בלאט 2 פון 5

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 19, 2009 4:04 pm
דורך נחמן נתן
איך וועל ארויפלייגן דאס בילד בשלימות.
רעכטס זיצט הגה"צ טשימפער רב זצ"ל, (ער איז דיסקוטירט געווארן אין א באזונדערער אשכול).

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 21, 2009 11:32 am
דורך farshlufen
היינט איז זיין יארצייט. יהא זכרו ברוך

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 18, 2009 2:40 pm
דורך מיללער
א טייער בילד פונעם צעהלימער רב זצ"ל (רעכטס) מיטן סקולענער רבי זצ"ל, זעהט אויס ווי א באזוך אין א קעמפ וכדו'.

(בילד קרעדיט; אתר אתרוג)

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 18, 2009 4:43 pm
דורך קרעמער
שיינט ווי דער צעהלימער רב זצ"ל וויל נישט דעם בילד.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2009 8:37 am
דורך יוסלמאן
אגב, דער צעהלימער רב האט נישט איבערגעלאזט קיינע קינדער ל"ע, דער היינטיגער צעהלימער רב שליט"א הרה"צ ר' יוסף משה גרינוואלד, איז א זוהן פונעם ווייב פון צעהלימער רב זצ"ל וועלכער איז אויפגעצויגן געווארן ביי אים.


זי איז קודם געווען די רעביצין פון הרה"ק רבי מנחם מ'סטראפקאוו זי"ע.

ס'האט מיר דערציילט א איד וואס האט געלערנט מיטן היינטיגן צעהלימער רב אין חדר, אז נאכדעם וואס זיין טאטע (אויך געווען נאר א שטיף טאטע, דער סראפקאווער רב האט נישט איבערגעלאזט קיין קינדער) איז נפטר געווארן האט איין טאג אריינשפאצירט אין חדר דער צעהלימער רב און דער אינגעל (צעהלימער רב שליט"א) איז ארויס צו אים. האט מען געשמועסט צווישן די קינדער אז דער רב גייט זיין יוסף משה'ס נייע טאטע...

אגב, דער רבי הברך משה איז געווען סנדק ביים צעהלימער רב שליט"א. ווייס איינער מער דעטאלן?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2009 8:40 am
דורך farshlufen
ר' יוסלמאן, צעהלימער רב זז"ג איז א זון פון פעטראוואסעלער רב דאס איז בגלילות זענטא, ע"ע אין די רירענדע הקדמה פון אב"ד צעהלים לספרו של אביו, ער שרייבט "שלשה אבות אני יודע".

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2009 8:52 am
דורך יוסלמאן
סאו ס'איז מסתבר אז מ'האט מכבד געווען דעם ברך משה אלץ זענטער רב. ווען איז דער צעהלימער רב שליט"א געבוירן?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2009 1:08 pm
דורך ביקסאד
אין מיטן קריג,

דער ברך משה איז אין יענע צייט [כמדומני] געווען דער סנדק אויך ביי ר' יהושע ברוך ווערצבערגער.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2009 3:57 pm
דורך מיללער
די מעלדונג אין 'הפרדס' אויפן אנקום פונעם צעהלימער רב ז"ל און דער מאטעסדארפער רב ז"ל מגיא ההריגה קיין ארה"ב.

פארעפענטליכט: שבת אוגוסט 22, 2009 11:01 pm
דורך נחמן נתן
כ'שטעל דא ארויף דעם בילד ווי עס ווערט געזעהן צעהלימער רב זצ"ל, ראי"ה מקאפיטשניץ זצ"ל, רמ"ש מבאיאן זצ"ל. ווייסט איינער פרטים איבער דעם בילד?

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 23, 2009 2:03 pm
דורך בן בוזי
חתונת הרה"ח ר' שמעון גרובער ע"ה,

נראים מימין לשמאל בשורה הראשונה, הר' יהודה לייבוש דאנציגער ע"ה שמש ביהמ"ד צעהלים, אונטערפירער א' (כ'געדענק נישט ווער דאס איז אפשר באבאווער רב), החתן, הגה"צ מצעהלים זצ"ל,
בשורה השני' נראים הרה"ק מקאפיטשניץ זי"ע עם אחד מבניו

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 23, 2009 2:07 pm
דורך מיללער
בן-בוזי וועלכער יאר איז דער בילד? דער רעכטס איז זיכער נישט דער באבובער רב.

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 23, 2009 2:11 pm
דורך בן בוזי
בעפאר תשי"ב

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 23, 2009 2:50 pm
דורך נחמן נתן
בן-בוזי, פרטים איבער מיין בילד ווייסטו אפשר אויך?

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 24, 2009 8:11 am
דורך בן בוזי
נחמן נתן האט געשריבן:בן-בוזי, פרטים איבער מיין בילד ווייסטו אפשר אויך?

מיללער האט געשריבן:בן-בוזי דער רעכטס איז זיכער נישט דער באבובער רב.


נ"נ איך ווייס נישט

ווער איז דער אנדערע אינטערפירער ביי ר' שמעון גרובער'ס חתונה?

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 01, 2010 12:04 pm
דורך ביקסאד
scy4851 האט געשריבן:עס קומט מיר יעצט אין זכרון די לויה פון זיין רעבעטצין.
ווען זי איז נפטר געוואערען, האט מען גענומען די גאנצע ישיבה קטנה צי די לויה.
כנראה כוונתכם לזוגתו הראשונה בת אחיו הרב אברהם יוסף.

באיזה יום נפטרה, מה שמה, הרי לא השאירה זש"ק.

מן הסתם בספריו היא מוזכרת, וכמו"כ על הלוח בביהמ"ד.

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 01, 2010 12:52 pm
דורך בן בוזי
ביקסאד האט געשריבן:
scy4851 האט געשריבן:עס קומט מיר יעצט אין זכרון די לויה פון זיין רעבעטצין.
ווען זי איז נפטר געוואערען, האט מען גענומען די גאנצע ישיבה קטנה צי די לויה.
כנראה כוונתכם לזוגתו הראשונה בת אחיו הרב אברהם יוסף.

באיזה יום נפטרה, מה שמה, הרי לא השאירה זש"ק.

מן הסתם בספריו היא מוזכרת, וכמו"כ על הלוח בביהמ"ד.


מרת סילקא ב"ר אברהם יוסף ע"ה נפטרה כ' סיון תשט"ו לפ"ק

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 01, 2010 1:09 pm
דורך בן בוזי
אויפן ערשן בלאט פון דער אשכול איז דא א בילד פונעם מציבה איז אינטערעסאנט צו באמערקן אז אויפן מציבה שטייט אויף געשריבן אז זיין נאמען איז געגעבן געווארן נאכן הייליגער בארדיטשובער רב.

דער גאנצער מציבה בכלל איז אינטערעסאנט (געשריבן עפ"י צוואתו) צום סוף דערמאנט מען אז ער האט משמש געווען בקהלתינו ערוגת הבשם (ס'זעהט אויס געשריבן שלא עפ"י צוואתו) ס'איז אינטערעסאנט אזא אויף שריפט אויף א מציבה (אריין אין אינטערעסאנטע אויפשריפטן אויף מציבות, אשכול), און מסתמא האט ער געהאט א פשוטער כוונה דערביי אז דער בארדיטשובער רב זאל זיין זיין מליץ יושר -א גוטער אדוואקאט אויף יענער וועלט, דאך איז עס אינטערעסאנט. זי"ע

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 01, 2010 3:22 pm
דורך אברעמעלע
נחמן נתן האט געשריבן:בן-בוזי, פרטים איבער מיין בילד ווייסטו אפשר אויך?


רעכטס פון קאפיטשניצער רבי איז ר' גדלי' שארר ז"ל.

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 01, 2010 3:52 pm
דורך נחמן נתן
אברעמעלע ייש"כ. עת לכל חפץ.
- - -
איבער מיין בילד וואס כ'האב געשטעלט אויפן פאריגען בלאט, איך קלער אפשר צו זאגן אז דער גאנץ ערשטער רעכטס, איז הרה"ק ר' מענדעלע מסטראפקוב זצ"ל, וואס זאגט דער ציבור דערצו?

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 01, 2010 6:42 pm
דורך scy4851
אברעמעלע האט געשריבן:
נחמן נתן האט געשריבן:בן-בוזי, פרטים איבער מיין בילד ווייסטו אפשר אויך?


רעכטס פון קאפיטשניצער רבי איז ר' גדלי' שארר ז"ל.

אברעמעלע, ביסט זיכער?

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 02, 2010 10:26 am
דורך אברעמעלע
scy4851 האט געשריבן:
אברעמעלע האט געשריבן:
נחמן נתן האט געשריבן:בן-בוזי, פרטים איבער מיין בילד ווייסטו אפשר אויך?


רעכטס פון קאפיטשניצער רבי איז ר' גדלי' שארר ז"ל.

אברעמעלע, ביסט זיכער?


איך האב נישט קיין ספיקות ווען עס קומט צו מיינע!

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 02, 2010 10:47 am
דורך יאסל
נחמן נתן האט געשריבן:אברעמעלע ייש"כ. עת לכל חפץ.
- - -
איבער מיין בילד וואס כ'האב געשטעלט אויפן פאריגען בלאט, איך קלער אפשר צו זאגן אז דער גאנץ ערשטער רעכטס, איז הרה"ק ר' מענדעלע מסטראפקוב זצ"ל, וואס זאגט דער ציבור דערצו?

כאטש ס'ענדעלט אביסל אינעם סטראפקאווער רב, גלייבט זיך שווער אז מזאל אים נישט זעצן אין צענטער.

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 02, 2010 11:00 am
דורך צעיר באלפי ישראל
פלא בצואתו שלא ידפיסו כתביו

וגם שיאמרו עליו קדיש במשך ב' שנים

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 04, 2010 2:54 pm
דורך בן בוזי
א בילד פון צעהלימער רב ווי ער קריכט אויפן לייטער אין צעהלימער קעמפ צו פאררעכטן דעם עירוב.

(אויפן בילד דערקענט מען פון ל. צו ר. ר' יחזקאל שטיינפעלד פון קר"י, און ר' עקיבא שטראססער מיט דוד קאהן פון וויליאמסבורג)