וועלכע "צדיקים" האט איר נאך זוכה געווען צו קענען?

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

וועלכע "צדיקים" האט איר נאך זוכה געווען צו קענען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

שטייענדיג אצינד ביים איינגאנג פון די ימים נוראים הבאים עלינו לטובה, ווי יעדער איד זוכט זיך זכותים, וועט אייך אודאי זיין א זכות מעלה צו זיין זכרונם פון די צדיקים וואס איר האט נאך זוכה געווען צו קענען אדער זעהן.

זייט דא מעלה זכרונם פון אט די צדיקים וואס איר האט זוכה געווען צו קענען אדער זעהן. ויה"ר שזכות כל הצדיקים יעמוד לנו להוושע לכוח"ט אמן.
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

און יא פארגעסן צוצולייגן.
טמער האט איר עפעס אן עובדא, אדער אן הנהגה טובה, וואס איר האט בייגעוואוינט צו זען, מעגט איר דאס פארצייכענען און דאס מיטטיילן מיט אונז. א דאנק.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יישר כח ר' זרח פארן אויפברענגן דעם אינטערסאנטן טעמע, איך האב טאקע פונקט לעצטנס געזען אין שבט מוסר, שרייבט ער דארט א סגולה לינצל ממחשבות רעות רח"ל, אז דער מענטש זאל זיך אויס'משל'ן כאילו ער קוקט יעצט אריין אין גן עדן, און זעהט דארטן צדיקים יושבים ועטרותיהם בראשיהם, און ער לייגט צו "טאקע די צדיקים וואס ער האט נאך געהאט די זכיה צו קענען אויף די וועלט" זאל ער זיך אויסמאלן כאילו ער זעהט זיי זיצן אין גן עדן, און דורכדעם וועלן פארשוואונדן ווערן אלע שלעכטע מחשבות וואס דער יצר הרע וויל אריינברענגן אין זיין מח (ער ברענגט דאס בשם דעם ראשית חכמה אין שער הקדושה).
----------

אני הקטן האב געהאט די זכיה זיך מסתופף צו זיין עטליכע מאל בצל האדמו"ר מהר"י לייזער מ'פשעווארסק זצ"ל, און געבענטשט צו ווערן "ברכת כהנים" פון זיינע הייליגע הענט נאך אין די געזונטע יארן, אויך האב איך מיטגעהאלטן שיינע שבתים בצילא דמהימנותא וואס ליגן מיר נאך היינט אין די ביינער.

עובדות און ענינים האב איך ב"ה אסאך צוגעזען דארטן, און אלעס פארצייכנט (שוין דעמאלטס פלעג איך זיך דרייען מיט א פעדער..), אבער עס איז מיר צו א גרויסע טירחא דאס יעצט אויפצוזוכן און איבערטייפן, ויהא נחשב בעיניכם כאילו הייתי פורטם.
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

איך האב אויך זוכה געווען אריינצוכאפן צו זיין א שבת בצל קדשו פון האדמו"ר מהר"י לייזער מפשעווארסק זצ"ל בשנתו האחרונה געבענטשט צו ווערן, איך געדענק אז ווען דער גבאי האט פארגעלייענט דעם קוויטל האט ער זיך אויפגעהויבן די אויגן און ארויפגעקוקט צו מיר עס האט מיר געגעבן א גוטן קיצל אינעווייניג טראכטענדיג ווער ווייסט וואס ער זעהט אלס אויף מיר.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

אוי בעני, דו ביסט ממש א תופס מחשבות... מיר דריזעלט יעדע מאל איך גיי אריין צו א רבי'ן...

וויאזוי האט ר' יוחנן בן זכאי געזאגט? יהי רצון שתהא מורא שמים עליכם כמורא בשר ודם.
אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך cano »

איך האב נאר געהאט די זכיה צי זעהן די רבנים און רבי'ס וואס יעדער בעל דעת האט געפילט פאר א חוב אנציקלאפען אויף זייערע טירען
באבאוו-מהר"ש נאר א חלק טיש פרייטוג צינאכטס (איך האב געהאט די זכיה צי זעהן זיין ליכטיגע צורה כמה וכמה פעמים אבער ביי די עבודה ליידער נאר איינמאל) ספינקא( מהרנ"צ) עטליכע שלוש סעדות וואו אויך די הקפות כ"פ פריימאן-זילבער רבי נפתל'טשע באבאוו וכהנה וכהנה
אבער איך האב פארפאסט דער ריבניצער רבי וואס מיין טאטע האט מיך עטליכע מאל געוואלט אהין טראגען אבער ווייל מיין טאטע דרייוט נישט און ער איז נאר געפארען קיין ריבניץ-מאנסי דארעך היטשעס האט ער געווארט אויף א געלעגענהייט מיך מיטצינעמען אבער די צייט איז שנעלער אויסגעלאפען


וצ"ל במקום מהרנ"צ מהרש"צ כמו שהעיר קרעימער
לעצט פארראכטן דורך cano אום דינסטאג סעפטעמבער 19, 2006 7:52 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

ספינקא מהרנ"צ? האסט אפשר געוואלט שרייבן מהרש"צ. (עס איז היינט אויך דא א מהרנ"צ מ'ספינקא ב"פ שליט"א, איך גלייב אבער נישט אז דו רעדסט פון אים).

אין באבוב בין איך גאר אסאך מאל געווען, בפרט חול המועד סוכות ווען מען שפילט דארט מיט פידלעך לכבוד שמחת בית השואבה, אויך האב איך עטליכע יאר מיטגעהאלטן די הקפות ביי אדמו"ר מהר"ש זצ"ל, "הערליך" איז נישט דאס ווארט! אויך בין איך עטליכע מאל אריין מיט א קוויטל זיך אנווינטשן, די לעצטע מאל איז געווען טאקע דאס לעצטע יאר זיינע, בעפאר ראש השנה תש"ס.

אויך ביי ספינקא רבי ר' הערשעלע זצ"ל אסאך מאל פרייטאג צונאכטס און שלש סעודות ביי די ווארימע שובבי"ם תורות.

ריבניץ, האב איך אויך ליידער נישט אריינגעכאפט, נישט זוכה געווען.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

האדמור מפשעווארסק זצ"ל, האב איך אויך זוכה געווען צו קענען

אלס בחור בין איך אריין -אין די נישט געזונטע יארן - מיט א קוויטל מיט א בקשה מיין עלטערע שוועסטער זאל א כלה ווערן, ביז דרייסיג טאג איז זי א כלה געווארן ב"ה. כח אדר ביז כח ניסן תש..

צו האדמור מספינקא זצ"ל, וויליאמסבורג, פלעג איך גיין א שטיק צייט רעגלמעסיג צו טישן און שלש סועדות. א מחיה געווען צו הערן אן אמתער ערליכער איד, זכותו יגן עלינו.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

אינטערסאנט, איך פערזענליך האב געהאט אזא סארט מעשה מיט א רבי וואס לעבט נאך היינט ב"ה, ער האט מיר אנגעוואונטשן ביום פלוני, און 40 טאג דערויף בין איך שוין געווען א חתן.

אויב מען מעג שרייבן נעמען פון היינטיגע רבי'ס, וועל איך אי"ה שרייבן ביי וועמען די מעשה האט פאסירט.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

יא מען מעג, פארוואס'זשע נישט.

נאר איך ראט צו עפענען א באזונדערן אשכול לשם כך.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
גאליציאנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאליציאנער »

קרעמער האט געשריבן:אינטערסאנט, איך פערזענליך האב געהאט אזא סארט מעשה מיט א רבי וואס לעבט נאך היינט ב"ה, ער האט מיר אנגעוואונטשן ביום פלוני, און 40 טאג דערויף בין איך שוין געווען א חתן.

אויב מען מעג שרייבן נעמען פון היינטיגע רבי'ס, וועל איך אי"ה שרייבן ביי וועמען די מעשה האט פאסירט.


וועלכע רבי איז עס
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

ווער זאגט אז ער לעבט נאך קרעמער האט עס געשריבען ספט' 19, 2006 שוין אבער פיר חדשים
איך האף אז ער לעבט נאך זאל ער לעבן אין געזינט זיין
גבאי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבאי »

אפשר גאר בין איך דארט גבאי (געווען?)
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

שלום אליכם "גבאי" ברוך מחיה המתים
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

עס איז געווען דער טאהשער רבי שליט"א
אוועטאר
abimlaibt
שר שלשת אלפים
תגובות: 3855
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 25, 2006 3:48 pm
לאקאציע: נישט קיין נפק"מ איך זיך ממילא א נייע ס'פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abimlaibt »

בןהרחמן האט געשריבן:איך האב אויך זוכה געווען אריינצוכאפן צו זיין א שבת בצל קדשו פון האדמו"ר מהר"י לייזער מפשעווארסק זצ"ל בשנתו האחרונה געבענטשט צו ווערן, איך געדענק אז ווען דער גבאי האט פארגעלייענט דעם קוויטל האט ער זיך אויפגעהויבן די אויגן און ארויפגעקוקט צו מיר עס האט מיר געגעבן א גוטן קיצל אינעווייניג טראכטענדיג ווער ווייסט וואס ער זעהט אלס אויף מיר.

איך האב אויך געהאט די זכי' צו זיין אויף א שבת בצ"ק אין אנטווערפן יצ"ו, א האלב יאר בעפאר די פטירה, און איך האב געהאט אן ענליכע מעשה, די גבאי האט פארגעלייענט דעם קוויטעל אין בתוך הדברים האט ער געזאגט "א גאסט פון אמעריקע" האט ער זיך אויפגעהויבן די אויגן און ארויפגעקוקט צו מיר ס'איבריג צו זאגען וואס כ'האב געשפירט יענע מאמענטן.
אין די זעלבע צייט, איך האב אויך געהאט די זכי' צו זיין אויף א מוצש"ק בצ"ק פון הרה"ק מריבניץ זצוק"ל. אויך די לעצטע יאר.
ווי אויך במחיצות הרה"ק מספינקא זצוק"ל כמה פעמים.
הגה"ק רבי משה ארי' פריינד זצוק"ל, גאב"ד ירושלים
הגה"צ אדמו"ר מקאשוי זצוק"ל
ומוסיף לכולם, להסתופף ולהתברך אצל הגה"ק בעל ברך משה מסאטמאר זצוק"ל.
לעצט פארראכטן דורך abimlaibt אום מיטוואך יאנואר 24, 2007 3:55 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

איך האב געהאט זכי' צי זיין
אין אנטווערפן ביי ר' יעקלע מפשווארסק זי"ע
אדמו"ר מספינקא זי"ע
רמ"א פריינד זי"ע
אדמו"ר מקאשוי זי"ע
אדמו"ר מבאבוב זי"ע
אדמו"ר מסאטמאר זי"ע (בעל ברך משה)
רבה"ק מסאטמאר זי"ע (בעל דברי יואל - ובעל ויואל משה)
ועוד
אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטורליך »

איך האב געהאט די זכי' צו זעהן
דעם ספינקע רבי'ן זי"ע דעם סאטמאר רב, דעם באבובער זאלען אלע רועהן אין לעכטיגען
אויך דעם גאלאנטער שליט"א, ניקלעשבורג שליט"א אויך האב איך אמאל געזעהן האדמו"ר רבי מעכעלע מנתנ'י אבער נישט לייוו, נאר אין כל העולם כולו.
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

נאטורליך האט געשריבן:איך האב געהאט די זכי' צו זעהן
דעם ספינקע רבי'ן זי"ע דעם סאטמאר רב, דעם באבובער זאלען אלע רועהן אין לעכטיגען
אויך דעם גאלאנטער שליט"א, ניקלעשבורג שליט"א אויך האב איך אמאל געזעהן האדמו"ר רבי מעכעלע מנתנ'י אבער נישט לייוו, נאר אין כל העולם כולו.


אין כל העולם כולו האב איך געהאט די זכי' צו זען איבער פינעף הינדערט אדמורים
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

נו, שרייב אראפ די ליסטע. ס'דא גענוג פלאץ דא.
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
abimlaibt
שר שלשת אלפים
תגובות: 3855
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 25, 2006 3:48 pm
לאקאציע: נישט קיין נפק"מ איך זיך ממילא א נייע ס'פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abimlaibt »

מרעדט דא פון לעבעדיגע רבנים לאורך ימים אויך ? דאן איז די ליסט גאר גרויס, א בחינה פין "הזמן יכלו והם לא......
ס'נאר בדרך אפשר.
וויזוי מ'לעבט איז געלעבט. אבי מ'קלעיבט.
מרן אדמו"ר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרן אדמו"ר »

איך האב נאך זוכה געווען אריינצוכאפן צו זיין א שבת בצל קדשו פון הגה"ק מסאטמאר זצוקללה"ה
אטעטשמענטס
4247.gif
4247.gif (36.74 KiB) געזען 9401 מאל
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

אויב איך מעג פרעגן "מרן" ווי אלט זענט איר ?
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
מרן אדמו"ר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרן אדמו"ר »

איבער די דרייסיג . לויט ווי איך זעי האסטו אויך געהאט די זכיה
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

אבער איך געדענק נישט ווייל איך בין אלט געווען אפאר חדשים ,מיין טאטע אלץ תושב אין ק"י האט מען געלאזט מאכן די ברית ביים רבי'ן זי"ע
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”