scy4851 האט געשריבן:ישר כח ר' זרח,
איך האב און שטוב א קליין ספר 'חוג הארץ' דער מחבר איז ר' שלמה חלמהא בעל 'מרכבת המשנה'.
דאס גאנצע ספר איז געווידמעט נאר אויף גבולת א"י מיט א מאפע בעצם כתב יד קדשו, וואס ווייזט אן פינטליך וויא א יעדער שבט האט געהאט זיין חלק.
זכר צדיק לברכה, דער ר' שלמה מחעלמא בעל מרכה"מ איז געווען רב אין לעמבערג-לבוב און האט בסוף ימיו עולה געווען אויף אר"י (אדער האט ער נאר געוואלט ולא עלתה בידו, לא זכירנא לי בדיוק), כ'האב קיינמאל נישט געהערט פון דעם חיבור אויף גבולות אר"י אבער מ'זעהט איין זאך אז די גדולים וואס האבן משתוקק געווען אדער זוכה געווען לחונן את עפר אר"י האבן אויך עוסק געווען בהלכותיה ועניניה א שטייגער ווי דער תבואות הארץ, ר' ישראל משקלוב דער פאת השלחן, דער רידב"ז ועוד.