רבי ישראל חיים מנשה פרידמאן זצ״ל - ראב״ד סאטמאר - כ״א כסליו תשפ״א

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

רבי ישראל חיים מנשה פרידמאן זצ״ל - ראב״ד סאטמאר - כ״א כסליו תשפ״א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

[align=center]כבוד קדושת הגאון הצדיק המפורסם, חסידא ופרישא, מיראי ההוראה, ומעומדי העבודה.
רבי ישראל חיים מנשה פריעדמאן זצ״ל
דומ״ץ וראב״ד קהל יטב לב ד׳סאטמאר[/align]

איז געבוירן בשנת תרפ״ח, צו זיין טאטען הרה״ח ר׳ יעקב צבי בן הגה״ק רבי ישראל חיים פריעדמאן זצ״ל, אבדק״ק ראחוב - בעל ״ליקוטי מהרי״ח״ - און צו זיין מאמען מרת בילא בת הגה״צ רבי מנשה גאלדבערגער זצ״ל, אב״ד סטראפקאוו.

נאכן קריג דא אין אמעריקא האט ער געלערנט אין די בארימטע ישיבה ״ביהמ״ד עליון״ אין מאנסי און געווען א תלמיד פון הגאון רבי ראובן גרוזבסקי זצ״ל.

דער רב איז געווארן אן איידעם ביי הרה״ח בנש״ק ר׳ אהרן ט״ב ז״ל.

דער ״דיין״ ווי ער איז גערופן געווען בלשון חיבה ביי די מיטעלע יארגאנג דור, איז געווען בארימט מיט זיין גרויסן כח התורה, מיט זיין געוואלדיגע למדנות אין שקדנות.

ער איז געווען מיראי הוראה ווי ער האט זיך אפגעבען מיט טויזענטער שואלים בהלכה, בהשקפה, ובעצה ותושיה. און אלעס געפירט און משיב געווען מיט זיין געוואלדיגן שכל הישר און חכמה.

זיין עבודת הקודש און באהאלטענער ברען איז געווען פון די זאכן וואס יעדער האט געוויסט צו פארציילן, און זיכער די וואס האבן נאר אמאל געהאט די זכיה מיטצוהאלטן א שבת א יו״ט אדער סתם א תפילה בימי החול במחיצתו פונעם דיין.

א ״בואו בשלום״ איז געווען א ספעקטאלישער סענזאציע פון דביקות און פייער פארן אויבערשטען. ווי ער פלעגט ברענען מיט פארפלאמטע געפילן וואס האט זיך אנגעזהן אויף זיין לעכטיגע צורה לאנגע מינוטן שוועבענדיג אין די ספערן פון קדושת שבת קודש.

ווער רעד נאך פון די הייליגע טעג, דאן האט עס געברענט ווי א ברענעדיגער פאקל ממש אן אש להבה.

דער ״דיין״ איז געווען גאר נערץ ונקדש אין די סאטמארע קרייזן - און אויך אין די קרייזן ארויס פון סאטמאר איבעראל איבער די היימישע גאס, האט געשם׳ט זיין גרויסער נאמען.

אויסער זיין גדלות בתורה בעבודה וביראה איז ער געווען בארימט מיט זיין אויסערגעווענדליכע איידעלן און אצילותדיגער כאראקטער וואס האט געצויגן א געוויסע הערצה און ברעספעקט.

זיין ריינער הארץ האט זיך אפגעשפיגעלט און זיין גאנצן הלוך ילך. נאר צו זעהן צורת קדשו, אדער זיין פשוטן גיין אויף די גאס האט געשיינט און געשריגן ריינקייט און אריסטאקראטיע.

ע״פ רוב איז זיין עבודה געווען גאר איינגעהאלטן פון אויסערליכע תניעות אדער באמערקונגען, אבער אין געוויסע זמנים איז געווען ווען די עבודה האט זיך פשוט ארויסגעריסן פון אירע איינגעהאלטענע קעמערלעך... און מען האט געקענט צוקוקן אן אמתע עבודה פון אן ערליכער איד.

דער ״דיין״ איז געווען ממש א גוזמא פון א שפל ברך, זיין התבטלות פאר יעדן קליינעם תלמיד חכם איז ווערד א בוך פאר זיך, און בכלליות זיין ענווה און פשטות און צוגעלאזנקייט צו יעדן יונגערמאן אדער בחור׳ל.

ביי די בארימטע שיעורים האט געהערשט א רוחניתדיגער אוויר, ווי חשובע אידן ובתוכם תלמיד חכמים פלעגן זיין ממקשיבי השיעור, און צומאל פלעגט דער ריתחא דאורייתא ווערן ווי א קעסל.

צוזעהנדיג דעם דיין בעתן אריינגיין און ארויסגיין צום/פון שיעור האט א גוט אויג געקענט באמערקן ווי ער שטעלט זיך אפ מיט א ליבשאפט פאר יעדן אלטן איד זיך פאראינטערסירנדיג אין זיין מצב, און געגעבן א גוט ווארט, א דבר חיזוק א שמייכל.

די לעצטערע צענדליג יארן האבן זיך א מספר אידן וואס זענען געווען צוגעבינדן צום דיין געפענט אן אייגענעם ביהמ״ד וואס איז גערופן געווארן ״דעם דיינ׳ס שול״ ווי ער האט געפירט זיין עבודת הקודש מיט א פלאם פייער.

דער רב האט זוכה געווען צו א שיבה טובה.

ונסתלק ביום כ״א כסליו תשפ״א
אטעטשמענטס
5F8983B3-E2E7-4E2F-923F-8236216049D1.jpeg
5F8983B3-E2E7-4E2F-923F-8236216049D1.jpeg (87.82 KiB) געזען 3541 מאל
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

Re: רבי ישראל חיים מנשה פרידמאן זצ״ל - ראב״ד סאטמאר - כ״א כסליו תשפ״א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

הגאון הצדיק הראב״ד זצ״ל - מיט זיינע באליבטע ספרים.
אטעטשמענטס
5227E1E9-AF14-44B9-9004-804A1EE54340.jpeg
5227E1E9-AF14-44B9-9004-804A1EE54340.jpeg (314.45 KiB) געזען 3528 מאל
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

Re: רבי ישראל חיים מנשה פרידמאן זצ״ל - ראב״ד סאטמאר - כ״א כסליו תשפ״א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

בניו וחתניו ?
אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהער און אהין »

שיין בילד פון מרן הראב"ד זצ"ל
קוקט אויס ווי א באזוך אין ארץ ישראל
WhatsApp-Image-2018-05-11-at-09.52.50.jpg
WhatsApp-Image-2018-05-11-at-09.52.50.jpg (108.31 KiB) געזען 3557 מאל
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8296
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

אהער און אהין האט געשריבן:שיין בילד פון מרן הראב"ד זצ"ל
קוקט אויס ווי א באזוך אין ארץ ישראל
WhatsApp-Image-2018-05-11-at-09.52.50.jpg


דאס איז מן הסתם ביי די חתונה מיט תולדות אהרן
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אבן יקרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבן יקרה »

אהער און אהין האט געשריבן:שיין בילד פון מרן הראב"ד זצ"ל
קוקט אויס ווי א באזוך אין ארץ ישראל
WhatsApp-Image-2018-05-11-at-09.52.50.jpg

דאס איז טאקע אין לופטפעלט
באגריסט הרה"ג ר' מנחם מענדל דאווידאוויטש שליט"א פון ב"ב
אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהער און אהין »

ראבד-סאטמאר-724x483.jpg
ראבד-סאטמאר-724x483.jpg (80.92 KiB) געזען 3412 מאל
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8296
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: רבי ישראל חיים מנשה פרידמאן זצ״ל - ראב״ד סאטמאר - כ״א כסליו תשפ״א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

רבניש האט געשריבן:בניו וחתניו ?


ער האט נישט געהאט קיין טעכטער נאר זוהן:

בנו הרה"ג ר' יעקב צבי שליט"א
בנו הרה"ג ר' לייבוש שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד הגדול
בנו הרה"ג ר' ברוך אברהם שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד קיט"ל העריסאן
בנו הרה"ג ר' ירמי' שליט"א דומ"ץ שאפראן
בנו הרה"ג ר' מענדל וואלף שליט"א
בנו הרה"ג ר' שלמה שליט"א
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

Re: רבי ישראל חיים מנשה פרידמאן זצ״ל - ראב״ד סאטמאר - כ״א כסליו תשפ״א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

9C6BDBD2-9812-424B-A8FD-C37D797276E9.jpeg
9C6BDBD2-9812-424B-A8FD-C37D797276E9.jpeg (191.51 KiB) געזען 3210 מאל
אנא עבדא
שר האלף
תגובות: 1936
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 13, 2019 8:51 am

Re: רבי ישראל חיים מנשה פרידמאן זצ״ל - ראב״ד סאטמאר - כ״א כסליו תשפ״א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנא עבדא »

ווי איז ער געווען ביים קריג ?
אידישע מוח
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 26, 2017 11:58 pm

Re: רבי ישראל חיים מנשה פרידמאן זצ״ל - ראב״ד סאטמאר - כ״א כסליו תשפ״א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישע מוח »

סאיז באוויסט די מעשה ווען אדמו״ר מפשעווארסק שליט״א האט זיך די ערשטע מאל משדך געווען מיטן דיין׳ס זוהן האט ער עס געהאלטן פאר א מוירעדיגע זכיה האט ער דעלמאטס געזאגט פארן דיין
אז עס ווערט געברענגט אין די ספרים אז מיט א מחותנים זיצט מען ציזאמען אין עולם האמת
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8296
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: רבי ישראל חיים מנשה פרידמאן זצ״ל - ראב״ד סאטמאר - כ״א כסליו תשפ״א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

אנא עבדא האט געשריבן:ווי איז ער געווען ביים קריג ?


אין לאגער

געהאט די נומערן אויף די האנט
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

אונגארישע הייזער האט געשריבן:
אהער און אהין האט געשריבן:שיין בילד פון מרן הראב"ד זצ"ל
קוקט אויס ווי א באזוך אין ארץ ישראל
WhatsApp-Image-2018-05-11-at-09.52.50.jpg


דאס איז מן הסתם ביי די חתונה מיט תולדות אהרן

https://www.jdn.co.il/%d7%a7%d7%94%d7%9 ... %aa/38370/
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
לייטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9019
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

Re: רבי ישראל חיים מנשה פרידמאן זצ״ל - ראב״ד סאטמאר - כ״א כסליו תשפ״א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייטער »

20201207_115953.jpg
20201207_115953.jpg (42.2 KiB) געזען 2935 מאל
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

Re: רבי ישראל חיים מנשה פרידמאן זצ״ל - ראב״ד סאטמאר - כ״א כסליו תשפ״א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

וועל איך פארציילן א מעשה וואס כ'האב געהערט מפי צעצנוב'ע רב פון קרית יואל שליט"א:

עס האט איהם געקלינגען אמאל א אינגערמאן און געוויינט מיט ביטערליכע טרערן אז מען האט רח"ל דייעגנאזירט זיין ווייב מיט די ביטערע מחלה ה"י און ער איז געווען צוברכען אויף שברי שברים ער האט גערופן די רב פאר חיזוק, פרעגט איהם די רב צו וועלכע חסידות באלאנגט איר? האט דער אינגערמאן געענפערט ער באלאנגט צו סאטמאר חסידי מהרי"י און ער וואונט אין וויליאמסבורג.

זאגט איהם רבי שלמה זז"ג, עס שטייט אין פרשת משפטים "ואלה המשפטים אשר תשים לפניהם" זאגט די תרגום ואילין דיניה די תסדרן קדמיהון כו' עס שטייט אין ספר (איך געדענק שויניש פון וואו ער האט דאס נאכגעזאגט) אז דער דיין וואס א איד פרעגט זיינע שאלות און פארלאזט זיך אויף איהם אין זיין פרטיותדיגע לעבן ברוחניות האט א כוח צו פסק'נען אויכעט אויף א מענטשעס גשמיות (וואו געזאגט איך געדענקט נישט פונקלעך דעם לשון), גיי אריין צום דיין רבי ישראל חיים מנשה ער וועט דיך קענען העלפן.

דער אינגערמאן האט אזוי געטוען אפגעשריבן א קוויטל און אריין צום דיין זצ"ל, דער דיין האט געליינט דעם קוויטל און זיך אנגערופן "די דאקטורים ווייסן נישט וואס זיי רעדן". דער אינגערמאן האט צירוק גערופן צעצנוב'ע רב פון קרית יואל און פארציילט מיט שמחה אז מען איז צירוק צום דאקטער און מען האט פריש געמאכט טעסט'ס און זי איז ארויס גענצליך ריין!!

זי"ע
לעצט פארראכטן דורך טעם וריח אום מאנטאג דעצעמבער 07, 2020 12:29 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
על "טעם וריח" אין להתווכח
monroe10950
שר חמש מאות
תגובות: 650
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 10:09 am

Re: רבי ישראל חיים מנשה פרידמאן זצ״ל - ראב״ד סאטמאר - כ״א כסליו תשפ״א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך monroe10950 »

דער דיין האט געזאגט בדרך צחות "וועלן קויפן ספרים איז אויך א תאוה, אבער ס'נישט אזא גראבע תאוה'...
כדי צו באקומען אן א שיעור סופליי, וועט דער נארסיסיסט טון פארשידענע פעולות, אפילו גוטע, צו קונה זיין סופליי. זיי וועלן פרובירן צו האבן א בכבוד'יגע פאסטן אדער רעספעקטפולע קאריערע, צומאל א שיינע רייכע הויז אדער טייערע קאר, ברענד נעים קליידער וכדו'.
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: רבי ישראל חיים מנשה פרידמאן זצ״ל - ראב״ד סאטמאר - כ״א כסליו תשפ״א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

מ'פלעגט זאגן אז ער האט נאכגעקוקט אלע שאלות וואס זענען אנגעקומען צו אים, געווענליך לאחר המעשה, א איד וואס פלעגט אים קאלן פון צייט צו צייט האט מיר פארציילט אז ווען ס'איז געווען נישט אזא שכיח'דיגע שאלה פלעגט ער זאגן "איין מינוט", מ'האט געהערט ווי ער מישט א ספר און דערנאך געענטפערט.
שירו לו
שר האלף
תגובות: 1093
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 08, 2020 12:21 pm

Re: רבי ישראל חיים מנשה פרידמאן זצ״ל - ראב״ד סאטמאר - כ״א כסליו תשפ״א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שירו לו »

אונגארישע הייזער האט געשריבן:
רבניש האט געשריבן:בניו וחתניו ?


ער האט נישט געהאט קיין טעכטער נאר זוהן:

בנו הרה"ג ר' יעקב צבי שליט"א חתן הגה"צ ר' אליהו בצלאל טייטלבוים זצ"ל מטעטש (חתן כ"ק אדמו"ר מסטריזוב זצ"ל)
בנו הרה"ג ר' לייבוש שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד הגדול חתן הגה"צ ר' יוסף צבי איליאוויטש שליט"א אבד"ק שאמשאן (שוואגער פונעם ראב"ד)
בנו הרה"ג ר' ברוך אברהם שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד קיט"ל העריסאן חתן כ"ק אדמו"ר מקיוויאשד זצ"ל
בנו הרה"ג ר' ירמי' שליט"א דומ"ץ שאפראן חתן הגה"צ גאבד"ק שאפראן זצ"ל
בנו הרה"ג ר' מענדל וואלף שליט"א חתן הגה"צ אבד"ק גמזו שליט"א ודומ"ץ התאחדות הרבנים
בנו הרה"ג ר' שלמה שליט"א
חתן הגה"צ ר' ליפא טייטלבוים שליט"א אבד"ק בית אהרן (שוואגער פונעם ראב"ד) חתן אדמו"ר מקיוויאשד זצ"ל
ידעתי
שר חמש מאות
תגובות: 981
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2017 9:40 am

Re: רבי ישראל חיים מנשה פרידמאן זצ״ל - ראב״ד סאטמאר - כ״א כסליו תשפ״א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידעתי »

אויב געדענק איך גוט איז דער דיין געווען א מגיד שיעור אין ישיבת עצי חיים סיגעט און מהר"א מסאטמאר איז זיין תלמיד
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2306
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: רבי ישראל חיים מנשה פרידמאן זצ״ל - ראב״ד סאטמאר - כ״א כסליו תשפ״א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

זיין מוטער בת הגה"צ רבי מנשה גאלדבערגער, חותנו של הגאון מדיערעש בעל תורת יקותיאל
אלזא, זיין פאטער רבי יעקב צבי איז געווען א שוואגער מיטן דיעריעשער רב, און הגריח"מ זצ"ל איז געווען א ערשטע קאזין מיט די דיערעשע געשוויסטער
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2306
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: רבי ישראל חיים מנשה פרידמאן זצ״ל - ראב״ד סאטמאר - כ״א כסליו תשפ״א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

וויליאמסבורגע אידן געדענקן געוויס, ווי דער דיין זצ"ל, פלעגט טעגליך באזוכן אינעם בארימטן בית הספר ספרים געשעפט....
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

Re: רבי ישראל חיים מנשה פרידמאן זצ״ל - ראב״ד סאטמאר - כ״א כסליו תשפ״א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Amazing »

ידעתי האט געשריבן:אויב געדענק איך גוט איז דער דיין געווען א מגיד שיעור אין ישיבת עצי חיים סיגעט און מהר"א מסאטמאר איז זיין תלמיד

ביידע אדמורי סאטמר זענען זיינע תלמידים פון סיגוט
א'מונה ב'טחון ג'עלט
לא לנו
שר האלפיים
תגובות: 2005
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

Re: רבי ישראל חיים מנשה פרידמאן זצ״ל - ראב״ד סאטמאר - כ״א כסליו תשפ״א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא לנו »

שיין בילד פונעם סאטמאר רבי'ן מהר"א שליט"א ביי ניחום אבלים ע"פ אחיו ר' ברוך אברהם ע"ה תשס"ז (קרעדיט, מיללער איי וועלט, אשכול ליקוטי מהרי"ח)
אטעטשמענטס
2009120_1854143730_001.jpg
2009120_1854143730_001.jpg (48.47 KiB) געזען 2852 מאל
אוועטאר
קאקאש קעיק מיט מילך
שר האלפיים
תגובות: 2921
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 28, 2019 3:29 pm

Re: רבי ישראל חיים מנשה פרידמאן זצ״ל - ראב״ד סאטמאר - כ״א כסליו תשפ״א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאקאש קעיק מיט מילך »

ידעתי האט געשריבן:אויב געדענק איך גוט איז דער דיין געווען א מגיד שיעור אין ישיבת עצי חיים סיגעט און מהר"א מסאטמאר איז זיין תלמיד

אויך האט ער גענומען שימוש ביי אים
געבאקן נאך פסח תשפ"ב
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: רבי ישראל חיים מנשה פרידמאן זצ״ל - ראב״ד סאטמאר - כ״א כסליו תשפ״א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

אביונה האט געשריבן:וויליאמסבורגע אידן געדענקן געוויס, ווי דער דיין זצ"ל, פלעגט טעגליך באזוכן אינעם בארימטן בית הספר ספרים געשעפט....


בכלל ווען ער האט געטראפן א ספר אויפן טיש האט ער זיך געקענט אפשטעלן א לענגערע וויילע און פערגעסן פונעם גאנצן ארום...
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”