בלאט 4 פון 5
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 03, 2013 3:37 pm
דורך shmaltz painter
דער צעהלימער רב זצל אז גיבוירן שנת תרנג אין זײן פאטער
איז אװעק שנת תרע
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 07, 2013 9:33 am
דורך shmaltz painter
לכבוד הײנטיגע יאהרצײט
לחײם - זי"ע
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 07, 2013 2:08 pm
דורך לכתחילה אריבער
די בילד דערמאנט דעם פאקט, דאס צעלימער רב זי"ע וואָר די רב אין צוויי קהילות אין אמעריקע, קהל ערוגת הבושם, און קהל חרידים.
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 01, 2014 1:49 pm
דורך קיווי סטראבערי
איז פאראן עפעס א ספר אדער א בוך וואס באשרייבט די תולדות פונעם צעהלימער רב זצ"ל?
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 01, 2014 4:14 pm
דורך לכתחילה אריבער
קיווי סטראבערי האט געשריבן:איז פאראן עפעס א ספר אדער א בוך וואס באשרייבט די תולדות פונעם צעהלימער רב זצ"ל?
כ'מיין עס איז דא א ספר "צדיק מה פעל", ארויסגעגעבן דורך ישיבה ערוגת הבשם.
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 01, 2014 4:15 pm
דורך קיווי סטראבערי
יישר כח!
פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 01, 2014 11:50 am
דורך מיללער
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 09, 2015 8:35 pm
דורך יציב פתגם
בתקופת רבנותו בעיר צעהלים
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 10, 2015 10:59 am
דורך יודל קליין
עס איז דא א בוך אויף ענגליש וואס הייסט THE WORLD THAT WAS AMERICA דארט האב איך אמאל געזעהן א בילד פונעם צעהלימער רב זצ"ל ווי ער איז מסדר קידושין (אדער האט ער סתם א ברכה מקען דאך נישט מבחן זיין אויף א בילד) ביי א חופה און מזעהט אויך אויפ'ן בילד אונטערן חופה הגאונים ר' משה פיינשטיין זצ"ל און ר' אהרן קוטלער זצ"ל און אדמו"ר מנאווימינסק זצ"ל און יבלחט"א אדמו"ר מנאווימינסק שליט"א.
קען אפשר איינער אהער ברענגען דעם בילד?
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 15, 2015 9:54 pm
דורך מומחה יוחס
היינט נאכט איז דער יא''צ פין דער צעהלימער רב ז''ל
ער האט א געוואלד אויפגעטוהן אין אמעריקע זיך געשלאגן פאר אידישקייט..
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 15, 2015 11:37 pm
דורך יציב פתגם
עם בן אחיו ה'ויחי יוסף' מפאפא זי"ע
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 15, 2015 11:40 pm
דורך יציב פתגם
עם הגה"צ רבי יהודה ארי' פערלאוו מנאוואמינסק זצ"ל
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 15, 2015 11:47 pm
דורך יציב פתגם
א ביכל אויף צעהלימער רב זצ"ל אין ענגליש, ארויסגעגעבן דורך הרב בצלאל קאַהן הי"ו
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 16, 2015 11:42 am
דורך יציב פתגם
די לויה פון צעהלימער רב זי"ע
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 16, 2015 12:07 pm
דורך Ayer Shpaiz
זי״ע
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 16, 2015 12:23 pm
דורך לכתחילה אריבער
כ'מיין עס איז קיין גוזמא צו זאגן, אז אזא מושלם ווי דער צעלימער רב זי"ע, איז נישט געווען נאך איינס ביים היימישען ציבור! מען רעדט נישט פון יעדע זאך בפרטית, נאר די סך הכל פערזאן.
ער איז געווען א שוחט, א מוהל, א בעל תפילה, א בעל תוקע, א סופר, א מורה הוראה, א בעל מכשיר, א תלמוד חכם מופלג, א ירא שמים מרובים, א בעל מחדש, א בעל דרשן, א בעל מידות עד להפליא, ליבליך, צוגעלאזן וכו' וכו', בקיצור א זעלטענע אדם מושלם, וואס כ'קען נישט טראכטען פון נאך איינעם אזונס.
און זיינע פעילות. א שחיטה, א מצה בעקעריי, א מקוה, א קהילה, א תלמוד תורה, א ישיבה, געגעבן השגחה אויף מילך, אויף וויין.
הייסטאס אהער געשטעלט אלעס אלעס ממש, וואס א איד דארף צו האבן צו קענען פונקצירן אויף די שענסטע פארנעם.
זי"ע.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 16, 2015 12:42 pm
דורך הלשון
לכתחילה אריבער האט געשריבן:כ'מיין עס איז קיין גוזמא צו זאגן, אז אזא מושלם ווי דער צעלימער רב זי"ע, איז נישט געווען נאך איינס ביים היימישען ציבור! מען רעדט נישט פון יעדע זאך בפרטית, נאר די סך הכל פערזאן.
ער איז געווען א שוחט, א מוהל, א בעל תפילה, א בעל תוקע, א סופר, א מורה הוראה, א בעל מכשיר, א תלמוד חכם מופלג, א ירא שמים מרובים, א בעל מחדש, א בעל דרשן, א בעל מידות עד להפליא, ליבליך, צוגעלאזן וכו' וכו', בקיצור א זעלטענע אדם מושלם, וואס כ'קען נישט טראכטען פון נאך איינעם אזונס.
און זיינע פעילות. א שחיטה, א מצה בעקעריי, א מקוה, א קהילה, א תלמוד תורה, א ישיבה, געגעבן השגחה אויף מילך, אויף וויין.
הייסטאס אהער געשטעלט אלעס אלעס ממש, וואס א איד דארף צו האבן צו קענען פונקצירן אויף די שענסטע פארנעם.
זי"ע.
און מיט דעם אלעם געווען א זעלטענע ענוותן ופשטן, געמאכט פון זיך כאילו ער איז א גארנישט. ונפשו כעפר לכל תהי'
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 16, 2015 12:44 pm
דורך לכתחילה אריבער
ריכטיג!! פארגעסן ארויסצוברענגן!
א ענוותן ופשטן עד הסוף, במלוא מובן המילה!
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 16, 2015 12:58 pm
דורך הלשון
לכבוד היומא דהילולא
עטליכע בילדער פון הגה"ק מצעהלים זצוק"ל
ערשטע און לעצטע איז מיט בן אחיו כ"ק אדמו"ר מפאפא זצוק"ל
צווייטע איז ביי א סעודת פורים
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 16, 2015 5:05 pm
דורך קיקיון
זיין פשטות!
ווען דער עולם איז זיך ציוואאקסען און מען האט אנגעהויבען מאכען אייגענע ת"ת איש על מחנהו ואיש על דגלו
זענען זיינע ראשי קהל געקומען אפרעדען אז די ת"ת ווערט קלענער
האט ער געפרעגט ווי שיקט מען ? אין PS ? ווער זאגט אז עס דארף זיין מיינס?
א פאר וואכען צוריק האט ר' שמוא' ברוך טרעסס געשריבען אין HAMODIA אז ער איז דערביי געווען
ווען ער האט גערופען הרה"ג ר' יעקב קאנעמעצקי זוך זעצען אויבען
ווען הרה"ק מסקווירא זי"ע איז אנגעקומען האט ער אים איבערגעגעבען די דירה
ווען הרה"ק מסקווירא זי"א האט נישט געטרינקען דעם מאראנצען זאפט
האט ער געפרעגט פארוואס טרינקט איר נישט? איך האב עס אליין געקוועטשט
אין סקווירא דערציילט אז הרה"ק מסקווירא האט אמאל מפסיק געווען אינמיטען תהלים ש"ק אינדערפרי
ווען צעלימער רב איז ארין געקומען אין ספרים שטוב עפעס נעמען און האט גי'ענטפערט גוט שבת
און האט טאקע אנגעהויבען נאך אמאל פון אנהייב
אויך דערייציילט מען אז צעלימער רב איז אריבער געגאנגען פרעגען פארוואס הרה"ק מסקווירא נוצט אייגענע פסחדיגע זאלץ
איך געדענק נישט וועלכע רבי'ס האבען געהאט קביעותדיגע שבתות ווען זיי האבען געפירט אין צעלים
מיינס א ידיד האט מיר דערציילט אז ער איז דערביי געווען ווען אין קעמפ האט ער גענימען א
בעזים שטעקען מיט וועלכע די אינגלעך האבען געשפילט BALL און געפריווט קלאפען
זי"ע
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 16, 2015 5:59 pm
דורך יציב פתגם
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 16, 2015 6:05 pm
דורך יציב פתגם
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 16, 2015 6:07 pm
דורך יציב פתגם
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 16, 2015 6:08 pm
דורך קיקיון
קיקיון האט געשריבן:אני הק' אין כ'געדענק ,,, האט געשריבן:נישט איך אבער אין סקווירא זענען דא אידען וואס האבען מיטג'האלטען אן אינטערסאנטע מעשה וועגען פסחדיגע זאלץ וואס האט פאסירט ווען הרה"ק מסקווירא זי"ע
האט ג'וואנט אין וומ"סבג בשכינות פון צעלימער רב זי"ע ....איך בין נישט קלאר אין די פרטי פרטים האבען איך מורא שרייבען .... , א סך זיך צו לערנען פון די התנהגות פון די צוויי הייליגע אידען
ביז אינזערע סקווערער קאנטאקט'ן וועלען חוקר זיין די פרטים וועל איך דערציילען וואס איך ווייס פון
דעם איז אויך דא געניג צי לערנען דעם זהירות בכבוד חבירו פון די הייליגע אידען
ביי הרה"ק מסקווירא זי"ע האט מען גארנישט געניצט וואס מען האט נישט ג'מאכט אין שטיב אויזער ציקער וואס מען האט געקאכט אין ג'מאכט א סירופ פאר יו"ט
זאלץ האט מען ג'קויפט שטיקער זאלץ פון די גרובען אין ג'מאלען עס האט זיך ג'מאכט ווען די מתעסקים בקדשים האבען נישט ג'וויסט צי עס איז די ריכטיגע דיקייט
אויף כשר מאכין עופות און אזוי ווי הרה"ק מסקווירא זי"ע האט אלעס ג'פרעגט און נישט אליין ג'פסקנט איז מען אריבער צו צעלימער רב זי"ע ווייזען
נישט זאגענדיג פון וועמ'ס שטיב , בפקודת הקודש צעלימער רב זי"ע האט ג'ענטפערט צו דיק\דין איז מען צירוק מאלען און נאכאמאל אריבער צו צעלימער רב זי"ע או נאכאמאל נישט ג'טויגט, נאך וויפיל ? מאל האט שוין צעלימער רב זי"ע ג'פרעגט וואס און ווער? די משב"ק האבען שוין נישט ג'האט קיין ברירה און מגלה ג'ווען
האט זיך צעלימער רב מטריח ג'ווען און אריבער צו הרה"ק מסקווירא און ג'פרעגט עס איז דאך דא זאלץ מיט מיין השגחה?
די רעסט אוו די סטארי ג'דענק איך ניט
כמה מעלות טובות
פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 17, 2015 11:36 am
דורך Ayer Shpaiz
איז גיװען א בעל תפילה נפלא הפלא ופלא
א בעל תוקע ממש איינס אין די וועלט
א בעל קורא
א גיטער שרייבער מיט א הערליכער שריפט
ועוד ועוד
ועל כולם א באהאלטענע צדיק מיט מדות טובות
אין א בחןטע זיסער איד