ר' שלמה (שלמה'קה) גאלדמאן מזוועהיל זצ"ל - כ"ו אייר

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25361
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג יוני 02, 2008 5:35 pm

יאסל האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:
יאסל האט געשריבן:ר' אברהם חיים ראטה איז אן איידעם ביי ר' מרדכי כ'מיין אז ס'קען נישט שטימען לויט די יארן, אפשר מיינסטו ביי זיין פאטער ר' גדלי משה?
דער סקווירא רבי האט אויך אן איידעם גאלדמאן וויאזוי קימט ער אריין אין די פאמליע?

די נייפעסטע גאלדמאנ'ס כפי ידיעתי הבען קיין שייכות מיט זוויהל.


יאסל, קוק אויבן די שייכות פון דעם סקווירא רבי'ס איידעם.

ווי אויבן?


יאסל, הרב מביקסאד דערמאנט דאס וז"ל:

ביקסאד האט געשריבן:
אנדי פעטיט האט געשריבן:רבי מרדכי ז"ל האט איבער געלאזט א שיינער פאר קינדער,
די עלטסטע איז זוויהלער רבי אין ירושלים.
אדמו"ר הרה"צ ר' אברהם גאלדמאן שליט"א פון ירושלם.
אנדי פעטיט האט געשריבן:איינער לעבט שוין נישט, זיין זון הייסט שלמה גאלדמאן ער וואוינט אין ב"פץ
צוויי לעבן שוין נישט:
הרה"צ ר' יעקב לייב זצ"ל פון בני ברק, בזו"ר פאטער פון הרה"צ ר' אליעזר שליט"א איידעם פון אדמו"ר הרה"צ ר' דוד שליט"א פון סקווירא, בזו"ש מחותן מיט אדמו"ר הרה"צ ר' ישעי' שליט"א פון טשערנאביל, בתו חורגו פון הרה"צ ר' דוד דוב מייזליש שליט"א אב"ד ור"מ סאטמאר ב"פ.

הרב ר' יוסף ז"ל, ער האט קינדער דאהי אין נוי יארק, איינער איז א איידעם ביי הרה"צ ר' אהרן צבי רומפלער שליט"א [מלפנים במאנסי].
אנדי פעטיט האט געשריבן:איינער איז רבי אין יוניאן סיטי
הגה"צ ר' שלמה שליט"א איידעם פון כ"ק אדמו"ר בעל שפע חיים מ'צאנז-קלויזענבוירג זצ"ל.
אנדי פעטיט האט געשריבן:איינער וואוינט אין סקווירא.
הרב מיכל שליט"א איידעם פון הגה"צ ר' משה ניישלאס זצ"ל.

ווי אויך איז דא איטליכע איידעמער צווישן זיי:
אדמו"ר הרה"צ ר' אברהם חיים ראטה שליט"א מ'בערגסאז-שומרי אמונים.
אדמו"ר הרה"צ ר' נתן דוד ראזענבוים שליט"א מ'זוטשקא.

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » מאנטאג יוני 02, 2008 8:14 pm

יאסל האט געשריבן:ר' אברהם חיים ראטה איז אן איידעם ביי ר' מרדכי כ'מיין אז ס'קען נישט שטימען לויט די יארן, אפשר מיינסטו ביי זיין פאטער ר' גדלי משה?
דער סקווירא רבי האט אויך אן איידעם גאלדמאן וויאזוי קימט ער אריין אין די פאמליע?
א) לפי ידיעותי האב יאך נישט געמאכט קיין איהרטום (טעות).
ב) יאך האב שוין געשריבן דערוועגן [ווי הרב מיללער האט שוין אנגעצייכנט].

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2865
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » דינסטאג יוני 03, 2008 4:36 pm

ביקסאד האט געשריבן:
יאסל האט געשריבן:ר' אברהם חיים ראטה איז אן איידעם ביי ר' מרדכי כ'מיין אז ס'קען נישט שטימען לויט די יארן, אפשר מיינסטו ביי זיין פאטער ר' גדלי משה?
א) לפי ידיעותי האב יאך נישט געמאכט קיין איהרטום (טעות).
.

הער צי דער ר' מרדכי'לע איז דאכט זיך געווען א בחור ווען דער זיידע איז אוועק אדער גאר א פרישער יונגערמאן, לויט דעם זע איך נישט וויאזוי ס'קען זיין אז ר' אברהם חיים ראטה זאל זיין ביי אים אן איידעם חוץ אויב די רעדסט פון זיווג שני.

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » מיטוואך יוני 04, 2008 1:37 am

יאסל האט געשריבן:הער צי דער ר' מרדכי'לע איז דאכט זיך געווען א בחור ווען דער זיידע איז אוועק אדער גאר א פרישער יונגערמאן, לויט דעם זע איך נישט וויאזוי ס'קען זיין אז ר' אברהם חיים ראטה זאל זיין ביי אים אן איידעם חוץ אויב די רעדסט פון זיווג שני.
א) ר' מרדכי'לע האט געהאט א שטוב מיט קינדער ווען דער זיידע איז אוועק.
ב) ר' אברהם חיים ראטה האט חתונה געהאט ווינטער תש"ו.

אי"ה נאך יו"ט וועלן מיר ברייטער ארום שמועסן.

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2865
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » מיטוואך יוני 04, 2008 1:22 pm

ביקסאד האט געשריבן:
יאסל האט געשריבן:הער צי דער ר' מרדכי'לע איז דאכט זיך געווען א בחור ווען דער זיידע איז אוועק אדער גאר א פרישער יונגערמאן, לויט דעם זע איך נישט וויאזוי ס'קען זיין אז ר' אברהם חיים ראטה זאל זיין ביי אים אן איידעם חוץ אויב די רעדסט פון זיווג שני.
א) ר' מרדכי'לע האט געהאט א שטוב מיט קינדער ווען דער זיידע איז אוועק.
ב) ר' אברהם חיים ראטה האט חתונה געהאט ווינטער תש"ו.

אי"ה נאך יו"ט וועלן מיר ברייטער ארום שמועסן.

א קיצור די ווילסט זאגען אז ר' מרדכי האט שוין געהאט א גרויסע טאכטער תש"ו?

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » פרייטאג יוני 06, 2008 1:18 am

ביקסאד האט געשריבן:אי"ה נאך יו"ט וועלן מיר ברייטער ארום שמועסן.
יאך האב איצטער אביסעלע צייט וויל זיך א טראפעלע טינט פארגיסן, וזה החלי:

עס איז דא אפאר ספרי סיפורים ארויסגעגעבען דורך זוועהיל, אל ההרים פון זוועהיל-ירושלם און זכות אבות פון זוועהיל-בני ברק אין די פאלגענדע שפראכן, לשון הקודש אידיש און ליידער עברית, איצטער וועלן מיר ציטירן פון דער וואונדערליכער רבי [עס איז דא צו באקומען אין די ספרים געשעפטן].

הרב ר' יוסף ז"ל, איז געווען דער צווייטער זוהן געבוירן תרצ"ו נפטר ט"ו אלול תשמ"ג.

הרה"צ ר' יעקב לייב זצ"ל פון בני ברק, איז געווען דער דריטער זוהן געבוירן תרצ"ח נפטר כ"ד אלול תשמ"ד.

אנדי פעטיט האט געשריבן:איינער רופט זיך זוויהלער רבי פון גני גאולה - ירושלים.
דאכט זיך אז זיין נאמען איז הרה"צ ר' דוד שליט"א, אדער איז דאס הרה"צ ר' ישראל שליט"א.
לעצט פאראכטן דורך ביקסאד אום דינסטאג יוני 24, 2008 6:48 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2865
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » דאנארשטאג יוני 12, 2008 5:28 pm

יאסל האט געשריבן:
ביקסאד האט געשריבן:
יאסל האט געשריבן:הער צי דער ר' מרדכי'לע איז דאכט זיך געווען א בחור ווען דער זיידע איז אוועק אדער גאר א פרישער יונגערמאן, לויט דעם זע איך נישט וויאזוי ס'קען זיין אז ר' אברהם חיים ראטה זאל זיין ביי אים אן איידעם חוץ אויב די רעדסט פון זיווג שני.
א) ר' מרדכי'לע האט געהאט א שטוב מיט קינדער ווען דער זיידע איז אוועק.
ב) ר' אברהם חיים ראטה האט חתונה געהאט ווינטער תש"ו.

אי"ה נאך יו"ט וועלן מיר ברייטער ארום שמועסן.

א קיצור די ווילסט זאגען אז ר' מרדכי האט שוין געהאט א גרויסע טאכטער תש"ו?

וואס איז געבליבן זאגסט נאך אלץ אז ר' אברהם חיים איז דארט אן איידעם?


נאך א בילד פון ר' שלאמקע,
צוגעלייגטע
IMG_0019 (Small).jpg
IMG_0019 (Small).jpg (18.97 KiB) געזעהן 3062 מאל

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » דאנארשטאג יוני 12, 2008 6:18 pm

יאסל האט געשריבן:וואס איז געבליבן זאגסט נאך אלץ אז ר' אברהם חיים איז דארט אן איידעם?
הן כאשר דיברתי, יאך האב אייך געגעבען מראי מקומות אוואו נאכצוזוכען.

ראזי
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 14, 2009 12:39 pm

תגובהדורך ראזי » דאנארשטאג מאי 14, 2009 10:51 pm

די יארצאט איז מיטוואך
פלעקט צי זאגען אז הוצאת צי פארען צים ציון הרשב"י, איז אזוי הוצאת שבת ויו"ט!

זיס
שר האלף
תגובות: 1405
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

תגובהדורך זיס » דאנארשטאג מאי 14, 2009 11:13 pm

וויפיל איך ווייס, טוט זיך א גרויס געפאראכץ אויפן ציון פון ר' שלומקע ביום הרארצייט, אידן זאגן אז מען זעט דארט אפענע ישועות, ממש שלא כדרך הטבע... איך אליין האב געהערט מעשיות פון אידן וועלכע האבן בייגעוואוינט אפענע וואונדער.

דא אין אמעריקא איז אויך דא א טעלפאן נומער וואו מען קען אריינרופן 24 שעה און מזכיר זיין דורך א קוויטל וועלכער וועט אויסגעליינט ווערן ביום היארצייט ביי זיין קבר. איך האב שוין געהערט פון מענטשן וועלכע האבן זיך מזכיר געווען דורך דעם טעלפאן ליניע און זענען געהאלפן געווארן.

דער נומער איז:
1877.454.5077

זיס
שר האלף
תגובות: 1405
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

תגובהדורך זיס » זונטאג מאי 17, 2009 2:34 pm

סתם פאר נייגעריגקייט; איז פאראן פון די חכמי הקרעטשמע וועלכע האבן דארטן געזען ישועות, אדער וואס האבן באקאנטע וועלכע האבן בייגעוואוינט ישועות?

אויב יא, ביטע עס מיטטיילן מיטן רבים לתועלת הרבים

זיס
שר האלף
תגובות: 1405
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

תגובהדורך זיס » דינסטאג מאי 19, 2009 10:59 pm

היינט איז די יארצייט - יסוד שביסוד
אלע וועלכע לאזן זיך מזכיר זיין זאלן פועל'ן אלעס גוט...

זיס
שר האלף
תגובות: 1405
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

תגובהדורך זיס » מיטוואך מאי 20, 2009 2:11 pm

פאר נייגעריגקייט; האט איינער אויספראבירט יענע נומער?

ראזי
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 14, 2009 12:39 pm

תגובהדורך ראזי » מיטוואך מאי 05, 2010 7:52 am

הרב הקדוש ר' שלמה'קה מזוועהיל נאך אין ראסלאנד
צוגעלייגטע
יסוד עולם.jpg
יסוד עולם.jpg (26.7 KiB) געזעהן 2213 מאל

1x1
שר האלפיים
תגובות: 2825
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

תגובהדורך 1x1 » מיטוואך מאי 05, 2010 8:28 am

זיס האט געשריבן:וויפיל איך ווייס, טוט זיך א גרויס געפאראכץ אויפן ציון פון ר' שלומקע ביום הרארצייט, אידן זאגן אז מען זעט דארט אפענע ישועות, ממש שלא כדרך הטבע... איך אליין האב געהערט מעשיות פון אידן וועלכע האבן בייגעוואוינט אפענע וואונדער.

דא אין אמעריקא איז אויך דא א טעלפאן נומער וואו מען קען אריינרופן 24 שעה און מזכיר זיין דורך א קוויטל וועלכער וועט אויסגעליינט ווערן ביום היארצייט ביי זיין קבר. איך האב שוין געהערט פון מענטשן וועלכע האבן זיך מזכיר געווען דורך דעם טעלפאן ליניע און זענען געהאלפן געווארן.

דער נומער איז:
1877.454.5077


נעכטן האבעך געזען אין 'לוח הציבור' עפעס א צווייטע נאמבער וואו מען קען רופן, אז כ'וועלעס זען שפעטער וועלעכעס ארויפלייגען.
http://www.teoria.com/ Music Theory

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2709
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » מיטוואך מאי 05, 2010 8:43 am

1x1 די דארפסט פארשטיין, זיס האט געשריבן די תגובה פאריאר.
זוויהל האט זיך שוין צוטיילט דורך דעם יאר, אפשר האט די אנדערע זוויהל אויך אזא האטליין.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2709
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » מיטוואך מאי 05, 2010 9:41 am

כהאב געזעהן יעצט די עד אין לוח הציבור.
דאס גייט פאר מוסדות זוויהל אין אמעריקא
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9192
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מיטוואך מאי 05, 2010 10:47 am

לכבוד ההילולא קדישא המתקרב ובא

מיין זיידע ז"ל איז געשלאפן מיט הה"ק ר' שלמה'קע א צירקע האלב יאר אין איין צימער ושמעתי ממנו מעשיות רבים אודות האי צדיקא עמיקא וטמירא זי"ע האט ער פארציילט די עובדא
הה"ק ר' שלמקע נפגש עם הה"ק ר' ישראל מהוסיאטין זי"ע (זקיני לא זוכר אם זה היה בביקור במכוון או פגישה במקרה), וישבו שניהם יחדיו זה כנגד זה כל הזמן באין אומר ואין דברים אפילו מילה אחת!!, רק הביטו זה על זה כל הזמן [לערך עשרים מינוט או חצי שעה], אחר שנפרדו שאל אחד מנכדי הה"ק ר' שלמקע את זקינו שהיה מתמי' על הפגישה 'המוזר' הלזה, וענה לו זקינו הה"ק ר' שלמה'קע, וכי לא ראית? אש לוהט ראיתי בו! והוא פלא

ראזי
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 14, 2009 12:39 pm

תגובהדורך ראזי » מיטוואך מאי 05, 2010 11:22 am

1x1 האט געשריבן:
זיס האט געשריבן:וויפיל איך ווייס, טוט זיך א גרויס געפאראכץ אויפן ציון פון ר' שלומקע ביום הרארצייט, אידן זאגן אז מען זעט דארט אפענע ישועות, ממש שלא כדרך הטבע... איך אליין האב געהערט מעשיות פון אידן וועלכע האבן בייגעוואוינט אפענע וואונדער.

דא אין אמעריקא איז אויך דא א טעלפאן נומער וואו מען קען אריינרופן 24 שעה און מזכיר זיין דורך א קוויטל וועלכער וועט אויסגעליינט ווערן ביום היארצייט ביי זיין קבר. איך האב שוין געהערט פון מענטשן וועלכע האבן זיך מזכיר געווען דורך דעם טעלפאן ליניע און זענען געהאלפן געווארן.

דער נומער איז:
1877.454.5077 begin_of_the_skype_highlighting              1877.454.5077      end_of_the_skype_highlighting begin_of_the_skype_highlighting              1877.454.5077      end_of_the_skype_highlighting


נעכטן האבעך געזען אין 'לוח הציבור' עפעס א צווייטע נאמבער וואו מען קען רופן, אז כ'וועלעס זען שפעטער וועלעכעס ארויפלייגען.
צוגעלייגטע
2010.05.05.jpg

1x1
שר האלפיים
תגובות: 2825
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

תגובהדורך 1x1 » פרייטאג מאי 07, 2010 11:13 am

כ'האב אויך געזען אין די 'לינק' די א"ד נאמבער - צוזאמען מיט א שיינע פאר עובדות פון ר' שלומ'קה, אפשר איזעס כדי צו מעתיק זיין דא.
http://www.teoria.com/ Music Theory

ראזי
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 14, 2009 12:39 pm

תגובהדורך ראזי » פרייטאג מאי 07, 2010 12:54 pm

.
צוגעלייגטע
1.jpg
2.jpg
3.jpg

כתר ישועה
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 7:36 pm

תגובהדורך כתר ישועה » זונטאג מאי 09, 2010 12:11 pm

דו אר"י זוועהילער חסידים געבן ארויס א גליון איבער דו ישועות פונ'עם הייליגען זוועהילער זי"ע, און דארט ווערט צו געצייכענט דו פרשי' איבער'ן פרישערע בעל תשובה הזקן והישיש שלום הערשקאוויטש וואז'ע ימים מקדם איז ער געווען א בן עליה און דו איגערישע מדינות ואח"כ האט ער זעך אויכעט געדרייט און בעלזא ביי ר' אהרן זי"ע.
מ'פארציילט דארט נורא נוראות פון ר' אלי' ראטה ע"ה מיט'ן ר' שלוימעל'ע זוועהילער, איבער'ן שלום הערשקאוויטש המדובר
כתרו ישועה - לבושו צדקה
הישועות בו מקיפות

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » זונטאג מאי 09, 2010 12:22 pm

ר' שלום אדער ר' שלמה?
עס הערשט דא א געפערליכע צעמישעניש.

היינט זונטאג איז די יארצייט.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

ראזי
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 14, 2009 12:39 pm

תגובהדורך ראזי » זונטאג מאי 09, 2010 12:29 pm

ר' שלמה זצ"ל
די יארצייט איז מארגען כ"ו אייר יסוד שביסוד למטמונים

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » זונטאג מאי 09, 2010 12:32 pm

דאנקע, יא גערעכט כ"ו איר.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: זכרונות, טעם וריח, ספירה און 17 געסט