רבינו מאיר "בעל האקדמות" ד' אלפים תשס"א

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

רבינו מאיר "בעל האקדמות" ד' אלפים תשס"א

תגובהדורך זיידעניו » דינסטאג יוני 03, 2008 1:17 am

מעשה רבינו מאיר "בעל אקדמות"


אין יאהר ד' אלפים תשס"א, איז צווישן די גוים אין דייטשלאנד געווען א גלח א גרויסער שונא ישראל. מיט דעם כח פון כישוף און חכמה פון טומאה וואס ער האט זיך אויסגעלערנט פון דעם שטן, האט ער אנגעטוהן שרעקליכע צרות פאר די אידן. הונדערטער אידן זענען דורך איהם געהרג'ט געווארן, פון א פשוט'ן קלאפ וואס ער האט יענעם געגעבן אין בויך.
ווען די אידן האבן געזעהן אז דער גלח צושפרייט זיינע טמא'נע הענט און לאזט זיי נישט רוהען, האבן זיי געשיקט שליחים צום קעניג וועלכער איז געווען א אוהב ישראל, און איהם געבעטן ער זאל זיי ראטעווען פון די מערדערישע הענט. דער קעניג האט געשיקט רופען דעם גלח און באפוילן אז ער זאל אפלאזען די אומשולדיגע אידן. דער גלח האט געענטפערט, אז ער וועט זיי אפלאזען נאר מיט איין תנאי, אז זיי וועלן איהם צושטעלן אזא גרויסער חכם ווי ער איז, וואס ער וועט זיך קענען מיט איהם אויסטענה'ן און יענער זאל איהם אויפווייזן אז די אידישע גלויבונג איז דער ריכטיגער. ער גיבט זיי צייט א יאהר אויף צו זוכען א חכם, און אויב ביז דער צייט וועלן זיי נישט צושטעלן, דאן וועט ער אומברענגן אלע אידן פון שטאט.

דער קעניג וואס האט אליין אויך מורא געהאט פון דעם גלח, האט געמוזט צושטימען צו דעם באדינג. ווען די אידן האבן באקומען די מעלדונג פון דעם שווערן באדינג, האט זיי ארום גענומען א שרעק און ציטער. זיי האבן אויסגערופען א יום תפילה ותשובה, און געהאפט און געבעטן אז צום ענדע וועט געשעהן א נס און דער גלח וועט אפשטארבן.
דער נס איז אבער נישט געשעהן. דער גלח האט זיך ארום געדרייט אויפן גאס געזונד און פריש און שטארק אויפגעלעבט. ער האט געהאפט אז עס וועט נישט געלונגען פאר די אידן צו ווייזען אז ביי זיי געפונט זיך אויך אזא גרויסער חכם ווי איהם וואס קען באווייזען אזיינע אינטערעסאנטע קונצן.

די צייט שטייט נישט. - - - עס זענען אריבער געגאנגן וואכן און חדשים, און מען זעהט נאך אלץ נישט ווער עס קען זיך אונטערנעמען צו פיהרן א וויכוח מיט דעם גלח און נאכמאכן זיינע כישוף. זיי האבן זיך געפונען אין א שרעקליכע פראבלעם, עס איז ממש סכנות נפשות. זיי האבן געשיקט שלוחים אין אלע געגענטער און שטעט אין דייטשלאנד, אז מען זאל געפונען א פאסיגער מענטש און הייליגער צדיק וואס קען זיך אונטערנעמען אויסצולייזען די אידן פון דעם גלח.

עטליכע צדיקים פון נאהנט און ווייט האבן אין איין נאכט געזעהן אין חלום א רמז פון הימל: - צוליב דעם וואס דער דור איז זינדיג, קען נישט געשעהן א נס אז דער גלח זאל פלוצלינג אפשטארבן. אבער שרעקן זאלט איהר זיך נישט, זוכט אויף און שיקט א חכם וואס קען זיך פארהערן און טענה'ן מיט דעם גלח מיט כוחות פון קדושה.

די צדיקים האבן זיך אויפגעכאפט פון זייער שלאף, יעדער האט איבער געשמועסט פון דעם חלום. אבער צו קיין ריכטיגע ענטפער זענען זיי נישט געקומען: ווער איז יענער וואס האט אין זיך א הייליגער כח צו פיהרן א מלחמה מיט דעם גלח?? - פונקט דאס וויכטיגסטע זאך האט מען זיי נישט אנטפלעקט אין דעם חלום.

די אידן האבן ווידער גוזר תענית געווען, און געבעטן אז דער אייבערשטער זאל זיי ליכטיג מאכן די אויגן און מרמז זיין ווער איז דער פאסיגער שליח. עס האט נישט גענומען קיין לאנגע צייט, און מען האט זיי געמאלדען פון הימל אז יענער געפונט זיך איבערהויפט נישט צווישן זיי, נאר ווייט ווייט אוועק אויף די אנדערע זייט פון דעם טייך "סמבטיון" צווישן די "עשרת השבטים".

ערשט דאן זענען די אידן געווען אין א גרעסערע פראבלעם. נו, ווער קען זיך דען אונטערנעמען צו מאכן די געפערליכע און שווערע ריייזע צו יענע עק וועלט צו געפונען די "עשרת השבטים"? - - - אויסער דעם, עס איז דאך אוממעגליך אריבער צו גיין דעם "סמבטיון", ווייל זעקס טעג אין די וואך ווארפט ער ארויס פון זיך ריזיגע פעלזן שטיינער, נאר שבת רוהט דאס. אבער אפילו שבת קען מען נישט אריבער גיין, ווייל די מענטשן פון די "עשרת השבטים" וועלן יענעם פארשטיינערן פאר דעם חילול שבת.

אבער די אידן האבן געזעהן אז די צייט ווערט שוין גאר קורץ, האבן זיי זיך געשטארקט און געהאפט אז דער אייבערשטער וועט זיי שוין העלפן אין זייער פראבלעמען. זיי האבן אויסגעקליבן א גרויסער צדיק מיט דעם נאמען רבי מאיר חזן אז ער זאל זיין דער וויכטיגער שליח צו ברענגען די ישועה. זיי האבן איהם איינגעפאקט א זאק מיט "צידה לדרך" און מיטגעשיקט צוויי באגלייטער אויפן וועג.

זייער א סאך צרות און אויפהאלטונגען האבן די שלוחים געהאט אויפן וועג וואס האט געדויערט וואכן לאנג. טייכן און הויכע בערג, מדבריות פוהל מיט ווילדע חיות, שלענג, היצן און קעלט, און שווערע וועטערן האבן זיי דורך געליטען. זיי האבן דאס אלעס אנגענומען פאר ליב, ווייל זיי האבן געוואוסט אז דורך דעם ראטעווען זיי די אידישע קהילות אין דייטשלאנד. זיי האבן נישט געקוקט אויף זייערע שוואכע כוחות, נאר געהאלטן אין איין גיין. זיי האבן געוואוסט אז די צייט וואס דער גלח האט אפגעשמועסט רוקט זיך שוין אונטער און מען דארף זיך שוין שטארק צואיילען.

אכט טעג פאר די באשטימטע צייט, זענען זיי ענדליך אנגעקומען צו דעם טייך סמבטיון, און פונקט אין שבת קודש ווען דער טייך רוהט. אבער ווי קען מען יעצט עובר זיין אויף די תורה און אריבער פאהרן מיט א שיף אין שבת?

רבי מאיר חזן האט זיך אנגערופען צו זיינע באגלייטערס: "הערט מיך צו וואס איך האב באשלאסן. "פיקוח נפש" פון איין איד איז דאך דוחה שבת, און זיכער "פיקוח נפש" פון טויזענטער אידן. אבער פאר דעם איז גענוג אז איך אליין זאל אריבער פאהרן דעם טייך. איך בין זיכער אז ווען איך וועל אריבער קומען וועלן מיר די "עשרת השבטים" הרג'נען צוליב מיין חילול שבת, אבער איך בין זיך מוסר נפש פאר אידישע קינדער. דערפאר, זאלט איהר דא ווארטן און נאר איך אליין וועל אריבער פאהרן, און לאמיר האפען אז דער הייליגער באשעפער וועט שיקען א ישועה"!

ער האט מיטגענומען מיט זיך א בריוו פון די אידישע קהילות אין דייטשלאנד דאס צו ווייזען פאר די "עשרת השבטים", און זיי בעטן אז זיי זאלן שטיין צו הילף פאר זייערע ברודערס.

אבער אין די רגע וואס רבי מאיר האט אריבער געטרויטן אויפן צווייטן זייט פון דעם טייך "סמבטיון", האט מען איהם באלד געכאפט און געבינדען אין קייטען. אזא חוצפה, א איד זאל מחלל שבת זיין! - עס קומט איהם א שטראף פון מיתה!!

רבי מאיר רופט זיך אהן צו די פאליציי: "איך קען באשטיין אז איהר זאלט מיר הרג'נען. איך האב שוין סייווי מפקיר געווען מיין לעבן פאר די אידישע קינדער. אבער נעמט מיר ערשט צו אייער קעניג, איך וויל איהם איבערגעבן א וויכטיגן בריוו פון די אידישע קהילות אין דייטשלאנד. די פאליציי האבן זיך דערבארעמט און איהם גענומען צום קעניג, און ער האט דערלאנגט דעם בריוו.

דער קעניג האט באלד צוזאמען געזאמעלט זיינע קלוגע מענטשן און עצה געבערס, און מען האט באשלאסען אז מען וועט ווארפן גורל ווער עס וועט זיין דער שליח צו גיין ראטעווען די אידן. דער גורל איז אויסגעקומען אויף א קליינער, אויסגעדארטער און שוואכער עלטערע מענטש וואס זיין נאמען איז געווען רבי דן. מען האט געברענגט רבי דן פארן קעניג, און ער האט באלד צוגעשטימט אויס צו פיהרן דעם געוואלדיג-הייליגן שליחות.

דער קעניג רופט זיך אהן צו רבי מאיר חזן: "דו טארסט נישט צוריק אריבער גיין דעם טייך ווייל דיר האט מען נישט נייטיג צו ראטעווען די אידן, אבער דער שליח רבי דן מעג יא ווייל פאר איהם גייט אהן דער דין פון "פיקוח נפש". דערפאר, זאג פאר רבי דן וואס ער זאל איבערגעבן פאר דיין משפחה און פאר דיינע גוטע פריינד, ווייל דו וועסט שוין מוזען בלייבן וואוינען מיט אונז. אויך רבי דן וועט שוין נישט מעגען צוריק אהער קומען".

מיט טרערן אין די אויגן האט זיך רבי מאיר חזן געזעגענט פון רבי דן, און רבי דן איז אריבער געפאהרן דעם טייך ווי די שלוחים האבן זיך געפונען. ווען די שלוחים האבן באמערקט אז אנשטאט רבי מאיר חזן איז צוריק געקומען א אלטער אויסגעדארטער מענטש, איז פאר זיי פינסטער געווארן אין די אויגן און זיי האבן אנגעהויבן צו קרעכצן און קלאגן.

"קרעכטס נישט און זארגט אייך נישט" - בארוהיגט זיי רבי דן - "דער אייבערשטער וועט אייך שוין העלפן"! מיט "קפיצת הדרך" האט רבי דן געמאכט אז אין דריי טעג זענען זיי שוין געווען אינדערהיים. די שלוחים האבן באלד געמאלדען פארן קעניג אז די אידן זענען שוין גרייט צוצושטעלן א מענטש צו פיהרן א מלחמה מיט דעם גלח.

דער קעניג האט צוגעגרייט א גרויסע פרייע פלאץ אויסער די שטאט, ווי ביידע: די אידן און די גוים וועלן קענען מיטהאלטן דעם קאמף. ווען דער גלח האט באמערקט אז דער אויסגעקליבענער פון די אידן איז א קליין אויסגעדארטער מענטש האט אין איהם אנגעהויבן צו ברענען זיין צארן ווי א פייער. "די אידן שפעטן פון מיר"!! - האט ער געשריגן ווילד. - "איך וועל שוין נקמה נעמען אין זיי"!! - - -

רבי דן דערנענטערט זיך צו איהם, און רופט זיך אהן איידיל און געלאסען: "וואס, איהר וועט נקמה נעמען אין אונז, מיר וועלן אייך שוין ווייזען אז איהר וועט פון דא נישט אהיים גיין לעבעדיג"!

די מלחמה צווישן טומאה און להבדיל קדושה הייבט זיך אהן: דער גלח ברענגט אראפ מיט כישוף א ריזיג ברייטע אייזערנע זויל. דרייסיג מענטשן קענען דאס נישט אויפהייבען. אבער דער גלח כאפט דאס אהן מיט צוויי פון זיינע קליינע פינגערס און גיבט דאס א ווארף אריין טיף אין דער ערד און עס ווערט איינגעזונקען אז מען זעהט דאס נישט ארויס.
אלע גוים קלאטשן מיט די הענט פאר די גרויסע גבורה וואס דער גלח האט באוויזן. די אידן זענען אבער געווען טרויעריג, ווער ווייסט וואס ווייטער וועט זיין. דער קעניג זיצט אויף זיין קעניגליכע שטול ארום גענומען מיט זיינע מיניסטארן, און קוקט צו פונקטליך וואס עס פאסירט.

דער גלח גיבט א באפעהל פאר רבי דן אז ער זאל ארויס ציהען דעם זויל פון די ערד. רבי דן ווערט נישט נתפעל, ער וואשט זיך אפ די הענט און זאגט שטיל א קורצע תפילה. ער בייגט זיך אראפ צום גרונד, און שטעקט אריין די הענט און כאפט אהן דעם זויל. ער האט דאס מיט איין האנט געגעבן א טראסק ארויף קילאמעטערס הויך ביז די וואלקענעס, און עס איז דארט געבליבן שטיין. רבי דן רופט זיך אהן צום גלח: "נו, יעצט לאמיר זעהן דיין שטארקקייט, ציה אראפ דעם זויל". דער גלח פראבירט און פראבירט, ער זאגט שטיל זיינע טמא'נע תפילות און ארבעט שווער מיט זיין כישוף, אבער עס העלפט גארנישט. - דער גלח האט געליטען א דורכפאל.

כדי צו מאכן פארגעסן פון זיין דורכפאל, ווייזט דער גלח א גרעסערע קונץ: ער ברענגט צוויי מילשטיינער, און צורייבט זיי מיט זיינע הענט און זיי ווערן בלויז ברעקלעך שטויב. דאן נעמט ער צוזאמען די אלע ברעקלעך און פרעסט זיי צוזאמען און זיי ווערן צוריק צוויי גרויסע מילשטיינער. ער באפעהלט פאר רבי דן דאס נאך צו מאכן.

רבי דן ווארט נישט קיין סאך, ער צוברעקעלט די צוויי שטיינער און מאכט זיי צוריק אויף זייער פארם. דאן דערלאנגט ער א ווארף די שטיינער ביז דער אייזערנער זויל, און זיי בלייבען דארט הענגען. רבי דן פארלאנגט פון דער גלח אז ער זאל באווייזען א קונץ און אראפ ברענגען די צוויי שטיינער. אבער מיט שאנדע און שפאט האט דער גלח געמוזט מודה זיין אז ער קען דאס נישט טוהן.

יעצט רופט זיך אהן רבי דן: "איך פארלאנג פון דעם גלח איינס פון די צוויי: אדער איך וועל אראפ ברענגען א פייער-זויל פון הימל און ער וועט דאס אויסלעשן, אדער דער גלח וועט אראפ ברענגען א פייער-זויל און איך וועל דאס אויסלעשן". דער גלח האט געוואוסט אז ער קען נישט אראפ ברענגען א פייער פון הימל, האט ער בעסער אויסגעקליבן די ערשטע וועג.

רבי דן ברענגט אראפ א פייער פון הימל, און דער גלח דערנענטערט זיך אויסצולעשן. אבער וויפוהל וואסער ער האט געגאסן איז איהם נישט געלונגען צו פארלעשן. און די פייער איז געבליבן אין זיין גרויסקייט. רבי דן פראבירט יעצט נאך א זאך און רופט זיך אהן: "אט דא פאר אונז איז פארפלאנצט זייער א הויכער און ברייטער בוים. יעצט קענסטו זיך אויסוועהלן וואס דו ווילסט: אדער איך זאל איינבייגען דעם בוים ביז צו די ערד, און דו וועסט דאס צוהאלטען פעסט ביים שפיץ אז עס זאל זיך נישט צוריק אויפהייבען, אדער דו זאלסט איהם איינבייגען און איך וועל איהם איינהאלטען.

דער גלח האט אויסגעקליבן דאס ערשטע. רבי דן האט דעם בוים איינגעבויגן ביז דער שפיץ האט צוגערירט די ערד, און דער גלח דערנענטערט זיך צום בוים איינצוהאלטן דעם שפיץ. אין די רגע וואס רבי דן האט אפגעלאזט דעם שפיץ - טראך!!! - דער בוים גיבט א פלי אויף צוריק און דער גלח ווערט ארויף געטראסקעט הויך הויך ביז צו דער הענגעדיגער זויל. זיין קאפ ווערט פארכאפט אין דעם זויל, און זיין קערפער ווערט צומאלען צווישן די מילשטיינער. די פייער-זויל הייבט זיך אויף און פליט ארויף און פארברענט אלעס. ביז א מינוט איז אלעס פארשוואונדען: אויס זויל, אויס שטיינער, אויס פייער - - - - און אויס גלח!!!

די אידן זענען יעצט געראטעוועט געווארן פון דעם געפערליכן כח הטומאה, און זיי זענען באלד ארויס געגאנגען אין א טאנץ. זיי האבן געטאנצט און געזונגען ביז אין שוהל אריין, און ארום גענומען מיט גרויס פרייד זייער גרויסן און הייליגן שליח רבי דן.

דאן איז רבי דן ארויף געגאנגען אויף די בימה און איבעגעגעבן די ווערטער פון רבי מאיר חזן. - אזוי ווי ער קען נישט מער צוריק קומען פון יענע זייט סמבטיון, בעט ער פון אלע אידן אז זיי זאלן זארגן פאר זיין פרוי און קינדער. אויך בעט ער אז די שירה וואס ער האט יעצט צוזאמען געשטעלט "אקדמות מילין", זאל געלייענט ווערן אין אלע קהילות יעדן שבועות פאר קריאת התורה.

רבי דן האט ארויס גענומען דעם שיר "אקדמות מילין" וואס רבי מאיר האט איהם איבערגעגעבן און דערלאנגט דעם רב. די טעג זענען געווען נאהנט צו שבועות, און טאקע אין יענע שבועות איז געלייענט געווארן די "אקדמות" אין אלע קהילות, און עס איז געבליבן א הייליגע מנהג ביז צו דעם היינטיגן טאג, און דאס ווערט געלייענט מיט גרויס געפיהל און ברען.
לעצט פאראכטן דורך זיידעניו אום מיטוואך יוני 04, 2008 10:36 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
יצמחפורקניה
שר מאה
תגובות: 201
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 15, 2008 4:04 pm

תגובהדורך יצמחפורקניה » דינסטאג יוני 03, 2008 3:17 am

ס'איז לכאורה א באבע מעשה, ס'האט נישט קיין מקור

חוץ מזה, ר' מאיר בעל אדמות ליגט אין גוש חלב, נישט ווייט פון מירון, און דאס שטימט נישט לויט די מעשה

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6667
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דינסטאג יוני 03, 2008 10:38 am

דערנאך איז דא א סתירה און דער תגיבה.
אויווען שטייט דער שנת פטירה תק"כ דערנאך דערציילט מען א מעשה פון שנת ד' אלפים תשס"א.לו יהא אז דער תק"כ איז אויך ד' אלפים, אבער תשס"א איז א היבשע פאר יאר נאכען הסתלקות פון דעם פייטן
the SCY is the limit

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » דינסטאג יוני 03, 2008 10:39 am

יצמחפורקניה האט געשריבן:ס'איז לכאורה א באבע מעשה, ס'האט נישט קיין מקור

חוץ מזה, ר' מאיר בעל אדמות ליגט אין גוש חלב, נישט ווייט פון מירון, און דאס שטימט נישט לויט די מעשה

יא יא! איך בין געווען ביים קבר אין א דרוזי'שע דערפעל נישט ווייט פון מירון. אבער דאס איז נאך נישט קיין ראי' אז די מעשה איז נישט אמת ווייל קען זיין אז די קבר איז נישט אמת.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6667
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מיטוואך יוני 04, 2008 1:21 am

יצמחפורקניה האט געשריבן:ס'איז לכאורה א באבע מעשה, ס'האט נישט קיין מקור

ספר אליה רבה על הלבוש או"ח סימן תצ"ד אות ה'
גם נמצא נדפס בל"א ישן נושן מעשה באריכות דעל מה תקנו אקדמות

דער קרעדיט פארען מראה מקום קומט פאר מיין קאזין ר' יוסף חיים גרינוואלד
the SCY is the limit

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » מיטוואך יוני 04, 2008 10:38 am

scy4851 האט געשריבן:דערנאך איז דא א סתירה און דער תגיבה.
אויווען שטייט דער שנת פטירה תק"כ דערנאך דערציילט מען א מעשה פון שנת ד' אלפים תשס"א.לו יהא אז דער תק"כ איז אויך ד' אלפים, אבער תשס"א איז א היבשע פאר יאר נאכען הסתלקות פון דעם פייטן


עס איז געווען א טעות דאס איז דעם בעש"ט יארצייט,

און כ'האב עס שון פארראכטן

איטשע
שר האלף
תגובות: 1837
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » מיטוואך מאי 12, 2010 10:33 am


יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מיטוואך מאי 12, 2010 12:52 pm

סתם געדרייט א קאפ

אין אליה רבה שטייט כמעט גארנישט אויסער דעיס אז דער פיוט איז געמאכט אין מדבר....
נו שוין, אויך מיר א מקור...

דא שטייט אז סיז געמאכט געווארן דורך איינעם פון די עשרת השבטים..... כנראה אויך געהערט פון מעשה ביכל

אבער די שיינע מעשה מיטן גלח מיטן פייערדיגן זויל און די מילשטיינער, פון די רויטע אידעלעך, צי א שיינע מעשה צי האבן עפעס א גוטן מקור.....

באמבאסטיש
שר האלף
תגובות: 1765
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 22, 2010 12:46 pm

תגובהדורך באמבאסטיש » זונטאג מאי 15, 2011 7:41 pm

אין אוצר הסיפורים לר' ישעי' אשר זעליג מרגליות זצ"ל שרייבט ער אז דאס וואס מען זאגט אז ר' מאיר בעל אקדמות ליגט אין גוש חלב איז א טעות, ואולי ליגט דארט אן אנדערער אדם גדול מיטן נאמען ר' מאיר.

באמבאסטיש
שר האלף
תגובות: 1765
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 22, 2010 12:46 pm

תגובהדורך באמבאסטיש » זונטאג מאי 15, 2011 7:48 pm

נאכן מאכן א שטיקל חיפוש זעה איך אז ס'דא וואס זאגן אז דארט ליגט ר' מאיר מקוצי און טאקע נישט ר' מאיר בעל אקדמות, און אנדערע זאגן אז דארט ליגט ר' יצחק מגוש חלב.

און אין דרך צדיקים לר' מרדכי שרעבי שטייט א אינטערסאנטע זאך, אז התנא ר' מאיר בעל הנס ליגט נישט אין טברי' נאר אין גוש חלב, און אין טברי' ליגט ר' מאיר בעל אקדמות.

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מאנטאג מאי 16, 2011 11:07 am

מען דארף נאר מברר זיין ווי עס ליגט דער אונגארישער רבי מאיר בעל הנס און ווי דער גאליציאנער
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2656
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » מיטוואך ינואר 02, 2013 10:21 am

בנוגע מקום קבורתו של ר' מאיר בעל אקדמות איז דא א גרויסע מחלוקות,
יש אומרים אז ער ליגט דארט אין גוש חלב, ויש אומרים שמקום מושבו וומקום קבורתו היא בורמייזא.
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » מיטוואך ינואר 02, 2013 10:23 am

ער איז דאך אריבער דעם סמבטיון, ניין? ליגט ער דאך דארט

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2656
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » מיטוואך ינואר 02, 2013 10:40 am

דאס איז איינע פון די שטארקע טענות אז אדער די מעשה אדער די מקום קבורה איז נישט ריכטיג
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מיטוואך ינואר 02, 2013 10:42 am

אבער ווי איז דער סמבטיון?
כהאב געהערט אמאהל אז עס איז א וואלקעינאו....

משיח האקט
קום שוין....
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » מיטוואך ינואר 02, 2013 11:29 am

סמבטיון אין ערגעץ ביים גרעניץ פון טשיינע און אפגאניסטאן

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3437
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » דאנארשטאג מאי 29, 2014 11:48 pm

ליינענדיג די מעשה יאר יערליך, פון מנחם מענדל, שטויס איך זיך אלס אן אין די צוויי מאדנע פראזן,

זיידעניו האט געשריבן:מעשה רבינו מאיר "בעל אקדמות"

מיט טרערן אין די אויגן האט זיך רבי מאיר חזן געזעגענט פון רבי דן, און רבי דן איז אריבער געפאהרן דעם טייך ווי די שלוחים האבן זיך געפונען. ווען די שלוחים האבן באמערקט אז אנשטאט רבי מאיר חזן איז צוריק געקומען א אלטער אויסגעדארטער מענטש, איז פאר זיי פינסטער געווארן אין די אויגן און זיי האבן אנגעהויבן צו קרעכצן און קלאגן.



דער קעניג האט צוגעגרייט א גרויסע פרייע פלאץ אויסער די שטאט, ווי ביידע: די אידן און די גוים וועלן קענען מיטהאלטן דעם קאמף. ווען דער גלח האט באמערקט אז דער אויסגעקליבענער פון די אידן איז א קליין אויסגעדארטער מענטש האט אין איהם אנגעהויבן צו ברענען זיין צארן ווי א פייער. "די אידן שפעטן פון מיר"!! - האט ער געשריגן ווילד. - "איך וועל שוין נקמה נעמען אין זיי"!! - - -


קען איינער מסביר זיין, ווען סאיז דא א רוחניותדיגע קאמף, וואס מאכט א חילוק די סייז און אויסזען פונעם מענטש ? צו ער איז פעש אדער דאר ? אינג אדער אלט ?
נאך א דיוק, די אידן איז שווארץ געווארן פאר די אויגן ווען זיי האבן געזען אז ער איז "אלט" און דאר, ווייטער דער גלח איז ווילד געווארן ווען ער האט געזען אז ער איז "קליין" און דאר, די דארקייט האט זיי ביידע אנטוישט, אבער די אידן האבן געקלאגט און געקרעכצט אויף די אלטקייט, און דער גלח אויף די קליינקייט, ליגט עפעס דערין?
אגב איז דא א שטארקע משמעות פון די מעשה אז ר' מאיר איז נישט געווען דאר......

אוועטאר
קהלס נאר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 347
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 08, 2012 12:16 pm
לאקאציע: אין קהל'ס אפיס

תגובהדורך קהלס נאר » דינסטאג מאי 12, 2015 10:28 am

לכבוד יו''ט הבעל''ט
פרייט אייך ברידערלעך! זייט בשמחה!‎‎‎‎

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2718
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » מיטוואך מאי 13, 2015 2:53 pm

לגבי די עצם מעשה פון ר' מאיר בעל האקדמות

היות מיינע רבי'ס און חדר האבן דאס פארציילט (ממה שהם שמעו מרבותם וכו') ע"כ נעם איך דאס אן פאר ריכטיג (כמובן מ'האט צוגעלייגט אסאך פרטים אין גרויסן מן הסתם)

לגבי זיין ציון

מן הסתם ליגט ער נישט אין א"י
אזוי ווי מרדכי הצדיק ואסתר וואס ליגן אין א"י און אין בבל
דן בן יעקב און שמשון הגבור, ליגן אין צוויי פלעצער אין א"י
ראובן בן יעקב ליגט אין צוויי פלעצער
באר מים חיים האט יארן לאנג געהאט צוויי מערות אויפן בית החיים (כמדומני שהיום יש רק אחת)

וכו' וכו'

און אזוי ווי ביי יתרו'ס קבר איז דא די "שיך" פון משה רבינו מיט א געבעבלטע מעשה פון מכלומר'שט דער בת עין האט אריינגעוויינט אין איהם (דער מספר מאכט ליצנות פון זיך אליינ'ס)



לגבי די ווערטער וואס צווייפעל שרייבט

צווייפעל האט געשריבן:ליינענדיג די מעשה יאר יערליך, פון מנחם מענדל, שטויס איך זיך אלס אן אין די צוויי מאדנע פראזן,

זיידעניו האט געשריבן:מעשה רבינו מאיר "בעל אקדמות"

מיט טרערן אין די אויגן האט זיך רבי מאיר חזן געזעגענט פון רבי דן, און רבי דן איז אריבער געפאהרן דעם טייך ווי די שלוחים האבן זיך געפונען. ווען די שלוחים האבן באמערקט אז אנשטאט רבי מאיר חזן איז צוריק געקומען א אלטער אויסגעדארטער מענטש, איז פאר זיי פינסטער געווארן אין די אויגן און זיי האבן אנגעהויבן צו קרעכצן און קלאגן.



דער קעניג האט צוגעגרייט א גרויסע פרייע פלאץ אויסער די שטאט, ווי ביידע: די אידן און די גוים וועלן קענען מיטהאלטן דעם קאמף. ווען דער גלח האט באמערקט אז דער אויסגעקליבענער פון די אידן איז א קליין אויסגעדארטער מענטש האט אין איהם אנגעהויבן צו ברענען זיין צארן ווי א פייער. "די אידן שפעטן פון מיר"!! - האט ער געשריגן ווילד. - "איך וועל שוין נקמה נעמען אין זיי"!! - - -


קען איינער מסביר זיין, ווען סאיז דא א רוחניותדיגע קאמף, וואס מאכט א חילוק די סייז און אויסזען פונעם מענטש ? צו ער איז פעש אדער דאר ? אינג אדער אלט ?
נאך א דיוק, די אידן איז שווארץ געווארן פאר די אויגן ווען זיי האבן געזען אז ער איז "אלט" און דאר, ווייטער דער גלח איז ווילד געווארן ווען ער האט געזען אז ער איז "קליין" און דאר, די דארקייט האט זיי ביידע אנטוישט, אבער די אידן האבן געקלאגט און געקרעכצט אויף די אלטקייט, און דער גלח אויף די קליינקייט, ליגט עפעס דערין?
אגב איז דא א שטארקע משמעות פון די מעשה אז ר' מאיר איז נישט געווען דאר......


איז גאנץ מעגליך, אז דאס איז געווען אמת, אז ר' דן איז געווען נידריג און דאר וכדו', און דאס איז א חלק פון די מעשה, אז א אידל וואס האט נישט עושה רושם געווען, האט מען אויסגעוועלט אלץ שליח, כדי מ'זאל זעהן אז דער באשעפער פירט די וועלט, און זיינע צדיקים באקומען רעכטן צו טוהן וואס מ'דארף, און ס'מוז נישט זיין א מענטש וואס איז דייקא עושה רושם ווען מ'זעהט איהם


את הנראה לענ"ד רשמתי
כשמ"ו כן הוא

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5613
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » מיטוואך מאי 13, 2015 3:33 pm

קברו של בעל האקדמות בגוש חלב, לפי אחת המסורות

בעל_ההקדמות.JPG

אוועטאר
פורים קטן
שר מאה
תגובות: 234
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 10, 2010 11:16 pm

תגובהדורך פורים קטן » דאנארשטאג מאי 14, 2015 12:49 am

הקבר של רבי מאיר בעל האקדמות בגוש חלב אין לו "שום" מקור.
המקור הראשון על איזה קבר של "רבי מאיר" בגוש חלב הוא בספר גלילות ארץ ישראל, הובא בסדר הדורות (תנאים ואמוראים אות א'), וז"ל: כתב גלילות ארץ ישראל, בגוש חלב קבורים אבטליון ושמעיה ור' יצחק מגוש חלב ור' מאיר בעל הנס, לא ידעתי אלו ב' מי הם, עכ"ל.
הרי מפורש כאן:
1) ר' מאיר בעל הנס, ולא ר' מאיר בעל האקדמות.
2) הסדר הדורות לא ידע מי הוא, לכאורה משום הקבלה שר' מאיר בעל הנס קבור בטבריא ולא בגוש חלב, ולכך הוא מתמיה מי הוא ר' מאיר בעל הנס השני. - הרי אז עדיין לא ידעו לומר שהוא ר' מאיר בעל האקדמות.

לפי החשבון, באותן השנים כמעט לא יתכן שיהודי מחו"ל עלה לארץ ישראל ונקבר שם, היה זה לפני תקופת נוסעי הצלב, וכמעט לא היה ישוב של יהודים כלל בארץ ישראל, ומכל שכן שהגאונים ובעלי התוספות שדרו באשכנז או בצרפת, לכאורה לא היה להם שום אופן להגיע לארץ ישראל.

חרוזים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 02, 2014 6:32 pm

תגובהדורך חרוזים » דאנארשטאג מאי 14, 2015 4:13 pm

זעה איך אויף די מציבה שטייט
א) "המיוחס"
ב) ר' יצחק און נישט רבי מאיר

אולי איז דא נאך א אקדמות וואס מיר האבן נישט (אפשר וועט דאס איינע פון די ארכילאגן אדער מדפיסים אפיר טרעפן).
פאר מער אינפארמאציע ravlehoishia.org

הסרפד
שר האלף
תגובות: 1512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » דאנארשטאג מאי 14, 2015 4:22 pm

חרוזים האט געשריבן:אולי איז דא נאך א אקדמות וואס מיר האבן נישט (אפשר וועט דאס איינע פון די ארכילאגן אדער מדפיסים אפיר טרעפן).

עס זענען דעוועהן א סך אנדערע 'דיברות' (אפילו פון ר' מאיר שליח ציבור אויכעט!) אבער 'אקדמות', לכאורה, איז נאר דא איינס.
ולעצם הענין, וואס פאר א 'תענית חלום' ממינסטו איז געוועהן דער מצבה מאכער?

חרוזים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 02, 2014 6:32 pm

תגובהדורך חרוזים » דאנארשטאג מאי 14, 2015 4:30 pm

קען מען אויב אזוי טאקע קיינעם נישט גלייבן

קען גאר זיין אז דארט ליגט דער תנא קמא, מיט אמר מר

און בקיצור, קיין שייכות צו ר' מאיר בעל האקדמות
פאר מער אינפארמאציע ravlehoishia.org

מיכל קאהנאוויטש
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2015 6:24 pm

תגובהדורך מיכל קאהנאוויטש » מאנטאג מאי 18, 2015 7:58 am

אכן, האנדרלומוסיה בזה רבה, יש אומרים בעל הנס ויש אומרים בעל האקדמות. בכל אופן, רגיל היה האדמו"ר הצדיק ר' הירשלע מקרטשניף לומר (אולי בשם זקינו ר' אליעזר זאב [וואלף]) ר' מאיר בעל הנס, ר' מאיר בעל האקדמות, ודודי ר' מאיר'ל פרמישלנר כולם זה ר' מאיר אחד. ועל פי הנחה מליצית זאת, הרי שכל הסברות שנאמרו לעיל נכונות אלו ואלו...


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: ירוושלמי22, מה ידידות, משיח און 13 געסט