בלאט 2 פון 13

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 31, 2009 1:23 am
דורך בני יששכר
ווען ר' אברהם'לע איז געזעצן שבעה נאך זיין גרויסען טאטע איז אריין געקימען א איד מנחם אבל זיין האט ער פארציילט א מעשה וואס עס האט פאסירט מיט אים.
איך האב א שענק אין איינמאל איז אריין געקימען א פויער אין זיך גענימען טאנצן אין ער האט געוואלט טאנצן מיט זיין בני בית האט ער איר געטרייט ארויס צירייסן אין עס איז נישט געגאנגען האט ער אים אראפ געלאזט א פראסק אין ער האט זיך אויס געשטערקט א פגירה און צי זיין מזל איז ב"ה קיינער איז נישט דארט געווען האט ער אים אראפ געטראגן אין קעלער אין ער איז שנעל געפארן קיין קרעסטיר צי ר' ישעי'לע און פארציילט זיין צרה וואס עס איז געשען.
ר' ישעי'לע האט אים אנגעשריגן פארוואס ער האט אויף געהויבן זיין האנט אויף א גוי
נאך דעם האט אים ר' ישעי'לע אים עפעס געגעבן אין געהייסן גיין אהיים אין זאל זאגן פארן גוי אז אין זכות פון מיין רבי דער הייליגער צאנזער רב אין זכות פון דער ליסקער רב זאלסט דיך אויף הייבן און אהיים גיין
אין דער איד איז אהיים געגאנגען מיט אמינה און געטון וואס ר' ישעי'לע האט אים געהייסן און דער גוי האט זיך אויף געהויבן און אהיים געגאנגען און ביים טיר פון זיין הויז איזאויף אים ארויף געשפרינגן א ווילדע אקס אין אריין געשטאכן אין הארץ און פראנט פון זיין ווייב אין קינדער און ער האט זיך אויס געשטרעקט א פגירה אין קיינער האט נישט געוויסט אז ער איז שוין געווען א פגירה. ווען ער איז געגאנגען פארציילן פאר ר' ישעי'לע וואס עס איז פארגעקימען האט ער אים אנגעווארנט מיטן לעבן אז ווי לאנג ער לעבט זאל ער זיך נישט דערוואגן צי פארציילן פאר קיינעם
זי"ע

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 31, 2009 1:38 am
דורך החריף
איך האב געהערט פון א איד וואס ער האט עס געהערט פון הרה"ח ר' אפרים קליין וואס זיין ברודער איז דערביי געוועהן: הרה"ק ר' ישעי' זי"ע פלעגט טיילען מורידיג אסאך צדקות, אין דער שפע האט זיך דארט קיינמאל נישט אויפגעהערט, הרה"ק מקאלאשיץ זי"ע האט פון דעם געהערט, איז ווען ער איז דארט געוועהן האט ער געוואלט זעהן פון ווי ר' ישעי 'נעמט דער אלע געלטער, האט ער געזעהן ווי א דייטשער איד קומט אהן איין נאכט צו דער הויז אין ער שפארט זיך איין מיט ר' ישעי' פאר א שטיק צייט, האט דער קאלאשיצער רב זי"ע געטראכט צו זיך אז לכאורה איז ער דער וואס ברענגט דער געלט צו ר' ישעי' זי"ע, אינמיטען זעהט ער ווי דער רבי באגלייט אים ארויס פון דארט, רופט צו ר' ישעי' צום קאלאשיצער רב זי"ע אין ער זאגט אים "קאלאשיצער רב ער ברענגט מיך נישט קיין געלד ער איז נעמט נאר!" קאלאשיצער רב איז פון דעם מורידיג נתפעל געווארען אין ער האט געזאגט, אז מן השמים שיקט מען אליהו הנביא זאל ברענגען יעדער טאג געלד אז ר' ישעי' זאל האבען וואס צו טיילען.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 02, 2009 7:52 pm
דורך בני יששכר
איך מיין אז דאס ווארט קימט פון ר' ישעי'לע
א גוי דארף נעמען אדער געלט אדער א מיתה משינה



א גוי דארף זיך בייגן אדער זיך לייגן

זי"ע

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 26, 2009 9:06 am
דורך scy4851
א מעשה פלא געשעהן דעם פארגאנגענעם חשון דהאי שתא.

א פעטער מיינער זז"ג איז געפארען קיין אונגארען קיין דיארמוט אויף קבר אבות. ער האט פארלוירען זיין טאטען נאך פאר די צווייטע וועלט קריג.
מיט געפארען מיט אוהם מיין מימע זז"ג (מיין מאמע ע"ה שוועסטער ) און א זוהן מיט א שניר (דער קאזין האט מיר פארציילט די מעשה)

זיי זענען געווען און דיארמוט און מעלאזט זיך ארויס צירוק קיין פעסט.
מעהאלט שוין גיט אינטערוועגענס, עס איז שוין א זיבען אזייגער ביינאכט און מעהאט נאך א דריי שעה פארען קיין פעסט.
פלוצלינג, כאפט אהן פאר מיין פעטער עפעס א געוואלדיגע תשוקה צי פארען קיין קערעסטור.
דער בעל עגלה זייערס, זאגט אוהם, אז צי פארען קיין קערעסטור איז בערך א שעה ארויס פון וועג, און מעוועט זייער שפעט אנקומען און פעסט.
אבער דער פעטער מיינער לאזט נישט נאך, ער וויל פארען קיין קערעסטור ער מוז פארען קיין קערעסטור.
און דער דרייווער אבער האלט זיך ביי זיינס.

מיין פעטער לאזט נישט נאך און גיבט פארען דרייווער א גרויסע סומע געלט, ער זאל אוהם יעצט נעמען קיין קערעסטור.
פארשטייט זיך, אז אויפאמאל איז שוין נישט שפעט, און מעקען פארען קיין קערעסטור.

מיין קאזין דערציילט מיר אז זיי קומען אהן צי ר' ישעיהל'ס אהל א ביסעל נאך אכט אזייגער ביינאכט, און זיי טרעפען דארט א קיבוץ פון ניין יודען, עפעס א רבי מיט חסידים זענען געקומען פון א"י אויף א נסיעה קיין אונגארען אויף מקומות הקדושים (ער האט נישט געדעקנט וועלכע רבי)

דאס איבעראשונג פון די יודען דארט מיט די שמחה אז מעהאט יעצט א מנין צי קענען זאגען א קדיש האט זיי אזוי ארומגענימען אז זיי האבען זיך ארויסגעלאזט און א רקידה דארט און אוהל

(אין א לייכטען נאטיץ, מיין קאזין זאגט מיר אז דער גרופע איז צירוק געפארען קיין א"י און די חסידים האבען זיכער פארציילט דארט א מופת פון זייער רבין אז ער האט ציגעשטעלט א צענטער פאר מנין)

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 26, 2009 11:26 am
דורך איך_הער
איזעס אפשר נישט א מופת?....
א מופת פון ר' ישעי'לע, איזעס דאך זיכער, באט אז ר' ישעי'לע האט זיך געמוהט פאר דעם רבי'ן, קומטצעך עפעס קרעדיט פאר דעם רבי'ן אויך, נישט אזוי?

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 26, 2009 1:55 pm
דורך מיללער
א שיינע מעשה, ר' שמחה, זכותו הגדול יגן עלינו.

ר' ישעי'לע איז געווען אן אנדערע סארט רבי ווי די אנדערע רביס בימיו, ר' יאנקעלע ז"ל דערציילט אז ר' ישעי'לע איז דאך געווען משב"ק ביי ר' הערשעלע ליסקער זצ"ל, און לאחר פטירת רבו איז ער געווארן משב"ק ביי חתנו ומ"מ, אמאל איז ער געקומען מיטן ליסקא רב קיין צאנז, כידוע האט דער הייליגער צאנזער רב געפירט טיש יעדע נאכט פאר געלאדנטע געסט, און יענע נאכט האט דער צאנזער רב געלאדנט דעם גבאי און נישט דעם רבי צום טיש, און דארט האט ער אים מצוה געווען אליינס אנצוהייבן מתנהג צו זיין באדמורו"ת.

זכותו הגדול יגן עלינו

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 26, 2009 2:54 pm
דורך scy4851
איך_הער האט געשריבן:איזעס אפשר נישט א מופת?....
א מופת פון ר' ישעי'לע, איזעס דאך זיכער, באט אז ר' ישעי'לע האט זיך געמוהט פאר דעם רבי'ן, קומטצעך עפעס קרעדיט פאר דעם רבי'ן אויך, נישט אזוי?

יא איך-הער 100% א מופת!
אבער איך טייטש עס אויס אלטז א מופת פון ר' ישעי'לע בזכות א ציבור פון ניין מענטשען, נישט ספעציעל פאר איין יוד דארט...

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 03, 2009 6:55 pm
דורך החריף
עס איז נאך האנט דא יודען וואס געדענקען ר' ישעי'לע?

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 03, 2009 7:12 pm
דורך בני יששכר
ווען איך בין געווען אין קרעסטיר תשס"ד האב איך דארט געטראפן א גויטע וואס זי האט נאך געדענקט די לווי און זי אליין האט נאך געהאט א מופת מיט ר' ישעי'ל'י

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 03, 2009 7:18 pm
דורך החריף
דער אודווארי רב געדענקט הרה"ק ר' ישעי'לע זי"ע?

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 03, 2009 7:47 pm
דורך ביקסאד
לויט די יאהרן, יא,

ער איז א אייניקל.

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 03, 2009 8:57 pm
דורך בני יששכר
איך מיין אז ער איז א אייניקל דורך זיין רעביצין

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 03, 2009 9:10 pm
דורך scy4851
החריף האט געשריבן:עס איז נאך האנט דא יודען וואס געדענקען ר' ישעי'לע?

ר' ישעי'לע איז נפטר געווארען 84 יאהרען צירוק.
עס זענען זיכער דא 90 יעריגע יודען און העכער וואס קענען אוהם גיט געדענקען.

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 04, 2009 2:08 pm
דורך החריף
עס זענען דא רבנים ועוד... וואס זענען אייניקלעך פון איהם?

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 30, 2009 1:02 pm
דורך אשרינו
אין בארא פארק איז געווען די קערעסטירער רבי מוהר"ר ישכר בעריש רובין זצ"ל בן הרה"ק רבי מאיר יוסף זצוק"ל מקערעסטיר ממלא מקום חמיו הרה"ק רבי אברהם שטיינער זצוק"ל מקערעסטיר בנו יחידו ומ"מ של הרה"ק רבי ישעי'לע זיעועכ"י

ער איז געווען אן איידעם ביי הרה"ג רבי חיים מייזליש זצוק"ל אבד"ק סארוואש, בן הבנין דוד.

ער האט געפענט א בית מדרש אויף 48 סטריט צווישן 14 און 15 עוועניו, און דארט האבן געדאווענט אסאך יודען וואס האבן געדענקט רבי ישעי'לע. עס איז נאך יעצט דא דארט עטליכע אלטע יודן וואס געדענקן נאך, אדער וואס רבי ישעי'לע איז געווען זייער סנדק וכדו'.

ער איז נסתלק געווארן אלול תשס"א, און איבערגעלאזט פינף איידימער אלע פון זיי זענען רבנים בישראל.
א. הרה"ג רבי יצחק חיים זעלטענרייך שליט"א אבד"ק שטשאקאווא פון וויליאמסבורג, וועלכע איז געווארן דער ממלא מקום חמיו און זיך אריבערגעצויגן קיין בארא פארק.
ב. הרה"ג רבי יוסף שטיין שליט"א אבד"ק פאלטישאן אין בענסינהערסט.
ג. הרה"ג רבי חנוך העניך אשכנזי שליט"א אבד"ק האראדאנקע אין פלעטבוש בן אבד"ק מעלבורן שליט"א.
ד. הרה"ג רבי לייבוש אייכנשטיין שליט"א אבד"ק בערטש אין מאנסי בן אבד"ק קיוויאשד זצ"ל פון קווינס.
ה. הרה"ג רבי יעקב רובין רב הצעיר סוליצא אין פאר-ראקעוועי בן אדמור"ר מסוליצא שליט"א

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 30, 2009 1:14 pm
דורך יוסלמאן
מיללער האט געשריבן: אמאל איז ער געקומען מיטן ליסקא רב קיין צאנז, כידוע האט דער הייליגער צאנזער רב געפירט טיש יעדע נאכט פאר געלאדנטע געסט, און יענע נאכט האט דער צאנזער רב געלאדנט דעם גבאי און נישט דעם רבי צום טיש, און דארט האט ער אים מצוה געווען אליינס אנצוהייבן מתנהג צו זיין באדמורו"ת.


לויט ווי כ'דענק די מעשה האט דער דברי חיים געגעבן בענטשען פאר ר' ישעי' און נישט פארן איידעם (טל חיים?,) האט דער גארליצער רב געזאגט, מ'וועט דאך זאגן אז ישעי' איז דער רבי? האט דער צאנזער רב געזאגט טאקע אזוי! אז ער איז טאקע א רבי.

אין ליסקא האט ער געהאט אויסצושטיין פונעם רב'ס מענטשן און ער האט זיך אפגערעדט פאר ר' מרדכילע נאדווארנער זי"ע, האט ער אים געזאגט ער זאל זיך אוועקציען, האט ר' ישעי' געזאגט, אבער סיגוטער רב (דער הייליגער יטב לב) זאגט אז כ'זאל בלייבן? האט אים ר' מרדכילע געענטפערט, ר' זלמן לייב איז אן איש מלחמה הייסט ער בלייבן, אבער איך זאג גיי קיין קערעסטיר!
כך שמעתי מהרה"צ מזלאטשוב שליט"א

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 30, 2009 1:15 pm
דורך יוסלמאן
scy4851 האט געשריבן:אויף דעם סייט דער 5טער מצבה שטייט ר' ישעי'לע קרעסטירערס ברודער.

ר' ישעי'לע האט געהאט א ברידער דא און אמעריקא?
ווייסט איינער מער פרטים?


ר' יונה לאנדא האט שוין מיט א שיינע פאר יאר צוריק געמאכט א נסיעה צו זיין קבר...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 18, 2010 12:09 pm
דורך מיללער
א בילד פון הרה"צ ר' אברהם בנו של הרה"ק ר' ישעי'לע מקרעסטיר לכ' די יארצייט וואס געפאלט אום חודש אדר.(קרעדיט מאגרים, בייגעלייגט איז דער גליון פון מאגרים חודש אדר, ובד"א ווילען מיר זיך דא אפרעדן פארן שרייבען אויפן בילד פון ר' סיני מ'זמיגראד מיט ר' אלטר'ל מזיקוב אז דאס איז א 'תמונה נדירה' בעת וואס דער בילד איז שוין באקאנט פאר אונז לכה"פ 3 יאר).

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 18, 2010 12:26 pm
דורך נחמן נתן
דו מיסט פארשטיין דעם מאגרים, ער וויל איינקויפן דעם נאמען אז זיינע זאכן זענען תמונות נדירות. כמה פון זיינע בילדער זענען כלל נישט חידושים, ספעציעל איצטער ווען מיר וויסן שוין פון ווי ער שאפט זיינע בילדער.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 18, 2010 1:46 pm
דורך farshlufen
שחקתי, פון דריי תגובות ביינונז מאכט ער א גאנצער קונטרס.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 18, 2010 1:56 pm
דורך יוסלמאן
א שטייגער ווי ס'געווארן אין בלאט און אין המודיע מאגאזין, ס'איז א שטיק פון דא.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 18, 2010 1:57 pm
דורך מיללער
יוסלמאן האט געשריבן:א שטייגער ווי ס'געווארן אין בלאט און אין המודיע מאגאזין, ס'איז א שטיק פון דא.


אזוי? אפשר ברענגט מען אהער פאר די וואס לייענען נישט די צייטונגען

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 18, 2010 2:02 pm
דורך farshlufen
רבי יוסלמאן, עוד לא ראיתי אין דער בלאט א בילד וואס איז שוין דא געווען.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 18, 2010 2:53 pm
דורך נחמן נתן
מיללער האט געשריבן:
יוסלמאן האט געשריבן:א שטייגער ווי ס'געווארן אין בלאט און אין המודיע מאגאזין, ס'איז א שטיק פון דא.


אזוי? אפשר ברענגט מען אהער פאר די וואס לייענען נישט די צייטונגען

אביסעלע געדולד...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 18, 2010 2:56 pm
דורך יוסלמאן
אני הקטן (כ'באקום המודיע) האב שוין געלייגט כמ"פ בילדער און באקומען דעם "שוין געווען", הערשט נישט לאנג צוריק האמיר געלייגט א בילד פונעם ויגד יעקב גענומען פון המודיע, אמערסטענס האבעך אבער געמיינט אז מ'האט גענומען די איידיע פון דא.