בלאט 3 פון 5

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 15, 2010 1:55 pm
דורך בן בוזי
בילד פון צעהלימער רב'ס פאספארט (איך ווייס נישט פון וועלכע מדינה, כ'לאז דאס איבער פאר די יודעי דבר)

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 15, 2010 2:39 pm
דורך פרעגער
בן בוזי האט געשריבן:בילד פון צעהלימער רב'ס פאספארט (איך ווייס נישט פון וועלכע מדינה, כ'לאז דאס איבער פאר די יודעי דבר)


ביי 'וואוינארט' שטייט דייטשלאנד, און די שפראך איז דויטש.

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 11, 2010 6:33 am
דורך farshlufen
דעם רב ז"ל'ס השגחה סימבאל, א זיגעל וואס האט געביטן כשרות אין אמעריקא:

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 11, 2010 7:09 am
דורך farshlufen
פרעגער האט געשריבן:
בן בוזי האט געשריבן:בילד פון צעהלימער רב'ס פאספארט (איך ווייס נישט פון וועלכע מדינה, כ'לאז דאס איבער פאר די יודעי דבר)


ביי 'וואוינארט' שטייט דייטשלאנד, און די שפראך איז דויטש.

טעות הוא בידך, עס ליינט זיך "דויטש-קרויץ" דער עסטרייכישער נאמען פאר די שטאט צעהלים.

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 11, 2010 7:13 am
דורך farshlufen

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 01, 2011 3:12 pm
דורך נחמן נתן
31'סטע יארצייט להסתלקותו, (און 3'טע יאהרצייט לפתיחת אשכול זו), זכותו יגן עלינו.

ווי אלט איז דער צעהלימער רב זצ"ל געווען ווען זיין פאטער דער ערגת הבשם זצ"ל איז נסתלק געווארן?

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 01, 2011 3:28 pm
דורך משה פאלאפל

אינעם שטיקל ווי ער רעכנט אויס אלע כיבודים ביי די חופה, איז מיר שווער געווארן לכאו' פארוואס האט דער זיידע דער פאלטישאנער רבי זצ"ל ר 'אלעזר גארנישט באקומען קיין כיבוד ביים חופה אין די צייט וואס חתנו הגרי"א שטיין זצ"ל מפאלטישאן דער אבי הכלה האט יא באקומען?

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 01, 2011 4:05 pm
דורך איזעי
דער פאלטישאנער רבי ר' אלעזר זי"ע איז שוין געווען אין אמעריקע בשנת תשכ"ד?

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 01, 2011 4:15 pm
דורך משה פאלאפל
קוק אפאר שטיקלעך ווייטער וועסטו זעהן אז ר' אלעזר איז געווען דארט ביי די חתונה

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 01, 2011 5:09 pm
דורך איזעי
איך האב נישט געעפנט דעם לינק, אנטשולדיגט.

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 25, 2011 3:38 pm
דורך farshlufen
APRIL 15, 1980
Levi Grunwald Dead at 87

NEW YORK, Apr. 14 (JTA) –
An estimated 12,000 persons attended the funeral yesterday of Rabbi Levi Grunwald, who in 1941 established the first Hasidic congregation in the Williamsburg section of Brooklyn. Grunwald remained rabbi of the synagogue, Arugath Habosem, until his death Saturday at the age of 87.
Grunwald also founded the Arugath Habosem Yeshiva and Mesittha in Williamsburg. He is credited by Hasidic leaders with pressing for the establishment of kosher processing laws in the United States. Born in Khust, then in Austria-Hungary, now in the Ukraine, Grunwald received his religious training from his father, Rabbi Moshe Grunwald. After serving as rabbi in Orsawa, Rumania, he become the leader of a congregation in Tzelemmer, Austria, and was known since then as the "Tzelemmer Rebbe." He come to Brooklyn in 1938.

פון:
http://archive.jta.org/article/1980/04/ ... dead-at-87

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 20, 2012 1:36 pm
דורך משיח
ווי ליגט דער צעלימע רב זצ"ל?

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 20, 2012 1:38 pm
דורך farshlufen
אין בית משה לאנג איילענד.

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 20, 2012 1:41 pm
דורך משיח
איז דאס אין וועלוואד?
(א שייכות מיט מאנטיפיור?)

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 20, 2012 1:43 pm
דורך סיגוט
יוסלמאן האט געשריבן:סאו ס'איז מסתבר אז מ'האט מכבד געווען דעם ברך משה אלץ זענטער רב. ווען איז דער צעהלימער רב שליט"א געבוירן?

עיין בספר ומשה היה רועה ח"ב אז ס'געווען אין געטא אין סעגעדין אייר תש"ד

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 20, 2012 1:56 pm
דורך מיילעך
משיח האט געשריבן:איז דאס אין וועלוואד?
(א שייכות מיט מאנטיפיור?)

ער ליגט אין וועלוואד. נישט אין בית משה (גראדע ביידע סעמעטערי'ס זענען מחובר)

מאנטעפיורי איז אין קוווינס.

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 20, 2012 3:14 pm
דורך משיח
(ניו מאנטיפיור איז גלייך נעבן בית משה).

הכלל, קענסט מיר געבן א לאט נאמבער? אדערס? אדער דיירעקציעס אינעם בית החיים וויאזוי צו טרעפן דעם ציון?

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 20, 2012 3:45 pm
דורך מיילעך
אין וועלוואד סעמעטערי אויף south st

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 21, 2012 11:48 am
דורך הרבטייטעלבוים
איז דאס זיין חתימה?

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 21, 2012 1:02 pm
דורך לכתחילה אריבער
הרבטייטעלבוים האט געשריבן:איז דאס זיין חתימה?

יא!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 10, 2012 7:29 pm
דורך ביקסאד
מיללער האט געשריבן:הניק מארשיווא האט ארויסגעברענגט אז דער צעהלימער רב זצ"ל ר' לוי יצחק גרינוואלד האט אויך משמש געווען ברבנות אינעם שטאט ארשיווא, ר' שמחה האט טאקע צוגעברענגט די שער בלאט פונעם מגדלות מרקחים וואו עס ווערט אויך אזוי דערמאנט.

אפשר קאן מען אהער ארויף לייגן דעם שער בלאט ?

דארט ווערט [דאכט זעך מיר] אויך אויס-גערעכענט די אנדערע שטעטלעך אוואו ער האט משמש געווען ברבנות, ווישק און פאיע.

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 03, 2013 1:41 pm
דורך farshlufen
א שיין בילד אין די אינגע יארן:
viewtopic.php?p=674044#p674044

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 03, 2013 1:52 pm
דורך לכתחילה אריבער
יא ס'קומט שוין די יארצייט. צום באמערקען אז אין צעלימער רב'ס יארצייט זאגט די גאנצע חסידישע עולם נישט קיין תחנון!

אויף הרב געשטעטנער'ס האטליין, איז דא א שיינע רעלעטיוו קורצע שמועס איבער דעם רב'ס געוואלדיגע פעולות דא אין אמעריקע אין די בראשית יארן. כדי אויסצוהערן.

כ'מיין אז ער האט א לענגערע שמועס אויך, אבער יענער איז זייער לאנג, דאס איז א קוצר אמרים, און זייער שיין, און אינטערעסאנט.

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 03, 2013 2:00 pm
דורך היסטאריקער
לכתחילה אריבער האט געשריבן:יא ס'קומט שוין די יארצייט. צום באמערקען אז אין צעלימער רב'ס יארצייט זאגט די גאנצע חסידישע עולם נישט קיין תחנון!


מיינסט צו זאגן די יודישע וועלט, עס איז א הלכה אין שו״ע, נישט קיין חסידישע מנהג

אויך ביי רבינו הברך משה זצ״ל זאגט מען נישט תחנון צוליב די זעלבע סיבה

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 03, 2013 2:09 pm
דורך לכתחילה אריבער
היסטאריקער האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:יא ס'קומט שוין די יארצייט. צום באמערקען אז אין צעלימער רב'ס יארצייט זאגט די גאנצע חסידישע עולם נישט קיין תחנון!


מיינסט צו זאגן די יודישע וועלט, עס איז א הלכה אין שו״ע, נישט קיין חסידישע מנהג

אויך ביי רבינו הברך משה זצ״ל זאגט מען נישט תחנון צוליב די זעלבע סיבה

נישט נעמען ערענסט, געווען א וויץ. (נישט געוואלט שרייבן "גאנצער אידישער עולם" ווייל דעמאלס כאפט מען גלייך)