בלאט 5 פון 5

פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 17, 2015 12:13 pm
דורך קיקיון
scy4851 האט געשריבן:....
רב הערשעל בראדי (דער מענטשעסטער דיין, וואוינט היינט און באראפארק) האט מיר דערציילט, אז ביי זיין יונגערען ברידער איז צעלהמער רב ז"ל געווען מוהל. דער רב ז"ל האט זיך נישט גוט געשפירט עפעס מיטען מאגען, האט ער נישט געגעסען פון די סעודה. ער האט אבער דאך געוואלט מיטהאלטען, האט מען איהם געברענגט א גאר גרויסע שטיקעל SPONGE CAKE כדי עס זאל זיין א שיעור קביעת סעודה.
רב בראדי איז דענמאלטס געווען א יונג יונגעל, און ער האט פאר מיר דערציילט, אז ער קוקט אהן צעלהמער רב ז"ל און טראכט ביי זיך, אז אזוי עלטערער יוד ווייסט נישט אז אויף CAKE מאכט מען א מזונות און נישט קיין המוציא?

farshlufen האט געשריבן:א הערצליכן דאנק ר' שמחה,
מיר קינדערלעך האב מיר שוין נישט געהאט די זכי' אים צו קענען.

אויסער דעם, דאס איז דאס ערשטע מאל וואס איך הער א רב זאל מאכן הלכה למעשה המוציא ברבים אויף א שיעור קביעת סעודה מזונות.


די גאנצע מעשה איז א פלא
ער האט זיך נישט געפילט און געגעסען א קביעת סעודה פון לעקאך
אויף על המחי' טוט זוך ווי אזוי מען רעכענט א כזית
ומ"מ לענין פת כיסנין שמעורב בתבלין הרבה [כגון צוקע"ר לעק"ך] נוהגין העולם לברך עליו לבסוף על המחיה כשיש בו כזית אף שבמין דגן לבדו שנמצא בו אין בו שיעור כזית ואולי שטעמם מפני שהתבלין בא להכשיר את האוכל מצטרף עם האוכל גופא לשיעור וכדאיתא כעין זה במ"א סימן ר"י. ולכתחלה טוב ליזהר לשער שיהיה בהקמח שיעור כזית:
מ"ב ר"ח ס"ק מ"ח
עפעס געדענק איך אז עס איז געווען א ברית ווי צעלימער רב זי"ע און דער דברי יואל זי"ע זענען געווען ציזאמען און עס האט זיך געמאכט
א שמיעס און אז עס איז דא א חילופי מכתבים

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 19, 2015 8:01 am
דורך farshlufen
קיקיון האט געשריבן:
עפעס געדענק איך אז עס איז געווען א ברית ווי צעלימער רב זי"ע און דער דברי יואל זי"ע זענען געווען ציזאמען און עס האט זיך געמאכט
א שמיעס און אז עס איז דא א חילופי מכתבים

http://beta.hebrewbooks.org/pdfpager.as ... =&pgnum=94

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 15, 2015 11:35 pm
דורך חמרא טבא
נחמן נתן האט געשריבן:כ'שטעל דא ארויף דעם בילד ווי עס ווערט געזעהן צעהלימער רב זצ"ל, ראי"ה מקאפיטשניץ זצ"ל, רמ"ש מבאיאן זצ"ל. ווייסט איינער פרטים איבער דעם בילד?

דאס איז ביי די חתונה פון איינע פון די זין פון רבי דוד פישמאן ז"ל מחשובי חסידי באיאן בארה"ב עס ווערט אויך געזען הגאון רבי גדלי' שארר זצ"ל ר"י תורה ודעת