רבינו מאיר "בעל האקדמות" ד' אלפים תשס"א

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

חוח בין השושנים
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » דינסטאג יוני 04, 2019 8:45 pm

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:די וועלט איז אזוי משוגע, כ'האב שוין געזען איין בוטא שרייבןמיט א זיכערקייט אז רבי מאיר בעל הנס ליגט אין גוש חלב, און רבי מאיר סתם ליגט אין טברי'.

לאו דווקא משוגע, סך הכל זענען דא מענטשן וואס ווייסן זאכן וואס אנדערע ווייסן נישט.
פונקט געזען אין קנקן נומער 5 א באשרייבונג אז ס'געווען א ר' מאיר בעל הנס אין גוש חלב און איז בכלל נישט געווען א תנא, און ר' מאיר דער תנא וועלכער איז קיינמאל נישט געווען באקאנט מיטן צונעמן בעל הנס - ער ליגט אין טבריה.
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

אכטונג אכטונג
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 19, 2018 2:04 pm

תגובהדורך אכטונג אכטונג » מיטוואך יוני 05, 2019 7:16 pm

כהאב נאכנישט געזעהן די קנקן, אבער אין ספר ''בית צדיקים יעמוד'' סיפורי הרב הקדוש מוהר''נצ מבאבוב זי''ע, אנהייב חלק ג' שטייט, אז רבי מאיר בעל הנס פון צדקת רבי מאיר מיינט נישט די תנא נאר א געוויסע גרויסע שד''ר וואס פלעגט פארן נאך געלט פאר א''י. והוא פלא גדול.

יום זה מכובד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 458
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2017 11:03 am
לאקאציע: ... והכבוד מוציאין את האדם מן העולם!

תגובהדורך יום זה מכובד » דאנארשטאג יוני 13, 2019 4:59 am

אבער אויפן בילד פון מציבה שטייט "רבי יצחק בעל האקדמות"?
בכל אופן אזאך וואס איז מקובל ביי אידן בכל הדורות איז אביסל שווער צו זאגן אז ס'איז הוילע שטותים.

הסרפד
שר האלף
תגובות: 1512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » דאנארשטאג יוני 13, 2019 2:04 pm

יום זה מכובד האט געשריבן:אבער אויפן בילד פון מציבה שטייט "רבי יצחק בעל האקדמות"?
בכל אופן אזאך וואס איז מקובל ביי אידן בכל הדורות איז אביסל שווער צו זאגן אז ס'איז הוילע שטותים.

איך בין נישט אינטערעסירט אריין צו גיין אין דעם נושא, אבער ביטע געדענקט אז אויף א מעשה וואס איז געדרוקט מקדמת דנא איז שווער צו טענ'ן 'מקובל' - יעדער קען די מעשה ווייל ס'איז געדרוקט.

אוועטאר
איינס
שר האלף
תגובות: 1718
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דאנארשטאג יוני 13, 2019 2:13 pm

הסרפד האט געשריבן:
יום זה מכובד האט געשריבן:אבער אויפן בילד פון מציבה שטייט "רבי יצחק בעל האקדמות"?
בכל אופן אזאך וואס איז מקובל ביי אידן בכל הדורות איז אביסל שווער צו זאגן אז ס'איז הוילע שטותים.

איך בין נישט אינטערעסירט אריין צו גיין אין דעם נושא, אבער ביטע געדענקט אז אויף א מעשה וואס איז געדרוקט מקדמת דנא איז שווער צו טענ'ן 'מקובל' - יעדער קען די מעשה ווייל ס'איז געדרוקט.

או הא...
די פארסט אריין אין א פלאץ וואס איז אין לדבר סוף
אבער דיין הנחה איז נישט מקובל אויף קיין איינעם ובראשם יעדע היסטאריקער וועט דאס נישט אננעמען
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

עפל קאמפאוט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 303
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

תגובהדורך עפל קאמפאוט » דאנארשטאג יוני 13, 2019 3:06 pm

עס איז נישט סתם מקובל נאר פריערדיגע ברענגן די מעשה, א דוגמא דער אליהו רבה אויף א פלאץ. מען קען נישט זאגן בשום אופן אז אזא גרויסער פוסק זאל האבן געגלייבט א זאך וואס איז נישט געווען געבויעט אויף גאר שטארקע יסודות.

מיסתפינא
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 24, 2019 12:24 pm

תגובהדורך מיסתפינא » דאנארשטאג יוני 13, 2019 4:51 pm

מצלמה האט געשריבן:
צום פוינט האט געשריבן:
מומחה עצום האט געשריבן:סמבטיון אין ערגעץ ביים גרעניץ פון טשיינע און אפגאניסטאן

ע"פ חשבון דארף עס צו זיין ערגעץ אין נעפאל צווישן די הויכע בערג וואס ווערט פאררעכענט אלס די העכסטע און לענגסטע בערג אין די וועלט דאס איז א פלאץ ווי קיין נברא קען נישט צוקומען בדרך הטבע אפי' אין די היינטיגע טעכנעלאגישע וועלט



מיר גלייבן אז ס׳איז דא א סמבטיון - אבער ס׳איז זיכער נישט קיין גשמיות׳דיגע זאך. נישטא קיין וואסער וואס ווארפט שטיינער פיזיש. עס איז א רוחני -

פונקט ווי ס׳איז פאראן א גיהנום התחתון וואס די גמרא זאגט - און מיר גלייבן באמונה שלימה אז ס׳איז דא אזא זאך - אבער נישט קיין גשמי.

די זעלבע זאך מיט הרי חושך ואכמ״ל.

רבי מאיר האט געענטפערט פאר'ן מין "סמבטיון יוכיח", איז עס על כרחך א פיזישע גשמיותד'יגע זאך, קען אבער זיין אז עס האט אויפגעעהרט מיט די יארן, אין ביך 'עשרת שבטים' פון מוסד הרב קוק ברענגט ער טאקע אזא בריוו פון גדולי ירושלים וואס פארציילען אז זיי האבן געהערט אז דאס סמבטיון האט זיך אפגעשטעלט.

די זעלבע מיט גיהנם, די גמרא זאגט אז לויט רבי יוסי הייסט חמי טבריה חמי אור, איז עס על כרחך א אמת'ע גשמיות'דיגע פייער


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 13 געסט