רבי שמואל מקאריב זי"ע - י"ד אייר (פסח שני) תק"פ

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

רבי שמואל מקאריב זי"ע - י"ד אייר (פסח שני) תק"פ

תגובהדורך זיידעניו » מיטוואך מאי 14, 2008 11:49 am

הרה"ק רבי שמואל זי"ע פון קארוב האט אין זיין יוגנט געוואוינט אין ניישטאט (נישט ווייט פון קראקא). דארט האט ער זיך מתקרב געווען צום רבי'ן ר' אלימלך און איז געווארן פון אים א תלמיד מובהק. שפעטער איז ער געווארן א תלמיד מובהק פון רבי'ן פון לובלין זי"ע. ער האט א סאך יארן געוואוינט אין די שטאט קארוב וואס געפינט זיך נישט ווייט פון לובלין, ווי מענטשן זאגן האט אים דער רבי פון לובלין געהייסן זיך דארט באזעצן כדי ער זאל זיין נאנט צו אים. פון קארוב איז ער אנגעקומען קיין גאקלוב, אבער אויך פון דארט האט ער געמוזט אוועקפארן און איז אנטלאפן קיין וועניגראוו וועלכע געפינט זיך נעבן סאקלאב דארט האט ער געוואוינט ביז זיין פטירה פסח שני שנת תק"פ

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » מיטוואך מאי 14, 2008 11:50 am

אין עיה"ק ירושלים תובב"א, אין די ווארשעווער הייזער, האט געוואוינט אן אלטער אלכסנדרער חסיד מיט'ן נאמען ר' יצחק מענדל, אן אפשטאמיגער פון די שטאט לובלין, אן אייניקל פון רבי שמואל קארובער, אט ווי פאלגענד איז וואס ער האט דערציילט: איך בין דעמאלט געווען א יונגער יונגערמאן, און איך בין געפארן אויף די באן אהיים קיין לובלין, צוריקקומענדיג פון אלכסנדר, פון א נסיעה וואס איך האב געמאכט צום רבי'ן דער ישמח ישראל זי"ע. אונטערוועגנס, ביי איינע פון די סטאנציעס, קומט אריין אין די באן אן אנדערער איד, ער זעצט זיך פונקט אין מיין וואגאן, ווען די באן איז שוין געווען גאנץ נאנט קיין לובלין האט זיך אנטוויקלט א שמועס צווישן מיר מיט דעם איד. ווי עס איז דער סדר צווישן צוויי אידן וואס טרעפן זיך אונטערוועגנס האט זיך איינער נאכגעפרעגט אויפ'ן אנדערן פון וואו ער איז, פון וואו מען קומט און וואו מען גייט, ביז ער איז ארויפגעקומען אז איך בין אן אייניקל פון הרה"ק רבי שמואל קארובער. ווען דער איד האט דאס געהערט, נעמט ער מיר דערציילן א סיפור וואס האט א שייכות מיט רבי שמואל קארובער, אט ווי פאלגענד האט ער דערציילט: רבי שמואל קארובער האט געוואוינט א צייט אין די שטאט סאקלאב, געווען זענען די שטאט לייט פארברענטע מתנגדים, זיי האבן נישט געקענט ליידן אז ביי זיי אין שטאט וואוינט אזא צדיק, האבן זיי אים גע'רודפ'ט, ביז אין איין טאג האבן זיי זיך צוזאמענגענומען און אים ארויסגעטריבן פון שטאט. בשעת די מתנגדים האבן אים ארויסגעטריבן, איז דארט דורך געגאנגען א יונגל אויפין וועג אהיים פון חדר, ווען ער האט געזען די סצענע האט ער אויך געכאפט א צווייגל און דערלאנגט דערמיט א שמייס פאר רבי שמואל'ן אויפן קאפ. ווען רבי שמואל איז שוין געשטאנען ביים עק שטאט האט ער זיך אפגעשטעלט אויף א וויילע, ער האט זיך אויסגעדרייט צו די שטאט און צו זיינע נאכיאגער, ער האט זיך אויסגעשאקלט די טאשן ווי מען טוט ביי תשליך, און דאן זיך אנגערופן צו זיי: "א שריפה אין סאקלאב! די שטאט ברענט!" יענע רגע האט אויסגעבראכן א מעכטיגע שריפה, אין שטאט, די גאנצע שטאט איז אויפגעגאנגען אין פלאמען! עס זענען דורך יארן, דער יונגל וואס האט "אריינגעכאפט די מצוה" פון א שמייס טאן דעם צדיק, איז גרויס געווארן, ער האט שוין לאנג פארגעסן וואס ער האט געטוהן, ער האט חתונה געהאט און געהאט קינדער, און זיי מפרנס געווען בהרחבה. מיט איינמאל האט זיך אים דאס רעדל א דריי געטאן. ער האט פארלוירן די פרנסה, צו וואס ער האט צוגערירט איז געגאנגען מיט'ן פיטום אראפ. ער האט זיך שוין ענדליך צוזאמענגעבארגט געלט און געעפענט א פרישן מסחר, אבער באלד איז דער מסחר אויך געגאנגען באנקראט, און ער איז געבליבן דערצו א גרויסער בעל חוב. ער האט געקויפט סחורה צו האנדלען דערמיט, און ווידער איז ער געבליבן אן גארנישט, דערלייגט דאס גאנצע געלט וואס ער האט אריינגעשטעקט. גוטע פריינד האבן זיך אנגעשטרענגט, אים געגעבן געלט און שטיצע ער זאל זיך קענען צוזאמנעמען און ווידער אנהייבן האנדלען, אבער וואס א טאג שפעטער איז אים אלס ערגער געגאנגען, ער האט נישט געזען קיין הצלחה אין קיין שום זאך, ביז די נויט האט אים געברענגט ער זאל מוזן איבערלאזן די שטאט און אינאיינעם מיט די ווייב און קינדער זיך ארויסלאזן פון שטאט צו שטאט בעטלן. אבער אויך צו די מלאכה דארף מען האבן מזל, און ער האט קיין מזל נישט געהאט, קיינער האט אים נישט געוואלט געבן קיין נדבה, ווייניג האבן אים מסכים געווען אריינצונעמען אין שטוב איבער נעכטיגן, אזוי האט ער געהונגערט בייטאג און געליטן פון קעלט ביינאכט נישט האבנדיג קיין דאך איבערן קאפ. אזוי האט זיך געשלעפט א טאג נאך א טאג, ביז אין איינע פון די טעג זענען זיי אנגעקומען אין א גרויסע פרעמדע שטאט, זיי האבן זיך ווי זייער סדר געלאזט איבער די הייזער קלויבן נדבות, אבער קיינער האט זיי נישט געוואלט געבן קיין נדבה, האבן זיי באשלאסן אריינצוגיין צום רב פון שטאט, אויף וועמען זיי האבן געהערט אז ער איז א גרויסער ערליכער איד און א בעל רחמנות, וועלן זיי כאטש האבן איינעם פאר וועמען זיך אויסצוגיסן זייער ביטער הארץ. דער רב האט זיי טאקע שיין אויפגענומען, און ער האט זיך אויסגעגאסן זיין ביטער הארץ פאר אים. האט אים דער רב גענומען אויספרעגן זיין לעבנס היסטאריע. ווען ער האט דערציילט אז ער איז געבוירן אין סאקלאב האט אים דער רב געפרעגט: דו האסט געקענט אדער כאטש געזען דעם צדיק רבי שמואל? ווען ער האט געהערט די פראגע האט ער אויפגעציטערט, ער האט זיך דעמאלט דערמאנט די מעשה וואס ער האט שוין לאנג געהאט פארגעסן, ווי די רשעים האבן פארטריבן דעם צדיק פון שטאט, און ער איז געווען אזוי נעריש אויפצוהייבן א האנט אויף דעם הייליגן איד, מיט טרערן אין די אויגן האט ער דערציילט פאר'ן רב די מעשה, צוגעבנדיג אז עס איז נישט זיין שולד אינגאנצן, ווייל ער איז דאך געווען א קינד, ער האט נישט פארשטאנען וואס ער טוט. ווען דער רב האט דאס געהערט איז ער אויפגעשפרינגען און אנגעהויבן שרייען אויף אים: אזא זאך האסטו געטוהן, דעם צדיק האסטו געשלאגן? שוין ארויס פון מיין הויז! איך קען דיר נישט העלפן! א גאנצע נאכט איז ער מיט די ווייב געזעסן און געוויינט זיצענדיג אינדרויסן אויפ'ן שוועל פון רב'ס הויז. פארטאג'ס האט זיי דער משמש אריינגערופן צום רב אין צימער. דער רב האט געזאגט צו אים: קענסט אויפהערן ארום וואנדערן, פאר גלייך פון דא קיין וועניגראוו, וואס דארט ליגט דער צדיק רבי שמואל קארובער, ביז דו קומסט אן אהין זאלסטו פאסטן יעדן מאנטאג און דאנערשטאג, אין יעדן אידישן ישוב וואו דו קומסט אן זאלסטו ארויפגיין אויפ'ן באלעמער און זיך מתוודה זיין הויך צו דערציילן פאר יעדן וואס דו האסט געטאן און דעם עונש וואס דו האסט באקומען דערפאר. ווען דו וועסט אנקומען קיין וועניגראוו זאלסטו נעמען א מנין אידן און מיט זיי ארויסגיין אויפ'ן אוהל פונעם צדיק און דארט בעטן מחילה. וועט דיר השי"ת העלפן דיין מזל וועט צוריק אויפשיינען, און דו וועסט אויפגעראכטן ווערן! דער איד האט אלעס געפאלגט, און באלד דערויף האט זיך דאס רעדל א דריי געטאן, די הצלחה האט אים גענומען שיינען ער האט ווידער אנגעהויבן האנדלען און האט שיין מצליח געווען. ער איז געווארן א גרויסער בעל צדקה, און האט דערצו זוכה געווען צו א געוואלדיגן אריכות ימים! אט ביז אהער איז די מעשה וואס דער איד האט מיר דערציילט אויף די באן. ער האט אויסגעפירט: "דער איד דער בעל המעשה לעבט נאך, ער איז אלט הונדערט יאר און נאך עלטער! ער וואוינט ביי זיינע קינדער אין די שטאט סקערנאוויטץ, אויב דו ווילסט קענסטו אים פארן זען, זיינע קינדער וואוינען נעבן די באן סטאנציע און האבן א רעסטעראנט". ווען איך האב דאס געהערט האב איך אנשטאט אהיים צו פארן קיין לובלין אראפגעשטיגן ביי די ערשטע סטאנציע וואו די באן האט זיך אפגעשטעלט, דארט האב איך געווארט און גענומען די באן קיין סקערנאוויטץ, איך האב טאקע באלד געטראפן דעם רעסטעראנט, איך האב גערעדט מיט איינע פון די קינדער, און ער האט מיך אריינגעפירט צום טאטן. ווען איך בין אריינגעקומען אין צימער האב איך דארט געטראפן א זקן ליגן אין בעט, איינגעדעקט אין קאלדערעס, קוים וואס ער האט זיך גערירט פאר אלטקייט און שוואכקייט. צוליב זיין שוואכקייט האט ער שוין קוים געקענט רעדן, און האט זיך קוים באוואויגן. דאך אבער, ווי נאר איך האב מיך צוגעבויגן און אים אריינגערוימט אין אויער אז איך בין אן אייניקל פון רבי שמואל קארובער האט דער זקן גענומען ווארפן פארבן, ער האט פלוצלינג צוריקבאקומען כח, ער האט זיך אויפגעזעצט אויפ'ן בעט מיך ארומגענומען און געהאלזט ווען פון זיינע אויגן רינען טרערן, ביז מיינע אויגן האבן אויך געלאזט טרערן פאר גרויס התרגשות!

אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3084
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

תגובהדורך יודל מענדלזאהן » דאנארשטאג מארטש 29, 2012 1:36 pm

זיידעניו, דאס איז א מורא'דיגע מעשה! א ריזיגן יישר כח דיר!

אגב, איז עס שוין ערגעץ געדרוקט געווארן? (חוץ פון דא...)

אוועטאר
אננעמער
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 17, 2012 9:58 pm

תגובהדורך אננעמער » זונטאג אפריל 01, 2012 9:08 pm

כ'האב געזעהן א מורא'דיגע פסח'דיגע מעשה פון רבי שמואל קארובער, דערציילט פון ראחמיסטריווקא רבי שליט"א.

רבי שמואל האט שטארק מקפיד צו עסן דעם אפיקומן פאר חצות ביידע נעכט פסח.
איין יאר, פאר דעם צווייטן סדר, איז ער זיך געגאנגען אראפלייגן אביסל, און געבעטן מ'זאל אים וועקן אפאר מינוט שפעטער ער זאל נאך קענען מאכן דעם סדר געהעריג און כאפן חצות.
למעשה, האט די וועקער פארשפעטיגט, און רבי שמואל האט זיך אויפגעכאפט זייער שפעט.
שטארק צעבראכן, האט ער זיך געזעצט מאכן דעם סדר זייער זייער שנעל, אן די כוונות, כדי צו כאפן חצות.
רבי שמואל איז געווען זייער צוקלאפט פון די גאנצע מעשה.
ווען ער איז א שטיק צייט שפעטער געפארן קיין לובלין, האט אים די חוזה גלייך מקבל פנים געווען "אה רבי שמואל אייער צווייטע סדר שיינט אין אלע עולמות!".
רבי שמואל איז געבליבן שטיין מיט וואונדער, און די חוזה האט מסביר געווען, אז אודאי זענען אלע כוונות זייער חשוב אין הימעל, אבער דער לב נשבר ונדכה וואס ער האט געהאט ביים צווייטן סדר איז נאך סאך סאך חשוב'ער.
זכותו יגן עלינו.
הוי "מקבל" את כל אדם בשמחה

גרויסער יחסן
שר חמישים
תגובות: 81
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 08, 2018 8:18 pm

תגובהדורך גרויסער יחסן » פרייטאג יוני 01, 2018 6:40 am

אננעמער האט געשריבן:כ'האב געזעהן א מורא'דיגע פסח'דיגע מעשה פון רבי שמואל קארובער, דערציילט פון ראחמיסטריווקא רבי שליט"א.

רבי שמואל האט שטארק מקפיד צו עסן דעם אפיקומן פאר חצות ביידע נעכט פסח.
איין יאר, פאר דעם צווייטן סדר, איז ער זיך געגאנגען אראפלייגן אביסל, און געבעטן מ'זאל אים וועקן אפאר מינוט שפעטער ער זאל נאך קענען מאכן דעם סדר געהעריג און כאפן חצות.
למעשה, האט די וועקער פארשפעטיגט, און רבי שמואל האט זיך אויפגעכאפט זייער שפעט.
שטארק צעבראכן, האט ער זיך געזעצט מאכן דעם סדר זייער זייער שנעל, אן די כוונות, כדי צו כאפן חצות.
רבי שמואל איז געווען זייער צוקלאפט פון די גאנצע מעשה.
ווען ער איז א שטיק צייט שפעטער געפארן קיין לובלין, האט אים די חוזה גלייך מקבל פנים געווען "אה רבי שמואל אייער צווייטע סדר שיינט אין אלע עולמות!".
רבי שמואל איז געבליבן שטיין מיט וואונדער, און די חוזה האט מסביר געווען, אז אודאי זענען אלע כוונות זייער חשוב אין הימעל, אבער דער לב נשבר ונדכה וואס ער האט געהאט ביים צווייטן סדר איז נאך סאך סאך חשוב'ער.
זכותו יגן עלינו.

אין ספר התגלות הצדיקים ווערט די מעשה געברענגט מיט מער אריכות און א ביסל אנדערש עיי"ש ותמצא נחת (אין מהדורת בלום - ירושלים תשי"ט געפינט זיך דאס אין עמוד ע')

גרויסער יחסן
שר חמישים
תגובות: 81
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 08, 2018 8:18 pm

תגובהדורך גרויסער יחסן » פרייטאג יוני 01, 2018 6:41 am

זיידעניו האט געשריבן:הרה"ק רבי שמואל זי"ע פון קארוב האט אין זיין יוגנט געוואוינט אין ניישטאט (נישט ווייט פון קראקא). דארט האט ער זיך מתקרב געווען צום רבי'ן ר' אלימלך און איז געווארן פון אים א תלמיד מובהק. שפעטער איז ער געווארן א תלמיד מובהק פון רבי'ן פון לובלין זי"ע. ער האט א סאך יארן געוואוינט אין די שטאט קארוב וואס געפינט זיך נישט ווייט פון לובלין, ווי מענטשן זאגן האט אים דער רבי פון לובלין געהייסן זיך דארט באזעצן כדי ער זאל זיין נאנט צו אים. פון קארוב איז ער אנגעקומען קיין גאקלוב, אבער אויך פון דארט האט ער געמוזט אוועקפארן און איז אנטלאפן קיין וועניגראוו וועלכע געפינט זיך נעבן סאקלאב דארט האט ער געוואוינט ביז זיין פטירה פסח שני שנת תק"פ

אפשר ווייסט איינער צו ס'איז דא זיין ציון? איך האב א בילד פון דעם אוהל פאר די מלחמה אבער איך ווייס נישט וואס טוהט זיך היינט

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5838
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » פרייטאג יוני 01, 2018 7:04 am

גרויסער יחסן האט געשריבן:איך האב א בילד פון דעם אוהל פאר די מלחמה

איר קענט עס אפשר ארויפשטעלן דא?

יצחק פון ישיבה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 296
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 4:33 am

כמה מעשיות נפלאות מר' שמואל קארובער

תגובהדורך יצחק פון ישיבה » פרייטאג יוני 01, 2018 7:05 am

שסיפר תלמידו הק' מקאזמיר זיע"א.
א. אמר שהצדיק ר' שמואל קאריווער זצוק"ל נולד בטבע להיות גנב, ושיבר את טבעו ולקח את מידה זו לעבודת הבורא, וכל עבודתו היה בדרך גניבה והצנע לכת. (דברי ישראל ויצא).
ב. אמר, כי האדם צריך להיות מעשיו בעבודת ה' טמונים כמו המחשבה, ולזה זכה רבו הק' ר' שמואל קארווער זצוק"ל, כי פע"א היה לו גלגול שלג באמצע השוק ולא הכירו בו בני אדם.
ג. מעשה מר' שמואל קאריווער זצוק"ל כשגרשוהו מסוקולוב והשליכו אבנים אחריו, אמר אז לאא"ז זצוק"ל מקאזמיר, למה לא הזכרת עצמך לפני, כי כעת מחמת שפלות בעוה"ז, היה לי דעה בשמים, עכ"ל (ישא ברכה וישלח).
ד. גווען אגרויסע בעל מנגן, און יארן שפייטער, ווען דער תפא"ש איז געקומען צו פארן צו שבועות בצ"ק הקאזמירער, וניגש לעמוד, האט ר' חזקלע געזגט, אז פון זיין רעבי'ס פטירה, האט ער ניט גיעהרט אזא כח הנגינה.
זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל אמן

גרויסער יחסן
שר חמישים
תגובות: 81
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 08, 2018 8:18 pm

תגובהדורך גרויסער יחסן » מאנטאג יוני 04, 2018 7:13 pm

יציב פתגם האט געשריבן:
גרויסער יחסן האט געשריבן:איך האב א בילד פון דעם אוהל פאר די מלחמה

איר קענט עס אפשר ארויפשטעלן דא?

תצלום0357.jpg
האט האסטו א בילד פון ביה"ח מיט'ן אוהל
תצלום0357.jpg (209.18 KiB) געזעהן 1427 מאל

דורש וחוקר
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 30, 2019 10:30 am

Re: רבי שמואל מקאריב זי"ע - י"ד אייר (פסח שני) תק"פ

תגובהדורך דורש וחוקר » זונטאג מאי 24, 2020 4:30 pm

אפשר וייסט א איינעם וי איז דער שטאט 'ניישטאט' וואס ר' שמואל קאריבער איז דארטן געווען, אין וי הייסט דאס היינטיגע טאג

ליפשיטץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 23, 2017 8:54 am

Re: רבי שמואל מקאריב זי"ע - י"ד אייר (פסח שני) תק"פ

תגובהדורך ליפשיטץ » דינסטאג מאי 26, 2020 11:13 am

ביי משפחת קירשנבוים פון ירושלים איז דא א מסורה אז זיי זענען אייניקלאך פון רבי שמואל קאריב'ער זי"ע.
דער יחוס ציט זיך אזוי.. ר' דוד נחמן קירשנבוים זצ"ל (וואס איז ארויף געקומען קיין ירושלים), ב"ר שלמה זצ"ל, בן רבי שמואל מקארוב זי"ע.

רבי דוד נחמן איז אביהם של רבי ישעי' ורבי שמואל קירשנבוים זצ"ל.

אויך איז דא א משפחה גרנטשטיין אין א"י, וואס זענען זיינע אייניקלאך..


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot] און 3 געסט