בלאט 4 פון 13

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 24, 2011 11:27 am
דורך מידד
וויבאלד איך ווייס שוין נישט וואס מ'מעג יא און וואס מ'טאר נישט וועל איך נאר איבערשרייבן צוויי טריקענע פונקטן, דאס איבריגע, וואס מ'וועט פרעגען און איך וועל וויסען וועל איך אי"ה זיך משתדל זיין צו ענטפערין.

ר' ישעי'לע איז גיבוירן בשנת תרי"א און ווי שוין אויבין געשריבן, אזוי שטייט און מי באר ישעי'הו און אזוי איז עס איינגעשריבן אין מאטריקאל.
ער האט חתונה גיהאט ד' ניסן תרל"ה.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 24, 2011 12:11 pm
דורך איש האמת
למען הפונקטליכקייט האט ער חתונה געהאט ביום ו' עש"ק תזריע ד' ניסן תרל"ה (עפ"י תעודת הנישואין שבמאטריקל דעיר ליסקא)
עב"ג מרת שרה ע"ה בת הרה"ח רבי יצחק יונה וויינשטאק ז"ל, מעיר מאד,
רבי ישעי' האט דוקא געמאכט זיין חתונה זאל זיין טאקע און ליסקע, כדי דער טל חיים זאל זיין די מסדר קידושין,
ווי מ'זעט טאקע דער טל חיים'ס אונטערשריפט, אויף דער תעודת הנישואין,

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 24, 2011 6:36 pm
דורך בןהרחמן
למען הפונקטליכקייט בענין מאטריקעל בכלליות, איז דער אונטערשריפט אויף די תעודת הנישואין גארנישט ספעציעל, דער רב אדער ווער עס איז געווען ממונה אויף די מאטריקעל האט געברויכט אונטערשרייבן אלע פאפירן.

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 06, 2011 11:03 am
דורך אפשר
ארויף געברענגט לכבוד די יאהרצייט.

איז דא איינער וואס קען אויס רעכענען אלע נעמען פון די איידעמער פון רבי ישיע'לה זי''ע,
און אויך די נעמען פון די קינדער פון זיין זון רבי אברהם זי''ע ?

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 06, 2011 12:24 pm
דורך איזעי
החריף האט געשריבן:עס איז נאך האנט דא יודען וואס געדענקען ר' ישעי'לע?


עס איז דא אן עלטערער איד (קרוב לתשעים), וואס האט מיר געזאגט אז ער האט דריי מאל געזען ר' ישעי'לע, איך מיין אז צוויי מאל אין קאלוב ביים יארצייט, און איינמאל אין נירעדהאז.
דער איד דרייט זיך נאך ארום און פונקציאנירט נאך געהעריג לאוי"ט.

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 06, 2011 1:20 pm
דורך נחמן נתן
אפשר דערציילסטו אונז ווער דער איד איז?

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 06, 2011 1:24 pm
דורך דארפסמאן
מיין באבע זז"ג איז געווען ביי ר' ישעי'לע,

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 06, 2011 5:00 pm
דורך צולייגער
קול מבשר האט היינט ארויפגעלייגט א אינטערוויא מיט א איד פון ב"פ ר' לוי יצחק בערקאוויטש שליט"א, א בעל-שמסקע מעשה פון ר' ישעי' לע בימינו אלה

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 08, 2011 1:11 pm
דורך איזעי
נחמן נתן האט געשריבן:אפשר דערציילסטו אונז ווער דער איד איז?


דאכט זיך מיר אז ער הייסט ר' יהושע'לע יאקאבאוויטש (א ברודער פון ר' אביגדור ע"ה), ער וואוינט אין בארא פארק.

אגב, דאכט זיך מיר אז עס איז נאך היינט דא בלויז איין אייניקל פון ר' ישעי'לע (א רעכטער אייניקל, זיין טאכטער'ס א זון) ביז די הונדערט און צוואנציג, ער הייסט ר' ישעי' שלום לאנדא און וואוינט אין וומס"ב, ער איז א זון פון עדעלינער רב וואס איז געווען אן איידעם ביי ר' ישעי'לע.

איינער ווייסט פון נאך איינעם?

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 08, 2011 10:13 pm
דורך ביקסאד

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 08, 2011 10:26 pm
דורך לאטצי
ביקסאד האט געשריבן:הכנסת ספר תורה

אויף קול מבשר דערציילט ער אינגאנצן אנדערש די מעשה.

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 09, 2011 2:20 am
דורך טהור-עיניים
עס זענען דא כמה וכמה בעל שמ'סקע מעשיות פון ר' ישעי'לע בימינו אלה. איך בין געווען מוצאי שבת ביי א יארצייט סעודה פון ר' ישעי'לען און מען האט פארציילט אסאך מעשיות, עטליכע פון זיי היינטיגע.

און אין ספר מופת הדור האט ער אויך א פרק איבער היינטיגע מעשיות

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 10, 2011 12:49 am
דורך בני יששכר
איך האב די וואך געהערט נאך זאגן א אינטערסאנטע מעשה פון ר' ישעי'לע
איינמאל איז געווען אויף מלווה מלכה ביי ר' ישעי' א איד וואס ביי זיך אין שטוב האט ער נישט געהיטן אויף כשרות און ר' ישעי'לע האט אים שיין מכבד געווען מיטן עסן מלווה מלכה. נאך דעם איז דער איד אהיים געפארן. די נעקסטע טאג ער וויל עפעס עסן אבער עס גייט נישט ער קען נישט עסן .
עס קימט ביינאכט אודך ער גרייט זיך אן צי עסן אבער עס גייט נישט ער קען נישט אריין נעמען א לעפל אין מויל עס גייט דורך צוויי טעג און ער האט גארנישט געגעסן מען האט זיך זייער דערשראקן מען איז געגאנגען צי א דאקטאר זיך אינטער זיכן דער טאקטאר האט אים געזאגט ער זעהט נישט גארנישט ער פרעגט ווען ער האט די לעצטע מאל געגעסן זאגט ער מוצאי שבת פרעגט ער אים אפשר איז די עסן נישט גיט געווען זאגט ער ניין עס איז זייער גיט געווען האט אים די טאקטאר געזאגט גיי צוריק קיין קרעסטיר צי ר' ישעי'.
ער גייט אריין זיך אפ רעדן אז זייט מוצאי שבת קען ער נשט עסן
זאגט אים ר' ישעי' זעצט דיך אראפ עסן לאמיך זעהן אבער ווינדער איבער ווינדער ער עסט א מחי'
ר' ישעי' האט אים געזאגט איך וועל דיר זאגן פארוואס אינדערהיים קענסטו נישט ווייל ווען איינער עסט ביי ישעי' קען שוין קיין טריפות נישט עסן
זי"ע
געהערט נאך זאגן בערך פון דינוב רב די וואך שבת ביים טיש

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 10, 2011 11:34 am
דורך איזעי
געהערט די מעשה אויפן הייליגן צאנזער רב זי"ע

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 11, 2011 1:21 am
דורך בני יששכר
ביים הייליגן רבי ר' זישע איז אויך געווען אזא מעשה
ער איז איינמאל אנגעקומען אין א שטאט אין די קינדער האבן אנגעהויבן לאכן און מאכן לעבעדיג אויפן חשבון פון ר' זישע האט ער געבעטן יעדן איינעם מען זאל מאכן א רינג ארום אים און ער האט יעדעם אריין געקוקט אין די אויגן. און נאכדעם איז ער אוועק געגאנגען ביינאכט
ווען די קינדער זענען אהיים געגאנגען האבן זיי נישט געוואלט עסן נאכטמאל די מאמעס האבן נישט געוויסט וואס איז פליצלונג געשען איין מאמע האט עס פארציילט פאר א צווייטע מאמע אז איר קינד עסט נישט. האט זי געזאגט אזוי? דיין קינד אויך נישט ווייל מיין'ס אויך נישט אזוי א דריטע און א פערדע און ווייטער די אלע קינדערס מאמע האבן נישט געוויסט וואס איז פליצלינג דא געשעהן ביז מען איז דערגאנגען אז עס איז וועגן רבי ר' זישע און מען האט צוריק גערופען. אזוי ער מחזיר בתשובה געווען די גאנצע שטאט זי"ע

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 11, 2011 3:58 am
דורך msp
אין אנ'אנדער פארום האב איך עפעס געזעהן וועגען די מעשה מיט די מייז אז עס הייבט זיך נישט אהן
אדא"ה אפשר זענען דא די פאר וועם דאס בילד האט יא געהאלפען
אמאהל בין איך אריין אין א גראסעריסטא"ר בלע"ז און איך האב געזעהן א בילד פון ר' ישעי'לע האב איך געזאגט פאר מיינע בני בית אז עס איז אפשר כדאי צו טוישען און איינקויפען אין אנ'אנדער געשעפט....

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 11, 2011 12:56 pm
דורך רבבה
איזעי האט געשריבן:
נחמן נתן האט געשריבן:אפשר דערציילסטו אונז ווער דער איד איז?


דאכט זיך מיר אז ער הייסט ר' יהושע'לע יאקאבאוויטש (א ברודער פון ר' אביגדור ע"ה), ער וואוינט אין בארא פארק.

אגב, דאכט זיך מיר אז עס איז נאך היינט דא בלויז איין אייניקל פון ר' ישעי'לע (א רעכטער אייניקל, זיין טאכטער'ס א זון) ביז די הונדערט און צוואנציג, ער הייסט ר' ישעי' שלום לאנדא און וואוינט אין וומס"ב, ער איז א זון פון עדעלינער רב וואס איז געווען אן איידעם ביי ר' ישעי'לע.

איינער ווייסט פון נאך איינעם?

יושע המכונה ז'יגעלע איז געבארען געווארען שנת תרפ''ד 1924 אין ר' שיעלע איז נפטר געווארען תרפ''ה . עהר האט געקענט ר' מאיר יוספ'ן

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 11, 2011 1:30 pm
דורך איזעי
איך מיין אז דו האסט א טעות, אבער בל"נ אויב איך וועל האבן א געלעגנהייט וועל איך אים איבערפרעגן

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 11, 2011 2:49 pm
דורך רבבה
איזעי האט געשריבן:איך מיין אז דו האסט א טעות, אבער בל"נ אויב איך וועל האבן א געלעגנהייט וועל איך אים איבערפרעגן

איזעי ביודעי ומכירי קאמיני' . געווענליך פאר איך שרייב טשעק איך . אבער טעות לעולם חוזר ..ביטע טשעק אין לעט אז נאו

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 19, 2011 1:07 am
דורך שאץ מאץ
דעם שילד (סיין) וואס פירט צום ציון פון ר' ישעי'לע

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 19, 2011 1:09 am
דורך שאץ מאץ
דער קלארע נוסח המציבה וואס הענג אויפן וואנט אינעם אוהל,

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 24, 2011 8:15 am
דורך Sprint
New Interview

212-444-1100
1-1-4

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 24, 2011 1:56 pm
דורך איזעי
רבבה האט געשריבן:
איזעי האט געשריבן:איך מיין אז דו האסט א טעות, אבער בל"נ אויב איך וועל האבן א געלעגנהייט וועל איך אים איבערפרעגן

איזעי ביודעי ומכירי קאמיני' . געווענליך פאר איך שרייב טשעק איך . אבער טעות לעולם חוזר ..ביטע טשעק אין לעט אז נאו



איבערגעפרעגט, און יא, אזוי ווי איך האב געשריבן ר' יהושע'לע יאקאבאוויטש, האט געזען ר' ישעי'לע דריי מאל.
צוויי מאל אין קאלוב אין טאג פון די יארצייט, און איין מאל אין נירעדהאז (וואו ער האט געוואוינט), אויף א ברית.

ער האט נישט געוואלט ענפערן ווי אלט ער איז דאן געווען.... (אגב, איך ווייס נישט פארוואס דו האסט באשלאסן אז דו ווייסט ווען ער איז געבוירן, לויט וויפיל איך האב געהערט האט ער נאך ביי זיין לעבן נישט פארציילט פאר קיינעם ווי אלט ער איז, און פאפירן האט ער אויך פארשידענע, מיט פארשידענע אנדערע דאטומ'ס)

ער האט מיר געזאגט "עס איז נישט קיין חילוק, איך זאג דיר אז איך האב אים געזען, און איך געדענק אים, איך געדענק זיין פנים".

וועלכע יאר עס איז געווען האט ער מיר אויך נישט געוואלט זאגן.

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 24, 2011 2:48 pm
דורך רבבה
כש''ב אגלה לך סוד שהבאבא רבקה אמרה שנולדו בשנה ההיא 1924 תרפ''ד שלושה נכדים אין קיינער איז נישט קיין לאט . דברתי בזמן האחרון
עם עוד אחד מהקרובים ואישר את הסיפור . אני לא רוצה להתווכח עם זשיגעלע אבל הוא יודע האמת . בן כמה הוא. ומתי נולד. עוד מעט ישנה הזמן מתי התחתן. ע''כ

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 24, 2011 3:21 pm
דורך איזעי
איך קען זיך נישט דינגען מיט דיר ווייל איך ווייס נישט אנדערש, איך האב נאר געשריבן וואס ער האט מיר געזאגט,
קען זיין אז עס דאכט זיך אים נאר, גראדע קען איך אים נישט אלץ איינער וואס פארציילט סתם זאכן וואס ער האט גע'חלומ'ט.