רבי ישעי' שטיינער מקערעסטיר זצ"ל - ג' אייר תרפ"ה

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

רבי ישעי' שטיינער מקערעסטיר זצ"ל - ג' אייר תרפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

עס איז היינט ג' אייר, די יאהרצייט פון דעם איש קדוש, ר' ישעיה'לע קערעסטורער זצוק"ל
דא איז א בילד פונעם מצבה. עס איז געוון א ביסעל שווער צי נעמען א בילד פון ממש אקעגען ווייל דאס פלאטץ איז זייער שמאל, די וואס זענען שוין דארט געווען פארשטייען.

מיין טאטע ע"ה האט נאך געהאט די זכיה איהם צי קענען. ער איז געווען א יונג יונגעל און דער זיידע האט איהם גענומען פאר א ברכה. ער האט געדענקט ר' ישעיה'לע ארויף לייגען די הענט אויף זיין קאף און איהם געבענשט אויף אריכת ימים.
דער טאטע מיינער איז גווען קראנק 17 יאהר, מיט פארשידענע מחלות, בתוכם יענע מחלה אויף די נירען און אויך יענע מחלה און די מאריך.
ער האט דערלעבט ביז 86 יאהר, און ער פלעגט מיר אלטס זאגען אז זיינע יאהרען איז נאר וועגען ר' ישעיה'לעס ברכה.
זכותו יגן עלינו
אטעטשמענטס
YeshayKeristir.jpg
YeshayKeristir.jpg (38.07 KiB) געזען 19100 מאל
the SCY is the limit
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

הצדיק ר' ישעי'לע קערעסטירער איז געווען א תלמיד וחסיד פונעם אך פרי תבואה ר' הערשעלע ליסקער און איז אויך געפארן צום הייליגן דברי חיים, ער איז נסתלק געווארן ג' אייר תרפ"ה און ליגט אין שטאט קערעסטיר, עס געפינט זיך אויך נאך דארט די הויז ווי ר' ישעי'לע האט געוואונט אידן וועלכע גייען אויף אונגארן באזוכען דעם שטוב און לאזן זיך אריינשרייבן אינעם ספר הזכרונות וואס ליגט דארט.

ער האט איבערגעלאזט א זוהן ר' אברהם שטיינער פון קערעסטיר פון וועלכע עס זענען פארבליבן אסאך אייניקלעך, צווישן זיי ציילן זיך האדמו"ר מאודווארי שליט"א והאחים הרבנים גראס לבית קערעסטיר ובערבעשט.

בייגעלייגט איז דער פראמינטענטער בילד פון ר' ישעי'לע וועלכע ווערט געזעהן אלס א סגולה אקעגן מייז און די שטוב ווי דער בילד איז אויפגעהאנגען.

(אין א לייכטען נאטיץ, האט איינער זיך אמאל באקלאגט אז ער האט דעם בילד דאונלאודעד אין זיין קאמפיוטער און דער 'מייזל' זיינער האט געפרוירן.......)
אטעטשמענטס
20071127_1154442466_030724_191622-689_Reb_Yeshayaleh.jpg
20071127_1154442466_030724_191622-689_Reb_Yeshayaleh.jpg (12.71 KiB) געזען 19087 מאל
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

ר' ישעי'לע איז נפטר געווארן פון א פארגיפטיגונג וואס ער האט באקימען דורעכן אריינטרעטען אין א ראסטיגע נאגל זייענדיג אין צאנז אויפן יומא דהילולא פון די בודקעס וואס מ'האט דארט אויפגעשטעלט.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

איז דער אודווארי רב אן איידעם ביי ר' אברהם מקערעסטיר אדער ביים עדעלינער רב ר' אלטר לאנדא, און ביי וועם איז ר' אלטר לאנדא געווען אן איידעם ביי ר' שיעי'לע אדער ביי ר' אברהם?
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

דער אודוואריער רב'ס ווייב איז א רעכטער אייניקעל פון ר' ישעי'לע אזוי אויך איר ברודער ר' ישעי שלום פון ווליאמסבורג קינדער פון ר' אלטר וואס איז געווען אן איידעם פון ר' ישעי'לע.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

יאסל האט געשריבן:ר' ישעי'לע איז נפטר געווארן פון א פארגיפטיגונג וואס ער האט באקימען דורעכן אריינטרעטען אין א ראסטיגע נאגל זייענדיג אין צאנז אויפן יומא דהילולא פון די בודקעס וואס מ'האט דארט אויפגעשטעלט.


זייער אן אינטערעסאנטע ידיעה וואס כ'האב נאך קיינמאל נישט געהערט דערפון. יישר כח.
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

איך האב געהערט פון מיין שווער ע"ה.
זיין מאמע איז געבליבען אן אלמנה, יונגערהייט, און עס איז נאך געבליבען א שטוב מיט קידער.
זי האט זיך מפרנס געווען מיט א קליינע variety סטאר, און עס איז איר געווען זייער שווער.
זיי האבען געהאט א שכן א גוי וואס האט פאר איר אוסגעטיילט צרות צרורות. עס איז געקומען ביז א מצב פון כלות הנפש, מען קען שוין ווייטער נישט אויסהאלטען. דער גוי האט שוין אפילו אנגעפאגען סטראשען, רציחה ממש.
זי איז געפארען קיין קערעסטור, און זיך אויסגעווינט פאר ר' ישעיה'לע אויף איר גאנצע מצב, זי איז אן אלמנה מיט קינדער, פרנסה איז זייער שווער, און נאך דערצי איז יעצט דא דער פרשה מיטען גוי. ר' ישעיה'לע האט זי אנגעווינטשען און איר געזאגט אז פונעם גוי וועט זי נאך גניסען טובות.
זי איז אהיים געקומען, און איבערנאכט האט זיך דער גוי אינגאנצען געטוישט אין געווארען דער בעסטער פריינד פאר זיי,
ווי ער האט נאר געקענט עפעס העלפען אדער טוהן פאר די אלמנה איז ער ממש געגאנגען ארויס פון וועג צי דערפילען.
מיין שווער האט נישט געקענט ר' ישעיה'לע, ער איז שוין געבויען נאך ר' ישעיה'לעס פטירה, אבער ער האט מיר דערציילט וואס ער האט געהערט פון זיין מאמע און דאס אויסטערלישען פריינדשאט וואס דער שכן דער גוי האט זיי געוויזען.
the SCY is the limit
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יאסל האט געשריבן:דער אודוואריער רב'ס ווייב איז א רעכטער אייניקעל פון ר' ישעי'לע אזוי אויך איר ברודער ר' ישעי שלום לאנדא פון ווליאמסבורג קינדער פון ר' אלטר וואס איז געווען אן איידעם פון ר' ישעי'לע.


און די גראס משפחה זענען אייניקלעך פון ר' אברהם?
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

יא אזוי דאכט זיך מיר אז דער פאטער פון די גראס'עס איז געווען ביי אים אן איידעם
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

יאסל האט געשריבן:יא אזוי דאכט זיך מיר אז דער פאטער פון די גראס'עס איז געווען ביי אים אן איידעם
אזוי האב איך אויך געהערט פון מיין טאטען ע"ה
the SCY is the limit
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

אין בארא פארק האט אויך געוואוינט א קערעסטירער רבי, ר' בעריש בן ר' מאיר יוסף רובין ז"ל, געווען אן איידעם ביים סארוואשער רב. וויאזוי איז ער געווען אן אייניקל פון ר' ישעי'לע?
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

לכאורה פון די רובין זייט.
ר' ישעיה'לע האט געהאט אן איידעם ר' מאיר יוסף רובין הי"ד. ער איז אוועק און אושוויץ
the SCY is the limit
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

שוין, האמיר דעם גאנצן פאזעל.
אוועטאר
יצמחפורקניה
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 15, 2008 4:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצמחפורקניה »

ניין, ר' מאיר יוסף איז גוועהן ר' אברהם'לעס איידעם, אין איז גוועהן זיין ממלא מקום אין קערעסטיר

ר' אברהם איז אוועק א יאר נאך זיין טאטען, אין ר' מאיר יוסף האט עם איבערגענומען

פון ר' מאיר יוסף זענען געבליבען אפאר קינדער, ביניהם די קאסענער רעבעצען (אלמנת ר' ישראל'טשע קאסענער)
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

איך האב געוויסט אז ער איז געווען ממלא מקום. אבער מיר האט זיך אלטס געדאכט אז ר' מאיר יוסף איז געווען א שוואגער נישט אן איידעם פון ר' אברהם.
שעוח פאר clarifying it.
the SCY is the limit
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

הרה"ק ר' ישעי'לע האט זיך פארנומען מיטן טיילן לעקיך און בראנפן איידער ער איז געגאנגען בלאזן שופר, האט ער געזאגט א ווערטל: אלע זענען איצט פארנומען מיט רזא דרזין (סודות התורה) איך בין איצט פארנומען לשובע ולא לרזון. (אלף כתב)

הרה"ק מבעלזא זי"ע האט זיך אויסגעדריקט: די שליסל פון פרנסה ליגט אין די האנט פון רבי ישעי'לע קרעסטירער. (צדיקים קרויים חיים)

הרה"ק ר"ר ברוך'ל גארליצער זי"ע האט זיך אמאל אויסגעדריקט: פאר ישעי'ס צדקה האט מען דרך ארץ אין הימל. (רבינו הקדוש מצאנז ח"ב)

א חסיד פון רבי ישעי'לע האט זיך געפענט א געשעפט פון קוילן צום הייצן. איז געגאנגען א גוי און האט זיך געפענט א געשעפט פונקט אקעגנאיבער, און ס'האט שטארק געשאדט פאר'ן איד. איז ער געקומען צום רבי'ן, האט איהם רבי ישעי'לע געזאגט: הקול קול יעקב – קוילן באלאנגט פאר אידישע קינדער, וכך הוה נאך א גאר קורצע צייט האט דער גוי פאשפארט זיין געשעפט.

ווען דער צדיק איז געווען ביים דברי חיים זי"ע האט ער איהם ארויפגערופן און געזאגט: ישעי'ה קום ארויף איך וויל דיר געבן א גרויס שטיקל קוגעל, אזוי וועסטו ברייט קענען טיילן פאר אידן.(ער האט איהם מרמז געווען: אז ער האט די כח משפיע צו זיין פאר אידישע קינדער)

עס איז באוויסט דאס געוואלדיגע מדת החסד פון ר' ישעי'לע קרעסטירע זי"ע, אז ער פלעגט שטענדיג עוסק זיין און געבן צו עסען פאר אידן, און זיי העלפן מיט אלע זייער געברויכן, אסאך מאהל אינמיטן די נאכט פלעגט ער אריין גיין אין בית המדרש וואו די געסט זענען געשלאפען, אכטונג געבן אז עס זאל זיי נישט זיין קאלט, און דער אויבן זאל זיין גוט אהנגעהייצט, שבת ביי די טישן פלעגט ער אליין טיילען די מאכלים פאר די געסט.
פאר זיין הסתלקות האט ער אהנגעזאגט אין שטוב, אז מ'זאל אהנגרייטען אסאך עסען אין טרינקן, ווייל עס וועט דאך קומען א גרויסע עולם צו דער לוי', און עס וועלן זיין צווישען זיי פיהל הונגעריגע אידן, זאלען זיי זיך קענען דערקוויקען דאס הארץ.
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

זייער א שיין ווערטעל האב איך געהערט וואס ר' ישעי'לע האט געזאגט אויף זיך.
ער האט פארטיישט וואס מזאגט שבת אין יקום פורקן ווי פאלגענד,
רברביא-איז די גרויסע רבי'ס, זעריא- מיינט די קלענערע רבי'ס,טפלא- איז די גאר קליינע רבי'ס, ונשיא- ישעי' איז אויך א רבי.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

זייער גוט, יאסל. יישר כח פאר'ן מיך מהנה זיין.
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

ר' ישעי'לע
אטעטשמענטס
040603_032457-11_030724_184833-621_krestirer.jpg
040603_032457-11_030724_184833-621_krestirer.jpg (26.76 KiB) געזען 18886 מאל
salads
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:53 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך salads »

ר' ישעי'לע פלעיגט אליין טיילן די פארציאנען. ער פלעיגט ארום גיין מיט א צוגעמאכטער טאפ אינטער זיין האנט, וואס נאר די הענטל פון שעפ-לעפל האט זיך ארויסגעשטעקט, אין ער האט קיינעם נישט געלאזט אריין קיקן דערין.

ער פלעיגט געיבן פאר איעדעם איינעם וויפיל מ'האט געדארפט, דערנאך האט ער געפרעגט ווער ס'דארפ נאך, אין ווען יעדער האט שוין געהאט געניג אין נאך אין קיינער האט שוין נישט געדארפט מער, פלעגט ער אראפ לייגן דעם טאפ, אין וואונדער'ליך איז עס לאס ליידיג געווען. אבער ווען ס'איז געווען אין זיין האנט, איז אייביג געווען נאך.


סאטמאר רבי זי"ע האט דערציילט. אז ער האט זיך אמאל אלס אינגערמאן געטראפן מיט ר' ישעי'לע, אין ס'איז געווען דארט א כמעט ליידיג באטל בראנפן אויף'ן טיש, ר' ישעי'לע האט מכבד געווען סאטמאר רבי'ן צו טיילן פארן עולם. האט אים סאטמאר רבי געענטפערט אז ס'איז נישט דא געניג פאר'ן גאנצן עולם, האט ר' ישעי'לע געזאגט "וועל איך טיילן".. ער האט געטיילט אין געטיילט פארן גאנצן פולקעפיגער עולם פון דעם קליין ביסל בראנפן, ביז יעדער האט שוין געהאט.
נישט נאר א פארברענג, נאר אויך צום פארברענג.
www.supremesalads.net
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

אויף דעם סייט דער 5טער מצבה שטייט ר' ישעי'לע קרעסטירערס ברודער.

ר' ישעי'לע האט געהאט א ברידער דא און אמעריקא?
ווייסט איינער מער פרטים?
the SCY is the limit
אוועטאר
קענסט מיך?
שר חמש מאות
תגובות: 519
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2008 12:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענסט מיך? »

עס איז באקאנט אז ר' ישעי'ל'ס צורה איז א סגולה קעגן מייז ווי שוין ערווענט פריער דא אין דעם אשכול. פון וואנעט שטאמט עס אבער? ר' ישעי'לע אליין האט אזוי געזאגט?
אטעטשמענטס
040603_032457-11_030724_184833-621_krestirer[1].jpg
040603_032457-11_030724_184833-621_krestirer[1].jpg (26.76 KiB) געזען 18185 מאל
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

אזוי איז מקובל, אז ער האט אליינס געהייסען לייגען זיין בילד פאר איינעם ווער האט געהאט א מייז פראבלעם.
the SCY is the limit
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

א נייער וועב-סייט איבער קערעסטיר, עס אנטהאלט אינפארמאציע איבער דעם צדיק ר' ישעי'לע קערעסטירער.

עס איז נאך דערווייל א נייער פראיעקט אונטער די באקאנטע 'זשואיש-זשען' ארגענעזאציע וואס גיבן זיך אפ צו פרעזערווירען גענעלאגישע אינפארמאציע און העלפן ארויס פאר מענטשן צו דערגיין זייערע פאמיליע-ווארצלען.

(אגב, פארציילן זיי אז דער ברודער פון ר' ישעי'לע וואס ר' שמחה האט אויבן דערמאנט, ר' יהודה צבי שטיינער ע"ה וועלכער ליגט דאהי אין סטעטן-איילאנד, זאגן זיין אז ביי קערעסטירער חסידים איז מקום מנוחתו געווארן א פלאץ ווי מ'גייט מתפלל זיין, ווייסט איינער צו למשל דער אודווארי רב פלעגט גיין אויף סטעטן-איילאנד צו די יארצייט? בכלל איז פארהאן ערליכע אייניקלעך פון דעם ברודער?)

בייגעלייגט איז א בילד פון ר' יהודה צבי'ס מצבה אין סטעטן איילאנד, און א בילד פון דאס הויז ווי ר' ישעי'לע האט געוואונט
אטעטשמענטס
stiener.jpg
stiener.jpg (45 KiB) געזען 18132 מאל
123.jpg
123.jpg (16.25 KiB) געזען 18132 מאל
בני יששכר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 02, 2009 9:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני יששכר »

ר' ישעי'לע איז געפארן קיין צאנז כ"ה ניסן צי די יומא דהילולה פונם דברי חיים מען האט אים געבעטן ער זאל פארן מיט די שנעלע באן האט ער נישט געוואלט ווייל עס קאסט אסאך געלט (אידיש געלט)
ער איז געקומען מיט א שיינעם עולם ער האט געזאגט
אז ער וויל גלייך אהיים פארן ווייל איינער האט געלייגט אויף אים א עין הרע . ער ווייסט ווער אויך

ר' ישעי'לע האט געזאגט ער דארף נישט קיין גבאים אבער אויב אייינער דארף פרנסה זאל ער קימען צי מיר.
ווען זיין רבי דער אך פרי תבואה איז אוועק האט אים דער דברי חיים געזאגט ער זאל בלייבן אין ליסקא ער האט געזאגט בליט זאל זיך גיסן די בלייב אין ליסקא ער האט נישט געוויסט וואס צי טון האט ער געפרעגט דעם יטב לב וואס צי טון האט ער אים געזאגט א ער זאל פארן קיין קרעסטיר.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”