בלאט 5 פון 13

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 09, 2011 6:20 pm
דורך SPUSMN
לויט מיין חשבון איז ער אויך עלטער ווי דעם עמו"ש

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 29, 2012 5:16 pm
דורך מיללער
איך זעה אז דער אשכול האלט שוין ביי פינף בלעטער אבער קיין געהעריגע ליסטע פון קינדער און איניקלעך איז נאכנישט דא, אולי וועט זיך יאווען עמיצער צוזאמענצושטעלן די ליסטער.

אויף דדערווייל זענען מיר באדיבות ידידינו הוותיק מסטראשעלע הי"ו, און מיט די הילף פונעם גרויסען ידען ובקי דפיקע שמיה ר' יוסף נר"ו שרייבער, נתעשר געווארן מיט א כתב-יד און לעדער-העד / דרוק-סארט פון ר' מנחם מענדל כהנא הי"ד דיין און ר"י אין הומנא, איידעם ביי ר' אברהמ'לע פון קערעסטיר בנו ומ"מ פון הרה"ק מופה"ד ר' ישעי'לע זצ"ל.

דער שמועס
viewtopic.php?p=542991#p542991

די כתב

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 11, 2012 1:12 pm
דורך שאינו יודע
בנו ר' אברמ'עלע זצ"ל
חתנו הרה"ג ר' שמואל גראס זצ"ל אב"ד קראלי
חתנו הרה"ג ר' (שכחתי) קליין אב"ד סינונא בעמח"ס מטה ראובן
חתנו הרה"ג ר' ישראל אברהם אלטר לאנדא אב"ד עדעלין בעמח"ס בית ישראל
בנו ר' אברמ'לע האט נישט געהאט קיין זון ממלא מקומו איז געווען ר' מאיר יוסף רובין זצ"ל
ר' ישעי' שלו ם לאנדא הנ"ל איז א זוהן פון עדעלינער רב
הרב מאודווארי ז"ל איז געווען א איידעם ביי עדעלינער רב

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 11, 2012 2:14 pm
דורך יוסף שרייבער
ר' ראובן חיים קליין אב"ד סינונא.

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 11, 2012 6:03 pm
דורך והוא פלאי
שאינו יודע האט געשריבן:בנו ר' אברמ'עלע זצ"ל
חתנו הרה"ג ר' שמואל גראס זצ"ל אב"ד קראלי
חתנו הרה"ג ר' (שכחתי) קליין אב"ד סינונא בעמח"ס מטה ראובן
חתנו הרה"ג ר' ישראל אברהם אלטר לאנדא אב"ד עדעלין בעמח"ס בית ישראל
בנו ר' אברמ'לע האט נישט געהאט קיין זון ממלא מקומו איז געווען ר' מאיר יוסף רובין זצ"ל
ר' ישעי' שלו ם לאנדא הנ"ל איז א זוהן פון עדעלינער רב
הרב מאודווארי ז"ל איז געווען א איידעם ביי עדעלינער רב

ר' נפתלי גראס אחי ר' שמואל הנ"ל הי' חתן ר' אברהמעלע

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 25, 2012 5:49 pm
דורך ביקסאד
יוסף שרייבער האט געשריבן:ר' ראובן חיים קליין אב"ד סינונא.

לא היה לו זש"ק

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 30, 2012 4:51 pm
דורך אברהם שלמה
מיללער האט געשריבן:אויף דדערווייל זענען מיר באדיבות ידידינו הוותיק מסטראשעלע הי"ו, און מיט די הילף פונעם גרויסען ידען ובקי דפיקע שמיה ר' יוסף נר"ו שרייבער, נתעשר געווארן מיט א כתב-יד און לעדער-העד / דרוק-סארט פון ר' מנחם מענדל כהנא הי"ד דיין און ר"י אין הומנא, איידעם ביי ר' אברהמ'לע פון קערעסטיר בנו ומ"מ פון הרה"ק מופה"ד ר' ישעי'לע זצ"ל.

דער שמועס
viewtopic.php?p=542991#p542991

די כתב


לפי המאגר המרכזי של שמות קרבנות השואה
צוויי קינדער פון ר' מנחם מענדל כהנא הי"ד זענען געהרגעט געווארען בשואה.

בנו יוסף כהנא הי"ד
ובנו יצחק הי"ד

http://www.yadvashem.org/wps/portal/!ut ... ast_name=5

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 19, 2012 3:21 pm
דורך היסטאריקער
שאינו יודע האט געשריבן:בנו ר' אברמ'עלע זצ"ל חתנו הרה"ג ר' שמואל גראס זצ"ל אב"ד קראלי חתנו הרה"ג ר' (שכחתי) קליין אב"ד סינונא בעמח"ס מטה ראובן חתנו הרה"ג ר' ישראל אברהם אלטר לאנדא אב"ד עדעלין בעמח"ס בית ישראל בנו ר' אברמ'לע האט נישט געהאט קיין זון ממלא מקומו איז געווען ר' מאיר יוסף רובין זצ"ל ר' ישעי' שלו ם לאנדא הנ"ל איז א זוהן פון עדעלינער רב הרב מאודווארי ז"ל איז געווען א איידעם ביי עדעלינער רב
עדעלינער רב ז״ל האט געהאט נאך צוויי קינדער דא אין אמעריקע 1) הרה״ח ר׳ צבי הירש לאנדא ז״ל, דער זיידע הרה״ק ר׳ ישעי׳לע זצ״ל האט אים א נאמען געגעבן ע״ש רבו הרה״ק מליסקא זי״ע, ער איז נפטר געווארן אפאר יאר צוריק בלי זש״ק ל״ע, זיין רעבעצין איז אוועק פארגאנגענעם ווינטער. 2) מרת פרומעט אשת ר׳ שמואל צימערמאן ע״ה, נפטר געווארען בעילום ימי־ה, איברלאזענדיג איין קליין קינד, האשה מרת רחל גרינפעלד תחי׳

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 22, 2012 12:59 pm
דורך שאינו יודע
ר' שמואל גראס אב"ד קראלי איז געווען א קרוב מיט רביה"ק מסאטמאר, איינער ווייסט וויאזוי?

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 22, 2012 2:12 pm
דורך Bizz
שאינו יודע האט געשריבן:ר' שמואל גראס אב"ד קראלי איז געווען א קרוב מיט רביה"ק מסאטמאר, איינער ווייסט וויאזוי?



רבי שמואל גראס אב"ד קראלי היה בנו של רבי רפאל גראס חתן רבי יוקל מוואלאווע בן רבי שמואל מגארליץ בן רבי אלעזר ניסן בן בעל ה'ישמח משה' זי"ע

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 22, 2012 3:53 pm
דורך והוא פלאי
Bizz האט געשריבן:
שאינו יודע האט געשריבן:ר' שמואל גראס אב"ד קראלי איז געווען א קרוב מיט רביה"ק מסאטמאר, איינער ווייסט וויאזוי?



רבי שמואל גראס אב"ד קראלי היה בנו של רבי רפאל גראס חתן רבי יוקל מוואלאווע בן רבי שמואל מגארליץ בן רבי אלעזר ניסן בן בעל ה'ישמח משה' זי"ע

ר' יוקל הי' חתן הייט"ל, ונמצא שאשת ר' רפאל אמו של ר' שמואל, הי' שני בשני עם הרב מסאטמאר,
ולפי החשבון שלך, היתה שלישי בשלישי

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 23, 2012 12:08 am
דורך dovidal
אין וועלכע שטאט איז רי ישעילע זי"ע געבוירען?? איז ער געפארן קיין סיגעט ?? האט דער סאטמאר רבי הדברי יואל אים געזעהן ??

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 23, 2012 4:24 am
דורך טהור-עיניים
אויב געדענק איך גוט איז ער געבוירן אין זבארוב. סאקמער רב האט זיך געטראפן מיט ר' ישעי'לען און ער האט דאכצעך מיר אפילו פארציילט א מעשה וואס ער האט דאן געהאט מיט אים, אז מען האט געמאכט א לחיים און עס איז געווען זייער ווייניג אין פלאש, ר' ישעי'לע האט געבעטן סאקמער רב זאל טיילן פארן עולם, האט ער געזאגט אז עס איז נישט דא גענוג, האט ר' ישעי'לע געזאגט דעמאלס וועל איך טיילן, ער האט ארויפגעלייגט א פאטשיילע אויפן פלעשל און געטיילט ביז דער לעצטער איד האט געהאט, דעמאלס האט ער אראפגעלייגט דאס פלעשל און אוועק געלייגט די פאטשיילע, דער פלעשל איז - שטייצעך - געווועל לעהר.

אזא מעשה געדענק איך, אויב מאך איך א טעות זאל מען מיך פאררעכטן.

ר' ישעי'לעס יארצייט איז די וואך מיטוואך. זי"ע.

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 23, 2012 7:02 am
דורך Bizz
בית אביו,
ואלו הם אחיו של רבי ישעיהו,
א. רבי מנחם שטיינער בזבארוב נפטר כג שבט תרנ"ה, ועל מצבתו נכתב שהוא אחיו של הרב הצדיק מו"ה ישעי' מקערעסטיר. ב. ר' יהודה צבי שטיינר, נפטר באמריקה י"ב אייר תרע"ו. ג. אחותם מרת שרה פיה, היא היתה אשת ר' משה יעקב יששכר קליינמן, הוא היה חולה מאד והיה סגור בבידוד ונפטר צעיר, יום פטירתו כה אדר. שרה פיה נתגרשה מבעלה עקב מחלתו ועלתה לארץ הקודש, בירושלים נישאה בשנית לאחד ממשפחת סאמט, ונפטרה כו כסלו, וקבורה בהר הזיתים סמוך לבעלה השני. בירושלים היא היתה נקראת שרה פייא הצדיקת והיו מזכירים אצלה חולים. בנה מזיווג ראשון ר' ישעיה קליינמן גר אצל זקנו ר' זאב, ואחר כך עבר לגור אצל דודו רבי ישעיה מקרעסטיר ונסע עמו לגדולי דורו. כאשר גדל והיה לאיש, נתמנה כמו"ץ בסאטמר, חיבר ספר 'קרן ישעי'.


בית חותנו,
כאמור, חותנו של רבי ישעיהו, היה רבי יצחק יונה וינשטוק מקרעסטיר, תקופת מה גרו בעיר מאד, ולעת זקנתו חזר ר' יצחק יונה לגור סמוך לבתו, בקרעסטיר, שם נפטר ביום טוב שני של שבועות תרנ"ד. שם אביו, ר' ישראל חיים ויינשטוק ב"ר יעקב, ושם אמו מרת פייגה.
לר' יצחק יונה היו שתי בנות, ר' ישעיה נשא את הצעירה, אף שהציעו לו קודם את הבכירה. הבכירה היתה לבסוף אשת רבי טוביה מאיר וייס שוחט ובודק בק"ק סאטמר. בשנת תר"ע לערך, אחד השוחטים האחרים עורר פולמוס אודות הדרך שבה שחט ר' טוביה מאיר עגלים, וישנה תשובה מאת הגאון רבי שמעון גרינפלד בשו"ת מהרש"ג [חלק א' יו"ד סי' ט"ו] אל ר' טוביה מאיר בענין זה. תשובה נוספת שלח הגאון רבי מרדכי לייב וינקלר אב"ד מאד אל הגאון רבי יהודה גרינוואלד אב"ד סאטמר, ובתוך תשובתו מזכיר שר' טוביה היה בתחילה שוחט בק"ק מאד, ואחר כך הלך לסאטמר, וכותב עוד בתוך תשובתו, "ומאשר כי הרבני המופלג מו"ה טוביה מאיר נ"י נודע שהוא תלמיד חכם וירא ה' מרבים, באתי למלאות רצון יראיו". ר' טוביה גם חתם פרענומעראנטן על ספר 'צפנת פענח חדש', למברג תרנ. בנו של ר' טוביה מאיר היה ר' יצחק יונה וייס, שהיתה לו חנות ממתקים בסאטמר, (יש פרסומת ממנה בבית ועד לחכמים א', חוברת ו').

אשת רבי יצחק יונה, היתה מרת חיה מאטיל בתו של רבי ישעיהו כהן גדול מקרעסטיר. אודותיו מסופר, כי בימי הישמח משה, לא היה כהן יכול לדור בקערעסטיר, כי כל כהן שהיה בא לגור שם לא היה מוציא שנתו, ובאו אל הרה"ק בעל ישמח משה מאוהעל, והוא שלח לשם את רבי ישעיה שיקבע את דירתו שם, ומאז והלאה כוהנים גרו שם בלי הפרעה. והוא האריך ימים שם עד שנפטר בשנת תקפ"א. מני אז נקרא בפי כל, רבי ישעיה הכהן הגדול.

מלבד בתו חיה מאטיל, היה לרבי ישעיהו כהן גדול גם בן אחד ושמו רבי שלמה זאב הכהן מפאטיק, הוא נשא לאשה את מרת צארטיל בת ר' אברהם דייטש מפאטיק, ונולדו לו ממנה כמה ילדים בהם ר' חיים הכהן, ואחר שנפטרה נשא את אחותה מרת שיינדיל. מאשתו הראשונה נולדה לו מרת סעריל אשת רבי משה הכהן גראס אב"ד ביקוני שבהונגריה, לעת זקנתו עלה ר' משה לארץ ישראל ובה נפטר ביום כ' אדר תרע"ד, וסעריל נפטרה י"ז אייר תרע"ז, מנוחתם כבוד על הר הזיתים. מאשתו השניה נולדה לו לר' שלמה זאב בת ושמה מרת פרידא אשת ר' יצחק פרידלנדר מקעמעטשע, הורי ר' שלמה זאב פרידלנדר אביו של ר' משה יוסף פרידלנדר מדפיס הספרים אודות רבי ישעיהו מקרעסטיר.

מקור

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 23, 2012 10:21 am
דורך שאינו יודע
טהור- די מעשה האב איך שוין געהערט, דאכט זיך מיר אז ר' שמואל בראך דערציילט אויך די מעשה

די מעשה איז געווען ביי א סעודת ברית פון ר' שמואל גראס וואס די רבי איז מכובד געווארן מיט סנדקאות.
אזוי אויך דערציילט מען אז דארט איז געווען א גרויסע חלה און די רבי האט זיך געמוטשעט עס אויפצושניידן, האט די רבי געזאגט אז געווענליך איז נישט שייך בזיעת אפיך תאכל לחם ביי רבי'ס אבער דא אין קערעסטיר יא

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 24, 2012 9:59 pm
דורך שוועמל
ארויפגעברענגט לכבודו של הצדיק הגדול רבי ישעי'לע זי"ע ועכ"יא.
היינט מיטוואך תז"מ.

צינדן א ליכטל איז א גרויסע זכות, לע"נ רבי ישעיה בן רבי משה

רבי ישעי'לעס בילד קעגן מייז

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 25, 2012 12:40 pm
דורך ברוך אתה
אויף קול מבשר זאגט היינט הרה"ח ר' ישעי' לאנדא שליט"א א רעכטער אייניקעל פון הרה"ק רבי ישעי'לע זי"ע אז פארן קריג איז נישט געווען אזא מושג ווי בילדער פון רבי ישעי'לע קעגן מייז
ווייסט איינער ווען דאס בילד איז פארשפרייט געווארן?

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:43 pm
דורך חייקל
לחיים לחיים, זכותו יגן עלינו, ער איז דאך געווען דער גרויסע משפיע פאר אידישע קינדער, צדיקים האבן געזאגט אויף איהם אז ער האט דעם שליסל פון פרנסה אין די האנט, ווייל "ויוסף הוא המשביר", ווער עס איז בבחינת יוסף הצדיק, קען משפיע זיין, זאל ער אונז אלע אויך משפיע זיין שפע ברכה עד בלי די.

וועגן דעם בילד אלץ סגולה קעגן מייז ווייסעך נישט קיין מקור, נאר פון הנח להם לישראל, און יא אויך בדוק ומנוסה,
אבער פונעםר בילד וואס דו לייגסט ארויף זעהסטו אז ס'איז געווען מפורסם לסגולה בכלל נאך פארן קריג.

כ'האב געהערט פון א איד דער בעל המעשה וואס האט זיך געמוטשעט מיט אן אנשיקעניש פון עכברים אין זיין פאבריק, וועלכע האט אויפגעהאנגן ר' ישעי'לעס בילד דורכאויס זיין פאבריק, א טאג צוויי שפעטער, האט ער אויפגעפאסט אז ער זעהט זיי מער נישט, ס'איז נעלם געווארן.

מיטאמאל קומט צו לויפן צו איהם דער אונטערשטער שכן אינעם בילדינג מיט א וויי געשריי, מען מוז שוין רופען אן עקסטערמינעיטאר, צו ער וויל נעמען איינעם בשותפות, וואס איז דער פראבלעם שטעלט דער בעל המעשה אן א פנים? - ס'הייסט די מייז שטראמען ממש אין די מאסן פון אלע ווינקלן און פאלן פון דאך....
- איימסארי, איך האב נישט דעם פראבלעם! האט ער איהם גענטפערט - פארשטייענדיג אז זיי האבן אלע אריבער געמופט צום שכן!
ויהי לפלא!


אט שרייבט איינער:

הרה''ק רבי ישעיה שטיינר זיע''א, נולד בשנת תרי"ב (1852) נפטר בג´ אייר תרפ"ה (1925) ונטמן בעירו קרעסטיר. היה שמשו ונאמן ביתו של רבי צבי הירש מליסקא זיע''א מח''ס אך פרי תבואה ותלמידו של רבי חיים הלברשטאם מצאנז זיע''א. עם פטירת רבי צבי הירש, החל להתפרסם צדיק פועל ישועות ורבבות חסידים נהרו אליו, ביניהם רוב תלמידיו של רבו. על אף גדולתו, המשיך לנהוג באותה תמימות שנהג בה קודם, ואף חתם את שמו כמי שהיה שמשו של רבי צבי הירש מליסקא.

*היה איזה גוי שהציק ליהודים בעירו ומצד שני היו יהודים סוחרים שסבלו ממכת עכברים במחסני הסחורות שלהם, ר' שעיהלה שלח את שמשו שילך למחסני הסוחרים היהודים ויאמר לעכברים שהרב צווה עליהם לעזוב את המקום וללכת אל הגוי והאנשים ראו בעיניים כיצד גדודי עכברים עזבו את מחסני היהודים והלכו ומלאו את ביתו של אותו הגוי המציק, שבמהרה נאלץ בגלל העכברים לעזוב את המקום.

*יהודי שהעלילו עליו בראיות נסיבתיות והיה אמור לקבל פס"ד מוות, באו לבקש ברכה מהרב הוא הבטיח שהכל יהיה בסדר, לילה לפני המשפט נכנסו עכברים לארכיון בית המשפט, ואכלו את כל התיק של היהודי הנ"ל.
את הסגולה עם התמונה נתן הרבי בעצמו.


א צווייטער שרייבט דארט א פערזענליכע מעשה מיט'ן זיידן ביים רבי'ן ר' ישעי'לע זי"ע.
ר' ישעיל'ה היה צדיק שהסתיר את גדלותו במעשים פשוטים ותמהונים, סבא שלי ז"ל נהג לספר כשעדיין היו גרים בהונגריה בעיר 'נירעדהאז' שהוא ליד קערעסטיר, ואחות שלו נולדה עם מום כבד בלב והרופאים לא נותנה להם סיכוי לחיות הרבה זמן, מיהר אביו אל ר' ישעיל'ה על אף שלא היה בכלל שייך לעדת החסידים (הוא סיפר שכתב קוויטל עם חרוזים-דבר שלא נהגו אצל חסידים)וברכו ברפואה שלימה, כמובן שברכתו התקיימה ותדהימת הרופא היה גדול, והוא חיה עד לפני כמה חדשים.זי"ע.

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:45 pm
דורך הרבטייטעלבוים
און ספר מופת הדור איז דא א גאנצער באהאנדלונג איבער דעם בילד

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 25, 2012 3:03 pm
דורך לכתחילה אריבער
געהערט פון א איד וואס האט עס געהערט פונעם בעל המעשה:

איינער האט פלוצלינג באקומען א אומגערישטע באזוך פון די איי. אר. עס. ר"ל, און ווי יעדער פארשטייט איז אזא אומגערישטע באזוך נישט געשמאק, האט ער אנגערופען אן ערליכער איד, וואס האט אים געהייסן לייגן אלע ביכער אויפן טיש, און אויף אלע ביכער ארויף ליייגען די בילד פון דעם הייליגען ר' ישעי'לה.

די אינספעקטאר איז אנגעקומען, געפרעגט ווי עס זענען די ביכער, דער איד ווייזט, און די אינספעקטער געט איין קוק אויפן בילד, און גיט א פרעג "ווער איז דער רבי"? זאגט דער איד א הייליגער איד פון אמאל, א גרויסער צדיק, זאגט דער אינספעקטער, "פיין, נעם אראפ די בילד כ'וויל באקוקען די ביכער", זאגט דער איד "ניין איך וויל עס נישט אראפ נעמען, עס מוז דארט בלייבן"!!

דער אינספעקטאר האט נאכאמאל געבעטן, און נאכאמאל, דער איד האט זיך געקשנ'ט, און דער אינספעקטאר איז געווארן אויף גערעגט, און געסטראשעט און געשריגען, אבער די איד איז געבליבן ביי זיינס, ער נעמט נישט אראפ!!

למעשה איז דער אינספעקטאר אוועק געגאנגען אויפגערעגט, און געזאגט דעם איד אז ער וועט נאך חרטה האבן.

עס איז דורך א טאג צוויי, און ער באקומט אן קאל פון די איי. אר. עס., אז זיי ווילען אויפסעטען א אפוינטמענט צו קוקען זיינע ביכער! מען רעדט נישט פון די מעשה גארנישט, נא, דער איד האט געמאכט אן אפוינטמענט, און הכל על מקומו יבא בשלום.

זיעועכי"א

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 25, 2012 3:19 pm
דורך קראק-פאט
אויפ'ן ברך משה זי"ע פארציילט מען אז ער האט געהייסן פאר א איד, מיט'ן זעלבן פראבלעם, לייגן אן על הגאולה פונעם דברי יואל זי"ע אויפ'ן טיש, און ער איז ניצל געווארן.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:18 pm
דורך יוסף שרייבער
חותם חק"ס בית מדרשו של הרה"ק ר' ישעי זצ"ל.

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 15, 2012 1:34 pm
דורך אברהם שלמה
(שפּעטער אריין געלייגט) אפילו אזא איינער וואס שרייבט אף... האט געהאט גוט צו זאגן וועגן אים.

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 15, 2012 2:07 pm
דורך לכתחילה אריבער
איך וואלט ווען נישט ארויף געלייגט די שטיקל, "באט דעטס מי", איר קענט האלטן אנדערשט.

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 15, 2012 2:19 pm
דורך יוסף שרייבער
ס"ה 4 ווערטער וואס טויגען נישט.