רבי ישעי' שטיינער מקערעסטיר זצ"ל - ג' אייר תרפ"ה

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
טאטע זיי מיר מוחל
שר חמש מאות
תגובות: 552
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 20, 2018 3:17 pm

Re: רבי ישעי' שטיינער מקערעסטיר זצ"ל - ג' אייר תרפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאטע זיי מיר מוחל »

ישרן האט געשריבן:
נודניק האט געשריבן:ווייסט איינער וואס פאר א געשטעל איז ר׳ ישעילע געווען?
בעיקר ווי הויך,
אלע בילדער האבן נאר די פנים,

סאיז מיר נוגע צי וויסן,

יישר כח,

מה קרה? האסט אים געזעהן אין חלום? יא סשטימט.
אגב האב איך געזעהן אין הגדת ר יוסף חיים גרינוואלד צום סוף ברענגט ער א מעשה אין אידיש וואס לייגט אראפ זיין געשטעל. דענק נישט פונקט וואס שטייט דארט. אפשר קען איינער מעתיק זיין.

https://themonseyview.com/current-issue.php
אטעטשמענטס
Screenshot_2020-04-27-01-19-57.png
Screenshot_2020-04-27-01-19-57.png (704.4 KiB) געזען 1738 מאל
די לאנד דארף דינען די מענטשן. נישט די מענטשן דינען די לאנד
השקדן
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 14, 2010 8:22 am

Re: רבי ישעי' שטיינער מקערעסטיר זצ"ל - ג' אייר תרפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך השקדן »

ווייסע זאקן??
די אייניקלעך וועלן עם נאך באלד אנטוהן סטראקעס.
ער איז געווען הייליג מיט די לאנגע הויזן אויך.
יודל קליין
שר האלף
תגובות: 1277
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 11:10 pm

Re: רבי ישעי' שטיינער מקערעסטיר זצ"ל - ג' אייר תרפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל קליין »

השקדן האט געשריבן:ווייסע זאקן??
די אייניקלעך וועלן עם נאך באלד אנטוהן סטראקעס.
ער איז געווען הייליג מיט די לאנגע הויזן אויך.

פון וואו נעמסטו אז ער איז געגאנגען מיט לאנגע הויזן?
זה הקטן גדול יהי'
השקדן
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 14, 2010 8:22 am

Re: רבי ישעי' שטיינער מקערעסטיר זצ"ל - ג' אייר תרפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך השקדן »

1] פון אידן וואס האבן עם געדענקט
2] ספר מופת הדור האט פיהל מעשיות פון אידן וואס זענען געקומען און נישט געוואוסט אז ער איז די רבי, כדוגמת ר' איציקל וואס האט עם געזען אין הויף "אהן די הוט און רעקל" געבן צו עסן פאר די עופות און עם געפרעגט ווען מ'קען אריינגיין צום רבין.
ס'מעגליך אז סשטייט א איד אינמיטן וואך מיט ווייסע זאקן אהן הוט און רעקל און ר' איציקל מיינט אז ער איז די הויף קערער?
יודל קליין
שר האלף
תגובות: 1277
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 11:10 pm

Re: רבי ישעי' שטיינער מקערעסטיר זצ"ל - ג' אייר תרפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל קליין »

אפשר איז די בילד פון ערב שבת נאך די מקוה
זה הקטן גדול יהי'
אוועטאר
טאטע זיי מיר מוחל
שר חמש מאות
תגובות: 552
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 20, 2018 3:17 pm

Re: רבי ישעי' שטיינער מקערעסטיר זצ"ל - ג' אייר תרפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאטע זיי מיר מוחל »

יודל קליין האט געשריבן:אפשר איז די בילד פון ערב שבת נאך די מקוה

אדער אין צאנז. ביי די יארצייט
די לאנד דארף דינען די מענטשן. נישט די מענטשן דינען די לאנד
נודניק
שר האלף
תגובות: 1421
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 7:16 pm

Re: רבי ישעי' שטיינער מקערעסטיר זצ"ל - ג' אייר תרפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודניק »

אויף די בילד איז ער א שיין הויך געשטעל,

די אייניקלעך האבן עס דיזיינד לויט דער געשמאק...
אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2818
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

Re: רבי ישעי' שטיינער מקערעסטיר זצ"ל - ג' אייר תרפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישוב הדעת »

425B32A4-C1F4-4CD6-958B-79C59D67E33A.jpeg
425B32A4-C1F4-4CD6-958B-79C59D67E33A.jpeg (318.52 KiB) געזען 1554 מאל
.
אטעטשמענטס
03351CD6-62DD-4884-9788-D1EF6CE8A967.jpeg
03351CD6-62DD-4884-9788-D1EF6CE8A967.jpeg (218.72 KiB) געזען 1554 מאל
By 2030 You Will Own Nothing And You Will Be Happy (WEF) Or vote in TRUMP
טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

Re: רבי ישעי' שטיינער מקערעסטיר זצ"ל - ג' אייר תרפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

א שיינע וואונדערליכע מעשה.
די גרעסטע מופת נאך פון ר' ישעיל'ע איז: א גערער מקושר צו קערעסטיר.... ויהי לפלא....
לחיים לחיים לחיים
שר חמישים
תגובות: 81
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 01, 2016 12:55 pm

תולדות הרה"ק ר' ישעי'לע קעקעסטירער זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים לחיים לחיים »

[align=center]תולדות הרה"ק ר' ישעי' ב"ר משה מ'קערעסטיר זיעועכי"א
[/align]מיר שטייען היינט אין אזא גרויסן טאג, ג' אייר, די יארצייט פונען גרויסן צדיק וקדוש, הרה"ק ר' ישעי' ב"ר משה מ'קערעסטיר זיעועכי"א, מופת הדור ועמוד חסד בדורו, ווי עס איז אויסגעקריצט אויף זיין מציבה, שומר הברית וחסד, עמוד גמ"ח, ועוד כמה תוארים ושבחים כאלו, וואס זייענדיג די ארגינאלע מציבה וואס איז נאך געשריבן געווארן דורך אידן וואס האבן נאך געקענט און צוגעזעהן די עבודה פון דעם צדיק, און א תקופה ווען טיטלען, ובפרט אויף מציבת האבן זיך נישט געגאסן ווי שוועמל נאך א רעגן, געבט דער גל הזה, עטוואס ארויס וואספארא עבודה ר' ישעי'לע האט אראפגעלייגט אינעם מדת צדקה וחסד, וואס ווי באקאנט האט דער הייליגער צאנזער רב זי"ע, צו וועם ר' ישעי'לע פלעגט אפט צו פארן, מעיד געווען, אז אין הימל האט מען דרך ארץ פאר ר' ישעי'לעס צדקות.
מיר זענען נישט דער וואס איז ראוי צו באשרייבן זיין געוואלדיגע עבודה בחסד, און ווי אויך פעלט נישט אויס איבערצוגיין דברים ידועים ומפורסמים, די אלע מעשיות וואס שטרייכן אונטער די געוואלדיגע חסד וואס דער צדיק האט געטון בחייו.
אבער פארט, האבענדיג א שטיקל שייכות מיטן צדיק און האבענדיג די זכי' זיך צו געפינען די פארגאנגענע פאר יאר אויפן ציון ביומא דהילולא, האבן מיר געקלערט אז טראץ וואס דאס יאר וויל דער בורא כל עולמים אנדערש, הגם מיר פארשטייען נישט פארוואס, ער וויל מיר זאלן זיך דוקא נישט געפינען דארט על אדמת קודש, נאר מיר זאלן פראווענען און מתפלל זיין מריחוק מקום, דארפן מיר כאטש פראבירן רעדן פון דעם הייליגן צדיק, רעדן פון זיין עבודה, רעדן פון זיינע צדקות, משתוקק זיין צום מתי יגעי מעשי למעשי אבותי, וואס דאס איז באמת וואס בויעט דעם ריכטיגן קשר מיטן צדיק, נאכמער ווי דעם עצם גיין אויפן ציון, און נאר ווען מען האט אזא סארט קשר, מען לערנט זיין תורה, מען לערנט זיך אפ פון זיין עבודה, נאר דאן איז מען ראוי צו גיין אויף זיין ציון כמבואר באריכות בקונטרס על הגאולה ועל התמורה.
און האפענטלך וועט דאס רעדן פון דעם צדיק וקדוש אונז בעז"ה העלפן בייקומען די שווערע זמנים און וואס מיר געפונען זיך אצינד, און העלפן זיך האלטן און דעם ביטערן גלות, ווי באקאנט די מימרא פונעם הייליגן ריזינער זי"ע, אז פאר משיח וועט קומען וועט מען זיך דראפען אויף די גראדע ווענט זיך צו דערהאלטן ביי די אמונה, נאר ווי אזוי וועט מען זיך טאקע קענען האלטן, דורכ'ן רעדן פון צדיקים.

[align=center]וזרח השמש
[/align]דער צדיק הרה"ק ר' ישעי' שטיינער זי"ע, מפורסם אלס ר' ישעי'לע קערעסטירער, איז געבוירן געוווארן שנת תרי"א, און א שטעטל זבארוב ביים גרעניץ פון מדינת אונגארן/גאליצע, צו זיין פאטער מו"ה ר' משה שטיינער ז"ל און זיין מוטער הצדיקת מרת הענטשא מרים ע"ה.
זייענדיג אלט בלויז דריי יאר, איז ר' ישעי'לע נתייתם פון זיין פאטער וואס איז נסתלק געווארן י"ג אלול תרי"ד, איבערלאזענדיג דעם קליינעם ישעי'לע אלס די אינגסטער פון זיבן אינגע יתומים'לעך ל"ע.
מיט די פטירה פון זיין פאטער איז די עול הפרנסה זעלבסט פארשטענדליך געפאלן אויפן קאפ פון די שוואכע אלמנה וועלכער האט זיך טראץ די שוועריקייטן אנגעשטרענגט און מחנך געווען די קינדער ובתוכם ר' ישעי'לע מיט א געוואלדיגער געטריישאפט און מסירת נפש, איינפלאצענדיג און זיי אמונה ויראת שמים, האבענדיג פאר זיך איין ציל אז אירע קינדער זאלן אויסוואקסן תלמידי חכמים יראי ד'.

[align=center]אצל הרה"ק מליסקא זי"ע
[/align]קומענדיג נענטער צו די דרייצן יאר, בשנת תרכ"ג, האט די מאמע איינגעזעהן אז אינעם קליינעם שטעטל זבארוב איז נישט מסוגל אז איר זין זאל אויסוואקסן א תלמיד חכם ווי איר וואונטש, און האט דעריבער מחליט געווען אים אריבערצוטראגן צו איר קרוב (עס איז נישט באקאנט גענוי וויאזוי זיי זענען געווען קרובים) הרה"ק ר' צבי הירש מ'ליסקא זי"ע, בעטענדיג דעם צדיק ער זאל אויף אים האלטן אן עינא פקיחה ער זאל אויסוואקסן אן ערליכער איד א תלמוד חכם.
דער הייליגער ליסקא רב האט ווירקליך פארשפראכן פאר די אלמנה צו האלטן אן וואכזאם אויג אויף איר זין און ערציען דעם אינגן ישעי', פון וועם די מאמע האט זיך געזעגנט בדמעות שליש שעפשענדיג א תפילה אז איר מסירת נפש פון די פארלאפענע צעהן יאר ערציענדיג אים פון די דריי יאר אלט, זאל נישט חלילה פארפאלן גיין און ישעי' זאל אויסוואקסן א תלמיד חכם און ערליכער איד.
דער הייליגער ליסקא רב האט ווי זיין צוזאג אריינגענומען און זיך אפגעגבן מיטן אינגן בחור'ל, און נאך וויילן ביי אים א קורצע צייט האט ער געשיקט ר' ישעי'לע לערנען און די ישיבה פון הגה"צ ר' שמעי' ראטענבערג זצ"ל, אבדק"ק סעמיהאלי ( בנו של הגה"צ ר' יהודא דוד ראטענבערג אב"ד סענפעטער, והי' חתן הרה"ח ר' ישרא' יהודא שיף ז"ל, א ברודער פונעם הייליגן ישמח משה זי"ע) ווי ר' ישעי'לע האט עוסק געווען בתורה פאר ארום א האלב יאר, ווען ער האט זיך צוריקגעקערט קיין ליסקא, זייענדיג משתוקק זיך צו געפינען במחיצה פון זיין רבו מובהק, לערנען און מקבל זיין ביי אים תורה, ווי ער איז שוין פארליבן פאר די פאלגענדע עלף יאר, ביז צו זיין רבי'ס פטירה, י"ד אב תרל"ד.
דער ליסקא רב זעהנענדיג און וואוסענדיג וואספארא הייליגע נשמה דער אינגער ישעי' פארמאגט אין זיך, האט אים גאר שטארק מקרב און ערצויגן ווי אייגן זון בחיבה יתירה, און מיט די צייט אים געשטעלט אלס משמש בקודש, ווי ר' הירשעלע, זיינעדיג עוסק גאר אסאך אין צדקה וחסד, אויסטיילענדיג גאר אסטראנאמישע סכומים פאר אלמנות ויתומים האט אפט אנפארטרויעט בלויז זיין געטרייען שמש ר' ישעי'לע, אויסצופירן פאר אים געוויסע הייליגע שליחו'תער, וואס ר' ישעי'לע האט ווירקליך דורכגעפירט מיט אן אויסטערלישע נאמנות.
געניסענדיג פון אזא הערצה און זיך געפינענדיג במחיצתו פון אזא גרויסן צדיק איז דער אינגער ישעי' געוואקסן גאר גאר הויעך בתורה ועבודה, אויסוואקסענדיג דער גרויסער הייליגער ר' ישעי'לע קערעסטירער ביי וועם עס האט זיך געווארפן מופתים אויף א טעגליכע פארנעם, און אידן זעהן ישועות ביי זיין הייליגן ציון ביז צום הייטיגן טאג.

שוין דאן, דינענדיג אלס משמש ביים הייליגן ליסקא רב, האט ר' ישעי'לע צוזעהענדיג די גרויסע חסד אפאראט ביי זיין הייליגן רבי'ן, זעלבסט עוסק געווען און צדקה וחסד, אויסטיילענדיג אוימגעהוירע גרויסע סכומים פאר צדקה.
ווי אויך האט שוין אין יענע יארן נאך פארן מפורסם ווערן, ר' ישעי'לע געפראוועט מופתים ביי זיין רבי'ן אין הויף, וואס ווי באקאנט פלעגט דער הייליגער ר' הירש'לע ליסקער האבן גרויסע ענינים מיטן טיילן בילקעס פאר די חסידים וואס זענען געקומען אויף שבת, און ער האט אויף דעם נישט פארטרויעט יעדן איינעם, נאר דאס איז טאקע געווען פון די אויפגאבעס וואס ר' ישעי'לע האט בפקודת רבו הק' אויסגעפירט יעדע וואך, ארומגייענדיג צעווישן עולם טיילענדיג בילקעס, ווי דער ליסקא רב האט זיך אמאל אויסגעדריקט, ווען מיין ישעי' טיילט די בילקעס קומט אין זיי אריין די ברכה, אין איז ווירקליך אזוי געווען, ר' ישעי'לע פלעגט ארומגיין צעווישן עולם ווען מיט איין האנט דעקט ער צו די קארב ווי די בילקעס ליגן און מיט די אנדערע האנט טיילט ער בילקעס, און איבעריג צו זאגן אז ווי לאנג ער האט געטיילט איז געווען בילקעס.
האט זיך געמאכט אמאל, עס איז געקומען א גרויסער עולם אויף שבת אין מען האט נישט געהאט צוגעגרייט גענוג בילקעס, אבער ר' ישעי'לע האט ווי יעדע וואך פאר שלש"ס גענומען די זאק בילקעס און אנגעהויבן טיילן פארן עולם, יענע וואך איז ר' הירש׳לע אריינגעקומען שפעט צו מנחה שבת נאכמיטאג, עס איז שוין געווען נאנט צום זמן אבער די רבי גייט זיך נישט וואשן, די גבאים האבן פראבירט מרמז זיין דעם רבי'ן אז עס ווערט שפעט, זעהענדיג ווי זיי וואונדערן זיך פארוואס ער גייט זיך נישט וואשן, האט זיך ר' הירש'לע אנגערופן, איך קוק ווי ישעי'לע טיילט גוט די בילקעס, אויף די פראגע פון די ארומיגע מה יום מיומים, ער טיילט דאך יעדע וואך, וואס איז די וואך אנדערש, האט הרה"ק מליסקא גענטפערט, קוק'טס, די זאק איז ליידיג און ער טיילט !

[align=center]פרק האיש מקדש
[/align]ר' הירש'לע ווי א געטרייע טאטע זיך געזארגט פאר ר' ישעי'לע אין אלע הינזיכטן, אין האט זיך אויסגעדריקט פאר די פטירה, אז ער וויל נאך מאריך ימים זיין ווייל ער וויל חתונה מאכן זיין געטרייע משמש ר' ישעי'לע, ליידער האט ער דאס נישט דערלעבט און האט קורצ'ליך פאר די פטירה אנגעזאגט ר' ישעי'לע, אז ווען ער וועט דארפן חתונה האבן זאל ער פארן אויף סאקמער און דארט וועט ער טרעפן זיין באשערטן זיוויג.
מיט די הסתלקות פון זיין הייליגן רבי'ן, י"ד אב תרל"ד, איז ר' ישעי'לע אויף דעם באפעל פון זיין רבי'ן, געפארן אויף סאקמער ווי עס האט דאן געוואוינט הרה"ק מרדכי'לע מנאדבורנא זי"ע וועלעכער האט תיכף ווען ער האט באגעגענט ר' ישעי'לע פארשטאנען אז דער בחור איז נישט עפעס אבי ווער, און ער האט זיך געזארגט צו טרעפן פאר אים א גוטן שידוך.
ר' מרדכי'לע האט ווירקליך מציע געווען פאר ר' ישעי'לע א שידוך, נעמליך א איד פון די שטאט מאד, מיטן נאמען מוה"ר ר' יצחק יונה וויינשטאק ז"ל, פארמאגט גאר א געראטענע טאכטער, פירט זיך איידל ובצניעות, פאסיג פאר אזא קדוש ווי ר' ישעי'לע, אויף וואס ר' ישעי'לע, האט זעהנדיג ברוח קדשו ווער זיין ריכטיגער זיוויג איז גענטפערט, ר' יצחק יונה האט דאך א אינגערע טאכטער אויך !
ר' ישעי'לע איז ווירקליך קורצל'ך דערנאך געקמוען בקישור החיתון מיט די צדיקת שרה, די אינגערע טאכטער פון ר' יצחק יונה.
ער איז דאן צוריק אהיים געפארן אויף ליסקא, און איז אויף שבת בעפאר די חתונה, שבת שמיני שנת תרל"ה, צוריקגעקומען אויף סאטמאר פראווענען די שבת באווארפן במחיצת הרה"ק מנאדבורנא, וועלכער האט בשעת ר' ישעי'לע איז ארויף צום בימה עולה זיין, אים געזאגט, די האסט נישט ווער עס זאל דיך באווארפן וועל איך דיך באווארפן מיט חסידים, זייענדיג אים דערמיט מסמיך אלס רבי.
די פאלגענדער עש"ק פ' תזריע, ד' ניסן תרל"ה, איז ר' ישעי'לע געגאנגען אינטער די חופה מיט הרבנית הצדיקת שרה, מיט וועם ער האט אויפגעשטעלט א בית נאמן בישרא', בנים ובני בנים לבית קערעסטיר ובערבעשט.


[align=center]אורחים
[/align]אויפן ראט פון הייליגן יטב לב איז נאך די חתונה ר' ישעי'לע געפארן וואוינען אויף קערעסטיר, ווי ער האט פאר די קומענדיגע פיפציג יאר ביז צו זיין הסתלקות, ג' אייר תרפ"ה, אנגעפירט באדמורו"ת ווי טויזענטער זענען געווען משכימים על פתחו להפקד בדבר ישעוה ברחמים, און זעהן זיין הייליגע עבודה, צעווישן זיי פילע גדולי ישרא'.
גלייכצייטיג איז געווען, ווי די מציבה על קברו איז מעיד, ביתו פתוח כביתו של אאע"ה, ווי ר' ישעי'לע האט אליין בכבודו ובעצמו אנגעפירט מיט דעם מאסיוון הכנסת אורחים, און האט פערזענליך אויפגענומען און באדינט די אורחים וואס זענען געקומען, און האט אפי' אוועקגעגעבן זיין אייגענע בעט אז די אורחים זאלן פילן באקוועם.
ר' ישעי'לע האט בכלל נישט געקוקט אויף זיין כבוד, נאר ווי ערווענט, זיך אליין אפגעגעבן מיט די געסט, זיי באדינט און צוגעשטעלט אלעס וואס זיי דארפן, ווי עס לויטעט די פאלגענדע שורה אויפן מציבה, "משכיל אל דל מעביר על מדיתיו ולא כעס מעולם", עד כדי כך אז עס פלעגט אפט פאסירן עס זאל אריינקומען א פרעמדער איד צו ר' ישעי'לע און שטוב און באגעגנדיג אים און קיך זיך פארענדיג איבער די גרויסע טעפ אים פרעגן ווי די רבי איז, נישט וואוסענדיג אז ער איז גאר דער רבי.

[align=center]בורחים
[/align]עס איז ידוע פון אידן וואס מיר האבן נאך געקענט, אז בשעת די ערשטע וועלט מלחמה האט געפלאקערט אויפן אייראפעישן קאנטינענט, זענען טויזענטער אידן אנטלאפן פון די הייזער ווערענדיג געזיכט דורך די מיליטער, און זיך אויסבאהלטן ביי ר' ישעי'לע אין שטוב, ווי ר' ישע'לע האט נישט נאר אויסבאהאלטן און געגעבן אש"ל מלא פאר די טמיר ונעלם׳ניקס פאר א אומבאשטימטע זמן, נאר האט מיט זיין כח הקדושה אויך מגין געווען, אויף די אזויגערופענע "בורחים", אז מען זאל זיי נישט כאפן, ווי עס האט זיך געמאכט מער ווי איינמאל אז די מיליטער הויפטן זענען פערזענליך אראפגעקומען זיכען, וואוסענדיג אז ביי ר' ישעי'לע און שטוב באהאלטן זיך אויס אנטלאפענע פון די מיליטער, אבער אנקומענדיג איז געווען הכו בסנוירם און זיי זענען בדרך נס, ארויס מיט ליידיגע הענט.

[align=center]דורכים
[/align]שטייענדיג אויף א באדן וואס איז געבענטש מיט וויין גערטנער, איז זיין שטוב, אויסער די הונדעטער סתם אורחים וואס האבן זיך דורכגעדרייט זיין שטוב זייענדיג אונטערוועגענס וכדו', געווען א בית פתוח פאר צענדליגער אידן וואס פלעגן קומען פון ארומיגע מדינות ווי עס איז געווען שווערער מיט פרנסה, א שטייגער ווי פוילן און גאליציע, קיין אונגארן און די סוף זוממער טעג, און ארבעטן אלס דורכים, דאס הייסט פרעסן די טרויבן אויף די פעלדער און טאקאי, וואס ווייעלענדיג דארט און די ימי אלול, תשרי, זייענדיג ווייט פון די משפחה און די ימים טובים טעג, איז ר' ישעי'לעס שטוב געווען דאס פלאץ ווי די דורכים האבן זיך אויפגעהאלטן און די שבתים וימים טובים דורכאויס די צייט וואס זיי האבן זיך געפינען און די געגענט.

[align=center]סעודת דוד מלכה משיחא
[/align]א באזונדערע געהויבענע עבודה האט ר' ישעי׳לע געהאט מיטן פראווענען גרויסע סעודת מלוה מלכה, מען פלעגט שחט'ן עופות און אפט מאל א בהמה אויך, הונדערטער הונגעריגע אידן וואס האבן נישט אריינגענומען קיין געהעריג שטיקל ברויט דורך די וואך האבן זיך דערקוויקט און געזעטיגט ביי ר׳ ישעי׳לעס מלוה מלכה, באזונדער פלעגן אסאך בחורים פון די ארומיגע שטעט וואס פלעגן דורך די וואך עסן טעג ביי בעלי בתים און האבן אפט אינטערגעהונגערט, שטארק ארויסגעקוקט אויף ר׳ ישעי׳לעס מלוה מלכה פון ווי זיי זענען ארויס זאט, מיט פרישע כוחות צו קענען ווייטער הארעווען ווען על התורה ועל עבודה.

[align=center]עמוד החסד
[/align][/b][/align]נישט נאר און די מצוה הכנסת אורחים האט ר' ישעי'לע עוסק במסירת נפש, נאר און יעדע סארט צדקה איז ער געווען א יחיד בדורו, ער פלעגט פארטיילן ריזיגע סכומים פאר צדקה, און צענדליגער אלמנות ויתומים אין, און ארום קערעסטיר, זענען געשפייזט געווארן דורך דעם צדיק.
צדיקים האבן באוואנדערט די אויסטערלישע מדת החסד און צדקות וואס דער צדיק האט געטיילט, ווי דער הייליגער קאלאשיצער רב האט אמאל, נאכן צוזעהן אליין די געוואלדיגע עבודה ווי ר' ישעי'לע טיילט צדקה מיט אזא ברייטע האנט זיך אויסגעדריקט, אז מן השמים שיקט מען אליהו הנביא זאל ברענגען יעדער טאג געלד אז ר' ישעי' זאל האבען וואס צו טיילן.

[align=center]מופת הדור
[/align]ר' ישעי'לע האט מיט זיין גרויסע עבודה געשאקעלט וועלטן, מען האט ביי דעם הייליגן צדיק געזעהן דעם צדיק גוזר והקב"ה מקיים במלוא מובן המלה, און טויזענטער אידן זענען בי דעם צדיק געהאלפן געווארן און יעדן הינזיכט און געזעהן ישועות רפואות ממש לחוץ לדרך הטבע.
ביי ר' ישעי'לע זענען אידן געהאלפן געווארן אין יעדע הינזיכט, מען האט ביי דעם צדיק געזעהן רוח הקודש אויף א טעגליכע פארנעם, און אפי' להבדיל די גויים האבן געוואוסט צו זאגן פון די טשאדא רעבי, וואס באדייט אין אונגאריש וואונדער ראבינער, ווארום ער האט ווירקליך באוויזן מיט זיין גרויסע כח הקדושה אויסטערלישע וואונדער און מופתים און דאס איז געגאנגען גאר ווייט אזש ביז תחיים המתים ממש ווי מען זעהט פון די פאלגענדעג מעשה.
ווען ר' אברהם'לע איז געזעצן שבעה נאך זיין גרויסען טאטע איז אריין געקימען א איד מנחם אבל זיין האט ער פארציילט א מעשה וואס עס האט פאסירט מיט אים.
דער איד האט געהאט א שענק אין איינמאל איז אריין געקומען א פויער אין זיך גענימען טאנצן מאכענדיג חרבנות, וועלענדיג אים אפשטעלן האט ער אים אראפ געלאזט א פראסק פון וואס דער גוי האט זיך אויס געשטערקט א פגר, א פחד איז אים באפאלן, ער האט אראפ געטראגן דעם טויטן גוי אין קעלער אין איז און איילעניש געפארן קיין קרעסטיר צי ר' ישעי'לע .
נאכן אויסהערן דעם איד, און אויס מוסר׳ן פארן הייבן הענט אויף א גוי, האט אים ר' ישעי'לע עפעס געגעבן, אין געהייסן אהיימגיין זאגן פארן גוי אז אין זכות פון מיין רבי דער הייליגער צאנזער רב אין זכות פון דער ליסקער רב זאלסט דיך אויף הייבן און אהיים גיין.

דער איד איז אהיים געגאנגען און מיט גרויס אמונת צדיקים געטון וואס ר' ישעי'לע האט אים געהייסן, און דער גוי האט זיך ווירקליך אויף געהויבן און אהיים געגאנגען, ביים טיר פון זיין הויז איז אויף אים ארויף געשפרינגן א ווילדע אקס אין אריין געשטאכן אין הארץ און פראנט פון זיין ווייב אין קינדער און ער איז דארט געשטארבן, אין אזוי איז דער איד געראטעוועט געווארן פון א שרעקליכע אומגליק וואס וואלט אים געקענט חליחה פאסירן.
דער איד האט אויסגעפירט, ווען איך בין געגאנגען פארציילן פאר ר' ישעי'לע וואס עס איז פארגעקומען האט ער אים אנגעווארנט אז ווי לאנג ער לעבט זאל ער זיך נישט דערוואגן צי פארציילן פאר קיינעם.

[align=center]מפתח הפרנסה
[/align]באזונדער האט ר' ישעי'לע געהאט גאר א גרויסן כח משפיע צו זיין פרנסה בריווח פאר אידישע קינדער, ווי די צדיקי הדור בדורו האבן מעיד געווען איבערן גרויסן כח פון ר' ישעי'לע, ווי דער הייליגער צאנזער רב, צו וועם ר' ישעי'לע פלעגט אפט פארן, האט אמאל, וויילענדיג דארט ביי זיין רבי'ן אים ארויפגערופן צו זיך זאגענדיג, ישעי' קום ארויף איך וויל דיר געבן א גרויס שטיקל קוגעל אזוי וועסטו ברייט קענען טיילן פאר אידן, זייענדיג מרמז אז ר' ישעי'לע האט ווירקליך גאר א גרויסער כח משפיע צו זיין פאר אידישע קינדער אלעס גוטס.
ענליך האט זיך דער הייליגער בעלזער רב זי"ע אויסגעדריקט, די שליסל פון פרנסה ליגט און די האנט פון ר' ישעי'לע קערעסטירער.
שוין אלס קליין קינד פון דריי יאר פלעגן די סוחרים און זבארוב צאלן פאר זיין מאמע געלט אז זי זאל אים ערלויבן קומען צו זיי און געשעפט זעהענדיג אן אויסטערישלע הצלחה ווען ער האט זיך געפינען ביי זיי.
און אוודאי האט ער מיט די זעלבע כח, שפעטער ווען ער האט זיך שוין געפירט באדמרו"ת טאקע געטיילט פרנסה בשפע פאר אידישע קינדער, ווי ר' ישעי'לע זעלבסט האט זיך אויסגעדריקט, איך דארף נישט קיין גבאים, ווער עס דארף פרנסה זאל קומען צו מיר.

[align=center]ענוותן כהלל
[/align]טראץ די גרויסע געפאראכטץ און מופתים וואס ער האט געפראוועט, האט אבער ר' ישעי'לע זעלבסט פון דעם נישט געמאכט קיין גרויס עסק, נאר כסדר אוועקגעמאכט דאס אז ער פראוועט מופתים, ווי ר' ישעי'לע האט ברוב ענותנותו אמאל געטייטש דאס וואס מען זאגט שבת ביי יקום פורקן, רברביא- די גרויסע רבי'ס, זעריא- מיינט מען די קלענערע רבי'ס, טפלא- די גאר קליינע רבי'ס, ונשיא- ישעי' איז אויך א רבי.

[align=center]ובא השמש
[/align]ר' ישעי'לע פלעגט צו פארן יערליך כ"ה ניסן, יומא דהילולא פונעם הייליגן צאנזער רב, קיין צאנז מתפלל זיין אויפן ציון פון זיין רבי'ן, און אויך יענס יאר, כ"ה ניסן תרפ"ה, עטליכע וואכן איידער זיין פטירה האט ר' ישעי'לע, טראץ א חולשה פון וואס ער דאן געליטן, זיך נישט צוגעהערט צו די געבעט פון די מוקרבים און זיך איינגעקשנט אז ער וויל פארן אויף צאנז.
זעהענדיג ווי די רבי וויל נישט מוותר זיין בשום אופן, האבן די מקורבים געבעטן ער זאל כאטש פארן מיט די שנעל-צוג, וואס איז געווען באקוועמער און שנעלער ווי די געווענליכער באן, אויף וואס ר' ישעי'לע האט בשום אויפן נישט מסכים געווען, זאגגענדיג, די שנעל-צוג קאסט מער געלט, דאס איז אידיש געלט און מען קען אסאך אויפטון מיט די געלט.
פארענדיג מיט א שיינע צאל חסידים אויף צאנז, האט ער אנקומענדיג אויף צאנז געזאגט פאר די מקורבים, אז איינער, ער ווייסט ווער אויך, האט אויף אים געלייגט אן עין הרע און ער וויל תיכף אהיים פארן.
דארט און צאנז איז ער ל"ע פארגיפטעט געווארן, אריינטרעטענדיג און א נאגל פון איינע פון די בודקעס אויפגעשטעלט דארט און ביה"ח, און האט זיך אנגעהויבן זייער שלעכט שפירן, דא האט ר' ישעי'לע ווידער נישט געלאזט מען זאל רופן אן אויטא אהיים צופארן, זאגענדיג אז דאס איז אידיש געלט און מען קען דערמיט אסאך אויפטון.
אנקומענדיג אהיים האט מען גערופן א דאקטאר, זעהענדיג דעם דאקטאר האט ר' ישעי'לע געזאגט פאר די ארומיגע אז אויך פאריאר זייענדיג און צאנז האט מען אויף אים געלייגט אן עין הרע, אבער אנקומענדיג אויפן וועג אהיים צום גרעניץ, האט מען אים דאן צוגענומען אסאך געלט וואס ער האט געהאט מיט זיך און דאס האט ממתיק געווען, אבער דאס יאר האט מען ביים גרעניץ זיי נישט אפגעשטעלט וועט שוין קיין דאקטאר נישט העלפן.
וכך הוה עטליכע שפעטער, ג' אייר שנת תרפ"ה, נצחו אראלים את המצוקים ונשבה ארון הקודש ווערענדיג נסתלק און עלטער פון פיר און זיבעציג יאר לדאבון לב כל בית ישראל.
די ידיעה איבער די פטירה האט זיך בליץ שנעל צושפרייט איבער גאנץ אונגארן, און טויזענטער אידן פון אונגארן, ווי אויך פון די ארומיגע מדינות האבן נאכדעם וואס די רעגירונג האט געפענט די גרעניצן קיין אונגארן, געשטראמט קיין קערעסטיר אפגעבן דעם כבוד האחרון פאר האי צדיק וקדוש און באגלייט למנוחת עולמים אויפן שפיץ בארג בביה"ח און קערעסטיר, ווי מען האט שפעטער געבויעט אן אוהל על ציון קדשו, און אויפן פארלאנג פון ר' ישעי'לע געפענט א פענסטער אונעם אוהל הקדוש אינעם ריכטונג צום שטאט זאגענדיג, איך האב ביים לעבן משגיח געווען אויף די תושבי העיר און איך וויל די זעלבע לאחר פטורתי.

[align=center]מה כאן עומד ומשמש אף שם עומד ומשמש
[/align]די ציון הקדוש איז זינט דאן א תל תלפיות ווי טויזענטער אידן קומען צו פארן יערליך צום יארצייט, היינט שוין א גאנץ יאר אויך, און זעהן אפענע ישועות און רפואות חוץ לדרך הטבע ממש, מען זעהט אפן דעם מה כאן עומד ומשמש אף שם עומד ומשמש.
מערקעוועדיג איז, בשעת די מלחמה ווען די דייטשע רשעים ימח שמם האבן געשענדעט און פארטיליגט די אידישע בתי חיים און אייראפע, איז קערעסטיר נישט אפגעשוינט געווארן און די גאנצע ביה״ח איז חרוב געווארן, ובתוכם די אוהל מיטן ציון הק׳ פון ר׳ ישעי׳לע.
נאכן קריג ווען די אודים מוצלים מאש, איבערלעבער פון דעם שוידערליכן גיהנום, האבן זיך אביסל צוזאמגעקליבן און איבערגעבויעט די אוהל הק', האט מען ווי עס שיינט, נישט געדענקט ר' ישעי'לעס בקשה אז מען זאל בויען א פענסטער ער זאך זיך קענען אומקוקן אויף די שטאט, און די אוהל וואס מען האט דאן אויפגעבויעט האט נישט פארמאגט קיין פענסטער.
עטליכע יאר צוריק האבן די אייניקלעך אויפגעבויעט א נייעם אוהל הק' מיט א גרויסן פענסטער, און אינטערסאנט צו באמערקן, אז זינט דאן, מער ווי סיי ווען, איז קערעסטיר געווארן דאס פלאץ ווי אידן פון אומעטום קומען צו פארן א גאנץ יאר, נישט נאר אום ג' אייר, און פועלן אלעס גוטן. הכל תלוי במזל ואפי' ספר תורה שבהיכל !
זכותו הגדול יגן עלינו
אטעטשמענטס
ג אייר.pdf
(120.02 KiB) געווארן דאונלאודעד 75 מאל
אוועטאר
צדקת ישעי'
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 23, 2020 3:38 pm

Re: רבי ישעי' שטיינער מקערעסטיר זצ"ל - ג' אייר תרפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדקת ישעי' »

ייש"כ הרב 'לחיים לחיים לחיים' פאר די שיינע ארטיקל
זכות הצדיק יגן בעדך
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

Re: רבי ישעי' שטיינער מקערעסטיר זצ"ל - ג' אייר תרפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

טוב ה' לכל האט געשריבן:א שיינע וואונדערליכע מעשה.
די גרעסטע מופת נאך פון ר' ישעיל'ע איז: א גערער מקושר צו קערעסטיר.... ויהי לפלא....


מן הסתם א אונגארישער אפשטאמיגער מילא
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7437
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: רבי ישעי' שטיינער מקערעסטיר זצ"ל - ג' אייר תרפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

אוהב ספרים האט געשריבן:
טוב ה' לכל האט געשריבן:א שיינע וואונדערליכע מעשה.
די גרעסטע מופת נאך פון ר' ישעיל'ע איז: א גערער מקושר צו קערעסטיר.... ויהי לפלא....


מן הסתם א אונגארישער אפשטאמיגער מילא

מסתמא קענסטו נישט די גערע וואס זענען מחובר צו די אלע באבות לבית אבוחצירא, צו ר' אלימלך בידרמן ועוד ועוד.
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13006
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: רבי ישעי' שטיינער מקערעסטיר זצ"ל - ג' אייר תרפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

אוהב ספרים האט געשריבן:
טוב ה' לכל האט געשריבן:א שיינע וואונדערליכע מעשה.
די גרעסטע מופת נאך פון ר' ישעיל'ע איז: א גערער מקושר צו קערעסטיר.... ויהי לפלא....


מן הסתם א אונגארישער אפשטאמיגער מילא

די נדבנים זענען פוליש שבפוליש...
אטעטשמענטס
photo_2020-04-27_18-36-24.jpg
photo_2020-04-27_18-36-24.jpg (168.05 KiB) געזען 1372 מאל
דביה תחדי נפשא
טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

Re: רבי ישעי' שטיינער מקערעסטיר זצ"ל - ג' אייר תרפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

חמרא טבא האט געשריבן:
אוהב ספרים האט געשריבן:
טוב ה' לכל האט געשריבן:א שיינע וואונדערליכע מעשה.
די גרעסטע מופת נאך פון ר' ישעיל'ע איז: א גערער מקושר צו קערעסטיר.... ויהי לפלא....


מן הסתם א אונגארישער אפשטאמיגער מילא

די נדבנים זענען פוליש שבפוליש...

קוקט אויס ווען עס צו ישועות ווייסט יעדער וואו מען דארף זיך ווענדן. תכלית, אפאר דאללער וואו עס קומט נאר...
וואו זעט מען עס איז פויליש? איך זע נישט קיין לעצטע נעמען.
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13006
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: רבי ישעי' שטיינער מקערעסטיר זצ"ל - ג' אייר תרפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

כ׳קאן זיי
דביה תחדי נפשא
לחיים לחיים לחיים
שר חמישים
תגובות: 81
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 01, 2016 12:55 pm

Re: רבי ישעי' שטיינער מקערעסטיר זצ"ל - ג' אייר תרפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים לחיים לחיים »

צדקת ישעי' האט געשריבן:ייש"כ הרב 'לחיים לחיים לחיים' פאר די שיינע ארטיקל
זכות הצדיק יגן בעדך

אמן
shulem k
שר חמישים ומאתים
תגובות: 375
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2019 8:22 pm

Re: רבי ישעי' שטיינער מקערעסטיר זצ"ל - ג' אייר תרפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shulem k »

חמרא טבא האט געשריבן:
אוהב ספרים האט געשריבן:
טוב ה' לכל האט געשריבן:א שיינע וואונדערליכע מעשה.
די גרעסטע מופת נאך פון ר' ישעיל'ע איז: א גערער מקושר צו קערעסטיר.... ויהי לפלא....


מן הסתם א אונגארישער אפשטאמיגער מילא

די נדבנים זענען פוליש שבפוליש...

וועלכע מוסד איז דעיס?
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

Re: רבי ישעי' שטיינער מקערעסטיר זצ"ל - ג' אייר תרפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

shulem k האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:
אוהב ספרים האט געשריבן:
טוב ה' לכל האט געשריבן:א שיינע וואונדערליכע מעשה.
די גרעסטע מופת נאך פון ר' ישעיל'ע איז: א גערער מקושר צו קערעסטיר.... ויהי לפלא....


מן הסתם א אונגארישער אפשטאמיגער מילא

די נדבנים זענען פוליש שבפוליש...

וועלכע מוסד איז דעיס?

שטייט
יגדיל תורה

גערער חדר אין ב"פ
טראק דרייווער
שר האלפיים
תגובות: 2284
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: רבי ישעי' שטיינער מקערעסטיר זצ"ל - ג' אייר תרפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראק דרייווער »

יודל קליין האט געשריבן:
השקדן האט געשריבן:ווייסע זאקן??
די אייניקלעך וועלן עם נאך באלד אנטוהן סטראקעס.
ער איז געווען הייליג מיט די לאנגע הויזן אויך.

פון וואו נעמסטו אז ער איז געגאנגען מיט לאנגע הויזן?


השקדן האט געשריבן:1] פון אידן וואס האבן עם געדענקט
2] ספר מופת הדור האט פיהל מעשיות פון אידן וואס זענען געקומען און נישט געוואוסט אז ער איז די רבי, כדוגמת ר' איציקל וואס האט עם געזען אין הויף "אהן די הוט און רעקל" געבן צו עסן פאר די עופות און עם געפרעגט ווען מ'קען אריינגיין צום רבין.
ס'מעגליך אז סשטייט א איד אינמיטן וואך מיט ווייסע זאקן אהן הוט און רעקל און ר' איציקל מיינט אז ער איז די הויף קערער?


געהערט פון וואס ווייסן מער בתולדות חייו אז ער איז קלאר געגאנגען מיט ווייסע זאקן. דיין מעשה מיט ר' איציקל איז לכאורה טאקע א שטיקל קשיא, אבער יש ליישב.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
קיסריה
שר האלף
תגובות: 1651
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

Re: רבי ישעי' שטיינער מקערעסטיר זצ"ל - ג' אייר תרפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיסריה »

איך האב געהערט פון מיין עלטער זיידן ז״ל, אז איבער׳ן טאג האט ער זיך פיזיש געפארעט מיט די אורחים פערזענליך געברענגט ברויט און פוטער, און פילע געסט האבן בכלל נישט געוואוסט אז ער איז א רבי.

ער איז נישט געגאנגען מיט קיין בעקיטשע / ווייסע זאקן ביים פארטיילן עסן.


אין הימל האט מען מקיים געווען צדיק גוזר והקב״ה מקיים אויך אן האלבע שיך אדער שיפע טאשן.

דארט קוקט מען נישט אויף דעם. (תחתונים למעלה וכן להיפך)
טראק דרייווער
שר האלפיים
תגובות: 2284
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: רבי ישעי' שטיינער מקערעסטיר זצ"ל - ג' אייר תרפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראק דרייווער »

קיסריה האט געשריבן:איך האב געהערט פון מיין עלטער זיידן ז״ל, אז איבער׳ן טאג האט ער זיך פיזיש געפארעט מיט די אורחים פערזענליך געברענגט ברויט און פוטער, און פילע געסט האבן בכלל נישט געוואוסט אז ער איז א רבי.

ער איז נישט געגאנגען מיט קיין בעקיטשע / ווייסע זאקן ביים פארטיילן עסן.


אין הימל האט מען מקיים געווען צדיק גוזר והקב״ה מקיים אויך אן האלבע שיך אדער שיפע טאשן.

דארט קוקט מען נישט אויף דעם. (תחתונים למעלה וכן להיפך)


די האסט געהערט קלאר פון דיין זיידע אז ער איז נישט געגאנגען מיט קיין ווייסע זאקן אינדערוואכן? ווייל דאס וואס מען פארציילט אז מען האט נישט געוויסט אז ער איז רבי בשעת פארטיילן די עסן איז נאכנישט קיין ראי'. מען מיינט צו זאגן אז ער האט זיך אויפגעפירט כאילו אחד מהם, זיך אראפגעלאזט ביז האט כמעט נישט געוויסט אז ער איז רבי.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
השקדן
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 14, 2010 8:22 am

Re: רבי ישעי' שטיינער מקערעסטיר זצ"ל - ג' אייר תרפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך השקדן »

טראק דרייווער האט געשריבן:
יודל קליין האט געשריבן:
השקדן האט געשריבן:ווייסע זאקן??
די אייניקלעך וועלן עם נאך באלד אנטוהן סטראקעס.
ער איז געווען הייליג מיט די לאנגע הויזן אויך.

פון וואו נעמסטו אז ער איז געגאנגען מיט לאנגע הויזן?


השקדן האט געשריבן:1] פון אידן וואס האבן עם געדענקט
2] ספר מופת הדור האט פיהל מעשיות פון אידן וואס זענען געקומען און נישט געוואוסט אז ער איז די רבי, כדוגמת ר' איציקל וואס האט עם געזען אין הויף "אהן די הוט און רעקל" געבן צו עסן פאר די עופות און עם געפרעגט ווען מ'קען אריינגיין צום רבין.
ס'מעגליך אז סשטייט א איד אינמיטן וואך מיט ווייסע זאקן אהן הוט און רעקל און ר' איציקל מיינט אז ער איז די הויף קערער?


געהערט פון וואס ווייסן מער בתולדות חייו אז ער איז קלאר געגאנגען מיט ווייסע זאקן. דיין מעשה מיט ר' איציקל איז לכאורה טאקע א שטיקל קשיא, אבער יש ליישב.


"שטיקל" קשיא, יש ליישב, כמעט נישט געוואוסט אז ער איז רבי.

די וואס ווייסן מער בתולדות חייו און זאגן אז ער איז "קלאר" געגאנגן מיט ווייסע זאקן האבן גערעדט פון שבת אדער וואכן???

לפי אידן וואס האבן געדענקט [נישט וואס ווייסן תולדות חייו] איז ער שבת אויך נישט געגאנגן דערמיט!! אינדערוואכן מאן דכר שמיה.
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4033
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: תולדות הרה"ק ר' ישעי'לע קעקעסטירער זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

יישר כח, זייער שיין אין קלאר אראפגעשריבן

2 זאכן וואס אין מופס הדור שטייט אביסל אנדערש
1) די מעשה מיט תחיית המתים איז דארט אביסל אנדערש
2) ונשיא איז אויך רבי האט רבי ר' מרדכילע געזאגט
זיעועכי"א
ורחץ
שר האלף
תגובות: 1212
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 12:27 am

Re: רבי ישעי' שטיינער מקערעסטיר זצ"ל - ג' אייר תרפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ורחץ »

השקדן האט געשריבן:
טראק דרייווער האט געשריבן:
יודל קליין האט געשריבן:
השקדן האט געשריבן:ווייסע זאקן??
די אייניקלעך וועלן עם נאך באלד אנטוהן סטראקעס.
ער איז געווען הייליג מיט די לאנגע הויזן אויך.

פון וואו נעמסטו אז ער איז געגאנגען מיט לאנגע הויזן?


השקדן האט געשריבן:1] פון אידן וואס האבן עם געדענקט
2] ספר מופת הדור האט פיהל מעשיות פון אידן וואס זענען געקומען און נישט געוואוסט אז ער איז די רבי, כדוגמת ר' איציקל וואס האט עם געזען אין הויף "אהן די הוט און רעקל" געבן צו עסן פאר די עופות און עם געפרעגט ווען מ'קען אריינגיין צום רבין.
ס'מעגליך אז סשטייט א איד אינמיטן וואך מיט ווייסע זאקן אהן הוט און רעקל און ר' איציקל מיינט אז ער איז די הויף קערער?


געהערט פון וואס ווייסן מער בתולדות חייו אז ער איז קלאר געגאנגען מיט ווייסע זאקן. דיין מעשה מיט ר' איציקל איז לכאורה טאקע א שטיקל קשיא, אבער יש ליישב.


"שטיקל" קשיא, יש ליישב, כמעט נישט געוואוסט אז ער איז רבי.

די וואס ווייסן מער בתולדות חייו און זאגן אז ער איז "קלאר" געגאנגן מיט ווייסע זאקן האבן גערעדט פון שבת אדער וואכן???

לפי אידן וואס האבן געדענקט [נישט וואס ווייסן תולדות חייו] איז ער שבת אויך נישט געגאנגן דערמיט!! אינדערוואכן מאן דכר שמיה.

ס׳איז גאנץ אונטערעסאנט צו ליינען די טענה׳ריי דא וואו איינער ווייסט קלאר פון מענטשן וואס האבן געדענקט אז ער איז יא געגאנגען און דער צווייטער להיפך.

ובא הכתוב השלישי ויכריע ביניהם

איך האב געקענט א אידענע פון קערעסטיר וואס האט גוט געדענקט רבי ישעי׳לע זי״ע (״דער רבי״ אין איהר שפראך) און ס׳איז אונטערעסאנט צו באמערקן אז פיל מאל ווען זי פלעגט איהם אויס משל׳ן פלעגט זי דערמאנען אז ער איז געגאנגען א כאלאטל ממש ביז צו דער ערד.

לדעתי קען דאס ווארפן א שטיקל ליכט פארוואס איינער געדענקט איין וועג און א צווייטער פארקערט.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”