רבי ישכר בער מראדאשיץ זצ"ל - י"ח סיון תר"ג

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

רבי ישכר בער מראדאשיץ זצ"ל - י"ח סיון תר"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

רבי ישכר בער מראדאשיץ זצוק"ל- י"ח סיון - תר"ג


ואלה תולדות: דער הייליגער רבי ישכר דוב מראדאשיץ זצ"ל איז געווען א זון פון א גאר געהויבענע איד וואס האט געהייסן ר' יצחק דער ר' יצחק איז געווען אלץ בחור א משמש בקודש ביים הייליגן מעזריטשער מגיד זצ"ל, און ער איז געווען איבערגעגעבן מיט'ן גאנצן ברען, פאר יעדע קלייניקייט וואס דער גרויסער מגיד האט געדארפט אין די הויף פונעם גרויסן מגיד האט זיך אויפגעהאלטן אחן עלטערע מיידל א משרתת, זייער אחן ערליכע, אבער צוליב איר אויסזען האט זי נישט געקענט טרעפן קיין שידוך. די משרתת איז דעריבער געווארן שטארק צובראכן ביי זיך אין הארץ.
איינמאל האט דער גרויסער מגיד געלאזט רופן דעם משמש ר' יצחק, און אים אנגעטראגן צו שליסן א שידוך מיט די משרתת. ר' יצחק האט זיך זייער דערשראקן פונעם גרויסן מגיד'ס פארלאנג און ער האט ארויסגעשטאמלט: רבי, אלעס וואס דער רבי בעט טו איך בשלימות, אבער די שידוך וועט פאר מיר זיין אזעלכע בושות, אז כ'ווייס נישט צי איך וועל דאס קענען דערטראגן.
האט אים דער גרויסער מגיד געזאגט: "אויב דו וועסט טון דעם שידוך וועסטו האבן א קינד וואס וועט באלייכטן די גאנצע וועלט!"
אויף דעם איז שוין ר' יצחק איינגעגאנגען, און מען האט באלד געשלאסן שידוך און עס איז צו זיי געבוירן געווארן דער הייליגער ראדאשיצער וועמען מען האט גערופן דער "סבא קדישא פון ראדאשיץ"
דער הייליגער ראדאשיצער איז געווען א תלמיד פונעם הייליגן חוזה פון לובלין זצוק"ל און פון דער הייליגער קאזניצער מגיד זצוק"ל.
אין זיינע יונגע יארן האט ער געוואוינט אין די שטאט טאמאשוב וואו ער האט געליטן פון שרעקליכע ארעמקייט און הונגער און אין די שפעטערע יארן, ווען ער איז נתגלה געווארן אלץ א צדיק און גרויסער פועל ישועות, האט ער זיך אריבערגעצויגן צו די שטאט ראדאשיץ, וואו עס פלעגן קומען צו פארן אידן פון איבעראל געהאלפן צו ווערן מיט ישועות און רפואות, ושם מנוחתו כבוד. זיעועכי"א
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

קיים את הילד הזה
אין א שטעטל, נישט ווייט פון לובלין, האט געוואוינט א איד ר' נחום. דער ר' נחום האט געהאט א ביטערע צרה. די קינדער וואס זענען ביי אים געבוירן געווארן, האבן נישט איבערגעלעבט זייער ברית, עטליכע קינדער זענען ביי אים אוועק פון די וועלט, ווען זיי האבן אויסגעבלוט, נאכן זיי אריינברענגען בבריתו של אברהם אבינו ע"ה.
ווען עס איז צו ר' נחום נאכאמאל געבוירן געווארן א יונגל, איז ר' נחום אריינגעגאנגען צום הייליגן חוזה פון לובלין און זיך געבעטן:
רבי, העלפט מיר אז כ'זאל קענען אריינברענגען מיין זון תחת כנפי השכינה, מיט'ן מקיים זיין די מצוה פון ברית מילה, און עס זאל אים גארנישט שאדן.
דער הייליגער חוזה האט אים געזאגט: אויב מיין תלמיד ר' בערל [דער ראדאשיצער] וועט זיין דער סנדק פונעם קינד ביים ברית וועט דאס קינד איבערלעבן דעם ברית, און אלעס וועט זיין גוט.
אין יענע צייט איז דער הייליגער ראדאשיצער נאכנישט געווען באקאנט אלץ א צדיק און פועל ישועות. ער פלעגט נאך אויסבאהאלטן זיין גרויסקייט פון מענטשן, דעריבער האט ר' נחום געוואוסט אז עס וועט אים נישט אזוי לייכט אנקומען אז ר' ישכר בער זאל אננעמען צו זיין סנדק, נאכדערצו אויב ער וועט וויסן אז דורך אים דארף ארויסקומען א מופת מיט'ן קינד. דעריבער, איז ר' נחום געגאנגען צו דער יוד הקדוש פון פרשיסחא זצוק"ל, וואס ער איז אויך געווען פון די תלמידים פונעם חוזה, און ר' נחום האט געבעטן אז דער יהודי זאל איינבעטן רבי ישכר בער אז ער זאל זיין סנדק אויפ'ן ברית פון זיין ניי געבוירן קינד.
דער יהודי הק' האט געזאגט פאר ר' נחום, אז ער וועט אים צוליב טון, ווען עס איז געקומען די נאכט פאר'ן ברית, איז דער יהודי הק' געקומען צו רבי ישכר בער, און אים געזאגט אז ער דארף ארויספארן צו א ברית פון א איד, וואו מען דארף אויפטון גרויסע זאכן און ער האט אים געבעטן אז ער זאל מיט אים מיטפארן. רבי ישכר בער האט מסכים געווען - נישט וויסנדיג אז מען ווארט טאקע אז 'ער' זאל אויפטון גרויסע זאכן.
ווען דער 'קוואטער' האט אריינגעברענגט דאס קינד צום ברית, האט זיך דער יוד הק' געוואנדן צו רבי ישכר בער און געזאגט:
- ר' בערל, אצינד וועל איך אייך זאגן, וואס איז די גרויסע זאך וואס מען דארף דא אויפטאן, איר וועט דא זיין דער סנדק, און אזויווי איך גיב אייך איבער א לעבעדיגע קינד, זאלט איר צוריקגעבן דאס קינד לעבעדיג.
רבי ישכר בער האט זיך אנגעהויבן איינ'טענה'ן אז ער ווייסט נישט וואס ער וויל פון אים און ער איז נישט ראוי צו זיין סנדק.
אבער דער יהודי הק' האט אים געזאגט אז דער רבי פון לובלין האט געהייסן אז ער זאל זיין סנדק, האט ער בלית ברירה מסכים געווען.
בשעת דער מוהל האט גע'מל'ט דאס קינד אויפ'ן שויס פונעם הייליגן ראדאשיצער, זענען צוויי שנירלאך פון הייסע טרערן געפלאסן אטן אויפהער, פון די הייליגע אויגן פונעם ראדאשיצער. די טרערן האבן נאכאנאנד געוואשן דאס פנימ'ל פונעם רך הנימול און די בלוט האט זיך אפגעשטעלט.
נאכ'ן ברית האט דער ראדאשיצער געוואונטשן 'מזל טוב' פאר'ן אבי הבן און אים געזאגט אז עס איז שוין נישט דא אויף וואס זיך צו זארגן.
בשעת די הייליגע צדיקים זענען געזיצן ביי די סעודת הברית, איז די מאמע פונעם קינד אריינגעלאפן מיט א יאמערליכן געוויין, אז עס האט זיך ווידער גענומען שטראמען בלוט פונעם קינד און אט אט גייט ער אויס, ווי זיינע עלטערער ברודער.
דער הייליגער ראדאשיצער האט צוגעמאכט זיינע אויגן און זיך שטארק פאר'דביקות'ט פאר עטליכע מינוט, און דערנאך זיך אנגערופן: זייט רואיג אלעס וועט זיין גוט!
אזוי איז טאקע געווען דאס קינד האט מאריך ימים ושנים געווען געזונטערהייט.
זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל אמן.
אוועטאר
יצמחפורקניה
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 15, 2008 4:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצמחפורקניה »

איך האב גזעהן אין שלחן מלכים (שמועסען פון סאטמארער רבי'ן שליט"א - מהר"א) אז רבי ישכר בער מראדאשיץ זי"ע, האט נישט געהייסען ישכר "דוב", נאר רבי ישכר "בער".

ס'איז דא דארט אגאנצער שמועס ארום דעם נאמען בער - דוב
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

יצמחפורקניה האט געשריבן:רבי ישכר בער מראדאשיץ זי"ע, האט נישט געהייסען ישכר "דוב", נאר רבי ישכר "בער".

ס'איז דא דארט אגאנצער שמועס ארום דעם נאמען בער - דוב
מיין זיידע האט געהייסען ר' ישראל ישכר. מען האט איהם געריפען ישראל בער. איך האב א פעטער וואס הייסט נאך איהם און מען ריפט איהם ישראל בער.
ביי מיין פעטערס חתונה, ביים אויסשטעלען די נעמען און די כתובה, האט דער רבי זי"ע [ער האט געקענט דעם זיידען פון בישטענא] געזאגט פאר מיין פעטער, די הייסט נאך דיין בישטענא זיידען ישראל ישכר. און ישכר איז מכונה 'בער'
the SCY is the limit
יצמח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 19, 2007 4:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצמח »

די יארצייט איז דעם שבת, זי"ע ועכי"א
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

דער טאוועל אונעם אוהל און ראדאשיץ
אטעטשמענטס
radishitz1.jpg
radishitz1.jpg (133.62 KiB) געזען 15752 מאל
the SCY is the limit
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יעצט אז מיר האבן זוכה געווען להתרת הספיקות אים דעם אשכול איבער די יחוס ושושלת ר' יעקב ישכר גליקמאן להרה"ק מראדושיץ זצ"ל, ברענג איך אפיר דעם סדר היחוס כפי מה שהעלה הרב ממולח טהור קודש, וז"ל.

יעקב ישכר בן הרב החסיד ר' יהודה (לייב) ב"ר משה ב"ר שלמה הלוי איש מצליח חתן הה"צ ר' חנינא שיין חתן הה"צ ר' מאיר באראן בן רבינו הסבא קדישא מהרי"ב מראדאשיץ זצ"ל


הייסט דאס אז דער ס"ק פון ראדושיץ האט געהאט א זוהן ר' מאיר באראן.

לויט ווי איך געדענק האט דער הייליגער צאנזער רב געהאט אן איידעם ר' ירוחם באראן, דאס איז אויך פון די משפחה, וויאזוי גייט די יחוס?

ווידער דער וואודיסלאווער רב, וויאזוי ציעט ער זיין יחוס לבית ראדושיץ?
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

הרה"צ ר' אליעזר ירוחם באראן בן הרה"ק ר' ישראל יצחק בן הסבא קדישא ר' ישכר בער מ'ראדאשיץ.
נפטר ג ניסן תרמ"ה, ש"ז הרבנית יוטא בת הרה"ק הדברי חיים מ'צאנז.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

הייסט עס איז געדרונגען אז דער סבא קדישא מראדושיץ האט געהייסן בארון.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
בני יששכר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 02, 2009 9:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני יששכר »

עס איז גיט צי וויסן די סגילה פונעם הייליגן ראדאשיצער
מען זאל מנדב זיין צדקה איך מיין ניינצן פריטות לע"נ רבינו ישכר בער בן ר' יצחק
אין מען זאל זאגן די פסוק כי גוי אובד עצות המה ואין בהם תבינה
אידן זענען מעיד אז גוססים זענען ארויס פון שפיטאל בדיק ומניסה פאר אלע פראבלעמען .
זי"ע.
פינקט פארקערט
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 13, 2009 1:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פינקט פארקערט »

מילער, פארוואס קען איך נישט אריין גיין אין די לינק וואס די האסט אנגעצייכענט ???
פארוואס עפעס אזוי.....אפשר פינקט פארקערט....
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

עס געפונט זיך אין די צענזור אפטיילונג, צוליב שווערע דין ודברים וואס איז דארט פארגעגאנגען. ואתכם הסליחה.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ביקסאד האט געשריבן:הרה"צ ר' אליעזר ירוחם באראן בן הרה"ק ר' ישראל יצחק בן הסבא קדישא ר' ישכר בער מ'ראדאשיץ.
נפטר ג ניסן תרמ"ה, ש"ז הרבנית יוטא בת הרה"ק הדברי חיים מ'צאנז.


מאמר לבירור הדברים על חותן ר' ישראל יצחק בנו של הסב"ק מראדושיץ להרב ר' בנימין מפתח תקוה בעל הבלוג 'תולדות'.
אפשר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 287
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 10, 2010 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפשר »

א בילד פון אינעוויינוג און אוהל און ראדאשיץ(ס'איז נישט דא קיין מציבות)
אטעטשמענטס
.jpg
.jpg (21.86 KiB) געזען 15929 מאל
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

כ'זעה אז קיין בילד פונעם הייליגער ראדאשיצער איז נישטא אין דער אשכול וועל איך אהער ברענגען א בילד וואס כ'האב לעצטנס געשאנקן במתנה צום נכד הידוע לבית ראדאשיץ ידידינו המכונה אצלינו בשם המפואר 'נחמן נתן'
אטעטשמענטס
radeshitz2.jpg
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

דעם שב"ק בהעלותך פאלט די יארצייט פון דעם גרויסן צדיק ר' ישכר בער מראדאשיץ זי"ע הסבא קדישא.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
אורח
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 13, 2009 3:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח »

היינט איז די יארצייט
זייטס מנדב 19 פרוטות און מען זאגט דעם פסוק כי גוי אובד עצות המה ואין בהם תבונה לע"נ רבי ישכר בער ב"ר יצחק
בדוק ומנוסה געהאלפען צו ווערן מיט כל מיני ישעות

זיעוכי"א
א גאסט אויף א ווייל, זעהט אויף א מייל....
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3327
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

בן בוזי האט געשריבן:הייסט עס איז געדרונגען אז דער סבא קדישא מראדושיץ האט געהייסן בארון.


פארוואס עפעס, פון דעם איז געדרונגען אז זיין זוהן האט געהייסן "באראן", נישט ער אליינס.
(בד"א דער טעות חזר'ט זיך איבער אין אסאך פלעצער: רבי ר' מלך האט נישט געהייסן ווייסבלום ווייל זיין זוהן האט זיך אזוי גערופען; דער קאזניצער מגיד האט נשט געהייסען האפשטיין ווייל זיין זוהן האט זיך אזוי גערופען, און דער מאור עינים האט נשט געהייסן טווערסקי ווייל זיין זוהן האט זיך אזוי גערופען. און אויב האט ער אויף די ביכער יא געהייסן אזוי, מיינט נאך נישט אז מען דארף צו עם צולייגען א ציווילע נאמען וואס ער האט נישט גענוצט).
אפשר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 287
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 10, 2010 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפשר »

אורח האט געשריבן:היינט איז די יארצייט
זייטס מנדב 19 פרוטות און מען זאגט דעם פסוק כי גוי אובד עצות המה ואין בהם תבונה לע"נ רבי ישכר בער ב"ר יצחק
בדוק ומנוסה געהאלפען צו ווערן מיט כל מיני ישעות

זיעוכי"א
בשמים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 356
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 12, 2011 12:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשמים »

בני יששכר האט געשריבן:עס איז גיט צי וויסן די סגילה פונעם הייליגן ראדאשיצער
מען זאל מנדב זיין צדקה איך מיין ניינצן פריטות לע"נ רבינו ישכר בער בן ר' יצחק
אין מען זאל זאגן די פסוק כי גוי אובד עצות המה ואין בהם תבינה
אידן זענען מעיד אז גוססים זענען ארויס פון שפיטאל בדיק ומניסה פאר אלע פראבלעמען .
זי"ע.

אורח האט געשריבן:היינט איז די יארצייט
זייטס מנדב 19 פרוטות און מען זאגט דעם פסוק כי גוי אובד עצות המה ואין בהם תבונה לע"נ רבי ישכר בער ב"ר יצחק
בדוק ומנוסה געהאלפען צו ווערן מיט כל מיני ישעות

זיעוכי"א

די סגולה איז א קבלה איש מפי איש אדער ס'איז געדרוקט ערגעץ?
קהלת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 27, 2009 11:18 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהלת »

מיללער האט געשריבן:

ווידער דער וואודיסלאווער רב, וויאזוי ציעט ער זיין יחוס לבית ראדושיץ?


הה"צ רי"ב מוואדיסלאוו בן הה"צ ר' יעקב יצחק אלחנן מטשענסטחוב חתן הה"צ ר' אליעזר פינקלר מפינטשוב בן הה"צ ר' חיים מאיר מפינטשוב בן הה"צ ר' יצחק פינקלר מראדושיץ חתן הה"צ רי"ב הסבא קדישא מראדושיץ ‏‎
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

האדמו"ר ר' ישראל יוסף פינקלער מראדישיץ ז"ל
בילד
אוועטאר
קרעפלקאפ
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 3:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעפלקאפ »

די סגולה איז א קבלה איש מפי איש אדער ס'איז געדרוקט ערגעץ?


געווען געדרוקט אין "לוח הציבור".

קליקט צוויי מאל אויפן בילד צו ליינען שיין באשרייבונג.
אטעטשמענטס
rdshts01.jpg
אוועטאר
קרעפלקאפ
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 3:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעפלקאפ »

"דער הייליגער ראדאשיצער זי"ע האט פארשפראכן אז דער וואס געפינט זיך אין סיי וואס פאר א צרה און ער דארף א ישועה, און בפרט ווען מען האט אן עסק מיט א גוי, זאל מען מנדב זיין דעם סכום פון (כגימטריא גוי) י"ט פרוטות לעילוי נשמתו, און זאגען "כי גוי אובד עצות ואין בהם תבונה און דער גוי וועט נישט האבן קיין שליטה אויף אים, און מען וועט געהאלפן ווערן מיט אלעם וואס מען דארף."
אטעטשמענטס
rdshts04.jpg
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מציבת ר' ישראל יצחק בן הסבא קדישא מראדאשיץ בביה"ח בווארשא, נפטר כסלו תרי"ח
אטעטשמענטס
photo.jpg
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”