דוד המלך שבועות תתקכ"ד

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

דוד המלך שבועות תתקכ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

דוד מַּלְכָּא מְשִׁיחָא
נולד בשנת ב' אלפים תתנ"ד לבריאת העולם, לאביו ישי ולאמו נדבת בת עדאל.
בן כ"ח, הרג את גלית הפלשתי.
בן כ"ט, נמשך למלך ע"י שמואל הנביא.
בן ל', מת שאול המלך, ומלך בחברון ז' שנה.
בן ל"ח, מלך בירושלים.
בן נ"ח, נולד שלמה בנו.
בן ס"ז, נהרג אבשלום בנו.
בן ע', שבת שבועות במנחה, מת, ובאו העורבים ועשו צל עליו עד מוצאי שבת.


די פטירה פון: דוד המלך ע"ה
נולד: בשנת ב"א תתנ"ד נפטר: בן ע' שנים בשנת תתקכ"ד

(הוֹדִיעֵנִי ה' קִצִי וּמִדַת יָמַי מַה הִיא אֵדָע)

אזוי ווי דָוִד הַמֶלֶך איז אנגעקומען צו די מיטעלע יארן האט דָוִד הַמֶלֶך געבעטען פון אויבערשטען הוֹדִיעֵנִי ה' קִיצִי - דער אויבערשטער זאל אים אויסזאגן ווען ער גייט אוועק גיין פון די וועלט, האט אים דער אויבערשטער גענטפערט, ס'איז א גזירה פון מיר אז איך זאג נישט אויס ווען א מענטש שטארבט און וויפיל ער האט נאך צום לעבן, האט דָוִד הַמֶלֶך זיך ווייטער געבעטען וּמִדַת יָמַי מַה הִיא - זאג מיר כאטשיג וויפיל טעג איך גיי האבן אין לעצטען יאר פון מיין לעבן, האט דער אויבערשטער געזאגט ניין ! דאס זאג איך אויך נישט אויס, האט דָוִד הַמֶלֶך ווייטער געבעטען, אֵדְעָה מֶה חָדֵל אָנִי - זאג מיר כאטשיג וועלכע טאג פון די וואך איך גיי אוועקגיין פון די וועלט, האט אים דער אויבערשטער געזאגט יא! דאס וועל איך דיר יא זאגן אז דו גייסט אוועק גיין פון די וועלט אין שבת קודש, האט דָוִד הַמֶלֶך זיך זייער מצער געווען, ווייל ער האט געוואוסט אז שבת טאר מען זיך נישט באשעפטיגען מיט א מת, און מ'וועט אים אזוי לאזן ליגען ביז נאך שבת, האט ער ווייטער געבעטן דעם אויבערשטען, אז ער זאל צו ווארטען איין טאג, און ער זאל שטארבן זונטאג ווען ס'איז שוין אינדערוואכן און מ'מעג אלעס טוהן, האט אים דער אויבערשטער גענטפערט "אֵין מַלְכוּת אַחַת נוֹגַעת בְּחַבַרְתָּה" - איין מלכות קען נישט אנרירען אין זיין חבר'ס און וויבאלד ס'איז שוין געקומען די צייט פון דיין זון שלמה צו קעניגען קען מען נישט ווארטען מיט איין מינוט לענגער, דעריבער קען מען נישט ווארטען ביז זונטאג, אבער דָוִד הַמֶלֶך האט זיך נישט מייאש געווען און ער בעט ווייטער, איך בין גרייט נאך צוגעבען איין טאג פון מיין לעבן און שטארבן פרייטיג, נאר נישט אין שבת, אבער דער אויבערשטער האט אויף דעם אויך נישט מסכים געווען און געזאגט, כִּי טוֹב יוֹם בְּחַצֵרֶךָ מֵאֶלֶף בָּחָרְתִּי, ס'איז מיר בעסער איין טאג וואס די ביסט עוסק אין די תורה ווי טויזענט עולות וואס דיין זון שלמה גייט פאר מיר מקריב זיין, - אין אנדערע ווערטער דער אויבערשטער וויל האלטען דָוִד הַמֶלֶך ווילאנג ער קען - יעצט האט דוד המלך געזעהן אז ס'איז נישטא וואס צו טוהן און ער האט אויפגעגעבען מיט זיינע תפילות, אבער ער האט דאך געוואלט בלייבן לעבן און דינען דעם אויבערשטען, ווי ער זאגט אין תהילים לּא אָמוּת כִּי אֶחְיֶה וַאַסֲפֵּר מַעֲשֵי י', האט ער געטראכט א עצה אז ער וועט זיך זעצען לערנען א גאנץ שבת, ווייל ער האט געוואוסט אז אינמיטן לערנען וועט דער שטן נישט האבן קיין שליטה אויף אים, און ער ווייסט דאך אז ער דארף שטארבן אין שבת, און אזוי האט ער טאקע געטוהן, יעדען פרייטיג צונאכט'ס האט ער זיך געזעצט לערנען און אזוי האט געלערנט א גאנץ שבת, און אפילו נישט מפסיק געווען אויף איין רגע, וויסענדיג אז דאס האלט אים ביים לעבן, און נאך שבת האט ער געמאכט א סעודה אז ער גייט יעצט ווייטער לעבן א גאנצע וואך, און דאס איז די סעודה וואס מיר רופען טאקע סְעוּדָתָא דְדָוּד מַלְכָּא מְשִׁיחָא, ווייל ער האט געמאכט די סעודה.
אבער ס'איז אנגעקומען די צייט וואס דָוִד הַמֶלֶך האט געדארפט אוועקגיין פון דער וועלט, און מ'האט אראפגעשיקט דעם מלאך המות זאל ארויפברענגען דָוִד הַמֶלֶך פון דער וועלט, אבער דער מלאך ווערט דערשראקען ווען ער קומט אַראָפ אונטען און ער טרעפט דָוִד הַמֶלֶך זיצט און לערנט, און ער איז נישט מפסיק אפילו אויף א מינוט, ער זאל קענען צו גיין און אים אוועקנעמען פון די וועלט, ער ווארט און ווארט און ס'גייט נישט, האט ער זיך מיישב געווען, און ארויס אינדרויסען ווי עס איז געווען א הערליכע גארטען פון דעם קעניג, ווי קיינער האט זיך דארט נישט געקענט דרייען, און דער מלאך האט זיך דארט אריינגעכאפט און אנגעפאנגען שאקלען די בלעטלעך, אזוי ווי דָוִד הַמֶלֶך האט דאס דערהערט האט ער זיך זייער דערשראקען, ווער קען דאס זיין אין מיין גארטען, און ער האט געגעבען א געשריי ווער איז דאס דארט ???, אזוי ווי ער האט דאס געזאגט און מפסיק געווען איין מינוט פון לערנען....... איז דער מלאך המות צוגעגאנגען צו אים און אוועקגענומען זיין נשמה, און דאס איז געווען שבת קודש ביים זמן פון מנחה, און טאקע דערפאר שטייט אז מ'גריסט זיך נישט שבת ביי מנחה, אזוי ווי א אבילות פאר דוד המלך.
לעצט פארראכטן דורך זיידעניו אום זונטאג אקטאבער 12, 2008 2:21 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

"זיין געבוירן"
דער אויבערשטער האט געוויזן פאר אדם הראשון אלע דורות וואס גייען געבוירן ווערן, און ווען אדם הראשון האט געזען דוד המלך האט ער געזען אז ער האט נישט קיין לעבן, האט ער אוועק געגעבן פון זיין לעבן זיבעציג יאר פאר דוד המלך, און צוליב דעם האט אדם הראשון געלעבט ניין הונדערט און דרייסיג יאר, און דוד המלך האט געלעבט זיבעציג יאר.
זוהר מ"א

אדם הראשון האט געפרעגט דעם אויבערשטער, ס'איז דא עפעס א מזל אין הימל? האט דער אויבערשטער געזאגט יא, האט ער געזאגט זיבעציג יאר פון מיינע יארן זאל גיין פאר די מזל, און אדם הראשון האט געברענגט א שטר און מ'האט אפגעשריבן אז אדם הראשון געט זיבעציג יאר א מתנה פאר דוד מהלך, און ס'האט זיך אינטער געשריבן אויף דעם שטר דער אויבערשטער, דער מלאך מט"ט, און אדם הראשון.
ילקוט שמעוני בראשית מ"א

דער טאטע פון דוד המלך ישי האט זיך אפגעשיידט פון זיין פרוי דריי יאר פאר דוד המלך איז געבוירן געווארן, נאך די דריי יאר האט ער געטראפן א דינסט וואס האט געארבעט ביי אים, און ער האט געוואלט צו איר חתונה האבן, האט ער איר געזאגט זי זאל זיך אנטוען געהעריגע קליידער נישט ווי א דינסט גייט, כדי ער זאל איר קענען באפרייען און חתונה האבן מיט איר, איז די דינסט געגאנגען און דערציילט די גאנצע זאך פאר איר הערענטע, האט איר הערענטע איר געזאגט, שוין דריי יאר איז דורך וואס ער וויל נישט וואוינען מיט מיר, איצט זאלסטו גיין און זיך אנטוען שיין פאר אים און ביינאכט ווען ס'וועט זיין טונקעל זאלסטו שטיין גרייט ביי די טיר, און ווען ער וועט דיר הייסן צומאכן די טיר פון די שטוב, זאלסטו מיך אריינלאזען און דו זאלס ארויסגיין, און אזוי איז טאקע געווען ביינאכט האבן זיי אזוי געמאכט ווי מ'האט אפגעשמועסט פון פריער, און ישי האט גארנישט באמערקט, און יענע נאכט איז זי געווארן מעוברת מיט דוד המלך,א ון ווייל ישי האט א גאנצן צייט געמיינט אז ער וואוינט מיט די דינסט, איז דוד המלך געווען רויט אנדערש ווי אלע זיינע ברודער, ווען די ברודער'ס האבן אים דערזען אז ער זעט אויס אנדערש ווי זיי האבן זיי פארשטאנען וואס דא איז געוען און זיי האבן געוואלט הארגענען דוד המלך, האט ישי זיין טאטע געזאגט לאזט אים לעבן און מיר וועלן אים שטעלן אלס א פאסטוכער פון אונזערע שאף, און אזוי האט דוד המלך געפאשעט די שעף צוואצניג יאר צייט, ביז דער אויבערשטער האט געשיקט שמואל הנביא אז ער זאל גין זאלבן פאר א מלך איינער פון די קינדער פון ישי וועלכער וואוינט אין בית לחם, ווען שמואל הנביא איז אהין געגאנגען האט ער אויסגעפרעגט ישי וועגן אלע זיינע קינדער וואס ער האט, האט אים ישי אויסגערעכענט אלע קינדער וואס ער האט און צום לעצט האט ער אים געזאגט אז ער האט נאך איין זון אבער ער איז שטענדיג אין פעלד און פאשעט די שעף, האט שמואל הנביא אים געלאזט רופן, ווען דוד המלך איז געקומען צו גיין האט זיך די אויל – וואס שמואל הנביא האט געהאט – געהויבן אין די הייך ווי איינער וואס ווארט שוין אויף דער מענטש וואס דארף קומען, האבן אלע געזען אז ער איז די ריכטיגער מלך וואס דארף ווערן געזאלבט, און ישי און די קינדער האבן זיך אנגערופן "שמואל הנביא איז אונז געקומען צו פארשעמען" אויך די מאמע פון דוד המלך האט זיך געמאכט פון אינדרויסן אז זי איז אויך ברוגז, אבער אין הארץ האט זי זיך אויך געפרייט, אבער שפעטער ווען ער איז געווארן מלך ישראל האט זיך יעדער איינער געפרייט.
ילקוט המכירי תהילים קי"ח
ווען דוד המלך איז געבוירן געווארן איז ער שוין געווען גע'מל'עט.
סוטה י:
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

"דוד המלך אלס פאסטוכער"
ווען דוד המלך איז קליין געווען האט ער שוין געזאגט נביאות, אז ער גייט חרוב מאכן פלישתים און ער גייט הארגענען גלית, און ער גייט בויען די בית המקדש, האט זיך זיין טאטע ישי - וואס האט נישט געגלייבט דאס אלעס - אויפגערעגט אויף אים און אים געמאכט פאר א פאסטוכער, כדי ער זאל גארנישט אויסוואקסן.
מדרש הגדול דברים

ווען דוד המלך האט געפאשעט די שעף, איז ער געזעסן אין פעלד און באטראכט די וועלדער און פעלדער, און דערביי פארפאסט אפאר קאפיטלך תהילים, און די זעלביגע האט ער געטוען ביינאכט ער איז געזעסן אין פעלד, און באטראכט די לבנה מיט די שטערנ'ס, און געזינגן שירות ותשבחות פאר'ן אויבערשטער.
זוהר חדש, שיר השירים

ווען דוד המלך האט געפאשעט די שעף, האט איינמאל פאסירט אז ער האט זיך געטראפן מיט'ן וויזעל טיר (וואס איז די גרעסטע חיה אין די וועלט) און ער האט געמיינט אז דאס איז א בארג, איז ער ארויף געגאנגען דערויף, און געפאשעט די שעף דארט, שפעטער האט זיך די וויזעל טיר אויפגעוועקט און אויפגעשטעלט אויף די פיס, האט זיך דוד המלך דערזען אז ער איז גאר הויך און ער האט זיך זייער דערשראקען, האט ער צוגעזאגט און געמאכט א נדר אז אויב דער אויבערשטער וועט אים ארפאנעמען פון דא וועט ער בויען א בית המקדש וואס וועט זיין הונדערט איילן ברייט אזוי ווי די וויזעל טיר, האט דער אויבערשטער געמאכט אז א לייב איז געקומען צו גיין, און אזוי ווי די וויזעל טיר האט געזען דעם לייב האט ער זיך געביקט פאר אים אזוי ווי מ'טוט פאר אמלך, אבער דוד המלך האט נישט געוואלט אראפגיין ווייל ער האט מורא געהאט פון די לייב, האט דער אויבערשטער געמאכט אז א הערש איז געקומען צו גיין און אזוי ווי די לייב האט דערזען דעם הערש האט ער אים אנגעהויבן נאך צולויפן, דעמאלס איז דוד המלך אראפ געקומען, און ער האט געלויבט דעם אויבערשטער אויף די גרויסע נס וואס ער האט אים געטוען.
מדרש שוח"ט כ"ח.

דוד המלך איז געווען זייער א געטרייער פאסטוכער, ווען ער האט געפירט זיין שעף עסן האט ער איינגעטיילט זיין סטאדע שעף אין דריי חלקים, די גאר יונגע, די יונגע, און די אלטע, פאר די גאר יונגע האט ער געגעבן צו עסן די ווייכע תבואה, און הערשט דערנאך האט ער געגעבן די הארטע תבואה פאר די יונגע שעף, האט דער אויבערשטער געזאגט פאר דוד המלך, איך זעה אז דו ביסט געטריי צו דיינע שעף, וועל איך דיר געבן מיינע שעף אז דו זאלסט זיי פאשענען, און אזוי איז דוד המלך געווארן דער קעניג פון כלל ישראל.
שמות רבה ב'.

ווען דוד המלך איז געווארן דער קעניג פון די אידן, האט זיך יעדער געוואונדערט, דער וואס איז נעכטן געווען א פאסטוך ווערט איצט א קעניג? האט דוד המלך געזאגט איר וואונדערט זיך, איך וואונדער מיך נאך מער פון ענק, און די רוח הקודש האט דעמאלס געזאגט, מאת ה' היתה זאת, אז אלעס קומט פון אויבערשטער און ער האט אזוי אויסגעוועלט.
מדרש שוחר טוב, קי"ט.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

"זיינע מעלות"
כלל ישראל האט געהאט צוויי גוטע פירער'ס משה רבינו און דוד המלך ע"ה.
יומא פ"ו

דוד המלך איז דער פערטער פוס אויפ'ן אויבערשטערס שטול.
זוהר ק"ז

דוד המלך האט געהאט זייער א זיס קול, און מיט דעם האט ער געזינגן פאר'ן אויבערשטער.
שיר השירים רבה

מיר געפונען אז אלעס וואס משה רבינו האט געטוען פאר די אידן האט אויך דוד המלך געטוען פאר די אידן, משה רבינו האט ארויסגעצויגן די אידן פון מצרים, און דוד המלך האט ארויסגעצויגן די אידן פון שיעבוד גליות, משה רבינו האט מלחמה געהאלטן מיט די שונאים, און דוד המלך האט אויך מלחמה געהאלטן מיט די שונאים, משה רבינו האט געשפאלטן דעם ים, און דוד המלך האט אויך געשפאלטן טייכן, משה רבינו האט געבויעט א מזבח, און דוד המלך האט אויך געבויעט א מזבח, משה רבינו האט געגעבן פאר די אידן חמשה חומשי תורה, און דוד המלך האט אויך געגעבן פינף ספרים הקדושים אין תהלים.
מדרש שוח"ט א'.

דוד המלך איז געווען דער בדחן פון אויבערשטער, און אפילו ווען ער אליין איז געווען טרויעריג וועגן די גרויסע צרות וואס ער האט געהאט אין זיין לעבן, אבער ווען ס'איז געקומען פרייליך צומאכן דעם אויבערשטער האט ער משמח געווען מיט גרויס שמחה.
זהר ק"ז.
ביי דוד המלך האט נישט געוועלטיגט אויף אים דער יצר הרע.
בבא בתרא י"ז
דער יצר הרע האט נישט געקענט וואוינען אין דוד המלך, ווייל ער האט אים גע'הארגעט.
ברכות ט' ה"ה
דוד המלך האט זיך אכטונג געגעבן זיין גאנץ לעבן אז ער זאל נישט שלאפן מער ווי א האלבע שעה, ווייל נאכ'ן שלאפן א האלבע שעה פאנגט מען אן צו שפירן אביסל וואס דאס מיינט מיתה, און אזוי ווי דוד המלך ווערט דאך אנגערופן "חי" ווי ס'שטייט ,דוד מלך ישראל חי וקים", דעריבער האט ער נישט געוואלט שפירן דער טעם פון מיתה.
סוכה כ"ו. – זוהר ר"ז
ווען משיח וועט קומען וועט דער אויבערשטער מאכן א סעודה, ווען מ'וועט ענדיגן די סעודה וועט דער אויבערשטער מכבד זיין די אבות הקדושים מיט'ן בענטשען אבער יעדער וועט זיך ארויסדרייען ווייל זיי וועלן טרעפן א עבירה מיט וואס זיי זענען נכשל געווארן, אבער ווען ס'וועט קומען צו די רייע פון מכבד זיין דוד המלך וועט ער אגן איך וועל בענטשען און פאר מיר פאסט אז איך זאל בענטשען.
פסחים קי"ט
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

"זיין עניוות"
ביי דוד המלך האט זיך געפונען די דריי מעלות גבורה, תורה, און ענווה.
מדרש שוח"ט י"ח
דוד המלך איז געווען א קעניג אבער ער האט געהאלטן אין איין זאגן אז ער איז גארנישט, נאר דער אויבערשטער האט אים געמאכט פאר א קעניג, ער איז אויך געווען א עושר אבער ער האט געהאלטן אין איין זאגן אז ער איז נישט קיין עושר, און ווען ער האט געווינען א מלחמה מיט די פינט, האט ער אויך געזאגט אז נישט ער האט געווינען די מלחמה, נאר דאס האט דער אויבערשטער געמאכט.
שם קמ"ד.

"אני בצדק" דוד המלך האט געזאגט פאר'ן אויבערשטער וען ער האט געבעטן א טובה, איך בעט נישט אין עפעס א זכות, נאר איך בעט ווי א ארימאן וואס בעט א צדקה.
שם י"ז.

דוד המלך פלעגט אייביג גיין קוקענדיג מיט די אויגן אראפ, פון גרויס פחד וואס ער האט געהאט פאר'ן באשעפער, און ווען ער פלעגט גיין צווישן מענטשן האט ער נישט געאט קיין שום גאות ח"ו אין זיך, נאר שטענדיג איז ער געגאנגען מיט די גרעסטע עניוות.
זוה"ק י"א

"דוד המלך רופט זיך אן גר"
מכילתא משפטים
דוד המלך פלעגט הערן ווי זיינע פיינט האבן אים געשאלטן און ער האט זיי גארנישט געענטפערט נאר אלעס מקבל געווען באהבה, דעריבער איז טאקע זייער פאסיג אז ער זאל ווערן אנגערופן מיט'ן טיטול "חסיד".
מדרש שוח"ט ט"ז

דוד המלך האט אמאל געזאגט פאר'ן אויבערשטער, איך בין זיכער אז דו גייסט געבן א גוטן שכר פאר די צדיקים אויף יענע וועלט, אבער איך בין נישט זיכער אז איך וועל זיין פון זיי.
ברכות ד'

"זיינע תפלות"
ס'איז נישט דא נאך אזא ירתא שמים ווי דוד המלך איז געווען, ווייל די חכמים זאגן, ווען איינער קומט פון א וועג און ער האט נישט די ריכטיגע כוונה צו דאווענען דארף ער נישט דאווענען, אבער דוד המלך האט נישט אזוי געטוען, נאר שטענדיג ווען ער איז געקומען פון א וועג האט ער זיך געשטעלט דאווענען.
פסיקתא רבה ט'

דוד המלך האט געזאגט פאר'ן אויבערשטער, רבונו של עולם הער צו מיין געבעט, ווייל די אויגן פון אלע אידן זענען געוואדנען צו מיר, און מיינע אויגן זענען געוואנדן צו דיר באשעפער, און אויב דו וועסט מיך צוהערן וועט עס זיין אזוי ווי דו הערסט אויס אלע דיינע אידן.
מדרש שוחר טוב, כ"ה
ווען נישט די תפלות וואס דוד המלך האט געבעטן וואלטן אלע אידן געווען ארימע לייט און פארקויפט אפפאל זאכן.
סוטה מ"ט

דוד המלך פלעגט זיך ממש מצער זיין און איינרייסן פאר'ן אידישען פאלק.
דער אויבערשטער האט צוגעזאגט פאר דוד המלך, ועשיתי לך שם כשם הגדולים (שמואל ב' ז) איך וועל דיר מאכן אזא נאמען אזוי ווי די גרויסע, אוןד ערפאר דערמאנען מיר זיין נאמען "מגן דוד" אזוי ווי מיר דערמאנען די אבותה קדושים.
פסחים קי"ז

"דוד המלך לערנט תורה"
דוד המלך האט אמאל אויף זיך אליין געזאגט, אין מיין גאנצע לעבן וואס איך לעב, בין איך נישט געשלאפן נאך חצות לילה, די סדר פון דוד המלך איז געווען אזוי, ביז חצות איז ער געשלאפן נישט מער ווי א האלבע שעה אויף איינמאל, פון חצות און ווייטער איז ער געזעסן און געלערנט, און פון ווי האט דוד המלך געוואוסט ווען חצות איז? נאר ער האט געהאט א סימן אויף דעם, ווייל העכער זיין בעט איז געהאנגן א פידל וואס הייסט "כנור" און ווען ס'איז געקומען חצות, האט דער אויבערשטער געמאכט אז די ווינט וואס בלאז פון צפון זייט פון די וועלט האט אנגעפאנגן צו בלאזען, און די פידל האט זיך צושפילט און אזוי ווי דוד המלך האט דאס געהערט איז ער שנעל אויפגעשטאנען און געגאנגען לערנען ביז'ן עלות החשר, אזוי ווי ס'איז געווארן די עלות זענען שוין די חכמים אריינגעגאנגען רעדן מיט אים אין לערנען.
ברכות ג'.

דער יצר הרע האט פראבירט איבערצורעדן דוד המלך, און געזאגט קוק אלע קעניגן פירן זיך אויפצושטיין נאך דריי שעה אין טעג, און דו שטייסט שוין אויף אינמיטן די נאכט, אבער דאס אלעס האט אים נישט צוריק געהאלטן נאר ער האט ווייטער געטוען די זעלבע זאך.
מדרש שוח"ט כ"ב.
ווען די חבירים פון דוד המלך האבן געהערט ווי ער לערנט שוין אינמיטן די נאכט, האבן זיי געזאגט צווישן זיך, קוק נאר אונזער חבר דוד וואס ער איז א קעניג און מיט דעם אלעם לערנט ער שוין, איז זכעכער אז מיר פשוטע מענטשן דארפן שוין זיכער לערנען, אזוי האט ער געמאכט אז אויך זיינע חברים זאלן אנפאנגן לערנען אינמיטן נאכט.
ברכות א' ה"א
דוד המלך פלעגט צוזאם נעמען דעם נעמען די אידן יעדן שבת קודש, און ער האט זיי אנטפלעקט פארשידענע סודות פון די תורה, ביז ער האט יעדן פון זיי צוגעשלעפט אז ער זאל איינזען די זיסקייט וואס ליגט אין די תורה, ביז זיי האבן אנגעפאנגן צו לערנען.
מדרש הגדול, בראשית

יענע נאכט וואס דוד המלך איז אנטלאפן פון שאול המלך וועלכער האט אים געוואלט הארגענען, האט ער אנטפלעקט פארשידענע סודות פון די תורה, ביז ער האט יעדן פון זיי צוגעשלעפט אז ער זאל איינזען די זיסקייט וואס ליגט אין די תורה, ביז זיי האבן אנגעפאנגן צו לערנען.
מדרש הגדול, בראשית
יענע נאכט וואס דוד המלך איז אנטלאפן פון שאול המלך וועלכער האט אים געוואלט הארגענען, האט ער געטראפן שמואל הנביא און האט פון אים אין איין נאכט געלערנט מער תורה פון וואס א תלמוד לערנט פון זיין רבי'ן אין הונדערט יאר
מדרש שמואל, ב' כ"ב
דוד המלך האט געבעטן דעם אויבערשטער זאל אים זאגן ווען ער גייט שטארבן, האט דער אויבערשטער געזאגט דאס קען איך דיר נישט זאגן, ווייל קיין שום מענטש ווייסט נישט ווען ער גייט שטארבן, האט ער ווייטער געבעטן דעם אויבערשטער, אז ער זאל אים כאטשיג זאגן אין וועלכע טאג פון די וואך ער גייט שטארבן האט אים דער אויבערשטער געזאגט אז ער וועט שטארבן אין שבת קודש, האט דוד המלך נישט געוואלט האט ער געבעטן דעם אויבערשטן אז ער וויל שטארבן זונטאג, האט אים דער אויבערשטער געזאגט ניין! ווייל יענעם שבת איז שוין באשטימט אז דיין זון שלמה זאל ווערן קעניג און מ'קען דאס נישט אפשטיפן, האט ער ווייטער געבעטן אז דעמאלס וויל ער שטארבן ערב שבת קודש, האט אים דער אויבערשטער געזאגט "ס'איז מיר בעסער איין טאג וואס דו לערנסט תורה מער פון טויזענט קרבנות וואס דייןז ון שלמה וועט פאר מיר מקריב זיין".
שבת ל.
ווען דוד המלך איז ארויסגעגאנגען אין מלחמה, האט אים דער אויבערשטער געזאגט, דו זיץ בעסער און לערנען תורה, און איך וועל שוין מלחמה האלטן דיינע מלחמות.
מדרש שוח"ט ל"ה

דוד המלך האט געזאגט ווען איך האב געוואלט נעמען א עצה אין סיי וועלכע זאך, האב איך געקוקט אין די תורה און פון דארט האב איך גענומען אלע עצות.
ילקוט המכירי משלי כ"ב

"ספר תהילים"

דוד המלך האט נישט איבערגעלאזט א אבר מיט וואס ער האט נישט געלויבט דעם אויבערשטער, ער האט אים געלויבט מיט'ן קאפ, מיט די מויל, און אזוי ווייטער.
מדרש שוח"ט י"ח
ס'איז דא א ארבעטער וואס ווייסט וויאזוי צו בעטן פונעם בעה"ב, און ס'איז דא א ארבעטער וואס ווייסט נישט וויאזוי צו בעטן פונעם בעה"ב, אבער דוד המלך איז געווען פוןד יארבעטער וואס האבן געוואוסט וויאזוי צו בעטן בקשות פון אויבערשטער, דוד מהלך לייגט ארפא קודם די גרויסקייט פון אויבערשטער, המשים מספרים הקדושים כבודו וכו' און דערנאך זאגט ער ונקתי מפשע רב, אז דו ביסט אזא גרויסער באשעפער זיי מוחל אויף מיינע עבירות, דאס הייסט געבעטן מיט שכל.
ויקרא רבה, ה'

אלע קאפיטלך וואס איז דא אין ספה”ק תהילים האט דוד המלך געזאגט ווי ס'שטייט אין תהילים (ע"ב) כלו תפלות דוד בן ישי, ליינט מען אנשטאט כלו, "כל אלו", די אלע תפלות האט דוד המלך געזאגט.
פסחים קי"ז.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

די גרויסקייט פון דוד המלך
דוד המלך איז געוען א בעל רוח הקודש, און ער איז געווען דער רבי פון אלע בעלי רוח הקודש, אזוי ווי משה רבינו איז געווען דער רבי פון אלע נביאים.
(זוהר)
ווען דוד המלך וואלט געבויט דאס בית המקדש, וואלט דאס קיינמאל נישט חרוב געווארן.
(סוכת שלם)
די וועלט שטייט אין די זכות פון מלכי בית דוד.
(סוכת שלם)
דוד המלך האט גע'דרשנ'ט אין דברי תורה וואס דאס אויער האט נאך קיינמאהל נישט געהערט,
(סוכת שלם)
דוד המלך האט מתקן געווען אז מען זאל זאגן הונדערט ברכות יעדן טאג.
(במדבר רבה)
דוד המלך האט זוכה געווען צו כתר תורה און כתר מלכות און כתר שם טוב.
(סוכת שלם)
די וועלט איז נישט באשאפאן געווארן נאר אין דוד המלך'ס זכות.
(סוכת שלם)
דוד המלך האט נישט געהאט קיין יצר הרע. (ער האט עס אזוי שטארק אויסגעארבט ביז די יצר הרע איז געווארן איין שטיק מיט די יצר טוב)
(סוכת שלם)
דוד המלך האבען נישט קיין שום ווערעם שולט געווען אויף זיין פלייש.
(מדרש שוחר טוב)
ווער עס זעהט דוד המלך אין חלום זאל האפן אויף חסידות
(סוכת שלם)
דוד המלך האט קיינמאל נישט אויף געהויבן זיינע אויגן אויף ארויף, נאר שטענדיג האט ער געקוקט אויף אראפ, צוליב שרעק פון השי"ת, און ווען ער איז געגאנגען צווישן מענטשן האט ער זיך נישט שטאלץ געהאלטן.
(זוהר)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

להושענא רבא - אושפיזא דדוד המלך:
ויהי דוד לכל דרכיו משכיל וה' עמו. (שמואל א' יח') ווען א מענטש האט א גרויסע הצלחה ברוחניות ובגשמיות איז ער אין א גרויסע סכנה אז ער זאל זיך נישט האלטן גרויס, און נישט חלילה זאגן כוחי ועוצם ידי עשה לי את כל החיל הזה (אז די גאנצע הצלחה איז מיין ארבעט און מיין קרעדיט), זאגט דער פסוק דאס גרויסקייט פון דוד המלך, אז כאטש ער האט געהאט הצלחה אין אלע זיינע וועגען, פונדעסטוועגן איז געווען "וה' עמו" דער אויבערשטער איז געווען מיט אים, ער איז געבליבען בענוה, ווייל דער וואס איז א בעל גאוה, זאגט דאך דער אויבערשטער [אין אני והוא יכולין לדור וכו'] איך וואוין נישט מיט א בעל גאוה, אבער דא איז געווען "וה' עמו" אזוי ווי די פסוק זאגט "אני את דכה" דער אויבערשטער רוהט מיט דעם עניו.
באר שמואל
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

די גמרא סנהדרין (ק"ז ע"א) אויף דעם פסוק (שמואל ב' ט"ו) ויהי דוד בא עד הראש אשר ישתחוה שם לאלקים ברענגט די גמרא אז רב האט גע'דרש'נט אז דוד האט געוואלט דינען די עבודה זרה, די גמרא איז א פלא ווי אזוי קען דאס זיין אז דוד זאל וועלין דינען די עבודה זרה?
מען קען עס מסביר זיין לויט ווי די גמרא זאגט (סנהדרין ז' ע"ב) "כל המעמיד דיין שאינו הגון כאילו נוטע אשירה ובמקום תלמידי חכמים כאילו נטעו אצל מזבח", [דער וואס שטעלט אויף א דיין וואס איז נישט ראוי איז גלייך ווי ער פלאנצט אן א לינדן בוים אין בית המקדש]. דער הסבר דערצו איז דער אויבערשטער רוהט צווישן די אידישע דיינים ווי עס שטייט אין פסוק אלקים נצב בעדת קל. אויב מען שטעלט אוועק א דיין וואס איז נישט ערליך שטיפט מען אוועק די שכינה הקדושה, וואס קען נישט זיצן צווישן רשעים קומט דאך אויס אז מען ערפילט דאס ארט פון די קדושה מיט סטרא אחרא ר"ל. דוד המלך איז געווען א גרויסע עניו, וויבאלד ער האט געזען אז אבשלום וויל איבערנעמן די מלוכה, און רודפ'ט אים, מיט אלע מיני רדיפות ר"ל, האט ער זיך בארעכנט אז ער וועט אים איבערגעבן די מלוכה, וועט נישט זיין קיין בלוט פארגיסונגן. דוד המלך האט געטראכט איך וועל זיין א פשוטע איד וואס זיצט און לערנט און דינט דעם הייליגען באשעפער. אבער חושי הארכי האט זיך אקעגן געשטעלט און געזאגט א קעניג ווי די, זאלסט אזוי טוהן, ער האט געמיינט צו זאגן ווייל די גמרא זאגט (סנהדרין י"ט ע"א) אז די מלכי בית דוד זענען געווען דיינים וואס האבן גע'פסק'נט דין תורה'ס אויב אזוי אז דו וועסט איבערגעבן פאר אבשלום צו פסק'ענען וועט דאך אויסקומען אז דו שטעלסט אן עבודה זרה [א דיין שאינו הגון], א נישט ערליכע דיין, וואס דאס איז עבודה זרה, אבער אוודאי האט ער נישט געוואלט דינען עבודה זרה בפועל ממש.
(יערות דבש)

כי חלק ה' עמו יעקב חבל נחלתו
אין דעם נוסח פון די אושפיזין, ביי וועלכן מ'לאדענט איין די הייליגע אושפיזין אין דער סוכה, ענדיגט מען מיט דעם פסוק "כי חלק ה' עמו יעקב חבל נחלתו", דארף מען פארשטיין ווי קומט עס דא אהער ?
מען קען דאס ערקלערן מיט א משל: אן ארעמאן וועלכער האט זייער ליב געהאט דעם קעניג האט געוואלט אמאל איינלאדענען דעם קעניג מיט זיין סוויטע צו א סעודה ביי זיך אין שטוב, דער ארעמאן האט גוט געוואוסט אז ער פארמאגט נישט אזא גרויס פארמעגן אנצוגרייטען א סעודה פארן קעניג, ווי עס פאסט זיך, אבער פונדעסטוועגן האט ער נישט געוואלט אויפגעבן זיין האפענונג צו קענען האבן דעם קעניג ביי זיך אין שטוב, דער קעניג האט זיך דערוואוסט פון דעם ארימאנ'ס גרויסן באגער האט ער פארארדענט אז מ'זאל שיקען צו אים אין שטוב אריין א רייכע סעודה וואס איז אנגעגרייט געווארן אין דעם קעניגליכער קאך, און אזוי ארום האט ער שוין געקענט איינלאדענען דעם מלך.
דער נמשל איז פשוט, ווען אידישע קינדער לאדענען איין די הייליגע אושפיזין אין די סוכה ווייסן מיר דאך אונזער גרויסע רוחניות'דיגע ארימקייט, וואס עס פאסט גארנישט פארן כבוד פון די אבות הקדושים זיך צו באטייליגן און אונזער סעודה, אבער מיר שטארקען זיך דערמיט וואס דאס ביסל וואס מיר פארמאגען יא איז דאך דער חלק אלקי ממעל די נשמה וואס קומט פון די הימלישע וועלטן, גראד פונעם קעניג'ס קאך, אין די אלע מצות ומעש"ט וואס מיר טוען, קומט דאך פון דעם, אזוי ארום קענען שוין די אבות הקדושים קומען צו גאסט צו אונז אין סוכה אריין. דאס פארענדיגן מיר, מיט דעם פסוק כי חלק ה' עמו יעקב חבל נחלתו, אז אידישע קינדער האבן אין זיך א חלק ה', און די מצות סוכה וואס מיר זענען יעצט מקיים איז דאך אויך א דירעקטער רעזולטאט פון דער נשמת ישראל וואס וויל טוהן מצות ומעש"ט, און צו דעם חלק אלקי ממעל טוען מיר איינלאדענען די אבות הקדושים אנטייל צונעמען אין אונזער שמחה.
(תפארת בנים)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

דוד מלך ישראל חי וקים


א. קידוש לבנה

אין סטאמבול איז געשעהן די דאזיגע מעשה מיט לאנגע יארן צוריק. שוין דעמאלט, פארצייטנס, איז דארט געווען א גרויסער אידישער ישוב. אידן האבן דארט געלעבט אין גרויס עושר און כבוד, ס'האט זיי גארנישט געפעלט. אידן זענען געווען קרובים למלכות, און האבן שטענדיג אינזין געהאט טובת הכלל. פון קיין שלעכטע גזירות, האט מען נישט געוואוסט, און אין אלטע צרות האט מען שוין כמעט פארגעסן. געקומען א שבת, א יו"ט, האט מען עס דערקענט אין דער גאנצער שטאט.

איינמאל זענען דארט אידן געשטאנען אויף דער גאס, און זיי האבן מחדש געווען די לבנה הויך אויפן קול. און מיט גרויס שמחה געשריגן הויך אויפ'ן קול "שלום עליכם, עליכם השלום, שלום עליכם, עליכם השלום"! ווען זיי זענען צוגעקומען צו זאגן "דוד מלך ישראל חי וקיים" האבן זיי פשוט אנגעהויבן צו טאנצן. גויים זענען פארבייגעגאנגען און האבן זיך אפגעשטעלט קוקן, אידן זענען געווען פאר'דבקה'ט און האבן זיך נישט אומגעקוקט און נישט געזעהן קיין זאך.

אין יענער צייט איז געווען אין סטאמבול א סולטאן, וואס פלעגט זיך גאנץ אפט איבערקליידן און פארשטעלן פאר א פראסטן מענטש, ארומגיין איבער דער שטאט, מאכן א שמועס מיט דעם, מיט יענעם, אויסצוגעפונען, וואס ביי איהם אין שטאט טוט זיך, און וואס מענטשן דענקען וועגן איהם און ווי אזוי ער פירט די מדינה. ער האט שוין געהאט זיינע וועגן, ווי צו פארשטעלען זיך מיט גרויס חכמה, אזוי אז דער גרעסטער חכם זאל קיין זאך נישט איינפאלן, ער זאל זיך נישט היטן פאר איהם מיט קיין ווארט, גארנישט חושד זיין.

גראס דעמאלט, ווען די סטאמבולער אידן זענען געשטאנען און האבן מחדש געווען די לבנה, מיט דביקות, און טענץ, איז דער סולטאן פארבייגעגאנגען די גאס, פארשטעלט ווי א פויער פון א ווייט דארף. ווי ער האט דערזעהן דעם עולם האט ער זיך אפגעשטעלט קוקן מיט גרויס נייגעריקייט.

ווען דער עולם האט זיך גענומען צוגיין, האט ער אפגעשטעלט עטליכע און געמאכט מיט זיי א שמועס, אריינגעצויגן זיי ביסלעכווייז אין א געשפרעך, אויסגעפרעגט וואס פאר א מנהג עס איז, זיך געמאכט תם'עוואטע, און אזוי ארום חוקר ודורש געווען. געווען דארט א פרומער איד וואס האט מסביר געווען דעם פארשטעלטען סולטאן וואס מ'טוט ביי קידוש לבנה, איינע פון די זאכן – פירט אויס יענער איד – זאגן מיר "אזוי ווי איך טאנץ קעגן דיר און איך דיך נישט אנרירן, אזוי זאלן מיינע פיינט מיך נישט קענען בארירן מיט שלעכטן!". ער האט צוגעגעבן אז דאס מיינט מען די מלכים פון די אומות העולם, וואס געבן ארויס שלעכטע גזירות אויף אידן, און אין זכות פון קידוש-לבנה פארשטערט דער באשעפער זייערע אלע עצות.

פרעגט דער פארשטעלטער ווייטער – וואס האט איר עפעס זיך געפרעגט און געענטפערט? – שלום עליכם, עליכם השלום!. און האט ווייטער געגעבן צו פארשטיין אז די גאנצע וועלט שטייט אויף שלום, אין די זכות פון אידן, און אויב נישט די אידן וואלט נישט געווען קיין שלום. ווייטער פרעגט דער סולטאן און וואס האט איר אזוי פריילעך געטאנצט? מיר האבן זיך געפרייט מיט דוד המלך. – ווער איז דאס און וואו וואוינט ער? – דער איד האט זיך צולאכט און געזאגט "נארישער מענטש, דו האסטו נישט געהערט פון דוד המלך? – אבער ער איז שוין געשטארבן א לאנגע צייט צוריק? רופט זיך אן דער איד און זאגט "דאס מיינט נאר דער וועלט, ער ליגט און שלאפט זיך אין זיין הייל אויף א גאלדענעם בעטל, זיין קרוין ליגט איהם צוקאפענס, און זיין פידעלע הענגט איבער דעם בעט, יעדע נאכט, ווען דאס צפון ווינט הויבט אן צו בלאזן, כאפט ער זיך אויף און הויבט אן זאגן זיין תהלים, זיינע ווערטער זענען ווי די שארפסטע שווערדן, מיט זיי האלט ער מלחמה מיט אלע אידישע שונאים, ער צורייסט די שלעכטע גזירות פון די בייזע מלכים און שרים, און מאכט זיי אונטערטעניג.

א דערשטוינטער האט איהם דער פארשטעלטער סולטאן ווייטער געפרעגט, וואס האט איר אזוי פריילעך געשריגן? "דוד מלך ישראל חי וקיים, א סימן טוב, א מזל טוב אויף אונדז און אויף כלל ישראל אמן!" – ווי אפט פארזאמעלט איר זיך אזוי? איינמאל אין חודש, ווען די לבנה ווערט גרויס, דעמאלט באנייט מען די מלוכה.

דער סולטאן האט זיך איינגעהאלטען, געמאכט זיך ווי ער וואלט געווען אביסל פארוואונדערט, אביסל צוטומלט, און האט זיך געזעגנט, און איז אוועקגעגאנגען. דער איד איז אהיים געגאנגען זייער רוהיג מיט דעם וואס ער האט געקענט מסביר זיין א פויער וועגן דוד מלך ישראל חי וקיים.

אבער דער סולטאן האט שוין אבער יענע נאכט נישט געקענט שלאפן. פארשידענע געדאנקן איז אריבער זיין מוח, ער טראכט ביי זיך, וואס! איך האב געמיינט אז די אידן זענען מיר געטריי און דינען נאר מיר, צום סוף מאכן זיי גאר גאנצע אסיפות, לאכן פון איהם און זאגן, אזוי ווי זיי קענען נישט אנרירן די לבנה, אזוי קען ער זיי נישט בארירן צום שלעעכטן. זיי האבן זייער אייגענעם קעניג און דינען צו איהם, מאכן פאר איהם א פאראד יעדן חודש, טאנצן אין די גאסן און שרייען, אז ער לעבט אייביג און אלע קעניגן פון דער וועלט זענען זיינע קנעכט, און וואו טוען זיי דאס? אין די גאסן פון זיין מלוכה-שטאט! זיין צארן האט זיך אנגעצינדן נישט געקענט שלאפן א גאנצע נאכט.אינמיטן נאכט איז ער איינגעשלאפן פאר עטליכע מינוט, האט ער גע'חלומ'ט ווי אידן קומען זיך צוזאמען, ווארפן איהם אראפ פון זיין כסא-המלוכה, און זעצן ארויף זייער מלך דוד, דערנאך הרג'ט מען איהם און זיין גאנצע משפחה. ער כאפט זיך אויך מיט גרויס צארן שפרינגט אראפ- פון זיין בעט, שנעל געהייסן צוזאם רופן אלע זיינע עצה געבערס און אלע גרויסע לייט.

נאך דעם זעלבן טאג האט מען געלאזט רופן אלע גרויסע אידישע לייט, די חשובים און נכבדים, און דער סולטאן זאגט צו זיי אזוי "אזוי האט איר מיך גענארט! חייב מיתה זענט איר, מורדים במלכות! איך וועל אייך ווייזן, וואס איך קען טאן מיט אייך, און זאל קומען אייער קעניג, וואס לעבט אייביג, און זאל אייך אפראטעווען פון מיינע הענט!".

די אידן זענען געבליבן שטיין צטומלטע, דאס לשון איז זיי ווי אוועקגענומען געווארן. און דער סולטאן האט ווייטער גערעדט מיט גרימצארן, געבייזערט זיך, געזידלט, און דערציילט פאר זיינע שרים און גרויסע לייט, אלץ וואס ער האט געזעהן און געהערט.

די אידן האבן געפרובט פאלן צו איהם צו די פיס, זיך פארענטפערן, דערקלערן, אז דאס איז נישט מער ווי א מנהג פון קדמונים, און דאס מיינט מען גאר דעם אמת'ן דוד המלך, וואס האט געלעבט מיט עטליכע טויזנט יאר צוריק, דער סולטאן האט זיי אבער נישט געוואלט אויסהערן, און ער האט ווייטער גערעדט צו זיי מיט גרימצארן, ערשט נאכדעם ווי ער האט זיך שוין געהאט גוט אויסגעשריגן, איז ער שטיל געבליבן אויף א וויילע און האט אויסגעהערט זייערע רייד, א מינוט האט ער געשוויגן, דערנאך האט ער צו זיי אזוי געזאגט. "אויב עס איז שוין יא אזוי, וויל איך אז איר זאלט מיר ברענגען א מתנה פון אייער מלך דוד, וואס לעבט אייביג, א סימן פון אונטערטעניקייט צו מיר, אויב נישט וועל איך אייך אלעמען ארויסטרייבן פון מיין לאנד, אייער גאנץ פארמעגן וועל איך צונעמען און זיך אפרעכענען מיך אייך, מורדים במלכות!

די חשובים האבן איהם גענומען בעטן, ער זאל אראפנעמען פון זיי די שווערע גזירה, ווייל עס איז נישט קיין מענטשליכע כוח צו טאן אזא זאך. זיי האבן פאר איהם געוויינט און געפרובט ווייכער מאכן זיין הארץ, דער סולטאן האט זיך אבער געהאלטען ביים זייניגן און געזאגט – מורדים במלכות זענט איר, און איך טו מיט אייך צו א גרויסע טובה, איר זענט נישט ווערט צו דעם, נאר מיין רחמנות איז גרויס, אבער ביז אהער און ווייטער נישט! געדענקט א יאר צייט גיב אייך אייך, און אויב איר וועט מיר נישט ברענגען קיין מתנה פון אייער מלך דוד, וועל איך זיך אפרעכענען מיט אייך, ווי איך האב געזאגט.

ווי די אידן פון סטאמבול האבן דערהערט, וואס עס האט געטראפן, איז געווארן זייער א גרויסער געוויין, מ'איז געלאפן אין די שוהלן, גוזר תענית געווען, געוויינט און געקלאגט געבעטען ביי דעם באשעפער, ער זאל טאן א נס און ווייך מאכן דאס הארץ פון דעם סולטאן, און איהם אריינגעבן א גוטע מחשבה, מבטל צו זיין די גזירה. מ'האט פראבירט ביי אלע גרויסע באאמטע זיי זאלן פועל'ן ביים סולטאן מבטל צו זיין די גזירה אבער עס האט גארנישט געהאלפן אפילו נישט מיט געלט.
דער שטאט רב, וועלכער איז געווען א גרויסער גאון און בעל-מקובל, איז געווען כמעט דער איינציגער, וואס האט זיין בטחון נישט געהאט פערלאזן, ער האט ביי זיך געשפירט, אז דער רבונו של עולם, וועלכער האט נאך קיינמאל נישט פארלאזן זיין געליבט פאלק ישראל, ער וועט זיי אויך דאס מאל זיכער אפהיטן פון אלעס שלעכטן.

ער האט צו זיך געשיקט רופן די ראשי הקהל, און אנדערע נכבדים פון דער שטאט, און ער האט צו זיי געזאגט: איר מוזט וויסן רבותי! אז אלעס וואס עס איז אנגעשריבן אין אונזערע הייליגע ספרים, איז זיכער אלעס אמת! און ווען זיי דערציילן אונז אז דוד המלך לעבט נאך און איז נישט געשטארבן, מעגן מיר נישט טראכטן אנדערש. נאר דער הויפט זאך וואס איז פון אונז פארהוילן, מיר ווייסן אבער נישט וואו אונזער אלטער קעניג דוד געפונט זיך, כדי מיר זאלן זיך קענען ווענדן צו איהם דערציילן וועגן די גזירה. דעריבער איז מיין עצה, מיר זאלן אויסקלייבן צוויי תלמידי חכמים, וואס זאלן זיך ארויסלאזן אין דער וועלט ארומזוכן דעם ארט וואו געפונט זיך דוד המלך. איך בין זיכער אז זיי וועלן איהם געפונען, און דאן וועלן זיי איהם קענען בעטן אן עצה ווי אזויאונז אויסלייזן פון די שלעכטע גזירה. ביז א יאר צייט – פירט אויס דער רב – בין איך זיכער אז דער באשעפער וועט אונז נישט פארלאזן, און זיי וועלן מצליח זיין אין זייער שליחות צו געפונן דוד מלך ישראל וועלכער איז באמת חי וקיים! מ'האט אויסגעקליבן צוויי שלוחים גרויסע תלמידי חכמים מיט בריוו פון די טערקישע קהילה אין זייערע הענט, און זיי האבן זיך ארויס געלאזט אויפן וועג זוכן דוד מלך ישראל חי וקיים.

ב. די שלוחים

די שלוחים זענען געגאנגן פון שטאט צו שטאט, געוויזן צו אלע רבנים די בריוו פון זייערע קהילה, נאך דרייסיג טעג זענען זיי אנגעקומען קיין אלעקסאנדריען אין מצרים וואו דער הייליקער אריז"ל האט געוואוינט. זיי האבן געוויזן דעם שטאט'ס רב דעם בריוו האט ער צו זיי געזאגט: איך בין זיכער אז איר וועט מיט דעם באשעפער'ס הילף מצליח זיין, איר דארפט אבער וויסן מיינע ליבע פריינד, אז דא אין שטאט האבן מיר די זכיה צו האבן צווישן אונז דעם גרויסן מקובל, דעם אר"י הקדוש, וועלכער איז א גרויסער פועל ישועות און האט שוין עטליכע מאהל געראטעוועט כלל ישראל פון שלעכטע גזירות. איר מוזט תיכף נאך היינט גיין צו איהם און איבער געבן דעם בריוו, איך בין זיכער אז מיט זיין כח הקבלה, וועט ער אייך גלייך ווייזן וואו זיך צו ווענדן צו טרעפן דוד המלך.

די צוויי שלוחים האבן געדאנקט דעם רב, און זענען געקומען צום אריז"ל איהם איבער געגעבן די בריוו פון די טערקישן קהילה, און האבן דערציילט דעם אריז"ל וועגן די שרעקליכע גזירה וואס דער סולטאן האט ארויף געלייגט אויף זיי.

דער אריז"ל האט געשמייכלט און געזאגט "ליבע ברודער! איר דארפט אייך גארנישט שרעקן, איר קענט זיכער זיין, אז השם יתברך וועט אייך באלד צושיקן זיין הילף און אייער וואונטש צו זעהן אונזער אלטן מלך דוד.

ווי די שלוחים האבן געהערט די טרייסט ווערטער זענען זיי אנגעפילט געווארן מיט פרישע כוחות, זיי האבן געוואוסט זיכער אז פון אריז"ל ווערטער וועט נישט פאלן איין ווארט. זיי האבן איהם געדאנקט פאר די ווערטער, און איהם געבעטן ער זאל זיי אנווייזן דער וועג וואו זיי דארפן גיין. - איר ווייסט דאך – זאגט דער אריז"ל צו זיי – אז עס איז פארהאנען א שטאט מיט'ן נאמען לוז, וועלכע יעקב אבינו, האט געבענטשט, אז אירע אלע איינוואוינערס זאלן אייביג לעבן און קיינמאל נישט שטארבן. גייט דארט אהין, און ווערט געוואויר פון די זקנים, וואו עס געפונט זיך דער ארט וואו עס האלט זיך אויף דוד המלך. דער אריז"ל האט זיי איצט געגעבן סימנים, אויף וועלכן וועג זיי זאלן גיין, כדי זיי זאלן אויף וואס גיכער קענען אנקומען צו דער שטאט לוז.

עס האט ווייטער גענומען א צייט פון פערציג טעג, ביז די שלוחים זענען אנגעקומען אין דעם ווייטן לאנד, וואו עס געפונט זיך דער שטאט לוז. דער וועג איז געווען זייער א ווייטער און פול מיט סכנות, זיי זענען געגאנגען צווישן ווילדע מענטשן, אין מדבריות צווישן ווילדע חיות, שלאנגען מיט עקדיסן. ווילד הויך בערג האבן פארשטעלט זייער וועג און טיפע אפגרונדן האבן זיך געעפנט אונטער זייער פיס. זיי זענען געגאנגען און געבלאנדזשעט ביז צום סוף זענען זיי אנגעקומען צו דער שטאט לוז. דאס איז אבער געווען די נייע שטאט לוז, נישט די דאזיגע וועלכע יעקב האב געבענטשט און א נאמען געגעבן בית-אל, די שלוחים האבן דאס אבער נישט געוואוסט.

ווי נאר זיי זענען אריינגעקומען אין דער שטאט לוז, האבן זיי זיך נישט אויסגערוהט פון וועג, נאר תיכף געגאנגן צום רב פון שטאט, אים געוויזן די בריוו פון די טערקישע קהילה. און אלעס דערציילט. דער רב הערט זייער ווערטער און זאגט צו זיי, מיינע ברודער און גוטער פריינד, איר האט א גרויסער טעות געהאט, מיר געפונען זיך יעצט אין דער נייער שטאט לוז און נישט אין יענער שטאט לוז וואו מענטשן שטארבן נישט. אבער איך ווייס דעם וועג אהינצוקומען, און ביז דער טאג פון מיין שטארבן טאר איך דאס נישט אנטפלעקן צו קיינעם, נאר צו דער וואס וועט זיין רב נאך מיר. אבער איך זעה אז פון הימל וויל מען אז איך זאל דאס יא אנטפלעקן פאר אייך, וועל איך זעצן א בית דין וואס זאל מתיר זיין די שבועה וועל איך קענען אנטפלעקן וואו דער אלטער שטאט לוז געפונט זיך.

דער רב האט געזעצט א בית דין, זיי האבן איהם מתיר געווען די שבועה, די שלוחים האבן געפאסט דריי טעג און דריי נעכט זיך גע'טובלט אין א טייך אינטער דער שטאט, און דער רב האט צו זיי געזאגט ווי אזוי זיי זאלן אנקומען צו דער אלטער שטאט לוז.

"גייט צווישן די בערג ביז איר וועט צוקומען צו א גרויסן און טיפן פעלזנשפאלט, דארט וועט איר זעהן א רושיג טייכל, זאלט איר גיין מיט דעם טייכל, ביז איר וועט קומען צו זייער א הויכן און דיקן בוים, נעבן דער בוים וועט איר זעהן א גרוב פאר א מקוה, דארט זאלט איר זיך טובל'ן. און אפשר וועט, אין זכות פון כלל ישראל, זיך עפענען פאר אייך דאס קליינע טירל פון בוים, און איר וועט קענען אריינגיין אין דער אלטער שטאט לוז. געדענקט אבער, אייער וועג איז פול מיט די גרעסטע סכנות! איר זאלט זיך שטארקן און זיך מוסר נפש זיין פאר כלל ישראל.

דער רב האט זיי באגלייט א תחום שבת, געוויזן זיי דער וועג פון דערווייטענס. די שלוחים האבן זיך געדרייט צווישן די בערג און געקלעטערט דארט מיט די גרעסטע סכנות. פיהל מאהל האבן זיך שטיינער אויסגעגליטשט פון אונטער זייער פיס, זיי זענען געשטרויכלט געווארן, ביז בלוט. זיי האבן שוין מער קיין כח נישט געהאט צו גיין ווייטער און צו קלעטערן, זיי האבן אויפגעהויבן זייערע אויגן, זיך ארומגעקוקט און געזעהן, ווי עס עפענען זיך אינטער זיי טיפע תהומות, טאלן פון שאדענס פון טויט, גלייכע פעלזן ווענט, פון אונטען רוישט דאס שמאלע טייכל, ווערט גרעסער, ברייטער, ווארפט זיך מיט כח אויף די פעלזן. עס רוישט און ברויזט דער טייך אונטען, אין דעם פעלזנשפאלט, און זייערע הערצער קלאפן. זיי שטארקען זיך און קלעטערן דארט מיט זייער לעצטע כוחות, ביז זיי קומען צו דער בוים. דארט האבן זיי זיך אנידערגעזעצט אויף א מינוט, זיך אפצורוהען און כאפען דאס אטעם, זיי האבן זיך גלייך אויפגעהויבן און גענומען זוכן די מקוה, זיך טובל'ן אין איר.

זיי קומען צו דער מקוה, און קוקן אריין אין איר, און זייערע הערצער איז כמעט געשטארבן פאר פחד, פול איז געווען דער גרוב מיט שלאנגען און עגדיסן, און גרויסע גרינע קראקאדילן האבן ארויסגעשטעקט זייערע ברייט צועפענטע מיילער, מיט ציין ווי זעגן, א שרעק איז געפאלען אויף זיי, זיי האבן געציטערט און אוועק געשפרינגען פון דארט. זייער הארץ איז ווי אפגעשטארבן אין זיי, און זיי האבן זיך געוואקלט אויף די פיס. עטליכע מינוט זענען זיי אזוי געבליבן, פלוצלונג האט זיך איינער פון זיי צעשריגן מיט כוח, "איך וועל זיך מוסר נפש זיין פאר דעם כלל, און זאל דער באשעפער טאן מיט מיר וואס ער וויל?"

מיט גרויס התלהבות האט ער אראפגעווארפן פון זיך די צעריסענע קליידער, און ער איז אריינגעשפרינגען אין דער מקוה פון שלאנגען און עגדיסן מיט גרויס שמחה. דער צווייטער שליח איז געבליבן שטיין... אבער דער באשעפער האט פארשלאסן די מיילער פון די שלאנגען און עגדיסן און אלע אנדערע מזיקים, זיי האבן זיך געריקט אין א זייט צו דיווענט פון דער גרוב. ער האט יעצט געהאט א פריי ארט און זיך גע'טובל'ט דארט און איז ארויס מיט גרויס שמחה. אלע זיינע איברים האבן ממש געזינגען שירה צום באשעפער. ער האט געשטארקט זיין חבר זאל איהם נאך טאן. אבער דער חבר וואס איז אריינגעפאלן אין א טרויערקייט האט דאס נישט געקענט טאן. דערנאך האבן ביידע זיך גענומען זאגן תהלים מט גרויס כונה, עס זאל זיך עפענן דאס טירל אין דער בוים.

עס נעמט נישט לאנג, און א קליין טירל האט זיך פלוצלונג געעפענט אין דעם בוים, און א קול איז ארויסגעקומען פון דארט און האט אויסגערופן: זאל אריינגיין נאר דער וואס האט זיך גע'טובל'ט און דער צווייטער זאל בלייבן זיצן און ווארטן ביים בוים.

דער שליח וואס האט זיך מוסר נפש געווען, האט זיך געאיילט מיט גענומען מיט זיך אלע כתבים פון די רבנים און צדיקים און זיך געזעגנט פון זיין חבר און איז אריין אין בוים.

ג. אין דער שטאט לוז

דאס טירל האט זיך גלייך פארהאקט, און עס איז נישט געבליבן קיין זכר פון דעם. דער שליח איז געבליבן שטיין אין א טויער שטילקייט, נישט געוואוסט וואו זיך צו רירן. א שווערער וואלקען, האט זיך אראפגעלאזט אויף איהם, ער האט נישט געקענט זעהן אדער הערן עפעס. ס'איז געווען א שווארץ שטילקייט דארט. פלוצלונג האט א בליץ איבערגעריסן די פינסטערניש און באגאסן די הייל מיט ליכט. פון דער ליכט האט זיך דערהערט א קול וואס האט אויסגערופן: "פיל נסיונות ביזטו אויסגעשטאנען אין דיין לאנגן וועג, האסט זיך מוסר נפש געווען אין דער מקוה פון שלאנגען און עגדיסן, געלייטערט דיין נשמה, יעצט האסטו די זכיה אריינצוקומען אין דער שטאט לוז, פריי און אפן איז אפר דיר די גאנצע שטאט. גיי צו דער גרויסער ישיבה און פון דארט וועט קומען דיין הילף!"

ער גייט ווייטער אין דער הייל, פון דער הייל איז ער אריין אין א וועלדל פון לוז-ביימער, ביז ער איז געקומען צו אן אויסגעטראטענע וועג, צו א גרויסער שטאט. ער זעהט אלטע הייזער מיט הויכע טורמעס, ענגע און שמאלע גאסן, פיל מיט מענטשן. ער נעמט זיך גיין וואס שנעלער צו דער ישיבה. קומט דארט אריין און זעהט ווי אלט און יונג זיצן דארט און לערנען תורה מיט א קול. ער דערציילט זיי וואס האט איהם געברענגט צו דער ארט, און בעט זיי זאלן איהם פירן צו זייערע רב.
די זקנים און תלמידי חכמים האבן געזיפצט און געזאגט, אונזער רב שלאפט א גאנץ יאר, נאר איין טאג כאפט ער זיך אויף, דעמאלט ברענגען מיר צו איהם אלע שווערע דין תורות און הארבע שאלות. און עס זענען שוין אריבער דריי חדשים פון דער לעצטע מאהל וואס ער איז איינגעשלאפן.

דער שליח האט זיך שטארק צעוויינט און ער האט געזאגט: וויי איז צו מיר, נאך אזוי פיל סכנות וואס וועט ווערן מיט די אידן אין טערקיי? זיי האבן איהם גענומען טרייסטן און האבן איהם געזאגט, אפשר אין דער זכות פון כלל ישראל וועט דער רב זיך אויפכאפן פריער, און ער וועט דיר קענען העלפן. און מיר וועלן תיכף גיין מתפלל זיין אז דער באשעפער זאל אייך פירן ווייטער אין דער ריכטיגע וועג...

ד. אין דוד המלך'ס הייל

נאך די תפילות פון די זקנים, האט זיך דער רב פלוצלונג אויפגעכאפט, געהערט דאס דאוונען און געוויין, און ער געט א געשריי "שמש!" דער שמש האט זיך שנעל געאיילט און איז אריין צום רב און דערציילט וואס די געוויינען זענען. דער רב הייסט אז דער שליח זאל אריינקומען. ער קומט אריין און האט גענומען שלום ביים רב. און דערציילט וועגן די שלעכטע גזירה אין טערקיי. און ווי פון הימל האט מען מודיע געווען פאר דעם אר"י הקדוש אז פון דא וועט קומען זיין ישועה.
דער רב טרייסט איהם מיט וערטער און זאגט איהם אז ער וועט מיט איהם מיט שיקן א שליח צו דוד המלך, או ער וועט זיכער נישט צולאזן אז עס זאל געשעהן שלעכטס צו די אידן וועגן איהם. דער שליח פרעגט דעם רב ווער ער איז, ווייל אויב דוד המלך וועט איהם פרעגן ווער עס האט איהם געשיקט דא זאל ער וויסן וואס צו ענטפערן. זאגט דער רב אז מיין נאמען איז עירה היאירי, דוד'ס פריינד.

דער שליח גייט מיט דעם שמש ביז דוד המלך'ס הייל, זיי גייען איבער בערג און טאלען, איבער שטעכעדיגע דערנער און שפיציגע פעלזען, ביז זיי קומען צו דער הייל. דא האט דער שמש געזאגט, אז ער האט מער נישט קיין רשות צו גיין ווייטער. און דער שליח מוז אליין גיין. דער שליח קלאפט אויף דער הייל מיט א תפילה צום באשעפער אין זיין מויל און דער טויער פון הייל האט זיך געעפענט, ער גייט דארט אריין מיט גרויס פחד און מורא. דער הייל איז באלאכטן מיט א באזונדערע ליכט, דער שליח האט מורא צו קוקן אין די שטארקע ליכט. און פארמאכט זיינע אויגן. דערווייל הערט ער א קול וואס רופט אויס: "עפן דיינע אויגן און קוק זיך ארום! וואויל איז דיר וואס האסט זוכה געווען צו זעהן דוד המלך. אט ליגט ער דא און דרימלט באלד וועט ער זיך אויפכאפען און אנהויבן צו זינגען שירות ותשבחות פאר דעם באשעפער. איבער זיין בעט הענגט א פידעלע, וואס דארף אנהויבן צו זיננגען ווען דער צפון ווינדט בלאזט אויף איר, גיי אריין אין דעם צימער וואו דוד המלך געפונט זיך און גיס אויס דיין הארץ און האב נישט קיין שום מורא פון גארנישט!"

דער שליח טוט אלעס וואס דער קול האט איהם באפוילן, מיר קענען אפילו נישט פארשטעלן ווי שיין און פראכטיג עס איז געווען דער צימער וואו דוד המלך איז געווען. דוד המלך איז געלעגן אויף א גאלדענעם בעטל, נעבן איהם א גאלדענע מנורה. ער קומט נענטער און בוקט זיך צו דוד המלך און דערציילט איהם אלעס וועגן די ביטערע גזירה. רופט זיך אן דוד המלך און זאגט "וויין נישט מיין קינד, דער באשעפער וועט העלפען!" ער נעמט ארויס אן עפל, דאס צושניטן אין פיר חלקים, געגעבן דעם שליח און געזאגט, די דאזיגע פיר שטיקלעך עפל זאלסטו מיטנעמען מיט זיך, איין פערטל זאלסטו האלטן פאר זיך, דאס צווייטע זאלסטו געבן פאר מיין חבר עירה היאירי, דאס דריטע זאלסטו געבן דיין חבר, וואס שטייט אינדרויסן פון דער שטאט, און דאס פערטע זאלסט ברענגען דעם סולטאן, און גיי און האב נישט קיין שום מורא.

דער שליח איז ארויס מיט גרויס שמחה, ביז ער איז אנגעקומען מיט גרויס שמחה צוריק אין דער שטאט איסטאמבול אין טערקיי.

אין דער צייט איז דער סולטאן זייער שטארק שלאף און קראנק געווארן, די גרויסע דאקטוירים האבן גארנישט געקענט טאן איהם צו העלפען. מ'האט אויסגרופן אין די גאנצע לאנד, ווער עס איז א דאקטאר זאל קומען און היילן דעם סולטאן. א פחד איז געפאלן אויף דער גאנצער שטאט, עס האט זיך נישט געפונען איינער וואס זאל זיך אונטער נעמען צו היילן דעם סולטאן. אן עס איז געווארן א גרויס מהומה אין שטאט. פונקטלעך דעמאלט זענען צוריק געקומען די צוויי שלוחים ווי זיי האבן געהערט וואס עס טוט זיך דארט אין שטאט, האבן זיי געמאלדן פאר דעם גרויס-וויזיר און געזאגט, מיר זענען באוואוסטע דאקטוירים, פון א ווייטער מדינה, לאז אונז אריין צום סולטאן און מיר וועלן איהם געזונט מאכן. זאגט אבער דער גרויס-ווייזיר צו זיי, איר ווייסט אז א דאקטאר וואס גייט היילן דעם סולטאן שטעלט איין זיין קאפ אויב ער איילט איהם נישט? האט דער שליח וואס איז געווען ביי דוד המלך געזאגט, איך בין גרייט אויף דעם!

מ'פירט איהם צו דעם סולטאן, דער סולטאן ליגט פארשלאפט מיט פארמאכטע אויגן, און אטעמט זייער שווער, ער נעמט שנעל ארויס דעם פערטן שטיקל עפל, און לייגט דאס נעבן דעם נאז פון דעם סולטאן. דער סולטאן עפנט זיינע אויגן, און כאפט זיך אויף ווי פון א שווערע חלום. זייער א דערשראקענער, און גענומען בעטן דאס מ'זאל איהם שענקען זיין לעבן. און ער האט געזאגט ":גרויסער מלך, וואס לעבט אייביג, זיי מיר מוחל! נאריש בין איך געווען און האב נישט געוואוסט פון דיין גרויסקייט, זיי מיר מוחל און שיק מיר א צייכן פון לעבן, און איך וועל שוין וויסן ווי אזוי זיך צו פירן.

דער שליח זאגט צום סולטאן , זאל אונזער מלך לעבן און נישט האבן קיין מורא, א מתנה פון מחילה האב איך געבראכט פון דוד המלך. ער האט איהם געגעבן דאס פערטל חלק עפל, דער סולטאן האט עס אויפגעגעסן, דערכאפט זיך דאס הארץ און איז געזונט געווארן.

דער סולטאן האט געהייסן, מ'זאל אריינברענגען פאר איהם, מיט גרויס כבוד, די ראשי הקהל און אלע אידישע חשובים. מ'האט זיי געברענגט מיט גרויס כבוד. דער סולטאן האט זיי איבערגעבעטן, און צו זיי געזאגט "זייט מיר מוחל קינדער פון דעם הייליגן פאלק, וואס איך האב אייך פארשאפט צער. בעט רחמים פאר מיר ביי אייער מלך דוד, ער זאל מיר מוחל זיין אויף מיין נארישקייטט און זינד, און איך וועל עדות זאגן פאר די גאנצער וועלט אז ער לעבט אייביג.

ער האט דערציילט די אידן וועגן דעם חלום וואס ער האט געהאט ווי מ'האט גע'פסק'נט פאר איהם חייב מיתה אין בית דין של מעלה ווייל ער האט מורד במלכות געווען אין דוד המלך. די ראשי הקהל האבן דאס געהערט האבן זיי געלויבט דעם באשעפער פאר דעם גרויסן חסד וואס ער האט געטאן מיט זיי. דער סולטאן האט פארשטייט זיך גלייך מבטל געווען די גזירה און האט דאס צעריסן בעפאר די אויגן פון אלע חשובי הקהל, און זיי נאך באשאנקען פיל מיט מתנות. און פאר די אידן אין טערקיי איז געווארן ליהודים היתה אורה ושמחה וששון ויקר כן תהיה לנו אמן.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

פריש געליינט און אויסטערליש הנאה געהאט.
יישר כח זיידי'.

כדי צו שארפן די מוח לאמיר זען ווער ס'קען ענטפערן די שאלות ארום אדונינו המלך דוד ע"ה.
וויאזוי האט געהייסן דוד'ס מאמע?
וויפיל פרויען האט דוד געהאט?
וויאזוי האט געהייסן בת-שבע'ס טאטע?
ביי די וויפיל יאר איז דוד געווארן מלך?
וויפיל יאר האט ער זיך געדרייט ביי שאול?
ווען און פארוואס איז ער גוט געווארן מיט יהונתן?
האט תמר חתונה געהאט אמאל?
וויפיל יאר האט בת-שבע געלעבט?
ווי אלט איז דוד געווען ווען שמואל איז אוועק?
מיט וועם האט אבישג חתונה געהאט?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3327
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

תיקון טעות, דוד המלך'ס מאמע האט געהייסן נצבת און נישט נדבת.
סטרעטענער אייניקל
שר חמש מאות
תגובות: 741
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2010 9:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטרעטענער אייניקל »

איטשע האט געשריבן:תיקון טעות, דוד המלך'ס מאמע האט געהייסן נצבת און נישט נדבת.

ניצבת בת עדאל
"כיון שנצטרך אדם לבריות פניו משתנות ככרום... מתהפך לכמה גוונין" [ברכות ו' ע"ב]
היינו לאותם גוונים והבחינות שהן הן הנותנים לו [רשפי אש נעשכיז]
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28043
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

שוועמל האט געשריבן:פריש געליינט און אויסטערליש הנאה געהאט.
יישר כח זיידי'.

כדי צו שארפן די מוח לאמיר זען ווער ס'קען ענטפערן די שאלות ארום אדונינו המלך דוד ע"ה.
וויאזוי האט געהייסן דוד'ס מאמע?
וויפיל פרויען האט דוד געהאט?
וויאזוי האט געהייסן בת-שבע'ס טאטע?
ביי די וויפיל יאר איז דוד געווארן מלך?
וויפיל יאר האט ער זיך געדרייט ביי שאול?
ווען און פארוואס איז ער גוט געווארן מיט יהונתן?
האט תמר חתונה געהאט אמאל?
וויפיל יאר האט בת-שבע געלעבט?
ווי אלט איז דוד געווען ווען שמואל איז אוועק?
מיט וועם האט אבישג חתונה געהאט?

די גמרא זאגט אז אבישג איז מותר געווען פאר שלמה ווייל מלך משתמש בשרביטו של מלך. האבן זיי טאקע חתונה געהאט?
אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1576
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקער »

לכ יוט
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9537
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

אויב דוד מת בעצרת אין א"י ווי אזוי האלטן טייל וועלט די יארצייט ביום שני?
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
אוועטאר
קעלנער
שר חמש מאות
תגובות: 849
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 18, 2009 4:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעלנער »

ווייל ווען מ'האט מקדש געווען דעם חודש על פי הראי', האט שבועות געקענט אויסקומען ז' סיון.
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

קעלנער האט געשריבן:ווייל ווען מ'האט מקדש געווען דעם חודש על פי הראי', האט שבועות געקענט אויסקומען ז' סיון.

און אויך האט עס געקענט אויסקמען ה' סיון אדער ז' סיון, איז דא עפעס א מקור וואס איז געווען דעמאלטס?
josh
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 15, 2015 2:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך josh »

סאו ווען האט די וועלט אנגענימן ווען סאיז די יארצייט? ערשטע טאג אדער צווייטע?
א פיינע מענטש
שר חמש מאות
תגובות: 784
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 3:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פיינע מענטש »

וואס איז די מקור פון די קידוש לבנה מעשה ?
ווי ווערט דערמאנט אין חז"ל איבער די שטאט לוז ?
אביסל א מאדנע מעשה אויף אונזערע צייטן נישט מער ווי אפאר 100 יאר צוריק.
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9537
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

josh האט געשריבן:סאו ווען האט די וועלט אנגענימן ווען סאיז די יארצייט? ערשטע טאג אדער צווייטע?

בסקווירא ובקארלין [ עיין פרי ישע אהרן ] האט מען אנגענומען יום שני
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2747
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

dovidal האט געשריבן:
josh האט געשריבן:סאו ווען האט די וועלט אנגענימן ווען סאיז די יארצייט? ערשטע טאג אדער צווייטע?

בסקווירא ובקארלין [ עיין פרי ישע אהרן ] האט מען אנגענומען יום שני

שמעתי מחסידי טשערנאביל ונדמה לי שכן ראיתי מביאים בשם אדמו"ר שליט"א מראחמיסטריווקא שאחזו שהיא"צ הוא בז' ומחסידי קארלין שמעתי שאחזו ביום ה'
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9537
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

נחום וואהלינער האט געשריבן:
dovidal האט געשריבן:
josh האט געשריבן:סאו ווען האט די וועלט אנגענימן ווען סאיז די יארצייט? ערשטע טאג אדער צווייטע?

בסקווירא ובקארלין [ עיין פרי ישע אהרן ] האט מען אנגענומען יום שני

שמעתי מחסידי טשערנאביל ונדמה לי שכן ראיתי מביאים בשם אדמו"ר שליט"א מראחמיסטריווקא שאחזו שהיא"צ הוא בז' ומחסידי קארלין שמעתי שאחזו ביום ה'

עיין פרי ישע אהרן בשם הבית אהרן כמו שכתבתי
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

זיידעניו האט געשריבן:"זיין געבוירן"
דער אויבערשטער האט געוויזן פאר אדם הראשון אלע דורות וואס גייען געבוירן ווערן, און ווען אדם הראשון האט געזען דוד המלך האט ער געזען אז ער האט נישט קיין לעבן, האט ער אוועק געגעבן פון זיין לעבן זיבעציג יאר פאר דוד המלך, און צוליב דעם האט אדם הראשון געלעבט ניין הונדערט און דרייסיג יאר, און דוד המלך האט געלעבט זיבעציג יאר.
זוהר מ"א

אדם הראשון האט געפרעגט דעם אויבערשטער, ס'איז דא עפעס א מזל אין הימל? האט דער אויבערשטער געזאגט יא, האט ער געזאגט זיבעציג יאר פון מיינע יארן זאל גיין פאר די מזל, און אדם הראשון האט געברענגט א שטר און מ'האט אפגעשריבן אז אדם הראשון געט זיבעציג יאר א מתנה פאר דוד מהלך, און ס'האט זיך אינטער געשריבן אויף דעם שטר דער אויבערשטער, דער מלאך מט"ט, און אדם הראשון.
ילקוט שמעוני בראשית מ"א

דער טאטע פון דוד המלך ישי האט זיך אפגעשיידט פון זיין פרוי דריי יאר פאר דוד המלך איז געבוירן געווארן, נאך די דריי יאר האט ער געטראפן א דינסט וואס האט געארבעט ביי אים, און ער האט געוואלט צו איר חתונה האבן, האט ער איר געזאגט זי זאל זיך אנטוען געהעריגע קליידער נישט ווי א דינסט גייט, כדי ער זאל איר קענען באפרייען און חתונה האבן מיט איר, איז די דינסט געגאנגען און דערציילט די גאנצע זאך פאר איר הערענטע, האט איר הערענטע איר געזאגט, שוין דריי יאר איז דורך וואס ער וויל נישט וואוינען מיט מיר, איצט זאלסטו גיין און זיך אנטוען שיין פאר אים און ביינאכט ווען ס'וועט זיין טונקעל זאלסטו שטיין גרייט ביי די טיר, און ווען ער וועט דיר הייסן צומאכן די טיר פון די שטוב, זאלסטו מיך אריינלאזען און דו זאלס ארויסגיין, און אזוי איז טאקע געווען ביינאכט האבן זיי אזוי געמאכט ווי מ'האט אפגעשמועסט פון פריער, און ישי האט גארנישט באמערקט, און יענע נאכט איז זי געווארן מעוברת מיט דוד המלך,א ון ווייל ישי האט א גאנצן צייט געמיינט אז ער וואוינט מיט די דינסט, איז דוד המלך געווען רויט אנדערש ווי אלע זיינע ברודער, ווען די ברודער'ס האבן אים דערזען אז ער זעט אויס אנדערש ווי זיי האבן זיי פארשטאנען וואס דא איז געוען און זיי האבן געוואלט הארגענען דוד המלך, האט ישי זיין טאטע געזאגט לאזט אים לעבן און מיר וועלן אים שטעלן אלס א פאסטוכער פון אונזערע שאף, און אזוי האט דוד המלך געפאשעט די שעף צוואצניג יאר צייט, ביז דער אויבערשטער האט געשיקט שמואל הנביא אז ער זאל גין זאלבן פאר א מלך איינער פון די קינדער פון ישי וועלכער וואוינט אין בית לחם, ווען שמואל הנביא איז אהין געגאנגען האט ער אויסגעפרעגט ישי וועגן אלע זיינע קינדער וואס ער האט, האט אים ישי אויסגערעכענט אלע קינדער וואס ער האט און צום לעצט האט ער אים געזאגט אז ער האט נאך איין זון אבער ער איז שטענדיג אין פעלד און פאשעט די שעף, האט שמואל הנביא אים געלאזט רופן, ווען דוד המלך איז געקומען צו גיין האט זיך די אויל – וואס שמואל הנביא האט געהאט – געהויבן אין די הייך ווי איינער וואס ווארט שוין אויף דער מענטש וואס דארף קומען, האבן אלע געזען אז ער איז די ריכטיגער מלך וואס דארף ווערן געזאלבט, און ישי און די קינדער האבן זיך אנגערופן "שמואל הנביא איז אונז געקומען צו פארשעמען" אויך די מאמע פון דוד המלך האט זיך געמאכט פון אינדרויסן אז זי איז אויך ברוגז, אבער אין הארץ האט זי זיך אויך געפרייט, אבער שפעטער ווען ער איז געווארן מלך ישראל האט זיך יעדער איינער געפרייט.
ילקוט המכירי תהילים קי"ח
ווען דוד המלך איז געבוירן געווארן איז ער שוין געווען גע'מל'עט.
סוטה י:

חידוש קיינמאל גערט פון דעי מעשה, אבער עס שטימט נישט אזוי גוט ווייל אז יא איז דוד געווען פון די בני תשע מידות, [איך וויל נישט אריינגיין לגבי ראובן ביי לאה ווייל דארט רעדן שוין אלע פוסקים דערפון]
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

שטימט יא שטימט נישט, כך הוה מעשה,

בכלל אז מ'טראכט אביסעל אריין די גאנצע השתלשלות פון דוד איז צושטאנד געקומען איז זייער אינטערעסאנט,
אנגעפאנגען פון לויט'ס טאכטער'ס מיט איר פאטער, און ווייטער יהודה מיט תמר, בועז מיט רות, ביז ישי ווען דוד איז שוין פאקטיש געבוירען,

עס זעט עפעס אויס ווי דער רבש"ע האט עס געוואלט גאר שטארק פארהוילען, און איך טראכט אז מסתם ווייל ווען משיח גייט קומען גייט דאך דער שטן מיט אלע חצונים בטל ווערן, האט מען געדארפט פארהוילן פון זיי די גאנצע השתלשלות פון זייער גרעסטע שונא נאך פון אנפאנג אן, כנלפענ"ד וה' הטוב יכפר.
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

100% אז אויב עס שטייט אין ילקוט, מיינט אז כך היה המעשה, עס איז מיר נאר א חידוש נורא
דעס אז השי"ת האט ספעציעל באהאלטען די לידת בן דוד כדי די שטן זאל נישט שטערן איז מבואר בכל הספרים, [אבער עס שטימט נאר ווען על פי הלכה שטימט טאקע און עס איז נישט געווען קין חטא נאר נראה כחטא, ווייל אויב עס איז באמת א חטא קען קיין משיח טאקע נישט ארויסקומען דערפון]
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”