התנא רבי שמעון בר יוחאי - ל"ג בעומר ג'"א תתפ"א

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

התנא רבי שמעון בר יוחאי - ל"ג בעומר ג'"א תתפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

דער תנא רבן שמעון בר יוחאי איז געווען א תלמיד פון ר' עקיבא וועלכער איז געווען א תלמיד פון ר' אליעזר בן הורקנוס וואס איז געווען א תלמיד פון ר' יוחנן בן זכאי וועלכער איז געווען א תלמיד פון הלל ושמאי די תלמידים פון שמעי' ואבטליון און אזוי ווייטער ווי עס ווערט אויסערעכנט אין ערשטן פרק פון אבות ביז משה רבינו ע"ה וואס האט איבערגענומען די הייליגע תורה פון השי"ת אליין אויפ'ן בארג סיני.

ר' שמעון בר יוחאי האט געלערנט פיל תורה בקדושה ובטהרה מיט מסירת נפש און דערנאך האט ער זוכה געווען צו פיל גרויסע ניסים און ער האט באלויכטן די אויגן פון אלע אידן אין די הייליגע תורה, ער האט אויך מחבר געווען דעם ספר זוהר הקדוש וואס ווערט פאררעכנט פון די הייליגע ספרים וואס מיר האבן.

ר' שמעון בן יוחאי איז געווען דער רבי פון פיל גרויסע צדיקים די הייליגע תנאים צווישן זיי אויך דער רבי פון רבינו הקדוש ווער עס האט מחבר געווען די משניות.

ר' שמעון בר יוחאי איז נפטר געווארן ל"ג בעומר אין יאר ג' אלפים תתפ"א, דריי און פופציג יאר נאכן חורבן פון צווייטן בית המקדש, און ער ליגט אין די שטאט מירון אין ארץ ישראל.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

הסתלקות פון הייליגן תנא רבי שמעון בן יוחאי
עס איז געקומען דער טאג וואס דער הייליגער תנא ר' שמעין האט געדארפט נסתלק ווערן פון די וועלט און ארויף גיין אין הימל, האט ר' שמעון זיך גענומען גרייטן דערצו און ער האט אנגעהויבן צו זאגן זיין צוואה ווי אזוי מ'זאל זיך פירן מיט אים נאך זיין הסתלקות, דערביי זענען געווען זיין זון רבי אלעזר מיט רבי אבא און די איבריגע פון די חבריא. אזוי ווי עס איז באוואוסט געווארן אז ר' שמעון זאגט זיין צוואה זענען זיך צוזאמגעקומען אלע שטאט לייט אין ר' שמעון'ס הויז. אלע האבן געוואלט האבן די זכי' צו זיין בי די יציאת נשמה פונעם הייליגן צדיק, ר' שמעון האט באמערקט ווי די שטוב איז פלוצלינג פיל געווארן האט ר' שמעון אויסגערופן מיט א געוויין און געזאגט: "ביז היינט האט א הימליש פייער ארומגערינגלט מיין שטוב און קיינער האט נישט געקענט אריינקומען אן מיין רשות, און יעצט באמערק איך אז דאס פייער איז מער נישטא און ווער עס וויל קען אריינקומען, ר' שמעון האט געגעבן א קוק און עס איז אראפ א פייער פון הימל אין האט ארומגענומען דאס הויז. אלע מענטשן אויסער זיין זון ר' אלעזר מיט ר' אבא זענען ארויסגעגאנגן ר' שמעון האט געהייסן אריינרופן ר' יצחק מיט די חברייא. זיי זענען געווען ר' אלעזר און ר' אבא ר' יהודא, ר' יוסי און ר' חייא, דערנאך איז אנגעקומען ר' יצחק, ר' שמעון האט אים באגריסט : "וואויל איז דיין חלק ווייל אסאך פרייד וועסטו האבן און היינטיגן טאג, ווייל די אלע הייליגע סודות וואס איך האב ביז היינט נישט געזאגט פאר אייך וועל איך היינט מגלה זיין, ווייל היינט איז אן עת רצון". ר' שמעון האט מסדר געווען אז ר' אבא זאל דאס פארשרייבן ר' אלעזר זיין זון זאל דאס לערנען, און די איבריגע חבריא זאלן דאס טראכטן אין הארץ, האט זיך ר' אבא געזעצט נעבן ר' שמעון. ר' שמעון האט זיך איינגעהילט אין זיין טלית אין האט זיך אוועקגעזעצט אין אנגעהויבן מגלה צו זיין די סתרי תורה. זענען אראפגעקומען פון הימל די צדיקים פון עולם העליון צווישן זיי אויך זיין שווער רבי פנחס בן יאיר, רב המנונא סבא, און פון זייערע קרוינען איז ארויס א געוואלטיגע ליכטיגקייט ארום ר' שמעון אז עס איז נישט געווען מעגליך צו קוקן די גאנצע צייט איז ר' אבא געזעצן און געשריבן אלעס וואס ער האט געהערט פון ר' שמעון, ביז ר' שמעון האט געענדיגט מיטן פסוק כי שם צוה ה' את הברכה חיים עד העולם. ר' אבא האט געזאגט: "איך האב נאר געהערט ביז דאס ווארט הברכה דערנאך איז געווארן שטיל איך האב געווארט ווייטער צו שרייבן אבער מער קיין קול האב איך נישט געהערט, און דעם קאפ אויפצוהייבן צו קוקן צו ר' שמעון צו זען פארוואס מ'הערט נישט האב איך מיך נישט געטרויט צוליב דאס גרויס ליכטיגקייט וואס האט אים ארומגענומען, דאס האט אנגעהאלטן א גאנצן טאג קיינער האט נישט געקענט אריין גיין אין הויז און אויך נישט צוגיין נעבן אים ווייל דאס הימליש פייער איז געווען ארום אים. מיר זענען געפאלן אויף די ערד און געוויינט. שפעטער ווען דאס פייער האט זיך אפגעטון האב איך געזען אז ר' שמעון איז נסתלק געווארן ר' אלעזר זיין זון איז צו געגאנגען געקושט זיין האנד איך האב געלעקט די שטויב אונטער זיין פוס די חבריא האבן נישט געקענט עפענען דאס מויל צוליב גרויס צער. ביז ר' חייא האט זיך אויפגעשטעלט און געזאגט ביז היינט האט ר' שמעון זיך געזארגט פאר אונז און יעצט איז געקומען די צייט וואס מיר דארפן טון פאר אים, פאר זיין כבוד דעמאלס האבן זיך ר' אלעזר און ר' אבא גענומען מתעסק זיין בכבודו של רבי שמעון. אינצווישן איז באקאנט געווארן איבעראל אז ר' שמעון איז נסתלק געווארן און עס האט זיך פארזאמלט א געוואלדיגער עולם, די מענטשן פון כפר ציפורי האבן געוואלט האבן דיזכי' אז ר' שמעון זאל ליגן בייזיי, און די מענטשן פון מירון האבן גע'טענה'ט אז ר' שמעון האט אויסגעוועלט זיין פלאץ אין מירון איז געווארן א גרויסע מחלוקה. ווען מען האט ארויסגעטראגן די מטה פון הויז האט א פייער ארומגענומען די מטה און עס איז געשען א נס די מטה האט זיך א הייב אויף געגעבן און איז געגאנגען אליין יעדער איז זי נאכגעגאנגען ביז זי איז אריין אין דימערה פון מירון. ווען די מטה איז אריין אין מירון האט זיך ארויסגעהערט פון דארט א קול, "זה האיש מרעיש ארץ מרגיז ממלכות". דאס איז געשען אין דעם הייליגן טאג ל"ג בעומר ג' אלפים תתפ"א, (3881).
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

וזוען רחבלהי שסהמאעוין בלחר יויחטאהי אהיז קארחאנאק גזעוטואראן, אולן זחיין זולהאן רחבלהי אזלאעטזטר הטאט אהיהאם מאשסחמושס גזעוזוען, זזענזען צולם עזראשסאט אחרחיינאגזעקולמזען מאבחקור חוילזה זחיין דהי דארחיי חגבורהים פולן דהי "חחבארחיטיא קחדהישסטא" רחבלהי פלהנאחטס, רחבלהי חהיטיא אולן רחבלהי אחבלטא. וזוען זויי הטאבלאן גזעזזעהן אחז עזר אהיז גזעפזעראלהיךא קארחאנאק, הטאבלאן זחיי פולן גארוייס צחעחר גזעפארזעגאט "והוי אחזויי קזען דטאס זחיין, אחז דזער וטואס אהיז דהי זחייל, אוייף וזועלאכאן דהי וזועלאט שסאטוייט, זטאל גטאר אחוזועק שסאטחאראבלאן?" הטאט רחבלהי שסהמאעוין צול זויי גזעזטאגאט: "נהישסאט דזער בלוית דהין שסזל מחעגלטה קאלזעראט אחרחיין אהין מחיין מהשסאפלטט, וחוייל אהיךא זזעה אחז אהיךא וזוער נהישסאט גזעעזנאטאפזעראט, נהישסאט צול קחיין מחלאאטךא, אולן נהישסאט צול קחיין בלוית דהין, אחזויי והוי בלחיי אחנאדזערזע מזענאטאשסאן עזס פהיראט זהיךא, נטאר מחיין מהשסאפלטט מולז פטאראקולמזען פחאר'ן אוייבלזעראשסאטזען אחלויין. אחזויי והוי דטוהד החמזלזךא הטאט גזעבלזעטאן "שסטפאטונהי אבליקהים וארהיבטה רהיבהי" אחז נטאר דזער רהבלוינוי שסזל עוילטם זזעלאבלאסאט זטאל אהיהאם מהשסאפלטט'ן נהישסאט קחיין אחנאדזערזער. וחוייל דטאס אהיז בלחאוואולסאט, אחז וזוען דזער מזענאטאשס דחאראף שסאטחאראבלאן קולמאט פחאר זחיין מהשסאפלטט פחאר'ן בלוית דהין שסזל מחעגלטה. טוייל זזענזען נויטזה לאכלחף זאכולת, אהולן זויי בלחאוחוייזאן נטאר דהי זאכולתהים אולן מחעגשהיים טויבהים פולן דזעם מזענאטאשס, אולן טוייל זזענזען נויטזה לאכלחף חויבטה, אולן זחיי בלחאוחוייזאן נטאר דהי עגבוירוית אולן מחעגשהיים רטעהים פולן דזעם מזענאטאשס, אולן זחיין מהשסאפלטט גוייט אחרוייס נהישסאט אחזויי והוי דזער מזענאטאשס וחויל, נטאר אחזויי והוי דזער רטצוין פולן בלוית דהין אהיז. אחמטאאהל גולט, אחמטאאהל שסאלזעכאט. אטבזער דזער מזענאטאשס וטואס דזער רהבלוינוי שסזל עוילטם זזעלאבלאסאט מהשסאפלטט אהיהאם, דזער הטאט גזעוהויס צול הטאפאן אוייף אח גולטזע מהשסאפלטט. וווייל דהי מהדטה פולן מזלזךא עזלאיוין אהיז נטאר נויטזה לאכלחף זאכולת, אולן דולראךא זחיין מהדחת הטרחחגמהים אהיז עזר מויחול עגוינוית בלחדהין, אחזויי והוי דזער פלטסולק זטאגאט כלהי עהמאךט החסאלהיחטה לאמחעחן תלהוטרוא, פחאראגזעבלאן זהינאד קזען נטאר דזער רהבלוינוי שסזל עוילטם אחלויין, נהישסאט קחיין אחנאדזערזער, אולן וזועגאן דזעם בלזעט אהיךא דזעם מזלזךא עזלאיוין אחזח נטאר עזר זזעלאבלאסאט זטאל זחיחיהן מחיין דהין".

נטאכאדזעם הטאבלאן זחיי גזעהזעראט אחז רחבלהי שסהמאעוין הטאט נטאךא עזפלזעס גזעזטאגאט עזטאלהיכזע וזועראטזער, אולן אהיז בלחאלאד פחאראשסאוואולנאדאן גזעוטואראן פולן קארחאנאקאן בלזעט. אחלזע אטנאוזועזזענאדזע זזענזען גזעבלאלהיבלאן עזראשסאטויינאט, אח גארוייסזע שסארזעק אהיז אוייף זחיי גזעפחאלאן, אולן זויי הטאבלאן נהישאט גזעקזענאט קחיין וטואראט אגרוייסרויידאן פחאר גארוייס פלחחחד. אחבלהיסאל שסאפלזעטזער הטאבלאן דהי חגבורהים אטנאגזעהוייבלאן שסאפלהיראן דטאראט אח שסאטחאראק שסאמזעקזענאדהיקזען רויחח וטואס הטאט אחרחיין גזעשסאטארויימאט אהין דזעם חודזר וואול רחבלהי שסהמאעוין'סה בלזעט שסאטוייט פולן דזעם גולטזע גזעשסאמחאק זזענזען זויי דזעראקאוהויקאט גזעוטואראן אולן זזענזען בלחארולההיגאט גזעוטואראן. פלאלולצאלהינאג הטאבלאן זהיי דזעראזזעהן אחז רחבלהי שסהמאעוין להיגאט שסויין צולרהיק אוייפא'ן זזעלאבלאן בלזעט, אולן אוייךא הטאבלאן זויי גזעהזעראט אחז עזר רזעדאט מהיט אהימהיצזען, אטבלזער זהיי הטאבלאן דטאראט קויינזעם נהישסאט גזעזזעהן.

וזוען סה'אהיז שסאטהיל גזעוטואראן הטאבלאן זחיי גזעפארזעגאט בלחיי רחבלהי שסהמאעוין וזועגאן דוי וואולנאדזעראלהיכזע פלחאסהירולנאג וטואס זהיי הטאבלאן אחלאץ צולגזעזזעהן. הטאט רחבלהי שסהמאעוין זחיי גזעעזנאטאפזעראט: "אהיךא הטאבל גזעוטואלאט בלחיים לזעבלאן זהיךא אוייסאקאלוייבלאן אחן אטראט אהין גחן עודזן, וזוער עזס זטאל זחיין מחיין שסטכון. הטאט מזען מהיר דטאס צוללהיבל גזעטטאן אולן מזען אהיז מהיט מהיר אגוזועקאגזעפאלוייזגן אהין גחן עודזן אחרחיין. אהיךא בלהין טחאקזע דטאראט נהישסאט צולפארהידאן גזעוזוען פולן דזעם אטראט וטואס מזען הטאט אטנאגזעגארוייט פחאר מהיר, הטאבל אהיךא זהיךא אוייסאגזעקאלהיבלאן אחן אטראט נזעבלאן דזעם נטבהיא "אגחהיטה הגשסהילוינהי" אולן וזוען מזען אהיז מהיט מהיר צולרהיק גזעפאלוייגאן, זזענזען מהיט מהיר מהיטאגזעקולמזען דארויי הולנאדזעראט נאשסטמוית פולן צחדלהיקהים, אולן מהיט זויי הטאבל אהיךא דטאס פארהיעזר גזערזעדאט, דטאס אהיז גזעוזוען דטאס קויל וטואס אהיר הטאט גזעהזעראט אולן קויינזעם נהישסאט גזעזזעהן. אולן דזער גולטזער גזעשסאמחאק וטואס אהיר הטאט גזעשסאפלהיראט דטאס אהיז דזער רויחח פולן גחן עודזן וטואס אהיז מהיט אולנאז מהיט גזעקולמזען".

דחאן אהיז צולגזעגחאנאגזען רחבלהי אזלאעטזטר אולן הטאט דזעם פטאטזער גזעפארזעגאט "מחיין פטאטזער וואול וזועט זחיין מחיין אטראט אהין גחן עודזן?" הטאט רחבלהי שסהמאעוין אהיהאם גזעעזנאטאפזעראט: "וואוייל אהיז דחיין חולזק מחיין זולהאן! עזס וזועט גזעדוייעזראן אח לחאנאגזע צחייט אויידזער דול וזועסאט צול קאבולרטה קולמזען נזעבלאן מהיר, אטבלזער דטאראט אהין גחן עודזן הטאבל אהיךא אוייסאגזעקאלהיבלאן אח גולט אטראט פחאר דהיר אוייךא, והוי מהיר וזועלאן מהיט אחלזע צחדלהיקהים צולזחאמזען לוייבלאן דזעם אוייאבלזעראשסאטזענאס הויילהיגאן נטאמזען, אחזויי והוי דזער פלטסולק זטאגאט "אחךא צחדלהיקהים יוידול להשסאמזךט"
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

אינעם טאג ל"ג בעומר איז דער הייליגער תנא רבי שמעון בן יוחאי מיט זיין זון ר' אלעזר,
ארויס פון די מערה ווי זיי זענען געווען באהאלטן 13 יאר.

די תקופה אין וועלכע רבי שמעון בן יוחאי האט געלעבט איז געווען נאכן חורבן פון
צווייטן בית המקדש. עס זענען דעמאלט געווען שווערע צייטן פאר אידן ברוחניות און בגשמיות,
די רוימישע הערשאפט האט געוואלט אויסרייסן די תורה פון אידן, זיי האבן אפגעטאן פאר די
אידן גרויסע צרות, אבער די השגחה עליונה האט נישט פארלאזט די אידן, צווישן אידישן פאלק
האבן זיך אלץ געפונען אידן וועלכע האבן באלויכטן דעם וועג און אריינגעשיינט ליכטיגקייט און
אריין געברענגט שטארקייט דורכצולעבן די שווערע צייטן,און זיך האלטן ביי די אידישע אמונה.

דעמאלט ביים חורבן איז אויפגעשטאנען רבי יוחנן בן זכאי און געראטעוועט די שטאט
יבנה מיט אירע חכמים, וועלכע זענען געווען די באלייכטונגס טורעם פון אידישן פאלק במשך די
פולע יארן. ווען עס האט זיך אנגעפאנגען די צייטן פון גזירת שמד, האט רבי עקיבא טראץ די
אלע גזירות אויפגעשטעלט ישיבות מיט תלמידים (24 טויזענט) און געלערענט תורה ברבים, מיט
מסירת נפש האבן זיי פארשפרייט תורה צווישן אידשן פאלק. נאכדעם וואס זיי אלע זענען ל"ע
נפטר געווארן און די וועלט איז געווען וויסט פון תורה, איז רבי עקיבא געגאנגען צו די רבי'ס פון
דרום זייט פון ארץ ישראל, זיי זענען; רבי מאיר - רבי יהודה - ר' יוסי - ר' שמעון בן יוחאי - און
ר' אלעזר בן שמוע, און געלערענט תורה מיט זיי, און דורכדעם איז די תורה צוריק אויפגעשטעלט
געווארן אין יענע צייט.

דער גרעסטער פון די 5 תלמידים איז געווען דער הייליגער תנא רבי שמעון בן יוחאי, ר'
שמעון איז תיכף נאך זיין חתונה נאך די שבע ברכות, אוועק געפארן לערנען אין די ישיבה פון
רבי עקיבא 13 יאר נכננד. ער האט אויסבאהאלטן זיין גרויסקייט פון די אנדערע תלמידים,
אבער זיין הייליגער רבי ר' עקיבא האט געשפירט און געזען זיין געהויבענקייט, האט ער אים
געזאגט: "עס איז גענוג פאר דיר אז איך און דער באשעפער ווייסן דיין גרויסקייט".

טראץ די גזירות פון מלכות רומי, וועלכע האבן געצילט אפצורייסן דאס אידישע פאלק
פון די הייליגע תורה, פונדעסטוועגן זענען די הייליגע תנאים געווען צוגעבונדן צו די תורה
הקדושה. דער דור פון רבי שמעון בן יוחאי האט דערגרייכט צו איינע פון די העכסטע מדריגות
אין תורה וואס איז נאר אמאל געווען ביים אידישן פאלק. יעדער איד איז געווען א יודע ספר, די
תלמידי חכמים פלעגן טרעפן א איד אויפן וועג, האבן זיי אים געבעטן ער זאל זאגן א דבר תורה,
אפילו אינגע קינדער האבן געוואוסט צו ענטפערן אויף וואס נאר מען האט זיי געפרעגט אין
לערנען. אזוי ווי דער דער קדושת לוי ברענגט (פ' חיי), בזה"ל "רשב"י הי' עובד ה' בחכמה ובהשכל
עד שהשפיע מדתו בכל העולם שאפילו תינוקות ידעו בחכמה עליונה".
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

רבי שמעון בן יוחאי האט געפאדערט פון זיינע תלמידים אוועק צו ווארפן אלע תאוות פון
רייכטום און געלט, ווי דער מדרש ברענגט (שמות רבה נ"ב ג') א מעשה מיט א תלמיד פון רבי שמעון
בן יוחאי וואס איז אמאל געפארן קיין חוץ לארץ, און ער איז דארט געווארן א גרויסער עושר.
ווען ער איז צוריק געקומען קיין ארץ ישראל האבן אים די חברים מקנא געווען, און זיי האבן
אויך געוואלט ארויס פארן קיין חוץ לארץ, רבי שמעון בן יוחאי האט זיך דערוואוסט פון זייערע
פלענער, האט ער זיי ארויסגעפירט נעבן א טל אין מירון און ער האט אויסגערופן "טל, טל,
פול דיך אן מיט גאלדענע רענדלעך"... באלד האבן אנגעהוין צו פליסן פון טל גאלדענע
רענדלעך ! האט רבי שמעון בן יוחאי זיך אנגערופן צו די תלמידים: "דארפט איר גאלד, דא האט
איר גאלד, נעמט אייך וויפיל איר ווילט, נאר וויסן זאלט איר אז ווער עס נעמט איצט גאלד, דער
נעמט אפ זיין חלק פון עולם הבא, ווייל דער שכר פון לערנען תורה קריגט מען נאר לעולם הבא.
און זיי האבן טאקע איבערגעלאזט חיי שעה און זיך אפגעגעגבן נאר מיט לערנען די הייליגע
תורה.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

דער זוהר הק' (ח"ג נו.) ברענגט, ר' חייא איז אמאל געגאנגען צו רבי שמעון בן יוחאי, כדי
צו לערנען די פרשה פון פסח, ער איז פארבייגעגאנגען א בארג און געזען דערין לעכער און 2
מענטשן געפונען זיך דארט. גייענדיג אזוי האט ער געהערט ווי די מענטשן זאגן נאך דברי תורה
אין נאמען פון רבי שמעון בן יוחאי. איז רבי חייא צוגעגאנגען צו זיי און געפרעגט: "וואס טוט
איר דא" ? האבן זיי גע'ענטפערט: "מיר זענען סוחרים, און 2 טאג אין די וואך שיידן מיר זיך אפ
פון ישוב העולם און מיר זענען עוסק נאר אין לערנען די הייליגע תורה, ווייל מענטשן טוען אונז
שטערן יעדן טאג פון לערנען. האט רבי חייא געזאגט "אשרי חלקכם" וואויל איז ענקער חלק! עד
כדי כך אז רבי שמעון בן יוחאי האט ממליץ געווען אויף זיין דור, "ווי א דור וואס וועט שוין נישט
זיין ביז משיח וועט קומען".

נאך ווערט געברענגט אין זוהר הק', אז רבי חזקי' איז געגאנגען אין מדבר האט ער
געטראפן מענטשן זיצן א גאנצע וואך צווישן די בערג און לערנען תורה, נאר שבת זענען זיי
אהיים געגאנגען. האט ער זיי געפרעגט "וואס טוט איר דא" ? האבן זיי גע'ענטפערט מיר האבן
זיך אפגעשיידט פון די וועלט און מיר לערנען א גאנצע וואך די הייליגע תורה, און פון די פרוכט
פון די ביימער אין וואלד שפייזן מיר זיך, און ווען מיר האבן פרוכט גייט דאס לערנען גוט, אויב
מיר טרעפן נישט קיין פרוכט נעמען מיר גראז פון פעלד און מיר קאכן דאס אפ און דאס עסן מיר
א גאנצע וואך. האט ר' חזקי' געזאגט צו זיי וואויל איז אייך אויף דער וועלט און אויף יענע
וועלט.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ווען רבי שמעון בן יוחאי האט זיך געזעצט לערנען תורה, האבן אלע מלאכים פון הימל
זיך צוגעהערט, און אלע ברואים וועלכע זאגן שירה פאר'ן בורא כל עולמים, זענען שטיל געווארן,
און ווען רבי שמעון בן יוחאי האט גע'ענדיגט איז געווארן א שמחה אין אלע עולמות, אז די
ריחות פון גן עדן זענען ארויף ביז צום כסא הכבוד.

דער זכות פון רבי שמעון בן יוחאי האט מגין געווען אויף זיין דור, אין זיינע צייטן האט
זיך נישט געזעהן אויפן הימל קיין רעגן בויגן, (וואס דאס איז א סימן אז די אידן האבן געזינדיגט
און עס וואלט געדארפט קומען א מבול אויף דער וועלט). ווייל רבי שמעון בן יוחאי מיט זיין
גרויסקייט האט געשיצט אויף די גאנצע וועלט און ער האט מבטל געווען יעדע גזירה.

אלץ זכר צו דעם פירט מען זיך ל"ג בעומר צו שיסן מיט א פייל און בויגן
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

עס ווערט געברענגט אין זוהר חדש (מדרש רות) אמאל איז געווען א גרויסע מגיפה ר"ל אין
די שטאט לוד, איז רבי שמעון בן יוחאי אנגעקומען קיין לוד, איז מען אים געקומען פרעגן וואס
מען זאל דא טון אז די מגיפה זאל זיך אויפהערן, איז רבי שמעון בן יוחאי געגאנגען אין גאס און
געזען ווי עס ליגן אויף דער ערד טויטע מענטשן האט ער זיך אנגערופן "דאס קען פאסירן ווען
איך בין דא אין שטאט" ?! איך בין גוזר אז די מגיפה זאל בטל ווערן ! ער האט באלד געהערט
א בת קול פון הימל וואס האט אויסגערופן "גייט ארויס פון דא, רבי שמעון בן יוחאי איז דאך דא,
הקב"ה איז גוזר און ער ר' שמעון בן יוחאי איז מבטל".

אין טאג וואס רבי שמעון בן יוחאי איז נסתלק געוואן, י"ח אייר שנת ג"א תתפ"א, זענען
זיך צוזאמען געקומען די חברים אין זיין שטוב. רבי שמעון בן יוחאי האט אנגעהויבן מגלה צו זיין
סודות עמוקים און רזי התורה, ער האט גע'דרש'נט ביז ער איז אנגעקומען צום פסוק "שם צוה ה'
את הברכה חיים" איז רבי שמעון בן יוחאי שטיל געבליבן און עס איז אראפ געקומען א פייער
וואס האט ארום גענומען די גאנצע שטוב, קיינער האט נישט געקענט אריין גיין אין שטוב און די
וואס זענען דארט געווען האבן נישט געקענט צוגיין צו רבי שמעון בן יוחאי צוליב די ליכטיגקייט
פון דעם גרויסן פייער. ווען דער פייער איז נעלם געווארן האבן זיך די תלמידים אויפגעשטעלט
און דעמאלט האבן זיי געזען אז רבי שמעון בן יוחאי איז נסתלק געווארן פון די וועלט, זיי האבן
אים געוואלט מספיד זיין זיי האבן אבער נישט געקענט האבן זיי אנגעהויבן צו וויינען. האט זיך
רבי חייא אויפגעשטעלט און געזאגט "כל ימיו פון רבי שמעון יוחאי האט ער זיך משתדל געווען
פאר אונז, יעצט מוזן מיר זיך מטריח זיין לכבודו"

רבי אלעזר און רבי אבא האבן באלד גענומען רבי שמעון בן יוחאי אויף א בעט און
ארויסגעטראגן פון שטוב, דער בעט האט זיך באלד אויפגעהויבן אין דער לופט און א פייער האט
ארום גענומען דעם בעט, און אלע תלמידים זענען נאכגעגאנגען דעם פייער ביז די מטה איז אליין
אריין געגאנגען אין די מערה אין מירון. א בת קול איז ארויס און געזאגט: "זה האיש מרעיש
הארץ מרגיז ממלכות, כמה קטרוגים שמתעוררים על ישראל, משתתקים היום בזכותך, זהו ר'
שמעון שהקב"ה מתהלל בו, אשרי חלקו".

אין טאג פון די פטירה האט ער באפוילן פאר ר' אבא וואס ער איז געווען זיין סופר אז
ער זאל אראפשרייבן אלעס וואס ער וועט אנטפלעקן, דאס איז דער ספר זוהר הק'.

דער טאג ל"ג בעומר איז א יום טוב א טאג פון פרייד און שמחה ביי אידן אין די גאנצע
וועלט ובפרט אין ארץ ישראל ווי צענדליגער טויזענטער אידן גייען ארויף צו זיין ציון אין מירון,
מען זינגט ספעציעלע ניגונים וועגן שבח פון דעם הייליגן תנא רבי שמעון בן יוחאי, און מען צינדט
אן ליכט און גרויסע פייער פאקלען, מען דערמאנט דאס גרויסקייט פון דעם תנא אלקי רבי שמעון
בן יוחאי, און מען בעט דעם באשעפער אז אין זיין זכות זאלן אידן געהאלפן ווערן מיט כל מיני
ישועות ורפואות און מיט זרע של קיימא, אזוי ווי מען זינגט אין זמר פון בר יוחאי "תורתו מגן
לנו, היא מאירת עינינו, הוא ימליץ טוב בעדינו, אדונינו בר יוחאי".
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

רבי שמעון אין די מערה


די גמרא אין מסכת שבת (לג:) דערציילט, די דריי תנאים ר' יהודה, רבי יוסי, און רבי שמעון,
זענען געזעצן צוזאמען, האט זיך רבי יהודה אנגערופן, ווי שיין זענען די זאכן וואס די רומיים מאכן,
זיי האבן אויפגעבויט שיינע "מארק פלעצער" געבויט בריקן, און אויפגעבויעט בעדער. רבי יוסי
האט גארנישט געזאגט דערויף , ער איז געווען שטיל. האט זיך רבי שמעון בר יוחאי אנגערופן און
געזאגט, אלעס וואס זיי האבן געבויעט האבן זיי נאר געטון פאר זייער אייגענע פארגענוגנס, בריקן
האבן זיי געבויעט כדי זיי זאלן קענען נעמען שטייערן, בעדער האבן זיי אויפגעשטעלט צוליב זייער
אייגענע געברויך.

צווישן זיי איז אויך געזעצן איינער מיטן נאמען יהודה בן גרים, ער האט זיך צוגעהערט צו
דעם גאנצן שמועס און ער האט זיך נישט גענוג אכטונג געגעבן און האט דאס איבערדערציילט
פאר זיינע פריינד, ביז עס האט דערגרייכט צו דעם קעניג פון רוים דאס וואס ר' שמעון בן יוחאי
האט געזאגט.

ווען דער קעניג האט געהערט פון דעם האט ער ארויס געגעבן א גזירה אויף די דריי הייליגע
תנאים וואס זענען געווען ביי דעם שמועס. די גזירה איז געווען אזוי אז ר' יהודה וואס האט גערעדט
גוטס אויף די מלכה פון רוים וועט פון היינט אן זיין דער ראש המדברים ד.ה. אז ביי עדע צוזאמקום
וועט ער דארפן זיין דער ערשטער וואס זאל רעדן.

ר' יוסי וואס איז געווען שטיל, זאל פארטריבן ווערן אין גלות. און רבי שמעון בן יוחאי וואס
האט גערעדט שלעכטס אויף די מלוכה זאל באשטראפט ווערן מיט טויט.

אזוי ווי ר' שמעון בן יוחאי איז געוואר געווארן אז דער קעניג האט ארויס געגעבן א גזירה
אז מען דארף אים הרג'ענען, האט ער זיך באהאלטן אין בית המדרש צוזאמען מיט זיין זון רבי
אלעזר. יעדן טאג פלעגט זיין ווייב די צדיקת ברענגען פאר זיי ברויט מיט א קריגל וואסער.

די רעגירונג האט זייער שטארק ארום געזיכט רבי שמעון בן יוחאי, האט ער געזאגט צו זיין
זון רבי אלעזר אז עס איז נישט גוט אז זיין ווייב ווייסט ווי ער געפינט זיך, ווייל אפשר וועט מען איר
פייניגן אז זי זאל אויסזאגן ווי ער באהאלט זיך, און זי וועט זיין געצווינגען אויסצוזאגן זייער
באהעלטעניש. דעריבער איז ער געגאנגען צוזאמען מיט זיין זון רבי אלעזר און זיך באהאלטן אין
א הייל אין די שטאט פקיעין. עס איז זיי געשען א גרויסער נס און עס איז ארויס געוואקסן אין די
הייל א באקסער בוים (דער נס איז גאר א גרויסער ווייל געווענליך נעמט 70 יאר ביז א באקסער
בוים הייבט אן ארויסצוגעבן פרוכט) און א קוואל וואסער.

א גאנצן טאג זענען זיי געזעצן אין זאמד באדעקט ביז צום האלדז, אויסגעטאן די קליידער,
כדי די קליידער זאלן נישט פארפוילט ווערן פון די זאמד, און אזוי האבן זיי געלערענט תורה, צום
דאווענען זענען זיי ארויס פון די זאמד און זיך אנגעטאן די קליידער, און נאכן דאווענען צוריק
אויסגעטאן די קליידער און זיך אריין געזעצט אין זאמד און ממשיך געווען צו לערנען די הייליגע
תורה, אזוי זענען זיי דארט געווען 12 יאר אן אויפהער.

אין די 12 יאר וואס זיי זענען דארט געזעצן און זענען געווען אויסגעטאן פון דער וועלט נאר
געלערענט א גאנצן טאג און א גאנצע נאכט, איז רבי שמעון בן יוחאי צוגעקומען צי די גרעסטע
מדריגות אין תורה. דארט איז אים נתגלה געווארן אלע סתרי תורה וואס ער האט שפעטער
געלערענט מיט זיינע הייליגע תלמידים, מיט אזא קלארקייט אזוי ווי עס איז געגעבן געווארן אויפן
בארג סיני.

די גאנצע צייט וואס רבי שמעון איז געווען אין די מערה, האט קיינער נישט געוואוסט ווי
ער געפינט זיך, דאס האט פארשאפט פאר די חכמים גרויס צער אז זיי האבן נישט געקענט פרעגן
פון אים זיין מיינונג אין הלכה. עס האט זיך אמאל געמאכט א שאלה אין בית המדרש און קיינער
האט נישט געוואוסט וויאזוי דאס צו פארענטפערן, האט זיך רבי יהודה בר אילעי אויפגעשטעלט
און געזאגט "א שאד וואס עס פעלט אונז רבי שמעון", און קיינער ווייסט נישט ווי ער געפינט זיך".
האט ר' יוסי אראפ געשריבן די שאלה אויף א צעטל און דאס צוגעבינדן צו די פיס פון א טויב, און
געשיקט די טויב זאל אויפזוכן רבי שמעון בן יוחאי און איבער געבן דעם צעטל. איז די טויב
געפלויגן צו די מערה ווי ר' שמעון איז געווען באהאלטן, ר' שמעון האט דאס געליינט און האט
געשריבן די תשובה אויף די שאלה און צוריק געשיקט מיט די זעלבע טויב צו די חכמים.
(זוהר חדש סו"פ כי תבא)
נאך די 12 יאר איז דער רוימישער קעניג געשטארבן און עס איז בטל געווארן זיינע געזעצן
און זיינע גזירות. אויך דער אורטייל איבער רבי שמען בן יוחאי איז בטל געווארן, אבער קיינער
האט נישט געוואוסט ווי רבי שמעון געפינט זיך אז מען זאל אים קענען איבער געבן די בשורה אז
די גזירה איז בטל געווארן און ער איז שוין באפרייט. האט זיך אליהו הנביא געשטעלט ביי די טיר
פון די הייל און ער האט געזאגט "ווער וועט דערציילן פאר רבי שמעון אז דער קעניג איז שוין
געשטארבן, און זיינע גזירות זענען שוין בטל געוואר" ?!

וויבאלד רבי שמעון בן יוחאי מיט זיין זון רבי אלעזר האבן דאס געהערט, זענען זיי ארויס
געגאנגען פון הייל. גייענדיג אויפן וועג ארויס פון הייל האבן זיי זיך ארום געקוקט און געזען ווי
מענטשן ארבעטן אויף די פעלדער. האבן זיי ביי זיך געטראכט "קען דען זיין אז מענטשן האבן
איבער געלאזט די תורה און זענען פארנומען מיט ארבעט" ! זיי האבן געקוקט מיט זייערע הייליגע
אויגן, און פארברענט אלעס ווי נאר זיי האבן געקוקט.

איז ארויס א בת קול פון הימל און געזאגט "איר זענט ארויס פון די הייל חרוב צו מאכן מיין
וועלט ?! גייט שוין צוריק אין די הייל". זענען זיי צוריק געגאנגען, עס איז אריבער 12 חדשים האט
רבי שמעון געזאגט, אפילו רשעים אין גהינום משפט מען נישט מער ווי אויף 12 חדשים, דעמאלט
איז ארויס א בת קול און געזאגט "גייט ארויס פון הייל" און זיי זענען ארויס געגאנגען.

רבי פנחס בן יאיר איז געווען דער שווער פון רבי שמעון בן יוחאי. ווען רבי שמעון איז
ארויס פון די הייל, האט אים זיין שווער ארום געוואשן פון די זאמד, ווייל די זאמד האט געמאכט
שפאלטן אין זיין הויט. האט רבי פנחס בן יאיר זייער געוויינט זעענדיג זיין איידעם אין אזא
צושטאנד, זיינע טרערן זענען אראפ גערינען אויף די שפאלטענס און עס האט זייער געציפט, ווייל
טרערן זענען געזאלצן.

"פארוואס וויינט דער שווער" ? האט רבי שמעון בן יוחאי געפרעגט פון רבי פנחס בן יאיר -
"וואויל איז פארן שווער אז דער שווער זעהט מיך אין אזא צושטאנד, ווייל ביז היינט האט מיר דער
שווער גע'ענטפערט 12 תירוצים אויף יעדע קשיא וואס איך האב געפרעגט, היינט אבער וועל איך
ענטפערן 24 תירוצים אויף יעדע קשיא וואס דער שווער וועט פון מיר פרעגן.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

סיפר רשב"י מדף ל"ג במסכת שבת

רבי שמעון בן יוחאי האט אמאל גערעדט שלעכטס וועגן די רוימער (אז אלץ וואס זיי בויען איז נאר פאר זייער אייגענע טובה) איז געגאנגען יהודה בן גרים און האט עם פאר'מסר'ט. האבן די רוימער געוואלט הרג'ענען רשב"י. האט ער זיך באהאלטן צוזאמען מיט זיין זון ר' אלעזר אין בית המדרש. זיין פרוי פלעגט זיי יעדן טאג ברענגען ברויט מיט וואסער.

ווען די גזירה איז געווארן שטארקער האט רבי שמעון געזאגט צו ר' אלעזר אז ער האט מורא טאמער וועט מען אנטאן די פרוי יסורים און זי וועט אנטפלעקן וואו זיי געפינען זיך האבן זיי זיך באהאלטן אין א מערה (א הייל). עס איז געשען א נס, און עס איז באשאפן געווארן פאר זיי א בוים פון באקסער און א קוואל פון וואסער. זיי פלעגן אויסטאן זייערע קליידער און זיצען א גאנצען טאג אין די זאמד ביזן האלדז און לערנען תורה. אין דער צייט פון דאווענען האבן זיי אנגעטאן זייערע קליידער, געדאווענט, און דערנאך ווידער אויסגעטאן כדי די קליידער זאלן נישט ווערן פארפוילט פון די זאמד.

זיי זענען געווען 12 יאר אין מערה. נאך די 12 יאר איז אליהו הנביא געקומען און געשטאנען ביים טיר פון מערה און געזאגט "ווער וועט אנזאגן בר יוחאי אז דער קיסר פון רוים איז שוין געשטארבן און די גזירה איז בטל געווארן".

זענען רשב"י און ר' אלעזר ארויס פון מערה. זיי האבן געזען מענטשן וועלכע אקערן און זייען. האט רשב"י געזאגט "זיי פארלאזן חיי עולם (די תורה) און פארנעמען זיך מיט חיי שעה?" יעדן ארט וואו זיי האבן געקוקט איז גלייך פארברענט געווארן. איז ארויס א בת קול און געזאגט צו זיי: "חרוב צו מאכן מיין וועלט זיינט איר ארויס? קער זיך אום צום מערה".

האבן זיי זיך אומגעקערט צום הייל און געזעסן נאך 12 חדשים, זיי האבן געזאגט "דער משפט פון רשעים אין גיהנום איז נאר 12 חדשים", איז ארויס א בת קול "גייט ארויס פון אייער מערה". זיינען זיי ארויס. יעדעם ארט וואו ר' אלעזר פלעגט וויי טאהן פלעגט רבי שמעון אויסהיילן. האט רשב"י געזאגט צו זיין זון: "עס איז גענוג פאר די וועלט איך מיט דיר" (צו לערנען תורה - רש"י)

ערב שבת פארנאכט האבן זיי געזען אן אלטן איד וואס האט געהאלטן צוויי בינטלעך פון הדסים און איז געלאפן בין השמשות. האבן זיי געפרעגט: "וואס דארפסטו זיי?" האט ער געענטפערט: "לכבוד שבת", האבן זיי געפרעגט "איז דאך גענוג איינע?" האט ער געענטפערט: "איינע איז כנגד זכור און איינע איז כנגד שמור". האט רבי שמעון געזאגט צו רבי אלעזר: "קוק אויף די מצוות ווי זיי זענען באליבט ביי די יודן". איז רבי אלעזר געווארן בארואיגט.

רשב"י שווער ר' פנחס בן יאיר האט געהערט (אז זיי זענען ארויס פון מערה) און איז ארויס אנטקעגן זיי. זענען זיי אריין אין מרחץ. רבי שמעון האט אוסגעליכן זיין הויט, האט ר' פנחס געזען אז זיין הויט איז
געשפאלטן, האט ער געוויינט און די טרערן זיינען געפאלן אויף רבי שמעון'ס הויט און אים וויי געטאן (ווייל טרערן זענען געזאלצן - רש"י)

ר' פנחס האט געזאגט: "וויי איז מיר וואס איך האב דיר געזען אזוי", האט רבי שמעון געענטפערט: "גליקלעך ביסטו וואס דו זעסט מיר אזוי". ווייל פריער ווען רשב"י האט געפרעגט א קשיא האט ר' פנחס געענטפערט 12 תירוצים, און יעצט ווען ר' פנחס האט געפרעגט א קשיא האט רשב"י געענטפערט 24 תירוצים. רבי שמעון האט געזאגט: "וויבאלד עס האט פאסירט א נס וועל איך גיין עפעס מתקן זיין פאר די שטאט"............ דערנאך איז ער ארויס אין גאס און האט געזען יהודה בן גרים. האט ער געזאגט: "דער איז נאך דא אויף דער וועלט!" האט ער א קוק געטאן אויף איהם און ער איז געווארן א בינטל פון ביינער.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

תורתו אומנתו
רבי שמעון האט קיין אנדערע זאך נישט געטון אין מערה חוץ לערנען תורה. "תורתו אומנתו", תורה איז זיין פאך (ארבעט) דער אויבערשטער האט אים געגעבן פון וואנענט צו לעבן דורך א נס. כאטש נישט אלע קענען האלטן ביי די מדרגה, דארפן מיר כאטש פון דעם זיך אויסלערנען אז לכל הפחות ווען מען לערנט זאל די קאפ און די הארץ זיין אינגאנצן פארנומען מיטן לערנען און נישט טראכטן אנדערע זאכן.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

יוכלני לפטור
רבי שמעון בר יוחאי האט געזאגט: "יכולני לפטור כל העולם כולו מן הדין" איך קען באפרייען די גאנצע וועלט פון די שמים. ער האט געקענט געפינן א זכות פאר יעדע יוד. דער גרויסער און הייליגע תנא רבי שמעון בר יוחאי האט זיך פארנומען מיט געפינען זכותים אפילו אויף אזעלכע וועלכע זיינען מחויב אין דין.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

דער הייליגער תנא רבי שמעון בר יוחאי איז געבוירן געווארן בערך 50 יאר נאכ'ן חורבן בית שני, דאס הייסט, בערך אין די יארן ג' אלפים תת"ע לבריאת העולם, טייל זאגן, אז זיין יום הולדת איז געווען אין זעלבן טאג ווי יום פטירתו מן העולם, דאס הייסט, אום ל"ג בעומר. אזוי ווי עס איז באקאנט פון חז"ל, אז צדיקים זענען ממלא שנותיהם מיום ליום. אבער טייל זאגן, אז ער איז געבוירן געווארן אום יו"ט שבועות, וואס אין דעם דאזיגן טאג איז געגעבן געווארן די הייליגע תורה פאר אידן.
איבער זיין געבוירן ווערן ווערט דערציילט אין ספר "נחלת אבות" (ח"ג) א מורא'דיגע פאסירונג. דער מחבר האט געפונען שטיין אין ספרים, אז יוחאי, דער פאטער פון רבי שמעון, האט געשטאמט פון שבט יהודה, און איז געווען פון די גדולי הדור. אויך איז ער געווען א גרויסער עושר און א מקורב למלכות. דער קיסר אנדרינוס האט צו אים ארויסגעוויזן א געוואלדיגע חיבה.
די מוטער פון רבי שמעון האט געהייסן שרה. זי האט געשטאמט פון די נשיאים, און געווען אן אייניקל פון הלל הזקן.
אין אנהייב נאך איר חתונה איז שרה געווען אן עקרה. זי האט לאנגע יארן נישט געהאט קיין קינדער ל"ע. זעענדיג אז עס לויפן פארביי די טעג און יארן און זי ווערט נישט געהאלפן, איז ארויף אויפ'ן געדאנק פון איר מאן, יוחאי, איר מגרש צו זיין און חתונה האבן מיט א צווייטע פרוי. האט ער באפוילן פאר א שדכן צו גיין זוכן פאר אים א צווייטן זיווג, אן אשה צנועה און א בת קדושים.
א צייט דערויף איז די פרוי שרה געוואויר געווארן דערפון אז דער מאן יוחאי וויל איר פטר'ן און אפ'גט'ן, זי האט אים אבער נישט געזאגט קיין שום זאך. נאר זי האט די גאנצע צייט מרבה געווען בתפילה ובתחנונים צום רבוש"ע, געגעבן צדקה, און שטארק געוויינט פאר'ן הייליגן באשעפער מיט א צובראכן הארץ, אז ער זאל זי מציל זיין פון דעם. השי"ת האט טאקע צוגעהערט איר בקשה, און זי איז געהאלפן געווארן.
ויהי היום, אויפדערנאכט פון ראש השנה האט יוחאי געזען אין זיין חלום ווי ער שטייט עלענד אליין אין א גרויסן וואלד, ארומגענומען פון פילע צענדליגער און טויזנטער ביימער. צווישן זיי הויכע ביימער וועלכע גיבן ארויס פיינע און זיסע פירות, און צווישן זיי אויך טרוקענע ביימער וועלכע שטייען פוסט און גיבן נישט ארויס גארנישט.
יוחאי האט זיך אנגעלאנט אייף א טרוקענעם בוים. פלוצים הייבט ער אויף זיינע אויגן און זעט א מורא'דיגן געשטאלט פאר זיך: א הויכער מענטש שפאצירט פארביי טראגענדיג א גרויס קריגל וואסער אויף זיינע פלייצעס, און גייט ארום אנטרונקען די טרוקענע ביימער.
אין דער זעלבער צייט וואס ער טרונקט אן די טרוקענע ביימער, לאזט ער אבער אויך איבער עטליכע ביימער וואס ער טרונקט נישט אן, נאר ער לאזט זיי ווייטער טרוקענען, ביז ער קומט אן צו דעם בוים אויף וועלכן יוחאי איז געווען אנגעלאנט. ער נעמט ארויס א קליין קריגעלע מיט קוואל-וואסער פון טאש, און גיסט אויס דאם גאנצע וואסער אויף דעם דאזיגן בוים, און ער בענטשט עס...
באלד זעט טאקע יוחאי ווי די ברכה איז חל אויפ'ן בוים. דער זעלבער בוים וואס איז פריער געשטאנען פוסט און טרוקען האט פלוצים אויפגעבליט, און אנגעהויבן ארויסצוגעבן שיינע דיקע צווייגן און אויך גרויסע און געשמאקע זיסע פירות, מיט גאר א גוטן טעם. דער בוים צעוואקסט זיך ביז גאר, און זיין גערויך טראגט זיך אפ גאר גאר ווייט. יוחאי האט זיך זייער שטארק געפריידט אויף דעם וואס ער האט געזען אין זיין חלום, און ער האט זיך דערוועקט מיט גרויס שמחה, זאגענדיג דעם פסוק: "מושיבי עקרת הבית אם הבנים שמחה, הללוקה".
ער האט דאן איבערדערציילט דעם גאנצן חלום פאר זיין פרוי שרה, און ער האט צוגעגעבן דערויף, אז לויט ווי ער פארשטייט איז דער פתרון פון דעם חלום ווי פאלגענד: "דער גרויסער וואלד, דאס מיינט מען די וועלט. די ביימער, דאס מיינט די פרויען וואס א טייל ווערן געהאלפן מיט קינדער, און טייל בלייבן ל"ע עקרות. אום ראש השנה ווערן אבער געהאלפן די עקרות. דער בוים אויף וואס איך בין געווען אנגעלאנט וואס איז אנגעטרונקן געווארן מיט קוועלעדיג וואסער, דאס ביסטו. דערפאר וועלן ארויסקומען פון דיר קינדער צדיקים און גרויסע חכמים.
אבער איין זאך מוז איך נאך פארשטיין, זאגט יוחאי פאר זיין פרוי שרה, פארוואס זענען אלע ביימער אנגעטרונקען געווארן פון דעם גרויסן קריגל, אבער דוקא דער בוים אויף וואס איך בין געווען אנגעלאנט, דאס איז אנגעטרונקען געווארן פון דעם קליינעם קריגל און דאס גאנצע וואסער איז אויסגעגאסן געווארן נאר אויף אים? האט די פרוי געזאגט: "דו פרעגסט טאקע זייער גוט, דעריבער ערלויב מיר צו גיין צו דעם הייליגן תנא רבי עקיבא און אים דערציילן דיין חלום, און ער וועט דיר שוין געבן אלעס פונקטליך צו פארשטיין". האט ער זיך אנגערופן צו איר: "לאמיר ביידע גיין אינאיינעם און אים דערציילן דעם חלום, און ער מיט זיין רוח הקודש וועט אונז שוין זאגן דעם פתרון".
עס איז געווען מוצאי ראש השנה, און ביידע זענען געגאנגען צו דעם תנא רבי עקיבא. אנקומענדיג האט יוחאי אים דערציילט דעם חלום וואס ער האט געהאט א נאכט פריער, און וויאזוי ער האט דאס פותר געווען. אבער דאך איז אים געבליבן שווער צו פארשטיין די אויבנדערמאנטע קשיא, פארוואס דוקא דער בוים איז געווארן אנגעטרונקן פון דעם קליינעם קריגל וואסער. האט זיך רבי עקיבא אנגערופן צו אים: "זאלסט וויסן יוחאי, אז דו ביסט גערעכט! דיין חלום איז טאקע ריכטיג א משל איבער די עקרות, און דיין פרוי שרה איז אויך געווען צווישן די עקרות, וועלכע קענען נישט געהאלפן ווערן בשום אופן מיט קיין קינדער. אבער נאר דורך אירע תפילות און הייסע טרערן וואס זי האט פארגאסן פאר השי"ת האט זי זוכה געווען, און זי וועט יא האבן קינדער. דעריבער, דאס קליינע קריגעלע וואס דו האסט געזען, דאס איז דאס קריגעלע וואס איז אנגעפילט געווטרן פון אירע טרערן וואס האבן זיך דערין איינגעזאמעלט. פון דעם ביסטו געווארן אנגעטרונקען, און דערפאר וועט איר ביידע געהאלפן ווערן מיט קינדער. דעריבער פארשטייט איר שוין פארוואס די אנדערע טרוקענע ביימער זענען נישט אנגעטרונקן געווארן פון דעם זעלבן קריגל, נאר דוקא דער בוים אויף וואס דו ביסט געווען אנגעלענט, וואס איז מרמז אויף דיין פרוי.
דאן האט זיך דער תנא רבי עקיבא אנגערופן צו די פרוי שרה: "איך זאג דיר, אז נאך היי-יאר וועסטו געהאלפן ווערן, און דו וועסט האבן א קינד וועלכער וועט באלייכטן די וועלט מיט זיין חכמה און מיט זיינע שיינע מעשים".
יוחאי און זיין פרוי שרה האבן זיך זייער געפריידט צו די בשורה פון דעם הייליגן תנא רבי עקיבא, און זענען אהיימגעגאנגען פיל מיט האפענונג. דעם פאלגענדן יו"ט שבועות, אין טאג וואס די תורה הקדושה איז געגעבן געווארן פאר אידישע קינדער, איז דאס הויז פון יוחאי און שרה אויפגעלאכטן געווארן פון דעם שיין פון דאס ניי געבוירענע קינד. אלע האבן געזען אז דאס איז טאקע אן אויסערגעווענליכער אור וואס איז אראפגעקומען פון הימעל, און אז דאס קינד וועט זיין א לייכט-טורעם פאר כלל ישראל.
די עלטערן האבן זיך זייער געפריידט צו זייער קינד. זיי האבן געלויבט דעם הייליגן באשעפער, געטיילט צדקה און געמאכמט סעודה אין טאג פון זיין ברית מילה, און זיי האבן אים א נאמען געגעבן "שמעון" כדי מרמז צו זיין אז "כי שמע השם לקול תפילתם". פון יענעם טאג און ווייטער האבן זיי זיך פארגענומען אפצוהיטן דאס קינד ווי אן אויג אין קאפ, ובפרט אים צו היטן פון יעדע סארט טומאה ח"ו, און צו ערציען אים בלויז מיט קדושה און טהרה.
פון ווען אן שמעון האט אנגעהויבן צו רעדן דיבורים, האבן זיי אים איינגעוואוינט נאר מיט דברים שבקדושה, ווי פסוקים ומאמרים, און נישט מיט קיין שום פרעמדע זאך.
ווען שמעון איז שוין אלט געווארן פינף יאר, האבן זיי אים אריינגעגעבן אין חדר וואס דער נשיא רבן גמליאל האט אויפגעשטעלט אין די שטאט ירושלים. ער איז דארט טאקע געווארן ווי אן אומערשעפליכער קוואל פון וואסער - ואין מים אלא תורה. זייענדיג גאר א יונג קינד האט ער שוין געפרעגט זעלטענע שווערע שאלות אין די דיני התורה.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

שפעטער האט ער מקבל געווען תורה און געווען א באליבטער תלמיד פון די גרעסטע תנאים פון זיין דור, ווי רבי עקיבא און רבי יהושע בן חנניה און רבן גמליאל. צום סוף איז דער דאזיגער יונגער תלמיד - רבי שמעון בר יוחאי - אויסגעוואקסן אליין צו זיין פון די גרויסע הייליגע תנאים וועלכע האבן באלויכטן די וועלט אין סוף פון פערטן דור פון דער תקופת התנאים.
אין צוגאב צו זיינע פילצאליגע חידושים בהלכה ובאגדה וואס געפינען זיך צעשפרייט אין תלמוד בבלי, האט רבי שמעון בר יוחאי אויך מחבר געווען די מדרשי ההלכה, "מכילתא דרשב"י" לספר שמות. און "ספרי" אויף די ספרים במדבר און דברים. און בפרט האט ער אויפגעשיינט און פארהייליגט די וועלט מיט זיין גרויסן הייליגן חיבור, דער "ספר הזוהר".
ר' שמעון בן יוחאי האט מרביץ תורה געווען יומם ולילה, און איז געווארען דער גרויסער מרביץ תורה ביי אידען. ער פלעגט אלעמאל דרש'ענען פאר אידען דאס וויכטיגקייט פון לימוד התורה. ר' שמעון בן יוחאי האט געזאגט, "דאס קול פון אידישע קינדער וואס לערנען תורה האלט אויף די וועלט". אויך האט ער געזאגט. "אויב מ'זעהט שטעט אין ארץ ישראל וואס ווערען חרוב, איז עס ווייל זיי האבען נישט געשטעלט מלמדים פאר די קינדער". אין זיין הייליגען ספר הזוהר זאגט ער אסאך מאל, "וואויל איז פאר די וואס זענען עוסק בתורה. דער וואס איז עוסק בתורה האט נישט מורא פאר קיין שום שלעכטע פאסירונג ווייל ער איז אנגעבינדען אין עץ החיים, , וועגען דעם דארף א איד לערנען תורה טאג און נאכט און זיך נישט אפשיידען פון איר, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק והגית בו יומם ולילה".
אינעם טאג ל"ג בעומר איז דער הייליגער תנא רבי שמעון בן יוחאי מיט זיין זון ר' אלעזר, ארויס פון די מערה ווי זיי זענען געווען באהאלטן ‎13‏ יאר.
די תקופה אין וועלכע רבי שמעון בן יוחאי האט געלעבט איז געווען נאכן חורבן פון צווייטן בית המקדש. עס זענען דעמאלט געווען שווערע צייטן פאר אידן ברוחניות און בגשמיות, די רוימישע הערשאפט האט געוואלט אויסרייסן די תורה פון אידן, זיי האבן אפגעטאן פאר די אידן גרויסע צרות, אבער די השגחה עליונה האט נישט פארלאזט די אידן, צווישן אידישן פאלק האבן זיך אלץ געפונען אידן וועלכע האבן באלויכטן דעם וועג און אריינגעשיינט ליכטיגקייט און אריין געברענגט שטארקייט דורכצולעבן די שווערע צייטן,און זיך האלטן ביי די אידישע אמונה.
דעמאלט ביים חורבן איז אויפגעשטאנען רבי יוחנן בן זכאי און געראטעוועט די שטאט יבנה מיט אירע חכמים, וועלכע זענען געווען די באלייכטונגס טורעם פון אידישן פאלק במשך די פולע יארן. ווען עס האט זיך אנגעפאנגען די צייטן פון גזירת שמד, האט רבי עקיבא טראץ די אלע גזירות אויפגעשטעלט ישיבות מיט תלמידים (‎24‏ טויזענט) און געלערענט תורה ברבים, מיט מסירת נפש האבן זיי פארשפרייט תורה צווישן אידשן פאלק. נאכדעם וואס זיי אלע זענען ל"ע נפטר געווארן און די וועלט איז געווען וויסט פון תורה, איז רבי עקיבא געגאנגען צו די רבי'ס פון דרום זייט פון ארץ ישראל, זיי זענען; רבי מאיר - רבי יהודה - ר' יוסי - ר' שמעון בן יוחאי - און ר' אלעזר בן שמוע, און געלערענט תורה מיט זיי, און דורכדעם איז די תורה צוריק אויפגעשטעלט געווארן אין יענע צייט.
דער גרעסטער פון די ‎5‏ תלמידים איז געווען דער הייליגער תנא רבי שמעון בן יוחאי, ר' שמעון איז תיכף נאך זיין חתונה נאך די שבע ברכות, אוועק געפארן לערנען אין די ישיבה פון רבי עקיבא ‎13‏ יאר נאָכאַנאַנד. ער האט אויסבאהאלטן זיין גרויסקייט פון די אנדערע תלמידים, אבער זיין הייליגער רבי ר' עקיבא האט געשפירט און געזען זיין געהויבענקייט, האט ער אים געזאגט: "עס איז גענוג פאר דיר אז איך און דער באשעפער ווייסן דיין גרויסקייט".
טראץ די גזירות פון מלכות רומי, וועלכע האבן געצילט אפצורייסן דאס אידישע פאלק פון די הייליגע תורה, פונדעסטוועגן זענען די הייליגע תנאים געווען צוגעבונדן צו די תורה הקדושה. דער דור פון רבי שמעון בן יוחאי האט דערגרייכט צו איינע פון די העכסטע מדריגות אין תורה וואס איז נאר אמאל געווען ביים אידישן פאלק. יעדער איד איז געווען א יודע ספר, די תלמידי חכמים פלעגן טרעפן א איד אויפן וועג, האבן זיי אים געבעטן ער זאל זאגן א דבר תורה, אפילו אינגע קינדער האבן געוואוסט צו ענטפערן אויף וואס נאר מען האט זיי געפרעגט אין לערנען. אזוי ווי דער דער קדושת לוי ברענגט (פ' חיי), בזה"ל "רשב"י הי' עובד ה' בחכמה ובהשכל עד שהשפיע מדתו בכל העולם שאפילו תינוקות ידעו בחכמה עליונה".
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

גדלות רשב"י
רבי שמעון בן יוחאי האט געפאדערט פון זיינע תלמידים אוועק צו ווארפן אלע תאוות פון רייכטום און געלט, ווי דער מדרש ברענגט (שמות רבה נ"ב ג') א מעשה מיט א תלמיד פון רבי שמעון בן יוחאי וואס איז אמאל געפארן קיין חוץ לארץ, און ער איז דארט געווארן א גרויסער עושר. ווען ער איז צוריק געקומען קיין ארץ ישראל האבן אים די חברים מקנא געווען, און זיי האבן אויך געוואלט ארויס פארן קיין חוץ לארץ, רבי שמעון בן יוחאי האט זיך דערוואוסט פון זייערע פלענער, האט ער זיי ארויסגעפירט נעבן א טאָל אין מירון און ער האט אויסגערופן "טאָל, טאָל, פול דיך אן מיט גאלדענע רענדלעך"... באלד האבן אנגעהוין צו פליסן פון טאָל גאלדענע רענדלעך ! האט רבי שמעון בן יוחאי זיך אנגערופן צו די תלמידים: "דארפט איר גאלד, דא האט איר גאלד, נעמט אייך וויפיל איר ווילט, נאר וויסן זאלט איר אז ווער עס נעמט איצט גאלד, דער נעמט אפ זיין חלק פון עולם הבא, ווייל דער שכר פון לערנען תורה קריגט מען נאר לעולם הבא. און זיי האבן טאקע איבערגעלאזט חיי שעה און זיך אפגעגעגבן נאר מיט לערנען די הייליגע תורה.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

דער זוהר הק' (ח"ג נו.) ברענגט, ר' חייא איז אמאל געגאנגען צו רבי שמעון בן יוחאי, כדי צו לערנען די פרשה פון פסח, ער איז פארבייגעגאנגען א בארג און געזען דערין לעכער און ‎2‏ מענטשן געפונען זיך דארט. גייענדיג אזוי האט ער געהערט ווי די מענטשן זאגן נאך דברי תורה אין נאמען פון רבי שמעון בן יוחאי. איז רבי חייא צוגעגאנגען צו זיי און געפרעגט: "וואס טוט איר דא" ? האבן זיי גע'ענטפערט: "מיר זענען סוחרים, און ‎2‏ טאג אין די וואך שיידן מיר זיך אפ פון ישוב העולם און מיר זענען עוסק נאר אין לערנען די הייליגע תורה, ווייל מענטשן טוען אונז שטערן יעדן טאג פון לערנען. האט רבי חייא געזאגט "אשרי חלקכם" וואויל איז ענקער חלק! עד כדי כך אז רבי שמעון בן יוחאי האט ממליץ געווען אויף זיין דור, "ווי א דור וואס וועט שוין נישט זיין ביז משיח וועט קומען".
נאך ווערט געברענגט אין זוהר הק', אז רבי חזקי' איז געגאנגען אין מדבר האט ער געטראפן מענטשן זיצן א גאנצע וואך צווישן די בערג און לערנען תורה, נאר שבת זענען זיי אהיים געגאנגען. האט ער זיי געפרעגט "וואס טוט איר דא" ? האבן זיי גע'ענטפערט מיר האבן זיך אפגעשיידט פון די וועלט און מיר לערנען א גאנצע וואך די הייליגע תורה, און פון די פרוכט פון די ביימער אין וואלד שפייזן מיר זיך, און ווען מיר האבן פרוכט גייט דאס לערנען גוט, אויב מיר טרעפן נישט קיין פרוכט נעמען מיר גראז פון פעלד און מיר קאכן דאס אפ און דאס עסן מיר א גאנצע וואך. האט ר' חזקי' געזאגט צו זיי וואויל איז אייך אויף דער וועלט און אויף יענע וועלט.
ווען רבי שמעון בן יוחאי האט זיך געזעצט לערנען תורה, האבן אלע מלאכים פון הימל זיך צוגעהערט, און אלע ברואים וועלכע זאגן שירה פאר'ן בורא כל עולמים, זענען שטיל געווארן, און ווען רבי שמעון בן יוחאי האט גע'ענדיגט איז געווארן א שמחה אין אלע עולמות, אז די ריחות פון גן עדן זענען ארויף ביז צום כסא הכבוד.
דער זכות פון רבי שמעון בן יוחאי האט מגין געווען אויף זיין דור, אין זיינע צייטן האט זיך נישט געזעהן אויפן הימל קיין רעגן בויגן, (וואס דאס איז א סימן אז די אידן האבן געזינדיגט און עס וואלט געדארפט קומען א מבול אויף דער וועלט). ווייל רבי שמעון בן יוחאי מיט זיין גרויסקייט האט געשיצט אויף די גאנצע וועלט און ער האט מבטל געווען יעדע גזירה.
אלץ זכר צו דעם פירט מען זיך ל"ג בעומר צו שיסן מיט א פייל און בויגן.
עס ווערט געברענגט אין זוהר חדש (מדרש רות) אמאל איז געווען א גרויסע מגיפה ר"ל אין די שטאט לוד, איז רבי שמעון בן יוחאי אנגעקומען קיין לוד, איז מען אים געקומען פרעגן וואס מען זאל דא טון אז די מגיפה זאל זיך אויפהערן, איז רבי שמעון בן יוחאי געגאנגען אין גאס און געזען ווי עס ליגן אויף דער ערד טויטע מענטשן האט ער זיך אנגערופן "דאס קען פאסירן ווען איך בין דא אין שטאט" ?! איך בין גוזר אז די מגיפה זאל בטל ווערן ! ער האט באלד געהערט א בת קול פון הימל וואס האט אויסגערופן "גייט ארויס פון דא, רבי שמעון בן יוחאי איז דאך דא, הקב"ה איז גוזר און ער ר' שמעון בן יוחאי איז מבטל".
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

די גמרא אין מסכת שבת (לג:) דערציילט, די דריי תנאים ר' יהודה, רבי יוסי, און רבי שמעון, זענען געזעצן צוזאמען, האט זיך רבי יהודה אנגערופן, ווי שיין זענען די זאכן וואס די רומיים מאכן, זיי האבן אויפגעבויט שיינע "מארק פלעצער" געבויט בריקן, און אויפגעבויעט בעדער. רבי יוסי האט גארנישט געזאגט דערויף , ער איז געווען שטיל. האט זיך רבי שמעון בר יוחאי אנגערופן און געזאגט, אלעס וואס זיי האבן געבויעט האבן זיי נאר געטון פאר זייער אייגענע פארגענוגנס, בריקן האבן זיי געבויעט כדי זיי זאלן קענען נעמען שטייערן, בעדער האבן זיי אויפגעשטעלט צוליב זייער אייגענע געברויך.
צווישן זיי איז אויך געזעצן איינער מיטן נאמען יהודה בן גרים, ער האט זיך צוגעהערט צו דעם גאנצן שמועס און ער האט זיך נישט גענוג אכטונג געגעבן און האט דאס איבערדערציילט פאר זיינע פריינד, ביז עס האט דערגרייכט צו דעם קעניג פון רוים דאס וואס ר' שמעון בן יוחאי האט געזאגט.
ווען דער קעניג האט געהערט פון דעם האט ער ארויס געגעבן א גזירה אויף די דריי הייליגע תנאים וואס זענען געווען ביי דעם שמועס. די גזירה איז געווען אזוי אז ר' יהודה וואס האט גערעדט גוטס אויף די מלכה פון רוים וועט פון היינט אן זיין דער ראש המדברים ד.ה. אז ביי עדע צוזאמקום וועט ער דארפן זיין דער ערשטער וואס זאל רעדן.
ר' יוסי וואס איז געווען שטיל, זאל פארטריבן ווערן אין גלות. און רבי שמעון בן יוחאי וואס האט גערעדט שלעכטס אויף די מלוכה זאל באשטראפט ווערן מיט טויט.
אזוי ווי ר' שמעון בן יוחאי איז געוואר געווארן אז דער קעניג האט ארויס געגעבן א גזירה אז מען דארף אים הרג'ענען, האט ער זיך באהאלטן אין בית המדרש צוזאמען מיט זיין זון רבי אלעזר. יעדן טאג פלעגט זיין ווייב די צדיקת ברענגען פאר זיי ברויט מיט א קריגל וואסער.
די רעגירונג האט זייער שטארק ארום געזיכט רבי שמעון בן יוחאי, האט ער געזאגט צו זיין זון רבי אלעזר אז עס איז נישט גוט אז זיין ווייב ווייסט ווי ער געפינט זיך, ווייל אפשר וועט מען איר פייניגן אז זי זאל אויסזאגן ווי ער באהאלט זיך, און זי וועט זיין געצווינגען אויסצוזאגן זייער באהעלטעניש. דעריבער איז ער געגאנגען צוזאמען מיט זיין זון רבי אלעזר און זיך באהאלטן אין א הייל אין די שטאט פקיעין. עס איז זיי געשען א גרויסער נס און עס איז ארויס געוואקסן אין די הייל א באקסער בוים (דער נס איז גאר א גרויסער ווייל געווענליך נעמט ‎70‏ יאר ביז א באקסער בוים הייבט אן ארויסצוגעבן פרוכט) און א קוואל וואסער.
א גאנצן טאג זענען זיי געזעצן אין זאמד באדעקט ביז צום האלדז, אויסגעטאן די קליידער, כדי די קליידער זאלן נישט פארפוילט ווערן פון די זאמד, און אזוי האבן זיי געלערענט תורה, צום דאווענען זענען זיי ארויס פון די זאמד און זיך אנגעטאן די קליידער, און נאכן דאווענען צוריק אויסגעטאן די קליידער און זיך אריין געזעצט אין זאמד און ממשיך געווען צו לערנען די הייליגע תורה, אזוי זענען זיי דארט געווען ‎12‏ יאר אן אויפהער.
אין די ‎12‏ יאר וואס זיי זענען דארט געזעצן און זענען געווען אויסגעטאן פון דער וועלט נאר געלערענט א גאנצן טאג און א גאנצע נאכט, איז רבי שמעון בן יוחאי צוגעקומען צי די גרעסטע מדריגות אין תורה. דארט איז אים נתגלה געווארן אלע סתרי תורה וואס ער האט שפעטער געלערענט מיט זיינע הייליגע תלמידים, מיט אזא קלארקייט אזוי ווי עס איז געגעבן געווארן אויפן בארג סיני.
די גאנצע צייט וואס רבי שמעון איז געווען אין די מערה, האט קיינער נישט געוואוסט ווי ער געפינט זיך, דאס האט פארשאפט פאר די חכמים גרויס צער אז זיי האבן נישט געקענט פרעגן פון אים זיין מיינונג אין הלכה. עס האט זיך אמאל געמאכט א שאלה אין בית המדרש און קיינער האט נישט געוואוסט וויאזוי דאס צו פארענטפערן, האט זיך רבי יהודה בר אילעי אויפגעשטעלט און געזאגט "א שאד וואס עס פעלט אונז רבי שמעון", און קיינער ווייסט נישט ווי ער געפינט זיך". האט ר' יוסי אראפ געשריבן די שאלה אויף א צעטל און דאס צוגעבינדן צו די פיס פון א טויב, און געשיקט די טויב זאל אויפזוכן רבי שמעון בן יוחאי און איבער געבן דעם צעטל. איז די טויב געפלויגן צו די מערה ווי ר' שמעון איז געווען באהאלטן, ר' שמעון האט דאס געליינט און האט געשריבן די תשובה אויף די שאלה און צוריק געשיקט מיט די זעלבע טויב צו די חכמים.
(זוהר חדש סו"פ כי תבא)
די גזרה איז צושטערט געווארן
נאך די ‎12‏ יאר איז דער רוימישער קעניג געשטארבן און עס איז בטל געווארן זיינע געזעצן און זיינע גזירות. אויך דער אורטייל איבער רבי שמען בן יוחאי איז בטל געווארן, אבער קיינער האט נישט געוואוסט ווי רבי שמעון געפינט זיך אז מען זאל אים קענען איבער געבן די בשורה אז די גזירה איז בטל געווארן און ער איז שוין באפרייט. האט זיך אליהו הנביא געשטעלט ביי די טיר פון די הייל און ער האט געזאגט "ווער וועט דערציילן פאר רבי שמעון אז דער קעניג איז שוין געשטארבן, און זיינע גזירות זענען שוין בטל געוואר" ?!
וויבאלד רבי שמעון בן יוחאי מיט זיין זון רבי אלעזר האבן דאס געהערט, זענען זיי ארויס געגאנגען פון הייל. גייענדיג אויפן וועג ארויס פון הייל האבן זיי זיך ארום געקוקט און געזען ווי מענטשן ארבעטן אויף די פעלדער. האבן זיי ביי זיך געטראכט "קען דען זיין אז מענטשן האבן איבער געלאזט די תורה און זענען פארנומען מיט ארבעט" ! זיי האבן געקוקט מיט זייערע הייליגע אויגן, און פארברענט אלעס ווי נאר זיי האבן געקוקט.
איז ארויס א בת קול פון הימל און געזאגט "איר זענט ארויס פון די הייל חרוב צו מאכן מיין וועלט ?! גייט שוין צוריק אין די הייל". זענען זיי צוריק געגאנגען, עס איז אריבער ‎12‏ חדשים האט רבי שמעון געזאגט, אפילו רשעים אין גהינום משפט מען נישט מער ווי אויף ‎12‏ חדשים, דעמאלט איז ארויס א בת קול און געזאגט "גייט ארויס פון הייל" און זיי זענען ארויס געגאנגען.
רבי פנחס בן יאיר איז געווען דער שווער פון רבי שמעון בן יוחאי. ווען רבי שמעון איז ארויס פון די הייל, האט אים זיין שווער ארום געוואשן פון די זאמד, ווייל די זאמד האט געמאכט שפאלטן אין זיין הויט. האט רבי פנחס בן יאיר זייער געוויינט זעענדיג זיין איידעם אין אזא צושטאנד, זיינע טרערן זענען אראפ גערינען אויף די שפאלטענס און עס האט זייער געציפט, ווייל טרערן זענען געזאלצן.
"פארוואס וויינט דער שווער" ? האט רבי שמעון בן יוחאי געפרעגט פון רבי פנחס בן יאיר - "וואויל איז פארן שווער אז דער שווער זעהט מיך אין אזא צושטאנד, ווייל ביז היינט האט מיר דער שווער גע'ענטפערט ‎12‏ תירוצים אויף יעדע קשיא וואס איך האב געפרעגט, היינט אבער וועל איך ענטפערן ‎24‏ תירוצים אויף יעדע קשיא וואס דער שווער וועט פון מיר פרעגן.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ל"ג בעומר אין דעם טאג וואס ר' שמעון בן יוחאי איז נפטר געווארען האט ער געלאזט רופען זיין זוהן ר' אלעזר און זיין תלמיד ר' אבא און אויך די אנדערע תנאים פון זיין חבריא און ער האט זיי אנגעפאנגען זאגען צוואה. ווען די מענטשען פון די שטאדט האבען געהערט אז ר' שמעון זאגט צוואה זענען זיי זיך אלע צוזאמענגעקומען און אריינגעגאנגען אין זיין הויז. האט ר' שמעון בן יוחאי אויפגעהויבען זיינע אויגען און געזעהן אז די שטוב איז פול מיט מענטשען. האט ר' שמעון געזאגט מיט א געוויין "אלע יארען ביז היינט האט א פייער אונז ארומגענומען און קיינער האט נישט געקענט אריינקומען, היינט זעה איך אז דער פייער איז נישט דא און יעדער קומט אריין". איז אראפגעקומען א פייער פון הימעל און זיי ארומגענומען און אלע מענטשען פון די שטאדט האבען געמוזט ארויסגיין. האט ר' שמעון אויפגעהויבען זיינע אויגען און געזעהן אז נאר ר' אלעזר און ר' אבא זענען געבליבען אין הויז, האט ער געפרעגט ר' אלעזר פארוואס די אנדערע תנאים פון די חבריא זענען ארויס, האט זיי ר' אלעזר אריינגערופען. זענען דארט געווען ר' אלעזר, ר' אבא, ר' יוסי, ר' יהודה און ר' חייא. האט ר' שמעון אנגעפאנגען זאגען, "יעצט איז א עת רצון אין הימעל און איך וועל אייך אנטפלעקען אזעלכע סודות וואס איך האב אייך נאך קיינמאל נישט מגלה געווען, און ר' אבא זאל פארשרייבען אלעס וואס איך זאג".
ר' שמעון האט זיך ארומגעהילט מיט א טלית און א לעכטיגקייט האט עם ארומגענומען און מ'האט נישט געקענט קוקען אויף זיין ארט. ר' שמעון האט אנגעהויבען זאגען די סודות התורה אגאנצען טאג ביז ער איז צוגעקומען צו דעם פסוק "כי שם צוה ה' את הברכה חיים עד העולם" האט ר' אבא דערציילט "ווען ר' שמעון איז צוגעקומען צו דעם ווארט "חיים" איז שטיל געווארען און ער האט עס נישט געזאגט און איך האב נישט געקענט אויפהייבען די אויגען צו זעהן פארוואס עס איז שטיל געווארען צוליב דעם גרויסען לעכטיגקייט וואס איז געווען אין שטוב. ווען דאס לעכטיגקייט איז אוועק האב איך אויפגעהויבען מיינע אויגען און געזעהן אז דאס פייער האט זיך אפגעטוהן און דער הייליגער תנא ר' שמעון בן יוחאי איז נפטר געווארען.
וועגען דעם ארט פון קבורה פון ר' שמעון איז באלד געווארען א מחלוקת צווישען די מענטשען פון מירון און די מענטשן פוך ציפורי, ביידע האבען געוואלט האבען די זכי' אז דער גוף פון הייליגען תנא ר' שמעון זאל ליגען ביי זיי. איז געשעהן א נס אז ווען מ'האט ארויסגעטראגען די מטה האט זי זיך אויפגעהויבען אין די הייך און א פייער האט עס ארומגענומען און געפירט די מטה אריין אין א הייל אין מירון. אויף דעס וועג האט מען געהערט א בת קול רופט אויס אז מ'זאל זיך צוזאמענקומען צו די לוי' פון הייליגען תנא ר' שמעון בן יוחאי און אויך דעם פסוק "יבא שלום ינוחו על משכבותם". ווען די מטה איז אריין אין די הייל האט מען נאכאמאל געהערט א בת קול וואס רופט אויס "וואויל איז דיר ר' שמעון אויף די וועלט און אויף יענע וועלט אויף דיר איז געזאגט געווארען דער פסוק (דניאל י"ב) ואתה לך לקץ ותנוח ותעמוד לגורלך לקץ הימין". זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

רבי שמעון קלויבט זיך אויס אן ארט אין גן עדן
ווען רבי שמעון בר יוחאי איז קראנק געווארן, און זיין זוהן רבי אלעזר האט איהם משמש געווען, זענען צום ערשט אריינגעקומען מבקר חולה זיין די דריי חברים פון די "חברייא קדישא" רבי פנחס, רבי חייא און רבי אבא. ווען זיי האבן געזעהן אז ער איז געפערליך קראנק, האבן זיי פון גרויס צער געפרעגט "ווי אזוי קען דאס זיין, אז דער וואס איז די זייל, אויף וועלכן די וועלט שטייט, זאל גאר אוועק שטארבן?" האט רבי שמעון צו זיי געזאגט: "נישט דער בית דין של מעלה קלערט אריין אין מיין משפט, ווייל איך זעה אז איך ווער נישט געענטפערט, נישט צו קיין מלאך, און נישט צו קיין בית דין, אזוי ווי ביי אנדערע מענטשן עס פירט זיך, נאר מיין משפט מוז פארקומען פאר'ן אויבערשטען אליין. אזוי ווי דוד המלך האט געבעטן "שפטני אלקים וריבה ריבי" אז נאר דער רבונו של עולם זעלבסט זאל איהם משפט'ן נישט קיין אנדערער. ווייל דאס איז באוואוסט, אז ווען דער מענטש דארף שטארבן קומט פאר זיין משפט פאר'ן בית דין של מעלה. טייל זענען נוטה לכף זכות, און זיי באווייזן נאר די זכותים און מעשים טובים פון דעם מענטש, און טייל זענען נוטה לכף חובה, און זיי באווייזן נאר די עבירות און מעשים רעים פון דעם מענטש, און זיין משפט גייט ארויס נישט אזוי ווי דער מענטש וויל, נאר אזוי ווי דער רצון פון בית דין איז. אמאהל גוט, אמאהל שלעכט. אבער דער מענטש וואס דער רבונו של עולם זעלבסט משפט איהם, דער האט געוויס צו האפן אויף א גוטע משפט. ווייל די מדה פון מלך עליון איז נאר נוטה לכף זכות, און דורך זיין מדת הרחמים איז ער מוחל עונות בדין, אזוי ווי דער פסוק זאגט כי עמך הסליחה למען תורא, פארגעבן זינד קען נאר דער רבונו של עולם אליין, נישט קיין אנדערער, און וועגן דעם בעט איך דעם מלך עליון אז נאר ער זעלבסט זאל זיין מיין דין.
נאכדעם האבן זיי געהערט אז רבי שמעון האט נאך עפעס געזאגט עטליכע ווערטער, און איז באלד פארשוואונדן געווארן פון קראנקן בעט. אלע אנוועזענדע זענען געבליבן ערשטוינט, א גרויסע שרעק איז אויף זיי געפאלן, און זיי האבן נישט געקענט קיין ווארט ארויסריידן פאר גרויס פחד. אביסל שפעטער האבן די חברים אנגעהויבן שפירן דארט א שטארק שמעקענדיקען ריח וואס האט אריין געשטרוימט אין דעם חדר וואו רבי שמעון'ס בעט שטייט פון דעם גוטע געשמאק זענען זיי דערקוויקט געווארן און זענען בארוהיגט געווארן. פלוצלינג האבן זיי דערזעהן אז רבי שמעון ליגט שוין צוריק אויפ'ן זעלבן בעט, און אויך האבן זיי געהערט אז ער רעדט מיט אימיצען, אבער זיי האבן דארט קיינעם נישט געזעהן.
ווען ס'איז שטיל געווארן האבן זיי געפרעגט ביי רבי שמעון וועגן די וואונדערליכע פאסירונג, וואס זיי האבן אלץ צוגעזעהן. האט רבי שמעון זיי געענטפערט: "איך האב געוואלט ביים לעבן זיך אויסקלויבן אן ארט אין גן עדן, ווער עס זאל זיין מיין שכן. האט מען מיר דאס צוליב געטאן און מען איז מיט מיר אוועקגעפלויגן אין גן עדן אריין. איך בין טאקע דארט נישט צופרידן געווען פון דעם ארט וואס מען האט אנגעגרייט פאר מיר, האב איך זיך אויסגעקליבן אן ארט נעבן דעם נביא "אחיה השילוני" און ווען מען איז מיט מיר צוריק געפלויגן, זענען מיט מיר מיטגעקומען דריי הונדערט נשמות פון צדיקים, און מיט זיי האב איך דאס פריער גערעדט, דאס איז געווען דאס קול וואס איר האט געהערט און קיינעם נישט געזעהן. און דער גוטער געשמאק וואס איר האט געשפירט דאס איז דער ריח פון גן עדן וואס איז מיט אונז מיט געקומען.
דאן איז צוגעגאנגען רבי אלעזר און האט דעם פאטער געפרעגט "מיין פאטער וואו וועט זיין מיין ארט אין גן עדן?" האט רבי שמעון איהם געענטפערט: "וואויל איז דיין חלק מיין זוהן! עס וועט געדויערן א לאנגע צייט איידער דו וועסט צו קבורה קומען נעבן מיר, אבער דארט אין גן עדן האב איך אויסגעקליבן א גוט ארט פאר דיר אויך, ווי מיר וועלן מיט אלע צדיקים צוזאמען לויבן דעם אויבערשטענס הייליגן נאמען, אזוי ווי דער פסוק זאגט "אך צדיקים יודו לשמך.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

מאמרים מרשב"י

תניא, רשב"י אומר: אדם אומר שבחו בקול נמוך, וגנותו - בקול רם; שבחו בקול נמוך - מן וידוי המעשר, גנותו בקול רם - ממקרא ביכורים.
(סוטה לב :)
אמר רבא: דילידא אימיה - כר"ש תיליד, ואי לא - לא תיליד, פירש"י דילידא אימיה כר' שמעון תיליד - כל שאמו יולדת תבקש רחמים יהי רצון שיהא כר' שמעון.
(מכות יז :)
רשב"י אומר תקדום פרשת שמע שהיא ללמוד לפרשת והיה אם שמוע שאינה אלא ללמד ותקדום [פרשת והיה אם שמוע שהיא] ללמד לפרשת ציצית שאינה אלא לעשות שעל כך ניתנה תורה ללמוד וללמד ולשמור ולעשות: וראיתם אותו וזכרתם את כל מצות ה' ועשיתם אותם, מגיד הכתוב שכל המקיים מצות ציצית מעלים עליו כאלו קיים כל המצות כולן והרי דברים ק"ו ומה אם המקיים מצות ציצית מעלים עליו כאלו קיים כל המצות ק"ו לכל מצות שבתורה.
(ספרי במדבר פיסקא קטו)
ויאמר משה אסורה נא ואראה, רבי יוחנן אמר ה' פסיעות פסע משה באותה שעה שנאמר אסורה נא ואראה, ר"ש בן לקיש אמר הפך פניו והביט שנאמר וירא ה' כי סר לראות, כיון שהביט בו הקב"ה אמר נאה זה לרעות את ישראל, א"ר יצחק מהו כי סר לראות אמר הקב"ה סר וזעף הוא זה לראות בצערן של ישראל במצרים לפיכך ראוי הוא להיות רועה עליהן מיד ויקרא אליו אלהים מתוך הסנה. ויאמר משה משה, אתה מוצא (בראשית כב) באברהם אברהם יש בו פסק, (שם בראשית מו) יעקב יעקב יש בו פסק, (ש"א שמואל א' ג) שמואל שמואל יש בו פסק, אבל משה משה אין בו פסק למה כן, משל לאדם שנתן עליו משאוי גדול וקורא פלוני פלוני קרובי פרוק מעלי משוי זה, ד"א עם כל הנביאים הפסיק מלדבר עמהם אבל במשה לא הפסיק כל ימיו, תני רשב"י מהו משה משה לשון חיבה לשון זירוז, ד"א משה משה הוא שלמד תורה בעוה"ז והוא עתיד ללמד בעוה"ב, שעתידין ישראל לילך אצל אברהם ואומרים לו למדנו תורה, והוא אומר להם לכו אצל יצחק שלמד יותר ממני ויצחק אומר לכו אצל יעקב ששימש יותר ממני, ויעקב אומר להם לכו אצל משה שלמדה מפי הקב"ה, הה"ד (תהלים פד) ילכו מחיל אל חיל יראה אל אלהים בציון, ואין אלהים אלא משה שנאמר ראה נתתיך אלהים לפרעה,
שמות רבה (וילנא) פרשה ב
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leiby »

וואס איז געשעהן מיט די צווייטע תגובה?
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

די נקודות האבן זיך מתחלף געווען אויף אותיות ביים אריבערקומען צום פרישן סערווער.
אוועטאר
ווילדער קאפ
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2009 2:35 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווילדער קאפ »

זיידעניו האט געשריבן:ווען רבי שמעון בר יוחאי איז קראנק געווארן, און זיין זוהן רבי אלעזר האט אים משמש געווען, זענען צום ערשט אריינגעקומן מבקר חולה זיין די דריי חברים פון די "חברייא קדישא" רבי פנחס, רבי חייא און רבי אבא. ווען זיי האבן געזעהן אז ער איז געפערליך קראנק, האבן זיי פון גרויס צער געפרעגט "ווי אזוי קען דאס זיין, אז דער וואס איז די זייל, אויף וועלכן די וועלט שטייט, זאל גאר אוועק שטארבן?" האט רבי שמעון צו זיי געזאגט: "נישט דער בית דין של מעלה קלערט אריין אין מיין משפט, ווייל איך זעה אז איך ווער נישט געענטפערט, נישט צו קיין מלאך, און נישט צו קיין בית דין, אזוי ווי ביי אנדערע מענטשן עס פירט זיך, נאר מיין משפט מוז פארקומען פאר'ן אייבערשטען אליין. אזוי ווי דוד המלך האט געבעטן "שפטני אלקים וריבה ריבי" אז נאר דער רבונו של עולם זעלבסט זאל אים משפט'ן נישט קיין אנדערער. ווייל דאס איז באוואוסט, אז ווען דער מענטש דארף שטארבן קומט פאר זיין משפט פאר'ן בית דין של מעלה. טייל זענען נוטה לכף זכות, און זיי באווייזן נאר די זכותים און מעשים טובים פון דעם מענטש, און טייל זענען נוטה לכף חובה, און זיי באווייזן נאר די עבירות און מעשים רעים פון דעם מענטש, און זיין משפט גייט ארויס נישט אזוי ווי דער מענטש וויל, נאר אזוי ווי דער רצון פון בית דין איז. אמאהל גוט, אמאהל שלעכט. אבער דער מענטש וואס דער רבונו של עולם זעלבסט משפט אים, דער האט געוויס צו האפן אויף א גוטע משפט. ווייל די מדה פון מלך עליון איז נאר נוטה לכף זכות, און דורך זיין מדת הרחמים איז ער מוחל עונות בדין, אזוי ווי דער פסוק זאגט כי עמך הסליחה למען תורא, פארגעבן זינד קען נאר דער רבונו של עולם אליין, נישט קיין אנדערער, און וועגן דעם בעט איך דעם מלך עליון אז נאר ער זעלבסט זאל זיין מיין דין".

נאכדעם האבן זיי געהערט אז רבי שמעון האט נאך עפעס געזאגט עטליכע ווערטער, און איז באלד פארשוונדן געווארן פון קראנקן בעט. אלע אנוועזענדע זענען געבליבן ערשטוינט, א גרויסע שרעק איז אויף זיי געפאלן, און זיי האבן נישט געקענט קיין ווארט ארויסריידן פאר גרויס פחד. אביסל שפעטער האבן די חברים אנגעהויבן שפירן דארט א שטארק שמעקעדיקען ריח וואס האט אריין געשטארומט אין דעם חדר וואו רבי שמעון'ס בעט שטייט פון דעם גוטע געשמאק זענען זיי דערקוויקט געווארן און זענען בארוהיגט געווארן. פלוצלינג האבן זיי דערזעהן אז רבי שמעון ליגט שוין צוריק אויפ'ן זעלבן בעט, און אויך האבן זיי געהערט אז ער רעדט מיט אימיצען, אבער זיי האבן דארט קיינעם נישט געזעהן.

ווען ס'איז שטיל געווארן האבן זיי געפרעגט ביי רבי שמעון וועגן די וואונדערליכע פאסירונג וואס זיי האבן אלץ צוגעזעהן. האט רבי שמעון זיי געענטפערט: "איך האב געוואלט ביים לעבן זיך אויסקלויבן אן ארט אין גן עדן, ווער עס זאל זיין מיין שכן. האט מען מיר דאס צוליב געטאן און מען איז מיט מיר אוועקגעפלויגן אין גן עדן אריין. איך בין טאקע דארט נישט צופרידן געווען פון דעם ארט וואס מען האט אנגעגרייט פאר מיר, האב איך זיך אויסגעקליבן אן ארט נעבן דעם נביא "אחיה השילוני" און ווען מען איז מיט מיר צוריק געפלויגן, זענען מיט מיר מיטגעקומען דריי הונדערט נשמות פון צדיקים, און מיט זיי האב איך דאס פריער גערעדט, דאס איז געווען דאס קול וואס איר האט געהערט און קיינעם נישט געזעהן. און דער גוטער געשמאק וואס איר האט געשפירט דאס איז דער ריח פון גן עדן וואס איז מיט אונז מיט געקומען".

דאן איז צוגעגאנגען רבי אלעזר און האט דעם פאטער געפרעגט "מיין פאטער וואו וועט זיין מיין ארט אין גן עדן?" האט רבי שמעון אים געענטפערט: "וואויל איז דיין חלק מיין זוהן! עס וועט געדויערן א לאנגע צייט איידער דו וועסט צו קבורה קומען נעבן מיר, אבער דארט אין גן עדן האב איך אויסגעקליבן א גוט ארט פאר דיר אויך, ווי מיר וועלן מיט אלע צדיקים צזאמען לויבן דעם אויבערשטענס הייליגן נאמען, אזוי ווי דער פסוק זאגט "אך צדיקים יודו לשמך"


איי טרייד מיי בעסט
"Anyone who has never made a mistake has never tried anything new."
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”