בלאט 3 פון 5

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 09, 2010 12:54 pm
דורך כתר ישועה
ארסיינט,
יסוד שביסוד באטרעפט אינאיינעם מיט 'קדושתך' וואס מיינט אויכעט פרישות - קדושים תהיו - הוו פרושים מן העריות

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 09, 2010 8:15 pm
דורך סטרעטענער אייניקל
לכבוד היאצ"ט של ציס"ע מזוועהיל :
שמעתי שפעם אפה מצות בער"פ והיה חסר אנשים
והרה"ק ר" שלמה"קה יצא לרחוב וקרא לאיש אחד שיבוא לעזור
א"ל האיש : הייתי רוצה לעזור אך מה אעשה וידי האחת משותקת לגמרי ולא אוכל לאחוז ה "מערוך "
א"ל ר" שלמה"קה : " קים אריין " ואחזו והביאו לפנים
רק אחז האיש בהמערוך -ומיד נרפאה ידו ועזר עמהם
נכנס לשם משותק - ויצא משם כאחד האדם בריא ושלם
זיע"א ועכ"י

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 10, 2010 4:33 pm
דורך יענקל
יאסל האט געשריבן:
ביקסאד האט געשריבן:
יאסל האט געשריבן:הער צי דער ר' מרדכי'לע איז דאכט זיך געווען א בחור ווען דער זיידע איז אוועק אדער גאר א פרישער יונגערמאן, לויט דעם זע איך נישט וויאזוי ס'קען זיין אז ר' אברהם חיים ראטה זאל זיין ביי אים אן איידעם חוץ אויב די רעדסט פון זיווג שני.
א) ר' מרדכי'לע האט געהאט א שטוב מיט קינדער ווען דער זיידע איז אוועק.
ב) ר' אברהם חיים ראטה האט חתונה געהאט ווינטער תש"ו.

אי"ה נאך יו"ט וועלן מיר ברייטער ארום שמועסן.

א קיצור די ווילסט זאגען אז ר' מרדכי האט שוין געהאט א גרויסע טאכטער תש"ו?

נישט נאר א גרויסע טאכטער וכו', נאר הרה"ק רבי שלמה'קע האט נאך געלעבט און באשיינט ביי די חתונה, און גיוועהן ג'חתמ'ט אויף די הזמנה אלץ עומד מצד הכלה, ווייל זיין זוהן - דער זיידע - רבי גדליה משה איז נאך געוועהן אין רוסלאנד.

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 11, 2010 5:05 am
דורך זיס
איך בין נישט קיין הימל קריכער, איך ווייס נישט וואס אויבן טוט זיך, אבער איין זאך קען איך יא זאגן.

ר' שלמ'קע האט צוגעזאגט אז ווער עס וועט שטיצן די ישיבה וואס ער האט געגרינדעט וועט ער אים א טובה טון בזה ובבא.

דער מרכז הישועות פון די ארץ-ישראל'דיגע זוועהילער, גייט די געלט פאר די ישיבה פון ר' שלמ'קע, דארט איז פארזיכערט דורך ר' שלמ'קע אליין צו זען ישועות, דאס איז אויסער דעם וואס דיין נאמען וועט נזכר ווערן ביום היארצייט על קברו.

איך מאך נישט אוועק די אנדערע האט-ליין, עס איז זיכער צדקה און די געלט גייט מסתמא אויף גוטע צוועקן.

וואס מען טוט זאל דער אויבערשטער באצאלן מיט אלעמען גוטן.

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 11, 2010 10:00 am
דורך יהיה כן
ביזט זיכער אז ר' שלמה'קע האט געגרינדעט די ישיבה?? כנראה לי אז דאס איז שפעטער געגרינדעט געווארן על שמו

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 11, 2010 10:11 am
דורך אלף בית
וויפיל איך ווייס האט ער געהאט א ישיבה שוין אין זוועהיל אין אייראפע.

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 11, 2010 10:27 am
דורך יהיה כן
לויט ווי איך ווייס (פון מיין זיידן ע"ה וועלכער איז איינגעשטאנען ביי אים א לענגערע צייט) האב איך נישט פון אים געהערט ער זאל האבן א ישיבה אין אר"י, ס'קען זיין ער האט געהאט ענדליכס, ווי באקאנט האט ער זיך אסאך אפגעגעבן מיט שבורי לב וחולי נפש ורוח
ער איז געקומען אלס א באהאלטענער יוד, ניטאמאל רביסטעווע האט ער געוואלט פראווען, ער איז בעיקר בארימט געווארן דורך זיינע פילע מופתים וואס האבן זיך געוואלגערט ביי אים
בשעת'ן פארן קיין אר"י האט ער געזאגט מיר ווארפן אריין די רביסטעווע אין ים אריין

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 11, 2010 3:31 pm
דורך ראזי

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 11, 2010 9:32 pm
דורך זיס
זיך יעצט נאכגעפרעגט;

ר' שלמה האט סוף ימיו מיסד געווען א ישיבה אין ירושלים, און דאס איז ממשיך ביזן היינטיגן טאג.

די מעשה גייט ווייטער אז זיין ממלא מקום, ר' גדליה משה האט נישט געוואלט איבערנעמען די רבי'סטעווע, נאר ווען ער האט געזען אז אויב ער וועט עס נישט איבערנעמען וועט די ישיבה צופאלן, האט ער מסכים געווען דאס איבערצונעמען.

די יעצטיגע זוועהילער ישיבה און כולל, איז א המשך פון יענע ישיבה, דאס האט ר' שלמ'קע מיסד געווען.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 13, 2010 3:49 am
דורך כתר ישועה
יאך הער צו זאגן, אז עס איז ארויס א שיינעם פילע מחברת מגלה עתיקות הנקראת 'שושילתא' וואס צייכענט צו אסאך גילויים מחיי ר' שלוימעל'ע זוועהיל'ער וצאצאיו. ארויס געגבן דורך ר' גדלי'ה משה גאלדמאן - דעם היינטיגער זוועהילער רבי פון ירושלים (בן האדמו"ר המנוח ר' אברהם זצ"ל)

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 13, 2010 10:00 am
דורך יהיה כן
זיס האט געשריבן:זיך יעצט נאכגעפרעגט;

ר' שלמה האט סוף ימיו מיסד געווען א ישיבה אין ירושלים, און דאס איז ממשיך ביזן היינטיגן טאג.

יתכן, בסוף שנותיו ממש
מיין זיידע ע"ה האט נאנט שייכות געהאט מיטן צדיק ביז שנת תש"ג לערך נאכדעם האט ער חתונה געהאט און דערנאך איז ער שוין זעלטענער געקומען צו אים, ביז ער איז נסתלק געווארן א צוויי יאר שפעטער

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 22, 2011 8:33 pm
דורך זיס
ארויפגעברענגט לכבוד די יארצייט פון רבי שלמ'קע, דעם קומענדיגן כ"ו אייר.

ווי איך זעה רייסן זיך ווידער ארום די צוויי ישועות האט ליין. איך שטיי אבער און שטוין "מה ענין שמיטה אצל הר סיני"? - בשעת מוסדות צאנז בייניאן סיטי פלאקאמירט א ישועות האטליין אין נאמען פון רבי שלמ'קע, בשעת רבי שלמ'קעס מוסדות אליין קומען אויף מיט זייער האטליין זאגנדיג אז רבי שלמ'קע האט צוגעזאגט ווער עס וועט העלפן זיינע מוסדות.

אלזא, לדעתי האבן די ארץ-ישראל'דיגע אסאך א שטערקערע וואפן מיט די ווערטער פון רבי שלמ'קע איבער זייערע מוסדות. נאכאמאל, איך מאך נישט אוועק די אנדערע, עס גייט פאר צדקה און מען קען עס שטיצן, אבער אויב רבי שלמ'קע, האט איר א מימרה איבער שטיצן זיינע מוסדות.

וכה דברי הרה"ק רבי שלמ'קע, במכתבו:
"אהיה לו למליץ טוב לכל מי שיסייע למוסדותי בזה ובבא."

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 22, 2011 9:35 pm
דורך קרעמער
זיס האט געשריבן:ארויפגעברענגט לכבוד די יארצייט פון רבי שלמ'קע, דעם קומענדיגן כ"ו אייר.

ווי איך זעה רייסן זיך ווידער ארום די צוויי ישועות האט ליין. איך שטיי אבער און שטוין "מה ענין שמיטה אצל הר סיני"? - בשעת מוסדות צאנז בייניאן סיטי פלאקאמירט א ישועות האטליין אין נאמען פון רבי שלמ'קע, בשעת רבי שלמ'קעס מוסדות אליין קומען אויף מיט זייער האטליין זאגנדיג אז רבי שלמ'קע האט צוגעזאגט ווער עס וועט העלפן זיינע מוסדות.

אלזא, לדעתי האבן די ארץ-ישראל'דיגע אסאך א שטערקערע וואפן מיט די ווערטער פון רבי שלמ'קע איבער זייערע מוסדות. נאכאמאל, איך מאך נישט אוועק די אנדערע, עס גייט פאר צדקה און מען קען עס שטיצן, אבער אויב רבי שלמ'קע, האט איר א מימרה איבער שטיצן זיינע מוסדות.

וכה דברי הרה"ק רבי שלמ'קע, במכתבו:
"אהיה לו למליץ טוב לכל מי שיסייע למוסדותי בזה ובבא."

מזל טוב לרגל עלותך להיות שר האלף

(אגב, פאר אדווערטייזמענטס ווענדט אייך צו די הנהלה)

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 22, 2011 9:41 pm
דורך תרנגול
איז נישט מוסדות זוועהיל יוניאן סיטי א חלק פונעם רבי'ן ר' שלמ'קעס מוסדות? ער איז דאך דער זעלבער אייניקל?

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 22, 2011 9:47 pm
דורך זיס
ר' שלמ'קע האט מייסד געווען א ישיבה אינעם יאר פאר ער איז נסתלק געווארן און אויף דער מוסד האט ער געזאגט אז דורך דעם וועט מען קענען פועל'ן ישועות. מוסדות זוועהיל האט זיך למעשה אויסגעברייטערט אין ארץ-ישראל.

די מוסדות אין יוניאן סיטי האט גארנישט מיט זוועהיל, אויסער דער פאקט אז דער רב פון יענע מוסדות איז אן אייניקל פון רבי שלמ'קע, אבער פאקטיש איז די מוסדות אונטער צאנז. עס איז בערך אזוי ווי סאטמאר זאל ארויסקומען מיט א קאמפיין אין טאג פון יארצייט, און אויפנעמענדיג א זוועהילער אייניקל וואס איז דארט דיין, צו זאגן אז עס האט שייכות מיט זוועהיל.

איך פארשטייי דאס נישט ווי אזוי מענטשן קענען דאס בכלל אפקויפן.

פאקטיש האט רבי שלמ'קע צוגעזאגט פאר ווער עס וועט העלפן זיינע מוסדות, און דאס איז אין ארץ-ישראל - אריינגערעכנט דאס הויז וואס רבי שלמ'קע האט אליין געבויט מיט זיינע הענט פאר זיין דירה און דינט היינט צו טאגס אלס חלק פון די תלמוד-תורה, ווי אויך דינט דאס ארט פאר ירושלימ'ער אידן צו מארגן זיין מניני תהלים פאר חולאים וכדומה, און אידן זעען דארט ישועות.

דיסקלעמער: איך בין נישט קיין זוועהילער.

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 22, 2011 9:49 pm
דורך קרעמער
זיס האט געשריבן:ר' שלמ'קע האט מייסד געווען א ישיבה אינעם יאר פאר ער איז נסתלק געווארן און אויף דער מוסד האט ער געזאגט אז דורך דעם וועט מען קענען פועל'ן ישועות. מוסדות זוועהיל האט זיך למעשה אויסגעברייטערט אין ארץ-ישראל.

דיסקלעימער צום צווייטן מאל: דו האסט קלאר פינאנציעלע אינטערעסן, און זיי מוחל שטעל דיך דא אפ

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 22, 2011 9:53 pm
דורך זיס
קרעמער האט געשריבן:

אה, קרעמער: פארגעסן, ברוכים תהיה... יעצט ביזטו שוין רואיג?

ביי דע וועי, האסט מיר אביסל צובראכן. איך האב זיך געראכטן צו שרייבן מיין טויזנסטע תגובה אינעם ליובאוויטשער אשכול, צו שרייבן א לענגערע באריכט. איך האב זיך פשוט פארגעסן און דא געשריבן. נו, גם זו לטובה.

אגב; אויך דארט האב איך פינאנציעלע אינטערעסן?

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 22, 2011 9:57 pm
דורך קרעמער
איך וועל מוזן טשעקן מיינע קוועלער אין ליובאוויטש

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 22, 2011 10:24 pm
דורך סאדע_באטל
אז דו רעדסט שוין מיט דיינע ליובאוויטשער קוועלער, פרעג זיי איבער דעם אויך

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 22, 2011 10:27 pm
דורך באמבאסטיש
א בור סאד"ה שאינו מאבד טיפה, אייזערנע זכרון...

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 23, 2011 4:46 am
דורך msp
אין דעם ספר פון רצ"פ פראנק ז"ל דאכטזיך עס הייסט הררי קודש אויף מילה
ברענגט ער אראפ א מעשה אז איינער האט געבעטען א ברכה פון ר' שלמ'קע זעווילער ז"ל אויף א ברית
האט ער אים געזאגט ער זאל ווארטען מיט'ן ברית ביז נאכמיטאג
אבער וויבאלד דאס קינד איז נישט געווען געהל האט ער געפרעגט א שאלה צו ר' הירש פסח
האט ער אים געזאגט אז אויב ר' שלמ'קע האט אזוי געזאגט איז כדאי צו ווארטען
מיטאג צייט האט זיך עפעס געמאכט אנ'אינפעקציע וואס מען האט געדארפט אפערירען
האבען די דאקטוירים געזאגט אז ס'איז נאך געווען א מזל אז זיי האבען נישט געמאכט דער ברית
ווייל אויב נישט וואלטען זיי נישט געקענט מאכען די אפעראציע
זי"ע
קען איינער געבען אביסעל אינפארמאציע איבער דער זווילער-באסטאן רבי איך מיין ער איז אנ'איידים ביים שומרי אמונים רבי

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 25, 2011 9:43 am
דורך אלף בית
כ'האב געהערט אויף קול מבשר צוויי ישועות האטליין'ס פון זוועהיל.

אינטערסאנט: איין עד איז כ"א כסלו און איין עד איז כ"ו אב.

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 25, 2011 1:23 pm
דורך יגעתי ומצאתי
זיס האט געשריבן:וכה דברי הרה"ק רבי שלמ'קע, במכתבו:
"אהיה לו למליץ טוב לכל מי שיסייע למוסדותי בזה ובבא."

וואו קען מען זעהן די בריוו? ס'וואלט אינטערעסאנט געווען צו זעהן דעם גאנצן נוסח.

וועלכע יאר איז ר' שלמה'קע אוועק, תש"ה?
איך האב אמאל געהערט אז ווען הרה"ק מסאטמאר איז אנגעקומען קיין אר"י תחילת שנת תש"ו און ער האט געהערט פון ר' שלמה'קע, האט ער געזאגט א שאד איך האב אים פארפאסט.

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 25, 2011 1:55 pm
דורך אלף בית
אינעם ספר צדיק יסוד עולם - תולדות הרה"ק ר' שלמה מזוועהיל, שטייט די מעשה. דער לשון דארט איז אז דער רבי האט געזאגט "א שאד, איך האב אים נישט פארכאפט"

אגב, דער רבי זי"ע איז אנגעקומען אנהייב ווינטער תש"ו אדער סוף זומער תש"ה?

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 25, 2011 1:58 pm
דורך יגעתי ומצאתי
אלף בית האט געשריבן:אגב, דער רבי זי"ע איז אנגעקומען אנהייב ווינטער תש"ו אדער סוף זומער תש"ה?

מוצאי שבת א' סליחות תש"ה איז די רבי אראפ פון שיף.