפריל 02, 2008 7:36 am

איך גדענק נאך זיין דאווענען, מיטן געהויבענעם נוסח, ס'איז גוועהן עפעס שלא מעלמא הדין

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2866
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » מיטוואך אפריל 02, 2008 11:43 am

דאכט זיך אז זיין ספירה ציילן פלעגט ציען גאר א גרויסער עולם

אוועטאר
abimlaibt
שר שלשת אלפים
תגובות: 3849
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 25, 2006 3:48 pm
לאקאציע: נישט קיין נפק"מ איך זיך ממילא א נייע ס'פלאץ

תגובהדורך abimlaibt » מיטוואך אפריל 02, 2008 12:21 pm

מיר דאכצעך אז דער היינטגער ציהט אויך אן עולם צו זיין ספירה ציילן.
וויזוי מ'לעבט איז געלעבט. אבי מ'קלעיבט.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25697
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך אפריל 02, 2008 12:46 pm

abimlaibt האט געשריבן:מיר דאכצעך אז דער היינטגער ציהט אויך אן עולם צו זיין ספירה ציילן.


דו מיינסט דער קאלובער רבי פון הויז סט.?

איך געדענק אלס קינד/אינגע בחור פלעגן מיר גיין אויף פאפא הערן די ספירה ציילן און דער ארטיגער משמש הרב ראטטער האט גאר שווער געארבעט פטור צו ווערן פון די אנשיקענישען.

ר' הערשעלע ספינקער זצ"ל איז געווען א צדיק אמת וואס אונזער דור האט זוכה געווען אינעם פריערדיגען סענטשורי.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22086
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך אפריל 02, 2008 12:51 pm

מיללער האט געשריבן:
ר' הערשעלע ספינקער זצ"ל איז געווען א צדיק אמת וואס אונזער דור האט זוכה געווען אינעם פריערדיגען סענטשורי.


ביי רבי הערשעלע האב איך מיך אסאך געדרייט זיין לעכטיגע צורה וועט מיר קיינמאל ארויס פון זכרון.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25697
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך אפריל 02, 2008 12:54 pm

פארשלאפן,

נאר די צורה? ער איז געווען כל כולו אן עובד ה' מיט א זעלטענע פשטות וענוות חן, זיינע אמת'ע קרעכצן ביי די דברי תורה איז געווען יורדים לחדרי בטן.

תנצב"ה

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22086
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך אפריל 02, 2008 1:04 pm

מיללער האט געשריבן:פארשלאפן,

נאר די צורה? ער איז געווען כל כולו אן עובד ה' מיט א זעלטענע פשטות וענוות חן, זיינע אמת'ע קרעכצן ביי די דברי תורה איז געווען יורדים לחדרי בטן.

תנצב"ה


גערעכט אבער איך האב געשריבן גאר בקיצור, ווייל ווען איך הייב ווען אן וואלט איך נישט געענדיגט אזוי שנעל.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6442
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » מיטוואך אפריל 02, 2008 3:04 pm

abimlaibt האט געשריבן:מיר דאכצעך אז דער היינטגער ציהט אויך אן עולם צו זיין ספירה ציילן.


יא יא איך גיי אריין כמעט יעדעס כאטש איין מאל
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
אשר
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 03, 2008 7:09 am
לאקאציע: ירושלים

תגובהדורך אשר » זונטאג אפריל 06, 2008 5:59 pm

איך האב נאך באזוכט ביי די פאלגענדע צדיקים:

כ"ק אדמו"ר מסאטמאר זי"ע בעל 'ויואל משה' ואב"ד ירושלים,
כ"ק אדמו"ר מגור זי"ע בעל 'בית ישראל',
כ"ק אדמו"ר מוויזניץ זי"ע בעל 'אמרי חיים',
כ"ק אדמו"ר מריביניץ זי"ע,
רבי פנחס עפשטיין זי"ע ראב"ד העדה החרדית,
רבי ישראל יצחק רייזמאן זי"ע מרבני העדה החרדית,
רבי דוד יונגרייז זי"ע ראב"ד העדה החרדית,
רבי אלי' זלוטניק זי"ע מרבני העדה החרדית,
רבי יעקב מוצפי זי"ע ראב"ד מעדת הספרדים,
רבי יצחק יעקב ווייס זי"ע אב"ד ירושלים,
רבי יהודה'לע הורביץ זי"ע אדמו"ר מדזשיקוב,
רבי משה ארי' פריינד זי"ע אב"ד ירושלים,
רבי בנימין רבינאוויטש זי"ע מרבני העדה החרדית,
כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן זי"ע,
כ"ק אדמו"ר מביאלע זי"ע,
כ"ק אדמו"ר מסטראפקוב זי"ע,
כ"ק אדמו"ר מסלונים זי"ע,
כ"ק אדמו"ר רבי חיים מרדכי מנדבורנא זי"ע,
רבי ישראל יעקב פישר זי"ע ראב"ד העדה החרדית,
רבי ישראל משה דושינסקיא זי"ע אב"ד ירושלים,
כ"ק אדמו"ר רבי הערש'לע מספינקא זי"ע,
כ"ק אדמו"ר מפאפא זי"ע,
כ"ק אדמו"ר מקאשוי זי"ע,
כ"ק אדמו"ר מסאטמאר זי"ע בעל 'ברך משה',

ועוד וכו'.
[align=center]נישט יעדע זאך וואס גלאנצט איז גאלד - נישט יעדער וועלכער שמייכלט צו דיר איז דיין פריינד[/align]

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2866
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » זונטאג אפריל 06, 2008 6:04 pm

וואו וואו
אלע אויבנדערמאנטע האסטו געהאט די זכיה צי קענען פון די נאנט?

אוועטאר
אשר
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 03, 2008 7:09 am
לאקאציע: ירושלים

תגובהדורך אשר » זונטאג אפריל 06, 2008 6:24 pm

יאסל האט געשריבן:אלע אויבנדערמאנטע האסטו געהאט די זכיה צי קענען פון די נאנט?


אנטשולדיגט, איך פארשטיי נישט דיין פראגע, וואס מיינט פון דער נאנט, אדער פונדערווייטנס?
איך האב די אלע געזעהן מיט מיינע אויגן (נישט אויף קיין בילדער).
[align=center]נישט יעדע זאך וואס גלאנצט איז גאלד - נישט יעדער וועלכער שמייכלט צו דיר איז דיין פריינד[/align]

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2866
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » זונטאג אפריל 06, 2008 6:25 pm

דאס מיין איך טאקע ציפרעגן, צי סתם געזען, אדער זיך געווייקט ביי טישן וכדומה.

אוועטאר
אשר
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 03, 2008 7:09 am
לאקאציע: ירושלים

תגובהדורך אשר » זונטאג אפריל 06, 2008 6:39 pm

דאס מערסטע פון זיי בין איך אויך געווען ביי זייער טישן,
(נישט אלע זענען רבי'ס וועלכע האבן געפירט טישן).
[align=center]נישט יעדע זאך וואס גלאנצט איז גאלד - נישט יעדער וועלכער שמייכלט צו דיר איז דיין פריינד[/align]

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22086
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג אפריל 07, 2008 7:54 am

ר' אשר איך שטעל מיך אויף פאר אייך מלא קומתי, הלואי ווען איך קען ווען א פערטל פון די וואס איר האט געקענט.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6672
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מאנטאג אפריל 07, 2008 12:37 pm

נאך א סיניער סיטיזען און קרעטשמע!
וועלקאם!
the SCY is the limit

אוועטאר
אשר
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 03, 2008 7:09 am
לאקאציע: ירושלים

תגובהדורך אשר » מאנטאג אפריל 07, 2008 1:11 pm

scy4851 האט געשריבן:נאך א סיניער סיטיזען און קרעטשמע!
וועלקאם!


לויט מיין מיינונג בין איך דער עלטסטער איד דא אין קרעטשמע,
איך האב שוין ב"ה אפאר אייניקלעך,
איי וועט איר פרעגן וואס זוכט בכלל אזא עלטערער איד אין פורום,
דער תירוץ איז: 'עבדים היינו' וכו', והמבין יבין.

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2866
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » מאנטאג אפריל 07, 2008 1:13 pm

ר' אשר, אינזער ר' שמחה מאכט שוין באלד חתונה אייניקלעך.

אוועטאר
אשר
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 03, 2008 7:09 am
לאקאציע: ירושלים

תגובהדורך אשר » מאנטאג אפריל 07, 2008 1:37 pm

יאסל האט געשריבן:ר' אשר, אינזער ר' שמחה מאכט שוין באלד חתונה אייניקלעך.


ווער איז דער ר' שמחה, איך האב נישט באמערקט אזא ניק?
[align=center]נישט יעדע זאך וואס גלאנצט איז גאלד - נישט יעדער וועלכער שמייכלט צו דיר איז דיין פריינד[/align]

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » מאנטאג אפריל 07, 2008 1:45 pm

די ניק scy4851 רופט מען דא ר' שמחה.

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » דינסטאג אפריל 08, 2008 5:12 pm

זייענדיג א שכן האב איך געזעהן די אמשינובער רבי זצ"ל זייער אסאך ווי אויך בין איך געווען ביי זיין לוי' פרייטאג נאך מיטאג און אויף זונטאג האב איך געזאגט תהילים אין זיין בית המדרש ווען מ'אט געווארט אז די בליזערד זאל זיך ענדיגען.

ווי שוין געשריבן אין אן אנדערע פלאץ בין איך זייער אסאך געווען ביי די בארא פארקער סקווירא רבי זצ"ל ביי תפילות, טישען און אינדערהיים אויכעט למשל פורים וכדו'... איך בין נתפעל געווארן פון זיין פשטות ווי אויך האט מען געקענט צוגיין פון מתיקות ביין דאווענען און ביי זמירות.

ביידע באבובער רבי'ס זצ"ל.

אין א"י פלעג איך אין בני ברק אלץ גיין צו די מאדזשיצער רבי זצ"ל און צו די זוטשקע רבי זצ"ל (זיי זענען געווען נישט ווייט איינער צום אנדערע).


אין ירושלים פלעג איך בקביעות גיין צו ראכמיסטריוורע רבי זצ"ל און נאך זיין טיש פלעג איך אלץ גיין צו די קרעטשניפער רבי זצ"ל, ער האט מיר געקענט און גערעדט צו מיר אפאר מאל אבער ער האט מיר נישט געקענט ביים נאמען נאר פון זעהן ביים טיש.


דאס איז וואס איך געדענק דערווייל פון די שאינם איתנו בחיים.

די לעבעדיגע וועט מען מוזען ווארטען ביז משיח וועט קומען.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot], Majestic-12 [Bot] און 11 געסט