רבי מנחם מענדל האלברשטאם מסטראפקוב זצוק"ל - ו' אייר תשי"ד

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
אייניקעל פון אהרן הכהן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 271
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 29, 2008 6:13 pm

תגובהדורך אייניקעל פון אהרן הכהן » דאנארשטאג אפריל 22, 2010 7:47 am

בעל ה'דברי מנחם' זיע"א נולד בשנת תרל"ג לאביו האדמו"ר הרה"ק אברהם שלום מסטרופקוב זיע"א, בן הרה"ק בעל ה'דברי יחזקאל' משיניאווא בן הרה"ק בעל ה'דברי חיים' זיע"א.

בשנות נעוריו כבר נודע בשער בת רבים גדלותו בתורה ובחסידות. גדל על ברכי אביו וזקנו הק' משיניאווא. זקני החסידים ספרו שבהיותו ילד בן 12 ראה שזקנו בעל ה'דברי יחזקאל' מסתובב בביתו כשפניו אינם משביע רצון, ניגש אליו נכדו חביבו בעל ההילולא ושאל אותו על מה ולמה הוא כך. ענה לו זקנו: כבר ערב פסח ועדיין אין לי מסכתא לסיים. ענה לו מיד הילד: סבא, אני אלמד מסכתא ואעשה סיום!

כל הלילה ישב היניק וחכים ולמד בהתמדה. בבוקר ניגש לזקנו ואמר שהוא מסיים את המסכתא, והיה הדבר באחד המסכתות הגדלות שבש"ס. זקנו בעל ה'דברי יחזקאל' מיד בחן אותו שקליא וטריא, גפ"ת, ונתפעל מאד מהעמקות, מהידיעה העצומה, ואמר מיד לרבנית, לעשות מהר סעודה כי הפעם יש לנו באמת סיום.

הקים ישיבה לבחורים בעיר סטרופקוב, שמה הטוב של הישיבה הלך לפניה, ורבים התדבקו על דלתותיה. ממשיך דרכו, האדמו"ר בעל הדברי יחזקאל שרגא זצ"ל כתב בהקדמה לספרו 'דברי מנחם' זיכרונות מלימודו בישיבה. היה מוסר שיעורים בחריפות עמוקה, מוקף בבקיאות עצומה, מעוטר בצניעות וענווה, החדיר בתלמידיו יראת שמים.

בעל ה'דברי מנחם' התעטר בכתר ההוראה כשהיה צעיר לימים, וכשבא להיבחן אצל המר"ש אנגיל זיע"א לא רצה לתת את מכתב ההוראה עד שאחרון התלמידים יראה את גודל קדושתו ועמקות הבנתו וידיעתו המקיפה בכל מכמני התורה.

אחרי הסתלקות אביו ביום השבועות בשנת ת"ש קבלו עליהם עדת החסידים את בעל ההילולא למלא את מקומו, אך לא זכה לשבת ימים רבים על ממלכתו, הצורר הנאצי ימ"ש כבש במהרה גם את גליציה, והחריב את עדתו יחד עם כל בני משפחתו. יחד עם ששת מיליוני הקדושים נקרבו על המזבח כל בניו וחתניו, כלתיו ובנותיו, נכדנים ונינים, כולם נעקדו על קידוש ה', הי"ד.

בחסדי שמים מרובים הצליחו ברגע האחרון לחלץ אותו מציפורני הרשעים עד ימי הפסח תש"ה כשהעבירו אותו למדינת שווייץ. בהשתדלות של אחד החסידים, הנגיד הרב ישראל זופניק ע"ה, מגדולי בעלי החסד בימים ההם, החליט לנסוע לארצות הברית להשתקע שם, ובנה לו בית מדרש לתורה ולתפילה ושקק חיים במשך כל שעות היום והלילה, עד היום הזה.

היה בידידות עצומה עם כל גדולי האדמו"רים, הרבנים וראשי הישיבות בארה"ב. כולם שחרו לפתחו לשמוע את דבר ה', לשאול בעצתו ולבקש את ברכתו. שנים מועטות לפני הסתלקות הרגיש לא טוב והיה מאד חלש. האדמו"ר בעל ה'דברי יואל' מסאטמאר זצ"ל והאדמו"ר מסקווירא זצ"ל הגיעו לבקרו וישבו כל הלילה.

בשנת תשי"ב חלה מאד. ימים מועטים לפני ההסתלקות, בראש חודש אייר, התדרדר מאד מצב בריאותו. תפילות רבים נערכו בראשות גדולי הדור לרפואתו ולבטל את רוע הגזירה, אך לצערם של לבם ישראל, ביום אור לו' אייר, במוצ"ש תיכף אחר הבדלה, יצאה נשמתו בטהרה ליוצרה.

בהחלטת הרבנים הוחלט להעלות את גופו הק' לארץ הקודש לקברו בעיה"ק ירושלים, מאחר שהביע את רצונו לעלות לארץ ישראל. רבבות השתתפו בהלוויתו בארה"ב כשבראש המיטה צעדו האדמו"ר מסאטמאר בעל ה'דברי יואל' זי"ע שליווה את המיטה עד למטוס, וכשהעלו את המיטה למטוס התבטא בבכייה גדולה: 'האדם האחרון שהיה יודע איך קוראים קוויטל כבר איננו'.

ביום שלישי שלאחר פטירתו נערכה ההלוויה בהשתתפות עשרות אלפי איש מבני ירושלים ובראשם כל אדמור"י ורבני העיר. בתום ימי השבעה נקבצו החסידים הכאובים והחליטו לקבל עליהם את עול המלכות של אחיינו האדמו"ר בעל הדברי יחזקאל שרגא זצ"ל.

Pכגכפוןhttp://www.tog.co.il/he/TorahNew.aspx?Id=82
הוי מתלמידיו של אהרן אוהב שלום ורודף שלום, אוהב את הבריות ומקרבן לתורה

מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 749
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 01, 2009 12:52 pm

תגובהדורך מיילעך » דאנארשטאג אפריל 22, 2010 7:49 am

אייניקעל פון אהרן הכהן האט געשריבן:כ' האב ערגעצוואו פארשריבן פרטים וועגן זיין הסתלקות וואס כ' האב געהערט פון מיין זיידן וואס איז דערביי געווען, לויט ווי איך געדענק איז ער אוועק מוצאי שבת תיכף נאכן זמן ר"ת, כ'וועל שרייבן מער פרטים ווען איך וועל עס טרעפן.

די מעשה מיט יוסף יו"ט איז געווען אז די כלה האט נישט געוואלט גיין אינטער די חופה נאר אז ר' אברהם שלום זאגט איר צו אז זיי וועלן האבן א קינד, אין ר' אברהם שלום וואס איז דעמאלטס שוין געווען 80 יאר אלט האט צוגעזאגט וכך הוה, ר' אברהם שלום אליין איז געווען סנדק.

מיר האבן שוין געשריבן פון דעם אין די פריערדיגע עמודים, ווי אויך א בילד פון הילד הפלא והנחמד יוסף יו"ט הי"ד.

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » דאנארשטאג אפריל 22, 2010 3:34 pm

דעם פארגאנגענעם מוצש"ק ביי מלוה מלכה אין פאליש אין ראדני, האט הרה"ח ר' יוסף הערש וויינשטאק שליט"א פארציילט א אינטערעסאנטע מעשה וואס ער האט געהערט פונעם בעל המעשה אליין ר' שמואל אליעזר ראזענצווייג ע"ה (ספרים בינדעריי).

ווען ר' שמואל אליעזר האט געבוירן זיין ערשטן בן זכר איז ער געגאנגען מכבד זיין הרה"ק רמ"מ מסטראפקאוו זצ"ל מיט סנדקאות, האט איהם ר' מענדעלע זצ"ל געזאגט איך נעם אן דעם סנדקאות אבער איך נעם מיך אויס אז מען זאל פאר די סעודת ברית נישט גארנישט אנגרייטן נאר געבן מצה מיט אביסל הערינג, דער אבי הבן איז אהיימגעקומען און פארציילט פאר די יולדת וואס דער סטראפקאווער רב האט געזאגט, זי האט אבער געטראכט עס איז דאס ערשטע קינד איך וויל מאכן א געהעריגע סעודת כיד המלך, און זי איז אויפגעןווען א גאנצע נאכט געבאקן שיינע גרויסע חלות און געקאכט פיש וכו' וכו' צוגעגרייט א געהעריגע סעודה, אינדערפריה האט דער אבי הבן איינגעפאקט די גאנצע סעודה און גענומען דאס קינד און ער האט גערופן א קאר צו טראגן דאס קינד און די סעודה צום סטראפקאווער ביהמ"ד אויף הופפער סטריט, ער האט אריינגעלייגט דאס עסן אינעם טראנק פונעם קאר און דאס קינד גענומען מיט זיך אויפן זיץ, אנקומענדיג צום ביהמ"ד איז דער אבי הבן קודם ארויף מיטן קינד צום ביהמ"ד (וואס איז אויפן צווייטן שטאק) און געלאזט די גאנצע סעודה אינעם קאר ביז ער לייגט אראפ דאס קינד אין ביהמ"ד, ווען ער איז צוריק ארויסגעקומען צו נעמען דאס עסן האט ער געזעהן אז דער קאר האט פליטה מיט די גאנצע סעודה, און ער האט נישט געהאט קיין ברירה און טאקע געגאנגען קויפן מצה מיט אביסל הערינג צו קענען מאכן א שטיקל סעודה, ווען ער איז אריינגעקומען צוריק האט איהם דער סטראפקאווער רב זצ"ל אנגעקוקט מיט א שמייכל און ער רופט זיך אן צו איהם "איך האב דיר געזאגט זאלסט נישט זיין קיין חכם".

ע"כ הסיפור.

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלפיים
תגובות: 2017
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » דאנארשטאג אפריל 22, 2010 5:29 pm

אייניקעל פון אהרן הכהן האט געשריבן:בהחלטת הרבנים הוחלט להעלות את גופו הק' לארץ הקודש לקברו בעיה"ק ירושלים, מאחר שהביע את רצונו לעלות לארץ ישראל. רבבות השתתפו בהלוויתו בארה"ב כשבראש המיטה צעדו האדמו"ר מסאטמאר בעל ה'דברי יואל' זי"ע שליווה את המיטה עד למטוס, וכשהעלו את המיטה למטוס התבטא בבכייה גדולה: 'האדם האחרון שהיה יודע איך קוראים קוויטל כבר איננו'.



Pכגכפוןhttp://www.tog.co.il/he/TorahNew.aspx?Id=82

איך גלייב נישט אז רביה"ק מסאטמאר זי"ע האט אזוי געזאגט ווייל די בעלזער רב האט נאך דעמאלס געלעבט אין האט זיכער געקענט ליינען א קוויטל כידוע
参考专家

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » דאנארשטאג אפריל 22, 2010 8:27 pm

גלייב נישט,



לא כתבו אודות שהיית המיטה בדרך כמה ימים, כמדומני בצרפת.
ועמך כולם צדיקים

רעיא מהימנא
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 18, 2009 2:02 pm

תגובהדורך רעיא מהימנא » דאנארשטאג אפריל 22, 2010 10:49 pm

קארל האט געשריבן:די איינציג-פארבליבענע אייניקל פון סטראפקובער רב זצ"ל הייסט שיינדעלע רובין. נאך בחייו פון איר גרויסן זיידן האט זי אוועקגעצויגן פון זיין דרך (אבער דוכט זיך אז זי איז אייביג געבליבן פרום). דער סטראפקובער רב פלעגט שיקן זיין פלימעניק הרה"ח ר' ישראל פרנס שליט"א, לרפו"ש, וועלכער איז געווען דאן א בחור און איז צוזאמען מיט איר אויפגעוואקסן ביים פעטער, אז ער זאל איר אפיר זוכן ביי דער באן-סטאנציע און איר אהיים ברענגען.
איר'ס אן איידעם הייסט קופער, און ער פארמאגט א פרומער ליטווישער שטוב אין לעיקוואוד, ניו דזשערסי. איר'ס א זון איז געווען דער באקאנטער אדוואקאט יחזקאל רובין ע"ה, וועלכער איז געווען טעטיג אין געריכט איבער דעם ביה"ח אין קרית יואל.

איז דעיס דער ר' ישראל פארנעס פין ווילימסבורג וואס דאווענט אין ווייצענע ביהמ"ד אויף לי עוועניא? ער דארף שוין מסתמה זיין היינט א זייער אלטע איד.

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

תגובהדורך יוסלמאן » פרייטאג אפריל 23, 2010 7:28 am

יא! זאל ער האבן א רפו"ש בקרוב.
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25571
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג מאי 17, 2010 9:06 am

נעכטן האב איך געזעהן אינעם ספר 'נטיעות אד"ר' להגה"צ ר' אהרן דוד רובינשטיין אב"ד קאוואטשהאזא הי"ד, צום סוף האבן די קינדער געדרוקט בריווען פונעם סטראפקובער רב זצ"ל צו הרה"ח ר' חיים צבי רובינשטיין ז"ל בנו של הנטיעות אד"ר, דער ר' חיים הערש איז ווייזט אויס געווען א חסיד פונעם סטראפקובער רב און נאך די קריג האט ער געוואונט קודם אין שווייץ פון ווי ער פחלעגט פון צייט-צו-צייט שיקען געלט פארן סטראפקובער רב קיין וומ"ס.

איז דא דארט עטליכע דאנק בריווען צו אים קיין שווייץ מיט נאך פארשידענע ענינים, אינדערצווישען איז פארהאן איין בריוו ווי דער סטראפקובער רב דערציילט אים איבער דעם שידוך וואס ער האט געטאן מיט זיין אייניקל הנ"ל 'עם בחור מופלג בתורה'.

הייליגער
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 7:45 pm

תגובהדורך הייליגער » מאנטאג מאי 17, 2010 10:22 am

איטשע האט געשריבן:
אנדי פעטיט האט געשריבן:אויב איך מאך נישט קיין טעות איז ער אויך געווען די מסדר קידושין ביי אדמו"ר המהרנ"ץ מבאבוב ז"ל.


וועגן דעם מהרנ"ץ ווייסעך נישט, יכול להיות, אבער ער איז געווען מסדר קידושין ביי זיין פאטער דער באבוב'ער רב ז"ל.


לפי ידיעתי זענען ביידע ריכטיג, ער איז געווען מסדר קידושין ביים באבובער רב [מהרנ"צ] ז"ל און ביים פאטער דער אלטע באבובער רב [מהר"ש] ז"ל'ס צווייטע חתונה נאכ'ן קריג.

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5327
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דינסטאג מאי 18, 2010 10:03 am

בשבועות חל היארצייט של אביו הקדוש זי"ע.

התמונה הוא מהסטראפקאווער רב זי"ע בישיבת נייטרא באסאמערוויל עם הרה"ג רבי יצחק זאב מאיער זצ"ל, הובא באיש חמודת מהוד"ת.
.
צוגעלייגטע
Sארםפלםה.jpg
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

כתר ישועה
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 7:36 pm

תגובהדורך כתר ישועה » דאנארשטאג מאי 20, 2010 6:43 am

משמש האט געשריבן:ווען איז הרה"ק ר' אברהם שלו' זי"ע אוועק?
לפי ידיעתי זענעכן נאך פאראן אידן וועלכע האבן אים געקענט.


אא"ז ע"ה הכ"מ האט זעך נאך געווייקט ביים הייליגען סטראפ'קעווער רב דער רבי ר' אברהם שלום זי"ע און געווען בשעת'ן לויה זיינע ביום ב' דיו"ט דשבועות וו הא עם געראגט מחוץ לעיר

באמתחתי, אין ספור מעשעל'עך איבערן סטראפקוב'ער רב ז"ל ולא כאן המקום
כתרו ישועה - לבושו צדקה
הישועות בו מקיפות

כתר ישועה
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 7:36 pm

תגובהדורך כתר ישועה » דאנארשטאג מאי 20, 2010 6:51 am

מיילעך האט געשריבן:ווען ר' אברהם שלום האט חתונה געהאט בזיווש"ל איז די כלה געווען אלט בלויז 28 יאר. אין ער איז שוין געווען א בן שבעים. האט ער איר צוגעזאגט אז מען וועט האבן א קינד צוזאמען. ונולדה להם בנם "יוסף יום טוב" ילד מלא מדע וחכמה,
ער איז שוין געגאנגען אלץ קינד אין א בעקיטשע, אין אנגעווינטשן ברכות פארן ציבור כזקן ורגיל. הי"ד.

בייגעלייגט א בילד פון הילד הנחמד יוסף יום טוב הי"ד:


עס איז פארהאנן, א גאנצע געשיכטע איבער דו התהוות פון דו הבטחה,
ערשט נאך דריי יאהרן, נאך דו חתונה, איז דו הייליגע קינד פועל ישועות יוסעל'ע הי"ד געבוירן געווארן.
דו רעבעצין, איז געגאנן מיט טענות צו דעם שדכן ר' נפתלי שטערן פון אר"י.

אגב, ביי דעם פאסא,
שטייט יוסעל'ע אינטער'ן שויס פון זיין מיטער דו רעבעצין
כתרו ישועה - לבושו צדקה
הישועות בו מקיפות

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5327
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » פרייטאג מאי 21, 2010 8:36 am

כמדומה שהרבני הישיש ר' ישראל אלימלך ווערטהיימער שליט"א, מחשובי חסידי סאטמאר, זוכר היטב את הרה"ק רבי אברהם שלום זי"ע. שמעתי כמ"פ מבניו שאביו של ר' ישראל אלימלך היה חסידו וסיפר נפלאות אודתיו.

אדב, ר' ישראל אלימלך הנ"ל, היה חסיד של הרה"ק מקאלאשיץ זי"ע הי"ד ונסע כמה שנים ליהות על הימים נוראים בצל רבו הקדוש, ומרבה לספר מזכרונתיו, ס'לוינט אריינצוכאפן.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלפיים
תגובות: 2017
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » פרייטאג מאי 21, 2010 1:06 pm

וועלכע גאס וואונט ער? וואס איז דער טעלפאן נומבער? ווי אזוי קען מען צוקומען צו איהם? איך בין א שטארקע נאשער פין מעשיות ממילא וועל איך דאנקבאר זיין פאר ווער עס וועט געבען די גוטע אינפארמאציע א דאנק ..
参考专家

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5327
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » מאנטאג מאי 24, 2010 7:21 am

מומחה יוחס האט געשריבן:וועלכע גאס וואונט ער? וואס איז דער טעלפאן נומבער? ווי אזוי קען מען צוקומען צו איהם? איך בין א שטארקע נאשער פין מעשיות ממילא וועל איך דאנקבאר זיין פאר ווער עס וועט געבען די גוטע אינפארמאציע א דאנק ..


כמדומה איז ער ביי איינע פון די קינדער.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6441
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » מאנטאג מאי 24, 2010 12:29 pm

ער איז רוב מאל ביי זיין זין ר' משה יוסף אויף פלאשינג און בעדפארד , און אסאך מאל ביי זיין זין ר' חיים שלמה אויף יוז סטריט
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלפיים
תגובות: 2017
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » מאנטאג מאי 24, 2010 5:00 pm

יישר כח חברים וידידים.
参考专家

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25571
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג אוגוסט 08, 2013 1:39 pm

נייעס פון הצלת הרבי ר' מענדעלע מסטראפקוב
צוגעלייגטע
getimage.png

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2463
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 10:06 am

יוסלמאן האט געשריבן:יא! זאל ער האבן א רפו"ש בקרוב.

ער איז ל"ע שבק חיים לכל חי.יהי זכרו ברוך .ת.נ.צ.ב.ה.

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2463
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 8:08 pm

איך האב געהערט א'מוראדיגע מעשה פון הרה"ג רבי שמעון יואל וויינבערעגר דומ"ץ סקולען ,וחדב"ן הרה"ק מסקולען שליט"א.וואס ער האט אס געהערט איש מפי איש ביז'ען בעל עובדה אליינס.אז הרה"ק רבי יוסעלע מדעשש (שווער פונעם באבוב'ער רב זצ"ל און פון ווייצנער רב זצ"ל,)איז געווען אינטערוועגנס און אמעריקא נאך געלט (ער מיינט שיקאגא),איז אריין געקומען א איד צו עם אז ער מוכן צו געבען 10 טויזענט דולר אויב ער זאגט עם צו א'קינד, זאגט ער עם ,אז ער גייט דאס דורך טראכטן,און דערווייל האט ער געקלונגען הרה"ק רבי מענדעלע סטראפקאווער און פארציילט דאס געשעפט,האט עם רבי מענדעלע געפרעגט איז ער א'שומר שבת?זאגט ער עם ניין ער האט א'גרויסער ביזנעס און ער מיז זיין אפען,זאגט עם רבי מענדעלע אז ער קען נישט צו זאגען א'מחלל שבת א'קינד.האט זיך יענער אונטערגענומען צו האלטען שבת און פארמאכען זיין ביזנעס, האט עם רבי מענדעלע געזאגט אז ער מיז עם געיבען האלב פון די געלט, דאס הייסט פינעף טויזענט דולער,האט ער עם אנגעווינשטען, און ער האט פארמאכט זיין ביזנעס און שבת,און דאס ווייבעל איז געווארן מעוברת, און איינמאל פרייטאג ,רופט סטראפקעווער רב ,אריבער דעששער רבי ,און פרעגט עם צו דער איד האלט שבת,זאגט עם דעששער רבי א'וודאי ,ער האט זיך אינטערגענומען צו האלטען, זאגט עם סטראפקעווער רב אז ער זאל עם קלונגען און פרעגען,דעששער רבי טענהט זיך אז זיכער היט ער שבת, נאך שבת טראכט זיך דעששער רבי לאמיר קלונגען דעם איד און פרעגען, האט ער עם געקלונגען,זאגט עם די איד אז ער האט זיך אינטער גענומען ,און ער האט געהאלטן שבת,נאר די שבת איז געווען און שטאט א'גרויסער ביזנעס SHOW און ער האט זיך נישט געקענט איינהאלטען און ער איז געווען אפען, און זיין ווייב האט ל"ע מפיל געווען דאס קינד, פירט ער אויס די מעשה ,וואו גרויס די כח פון סטראפקעווער רב איז,אז ער האט שוין געזען לפני מעשה אז די איד גייט מחלל שבת זיין. פארציילט מיר א'איד א' מעשה מיט זיין פעטער,אז איינער איז געווען חולי נופל ל"ע,איז ער געקומען צום סטראפקעווער רב,האט ער עם געגעבען א'קמיע,אבער ער האט עם געווערנט ,ער טאר קיינעם נישט ווייזען די קמיע, ווייל אז יא וועט אס עם שאטען און דער מענטש וואס זעהט אס, איינמאל איז געקומען דעם בעל מספר'ס הנ"ל , פעטער ,און געבעטען יענעם אז ער זאל עם ווייזען די קמיע,האט יענער געזאגט אז די רבי האט עם געווארענט,האט ער עם געמוטשעט און געמוטשעט ביז יענער האט עם אס געוויזען,אויף די מינוט וואס ער האט עם אס געוויזען איז דער חולי נופל צאם געפאלען, און דער בעל מספר'ס פעטער 3 יעריגער קינד איז ארויס געלאפען פון איר מאמע'ס הענט און אריין געלויפען און א'קאר אויף די גאס ,איז זי ל"ע באלד געהארגעט געווארען,איז ער געלויפען צום סטראפקעווער רב,און פארציילט אלעס,האט ער געזאגט, איך האב דיך געווארענט.און ער האט צו געזאגט יענעמ'ס פעטער נאך א'קינד, און כך הוה יענער איז גהאלפען געווארען.און בדרך אגב איז סטראפקעווער רב געווען סנדק ביי אבי מורי שליט"א, זיע"א.

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2463
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

עשרת אלפים ככר כסף.

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » פרייטאג מאי 09, 2014 5:02 am

פארציילט הרב הצדיק רבי אלחנן היילפערין שליט"א גאב"ד ראדומישלא ויליד העיר קאשוי יצ"ו, וממקורבי הרה"ק רבי אברהם שלום מ'סטראפקוב זי"ע (בספרו שיחתן של עבדי אבות ,ליקוט משיחות קדשו).אז הרה"ק מ'סאטמאר זצ"ל האט באזוכט הרה"ק רבי א"ש מ'סטראפקוב זצ"ל און קאשוי ,און האט אים געבעטן א'ברכה פאר בנים זכרים,האט הרה"ק מסטראפקוב זצ"ל געזאגט אז איר אליין זענט א'רבי און א'פועל ישועות,האט אים סאטמאר רב גענטפערט מקובלני מבית אבא אז פון הימל האט מען אייך געגעבן די שליסל פאר פקידת עקרות.סטראפקובער רב זצ"ל האט אים געבעטן א'הון רב ,ארום צען טויזענט דאלער, האט סאטמער רב געזאגט אז ער האט נישט אזא סכום , האט סטראפקובער רב זצ"ל גענטפערט איר האט דאך רייכע חסידים,האט סאטמאר רב זצ"ל געזאגט וועלן זיי טאקע געבן אזוי פיעל געלט פאר מיר?. האט סטראפקובער רב געזאגט אויב אייערע חסידים ווילן באמת אז זייערע רבי זאל איבער לאזען א'זון א'ממלא מקום ,וועלן זיי באצאלען.
לעצט פאראכטן דורך רימנובער אייניקעל אום זונטאג מאי 11, 2014 9:02 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5327
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » פרייטאג מאי 09, 2014 9:02 am

א פלא פון א מעשה!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20971
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » פרייטאג מאי 09, 2014 9:11 am

רימנוב'ער, מקובלני אן אנדערע מעשה, אבער שוין.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2463
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » פרייטאג מאי 09, 2014 9:18 am

farshlufen האט געשריבן:רימנוב'ער, מקובלני אן אנדערע מעשה, אבער שוין.

אזוי האט געדרוקט נכדו הרב נפתלי צבי היילפרין בספרו שיחתן של עבדי אבות (שיחות וסיפורים מהרה"צ רבי אלחנן שליט"א) חלק א' דף קי"ט ששמע מפיו.ועיין שם,ומשם תדרשנו לטובה.

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5327
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » פרייטאג מאי 09, 2014 9:28 am

אגב אציין מה ששמעתי מאבי מורי אז ווען הרב האלפערן שליט"א איז געווען אמאל ביים רבי'ן ז"ל אויף שבת האט ער אים מכבד געווען מיט שישי, ס'איז געווען ווען דער רבי האט עולה געווען מפטיר. דער רבי האט אים שיין מכבד געווען.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Bing [Bot] און 19 געסט