רבי ישראל חיים מנשה פרידמאן זצ״ל - ראב״ד סאטמאר - כ״א כסליו תשפ״א

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

קושיא מעיקרא ליתא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

קושיא מעיקרא ליתא

לעצט פארראכטן דורך קיקיון אום מיטוואך דעצעמבער 09, 2020 8:15 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל

אוועטאר
א דריטער
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 4:08 pm

Re: רבי ישראל חיים מנשה פרידמאן זצ״ל - ראב״ד סאטמאר - כ״א כסליו תשפ״א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א דריטער »

פעשען האט געשריבן:
א דריטער האט געשריבן:עפעס איז דא א שטארקע מימרא פונעם אהבת ישראל אויף אים, אויב איינער קען אריינקומען מיט פרטים.

זאג א גוטס האט געשריבן:גיסו של הראב"ד זצ"ל, להבחל"ח הגה"צ ר' ליפא טייטלבוים שליט"א אב"ד בית אהרן (חתן אדמו"ר מ'קיוויאשד זצ"ל) האט פארציילט ביים הספד אז די אהבת ישראל זי"ע איז געגאנגען שפאצירן אנגעכאפט מיטן ראב"ד. איין טאג איז ער נישט געווען האט דער אהבת ישראל זיך נאכגעפרעגט "וואו איז די ראחוב'ע קינד?"

רעדסט פון דעים?

ניין, עפעס איז דא וואס ער האט זיך אויסגעדריקט אז ס'שיינט אויף אויף אים א אור וכדו'.
א ידען מיינט נישט ער איז קלוג, א חכם מיינט נישט ער איז א ידען.
ידעתי
שר חמש מאות
תגובות: 989
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2017 9:40 am

Re: רבי ישראל חיים מנשה פרידמאן זצ״ל - ראב״ד סאטמאר - כ״א כסליו תשפ״א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידעתי »

היסטאריקער האט געשריבן:
הבעש''ט האט געשריבן:זומער תשכ"ו אין סיגעטער קעמפ, ארומגענומען מיט תלמידיו שומעי לקחו,
ווערט געזעהן לידו תלמידו מהר"א מסאטמאר שליט"א.

IMG_3643.JPG

ווער זענן די אנדערע?

נישט צו פארמינערן די חשיבות פון די אנדערע, אבער באמערקט אז דער איינציגסטער צווישן די בחורים וואס גייט מיט א היט און רעקל איז מהר"א

גראדע נאך א בחור אין די בעק מיט הוט און רעקל....
מעגליך אז יענץ איז מהרי"י (-;
כבוד הרב
שר חמש מאות
תגובות: 918
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2020 7:11 pm

Re: בנן של קדושים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כבוד הרב »

[quote="שירו לו"]דער ראב"ד זצ"ל איז געווען א רבני'ש אייניקל ווי פריער דערמאנט, אבער אויסער דעם האט ער געצויגן א הערליכע יחוס למשפחת התמרים, זייענדיג אן איידעם ביי "דער אלטער ר' אהרן", הרב החסיד הנודע ר' אהרן טייטלבוים ז"ל מאוהעל - וומס"ב.
(אינטערסאנט אז עס איז נאכנישט פארהאן קיין אשכול איבער דעם בקאנטן חסיד ר' אהרן טייטלבוים, וואס איז געווען יד ימינו יארן לאנג פון ש"ב הרה"ק מסאטמאר זי"ע)
ר' אהרן טייטלבוים איז געווען א זון פון ר' לייבוש טייטלבוים זצ"ל פון אוהעל, א זון פון הרה"ק ר' שמואל מגארליץ זי"ע, א זון פון הרה"ק ר' אלעזר ניסן מדראהביטש זי"ע, א זון פון הרה"ק בעל ישמח משה זי"ע.
די קינדער פון ר' אהרן טייטלבוים:
חתנו הגה"צ ר' ישראל חיים מנשה פריעדמאן זצ"ל ראב"ד סאטמאר נפ' תשפ"א בן הגה"ח רבי יעקב צבי פריעדמאן ז"ל מביסטריץ
חתנו הגה"צ ר' יוסף צבי איליאוויטש שליט"א אבד"ק שאמשאן בן כ"ק הגה"צ רבי גבריאל יהודא איליאוויטש זצ"ל אבד"ק שאמשאן
חתנו הגה"צ ר' יצחק מאשקאוויטש זצ"ל אבד"ק נייטרא וומס"ב נפ' תשע"ט בן הגה"צ רבי מרדכי מאשקאוויטש זצ"ל אב"ד סאסבלוי-מאנטריאל
חתנו הגה"צ ר' יעקב יוסף האלבערשטאם שליט"א אדמו"ר מבית חיים יהושע בן הרה"צ רבי חיים יהושע האלברשטאם זצ"ל הי"ד בן הגה"ק מבאבוב זצ"ל הי"ד
בנו הגה"צ ר' לייבוש טייטלבוים זצ"ל נפ' תש"פ [b]חתן הרב החסיד רבי משה אלי' עסטרייכער ז"ל מוותקי חסידי סאטמאר ומונקאטש

בנו הגה"צ ר' ירמי' טייטלבוים שליט"א חתן כ"ק הגה"צ רבי משה אריה לעוו זצ"ל אדמו"ר מטעמשוואר
בנו הגה"צ ר' שמואל טייטלבוים זצ"ל ראש הכולל מעוררי השחר נפ' תשע"ט חתן כ"ק הגה"צ רבי יוסף ישראל זעגלבוים זצ"ל אב"ד וויען
בנו הגה"צ ר' חנני' יו"ט ליפא טייטלבוים שליט"א אבד"ק בית אהרן חתן כ"ק הגה"צ רבי משה האלבערשטאם זצ"ל אדמו"ר מקוויאשד
אוועטאר
א דריטער
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 4:08 pm

Re: רבי ישראל חיים מנשה פרידמאן זצ״ל - ראב״ד סאטמאר - כ״א כסליו תשפ״א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א דריטער »

ד. בכלל זיין באנעמונג, זיין איידלקייט באמת א צורה פון א געהויבענער איד, א נקיות, צאמגענומען, אן עניוות חן, א זעלטענער נעים הליכות יעדן געגריסט מיט אזא חן, יעדעס קינד האט ער געגעבן א גלעט, און גערעדט מיט א געמאסטנקייט, זיין אקצענט זעלבסט האט עפעס געשריגן חן.

איך מיין אז ווער ס'האט אים אביסל געקענט ווייסט עס זייער שטארק, כ'מיין אז מ'רעדט היבש ווייניג פון דעם נקודה.
א ידען מיינט נישט ער איז קלוג, א חכם מיינט נישט ער איז א ידען.
סופרים שטיבל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 03, 2020 3:38 pm

Re: רבי ישראל חיים מנשה פרידמאן זצ״ל - ראב״ד סאטמאר - כ״א כסליו תשפ״א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סופרים שטיבל »

היסטאריקער האט געשריבן:
קרייסלער האט געשריבן:
סגל האט געשריבן:
היסטאריקער האט געשריבן:
סופרים שטיבל האט געשריבן:
וען אדמו"ר מהר"א איז געגאנגען צו אים מפעם לפעם לאחר התמנותו לאדמו"ר פלעגט ער אויסטון די פעלץ און גיין אן א שטעקן
נישט צו פראווען רביסטווע לפני רבו (ער האט דאך באקומען שימוש פון אים)
אגב די הנהגה האט מען אויך געזען ביי ר' הערשלע ליסקא'ער אז ער האט נישט געפראוועט רביסטעווע אין צאנז במקום רבו

מפעם לפעם?
איינמאל געווען מנחם אבל זיין
און בעיקר צוליב זיין נעפיו ר׳ יעקב הערש פר"מ

וועמענס נעפיו, און וואס מיינט צוליב זיין נעפיו?
ביטע אויסקלארן

ביטע נישט אין דעים אשכול, לאז געמאכט ביטע

איך זעה נישט וואס מ' טאר נישט שרייבן, יעדער ווייסט אז עס איז געווען גבא טורא ביניהם, לויט די אומשטענדן וואלט ער נישט געגאנגען מנחם אבל זיין ווען ער זיצט נאך א ברודער, אבער אזוי ווי זיין נעפיו ר' יעקב הערש וואס איז פון אנשי שלומו איז געזעצן שבעה נאך זיין טאטן דעם דיין'ס ברודער איז ער יא געגאנגען
קלאר?

ווער ס'האט געהערט די הספד פון אדמו"ר מהר"א שליט"א נעכטן ביים תהילים שיעור אין מתיבתא, זאגט אנדערש, ער איז געווען א תלמיד זיינער און צוליב דעם איז ער געגאנגען מנחם אבל זיין

די דרשה פון מהר"א תשוח"ח להרב מוקיר רבנן
https://drive.google.com/file/d/1tQLAmb ... sp=sharing

אויסצוג פון די דרשה
'תלמיד חכם שמת הכל קרוביו' ..אז מען לערנט זיך אפ פון זיינע געהויבענע מעשים ממילא ווערט יעדער איינער אנגעריפן תלמידים'
"מורי ורבי הגה"צ ר' ישראל חיים מנשה זצ"ל" ער האט זוכה געווען צו נתמנה ווערן אלס דיין דורך די פעטער ז"ל
*ער איז געווען א גאון אדיר בתורה והוראה, חסידא ופרישא, ער איז געווען א צדיק במעשיו, א ירא שמים בכל נימו ונפשו, א אוצר במדות טובות וישרות, כל כלו אומר כבוד שמים,*
'איך האב זוכה געווען צו לערנען ביי אים אסאך יארן מאור תורתו וצדקתו' אויף אים קען מען זאגן הכל קרוביו, 'זיינע הייסע תפילות אין די הייליגע טעג ער פלעגט דאווענען אלס ש"צ אין ביהמ"ד פון טאטן ז"ל אסאך יארן, "ער איז געווען פון די שענסטע רבנים אין אונזער דור" זיין פטורה איז א אבידה גדולה שאין לה תמורה, "יעדער איינער דארף מתאבל זיין אויף דעי גרויסע אבידה"
אויסדריקליך
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 21, 2013 6:09 pm

Re: רבי ישראל חיים מנשה פרידמאן זצ״ל - ראב״ד סאטמאר - כ״א כסליו תשפ״א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסדריקליך »

ישר כוח

זייער אינטערעסאנט צו הערן
קווענקל'סט? ס'איז אויסדריקליך אזוי ווי איך זאג דיר!
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4524
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: רבי ישראל חיים מנשה פרידמאן זצ״ל - ראב״ד סאטמאר - כ״א כסליו תשפ״א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

פון מיין זכרונות קעמערעל

די דיין פלעגט פארלערנען פרקי אבות אין גרויסן בית המדרש יעדע שבת צווישן פסח און שבועות, מתוקים מדבש ונופת צופים

אזוי אויך האט ער יארן לאנג פארגעלערנט א שיעור אין ספה"ק ויואל משה יעדע שבת נאכמיטאג פאר מנחה, איי איי איי ער האט דאס אפגעלערנט ווי מלערנט א שיעור עיון אין די לומדישע ישיבות, בלויז עטליכע שורות מיט א דייקנות נפלאה

סליגט מיר אין די ביינער ווען כהאב מיר איינמאל צוגעזעצט צום דיין'ס גמרא שיעור, מהאט געהאלטן ביי א אגדתא גמרא אבער האט עס פארגעלערנט ווי א שווערע סוגיא אין קדשים, און די צהלת פנים און שמחת התורה וואס האט זיך אויסגעגאסן אויף זיין פנים ווען ס'איז פארענטפערט געווארן א פשוטע טייטש פון א ווארט אין די גמרא איז עפעס וואס מקען נישט אנהייבן צו מסביר זיין, א ריכטיגע משיבת נפש וואס האט אריינגעבראטן אן אהבת התורה אין שמעו לקחו

עטליכע יאר צוריק איז ער געווען אין ירושלים פאר אן אייניקעלס חתונה, נאכן צוריק קומען פון די חתונה צו די אכסניא האט ער זיך געזעצט לערנען ווי א זעכצען יעריגע בחור, דא רעדט מען פון א איד וואס איז שוין דעמאלטס געווען קרוב צו די תשעים

זיין אהבת תורה האט זיך אפגעשפיגעלט ווען ער פלעגט אריינפאלן ביינאכט אין בית הספר און זיך פארלערערנט אין די פרישע ספרים וואס איז ערשינען און דערנאך עס געקויפט.

כ'האב אמאל מיטגעהאלטן ווען ער איז געקומען אויף א סנדקאות אין א קאנטרי, אויפן וועג ארויס פונעם ביהמ"ד האט ער באמערט א געוויסע תשובה ספר אויפן טיש און זיך אפגעשטעלט פאר א גוטע צען מינוט בעת וואס דער משמש האט אים פרובירט צו אויפמערקזאם מאכן אז סאיז שוין שפעט (געהאלטן נאך פארן דאווענען) אבער די אהבת התורה האט אים געמאכט פארגעסן פון אלעס ארום

כהאב נאך אסאך צו שרייבן, עוד חזון למועד
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
הבעש''ט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4149
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע: אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

Re: רבי ישראל חיים מנשה פרידמאן זצ״ל - ראב״ד סאטמאר - כ״א כסליו תשפ״א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבעש''ט »

בילד פון זיין טאטן הגה"צ ר' יעקב צבי זצ"ל הי"ד

IMG_3646.JPG
IMG_3646.JPG (131.28 KiB) געזען 2226 מאל
אוועטאר
הבעש''ט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4149
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע: אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

Re: רבי ישראל חיים מנשה פרידמאן זצ״ל - ראב״ד סאטמאר - כ״א כסליו תשפ״א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבעש''ט »

IMG_3647.JPG
IMG_3647.JPG (697.75 KiB) געזען 2215 מאל
אוועטאר
הבעש''ט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4149
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע: אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

Re: רבי ישראל חיים מנשה פרידמאן זצ״ל - ראב״ד סאטמאר - כ״א כסליו תשפ״א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבעש''ט »

IMG_3649.JPG
IMG_3649.JPG (275.4 KiB) געזען 2202 מאל
אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4446
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח הכבוד »

פון דא

אורח הכבוד האט געשריבן:איך קען מיר באמת נאכנישט געהעריג ציזאמקלויבען צו שרייבען מיינע זכרונות און פערזענליכע עפיזאדן מיט דעם גאון וצדיק נשגב,
איך האב נאך דערווייל נישט משלים געווען מיט די ביטערע מציאות אז פון היינט און ווייטער איז די ראש בית דין נישט לרפו''ש נאר זצ"ל ביי מיר פארט נאך מיטן חיתוך הדיבור ביי די יה''ר ביי רפאנו ולחולה ישרא-ל חיים מנשה בן בילא אזוי אויך איז די נאמען במחשבה - צווישען אנדערע - ביי מתפלל זיין 3 מאל א טאג על הצדיקים.. ועל זקני שארית עמך.. און נעכטען נאכט ביים לערנען משניות אזוי אויך היינט ביים צינדען א לעכטעל האב איך זיך געטראפן שעפשענען לע''נ רבי ישרא-ל חיים מנשה בן יעק צבי.. אוי!

 און כאטש די דיין זצ''ל האט ב''ה זוכה געווען צו א שיבה טובה און איז געווען בא בשנים בנוסף וואס ער איז געווען א היפש א שווערע מציאות די לעצטערע תקופה, מיט דעם אלעם איז דאס געווען אזא פליצלינגדיגע און אומגערישטע זעץ!

דור הולך ודור בא! און ס'דא א נייע מציאות און וואס די ראב''ד זצ''ל איז מער נישט פון די צדיקי דורינו, נאר פון צדיקים וואס אונזער דור האט נאך געקענט.. עכט?!

אבער פטור בלא כלום אי אפשר, איז אביסל פון מיינע מחשבות וואס איז מיר פארלאפן די לעצטע 24 שעה, און האלט נאך און איין קומען,

כד הווינה טליה פלעגט מיין פאטער אונז כסדר נעמען "צום דיין" צו של''ס, און צו אנדערע יומא דפגרא'ס, אונז געוויזן מיר זאלן באטראכטן וויאזוי א איד פלאמט ביים זאגן ה' מלך, די צורה איז געווען פייער און איין האנט אויך די פנים און די צוויטע געקלאפט אויפ טיש און געשריגעו בקול רעש גדול דעם ה' מלך און שמע ישרא-ל (די ציבור האלפים האט דאס זוכה געווען צו הערן און זעהן ביים כינוס הרבבות און בארקלעיס סענטער, אט אזוי האט דאס אויסגעקיקט מידי שבת בשבתו) און וויאזוי יעדע תנועה זיינע איז געווען אויסגערעכנט און די עבודת האכילה מיט אזא איידעלקייט עד להפליא,

(ווי די שטייגער ביי קינדער זעמער נישט אייביג געווען און די גיסטע זיך ארייינשטיפען און די אלטע קליינע שול (ווער געדענקט..) ביז מיין טאטע האט מיר געגעבן צו פארשטיין אז דורות נתמעטים והולכים און מ'דארף אריינכאפן ווילאנג ס'נאך דא אזאנע אידען.. שכוח!..) 
י
איינע פון מיינע איינגעקריצטע זכרונות איז ער''ה נאך התרת נדרים יאר יערליך ביים זאגן די תפילה און גלוי דעת קעגן דעם יצה''ר, אפאר מינוט האט גענומען צו קומען צום ווארט פון געשטיקטקייט, די בכיות בבושת פנים אזש ס'האט זיך געדאכט אז מ'האנדעלט דא מיט איינער וואס איז געווען איבערן יאר א מומר להכעיס ח''ו..

זיינע תפילות כבן המתחטא איז איבריג יעדע ווארט ווען די טויזענטער אידען האבן דאס געזען בחוש אנהייב שמו''ע ימים נוראים.. אוחילה לאל, אחלה פניו, אשאלה ממנו מענה לשון, אוי! לאדם!, מערכי לב, ומה' מענה לשון.. ס'האט געריסען און געשריגען אם על הרזים נפלו שלהבת מה יענו אזויבי הקיר?!

אבער דאס איז נישט געווען געבינדען צו ימים נוראים סתם א מנחה מעריב און א בלויזע וואכן טאג, שטייט יעדעס ווארט, הרחמן, הוא יחזר לנו עבודת בית המדש "למקומו" מיטן תניעה'לע, מיט די שנעלע אויספיר במהרה בימנו א''ס.. דאס איז געווען א תפילה אויף די גאולה שלימה! נישט עפעס א הרחמן..

ס'כדאי צוצילייגען וואס מיין פאטער האט מיר פארציילט אז איינמאל זימער ווען ער איז אריין צום ראב''ד זצ''ל איבער עפעס א ענין און די ראב''ד האט אים נישט בעמערקט אריינקומען און ער האט דעמאלס זיך פארגעקוקט די ימים נוראים דאווענען -כמבואר במטה אפרים - "מיט בכיות נוראות און דמעות שליש"! אינמיטען זימער!! ווי נעמט נאך אזא שליח ציבור?!

ס'לכאורה א דבר פשוט אבער ביי אים איז נישט געווען אזא בחינה אז המלך אדער ממעקים קומט מיט א קרעכטץ מעורר צו זיין די ציבור וכ''ו, יעדע אזא קרעכטץ האט מען געהערט ארויסקומען פון די טיפעניש פון זיין ריין הארץ, ממעקים! און דערפאר געוועזן נכנסים אל הלב.

יעדע זאך איז געווען מיט אזא מתינות און כוונה ווער ס'האט מיטגעהאלטן ביים לייגען תפילין פאר ב''מ בחור'לעך ווי ער האט אפגעטיישט די גאנצע לשם יחוד און פארשטיין געגעבן יעדע ווארט וואס מ'דארף אינזינען האבן.

געהאט ב''ה די זכיה אלץ חתן צו זיין ביים סדר נאכט ליל התקדש חג, די צורה האט געפלאמט, ווער רעדט ביי די נשמת וואס איז געווען א שם דבר.

זיינע אויסטערלישע איידעלקייט און מדות טובות, די "א גוט וואך", "א גוט וואך", "א גוט וואך", 50 צו 100 מאל און א צו מיט א רואיגע שמייכעל פאר יעדען איינעם עקסטער, די לעצטע ווי ביי די ערשטע, פון די זקנים ביז אראפ צו די קליינע קינדער אן א אויסנאם, עפעס וואס מ'האט אויך געזעהן ביים לשנה טובה זאגן פאר טויזענטער אידען עקסטער.

(דענק איך איינמאל זייענדיג ביי אונז און שטוב, און ער האט אנגעווינטשען מיט די האנט יעדע קינד באזינדער, ווען ער האט מיר געענדיגט וואינטשען האב איך איך לפי תומי אזוי זיך ציגעבויגען צו געבן א קיש, וואספארע צי אוועק ער האט געגעבן זיין האנט…)

רעדענדיג איבער זיינע אויסטערלישע מדות, איז געווען איינס פאר די לעצטע יאר וואס ער האט געדאווענט און ביהמ''ד הגדול פארן עמוד איז ער שוין געווען היבש שוואך און די גאנצע דאווענען איז געווען שלא כדרך הטבע, ביי פויזע פלעגט ער זיין ביי אברהם ברוך גאדינגער נעקסט צום ביהמ''ד, האבן זיינע געטרייע קינדער געוואלט אז מוסף זאל ער שוין דאווענען בבית מדרשו און נישט דארפן בלייבען ביז מ'ענדיגט שפעט און ביהמ''ד ווי ער פלעגט דינען אלץ בעל מקרא (די געשריי תקיעה!...) וואס האט אויך געקאסט היפש כוחות, האט מען אנגעהויבן גיין מיט אים ארויף צו לי, האט ער געפרעגט ווי גייט מען? האט מען אים געזאגט, זאגט ער, איך קען עס נישט טוהן, ס'גייט זייער באדערען די רב (כ''ק מרן אדמו''ר שליט''א)… און ער האט זיך צוריקגעדרייט.. א יאר דערויף האט שוין די רבי געדארפט מאכן זיכער מיט אים אז ער זאל אהיימגיין צו מוסף..

געהאט די זכיה אז די ראב''ד זצ''ל זאל זיך באטייליגען ביי מיין חתונה, א שטיקל שלום בית לעקציע האב איך באקומען ביי א שאלה וואס כ'האב מיר מיט אים אויסגעשמיעסט און געוואלט הערן חוות דעתו, און ער פרעגט מיר אזוי "און וואס זאגט די שטוב?".. איך האט דאך געוואלט הערן וואס ער זאגט האב איך געזאגט אז מ'האט נישט גערעדט דערוועגן.. זאגט ער מיר "גיי אהיים און שמיעס איבער און נאכדעם קום צוריק… וכך הוה..

די לעצטע מאל וואס כ'האב געהאט די זכיה צו זעהן צורת קדשו איז געווען היי יאר ביי די הקפות ביינאכט און צופרי ווען ער האט אזוי ארימגעבליקט אויפן עולם ביים זינגען סאלא קאקאש.. ס'געווען א פחד.
יעצט דערמאן איך מיר פון די בכיות נוראות פיל מיט כוסיפין יעדעס יאר זונגענדיג די חרדים מיט די נענועם ניגון.. רצון שנת עינה נדדה.. מי יתן לי אבר כיונה.. דאס הארץ האט געקענט צוגיין.

ס'שוין שפעט און איך דארף שוין גיין.

ת.נ.צ.ב.ה.

די אייבישטער זאל העלפן אז די רשומי קדישא זאל בלייבן איינגעקריצט און אינז און אין אינזערע דורות פאר לאנגע יארן.

כ'האב מיר נאר אזוי מתבוננן געווען נעכטן ביים אריינווארפן מיין קוויטעל אינעם אפענעם קבר פארן אריינלייגען דעם גוף טהור אונעם קאלטן ערד אז ס'שטייט אז צדיקים זענען ממשיך זייער עבודה אויף יענע וועלט, איז פינקט ווי דאהי ווען ער פלעגט ליינען די קוויטעל האט מען געזעהן ווי ער איז אינגאנצען מיט די מיט א שטייטקייט געליינט יעדע נאמען און בקשה און זיך פאראינטערעסיערט וכ"ו אף שם זאל ער ליינען די קוויטלעך און ממלא זיין בקשות,

ומה כאן איז ער געווען די ש''ץ פונעם ציבור זאל ער דארט אויבען אויך זיין די שליח ציבור און מיט זיין ציבראכענעם הארץ געבען די שריי בשאגת ארי דעם א''מ מנע מגיפה מנחלתיך! און בעיקר דעם הרם קרן משיחך!

בקרוב בימינו אמן!
שטייט (זוה''ק שמות) אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!

רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4446
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

Re: רבי ישראל חיים מנשה פרידמאן זצ״ל - ראב״ד סאטמאר - כ״א כסליו תשפ״א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח הכבוד »

היסטאריקער האט געשריבן:
סופרים שטיבל האט געשריבן:
קאקאש קעיק מיט מילך האט געשריבן:
ידעתי האט געשריבן:אויב געדענק איך גוט איז דער דיין געווען א מגיד שיעור אין ישיבת עצי חיים סיגעט און מהר"א מסאטמאר איז זיין תלמיד

אויך האט ער גענומען שימוש ביי אים

וען אדמו"ר מהר"א איז געגאנגען צו אים מפעם לפעם לאחר התמנותו לאדמו"ר פלעגט ער אויסטון די פעלץ און גיין אן א שטעקן
נישט צו פראווען רביסטווע לפני רבו (ער האט דאך באקומען שימוש פון אים)
אגב די הנהגה האט מען אויך געזען ביי ר' הערשלע ליסקא'ער אז ער האט נישט געפראוועט רביסטעווע אין צאנז במקום רבו

מפעם לפעם?
איינמאל געווען מנחם אבל זיין
און בעיקר צוליב זיין נעפיו ר׳ יעקב הערש פר"מ

אגב האב איך געהערט פון בניו שליט''א אז בשנת תשנ''ט האט די ראב''ד זצ''ל געהאט א שווערע רויז כידוע, איז תלמידו -די ניי געקרוינטע וומסב''ג רב - געקומען מבקר חולה זיין, האט די ראב''ד זצ''ל געשטעלט די בענקלעך אויבן אן ווי די שטייגער ביי א רבנישע באזוך, ווען די רב איז אריינגעקומען איז ער געבליבן שטיין און די ראב''ד זצ''ל האט אים געזאגט זעץ דיר אוועק ביזסט דאך רב, האט די רב געענפערט און גאס בין איך אפשר רב, אבער דא בין איך א תלמיד… און דערביי געשלעפט די בענקל צו די זייט און זיך געזעצט זייטיג..
לעצט פארראכטן דורך אורח הכבוד אום מיטוואך דעצעמבער 09, 2020 6:36 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שטייט (זוה''ק שמות) אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!

רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19809
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: רבי ישראל חיים מנשה פרידמאן זצ״ל - ראב״ד סאטמאר - כ״א כסליו תשפ״א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

הבעש''ט האט געשריבן:בילד פון זיין טאטן הגה"צ ר' יעקב צבי זצ"ל הי"ד

IMG_3646.JPG

ער איז געווען די אינגסטע ביים ליקוטי מהרי"ח.
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
וואסערפאל
שר חמש מאות
תגובות: 626
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:27 pm

Re: רבי ישראל חיים מנשה פרידמאן זצ״ל - ראב״ד סאטמאר - כ״א כסליו תשפ״א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואסערפאל »

איך וויל צוברענגען אן עפיזאד וואס מו”ז האט מיר דערציילט אז לערנענדיג אין ישיבה האהאנעמס נאכן קריג, ס’איז נישט געווען אזוי ברייט צו עסן, מ’פלעגט געבן ברויט מיט פוטער פון חלב סתם, אלע תלמידים זייענדיג גאר שטארק אפגעשוואכט פון לאגער, האבן געגעסן פון די פוטער אחוץ דער דיין זצ”ל.
על מי מנוחות ינהלנו
אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

Re: רבי ישראל חיים מנשה פרידמאן זצ״ל - ראב״ד סאטמאר - כ״א כסליו תשפ״א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהער און אהין »

נא_שכל האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:ב. דער דיין ז"ל האט פארגעלערנט א שיעור גמרא תוס' אין פאליש פון ביהמדה"ג אויף ראדני סט. שוין פון די אנהייב ל' יארן, על סדר הש"ס דורכגלערנט די שווערסטע סוגיות בעיון פאר חשוב'ע שומעי לקחו תלמידי חכמים און ערליכע בעה"ב מרישא ועד גמירא, מיט א בהירות און זעלטענע צוגעלאזנקייט. דער שיעור איז געווען פקיע שמיה אלס 'דער דיינ'ס שיעור' דארט האט מען זיך מפלפל געווען, און אלע שומעי לקחו מגדול ועד קטן האבן דאדורך אנגעקניפט א קשר אמיץ מיטן דיין ז"ל, יעדער האט געשפירט אז דער דיין איז פערזענליך נאנט מיט אים.

זאל ער זיין א מליץ יושר פאר אונז און פאר אלע שמועי לקחו ומקורביו און פאר גאנץ כלל ישראל

די שמחה ביים מסביר זיין גוט דעם תוס' איז געווען געוואלדיג, האמיר ערגעץ א שטיקל קליפיטש פון די לעצטערע יארן ביים שיעור, העלמיר עס אפירזוכן.

ביטע ביטע, אהער מיטן קליפטשיק
ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: רבי ישראל חיים מנשה פרידמאן זצ״ל - ראב״ד סאטמאר - כ״א כסליו תשפ״א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
הבעש''ט האט געשריבן:בילד פון זיין טאטן הגה"צ ר' יעקב צבי זצ"ל הי"ד

IMG_3646.JPG

ער איז געווען די אינגסטע ביים ליקוטי מהרי"ח.

ר' יעקב צבי איז געווען עלטער (נאך 2-3 טעכטער), זעדא
אבער די ראחוב'ע רב האט איבערגענומען די רבנות, ווייל רי''צ איז געווען א אלמן דעמאלטס מזוגתו בזיוו''ר - בת ר''י פריינד ראה''ק סאטמאר, כמדומה לי האט ער שפעטער זיך געצויגן קיין ראחוב און ארויסגעהאלפן מיט די רבנות.(עי' בסו''ס ליקוטי מהרי''ח החדש ליתר פרטים)
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

Re: רבי ישראל חיים מנשה פרידמאן זצ״ל - ראב״ד סאטמאר - כ״א כסליו תשפ״א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

וואסערפאל האט געשריבן:איך וויל צוברענגען אן עפיזאד וואס מו”ז האט מיר דערציילט אז לערנענדיג אין ישיבה האהאנעמס נאכן קריג, ס’איז נישט געווען אזוי ברייט צו עסן, מ’פלעגט געבן ברויט מיט פוטער פון חלב סתם, אלע תלמידים זייענדיג גאר שטארק אפגעשוואכט פון לאגער, האבן געגעסן פון די פוטער אחוץ דער דיין זצ”ל.

למען הפונקטליכקייט

חלב סתם איז א פריש פאבראצירטער נאמען פאר מילך פון רעגירונג רעגולירטע קאמפעניס וואס דער אג"מ האט מתיר געווען
עס האט נישט עקזעסטעריט דאמאלט

וועגען חמאת עכו"ם וואס א גוי האט געמאכט זעה אין שו"ע יורה דעה קט"ו סעיף ג
איך געדענק ווען בילדותי האט מען אין היימישע מוסדות (באבוב און פאפא) גענוצט פוטער פון די רעגירונג
ביז פאפא רב זי"ע איז געוואיר געווארען אז עס איז דא א חשש פון תעריבות פון שומן אסור
--
נאך איינער וואס האט דעמאלט געלערנט אין בית שמוא' האהאנעמס איז געווען הרהגה"צ ר' יחזקא' האראוויץ דומ"ץ קהל עדת יראים זצ"ל
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל

אוועטאר
הבעש''ט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4149
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע: אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

Re: רבי ישראל חיים מנשה פרידמאן זצ״ל - ראב״ד סאטמאר - כ״א כסליו תשפ״א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבעש''ט »

אין א שמועס מיט ווישניצער רבי זצ"ל ביים כינוס כלל ישראל

MY1226.jpg
MY1226.jpg (82.9 KiB) געזען 1669 מאל
היסטאריקער
שר האלף
תגובות: 1594
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm

Re: רבי ישראל חיים מנשה פרידמאן זצ״ל - ראב״ד סאטמאר - כ״א כסליו תשפ״א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריקער »

ליבי ובשרי האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
הבעש''ט האט געשריבן:בילד פון זיין טאטן הגה"צ ר' יעקב צבי זצ"ל הי"ד

IMG_3646.JPG

ער איז געווען די אינגסטע ביים ליקוטי מהרי"ח.

ר' יעקב צבי איז געווען עלטער (נאך 2-3 טעכטער), זעדא
אבער די ראחוב'ע רב האט איבערגענומען די רבנות, ווייל רי''צ איז געווען א אלמן דעמאלטס מזוגתו בזיוו''ר - בת ר''י פריינד ראה''ק סאטמאר, כמדומה לי האט ער שפעטער זיך געצויגן קיין ראחוב און ארויסגעהאלפן מיט די רבנות.(עי' בסו''ס ליקוטי מהרי''ח החדש ליתר פרטים)

ר' יעקב צבי איז געווען דער עלסטער, אבער ער איז געזעסן אויף קעסט ביי זיין שווער ר' יצחק פריינד און געהאט פרנסה האט ער עס נישט געוואלט נעמן (מקור דער בלאט)
אוועטאר
נישטאמת
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4002
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע: איך האף צו וויסן בקרוב

Re: בנן של קדושים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

כבוד הרב האט געשריבן:
שירו לו האט געשריבן:דער ראב"ד זצ"ל איז געווען א רבני'ש אייניקל ווי פריער דערמאנט, אבער אויסער דעם האט ער געצויגן א הערליכע יחוס למשפחת התמרים, זייענדיג אן איידעם ביי "דער אלטער ר' אהרן", הרב החסיד הנודע ר' אהרן טייטלבוים ז"ל מאוהעל - וומס"ב.
(אינטערסאנט אז עס איז נאכנישט פארהאן קיין אשכול איבער דעם בקאנטן חסיד ר' אהרן טייטלבוים, וואס איז געווען יד ימינו יארן לאנג פון ש"ב הרה"ק מסאטמאר זי"ע)
ר' אהרן טייטלבוים איז געווען א זון פון ר' לייבוש טייטלבוים זצ"ל פון אוהעל, א זון פון הרה"ק ר' שמואל מגארליץ זי"ע, א זון פון הרה"ק ר' אלעזר ניסן מדראהביטש זי"ע, א זון פון הרה"ק בעל ישמח משה זי"ע.
די קינדער פון ר' אהרן טייטלבוים:
חתנו הגה"צ ר' ישראל חיים מנשה פריעדמאן זצ"ל ראב"ד סאטמאר נפ' תשפ"א בן הגה"ח רבי יעקב צבי פריעדמאן ז"ל מביסטריץ
חתנו הגה"צ ר' יוסף צבי איליאוויטש שליט"א אבד"ק שאמשאן בן כ"ק הגה"צ רבי גבריאל יהודא איליאוויטש זצ"ל אבד"ק שאמשאן
חתנו הגה"צ ר' יצחק מאשקאוויטש זצ"ל אבד"ק נייטרא וומס"ב נפ' תשע"ט בן הגה"צ רבי מרדכי מאשקאוויטש זצ"ל אב"ד סאסבלוי-מאנטריאל
חתנו הגה"צ ר' יעקב יוסף האלבערשטאם שליט"א אדמו"ר מבית חיים יהושע בן הרה"צ רבי חיים יהושע האלברשטאם זצ"ל הי"ד בן הגה"ק מבאבוב זצ"ל הי"ד
בנו הגה"צ ר' לייבוש טייטלבוים זצ"ל נפ' תש"פ [b]חתן הרב החסיד רבי משה אלי' עסטרייכער ז"ל מוותקי חסידי סאטמאר ומונקאטש

בנו הגה"צ ר' ירמי' טייטלבוים שליט"א חתן כ"ק הגה"צ רבי משה אריה לעוו זצ"ל אדמו"ר מטעמשוואר
בנו הגה"צ ר' שמואל טייטלבוים זצ"ל ראש הכולל מעוררי השחר נפ' תשע"ט חתן כ"ק הגה"צ רבי יוסף ישראל זעגלבוים זצ"ל אב"ד וויען
בנו הגה"צ ר' חנני' יו"ט ליפא טייטלבוים שליט"א אבד"ק בית אהרן חתן כ"ק הגה"צ רבי משה האלבערשטאם זצ"ל אדמו"ר מקוויאשד

ר' אהרן האט איבער געלעבט דעם קריג מיט אלע קינדער? ווי זענען זיי געווען בשעתן קריג?
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

Re: בנן של קדושים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

נישטאמת האט געשריבן: ר' אהרן האט איבער געלעבט דעם קריג מיט אלע קינדער? ווי זענען זיי געווען בשעתן קריג?

ער האט געוואינט אין דעברעצין פון ווי א גאנצע באן מיט הינדערעטער אידישע נפשות (ובתובם אמי מורתי און איטלכע קרובים)
איז אנשטאט אוישוויץ געפירט געווארען קיין עסטרייך ווי זיי זענען צישפרייט געווארען אין דערפער
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 0#p2474050

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 8#p1938728
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל

נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

Re: רבי ישראל חיים מנשה פרידמאן זצ״ל - ראב״ד סאטמאר - כ״א כסליו תשפ״א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

אהער און אהין האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:ב. דער דיין ז"ל האט פארגעלערנט א שיעור גמרא תוס' אין פאליש פון ביהמדה"ג אויף ראדני סט. שוין פון די אנהייב ל' יארן, על סדר הש"ס דורכגלערנט די שווערסטע סוגיות בעיון פאר חשוב'ע שומעי לקחו תלמידי חכמים און ערליכע בעה"ב מרישא ועד גמירא, מיט א בהירות און זעלטענע צוגעלאזנקייט. דער שיעור איז געווען פקיע שמיה אלס 'דער דיינ'ס שיעור' דארט האט מען זיך מפלפל געווען, און אלע שומעי לקחו מגדול ועד קטן האבן דאדורך אנגעקניפט א קשר אמיץ מיטן דיין ז"ל, יעדער האט געשפירט אז דער דיין איז פערזענליך נאנט מיט אים.

זאל ער זיין א מליץ יושר פאר אונז און פאר אלע שמועי לקחו ומקורביו און פאר גאנץ כלל ישראל

די שמחה ביים מסביר זיין גוט דעם תוס' איז געווען געוואלדיג, האמיר ערגעץ א שטיקל קליפיטש פון די לעצטערע יארן ביים שיעור, העלמיר עס אפירזוכן.

ביטע ביטע, אהער מיטן קליפטשיק

עס איז נישט אזוי קלאר, ס'איז גענומען געווארען דורך די פענסטער פונעם טיר פונדרויסן.

לפי די דאטום פון די קליפ, איז עס געווען - מיטוואך וארא שנת תשע"ה לפ"ק, ביי די 88 יאר. [פארשטייט זיך אז ס'איז נישט קיין פארגלייך צו די אינגערע יארן, ווען ס'איז געווען א ריבוי עם ביים שיעור, ווי אויך איז געווען מער ניכר די ריתחא דאורייתא און די קראפט פונעם הגדת השיעור].

הגריח"מ פרידמאן זצ"ל בשיעורו בבית המדרש סאטמאר ראדני

ריחמ פרידמאן אצל שיעורו.jpg
ריחמ פרידמאן אצל שיעורו.jpg (233.33 KiB) געזען 1371 מאל

מ'קען דארט זען ר' שלום אליעזר פריינד נ"י און ר' יודא הערש שאפפער נ"י.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אשדוד
שר חמש מאות
תגובות: 530
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 17, 2017 12:30 pm

Re: רבי ישראל חיים מנשה פרידמאן זצ״ל - ראב״ד סאטמאר - כ״א כסליו תשפ״א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אשדוד »

שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”