ר' שלמה (שלמה'קה) גאלדמאן מזוועהיל זצ"ל - כ"ו אייר

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

זיס
שר האלף
תגובות: 1405
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

הרה"ק רבי גדלי' משה מזוועהיל זי"ע - כ"ד חשון

תגובהדורך זיס » דאנארשטאג נובעמבער 10, 2011 9:34 pm

דעם קומענדיגן כ"ד חשון וועט אויספאלן די יארצייט פון הרה"ק רבי גדלי' משה מזוועהיל זיע"א.

אויב איינער האט סיפורים ועובדות, זאל ער עס אהערליייגן.

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלף
תגובות: 1829
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: ווי יא

תגובהדורך מומחה יוחס » פרייטאג מאי 18, 2012 12:26 am

ארויף געברענגט לכבוד די יא"צ פין הרה"ק ר' שלמהקע זוויהלער זי"ע היינט נאכט יסוד שביסוד

זכותו יגן עלינו
参考专家

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » פרייטאג מאי 18, 2012 4:39 am

זכותו יגן עלינו
כהאב אמאהל געברענגט דא א מעשה ביי הגאון ר' הירש פסח פראנק ז"ל ביי א ברית ווי בעל ההילולא האט פארלאנגט מען זאל נישט מל'ן אין דער פריה און עס האט זיך שפעטער געמאכט א פראבלעם און עס האט געדארפט אנ'אפעראציע וואס מען וואלט נישט געקענט טוהן אויב די ברית מילה וואלט געמאכט געווארען
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » פרייטאג מאי 18, 2012 4:42 am

msp האט געשריבן:אין דעם ספר פון רצ"פ פראנק ז"ל דאכטזיך עס הייסט הררי קודש אויף מילה
ברענגט ער אראפ א מעשה אז איינער האט געבעטען א ברכה פון ר' שלמ'קע זעווילער ז"ל אויף א ברית
האט ער אים געזאגט ער זאל ווארטען מיט'ן ברית ביז נאכמיטאג
אבער וויבאלד דאס קינד איז נישט געווען געהל האט ער געפרעגט א שאלה צו ר' הירש פסח
האט ער אים געזאגט אז אויב ר' שלמ'קע האט אזוי געזאגט איז כדאי צו ווארטען
מיטאג צייט האט זיך עפעס געמאכט אנ'אינפעקציע וואס מען האט געדארפט אפערירען
האבען די דאקטוירים געזאגט אז ס'איז נאך געווען א מזל אז זיי האבען נישט געמאכט דער ברית
ווייל אויב נישט וואלטען זיי נישט געקענט מאכען די אפעראציע
זי"ע
קען איינער געבען אביסעל אינפארמאציע איבער דער זווילער-באסטאן רבי איך מיין ער איז אנ'איידים ביים שומרי אמונים רבי
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

ohrchodosh
שר חמישים ומאתים
תגובות: 262
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 11, 2006 6:41 pm

תגובהדורך ohrchodosh » מאנטאג מאי 06, 2013 1:45 pm

ארויף געברענגט לכבוד די יא"צ פין הרה"ק ר' שלמהקע זוויהלער זי"ע היינט יסוד שביסוד

זכותו יגן עלינו

אוועטאר
פישל
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2010 11:53 am

תגובהדורך פישל » מאנטאג מאי 06, 2013 2:23 pm

לכבוד די יארצייט איז כדאי צו דערציילן א סיפור.

הרה"ק ר' שלמה'קע פלעגט אסאך מאל דערציילן עובדות פון ערליכע אידן אן אנגעבן א נאמען וואס מען קען דערפון ארויסנעמען א מוסר השכל אויף עבדות ה', אבער די מקורבים פלעגן שוין וויסן אז די מעשה האט גאר פאסירט ביי אים אליין נאר מחמת גודל ענותנותיה האט ער דאס פארציילט אויף א צווייטן.

איינמאל האט ער דערציילט אז ער האט געקענט א איד וועלכער איז געווען א גרויסער בעל בטחון, און גלייבנדיג אין דעם מאמר חז"ל אז הקב"ה זאגט "לוו עלי ואני פורע" אז מ'קען בארגן אויף הוצאות שבת אויפ'ן אויבערשטנס חשבון און השי"ת איז מבטיח דאס צו באצאלן, האט ער זיך אנגעבארגט אסאך געלט אן קיין חשבון פון וואו צו באצאלן, און ער האט דאס אויסגעטיילט פאר ארימעלייט אויף צרכי שבת, און השי"ת האט אים טאקע מזמין געווען דאס געלט צו באצאלן.
פארמאגנדיג א געוואלדיגע אמונה, האט ער כסדר אלס מער און מער זיך אנגעבארגט פון וואך צו וואך ביז ער האט שוין אויסגעטיילט צרכי שבת פאר עטליכע הונדערט משפחות, און השי"ת האט אים אלעמאל מזמין געווען געלט דאס צו באצאלן.

די מקורבים און משפחה האבן אבער געוואוסט אז נישט קיין אנדערער פון ר' שלמ'קע פלעגט וועכנטליך אויסטיילן אן א שיעור צדקה און צרכי שבת פאר הונדערטער נויטבאדערפטיגע משפחות און קיינער האט נישט געוואוסט פון וואו ער האט דאס געלט, ער פלעגט זאגן אז ער האט איינער וואס גיבט אים דאס געלט, נישט אויסזאגנדיג אז דער איינער איז דער אחד יחיד ומיוחד הקב"ה.
----
אין א זייטיגן נאטיץ האט מיך געבאדערט ווען צווישן אלע אדווערטייזמענטס וואס זוכן צו מאכן געלט על חשבון בעל ההילולא, האט איינער אדווערטייזט אז "ווי באקאנט האט יעדער וואס האט נאר אנגערירט זיין "קלאמקע" געזען אפענע ישועות", לכאורה איז דאס א געבארגטע קאמפיין אויסדרוק פון די מייסדי נסיעות לווילעדניק, וואס כידוע האט הרה"ק מווילעדניק מבטיח געווען אז 'ווער עס וועט נאר אנכאפן די קלאמקע פון זיין טיהר, וועט געהאלפן ווערן' ובנוהג שבעולם פאסט נישט צו נעמען דעם לאזונג וואס ווערט גענוצט ביי איין צדיק און עס נוצן ביי א צווייטן, פונקט אזוי ווי מ'קען נישט אדווערטייזן אז ר' שלמ'קע פלעגט אלעמאל זאגן 'לשובע ולא לרזון' ווייל דאס געהערט צום קערעסטירער יארצייט, והארכתי במקום שאכמ"ל.
דרך אגב, די פריערדערמאנטע פאנדרעיזערס נוצן אויך אנדערע אויסדרוקן ווי "ווער עס וועט העלפן מיינע מוסדות וועל איך נישט שולדיג בלייבן" ועוד. עס האט נישט קיין פנים צו נאכזאגן די אלע לאזונגען פון יעדע קהילה וחסידות און עס ארויפשמירן אויפ'ן אייגענעם רבי'ן. ודי בזה.
דער ענטפער טוישט זיך, אבער די פראגע בלייבט די זעלבע, וויפיל אזייגער איז?

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9192
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מאנטאג מאי 06, 2013 2:51 pm

לכבוד די הילולא קדישא, לחיים אלע אידן לחיים, זכותו הגדול יגן עלינו
נעכטן געהערט א מעשה נורא, מפי אחד ששמע מזקן אחד שנכח בשעת מעשה:
אין רוסלאנד אינטער די קאמניסטן האט רבי שלמה'קע זי"ע געפירט א תלמוד תורה פאר קינדער וואו מען האט געלערנט אידישקייט, ווי באקאנט איז דאס געווען פארעכנט ביי די מלכות הרשעה אלס א עוון פלילי וואס מען האט פאר א גרינגן עונש געקריגן לעבנס לענגליכע סיביר אדער טויט רח"ל, איין טאג שפאצירט אריין נישט קיין צווייטער ווי איינער פון די נקוו"ד אגענטן אין די ת"ת, געווען איז דאן דארט דעם רבינ'ס זון רבי גדליה משה, וועלכער איז געווארן ווייס ווי די וואנט וויסנדיג אז מען האט עם געכאפט ביי די מעשה און ס'איז רח"ל דערנאך......., רבי שלמה'קע זי"ע שפאצירט אריין, און מיט א דרייסטקייט גיט ער א פרעג, וועגן די תלמוד תורה איז ער געקומען? און גייט צי צו דעם פארשוין, אן קיין מורא כאפט ער עם אן ביים האלז, ווילנדיג אים ממש דערווערגן, רבי גדליה משה האט אוועק געציטערט, וויסנדיג וואס די שפיל וועט נאך קאסטן.......... אבער רבי שלמה'קע איז גארנישט דערשראקן, ער האלט אזוי אן דעם פארשוין ביים האלז ביז יענער האט געמוזט אפפיצן כל עוד נשמתו בו......
מער האט מען נישט געהערט פון יענעם....
יא, אז מען פירט זיך בקדושה ובטהרה, איז מען שולט אויף די יצירה, וראו כל עמי הארץ כי שם ה' נקרא עליך ויראו ממך!!!

הורוויץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 371
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 16, 2011 1:07 pm

תגובהדורך הורוויץ » מיטוואך מאי 08, 2013 3:21 pm

זיס האט געשריבן:לכבוד די יומא דהילולא פון הרה"ק רבי שלמ'קע זוועהילער זי"ע, וועל איך ברענגען עטליכע ליקוטים וואס איך האב מלקט געווען איבער דער צדיק.

רבי שלמ'קעס דירה
עס איז אינטערעסאנט אנצומערקן אז די שטוב פון רבי שלמ'קע זוועהילער זי"ע, דארט וואו ער האט געוואוינט און געפירט זיין ווירטשאפט, איז געווארן אן ארט וואו אידן זעען כסדר ישועות און רפואות.

וואס איז אזוי אויסטערליש אין רבי שלמ'קעס דירה? – אט הערט.

די דאזיגע דירה האט רבי שלמ'קע אליין געבויט. דאס איז געווען אין די ערשטע יארן ווען ער האט זיך געפינען אין ארץ-ישראל, דעמאלס ווען ווייניג מענטשן האבן געוויסט צו זאגן איבער די גרויסקייט פון רבי שלמ'קען.
רבי שלמ'קע האט דעמאלס געגאסן די יסודות אויף דעם ארט – די נידעריגסטע ארט אין ירושלים, אליין זיך גענומען די מיה צו בויען דעם נידעריגן דירה וועלכער שטייט נאך עד היום הזה.

מענטשן זענען דאן געשטאנען און זיך געוואונדערט אויב דער בנין וועט נאך אמאל ארויסקומען א זאך. דען ווי אזוי איז מעגליך פאר א פשוט'ער מענטש צו בויען אליין א בנין, אן קיין הילף פון ספעציאליסטן אין דעם?

אבער רבי שלמה האט געבויט טאג נאך טאג, ביז עס איז געשטאנען דער בנין על מכונו.

אפילו שפעטער, ווען רבי שלמ'קע איז שוין געווען ברייט באקאנט אין ירושלים, און זיינע מקורבים האבן אים געוואלט צושטעלן א באקוועמערע פלאץ אין ירושלים, פון וואו ער זאל פירן זיין הויף, האט ער בשום-אופן נישט געוואלט. ער האט געוואלט בלייבן אויף דעם ארט וואס ער האט אליין געבויט.

אין ירושלים איז איינגעפירט, ווען א איד ברויך אנצוקומען צו א ישועה אדער רפואה, דאן מאכט מען א מנין תהילים אין דירה פון רבי שלמ'קע (היינט איז דאס א חלק פון די מוסדות וואס רבי שלמ'קע האט אויפגעשטעלט). מען זעט דארט פארשידענע ענינים און מופתים.


ווייסט איינער איה מקום כבודו? אוואו דער דירה איז?

הורוויץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 371
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 16, 2011 1:07 pm

תגובהדורך הורוויץ » מיטוואך מאי 08, 2013 3:23 pm

בד"א איז המשפיע המפורסם הרב אלימלך בידערמאן שליט"א א אייניקעל פון הרה"ק ר' שלמ'קע זי"ע?

סטרעטענער אייניקל
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 01, 2010 9:41 pm

ארויפגעבראכט לרגל יומא דהילולא קדישא היום

תגובהדורך סטרעטענער אייניקל » מאנטאג מאי 26, 2014 12:57 am

פ"א ביו"ט שבועות בבוקר הוא הלך עם רבי אלי' ראטה, ופתאום אמר הרה"ק רבי שלמה: עכשיו שואלים בשמיים את נשמות ישראל האם הם רוצים לקבל את התורה, הבה ונענה עמם יחד "נעשה ונשמע".
ונעמדו שניהם ואמרו בקול: "נעשה ונשמע"...
זי"ע...
ומי שאינו אוכל חמין - צריך בדיקה אחריו אם הוא מין, ואם מת יתעסקו בו עממין. והמזמין לבשל ולהטמין ולענג את השבת ולהשמין - הוא המאמין, וזוכה לקץ הימין. ויש מן החכמים אומרים על השמאל שהוא ימין, ואנו קורין עליהם: מי יתן החרש תחרישון ותהי לכם לחכמה [רז"ה].

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מאנטאג מאי 26, 2014 10:48 am

יסוד שביסוד
זי"ע
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

שביעין חביבין
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 20, 2014 1:34 pm

תגובהדורך שביעין חביבין » מאנטאג מאי 26, 2014 12:16 pm

הוא חתן אצל זוטשקא רבי מבני ברק חתן אצל ר' מרדכי מזוויעל ברג"מ בן רבי שלמה זצ"ל.

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מאנטאג מאי 26, 2014 3:09 pm

אין די צייטונג איז דא א אינטערוויו מיט זוועהילער רבי שליט"א פון יוניאן סיטי
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25269
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג מאי 27, 2014 12:55 pm

msp האט געשריבן:אין די צייטונג איז דא א אינטערוויו מיט זוועהילער רבי שליט"א פון יוניאן סיטי

במחילת כבודם פון אלע דארט איז דער שמועס ליידיג

אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1292
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

תגובהדורך פרעגער » מיטוואך מאי 28, 2014 7:56 am

מיללער האט געשריבן:
msp האט געשריבן:אין די צייטונג איז דא א אינטערוויו מיט זוועהילער רבי שליט"א פון יוניאן סיטי

במחילת כבודם פון אלע דארט איז דער שמועס ליידיג


נעכטן ביים ציון פון הרה"ק ר' שלמה'קע איז געווען א טישל פאר די זוויהעל'ער מוסדות, די הויכהילכערס האבן מיט יאמערליכע קולות געשריגן אז ר' שלמה'קע האט מבטיח געווען לפני מותו אז ווער עס וועט שטיצן זיינע מוסדות וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון~!!!!~

ווייסט אפשר איינער איבער די מוסדות בחייו פון הרה"ק יסוד צדיק ר' שלמה'קע זי"ע?
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט

פרשיסחא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 441
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 1:26 pm

תגובהדורך פרשיסחא » מיטוואך מאי 28, 2014 7:06 pm

דער עולם דא האט געוואוסט אז רבי שלמה האט היינט צוויי באוואוסטע אור-אייניקליך, אייניקליך פון זיין זון רבי גדלי' משה, וואס זענען זייער מפורסם אין ארץ ישראל?

אייינער איז א מזרחיסט, וואס איז שיר נישט געווארן א "רב הראשי".
און להבדיל, דער צוויטער איז א ראש ישיבה אין א גרויסע ישיבה, און ער הייסט ר' שלמה על שמו ולזכרו הטהור.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך יולי 16, 2014 3:11 pm

פארשאפט א שיין בילד פון רבי שלמה'קע זצ"ל.
צוגעלייגטע
ZhvillerRshlomka.jpg
ZhvillerRshlomka.jpg (14.65 KiB) געזעהן 2339 מאל
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » פרייטאג פאברואר 13, 2015 4:03 pm

איז רבי שלמה'קע געווען אן אייניקל פון רבי משה מזוועהיל?
דאס הייסט ער קערט אן צו רבי מיכלע זלאטשובער זי"ע. איך האב געמיינט ער איז פון ריזינער גזע.

האט איינער די פולע יחוס?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

הסרפד
שר האלף
תגובות: 1246
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » פרייטאג פאברואר 13, 2015 4:24 pm

ר' שלמה בן ר' מרדכי בן ר' מיכל בן ר' משה

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2441
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » מוצ"ש פאברואר 14, 2015 9:07 pm

שוועמל האט געשריבן:איז רבי שלמה'קע געווען אן אייניקל פון רבי משה מזוועהיל?
דאס הייסט ער קערט אן צו רבי מיכלע זלאטשובער זי"ע. איך האב געמיינט ער איז פון ריזינער גזע.

האט איינער די פולע יחוס?

פערצופאל איז רבי שלמה'קע געווען א'אייניקל פונעם הייליגען ריזשינער'ס שוועסטער הצדיקת גיטל'ע ע"ה פון גראנוב.

הרב ר' אשר
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 03, 2013 5:17 pm

תגובהדורך הרב ר' אשר » זונטאג פאברואר 15, 2015 3:37 pm

קומט צו גיין ד'יארצייט פין זיין אייניקל ר' מרדכי זצוקלל"ה כ"ח שבט
טראכט גוט וועט זיין גוט

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלף
תגובות: 1829
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: ווי יא

תגובהדורך מומחה יוחס » דאנארשטאג מאי 14, 2015 7:27 pm

היינט נאכט איז דער יא''צ פין הרה''ק ר' שלמה'קע זוויהלער זי''ע ועכי''א
参考专家

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4090
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובהדורך derech eretz » פרייטאג מאי 15, 2015 11:10 am

רב בידערמאן די וואך רעדט גאר שטארק ארום דעם בעל הילולא זי"ע (ער איז א צוגעקומענע אייניקל פון אים).

אוועטאר
דרךהמלך
שר האלף
תגובות: 1117
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2012 11:38 am
לאקאציע: על הדרך

תגובהדורך דרךהמלך » מאנטאג יוני 29, 2015 5:15 pm

ווער קען מיר העלפן און מעתיק זיין א זוויהלע מעשה
בנוגע מאשין מצות, אז אין הימעל רעדט מען נישט פון מאשין מצות, נאר פון מצער זיין א איד, און שמירת עינים
איך דארף וויכטיג די מעשה פונקטליך מיטן לשון

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » מאנטאג יוני 29, 2015 5:27 pm

איינער איז געווארן א איידעם ביי א פלאץ ווי מ'האט געגעסן מאשין מצות און ביי זיי איז עס געווען רח"ל, איז ער געגאנגען פרעגן פאר פסח דעם צדיק צו ער זאל אפשר נישט גיין פסח צום שווער וכו', האט ער אים דאס געענטפערט.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט