גראף פאטאצקי הי"ד "הגר צדק מווילנא"

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4929
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דינסטאג מאי 21, 2019 6:25 pm

SPUSMN האט געשריבן:אין אנהויב שרייבען זיי:
we have an "instance" equally shocking
און עס מיינט אז זיי האבען "נאך" א געשע'עניש. דא מיינט עס לכאורה די זעלבע, דער ניינטע געשע'עניש צו ווערען הינגעריכטעט דארטען אין חצר פון קארט ווי עס זענען געווען די
gallows וואס מיינט די תלויה אויף וואס מען האט געהאגדען די פריעריגע 8 מענטשען, מסתמא פאר סתם חטאים.

אויב איך בין ריכטיג, דענמאלט מיינט עס אז מען האט אים געגעבען צייט צו צוקוקען ווי מען הענגט 8 מענטשען פאר אים און זאל זעהן דער טויט פאר די אויגען און זיך בארעכענען. אדער האבען זיי געווארט ביז גאנץ שטאט וועט זיך צוזאמען קומען.

קען זיין. ס'שטומט. ס'קוקט אויס ווי מ'נעמט אן אז דעם שטיקל צייטונג איז 'פאקטיש' און נישט פראדוצירט. זיי האבן שוין געוואוסט פון דעם שטיקל צייטונג ? ווייל דא שטייט אויך, אז מ'האט אים גע'פסק'נט אפצושניידן די צינג. קוק אינעם פדף, דף תתקמד. הרב אבישי ביר. די 'אייזיקאוויטש' דערמאנט מיך פון 'זרע יצחק'. זרע יצחק יחידו שנעקד על גבי המזבח. די ניגון וואס ער האט געזינגען.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12932
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דינסטאג מאי 21, 2019 7:13 pm

ר' שומר
א שאד די צייט זיך ברעכען קאפ אויף דעם פירקלעכץ פון דעם שרייבער פון LONDON MAGAZINE
ער האט באקמען א פינקטליכען באריכט פון זיין קארעספאנדענט אין ווילנא דורך טעלעפאן? אימעיל?
דער גר איז געבוירען אין CROATIA ? וואס האט גראף פאטאצקי געזיכט דארט?
ווער האט אים מגייר געווען ביי די 12 יאר?
ווילנא איז אין פוילען?

גלאזער
שר האלף
תגובות: 1607
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

תגובהדורך גלאזער » דינסטאג מאי 21, 2019 7:35 pm

קיקיון האט געשריבן:ר' שומר

ווילנא איז אין פוילען?

דאן געווען א קאמענוועלט, פולין-ליטא חד הוא

גלאזער
שר האלף
תגובות: 1607
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

תגובהדורך גלאזער » דינסטאג מאי 21, 2019 7:45 pm

SPUSMN האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:
ספוזמן האט געשריבן:The 9th instant
(לכאורה מיינט עס דער ניינטער מענטש אויף וועם אויס צו פירען דער טויט אורטייל (דער ניינטער קידוש ה'?) - איינער האט א אנדערע פשט?)
he was led to execution:

אפשר מיינט עס די ניינטע מאל וואס מ'האט אים באזוכט אים איבערצורעדן אז ער זאל אפלאזן יודישקייט. אדער די ניינטע מאל שטיין פאר די קארט.

מאכט סענס, אבער פארוואס פינקט 9 מאל, און פארוואס וואלט עס געווען וויכטיג צו שרייבען? קען זיין אז זיי האבעון עס געהאלטען פאר א רבותא אז שוין 9 מאל און ער לאזטי זיך נאך אלץ נישט, אבער זיי האבען שוין קלאר געשריבען אז זיי האבען נאך צוויי טאג אין געזעהן זייער טעות און אז ער האלט זיך פעלזען פעסט א איד און איז גרייט אויף אלע יסורים.

מיינט מסתמא זייגער 9

אוועטאר
ווייזער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 17, 2017 10:50 am
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך ווייזער » דינסטאג מאי 21, 2019 8:10 pm

קיקיון האט געשריבן:ר' שומר
א שאד די צייט זיך ברעכען קאפ אויף דעם פירקלעכץ פון דעם שרייבער פון LONDON MAGAZINE
ער האט באקמען א פינקטליכען באריכט פון זיין קארעספאנדענט אין ווילנא דורך טעלעפאן? אימעיל?
דער גר איז געבוירען אין CROATIA ? וואס האט גראף פאטאצקי געזיכט דארט?
ווער האט אים מגייר געווען ביי די 12 יאר?
ווילנא איז אין פוילען?



קאנגרעס פוילן איז באשטאנען פון גאנץ פוילן און ליטא און נאך.
צירקע תק״ע יארן

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4929
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דינסטאג מאי 21, 2019 8:16 pm

גלאזער האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:
ספוזמן האט געשריבן:The 9th instant
(לכאורה מיינט עס דער ניינטער מענטש אויף וועם אויס צו פירען דער טויט אורטייל (דער ניינטער קידוש ה'?) - איינער האט א אנדערע פשט?)
he was led to execution:

אפשר מיינט עס די ניינטע מאל וואס מ'האט אים באזוכט אים איבערצורעדן אז ער זאל אפלאזן יודישקייט. אדער די ניינטע מאל שטיין פאר די קארט.

מאכט סענס, אבער פארוואס פינקט 9 מאל, און פארוואס וואלט עס געווען וויכטיג צו שרייבען? קען זיין אז זיי האבעון עס געהאלטען פאר א רבותא אז שוין 9 מאל און ער לאזטי זיך נאך אלץ נישט, אבער זיי האבען שוין קלאר געשריבען אז זיי האבען נאך צוויי טאג אין געזעהן זייער טעות און אז ער האלט זיך פעלזען פעסט א איד און איז גרייט אויף אלע יסורים.

מיינט מסתמא זייגער 9

אדער June די ניינטער.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » דינסטאג מאי 21, 2019 8:26 pm

נשמה האט געשריבן:
גלאזער האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:
ספוזמן האט געשריבן:The 9th instant
(לכאורה מיינט עס דער ניינטער מענטש אויף וועם אויס צו פירען דער טויט אורטייל (דער ניינטער קידוש ה'?) - איינער האט א אנדערע פשט?)
he was led to execution:

אפשר מיינט עס די ניינטע מאל וואס מ'האט אים באזוכט אים איבערצורעדן אז ער זאל אפלאזן יודישקייט. אדער די ניינטע מאל שטיין פאר די קארט.

מאכט סענס, אבער פארוואס פינקט 9 מאל, און פארוואס וואלט עס געווען וויכטיג צו שרייבען? קען זיין אז זיי האבעון עס געהאלטען פאר א רבותא אז שוין 9 מאל און ער לאזטי זיך נאך אלץ נישט, אבער זיי האבען שוין קלאר געשריבען אז זיי האבען נאך צוויי טאג אין געזעהן זייער טעות און אז ער האלט זיך פעלזען פעסט א איד און איז גרייט אויף אלע יסורים.

מיינט מסתמא זייגער 9

אדער June די ניינטער.

איסטענט אין די אלטע שפראך האט געמיינט "חודש", לעניננו מיינט עס אינעם ניינטען חודש.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4929
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דינסטאג מאי 21, 2019 8:29 pm

נא_שכל האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:
גלאזער האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:אפשר מיינט עס די ניינטע מאל וואס מ'האט אים באזוכט אים איבערצורעדן אז ער זאל אפלאזן יודישקייט. אדער די ניינטע מאל שטיין פאר די קארט.

מאכט סענס, אבער פארוואס פינקט 9 מאל, און פארוואס וואלט עס געווען וויכטיג צו שרייבען? קען זיין אז זיי האבעון עס געהאלטען פאר א רבותא אז שוין 9 מאל און ער לאזטי זיך נאך אלץ נישט, אבער זיי האבען שוין קלאר געשריבען אז זיי האבען נאך צוויי טאג אין געזעהן זייער טעות און אז ער האלט זיך פעלזען פעסט א איד און איז גרייט אויף אלע יסורים.

מיינט מסתמא זייגער 9

אדער June די ניינטער.

איסטענט אין די אלטע שפראך האט געמיינט "חודש", לעניננו מיינט עס אינעם ניינטען חודש.

וויבאלד ער האט אנגעהויבן June 11 שרייבט ער: אין די ניינטע טאג פון דעם 'חודש'. דאס הייסט צוויי טעג צוריק. דאס איז די צווייטע טאג שבועות.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
בלעקבארד
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 21, 2013 5:40 pm

תגובהדורך בלעקבארד » דינסטאג מאי 21, 2019 8:30 pm

https://forum.wordreference.com/threads ... h.1614581/

https://en.oxforddictionaries.com/definition/instant

ס'מיינט די 9טע טאג פון די יעצטיגע חדש. וברור הוא

גלאזער
שר האלף
תגובות: 1607
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

תגובהדורך גלאזער » דינסטאג מאי 21, 2019 8:45 pm

אין א סירטש קומט ארויף אסאך אלטע צייטונגען וואס באנוצן זיך טאקע מיט אינסטענט פאר דעם טאג אין מאנאט.

אליעזר לאנדא
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 15, 2019 11:42 am

תגובהדורך אליעזר לאנדא » דינסטאג מאי 21, 2019 10:31 pm

דא איז א לינק צו דער צייטונג (עמוד 342), another instance באציהט זיך צו עפעס א גוי און ווין וואס האט זיך נוקם געוועהן אין א יוד
דער פרט פון דער צונג איז שטראק בולט חוץ אויב עס איז געוועהן א מנהג באותם הימים אבער עס זעהט נישט אויס אזוי פון דער מקורות געברעגט אין נטעי נאמנים און אויך פון דער צייטונג וואס האט עס געזעהן פאר וויכטיג צו שרייבען
פארשטייט זיך אז דאס איז נישט מיין מציאה (איך ליין נישט קיין נייעס פון 200 יאר צוריק) נאר איך האב עס נאכנישט געזעהן אין קיין היימישע פלעצער האב איך עס אהער געברענגט
עס וואלט געוועהן אינטערסאנט אויב איינער קען אויף זיכען א צייטונג פון ווילנא פון יענע תקופה (ממנ"פ אדער בשרייבען זיי עס מיט מער פרטים אדער וועט מען זעהן אז זיי זוכען עפעס צו באהאלטען וד"ל אויב מען איז נישט א פוילשע היסטארקער)
לעצט פאראכטן דורך אליעזר לאנדא אום דינסטאג מאי 21, 2019 10:36 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
nmi
שר האלפיים
תגובות: 2170
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » דינסטאג מאי 21, 2019 10:35 pm

SPUSMN האט געשריבן:
אליעזר לאנדא האט געשריבן:א צייטונג און לאנדאן שנת תקי"ג
גפ.jpg

עס איז דער זעלבע פלאץ-ווילנא דער זעלבע צייט-שבועות און דער זעלבע פרטים (עיין קובץ נטעי נאמנים) מסתמא האט מען געטוישט דער נאמען לכבוד המשפחה (אדער איז ער נאר מגזע פאטאצקי)

א יישר כח ר' אליעזר

עס איז שווער עס צו ליינען אין די אלטע סארט אותיות, איז בין איך עס מעתיק און מיין אז ס'דא חידושים אויב מען זאל מדייק זיין אין די ווערטער.
From Wilna in Poland, June 11 we have an instance equally shocking of Popish revenge against a Jew, as follows:

The court of Judicature in this city pronounced sentence a few days ago against an apostate, named Raphael Sentimany, a native of Croatia, who after being educated in the christian religion, renounced it at the age of 12 years, embraced Judaism and took the name of Abraham Isacowicz.

While he was in prison, several zealous priests daily visited him, shewing (showing) him the heinousness of the crime of apostasy, and exorting him to repent and return to the church; and for a day or two they had some hopes of reclaiming him: But they soon found themselves mistaken; he was so hardned, that neither the torments he was to suffer, nor the offer of a pardon, could make any impression on him.

The 9th instant he was led to execution: Being arrived under the gallows, the executioner plucked out his tongue, and flung it into the fire before his face; and then, with his hands tied behind him, he was thrown alive into a heap of blazing faggots. When his body was consumed, the ashes were scattered in the wind. This poor wretch suffered death with great resolution; not so much as a groan, or the least sign of fear having escaped from him.


יעצט צו מאכען קלארער, שורה ביי בערך שורה:

From Wilna in Poland, June 11 we
have an instance equally shocking of Popish revenge
(פויבסטס נקמה)
against a Jew, as
follows: The court of Judicature
(דארף מען וויסען וועליכע קארט מיינט דאס; דער רעגולער קארט, אדער דער קירכע'ס קארט, אדער איז עס געווען היינו הך)
in this city
(אין דער שטאט ווילנא)
pronounced sentence a few days ago against
an apostate, named Raphael Sentimany, a
native of Croatia, who after being educated
in the christian religion, renounced
it at the age of 12 years, embraced Judaism
and took the name of Abraham
Isacowicz. While he was in prison, several
zealous priests daily visited him, shewing (showing) him
the heinousness of the crime of
apostasy, and exorting him to repent
and return to the church; and for a day
or two they had some hopes of reclaiming
him: But they soon found themselves
mistaken; he was so hardned, that neither
the torments he was to suffer, nor the
offer of a pardon
(א פארדאן מסתמא פון דער בישאף)
could make any impression
on him. The 9th instant
(לכאורה מיינט עס דער ניינטער מענטש אויף וועם אויס צו פירען דער טויט אורטייל (דער ניינטער קידוש ה'?) - איינער האט א אנדערע פשט?)
he was led to execution: Being arrived under the
gallows, the executioner plucked out his tongue
(דאס דעמאנט פון די עשרה הרוגי מלכות אז מען האט ארויס געריסען דער צינג פון רבי חוצפית המתורגמן)
and flung it into the fire before
his face; and then, with his hands tied
behind him, he was thrown alive into a
heap of blazing faggots. When his body
was consumed, the ashes were scattered
in the wind. This poor wretch suffered
death with great resolution; not so much
as a groan, or the least sign of fear having
escaped from him

אפילו נישט געגעבען א קרעכץ פון יסורים!

השם ינקום דמו, זכותו יגן עלינו.

וואס מיינט zealous priests?

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מיטוואך מאי 22, 2019 11:41 am

קנא'אישע גלחים.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מיטוואך מאי 22, 2019 11:46 am

גלאזער האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:
ספוזמן האט געשריבן:The 9th instant
(לכאורה מיינט עס דער ניינטער מענטש אויף וועם אויס צו פירען דער טויט אורטייל (דער ניינטער קידוש ה'?) - איינער האט א אנדערע פשט?)
he was led to execution:

אפשר מיינט עס די ניינטע מאל וואס מ'האט אים באזוכט אים איבערצורעדן אז ער זאל אפלאזן יודישקייט. אדער די ניינטע מאל שטיין פאר די קארט.

מאכט סענס, אבער פארוואס פינקט 9 מאל, און פארוואס וואלט עס געווען וויכטיג צו שרייבען? קען זיין אז זיי האבעון עס געהאלטען פאר א רבותא אז שוין 9 מאל און ער לאזטי זיך נאך אלץ נישט, אבער זיי האבען שוין קלאר געשריבען אז זיי האבען נאך צוויי טאג אין געזעהן זייער טעות און אז ער האלט זיך פעלזען פעסט א איד און איז גרייט אויף אלע יסורים.

מיינט מסתמא זייגער 9

איך האב גראדע געטראכט דערפון אבער עס נישט געשריבען.

היינט ווערט instance גענוצט אין קאמפיוטער דזארגאן.

איך מיין אז דער שורש instant מיינט א רגע, א אפשניט פון א שטיק צייט (קען אויך זיין לאנגע רגעים), און דערובער קען עס מיינען א סאך זאכען וואס האט צו טוהן בזה אחר זה, צו עס איז א זייגער, א דאטום, אדער א געשע'עניש/פראסעס ווי עס איז אין קאמפיוטערס.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מיטוואך מאי 22, 2019 11:48 am

בלעקבארד האט געשריבן:https://forum.wordreference.com/threads/inst-means-instant-as-in-this-month.1614581/

https://en.oxforddictionaries.com/definition/instant

ס'מיינט די 9טע טאג פון די יעצטיגע חדש. וברור הוא

כ'האב נישט געהאט באמערקט דער תגובה פארען שרייבען.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מיטוואך מאי 22, 2019 11:51 am

אליעזר לאנדא האט געשריבן:דא איז א לינק צו דער צייטונג (עמוד 342), another instance באציהט זיך צו עפעס א גוי און ווין וואס האט זיך נוקם געוועהן אין א יוד
דער פרט פון דער צונג איז שטראק בולט חוץ אויב עס איז געוועהן א מנהג באותם הימים אבער עס זעהט נישט אויס אזוי פון דער מקורות געברעגט אין נטעי נאמנים און אויך פון דער צייטונג וואס האט עס געזעהן פאר וויכטיג צו שרייבען
פארשטייט זיך אז דאס איז נישט מיין מציאה (איך ליין נישט קיין נייעס פון 200 יאר צוריק) נאר איך האב עס נאכנישט געזעהן אין קיין היימישע פלעצער האב איך עס אהער געברענגט
עס וואלט געוועהן אינטערסאנט אויב איינער קען אויף זיכען א צייטונג פון ווילנא פון יענע תקופה (ממנ"פ אדער בשרייבען זיי עס מיט מער פרטים אדער וועט מען זעהן אז זיי זוכען עפעס צו באהאלטען וד"ל אויב מען איז נישט א פוילשע היסטארקער)

איך גלייב נישט אז עס זענען שוין געווען צייטונגען אין ווילנא (אדער אין גאנץ פוילין וליטא) אין יענע צייטען. ציייטונגען זענען שוין יא געווען אין איטאליע (ווי שבתי צבי מיט זיין בילד זענען באשריבען נאך אין שנת תכ"ו) און אויך אין לאנדאן אין די זעלבע צייט.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

עפל קאמפאוט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 300
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

תגובהדורך עפל קאמפאוט » מאנטאג יוני 03, 2019 8:40 pm

האב איך נעכטן געהערט די שמועס פון שמואל פוקס אויף קול מבשר, ווי ער וויל זאגן אז די מעשה איז בכלל נישט געווען מיט קיין פאטאצקי נאר מיט סתם א גר, און ער מאכט דארט חוזק אז כלל ישראל האט יעדן גוי פארטוישט מיט א פאטאצקי, ממילא האט עולם גולם געגלייבט אז דאס איז פאטאצקי.

דער שמואל זאל מיר מוחל זיין פאר'ן מאכן כלל ישראל פאר אזעלכע גולמים, און אלעס געבויעט אויף וואס? ווייל די צייטונג אין ענגלאנד שרייבט די מעשה און שרייבט נישט אז עס איז געווען מיט פאטאצקי, נאר ברענגט אן אנדערע נאמען. כל מי שיש לו מח בקדקדו וועט נישט בויען גארנישט אויף אזעלכע שוואכע געביידע'ס, דאס אז די צייטונג שרייבט נישט פונקטליך די פרטים מיינט נישט גארנישט מחמת כמה טעמים, ובעיקר ווייל א צייטונג איז א צייטונג און איז נישט מקפיד אויף קיין פרטים כמובן (אפילו היינט אויך), ווי אויך איז די צייטונג אין לאנדאן געווען אין אינגאנצן אן אנדערע לאנד גאר ווייט אוועק פון ווילנע, און מיט דעם זאל ער מיר נישט אוועקמאכן א מסורה.

ובעיקר פארשטיי איך נישט דעם שמואל, ער אליין דערמאנט דאך די יעב"ץ וואס ברענגט קלאר די מעשה אז דאס איז געווען מיט פאטאצקי, ווי איינער האט דאס שוין פריער געברענגט, וי פאלגענד:
אליעזר לאנדא האט געשריבן:און דאס איז פון דער ספר ויקם עדות ביעקב פון ר' יעקב עמדין

מה אירע בימינו לפני איזה שנים בווילנא ראש מדינת ליטא, שנתגייר שר גדול מגזע פאטאצקא ותפשוהו וחבשוהו ימים רבים בחשבם שיחזור לדתם, ואע"פ שהיה יודע כי לא ימלט מעשות בו יסורין קשים ומיתה אכזרית, אם עודנו לא ישוב, והם היו חפצים להצילו ממות ומעונש קשה ומר ממות, שהיה מעותד לו אם יעמוד בדעתו, ולא פנה עליהם ולא לתחנת אמו השררה, לא חשב גיזומם, ולא תאות וחשק הנאת עולמם, לא פחד ולא דאג למות בכל היסורים המרים שעשו לו, אחר שהמתינו לו זמן רב, חסו עליו מאוד לכבוד משפחתו, והוא לעג לכל פיתויי הכומרים המדברים אליו יום יום כמנהגם ברוב דבריהם ביחוד לשר חשוב כזה שחק להם בזה להם, ובחר מות ארוך וערוך לפניו עם יסורים אכזרים משונים מאוד, מחיי עולם עובר, קבל וסבל הכל מאהבה ומת על קידוש ה', תנצב"ה.


איז הגה בעצמך, די צייטונג פון לאנדאן נעמט ר' שמואל ענדערש אן ווי די ווערטער פון דעם קדוש ישראל דער יעב"ץ, וואס שרייבט א זאך וואס האט פאסירט בימיו, און עס זעהט אויס קלאר פון זיינע ווערטער אז דאס איז געווען א דבר מפורסם לרבים "שנתגייר שר גדול מגזע פאטאצקא" און בהמשך שרייבט ער די פרטים אז דאס איז געווען פון א חשוב'ע משפחה "חסו עליו מאוד לכבוד משפחתו" און אזוי איז דאס אנגענומען יארן לאנג ביי כלל ישראל, ביז די באמבאסטישע השערה פון ר' שמואל, אז כלל ישראל זענען פשוט געווען "דום" און ווי בהמה קעפ געמאכט פון א גוי, א פאטאצקי.

בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1150
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 3:16 pm

תגובהדורך בראשית ברא » מאנטאג יוני 03, 2019 10:54 pm

עפל קאמפאוט האט געשריבן:האב איך נעכטן געהערט די שמועס פון שמואל פוקס אויף קול מבשר, ווי ער וויל זאגן אז די מעשה איז בכלל נישט געווען מיט קיין פאטאצקי נאר מיט סתם א גר, און ער מאכט דארט חוזק אז כלל ישראל האט יעדן גוי פארטוישט מיט א פאטאצקי, ממילא האט עולם גולם געגלייבט אז דאס איז פאטאצקי.

דער שמואל זאל מיר מוחל זיין פאר'ן מאכן כלל ישראל פאר אזעלכע גולמים, און אלעס געבויעט אויף וואס? ווייל די צייטונג אין ענגלאנד שרייבט די מעשה און שרייבט נישט אז עס איז געווען מיט פאטאצקי, נאר ברענגט אן אנדערע נאמען. כל מי שיש לו מח בקדקדו וועט נישט בויען גארנישט אויף אזעלכע שוואכע געביידע'ס, דאס אז די צייטונג שרייבט נישט פונקטליך די פרטים מיינט נישט גארנישט מחמת כמה טעמים, ובעיקר ווייל א צייטונג איז א צייטונג און איז נישט מקפיד אויף קיין פרטים כמובן (אפילו היינט אויך), ווי אויך איז די צייטונג אין לאנדאן געווען אין אינגאנצן אן אנדערע לאנד גאר ווייט אוועק פון ווילנע, און מיט דעם זאל ער מיר נישט אוועקמאכן א מסורה.

ובעיקר פארשטיי איך נישט דעם שמואל, ער אליין דערמאנט דאך די יעב"ץ וואס ברענגט קלאר די מעשה אז דאס איז געווען מיט פאטאצקי, ווי איינער האט דאס שוין פריער געברענגט, וי פאלגענד:
אליעזר לאנדא האט געשריבן:און דאס איז פון דער ספר ויקם עדות ביעקב פון ר' יעקב עמדין

מה אירע בימינו לפני איזה שנים בווילנא ראש מדינת ליטא, שנתגייר שר גדול מגזע פאטאצקא ותפשוהו וחבשוהו ימים רבים בחשבם שיחזור לדתם, ואע"פ שהיה יודע כי לא ימלט מעשות בו יסורין קשים ומיתה אכזרית, אם עודנו לא ישוב, והם היו חפצים להצילו ממות ומעונש קשה ומר ממות, שהיה מעותד לו אם יעמוד בדעתו, ולא פנה עליהם ולא לתחנת אמו השררה, לא חשב גיזומם, ולא תאות וחשק הנאת עולמם, לא פחד ולא דאג למות בכל היסורים המרים שעשו לו, אחר שהמתינו לו זמן רב, חסו עליו מאוד לכבוד משפחתו, והוא לעג לכל פיתויי הכומרים המדברים אליו יום יום כמנהגם ברוב דבריהם ביחוד לשר חשוב כזה שחק להם בזה להם, ובחר מות ארוך וערוך לפניו עם יסורים אכזרים משונים מאוד, מחיי עולם עובר, קבל וסבל הכל מאהבה ומת על קידוש ה', תנצב"ה.


איז הגה בעצמך, די צייטונג פון לאנדאן נעמט ר' שמואל ענדערש אן ווי די ווערטער פון דעם קדוש ישראל דער יעב"ץ, וואס שרייבט א זאך וואס האט פאסירט בימיו, און עס זעהט אויס קלאר פון זיינע ווערטער אז דאס איז געווען א דבר מפורסם לרבים "שנתגייר שר גדול מגזע פאטאצקא" און בהמשך שרייבט ער די פרטים אז דאס איז געווען פון א חשוב'ע משפחה "חסו עליו מאוד לכבוד משפחתו" און אזוי איז דאס אנגענומען יארן לאנג ביי כלל ישראל, ביז די באמבאסטישע השערה פון ר' שמואל, אז כלל ישראל זענען פשוט געווען "דום" און ווי בהמה קעפ געמאכט פון א גוי, א פאטאצקי.

אלא מאי. מ' נזרקה בו

אוועטאר
א גוטע ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 257
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 21, 2018 11:45 am
לאקאציע: ביי די אייער וועלט

תגובהדורך א גוטע ניק » מאנטאג יוני 03, 2019 10:57 pm

דעיס איז איינער פון די מעגליכקייטן וואס ער רעכנט אויס
גרייט אייך צו א גרויסע מזל טוב ווינטשן! פאר ווערן שר חמישים ומאתים! נאך 1 תגובות

עפל קאמפאוט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 300
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

תגובהדורך עפל קאמפאוט » מאנטאג יוני 03, 2019 11:09 pm

א גוטע ניק האט געשריבן:דעיס איז איינער פון די מעגליכקייטן וואס ער רעכנט אויס


קודם כל פון די ווערטער פון שמואל זעהט מער אויס ווי דאס איז זיין אויספיר אויף די שמועס, און אזוי האלט ער פערזענליך, און צו מאכן אזא ליצנות פון כלל ישראל איז ניטאמאל קיין מעגליכקייט, עס פאסט זיך זייער פאר די משכילישע חוקרים וואס פלעגן אלעמאל אננעמען אזעלכע סארט מעגליכקייטן געבויעט אויף לופטיגע דמיונות צו אפלאכן פון כלל ישראל אלס דום קעפ, אפגערעדט פון דעם אז דאס איז א אנגענומענע זאך ביי כלל ישראל און צדיקים פלעגן דאס פארציילן, און בפרט אז א בן דורו דער יעב"ץ זאגט אז דאס איז מיט פאטאצקי. (אגב די סארט מהלך פון שמואל הייבט זיך נישט אן ביי די שמועס ואכמ"ל)


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט